אינטערעסאנטע ווערטער אין דער אידישער דיקשאנערי

די אחראים: יאנאש,אור המקיף,אחראי,געלעגער

דיזע ערצעלונג

אינטערעסאנטע ווערטער אין דער אידישער דיקשאנערי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דיזע ערצעלונג »

פון צייט צו צייט באגעגן איך זיך מיט גאר אינטערעסאנטע ווערטער און אויסדרוקן אינעם אידישן ווערטער-בוך. האב איך זיך דערטראכט צו עפענען א וויין-קאמער וואו די חשוב'ע בעלי עגלות און פויערן וועלכע זיצן אין דער קרעטשמע, וועלן קענען אויפברענגען די קאמישע ווערטער מיט וועלכע זיי האבן זיך באגעגנט.

ביטע נאר ברענגען דא אנגענומענע אידישע ווערטער מיט וועלכן איר באגעגנט זיך, און נישט די ניי-אויפגעמאכטע ווערטער מיט וועלכע מאשקע'ס באליבטן וואכנבלאט איז בארימט.

די וואס וועלן אויפברענגען אויפגעמאכטע ווערטער וועלן ארויסרופן אויף זיך מיין צארן, און איך וועל זיי געבן א טאמבס-דאון. איר זאלט נישט זאגן אז כ'האב אייך נישט געווארנט.
דיזע ערצעלונג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דיזע ערצעלונג »

אקעי איך פאנג אן.

וויאזוי זאגט מען Ladybug אין אידיש?

"משה רבינו'ס קיעלע."

אגב, אויף עברית רופט מען עס אויך "פרת משה רבינו"

כ'וואונדער זיך פון וואנעט דער אויסדרוק נעמט זיך. ווער קען מיך העלפן.
אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12672
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאשקע »

העי, די אשכול קומט אין שפראך פארום.
An article a day keeps the babies away
דיזע ערצעלונג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דיזע ערצעלונג »

מאשקע, ווען איך האב געזען דיין חוצפה'דיגן אנטווארט, האב איך דיר צוריקגעשליידערט דאס גאנצע גלעזל משקה וואס דו האסט מיר נארוואס סערווירט - אין פנים אריין. ;p1;

האב איך דיר געפרעגט וואס צו טאן? דאס איז מיין וויין-קאמערל און אז דו ווילסט נישט אויסהערן מיינע בויך-קרעמפן טראג זיך אפ פון דאנעט. :twisted:

אקעי, כ'האב עס נישט געמיינט אזוי ערנסט. אבער פארוואס האסטו מיר נישט געזאגט אז ס'איז דא אזא זאך ווי א שפראך פארום, ווען דו האסט מיר געגעבן דעם טור אין דער קרעטשמע? יעצט וועט עס שוין מוזן בלייבן דא.
אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12672
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאשקע »

דיזע ערצעלונג האט געשריבן:מאשקע, ווען איך האב געזען דיין חוצפה'דיגן אנטווארט, האב איך דיר צוריקגעשליידערט דאס גאנצע גלעזל משקה וואס דו האסט מיר נארוואס סערווירט - אין פנים אריין.

מופרך מעיקרא. כאדיר קיינמאל נישט געגעבן קיין משקה.

דיזע ערצעלונג האט געשריבן:האב איך דיר געפרעגט וואס צו טאן? דאס איז מיין וויין-קאמערל

הא גופא קאשע. האסט געפרעגט איינעם רשות צו עפענען א וויין קאמער דא? עמי בבית? ס'ארא מין חופצה איז דאס?

דיזע ערצעלונג האט געשריבן:אבער פארוואס האסטו מיר נישט געזאגט אז ס'איז דא אזא זאך ווי א שפראך פארום, ווען דו האסט מיר געגעבן דעם טור אין דער קרעטשמע? יעצט וועט עס שוין מוזן בלייבן דא.

לאו דוקא. וועסט דיך איבערצייגן אז אין קרעטשמע איז דא אזא זאך ווי "מזיז" זיין אן אשכול צו אן אנדערן פארום.
אבער נישט יעצט, נאר ווען די חברה וועלן אויפשטיין.
An article a day keeps the babies away
דיזע ערצעלונג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דיזע ערצעלונג »

ליסן, האסט מיר שוין אפגע'הרג'עט דאס גאנצע וויין-קאמערל מיט דיין "טשיט טשעט" אהין און צוריק, טא ס'וועט שוין נישט אויסמאכן וואו זיי מזיז'ן עס. ס'איז חרוב ונחרב.

מיין פלאן האט זיך נישט אויסגעארבעט, אז נישט איז נישט.

אבי מ'לעבט.
אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12672
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאשקע »

ח"ו. נעם דיך נישט צום הארצן. אז דו וועסט פארלאנגען וועט מען אפילו אראפנעמען די לעצטע פאר תגובות און ארויפפירן דעם אשכול אויף די שינעס. ס'דארף צו זיין זייער אן אינטרעסאנטע טעמע.
An article a day keeps the babies away
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

און דאס ווייסטו שוין יא, פארוואס די אמעריקאנע ניסלעך המכונים פינאט"ס רופן זיך "משה רבינו ניסלעך"?
דיזע ערצעלונג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דיזע ערצעלונג »

מען רופט עס נישט משה רבינו ניסלעך נאר "רבי ניסלעך"

און פארוואס דאס איז אזוי ווייס איך טאקע אויך נישט. אפשר פרעגט איינער אן ביים מעלות.
אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14263
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

און וואס איז מיט די 'חכם פון מה נשתנה' ?

אמער, ער איז בכלל נישט אין מה נשתנה, ער איז אין עבדים היינו ?
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
דיזע ערצעלונג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דיזע ערצעלונג »

אגב, די דייטשע דיקשאנערי זע איך רופט פלינאטס: "ערדנוס".

ס'הערט זיך בעסער, און איז מסתמא מער פארלעסליך.

דער באוואוסטער אידישער שפראך-קענער אוריאל וויינרייך רופט פלינאטס "סטאשקע" און פלינאנטבאדער רופט ער "סטאשקע שמיר", אבער אסאך אידישיסטן רייסן אים אראפ און זאגן אז דאס איז נישט דער ריכטיגער אפטייטש. זיי זאגן אז אין ווילנע האט מען גערופן פינאטבאדער "נוס-פוטער". דאס קלינגט טאקע סאך בעסער.
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

דיזע ערצעלונג האט געשריבן:מען רופט עס נישט משה רבינו ניסלעך נאר "רבי ניסלעך"

און פארוואס דאס איז אזוי ווייס איך טאקע אויך נישט. אפשר פרעגט איינער אן ביים מעלות.


די סיבה פארוואס עס ווערט אנגערופן "משה רבינו ניסלעך" האב איך געהערט, ווען ווען דו עפענס אויף דעם ניסל ביים שפאלט, וועסטו טרעפן ביים אויבערשטן שפיץ דערפון א צורה פון א כמו מענטש מיט א בארד...
אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14263
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

קרעמער האט געשריבן:
דיזע ערצעלונג האט געשריבן:מען רופט עס נישט משה רבינו ניסלעך נאר "רבי ניסלעך"

און פארוואס דאס איז אזוי ווייס איך טאקע אויך נישט. אפשר פרעגט איינער אן ביים מעלות.


די סיבה פארוואס עס ווערט אנגערופן "משה רבינו ניסלעך" האב איך געהערט, ווען ווען דו עפענס אויף דעם ניסל ביים שפאלט, וועסטו טרעפן ביים אויבערשטן שפיץ דערפון א צורה פון א כמו מענטש מיט א בארד...


דו מיינסט צו זאגן ענליך צו דעם מענטש וואס איך האב ארויפגעלייגט די בילדער פון יציאת מצרים ?
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

איך רעד פון דעם:
אטעטשמענטס
20060314114156_peanut.jpg
20060314114156_peanut.jpg (67.37 KiB) געזען 9958 מאל
אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12672
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאשקע »

קרעמער, הערליך. איז דאס א חלק פון די בארד וואס יענטאאש האט געטראפן אין די גמרא, כידוע די באוואוסטע מעשה?
An article a day keeps the babies away
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

די קרעדיט קומט זיך פאר גוגעל בילדער, און די בילד איז טאקע גראפישער ווי איך האב געוואלט..
אוועטאר
ערנסטער
שר חמש מאות
תגובות: 583
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 30, 2007 11:23 am
לאקאציע: פון יעהופעץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ערנסטער »

דיזע ערצעלונג האט געשריבן:דער באוואוסטער אידישער שפראך-קענער אוריאל וויינרייך רופט פלינאטס "סטאשקע" און פלינאנטבאדער רופט ער "סטאשקע שמיר"

ס'איז פשוט א רוסישע (אוקראינישע/פוילישע) ווארט (אין א קורצע פארעם). "פינאטס" אויף רוסיש איז "פיסטאשקע".
די וואָר הענגט אויף א האָר
דיזע ערצעלונג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דיזע ערצעלונג »

א דאנק ערנסטער.
אוועטאר
סאכדעס
שר שלשים אלף
תגובות: 31438
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאכדעס »

איך האף אז דיזער האט פון דעם גענומען א ראי' על הכלל כולו יצא.
פקודתו פון התאחדות שמרה רוחי!
דיזע ערצעלונג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דיזע ערצעלונג »

ווארט פון דער וואך!

ווער האט שוין געהערט דאס ווארט "האצעפלאץ", און ווער ווייסט וואו מען נוצט עס?

אקעי, איך האב נישט צופיל צייט די וואך (וועגן דעם האב איך בכלל נישט צופיל געשריבן) אבער נעקסטע וואך וועל איך האבן מער צייט, וועל איך עס דיסקאסן מער.
אוועטאר
מעסטערמיינד
שר האלף
תגובות: 1514
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 5:35 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מעסטערמיינד »

האצע"נ"פלאץ אדער האצעפלאץ?
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

ביי אונז פלעגט מען זאגן האצענפלאץ.

איך ווארט אויף א ביאור דערויף פון דיזע_ערצעלונג (אגב, די גאנצע אשכול באלאנגט אין שפראך פורום)
אוועטאר
יאנאש
שר עשרת אלפים
תגובות: 15319
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 28, 2006 8:40 pm
לאקאציע: וואו בינעך טאקע?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאנאש »

לויט ווי ווייט מיין קענטעניש גייט, איז דאס א נאמען פון א פלאץ, וואס מען ניצט ווען מען וויל פארשיקן איינעם זאגט מען אים גיי דיר קיין האצענפלאץ.
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

נו, ברויך מען דאך אבער פארשטיין במה זכתה האצענפלאץ אהינצושיקן כל צרוע וכל זב, און האפענטליך וועט דאס ערקלערט ווערן מיט דיזע_ערקלערונג.
אוועטאר
abimlaibt
שר שלשת אלפים
תגובות: 3855
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 25, 2006 3:48 pm
לאקאציע: נישט קיין נפק"מ איך זיך ממילא א נייע ס'פלאץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך abimlaibt »

זאל ער שוין אויך זאגען פארוואס מ'שיקט קיין "האנאלאלא" פארוואס פונקט אהין?
וויזוי מ'לעבט איז געלעבט. אבי מ'קלעיבט.
שרייב תגובה

צוריק צו “שפראך, גראמאטיק און דקדוק”