אינטערעסאנטע ווערטער אין דער אידישער דיקשאנערי

די אחראים: יאנאש,אור המקיף,אחראי,געלעגער

סקאראמוטשי
שר חמש מאות
תגובות: 595
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אוגוסט 24, 2019 10:52 pm

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סקאראמוטשי »

אחת ואחת האט געשריבן:
Yang2020 האט געשריבן:
גרשון האט געשריבן:כ'האב היינט געזען גאר אן אינטערעסאנטן, אלט אידישן אויסדרוק: ס'האט נישט די ווערד [פון] קיין אויסגעבלאזן איי.

איינער ווייסט דער פשט דערפון?

איך מיין אז דאס נוצט בעיקר ווען עפעס וואלט געקענט אויסקוקן ווי עס האט די ווערד, און מען איז מדגיש אז עס האט נישט. ווי "אלע זיינע צוזאגעכצער זענען נישט ווערט קײן אויסגעבלאזן אײ"
מען פלעגט אמאל מאכן קליינע לעכער אין רויע אייער און אויסבלאזן דאס אינהאלט, און פארבן די שאלעכץ, עס צו נוצן פאר נוי סוכה אד"ג.
דאס אויסגעבלאזן איי איז טאקע זייער שיין, אבער ווערט גרינג צעקראכט ווי א זייפנבלאז.

(דער פשט איז בלויז מיין השערה)

אינטערעסאנט צוצולייגען איך האב אמאל געהערט אז ווען מען נעמט אן רויע אייער, מען מאכט א לאך פון אויבן און מען בלאזט אויז דאס אינהאלטץ דערנאך לייגט מען עס ארויס פארטאגט אין פעלד, און נאך די טוי פארקלעבט מען די לאך. וועט די אייער ארויפגיין צוזאמען מיט די טוי. איך האב עס אבער קיינמאל נישט פראבירט, און איך נעם נישט קיין אחריות

עס איז א רש"י אין חומש, אויף ותעל שכבת הטל (שמות ט"ז י"ד), וז"ל: כשהחמה זורחת עולה הטל שעל המן לקראת החמה, כדרך טל עולה לקראת החמה. אף אם תמלא שפופרת של ביצה טל, ותסתום את פיה, ותניחה בחמה, היא עולה מאליה באויר.
ת'יפסק ש'יחות פּ'אליטיק א'ינסופיים
אוועטאר
אחת ואחת
שר שלשת אלפים
תגובות: 3665
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 09, 2018 12:01 pm
לאקאציע: אין קרעטשמע

Re: Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אחת ואחת »

סקאראמוטשי האט געשריבן:
אחת ואחת האט געשריבן:אינטערעסאנט צוצולייגען איך האב אמאל געהערט אז ווען מען נעמט אן רויע אייער, מען מאכט א לאך פון אויבן און מען בלאזט אויז דאס אינהאלטץ דערנאך לייגט מען עס ארויס פארטאגט אין פעלד, און נאך די טוי פארקלעבט מען די לאך. וועט די אייער ארויפגיין צוזאמען מיט די טוי. איך האב עס אבער קיינמאל נישט פראבירט, און איך נעם נישט קיין אחריות

עס איז א רש"י אין חומש, אויף ותעל שכבת הטל (שמות ט"ז י"ד), וז"ל: כשהחמה זורחת עולה הטל שעל המן לקראת החמה, כדרך טל עולה לקראת החמה. אף אם תמלא שפופרת של ביצה טל, ותסתום את פיה, ותניחה בחמה, היא עולה מאליה באויר.

איך האב אויך אזוי געדענקט ווען איך האב עס געשריבען אבער וויבאלד איך האב נישט געדענקט ווי די רש"י איז האב איך עס נישט דערמאנט.
פרוטה ופרוטה מצטרפת לחשבון גדול
אוועטאר
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5072
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: אינטערעסאנטע ווערטער אין דער אידישער דיקשאנערי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרשון »

די מאה-דעה -- די עסטעבלישמענט.

א צוקער-זיסער אויסדרוק. צייטונג שרייבערס ווערן געבעטן עס צוריקצוברענגען.
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
אוועטאר
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5072
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרשון »

דיזע ערצעלונג האט געשריבן:אקעי איך פאנג אן.

וויאזוי זאגט מען Ladybug אין אידיש?

"משה רבינו'ס קיעלע."

אגב, אויף עברית רופט מען עס אויך "פרת משה רבינו"

כ'וואונדער זיך פון וואנעט דער אויסדרוק נעמט זיך. ווער קען מיך העלפן.

איך זע אז במשך 14 יאר האט נאר קיינער נישט געענטפערט...

ויקימילון זאגט אז ס'קומט פונעם רוסישן נאמען אויף דער חיה'לע, "בוזשיאַ קאַראָווקאַ" (бо́жья коро́вка), וואס מיינט "גא-ט'ס קליינע קו". און נישט ווילנדיג דערמאנען גא-ט'ס נאמען פאר אזא נישטיגקייט, האט מען עס געטוישט צו משה רבינו. ענליך שרייבט איינער דא. וואס א לעידיבאג האט מיט א קו ווייסט איין גא-ט.

אינטערעסאנט איז א צווייטער נאמען צו וועלכן דער לעידבאג האט זוכה געווען אין אידיש: "משיח'ל." (וויל איך דא מגלה דעת זיין, אז כאטש איך האף אויף משיח, זענען לעידיבאגס נישט וועלקאם ביי מיר.)

ויקימילון ברענגט אויך א "רמז", אז דאס קליין רויט באשעפעניש פארמאגט זיבן שווארצע פינטלעך. דאס צייגט אויף די זיבן פרה אדומה'ס וואס מ'האט געמאכט דורכאויס דער היסטאריע, ווי ס'ווערט געברענגט אין משנה (פרה פ"ג).

איך האלט נישט ביים קויפן די טעאריע.
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
אוועטאר
שר התורה
שר חמש מאות
תגובות: 567
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 04, 2021 2:25 pm
לאקאציע: בין הרשב''א, להריטב''א,

Re: אינטערעסאנטע ווערטער אין דער אידישער דיקשאנערי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שר התורה »

היערארכיע (מיט צוויי ריש'ן?)
איז א ווארט וואס איך האב נאר פון א יאר צוויי אנגעהויבן צו זעהן,
'תורה הוא' וללמוד אני צריך.
אוועטאר
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5072
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: אינטערעסאנטע ווערטער אין דער אידישער דיקשאנערי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרשון »

שר התורה האט געשריבן:היערארכיע (מיט צוויי ריש'ן?)

יא, ס'איז גוט אויסגעלייגט. אין ענגליש hierarchy.

"ארכיע" באדייט פירערשאפט (ווי אין גמרא "ריכא" אדער "אריוך"): מאנארכיע = א יחיד וואס פירט. אנארכיע = ס'זאל נישט זיין קיין פירערשאפט; היערארכיע = א סיסטעם פון מדריגות אין פירערשאפט איינס העכער דער צווייטער.

גרשון האט געשריבן:

ייש'כ גרשון ביזט א מייסטער,
'תורה הוא' וללמוד אני צריך.
אוועטאר
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5072
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: אינטערעסאנטע ווערטער אין דער אידישער דיקשאנערי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרשון »

אוודאי אזוי. אין דער צייט וואס דו ביסט דיך מייגע אויף תורה, ליג איך אויסגעצויגן מיט א בוך...
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
אוועטאר
היסטאריש
שר שלשת אלפים
תגובות: 3985
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 27, 2021 4:20 pm
פארבינד זיך:

Re: אינטערעסאנטע ווערטער אין דער אידישער דיקשאנערי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היסטאריש »

ספעלט זיך נישט הירעארכיע?
די פאַרגאַנגענהייט איז פאַקטיש געשען, אָבער היסטאָריע איז בלויז וואָס עמיצער האָט אַראָפגעשריבן.
אוועטאר
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5072
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: אינטערעסאנטע ווערטער אין דער אידישער דיקשאנערי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרשון »

ניין.
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
אוועטאר
קאַטשעלאַב
שר מאה
תגובות: 111
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 23, 2021 7:31 am

Re: אינטערעסאנטע ווערטער אין דער אידישער דיקשאנערי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאַטשעלאַב »

גרשון האט געשריבן:
שר התורה האט געשריבן:היערארכיע (מיט צוויי ריש'ן?)
איז א ווארט וואס איך האב נאר פון א יאר צוויי אנגעהויבן צו זעהן,

יא, ס'איז גוט אויסגעלייגט. אין ענגליש hierarchy.

"ארכיע" באדייט פירערשאפט (ווי אין גמרא "ריכא" אדער "אריוך"): מאנארכיע = א יחיד וואס פירט. אנארכיע = ס'זאל נישט זיין קיין פירערשאפט; היערארכיע = א סיסטעם פון מדריגות אין פירערשאפט איינס העכער דער צווייטער.

גרשון, wow!
אוועטאר
חידוש נפלא
שר שבעת אלפים
תגובות: 7185
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 22, 2009 10:03 pm

Re: אינטערעסאנטע ווערטער אין דער אידישער דיקשאנערי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חידוש נפלא »

תְּהֹמֹת יְסוּבְּמַארִינִי
אטעטשמענטס
Screenshot 2023-06-28 134330.png
Screenshot 2023-06-28 134330.png (64.04 KiB) געזען 156 מאל
שרייב תגובה

צוריק צו “שפראך, גראמאטיק און דקדוק”