וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

די אחראים: יאנאש,אור המקיף,אחראי,געלעגער

אוועטאר
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5065
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרשון »

פראקטיש האט געשריבן:דאקטוירים. וויאזוי איז אריינגעקומען דער לה"ק'דיגע לשון רבים ביי א אידישע ווארט.

אויב לשון יחיד איז דאקטאר, וואלט נישט די לשון רבים ענדערש געזאלט זיין דאקטארס? דאקטארן?

און א מ' רעדט שוין, ווען איז א ענדע ן א לשון רבים, ווען א ס, און ווען א ר, ווען א ך?, ס'האט א כלל?

געציילטע ביישפילן

אקסן, שטירן, מענטשן, טעלעפאנען, באנען, קארן, טירן, פרויען, יונגען, וועלטן.

זיידעס, באבעס, באבקעס, פלאמבערס, עלעקטארישנס, פראסקעס, באלבס, באמבעס, בירנעס, טראקס, טראסקעס, געטועכטס, געפארעכטס.

פלעצער, אייער, איך קען נישט געדענקען וואס נאך אבער איך גלייב ס'איז דא.

עפלעך, קאפלעך, בענקלעך, לעפלעך, גאפלעך, לעמעלעך, קיכעלעך, קיעלעך, קעצעלעך. טייפנדיג כאפ איך מיך אז קען זיין אויב דאס ווארט ענדיגט זיך מיט א ל דאמאלטס לייגט מען צו דעם ך עס צו מאכן פאר א לשון רבים.

קען איינער אויסקלארן די כללים?

ס'האט געוויסע כללים, איך געדענק נישט יעצט אויסנווייניג. ווי די נאטור ביי שפראך וועלן די כללים נישט דעקן יעדעס ווארט, אבער א גרויס חלק ווערטער יא.

-עך איז נישט נאך יעדע ל', נאר ווען דער ל' איז פאר א דימינוטיוו, צב"ש בענקלעך, קאפלעך, קיכעלעך. סתם ווערטער וואס ענדיגן זיך מיט א ל' וועלן האבן אין לשון רבים -ען: גאפלען, שיסלען, הימלען, שליסלען. עפל בלייבט עפל בלשון רבים.

-----
בנוגע קאמפאנירן/קאמפאזירן: דאס וואס דו שרייבטס איז טאקע דער טעות ביי היימישע שרייבערס. היות ס'האט זיך אזוי געפירט אז אונזער ליטעראטור איז היבש נאכגעלאזט, דעריבער ווען א שרייבער דארף א ווארט, וועט ער עס נעמען פון ענגליש. ער וועט זיך נישט נעמען די מי צו זוכן אויב אידיש פארמאגט דערויף א לעגיטים ווארט. דאס איז גורם א פארקערטע רעאקציע, אז מאנכע זאלן קלערן אז יעדע "בעסערע" ווארט שטאמט פון ענגליש. ס'איז לגמרי נישט אזוי -- אידיש במקורה איז רייך, זאפטיג, און פארמאגט אפילו גראמאטישע כללים.

איך האב געפרעגט די שאלה פון קאמפאנירן/קאמפאזירן נישט ווייל איך ווייס נישט ווי אזוי מ'זאגט אין אידיש. דאס אמת'ע אידישע ווארט פאר compose איז קאמפאנירן (=צוזאמשטעלן; גלייך ווי "קאמפאני" אז א צוזאמגעשטעלטע געזעלשאפט). נאר למעשה האבן פוילע שרייבערס קאפירט דאס ענגליש ווארט אריין צו אידיש. מיין שאלה איז געווען צו הערן ווי אזוי דער עולם שפירט באקוועם.

ס'קוקט אויס ווי דו ביסט א נייער שרייבער. ס'איז גוט צו וויסן אז ס'איז היינט זייער גרינג צו נאכזוכן אלטע אידישע טעקסטן און שעפן אינפארמאציע אויף אונזער מאמע-לשון.
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
פראקטיש
שר חמשת אלפים
תגובות: 5517
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2020 5:47 pm

תגובה דורך פראקטיש »

גרשון האט געשריבן:

זייער שיין. איך האב געוואוסט אז מיר נוצן א ל' ממעט צו זיין אבער כ'האב נישט געוויסט אז אז ס'איז דא א ווארט דערויף "דימינוטיוו".

איך וואלט געוואלט וויסן מער כללים איבער לשון רבים אין אידיש. האסט היפש פארענטפערט אבער נישט אלעס.

בנוגע די צימישעניש פון ענגליש/אידיש איז אן אלטע דעבאטע צווישן די אידילאגן וועלכע גלייבן די "ריכטיגע" שפראך און די פרגמאטן וואס גלייכן צו נוצן ווערטער וואס די ליינער פארשטייען.

אלץ "שמא קא גרים" גלייך איך וואס איז מער 'פראקטיש', אבער פארט באדערט מיך ווען ס'פארט ארויס פון קאנטראל.
אוועטאר
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5065
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרשון »

האב איך פונקט געהאלטן אינמיטן דאס שרייבן פאר חבקוק'ן. ס'האט א שייכות אהער.

מיט דער תגובה שפיר איך זייער קאנפידענט, וויסנדיג אז דא וועט מיר @חבקוק לאזן מיט'ן לעצטן ווארט.
חבקוק האט געשריבן:

צום ערשט, שפראך איז טאקע א קאמוניקאציע מיטל, אבער אין דער זעלבער צייט זוכן מענטשן דערין קונסט (art). פונקט ווי מוזיק איז א מיטל צו ווערן פרייליך, אבער די וואס פארשטייען צו מוזיק, וועלן נישט צופרידן זיין פון הערן סיי וועלכן מוזיק געצייג און וועלן ערווארטן אז די מוזיק זאל זיין קלאסיש אהערגעשטעלט.

איך רעד שוין נישט פון ליטערארישע ווערק, ווי פאעזיע אד"ג, וואס דער גאנצער ציל איז דער קונסט שבו. אבער אפילו א פשוט'ער ארטיקל וואס איז דא פאר זיין אינפארמאציע, קען מען אויך הנאה האבן פונעם עצם ליינען, דורכדעם וואס ס'איז גוט און רייך געשריבן.

נאך א נקודה, ס'איז נישט אינגאנצן ריכטיג אז מ'פארשטייט זיך אפילו מ'שרייבט סיי ווי אזוי. ס'איז קלאר אז כללים ביים שרייבן ביישטייערן זייער א סך צו פארשטיין דאס געשריבענע ווארט. אפשר ביים שרייבן אויף אייוועלט איז נישט קיין גרויסע תורה די אלע זאכן, איך רעד אבער מער פון פראפעסיאנעלע געשרייבעכצער.

בנוגע פארדרייען שפראכן, ס'איז זיכער ריכטיג אז א שפראך מעג זיך טוישן. נישט נאר ס'מעג, נאר ס'ליגט א שטארקער חן און זאפט אין די היימישע אויסדרוקן און ווערטער, וועלכע האלטן זיך אוודאי אין איין טוישן. די אמעריקאנער אידן פארמאגן די זעלבע רעכט צו אריינברענגען ענגלישע ווערטער אין אידיש ווי די פוילישע אידן מיט זייערע סלאווישע ווערטער. אבער אין דער זעלבער צייט גלייכן נישט אזעלכע וואס האבן ליב א שפראך ווען מ'טוישט א ווארט על לא דבר.

"באפעלקערונג" איז א געשמאק אידיש ווארט, און ס'איז נישט דא קיין סיבה עס צו פארטוישן מיט'ן ענגליש קלינגענדן "פאפולאציע", וואס באדייט גענוי דאס זעלבע. אפילו אין מינדליכער שפראך וועלן מענטשן זיך ענדערש האלטן צו באפעלקערונג ווי צו פאפולאציע. פון דער צווייטער זייט וואלט איך למשל ליב געהאט "סווינגען" אדער "מופן" אויפ'ן ארט פון "הוידען" און "זיך ציען".
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
פראקטיש
שר חמשת אלפים
תגובות: 5517
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2020 5:47 pm

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פראקטיש »

גרשון האט געשריבן:האב איך פונקט געהאלטן אינמיטן דאס שרייבן פאר חבקוק'ן. ס'האט א שייכות אהער.

זייער גוט.

סוכ"ס זאגס דאך אליין אז אין געוויסע פעלער "גלייכסטו" סווינגען ווי איידער דאס ריכטיגע ווארט.

דאס ברענגט אונז צום פראגע וואס איז די ציל פונעם שריפט? וועם וויל מען באאיינדרוקן? ווען מ'ווייסט דאס, קען מען גלייך באשליסן וויאזוי "מ'וויל/דארף" שרייבן.

אויב ס'איז אן אדווערטייזמענט אדער א מעלדונג ווי דו ווילסט שטארק יענער זאל עפעס וויסן זאלסטו - אזוי גוט - זיין און עס שרייבן די וועג וואס יענער גלייכט און וועט דאס לייכט פארשטיין. אויב שרייבסט פאר די ציל פון האבן געשריבן א זאפטיגע ארטיקל ווי שרייבערס גייען דיר ווייזן דעם פינגער, דאן האלט דיך צו זייער סטאנדארד. א.א.וו..

די ביישפיל פון מוזיק גלייך איך. איך לאך צומאל ווי די שפילער אדער זינגער לייגט אריין קאפ און מוח פון די מוזיק כאילו איינער הערט איצט אויס אן אלבוים. די מוזיק ביי א שמחה איז צו אויפהייטערן דעם עולם. ס'איז א מיטל נישט דער ציל. 99% פונעם זאל וויל טאנצן און דער מוזיק איז די מיטל דערצו.

קיינער פאקוסט נישט אויף די קונסטליכע קאורטס אדער הארמאני. פון די אנדערע זייט שרייען די מבינים "דו פארשטייסט נישט? דא ליגט דאך מורא'דיגע ארבעט".

מסכים, מארגן ווען איך הער מוזיק אין קאר וועל איך זיין אינטערסירט אויף די ארט, איצט ביי א חתונה וויל איך טאנצן.

דאס זעלבע איז איבעראל. זיין 'פראקטיש' וויסן די ציל און זיך האלטן דערצו.
אוועטאר
חבקוק
שר עשרת אלפים
תגובות: 11919
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 21, 2020 5:32 pm
לאקאציע: אין פארברענגען...

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חבקוק »

גרשון, זייער קלאר מסביר געווען, כאב פארשטאנען יעדעס ווארט.

בעיקר נעם איך ארויס די משל פון מוזיק, ס'זייער א גוטע דוגמא פארוואס טאקע ס'שטערט פאר געוויסע מענטשן און פארוואס מען דארף יא מדייק זיין.

און אזויווי פראקטיש זאגט ברענגט עס טאקע גוט ארויס ווען ס'וויכטיג צו שרייבן פראפעסיאנאל און ווען נישט.

(און כדי שלא יחסר המזג של חבקוק;

פונקט ווי גרשון האט ליב ספעלינג ארט, האב איך ליב דעיע ארט:

:lol: :lol: :lol: )...
ת'תרבה ש'יחות פ'ארברענגען א'ינסופיים...
אוועטאר
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5065
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרשון »

פראקטיש האט געשריבן:סוכ"ס זאגס דאך אליין אז אין געוויסע פעלער "גלייכסטו" סווינגען ווי איידער דאס ריכטיגע ווארט.

דאס ברענגט אונז צום פראגע וואס איז די ציל פונעם שריפט? וועם וויל מען באאיינדרוקן? ווען מ'ווייסט דאס, קען מען גלייך באשליסן וויאזוי "מ'וויל/דארף" שרייבן.

אויב ס'איז אן אדווערטייזמענט אדער א מעלדונג ווי דו ווילסט שטארק יענער זאל עפעס וויסן זאלסטו - אזוי גוט - זיין און עס שרייבן די וועג וואס יענער גלייכט און וועט דאס לייכט פארשטיין. אויב שרייבסט פאר די ציל פון האבן געשריבן א זאפטיגע ארטיקל ווי שרייבערס גייען דיר ווייזן דעם פינגער, דאן האלט דיך צו זייער סטאנדארד. א.א.וו.

ס'איז נישט ממש אזוי. איך וואלט נישט באצייכנט אז איך גלייך סווינגען ווי איידער דעם ריכטיגן ווארט, נאר אז סווינגען איז דאס ריכטיגע ווארט.

ווי געזאגט, שפראכן האלטן זיך אין איין טוישן. פארוואס זאל מען זיך בלייבן סווינגען אויף אן אלט ווארט וואס קיינער ניצט נישט ביים רעדן? ס'איז סך לאגישער זיך צו מופן צום נייעם ווארט וואס איז געקומען במקומו!

פון דער צווייטער זייט דארף מען אכטונג געבן ס'זאל זיין פראפעסיאנעל. צב"ש נישט אזוי שנעל אריינלאזן ווערטער וואס קלינגען זייער ענגליש, סיידן מ'מוז צוקומען צו זיי און/אדער מ'פירט דורך א גירות פראצעדור. דא קומט אריין דער שמועס איבער "פאפולאציע".

געווענליך איז פראפעסיאנעליזם ביים שרייבן נישט דווקא אז אנדערע "מבינים" זאלן עס אנערקענען, נאר אפילו דער ליינער קרייז גלייכט שיינע סחורה. אין אידיש איז עס, צום באדויערן, אביסל אנדערש, אבער איך גלייב ס'איז נאך אלץ דא גענוג א גרויסער ציבור וואס גלייכט ליטעראטור. ס'איז קלאר דא א חילוק צווישן פארמעלער און אומפארמעלער שריפט, א שטייגער ווי אייוועלט, אבער רעקלאמעס (וי"א אדווערטייזמענטס) זענען מסתמא אין דער קאטעגאריע פון פארמעל.
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
אוועטאר
קלאָצקאָפּ
שר עשרת אלפים
תגובות: 10225
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm
לאקאציע: ערגעץ אנדערש

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלאָצקאָפּ »

גרשון, וואויל געזאגט!
אוועטאר
צו געזונט
שר שבעת אלפים
תגובות: 7049
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש נאוועמבער 21, 2009 6:24 pm
לאקאציע: חשש גילוי

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צו געזונט »

או יאמר...

אידיש איז באזירט אויף א הויפט שפראך און אויך אויף געאגראפישע צילן.

די לאנד אוואו מען האט געוואוינט האט פון אלעמאל אן געהאט א היבש ביסל איינפלוס אויף די אידיש וואס איז דארט גערעדט געווארען. דער פוילישער אידיש האט ווערטער (לאמיר נישט רעדן פון אויסדרוקען) וואס איז ווייט נישט פערשטאנען געווארען אין די דויטשע אידיש (יא, דאס זיינען אויך דארט געווען צוויי בעזונדערע שפראכען) און דער מאדיאר האט צומאל בכלל נישט געקאנט פערשטיין דעם אידיש פון דעם רוסישן איד וואס איז אריינגעפאלען צו זיי אין שטעטל.

די הויפט ווערטער זיינען איבעראל די זעלבע. צ.ב.ש. יא, ניין, גיי, קום, או נאך. אבער לאמיר נעמען טרעפ, שטיגען מיט די צימער אדער שטוב, און מען וועט זעהן אז עס האט נאך פילע דערהערן וואס האט געהאט מיט די פלאץ פון וואו מען שטאמט.
לערנט אייך אויס סקול באס סעיפטי. דאן פראקטיצירט עס מיט אייערע קינדער.
צו קאנען בעיסיק ערשטע הילף איז נישט א אויסוואהל. עס איז א מוז פאר יעדע טאטע, מאמע און ערוואקסענער.

בקשר צו סטאנציע און דאס ווארט שטאנד דערינען.

א סטאנציע איז נישט א שטאנד ארט. עס איז א פלאץ פון וואו מען ווערט געשיקט ווייטער פאר סיי ועלכע אורזאך. פאליציי שטאנציאן? מען רופט אריין און מען שיקט איינעם זיך אומקוקען אויב מען דארף עפעס טוהן. פון א באן שטאנציאן שיקט מען ארום באנען ימה וקדמה צפונה וגבה. א ארבייטער אין א פייער שטאנציאן איז אייביג גרייט אוועקצוגיין.

די שטאנד טייל פון וואס מען רעדט, קלעבט זיך מער צו א באזע
לערנט אייך אויס סקול באס סעיפטי. דאן פראקטיצירט עס מיט אייערע קינדער.
צו קאנען בעיסיק ערשטע הילף איז נישט א אויסוואהל. עס איז א מוז פאר יעדע טאטע, מאמע און ערוואקסענער.
אוועטאר
מאראליש
שר חמישים ומאתים
תגובות: 329
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 23, 2021 2:11 pm

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאראליש »

איז דא א ווארט אין אידיש פאר obsessed
אוועטאר
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5065
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרשון »

מאראליש האט געשריבן:איז דא א ווארט אין אידיש פאר obsessed

אבסעסירט. ס'איז געשמאקער צו מאכן דערפון א זאכווארט -- "ער האט אן אבסעסיע," אנשטאט, "ער איז אבסעסירט."

נאך א ווארט צו ניצן, "ער איז משוגע לדבר אחד."
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
אוועטאר
מאראליש
שר חמישים ומאתים
תגובות: 329
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 23, 2021 2:11 pm

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאראליש »

גרשון האט געשריבן:
מאראליש האט געשריבן:איז דא א ווארט אין אידיש פאר obsessed

אבסעסירט. ס'איז געשמאקער צו מאכן דערפון א זאכווארט -- "ער האט אן אבסעסיע," אנשטאט, "ער איז אבסעסירט."

נאך א ווארט צו ניצן, "ער איז משוגע לדבר אחד."

אדאנקע
אוועטאר
קנאפער ידען
שר החסד
תגובות: 30697
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו ג-ט ב"ה וויל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קנאפער ידען »

גרשון האט געשריבן:נאך א ווארט צו ניצן, "ער איז משוגע לדבר אחד."

דאכטצעך אז "משוגע לאותו דבר" איז דער מער באקאנטע ווערסיע דערפון. (א שפריכווארט וואס ווערט שוין דערמאנט אין חובת התלמידים.)
"אייער צופרידנהייט, מיין הנאה." -מיך אליינס...

נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין פאר עפעס דא קען מען מיר צושיקן א לינק דערצו אין אימעיל [email protected]
אוועטאר
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5065
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרשון »

קנאפער ידען האט געשריבן:
גרשון האט געשריבן:נאך א ווארט צו ניצן, "ער איז משוגע לדבר אחד."

דאכטצעך אז "משוגע לאותו דבר" איז דער מער באקאנטע ווערסיע דערפון. (א שפריכווארט וואס ווערט שוין דערמאנט אין חובת התלמידים.)

ריכטיג.
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
פראקטיש
שר חמשת אלפים
תגובות: 5517
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2020 5:47 pm

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פראקטיש »

צו געזונט האט געשריבן:או יאמר...

אידיש איז באזירט אויף א הויפט שפראך און אויך אויף געאגראפישע צילן.

די לאנד אוואו מען האט געוואוינט האט פון אלעמאל אן געהאט א היבש ביסל איינפלוס אויף די אידיש וואס איז דארט גערעדט געווארען. דער פוילישער אידיש האט ווערטער (לאמיר נישט רעדן פון אויסדרוקען) וואס איז ווייט נישט פערשטאנען געווארען אין די דויטשע אידיש (יא, דאס זיינען אויך דארט געווען צוויי בעזונדערע שפראכען) און דער מאדיאר האט צומאל בכלל נישט געקאנט פערשטיין דעם אידיש פון דעם רוסישן איד וואס איז אריינגעפאלען צו זיי אין שטעטל.

די הויפט ווערטער זיינען איבעראל די זעלבע. צ.ב.ש. יא, ניין, גיי, קום, או נאך. אבער לאמיר נעמען טרעפ, שטיגען מיט די צימער אדער שטוב, און מען וועט זעהן אז עס האט נאך פילע דערהערן וואס האט געהאט מיט די פלאץ פון וואו מען שטאמט.

און דא קומט אריין וואס מ'האט שוין אויבן דערמאנט. וואס איז די ציל פון שריפט און שפראך אין אלגעמיין? וואס איז דער ציל פון די אידישע שפראך?

ווי איך פארשטיי איז אידיש נישט ווי א צווייטע נאך א שפראך (קאמינוקאציע-געצייג) אויף די ליסטע נאר ענדרעש אלץ אן הבדלה-געצייג.

ס'טייטש די אורזאך פארוואס מיר רעדן די שפראך איז כדי זיך נישט צוזאמישן מיט'ן גואישן קולטור, נישט מיטהאלטן וואס דארט גייט פאר, לעבן איינזאם און אפגעטיילט עד יעבר זעם.

אין א געוויסן זין, האבן די וואס שרייבן אידיש צום עולם א העכערן ציהל אנצוהאלטן די אידישע שפראך נישט אלץ יודישיסטן, נישט אלץ לאימיות אדער דאס ליבשאפט צו שפראך, נאר צי האלטן דעם שה אחת אפגעטיילט פון די שבעים זאבים ביז דער אויבערשטער וועט זיך מרחם זיין.

קומט אויס אז זיין גערעכט אדער אויסגעהאלטן קען גאר זיין אין קעגנזאץ צום ציהל. אויב באנוצט מען זיך מיט ווערטער אין אידיש וואז איז אויסגעהאלטן פאר פראפעסענאלן אבער דערווייטערט דעם עמך-איד פון עס גרינג פארשטיין, קען דאס גורם זיין דאס פארקערטע גאר פונעם ציהל.

אויב בין איך גערעכט קען זיין אז ס'איז ווי מער אויסגעהאלטן ציי שרייבן א לויזע אידיש לויט וויאזאוי מ'רעיד אינדערהיים און אין די גאס ווי איידער אן אויסגעהאלעטענע.

אין "דער איד" נישט לאנג צוריק איז געשטאנען אויף די FDA, האט ער עס גערופן די אמעריקע'ס שפייז און מעדיצין אגענטור.

לדעתי איז דאס א גרויסע טעות, נישט אזוי האט מען עס באהאנדלט און די פריערדיגע דורות. מ'האט געלאזט לש"ק ווערטער און די גוי'אישע ווערטער אריינקומען אינעם שפראך אויף א וועג וויאזוי דער עולם רעדט "תמיד" אינעם טאג-טעגליכן סדר היום.

איבערטייטשן FDA און FAA אדער WHO (וו.ג.א) צו ריין אידיש איז א גרויסע טעות (נישט א פארדריסליכע גרייז....)

מ'רופט עס FDA און לאז עס אזוי. העכסטנס זיי מסביר פארוואס ס'הייסט אזוי. טויש נישט נאמען פון קיין שום אגענטור. ס'איז אפשר מער אויסגעהאלטן שפראך-ווייז, ס'אבער נישט אידיש'ליך.
אוועטאר
קאַטשעלאַב
שר מאה
תגובות: 111
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 23, 2021 7:31 am

תגובה דורך קאַטשעלאַב »

גרשון, איר רעדט צום זאך!
אוועטאר
קאַטשעלאַב
שר מאה
תגובות: 111
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 23, 2021 7:31 am

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאַטשעלאַב »

פראקטיש, ס'איז פארהאן נאך א חלק צו א שפראך, דאס איז די מהלך פון די שפראך. דער חלק מאכט גאר אסאך אויס ווען ס'קומט צו אימפאטירן ווערטער פון אנדערע שפראכן. איך מיין אז דאס איז געווען גרשון'ס כוונה דא:
גרשון האט געשריבן:בנוגע פארדרייען שפראכן, ס'איז זיכער ריכטיג אז א שפראך מעג זיך טוישן. נישט נאר ס'מעג, נאר ס'ליגט א שטארקער חן און זאפט אין די היימישע אויסדרוקן און ווערטער, וועלכע האלטן זיך אוודאי אין איין טוישן. די אמעריקאנער אידן פארמאגן די זעלבע רעכט צו אריינברענגען ענגלישע ווערטער אין אידיש ווי די פוילישע אידן מיט זייערע סלאווישע ווערטער. אבער אין דער זעלבער צייט גלייכן נישט אזעלכע וואס האבן ליב א שפראך ווען מ'טוישט א ווארט על לא דבר.

"באפעלקערונג" איז א געשמאק אידיש ווארט, און ס'איז נישט דא קיין סיבה עס צו פארטוישן מיט'ן ענגליש קלינגענדן "פאפולאציע", וואס באדייט גענוי דאס זעלבע. אפילו אין מינדליכער שפראך וועלן מענטשן זיך ענדערש האלטן צו באפעלקערונג ווי צו פאפולאציע. פון דער צווייטער זייט וואלט איך למשל ליב געהאט "סווינגען" אדער "מופן" אויפ'ן ארט פון "הוידען" און "זיך ציען".

און דא:
גרשון האט געשריבן:פון דער צווייטער זייט דארף מען אכטונג געבן ס'זאל זיין פראפעסיאנעל. צב"ש נישט אזוי שנעל אריינלאזן ווערטער וואס קלינגען זייער ענגליש, סיידן מ'מוז צוקומען צו זיי און/אדער מ'פירט דורך א גירות פראצעדור. דא קומט אריין דער שמועס איבער "פאפולאציע".

געווענליך איז פראפעסיאנעליזם ביים שרייבן נישט דווקא אז אנדערע "מבינים" זאלן עס אנערקענען, נאר אפילו דער ליינער קרייז גלייכט שיינע סחורה. אין אידיש איז עס, צום באדויערן, אביסל אנדערש, אבער איך גלייב ס'איז נאך אלץ דא גענוג א גרויסער ציבור וואס גלייכט ליטעראטור. ס'איז קלאר דא א חילוק צווישן פארמעלער און אומפארמעלער שריפט, א שטייגער ווי אייוועלט, אבער רעקלאמעס (וי"א אדווערטייזמענטס) זענען מסתמא אין דער קאטעגאריע פון פארמעל.

בקיצור, ס'איז נישט קיין פראבלעם צו גנב'נען ווערטער פון אנדערע שפראכן, ס'איז א פראבלעם צו מישן מהלכים. כדי מגייר צו זיין ווערטער דארף מען גוט ארויסהאבן די מהלך פונעם ספעציפישן שפראך.

[א דוגמא דערצו, דו מעגסט פאראידישן "ספעציפיש" אבער האלט זיך צו די אידישע כללים און ענדיג מיט א ן' ווען עס פעלט אויס.]
לעצט פארראכטן דורך קאַטשעלאַב אום מאנטאג מאי 24, 2021 2:07 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
קאַטשעלאַב
שר מאה
תגובות: 111
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 23, 2021 7:31 am

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאַטשעלאַב »

פראקטיש האט געשריבן:

אויב בין איך גערעכט קען זיין אז ס'איז ווי מער אויסגעהאלטן ציי שרייבן א לויזע אידיש לויט וויאזאוי מ'רעיד אינדערהיים און אין די גאס ווי איידער אן אויסגעהאלעטענע.

איבערטייטשן FDA און FAA אדער WHO (וו.ג.א) צו ריין אידיש איז א גרויסע טעות (נישט א פארדריסליכע גרייז....)

מ'רופט עס FDA און לאז עס אזוי. העכסטנס זיי מסביר פארוואס ס'הייסט אזוי. טויש נישט נאמען פון קיין שום אגענטור. ס'איז אפשר מער אויסגעהאלטן שפראך-ווייז, ס'אבער נישט אידיש'ליך.

צוויי נקודות דארפן קלארגעשטעלט ווערן. איינס, די איבערזעצונג פון 'פארדריסליכע גרייז' צו 'גרויסע טעות', האט נישט אין זיך קיין שום חיסרון מצד שפראך, מ'קען שרייבן אזוי און מ'קען שרייבן אזוי, איינער וואס שרייבט 'גרויסע טעות' האט געשריבן א פיינעם אידיש. די פראבלעם הייבט זיך אן ווען די איבערזעצונג איז אומריכטיג.

צוויי. די מציאות אז א פראפעסיענאל געשריבן ארטיקל ליינט זיך צומאל שווער, האט נישט מיטן אידישן שפראך דירעקט, דאס איז א מציאות וואס מ'זעט ביי אלע שפראכן צוגלייך. קיינער הייבט נישט אן ליינען "עמי" ווייל "דער איד" ליינט זיך שווער, די "עמי" ליינט זיך שווערער.

ולסיום, וו.ג.א. ווערט געשריבן דורך שרייבער שלא שמשו כל צרכן, שרייבער וואס פארשטייען נישט דאס וואס גרשון האט אויבן געשריבן. די שרייבער וואלטן אויך איבערגעזעצט וואקסין צו אימיוניזאציע איינשפריץ, ס'איז זיי פשוט נאכנישט איינגעפאלן...
פראקטיש
שר חמשת אלפים
תגובות: 5517
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2020 5:47 pm

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פראקטיש »

קאַטשעלאַב האט געשריבן:
פראקטיש האט געשריבן:

אויב בין איך גערעכט קען זיין אז ס'איז ווי מער אויסגעהאלטן ציי שרייבן א לויזע אידיש לויט וויאזאוי מ'רעיד אינדערהיים און אין די גאס ווי איידער אן אויסגעהאלעטענע.

איבערטייטשן FDA און FAA אדער WHO (וו.ג.א) צו ריין אידיש איז א גרויסע טעות (נישט א פארדריסליכע גרייז....)

מ'רופט עס FDA און לאז עס אזוי. העכסטנס זיי מסביר פארוואס ס'הייסט אזוי. טויש נישט נאמען פון קיין שום אגענטור. ס'איז אפשר מער אויסגעהאלטן שפראך-ווייז, ס'אבער נישט אידיש'ליך.

די שרייבער וואלטן אויך איבערגעזעצט וואקסין צו אימיוניזאציע איינשפריץ, ס'איז זיי פשוט נאכנישט איינגעפאלן...

;l;p-
אוועטאר
היכי תמצא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5922
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2020 4:23 pm

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היכי תמצא »

פראקטיש האט געשריבן:
צו געזונט האט געשריבן:או יאמר...

אידיש איז באזירט אויף א הויפט שפראך און אויך אויף געאגראפישע צילן.

די לאנד אוואו מען האט געוואוינט האט פון אלעמאל אן געהאט א היבש ביסל איינפלוס אויף די אידיש וואס איז דארט גערעדט געווארען. דער פוילישער אידיש האט ווערטער (לאמיר נישט רעדן פון אויסדרוקען) וואס איז ווייט נישט פערשטאנען געווארען אין די דויטשע אידיש (יא, דאס זיינען אויך דארט געווען צוויי בעזונדערע שפראכען) און דער מאדיאר האט צומאל בכלל נישט געקאנט פערשטיין דעם אידיש פון דעם רוסישן איד וואס איז אריינגעפאלען צו זיי אין שטעטל.

די הויפט ווערטער זיינען איבעראל די זעלבע. צ.ב.ש. יא, ניין, גיי, קום, או נאך. אבער לאמיר נעמען טרעפ, שטיגען מיט די צימער אדער שטוב, און מען וועט זעהן אז עס האט נאך פילע דערהערן וואס האט געהאט מיט די פלאץ פון וואו מען שטאמט.

און דא קומט אריין וואס מ'האט שוין אויבן דערמאנט. וואס איז די ציל פון שריפט און שפראך אין אלגעמיין? וואס איז דער ציל פון די אידישע שפראך?

ווי איך פארשטיי איז אידיש נישט ווי א צווייטע נאך א שפראך (קאמינוקאציע-געצייג) אויף די ליסטע נאר ענדרעש אלץ אן הבדלה-געצייג.

ס'טייטש די אורזאך פארוואס מיר רעדן די שפראך איז כדי זיך נישט צוזאמישן מיט'ן גואישן קולטור, נישט מיטהאלטן וואס דארט גייט פאר, לעבן איינזאם און אפגעטיילט עד יעבר זעם.

אין א געוויסן זין, האבן די וואס שרייבן אידיש צום עולם א העכערן ציהל אנצוהאלטן די אידישע שפראך נישט אלץ יודישיסטן, נישט אלץ לאימיות אדער דאס ליבשאפט צו שפראך, נאר צי האלטן דעם שה אחת אפגעטיילט פון די שבעים זאבים ביז דער אויבערשטער וועט זיך מרחם זיין.

קומט אויס אז זיין גערעכט אדער אויסגעהאלטן קען גאר זיין אין קעגנזאץ צום ציהל. אויב באנוצט מען זיך מיט ווערטער אין אידיש וואז איז אויסגעהאלטן פאר פראפעסענאלן אבער דערווייטערט דעם עמך-איד פון עס גרינג פארשטיין, קען דאס גורם זיין דאס פארקערטע גאר פונעם ציהל.

אויב בין איך גערעכט קען זיין אז ס'איז ווי מער אויסגעהאלטן ציי שרייבן א לויזע אידיש לויט וויאזאוי מ'רעיד אינדערהיים און אין די גאס ווי איידער אן אויסגעהאלעטענע.

אין "דער איד" נישט לאנג צוריק איז געשטאנען אויף די FDA, האט ער עס גערופן די אמעריקע'ס שפייז און מעדיצין אגענטור.

לדעתי איז דאס א גרויסע טעות, נישט אזוי האט מען עס באהאנדלט און די פריערדיגע דורות. מ'האט געלאזט לש"ק ווערטער און די גוי'אישע ווערטער אריינקומען אינעם שפראך אויף א וועג וויאזוי דער עולם רעדט "תמיד" אינעם טאג-טעגליכן סדר היום.

איבערטייטשן FDA און FAA אדער WHO (וו.ג.א) צו ריין אידיש איז א גרויסע טעות (נישט א פארדריסליכע גרייז....)

מ'רופט עס FDA און לאז עס אזוי. העכסטנס זיי מסביר פארוואס ס'הייסט אזוי. טויש נישט נאמען פון קיין שום אגענטור. ס'איז אפשר מער אויסגעהאלטן שפראך-ווייז, ס'אבער נישט אידיש'ליך.

די ביסט מוראדיג גערעכט. איך וויל טאקע צולייגן: איבערצוטייטשן דאס גאנצע נאמען פון א רעגירונג אגענטור איז נישט מסתבר בכלל דאס צו טאן אפילו פון א בלויזן אידיש שטאנדפוקט. רוב אמעריקאנער ווייסט דען וואס די ר"ת איז פאר? אפילו גרויסע פאליטיקאנטן זאגן נאר CIA, FDA, FBI, ATF, CDC און אפיציעלע דרשות. מ'זאגט נישט די פולע נעמען. אפילו אויף לעגאלע דאקומענטן שרייבט מען נאר איינמאל דער פשט פון די ר"ת און נאכדעם שרייבט מען נאר די ר"ת. ענגלישע צייטונגען, מאגאזינען, בריוון, ביכער, שרייבן אלע נאר די ר"ת. צו וואס דארף מען אין אידיש איבערציען דאס שטריקל? מ'טיישט שוין אויך איבער UTA(די מוסדות)? אין געוויסע פעלער קען מען פשוט צומישט ווערן, למשל CDC stands for Center for Disease Control and Prevention, אבער ס'נישט דא קיין P אין אין די ר"ת. אז מ'וועט שרייבן דער גאנצע נאמען ספעציעל אין אידיש וואו אזוי פארשטייט מען פון וואסערע ר"ת מ'רעדט דא?
אוועטאר
זאג א גוטס
שר שלשת אלפים
תגובות: 3277
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 08, 2018 3:36 pm

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זאג א גוטס »

אינפילטרירן אדער אינפילטירן?
אוועטאר
קנאפער ידען
שר החסד
תגובות: 30697
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו ג-ט ב"ה וויל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קנאפער ידען »

זאג א גוטס האט געשריבן:אינפילטרירן אדער אינפילטירן?

אינפילטרירן
"אייער צופרידנהייט, מיין הנאה." -מיך אליינס...

נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין פאר עפעס דא קען מען מיר צושיקן א לינק דערצו אין אימעיל [email protected]
אוועטאר
היכי תמצא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5922
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2020 4:23 pm

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היכי תמצא »

אפאר פראגעס, און ווער ס'קען מיר ענטפערן וועל איך דאנקבאר זיין:

וואו אזוי זאגט מען Kudos אויף אידיש?

וואו אזוי זאגט מען Versus אין אידיש (like vitamins versus medications)

וואו אזוי זאגט מען allegations?
אוועטאר
אסדר לסעודתא
שר עשרת אלפים
תגובות: 11191
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אסדר לסעודתא »

היכי תמצא האט געשריבן:אפאר פראגעס, און ווער ס'קען מיר ענטפערן וועל איך דאנקבאר זיין:

וואו אזוי זאגט מען Kudos אויף אידיש?

וואו אזוי זאגט מען Versus אין אידיש (like vitamins versus medications)

וואו אזוי זאגט מען allegations?

א. קודאס. כל הכבוד. איך שטעל מיך אויף פאר דיר.

ב. קעגן.

ג. באשולדיגונגען. טענות.
דער קאמפייןאיז שוין פארריבער, אבער מיינע ארטיקלעןזענען נאך מעגליך אקטועל
אוועטאר
צו געזונט
שר שבעת אלפים
תגובות: 7049
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש נאוועמבער 21, 2009 6:24 pm
לאקאציע: חשש גילוי

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צו געזונט »

קודאס איז ליבערשט זיך "פערנייגען" מיט עהרע
לערנט אייך אויס סקול באס סעיפטי. דאן פראקטיצירט עס מיט אייערע קינדער.
צו קאנען בעיסיק ערשטע הילף איז נישט א אויסוואהל. עס איז א מוז פאר יעדע טאטע, מאמע און ערוואקסענער.
שרייב תגובה

צוריק צו “שפראך, גראמאטיק און דקדוק”