וואס באדייט די ווארט?
די אחראים: יאנאש,אור המקיף,אחראי,געלעגער
- סטאוו יא פיטא
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 19773
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 07, 2020 9:24 am
Re: וואס באדייט די ווארט?
סטאוו יא פיטא האט געשריבן:גרשון האט געשריבן:בלע"ז.
א ברייט פארשפרייטע ווארט אין רש"י, תוספות, אין אנדערע ראשונים. געווענליך באציט מען זיך דערצו (על כל פנים בזמן הראשונים) צו לאטיינישע שפראכן, ווי פראנצויזיש, שפאניש, און איטאליעניש; די ספרד'ישע מחברים וועלן שרייבן ווי אזוי מ'זאגט א ווארט אין אראביש און בלע"ז.
וואס באדייט דאס ווארט? אסאך וועלן זאגן אז ס'איז די ראשי תיבות פון בלשון עם זר, און ס'ווייזט זיך אויס אז דער פשט איז נישט ממש היינטיג.
כ'וואונדער מיך אבער אויף דעם, היות "לעז" איז א געהעריגע ווארט אין תהלים (קיד, א), "בית יעקב מעם לועז," אויף וואס רש"י שרייבט: "שפת לשון אחר שאינו לשון הקודש." אזוי אויך אין משנה, "קורין אותה ללועזות בלעז." צי קלערט איינער אז די משנה טייטשט "מ'קען ליינען די מגילה ללועזות בלשון עם זר?"
איז אז מיר האבן א געהעריגע ווארט מיט געהעריגע מקורות פאר פונקטליך דאס ווארט, צו וואס גיין אויסטרעפן עפעס א דוחק'דיגע פשט, וואס האט לעניות דעתי נישט קיין הענט און קיין פיס? כ'מיין די ראשונים האבן נישט געקענט טרעפן עפעס בעסערס ווי אזוי צו באצייכענען א ווארט וואס איז נישט לשה"ק ווי צו מאכן א ראשי תיבות אויף "אין דער שפראך פון א פרעמד פאלק"? און אלע ראשונים, פון מצרים ביז דייטשלאנד, האבן זיך אפגעשמועסט אז מ'גייט ניצן אט די ראשי תיבות? מאדנע.
איי, ס'פארמאגט אויבערשטריכלעך? נישט די גרעסטע קשיא. ערשטנס, ווער זאגט אז רש"י האט געמאכט די שטריכלעך, זיי קענען פונקט אזוי קומען פון שפעטערדיגע מעתיקים אדער דריקערס. צווייטנס, ביי אונז זענען אויבערשטריכלעך אן אנדייטונג אויף ראשי תיבות, אבער אמאל האט מען זיי געקענט ניצן פאר אנדערע צוועקן, ווי אנצוצייכענען אז דאס ווארט איז נישט קיין חלק פונעם פירוש - גלייך ווי דאס פראנצויזיש ווארט זעלבסט פארמאגט אויבערשטריכלעך.
דיין תמי' איז ממש ווארט ביי ווארט פון דעם שואל דא אין קובץ עץ חיים
אין 2 קובצים שפעטער האט איינער א גאנצע מערכה איבער דעם
דעם אויפטוה אז ס'מיינט בלשון עם זה איז ער מעתיק פון דא
קרעדיט: אוצר החכמה
היינט זיך באגעגנד מיט דעם רש"י מס' סוכה דף יז:
שרייבט "בלשון אשכנז" און נישט בלע"ז, כ'ווייס נישט צי ס'איז א ראי' ווייל קען זיין ס'באציט זיך צי די עצם נושא פון קלויסטע"ר
הנה אנכי שולח מלאך. זאגט רש"י כאן נתבשרו שעתידין לחטוא. די בשורה איז געווען אז אעפ"י שיחטאו לא תסתלק שכינה מביניהם, אזוי ווי די תרגום טייטשט כי לא אעלה בקרבך; לא אסלק שכינתי מבינך!
Re: וואס באדייט די ווארט?
רש"י שרייבט א סך מאל בל"א.
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
- שר התורה
- שר חמש מאות
- תגובות: 567
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 04, 2021 2:25 pm
- לאקאציע: בין הרשב''א, להריטב''א,
Re: בארייכערט אייער וואקאבולאר
וואס איז די אפטייטש פון א 'קיילעכדיגן יאר'?
די באדיידט דערפון מיין איך אז עס מיינט א 'שנעלע' 'קוירצע' יאר איז פארביי,
אבער וואס האט עס מיט קיילעכדיג? (קאלעכדיג, וויאזוי ספעלט מען עס?)
די באדיידט דערפון מיין איך אז עס מיינט א 'שנעלע' 'קוירצע' יאר איז פארביי,
אבער וואס האט עס מיט קיילעכדיג? (קאלעכדיג, וויאזוי ספעלט מען עס?)
'תורה הוא' וללמוד אני צריך.
Re: בארייכערט אייער וואקאבולאר
קיילעכדיג, אדער קיילעכיג, באדייט רונדיג. א קיילעכיג יאר איז א גאנץ יאר, נאך וואס דער קאלענדער האט געמאכט א גאנצן קרייז און איז צוריק אויפ'ן זעלבן ארט.
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
- שר התורה
- שר חמש מאות
- תגובות: 567
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 04, 2021 2:25 pm
- לאקאציע: בין הרשב''א, להריטב''א,
Re: בארייכערט אייער וואקאבולאר
ייש''כ ר' גרשון, איר זענט א לעבעדיגע דיקשענרי!
'תורה הוא' וללמוד אני צריך.
- אוראייניקל
- רב הצעיר תשפ"ד
- תגובות: 17019
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 21, 2019 9:05 am
Re: בארייכערט אייער וואקאבולאר
און וואס האט א רונדע מיט א יתום?
וואס איז די פשט פון א "קיילעכיגע יתום"?
וואס איז די פשט פון א "קיילעכיגע יתום"?
Re: בארייכערט אייער וואקאבולאר
אפשר מיינט עס אז מ'איז א יתום דורכאויס, פון אלע זייטן.
איך זע דא אז ס'איז בכלל נישט געווען אזא באקאנטער אויסדרוק. זעט אויס ס'האט זיך לעצטנס אריינבאקומען אלס מער א באניצט ווארט.
איך זע דא אז ס'איז בכלל נישט געווען אזא באקאנטער אויסדרוק. זעט אויס ס'האט זיך לעצטנס אריינבאקומען אלס מער א באניצט ווארט.
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
- למדן וצדיק
- שר האלף
- תגובות: 1189
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2015 10:49 pm
Re: בארייכערט אייער וואקאבולאר
גרשון האט געשריבן:אפשר מיינט עס אז מ'איז א יתום דורכאויס, פון אלע זייטן.
איך זע דא אז ס'איז בכלל נישט געווען אזא באקאנטער אויסדרוק. זעט אויס ס'האט זיך לעצטנס אריינבאקומען אלס מער א באניצט ווארט.
https://ocr.yiddishbookcenter.org/?page ... reference=
וצריך לאדם להיות לו אלו שני בחינות ברית, היינו שיהא ״צדיק״ ו״למדן״ (לקוטי מוהר״ן ח״א, ל״א, ה׳)
Re: בארייכערט אייער וואקאבולאר
גוט! נישט בייגעפאלן...
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
- שר התורה
- שר חמש מאות
- תגובות: 567
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 04, 2021 2:25 pm
- לאקאציע: בין הרשב''א, להריטב''א,
Re: בארייכערט אייער וואקאבולאר
למדן וצדיק האט געשריבן:https://ocr.yiddishbookcenter.org/?page ... reference=
האב איך נישט קיין אקאנט דארט,
אפשר ברענגסטו נאך וואס עס שטייט דארט,
ייש''כ
'תורה הוא' וללמוד אני צריך.
- למדן וצדיק
- שר האלף
- תגובות: 1189
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2015 10:49 pm
Re: בארייכערט אייער וואקאבולאר
שר התורה האט געשריבן:למדן וצדיק האט געשריבן:https://ocr.yiddishbookcenter.org/?page ... reference=
האב איך נישט קיין אקאנט דארט,
אפשר ברענגסטו נאך וואס עס שטייט דארט,
ייש''כ
עפן אן אקאונט. סקאסט נישט קיין געלט און סנעמט א מינוט. כהאב געזוכט אנשטאט פאר "קיילעכדיקער יתום". דאס טרעפט מען שוין יא אסאך אין פיל אלטע ביכלעך.
וצריך לאדם להיות לו אלו שני בחינות ברית, היינו שיהא ״צדיק״ ו״למדן״ (לקוטי מוהר״ן ח״א, ל״א, ה׳)
Re: פארענטשעס פאלט צוזאם אין סטאלין
אבן יקרה האט געשריבן:moishy56 האט געשריבן:הילד יום טוב שמחה (יונטי) בן יהודית קליין נין של רבי יום טוב ערליך ז''ל,
שנפצע אנושות בקריסת הטריבונות בגבעת זאב בערב חג השבועות והחלים בניסי ניסים,
עלה אמש (שני) לשיר בדינר לבית הכנסת של חסידי קרלין בביתר עילית שנערך במרכז אירועים בבת ים.
הקהל דמע מהתרגשות.
ער האט געזינגן א גראמען אויף די ניגון אתה נגלית, וואס אין קארלין איז דאס פון די העכסטע מינוטן אין יו"ט שבועות
די צוויי אומגעקומענע זענען געוועהן דאווענערס אין דעם שטיבל פון קארלין
https://www.jumbomail.me/l/he/gallery/6 ... 3838673D3D
איינער קען דא עקלערן
דער יונטי זינגט:
"מיר האבן געכאפט א שטארקע שנערל"
וואס מיינט דאס ווארט "שנערל"???
ס'איז דא אזא ווארט אויף אידישע שפראך?
- שווערע שטופער
- שר האלף
- תגובות: 1667
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 04, 2017 5:28 pm
Re: פארענטשעס פאלט צוזאם אין סטאלין
אבן יקרה האט געשריבן:איינער קען דא עקלערן
דער יונטי זינגט:
"מיר האבן געכאפט א שטארקע שנערל"
וואס מיינט דאס ווארט "שנערל"???
ס'איז דא אזא ווארט אויף אידישע שפראך?
די ווארט איז שנעדל, זעט אויס מלשון שנייד
אז עס גייט נישט מיט כח פראבירט מען מיט מער כח
Re: פארענטשעס פאלט צוזאם אין סטאלין
שווערע שטופער האט געשריבן:אבן יקרה האט געשריבן:איינער קען דא עקלערן
דער יונטי זינגט:
"מיר האבן געכאפט א שטארקע שנערל"
וואס מיינט דאס ווארט "שנערל"???
ס'איז דא אזא ווארט אויף אידישע שפראך?
די ווארט איז שנעדל, זעט אויס מלשון שנייד
מיר קוקט אויס די ווארט איז שנערל, סיי ביים זינגן און סיי אויף די סיין
עכ"פ וואס מיינט דאס ווארט?
ס'איז א קארלינע אידיש?
Re: פארענטשעס פאלט צוזאם אין סטאלין
איינער זאגט מיר אז אין די ירושלימע אידיש איז דא טאקע אזא ווארט "שנעדל", די רעבעס ניצן דאס ווארט אויף זייערע תלמידים, ווען מ'ויל געבן עפעס א קלאפ נישט אלס שטראף נאר אויף א אזהרה, רופט מען דאס "שנעדל"
וואס איז די שורש פון דעם ווארט?
קיינמאל נישט געהערט אזא ווארט
וואס איז די שורש פון דעם ווארט?
קיינמאל נישט געהערט אזא ווארט
Re: וואס באדייט די ווארט?
"הערמעטיש" פארמאכט
נישט געוואוסט אבער געליינט (אינעם אינטערעסאנט) אז ס'זענען געפלויגן הארמאטן.. קומט אויס אז א הארמאט איז אזא פליענדע זאך טא וויאזוי פארמאכט מען א פענסטער הערמעטיש?
נישט געוואוסט אבער געליינט (אינעם אינטערעסאנט) אז ס'זענען געפלויגן הארמאטן.. קומט אויס אז א הארמאט איז אזא פליענדע זאך טא וויאזוי פארמאכט מען א פענסטער הערמעטיש?
- טייבעלע
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 10650
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 11, 2012 4:00 pm
- לאקאציע: ביי אלאסקא
Re: וואס באדייט די ווארט?
קאנאן אויף פויליש אוקרייניש ווייס-רוסלאנד איז הארמאטא, לכאורה קומט פון די ווארט ארמאמענט וואס מיינט געווער.
הערמעטיש אויף ענגליש הערמעטיק.
הערמעטיש אויף ענגליש הערמעטיק.
יונתי בחגוי הסלע בסתר המדרגה הראיני את מראיך השמיעני את קולך כי קולך ערב ומראיך נאוה: (שה"ש ב יד)
teibele1 at birdlover.com
teibele1 at birdlover.com
Re: בארייכערט אייער וואקאבולאר
למען לא ניגע לניק (ליפא)
Re: וואס באדייט די ווארט?
וואס מיינט "גיגית"?
די מלמדים פלעגן טייטשן "פאס" (כפה עליהם הר כגיגית). אבער דאכט זיך אז היינט וואלט מען עס ענדערש געניצט אלס "שיסל". וואס ווייסט דער עולם דערוועגן?
----
@סענסיטיוו, איך בין אויף דיין זייט...
די מלמדים פלעגן טייטשן "פאס" (כפה עליהם הר כגיגית). אבער דאכט זיך אז היינט וואלט מען עס ענדערש געניצט אלס "שיסל". וואס ווייסט דער עולם דערוועגן?
----
@סענסיטיוו, איך בין אויף דיין זייט...
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
Re: וואס באדייט די ווארט?
גרשון האט געשריבן:כפה עליהם הר כגיגית
פירש רש"י (שבת פח.) קוב"א, (ע"ז ב:) קופ"א
= cuve (אוצר לעזי רש"י)
= tank, vat, tub, cistern (גאגע"ל)
- איינס
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 18800
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
- פארבינד זיך:
Re: וואס באדייט די ווארט?
אייוועלט?
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם!
- איינס
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 18800
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
- פארבינד זיך:
Re: וואס באדייט די ווארט?
איינס האט געשריבן:אייוועלט?
ביז היינט האט דאס געמיינט: איי וועלט, מיין וועלט
אבער היינט האט דאס באקומען א נייע משמעות: איי איז דאס א וועלט!
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם!
- אוראייניקל
- רב הצעיר תשפ"ד
- תגובות: 17019
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 21, 2019 9:05 am
Re: וואס באדייט די ווארט?
או יאמר..
איי איז ביצה
וועלט איז עולם
ביצה+עולם איז גימר\טריא פונקט "מקו"ה בני"ם"!!
איי איז ביצה
וועלט איז עולם
ביצה+עולם איז גימר\טריא פונקט "מקו"ה בני"ם"!!