להודות האט געשריבן:הגות תבונות האט געשריבן:אינו\איננו, אינה\איננה
איננו איננה - לשון תורה
אינו אינה - לשון חכמים
כ'וועל דיר יעצט איינמאל דאנקען, און ס'וועט שוין זיין אויף לעתיד אויכעט. מסודר?
די אחראים: יאנאש,אור המקיף,אחראי,געלעגער
להודות האט געשריבן:הגות תבונות האט געשריבן:אינו\איננו, אינה\איננה
איננו איננה - לשון תורה
אינו אינה - לשון חכמים
טעארעטישע פאקטן האט געשריבן:אױף טרעק 14 ויהיו זרעי, זינגט יענקי דאסקאל ״ותּחזק״ את לבבם, מיט אַ פתח תּ', סקומט נישט פארקערט? ״ותחזק״ מיט א שוא ת' און פתח ח'?
די ערשטע טײטשט לכאורה ״און האלט אן זײער הארץ״ לתורה ועבודה, די צװײטע איז א בקשה ״און זאלסט שטארקן זײער הארץ", עפ״ז איז די צװײטע מער ריכטיג,
מ׳בעט דאך א תפילה דער באשעפער ״זאל שטארקן״ ענדערש װאו ״אנהאלטן״ נישט אזױ?
גרשון האט געשריבן:האט עס א פשט צו שרייבן "מייאש" אדער "מייבם" מיט צוויי י'?
גרשון האט געשריבן:מייבם
קאַטשעלאַב האט געשריבן:ידידי אדער ידידיי
להודות האט געשריבן:גרשון האט געשריבן:מייבם
אזוי איז געדרוקט כמה פעמים אין גמרא, ופשוט אז עס איז נישט מער ווי א סימן אז מ'זאגט ארויס די י'.
ועיין גמ' ע"ז דף ט' תנא תוספאה לפירוש הערוך.
גרשון האט געשריבן:ס'הייסט אלזא אז מ'טרעפט אז א י' זאל משמש זיין א פתח? פארוואס שטייט נישט "מיאבם", אזוי ווי א סך אנדערע ווערטער?
סענסיטיוו האט געשריבן:"אורייתא" אדער "ברייתא"
להודות האט געשריבן:סענסיטיוו האט געשריבן:"אורייתא" אדער "ברייתא"
כל הספרים מלאים מזה.
די כוונה איז ווי איך האב פריער געשריבן.
גרשון האט געשריבן:שנית און שניה
להודות האט געשריבן:גרשון האט געשריבן:ס'הייסט אלזא אז מ'טרעפט אז א י' זאל משמש זיין א פתח? פארוואס שטייט נישט "מיאבם", אזוי ווי א סך אנדערע ווערטער?
נישט א פתח נאר די כפל איז א סימן אז דא ווערט ארויסגעזאגט די י' און עס איז נישט א סימן לחירק וצירי.
אזוי אויך 'כוונה', איז די כפל נישט א קמץ נאר א סימן אז די ו' איז נישט א חולם ומלאפום.
צולייגן אן א' איז נישט אין לשה"ק ווערטער נאר אין אראמיש.
(ועיין רש"י כתובות דף ס"ט ע"ב ד"ה ינחם כתיב ובריטב"א, ומה שביאר המו"ל בסוף ספר הדקדוק לרמח"ל.)
גרשון האט געשריבן:מצלחת
להודות האט געשריבן:גרשון האט געשריבן:מצלחת
איז יא א ווארט - לשון נקבה פון "איש מצליח". נאך אן אופן איז מצליחה.
"שעה מצלחת" שטייט אין רש"י עירובין דף י"ג ע"ב ד"ה שעה עומדת לו.
מצליח קען זיין א פועל עומד אדער יוצא (עיין רד"ק יהושע א ח).
[אפשר איז דומה לזה "שעה משחקת".]
אין גמרא איז דא "נכסיו ונכסינו מוצלחים"; אויף שעה ווייס איך נישט.
גרשון האט געשריבן:מוצלחת
להודות האט געשריבן:גרשון האט געשריבן:מוצלחת
האסט געשטעלט די פראגע אונטער "לשון הקודש דקדוק" און צו דעם דארף מען קוקען אין ספרים. וואס מענטשען רעדן אינו ענין לזה.
מיר איז פשוט דערווייל אז מצלחת איז ריכטיגער אין לשה"ק, און צוליב דעם האב איך געצייכענט דער פסוק מיט רד"ק צו פארשטיין וואס מצליח (אפילו הפעיל) איז בלשה"ק, ולכשתבין זה תבין אויך דער מעגליכער צושטעל פון משחקת, נאר יעצט קען איך נישט מער מסביר זיין.
ואמר תצליח שהוא פועל יוצא ואף על פי שאין ההצלחה ביד האדם, לפי שבשמרו מצות ה' ובשכרם תבוא לו ההצלחה הרי הוא כאילו מצליח דרכו. או יהיה תצליח פועל עומד ויהיה את דרכיך כמו בדרכיך.