טעראפי: הצלת הדור אדער חורבן עולם?

פסיכאלאגיע און מעדיצינען

די אחראים: זייער נייגעריג,אחראי,thefact

טעראפי: הצלת הדור אדער חורבן עולם?

נאר הצלת הדור
32
11%
נאר חורבן עולם
24
9%
רוב הצלה מיעוט חורבן
122
44%
מיעוט הצלה רוב חורבן
102
36%
 
סך הכל שטימען: 280

איבערלעבער
שר חמש מאות
תגובות: 725
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 20, 2021 1:43 pm

טעראפי: הצלת הדור אדער חורבן עולם?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איבערלעבער »

בס"ד

ביטע נישט מיט הענט.
טעראפי: הצלת הדור אדער חורבן עולם?
אסאך שיינע הארציגע אישיס איז געקומען צופליען פון די תגובה עיין שם. זעהט אויס אסאך קלוגע ווארימע מענטשן האבן הנאה פון הרב מי אדיר עיין שם. נישט נאר איך.

קודאס צו הרב מי אדיר. באמת א הערליכע שיינע ארבייט.

ענטפערענדיג די ווארימע אישיס בין איך אביסעל צושמאלצן געווארן פון די ווארעמקייט, און איך וויל עס אויסשמועסן ברבים מיט מי אדיר און מיט על הכל

וז"ל ווארעמע אישי אחד.......

און צו דיך @הרב_איבערלעבער,
חזק ואמץ איך האב זיך היינט ס'ערשטער מאל אגעטראפן מיט דיין אשכול (דורך די לינק אינעם נארסיסיטש'ן אשכול), איך בין בטבע נישט קיין מענטש וואס ווערט איבערגענומען פון געפילן וכדו', אבער כ'האב נישט געקענט ענדיגן צו ליינען דיינע באשרייבונגען פון גרויס מיטלייד, און אויך בין איך מוראדיג נתפעל געווארן פון דיין הויפענעס אמונה און חיזוק וואס די גיסט צאם דארט,

זאל דיך די באשעפער אויף רעכטן גאר בקרוב מיט אלעס וואס פעלט זיך אויס, און דיין אייגענע זכות צוזאמען מיט דיינע זכות אבות זאל דיך ביישטיין צום גוטן, אמן.
עכ"ל

מיין צושמאלצענע ענטפער וז"ל
לגבי די קארטל אי"ה מארגן איז פיין. יישר כח יישר כח.

לגבי די התפעלות וואס די דערמאנסט.

איך הער איך הער.

איך ווער נתפעל פון זיך אליין אסאך מאהל. כהאב נישט קיין אנונג וויאזוי איך טראג עס אריבער און איך האלט זיך נארמאל.

סיסקע רב זאגט מען וואלט געדארפט מאכן א יום תפילה אפצושרייען די גזירה פון ביפידי.

איך מיין אז שולדיג איז די גויישע גאס ביי אונז אידן. דאס איינרעדעניש אז טעראפי איז הצלת הדור. די אמת איז אז טעראפי איז די חורבן הדור. מאז טעראפי איז געווארן ביי אונז א גייענדע זאך איז די נפש געגאנגען מטה מטה.

מיין ערפארונג האט מיר געוויזן אז אלע (זיכער מער ווי 8 בסך הכל) גרויסע און קליינע טעראפיסטן (אויסער איינער, זעה שפעטער) וואס האבן מיר כלומרישט געוואלט העלפן (איך ווייס נישט צו איך זאל וויינען אדער לאכן)..
א. דארפן א רפואה כשלעצמם, פארריקטע מענטשן, חוץ פון א דעגרי ווייסען זיי גארנישט מחייכון ומיוצייכון. אליין מיט די עיביסי'ס.
ב. זיי האבן תיכף געוואלט שפרינגען צו צוטיילן די שטוב. בעת דער אייבירשטער לאזט אויסמעקן זיין נאמען פאר שלום בית פון א פרוי וואס האט עובר געווען נאך קנאה וסתירה.
ג. זיי האבן תיכף געראטן צו רופן די באערדע און מסרן און איינשפארן די מאמע פון מיינע קינדער, נאר א גוי קען דאס אנטראגן. (די תירוץ איז געווען אז זיי מוזן אזוי זאגן ווייל אויב נישט קענען זיי פארלירן די לייסענס).
ד. זיי האבן מיר שטיל געמאכט, זאג מיר נישט אז זי שרייט ווייל דאס איז דאמעסטעק ווייעלענס, איך וועל עס דארפן ריפארטן אלס טשיילד אביוז.
ה. זיי זענען נישט געווען אינטערעסירט אין מיר העלפן. ניין און ניין. נאר געווען אינטערעסירט אין די סעשאן און אין די זייגער.
ה. אה אנטשולדיגט ו. ווען איך האב איינגעזעהן איינס ביי איינס נאך עטליכע סעשאנס פארברענגען מיט זיי און אויפגעהערט גיין צו זיי, האבן זיי אפילו נישט געפרואווט אויפצוהייבן דאס טרייבל פרעגן וואס מאכסטו איז אלעס אלרייט? א. (ז.?) ווייל זיי האבן געזעהן דא זיצט א מענטש וואס פאלט נישט פאר זייער אויסגעביגעלטע בעלוינעס. ב. ווייל זיי האבן געטראפן גענוג נערנים וואס פאלן צו די איינרעדענדע עדווערטייזמענטס. זיי פיהלן אהן זייער לאנגווייליגער טאג און די טאשען מיט סעשאנס, איינרעדענדיג זיך אז זייער ישועה וועט קומען פון דעם אפיס מיט פלעקס פון קאלידש.

( דער איינער וואס האט יא געהאט געמאכט א גוטע רושם מיט א תורהדיגע אויסזעהן, דהיינו כאטש א געלערנטער אבער א תלמיד חכם מופלג (געקאסט 500 א שעה רח"ל) האט מיר געצהט צו דינגען א צווייטע דירה פאר שווערע זמנים איך האב זיך עס נישט געקענט ערלויבן)

איך בין אנגעקומען צו א תורהדיגע מהלך, מיט מיין ראש ישיבה, מיין רב, מיין תלמיד חכם מיין יועץ.

》אמת מען מיטשעט זיך נאך אבער גאלד קעגן וואס עס איז געווען. די עיקר פראבלעם איז יעצט חובות. עס איז מוציא את האדם מדעתו. אז דאס ווערט מסודר בין איך אלרייט בס"ד. זי קען עס נישט איבערטראגן. רוב נארמאלע פרויען קענען אויך נישט. 》

אונזער שורש פון אונזער פראבלעם בדורינו אנו איז אז די אידישע מענטשהייט איז געגאנגען לערנען חכמת חיים ביי די גוים אנשטאט פון די תורה.

די (אומ)מענטשהייט וואס האט זיך געלערנט אין קאלעדש און גייט מיט שמאלע הויזן, זיי מעגן זיי קענען, און זיי האבן די קראדענדטשעלס צו העלפן ערליכע אידן מיט ראט און טאט אין די הייקעלסטע ענינים. חינוך שלום בית עצות הדרכות השקפה וכולי וכולי. זיי בלאזן אריין זעלבסט זיכערקייט וכו' (זיי זעלבסט האט קיין זיכערקייט כלל וכלל) בו בעת די מיט די ש"ס מונח בקופסא עבודת השם איז נר לרגלם האבן נישט קיין ווארט אויף אונז.

אין די נישט לאנגע פארגאנגענהייט איז א שלום בית פראבלעם געלעזט געווארן ביים רבין ביים ראש ישיבה ביים רב ביים תלמיד חכם ביים מגיד שיעור.

היינט ביים סמארטפויניסטישער מיניסטער מיט א דוקטוראט.

בכלל די גאנצע מושג און איינרעדעניש אז מען דארף זעלבסט זיכערקייט בו בעת אלע ספרים זענען פארנומען מיט אקוראט דאס קאפויער. מען דארף זיין בעניוות נישט בגאות.

שוין עניוועי. די נקודה איז מען דארף ליארעמען אלע אונזערע מוסדות (איך בין דארט איך זעה עס בחוש) וואס ערלויבן די חינוך זאל ווערן צוביסלעך איבערגענומען פון קאלידש גראדואירטע איטערנעט אויסווארפן מיט געביגעלטע סוטס און געקעמטע בערד (דהיינו ביי די וואס האבן נאך). וכן ביי די מיידלעך (איך הער עס). עס איז א שאנדע.

מען לערנט נישט אויס די אידן זיך צו פירן ווי אידן. מען לערנט אויס אידן צו זיין אידן ווי די גוים זענען גוים. חכמה בגוים תאמין תורה בגוים אל תאמין.

טאף לאק. עס וועט גארנישט העלפן. א מלמד וואס מיטשעט זיך פאר 40 אלפים א יאהר (ער מעג שוין מאכן מער) און שטייט אויף פארטאגס און לערנט פארן דאווענען און איז אין קלאס 9 אזייגער און זינגט מיט די קינדער מה טובו אוהליך יעקב קען מער אריינבאקן תורה און יראת שמים און לעבנסטגליק אין די קינדער ווי א אויסגעשאקלטער לולב געביגעלטער כאסידישע קאלעדש אינגערמאן מיט צוויי (אפיציעל נישט גענוצט אין פארנט פון די תלמיד, נאר לצורך פרנסה קען דכר תלמיד מאכן דארט א טעראפי שפיל), סמארטפונס (די גרעסער איז אויפן טיש, די קלענערע אין די האנט), וואס מאנכע קומען יא אדער נישט געדאווענט 10 אזייגער און נעמט ארויס זיינע קעלבלעך צו מעלקן פאר א סעשאן, און טשארדשן פאר דריי. שוין והבן קי כצארתי... ער גייט אויסלערנען ס'קינד גמרא ווי עס וואלט געווען עפעס א חכמה מיט קאלידש שכל.

א חידוש אז יצא העגל הזה?

זאת ועוד, צענדליגע הוילע לופטיגע עדווערטייזמענטס איז דא וואס פארקויפט די טעראפי שקר. כאילו אזויפיהל מענטשן ווייסן וויאזוי צו פיקסן די מענטשהייט און אויסלערנען צו לעבן מיט שמחת החיים, מער ווי אונזער פולע פאליצעס ספרי מוסר אין אונזער ספרים שאפע. שטותים מיט טשיס לאקשן. זיי דארפן פרנסה וזהו.

עטוואס פארקראכן פון די ענין. צוריק. לבטלה דעתי די שורש ליגט אין די פארנאכלעסיגונג פון אונזער הייליגער חינוך. די שורש ליגט אין דעם ויטוש אלוקה עשהו מען דינט נישט דעם באשעפער.

צוריק מעין הפתיחה דו ווייסט וואס האלט מיר ביים זינען? דער אדון עולם מיט זיין תורה. והוא קלי וחי גואלי, וצור חבלי בעת צרה, והוא ניסי ומנוס לי מנס כוסי ביום אקרא. נישט טעראפי און נישט קאלידש. קאפיטל כה עיין שם. ראה עניי ועמלי. דערפאר בין איך בס"ד אן איבערלעבער.

כאב זיך אביסעלע צולאזט... איך וועל פרובירן צו מאכן צייט צו מסדר זיין די ברוזענדע מחשבות עס זאל אויסזעהן שענער און זיין געשמאק צום ליינען ווי ביי מי אדיר אין אשכול.
לעצט פארראכטן דורך איבערלעבער אום זונטאג יאנואר 15, 2023 11:46 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אפיציעלע חסד פאנד
זייט א יששכר זבולן מיט לימוד התורה טעגליך 10-12 שעה מיט תלמידים
חובות-ת"ת-ישיבה-סקול-בין איש לאשתו
[email protected]Quickpay
ראש הקהל וויכי
המנהל לכאורה
ויושר יליצו בעדנו חיות אש
מער וועלן בעזר השם איבערלעבן קיץ תשפג
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: טעראפי: הצלת הדור אדער חורבן עולם?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

יש טעראפי ויש טעראפיסטן, און אפילו אויף טעראפיסטן וואלט איך אויך נישט געמאכט איין גרויסן קוגל. אבער אין פילע פעלער האסט זיכער א נקודה.
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
באקסער בוים
שר האלף
תגובות: 1859
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 31, 2017 12:41 pm

Re: טעראפי: הצלת הדור אדער חורבן עולם?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך באקסער בוים »

איך קען נישט די ליין, אבער מ׳פילט דיין הארץ אין דיינע שורות, דער בוכ״ע זאל יעדעם אויפרעכטן מיט אלעס גוטס
איך האב בכלל נישט קיין מיינונג איבער די נושא, ס'איז זשאסט געשריבן אין די וועלט אריין.
סמעטענע
שר האלף
תגובות: 1413
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 27, 2020 9:35 pm

Re: טעראפי: הצלת הדור אדער חורבן עולם?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סמעטענע »

מיט נאנט צו 50 יאר צוריק ווען עס האט אנגעהויבן אריינדרינגען דער פראבלעם פון פסיכילאגען האבן די רבנים געשריבן אז דאס ברענגט א חורבן, האבן מיר ווייניג שכל געהאט
332.jpg
332.jpg (35.99 KiB) געזען 2460 מאל
334.jpg
334.jpg (17.67 KiB) געזען 2460 מאל
אוועטאר
יצחק אייזיק
שר תשעת אלפים
תגובות: 9998
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 02, 2020 2:25 pm

Re: טעראפי: הצלת הדור אדער חורבן עולם?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יצחק אייזיק »

די פראבלעם איז פונקט אזוי מיט דאקטוירים. ליידער נוצן מיר קאלידזש גראדואירטע אינטערענט דאקטוירים וואס קיין גרויסע חכמים זענען זיי אויך נישט און אסאך מאל צוטיילן זיי שטיבער רח"ל דורך שיקן איינער פון די עלטערן אדער פון די קינדער אין שפיטאל פאר וואכן אדער חדשים, זיי הייסן די קינדער בלייבן אינדערהיים ווען זיי זענען פארקילט און נישט לערנען קיין תורה היל"ת, ארבעטן אינאיינעם מיט פרויען נורסעס טאג און נאכט און רעדן אריין אין די האקלסטע ענינים פון אונזער לעבן. דארט הייבט זיך אן אלע פראבלעמען.

געשריבן בדרך בדיחותא כמובן, אבער פונקט ווי רפואות הגוף איז פארהאן רפואות וואס אונזערע חכמים האבן אונז נישט אויסגעלערנט, זענען פארהאן רפואות הנפש וואס מ'קען שטודירן און העלפן דערמיט אידישע קינדער, און רוב פון די רפואות קען מען טרעפן א מקור אין ספרים הקדושים.

אויב ס'וואלט געווען אזא ליין פון רבנים און ת"ח וואס קענען העלפן קינדער און עלטערע מיט פראבלעמען, און זיי וואלטן געהאט א הויכע סוקסעס ראטע, וואלט מען כמובן געלאפן צו זיי. יעדער גייט צו ווער ס'קען העלפן. ליידער איז נישט פארהאן צופיל ערליכע אידן וואס זענען עוסק אין דעם דארף מען צוקומען צו ווער ס'איז אוועלעבעל.

די נושא אז מלמדים באקומען ווייניג באצאלט איז זייער ווייטאגליך, אבער ס'איז אויך ווייטאגליך אז חתונה מאכט און רענט קאסט אזויפיל, אבער זיי האבן נישט קיין שייכות אהער.

פעיק זאגט זייער גוט:
פעיק ניוז האט געשריבן:
יש טעראפי ויש טעראפיסטן, און אפילו אויף טעראפיסטן וואלט איך אויך נישט געמאכט איין גרויסן קוגל. אבער אין פילע פעלער האסט זיכער א נקודה.
הנה תגובתי לפניך, קח ולייק
בערגשטיין
שר חמישים ומאתים
תגובות: 333
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 02, 2022 3:16 pm

Re: טעראפי: הצלת הדור אדער חורבן עולם?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בערגשטיין »

וואס האלט דערוילעם מיט וויפל בלעטער גייט די אשקול זיין מארגן נאכט?
אנטלויף נישט פונעם מציאות, קוק עס אין פנים און פארמעסט זיך דערמיט
אוועטאר
מים שלנו
שר חמש מאות
תגובות: 639
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 23, 2014 11:21 pm
לאקאציע: אין פאס

Re: טעראפי: הצלת הדור אדער חורבן עולם?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מים שלנו »

לטהר טמאים לטמא טהורים באומר קדוש

פאר קראנקע קען עס געזינט מאכען, פאר געזינטע קען עס קראנק מאכען.
די תגובה איז געשריבן געווארן בלויז מיטן ציהל להנאות בהם בני אדם יושבי חושך וצלמות און פאר די הינער וואס קוקן אויך אריין...
קרעדיט טריסקער
שאבעלע
שר חמש מאות
תגובות: 899
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 09, 2020 10:12 pm

Re: טעראפי: הצלת הדור אדער חורבן עולם?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאבעלע »

פעיק זאגט גוט.
אויב איך מעג צולייגען, דער זעלבער טעראפיסט קען פאר איינעם זיין א חורבן און פאר א צווייטען א ישועה.
עס איז א האקעלע נושא, וואס האנדעלט מיט דער האקעלסטע אין די בריאה. אבער עס איז זיכער נישט כדאי און ריכטיג צו אזוי אוועקוואשן.

דער אויבערשטער זאל דיר אויפרעכטן, זאלסט האבן א לעכטיג פרייליכע לעבן מיט שלום ושלווה
איבערלעבער
שר חמש מאות
תגובות: 725
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 20, 2021 1:43 pm

Re: טעראפי: הצלת הדור אדער חורבן עולם?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איבערלעבער »

יצחק אייזיק האט געשריבן:
די פראבלעם איז פונקט אזוי מיט דאקטוירים. ליידער נוצן מיר קאלידזש גראדואירטע אינטערענט דאקטוירים וואס קיין גרויסע חכמים זענען זיי אויך נישט און אסאך מאל צוטיילן זיי שטיבער רח"ל דורך שיקן איינער פון די עלטערן אדער פון די קינדער אין שפיטאל פאר וואכן אדער חדשים, זיי הייסן די קינדער בלייבן אינדערהיים ווען זיי זענען פארקילט און נישט לערנען קיין תורה היל"ת, ארבעטן אינאיינעם מיט פרויען נורסעס טאג און נאכט און רעדן אריין אין די האקלסטע ענינים פון אונזער לעבן. דארט הייבט זיך אן אלע פראבלעמען.

געשריבן בדרך בדיחותא כמובן, אבער פונקט ווי רפואות הגוף איז פארהאן רפואות וואס אונזערע חכמים האבן אונז נישט אויסגעלערנט, זענען פארהאן רפואות הנפש וואס מ'קען שטודירן און העלפן דערמיט אידישע קינדער, און רוב פון די רפואות קען מען טרעפן א מקור אין ספרים הקדושים.

אויב ס'וואלט געווען אזא ליין פון רבנים און ת"ח וואס קענען העלפן קינדער און עלטערע מיט פראבלעמען, און זיי וואלטן געהאט א הויכע סוקסעס ראטע, וואלט מען כמובן געלאפן צו זיי. יעדער גייט צו ווער ס'קען העלפן. ליידער איז נישט פארהאן צופיל ערליכע אידן וואס זענען עוסק אין דעם דארף מען צוקומען צו ווער ס'איז אוועלעבעל.

די נושא אז מלמדים באקומען ווייניג באצאלט איז זייער ווייטאגליך, אבער ס'איז אויך ווייטאגליך אז חתונה מאכט און רענט קאסט אזויפיל, אבער זיי האבן נישט קיין שייכות אהער.

פעיק זאגט זייער גוט:
פעיק ניוז האט געשריבן:
יש טעראפי ויש טעראפיסטן, און אפילו אויף טעראפיסטן וואלט איך אויך נישט געמאכט איין גרויסן קוגל. אבער אין פילע פעלער האסט זיכער א נקודה.
לאמיר אפשטויבן דעם רמב"ם ספר יד החזקה ספר המדע הלכות דיעות פרק ב הלכה א
ומה היא תקנת חולי הנפשות ילכו אצל החכמים שהן רופאי הנפשות וירפאו חליים בדעות שמלמדין אותם עד שיחזירום לדרך הטובה.
החכמים בה"א הידועה היינו חכמי ישראל. דאל"כ הול"ל ילך אצל רופאי הנפשות ותו לא.
אפיציעלע חסד פאנד
זייט א יששכר זבולן מיט לימוד התורה טעגליך 10-12 שעה מיט תלמידים
חובות-ת"ת-ישיבה-סקול-בין איש לאשתו
[email protected]Quickpay
ראש הקהל וויכי
המנהל לכאורה
ויושר יליצו בעדנו חיות אש
מער וועלן בעזר השם איבערלעבן קיץ תשפג
איבערלעבער
שר חמש מאות
תגובות: 725
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 20, 2021 1:43 pm

Re: טעראפי: הצלת הדור אדער חורבן עולם?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איבערלעבער »

סמעטענע האט געשריבן:
מיט נאנט צו 50 יאר צוריק ווען עס האט אנגעהויבן אריינדרינגען דער פראבלעם פון פסיכילאגען האבן די רבנים געשריבן אז דאס ברענגט א חורבן, האבן מיר ווייניג שכל געהאט
332.jpg
334.jpg
הלואי קענסטו עס ברענגן נענטער. קאן עס נישט לעזן.
אפיציעלע חסד פאנד
זייט א יששכר זבולן מיט לימוד התורה טעגליך 10-12 שעה מיט תלמידים
חובות-ת"ת-ישיבה-סקול-בין איש לאשתו
[email protected]Quickpay
ראש הקהל וויכי
המנהל לכאורה
ויושר יליצו בעדנו חיות אש
מער וועלן בעזר השם איבערלעבן קיץ תשפג
בערגשטיין
שר חמישים ומאתים
תגובות: 333
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 02, 2022 3:16 pm

Re: טעראפי: הצלת הדור אדער חורבן עולם?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בערגשטיין »

[/quote]
לאמיר אפשטויבן דעם רמב"ם ספר יד החזקה ספר המדע הלכות דיעות פרק ב הלכה א
ומה היא תקנת חולי הנפשות ילכו אצל החכמים שהן רופאי הנפשות וירפאו חליים בדעות שמלמדין אותם עד שיחזירום לדרך הטובה.
החכמים בה"א הידועה היינו חכמי ישראל. דאל"כ הול"ל ילך אצל רופאי הנפשות ותו לא.[/quote]
די רמבם מיינט ברוחניות בכלל נישט פון וואס מרעד דא
אנטלויף נישט פונעם מציאות, קוק עס אין פנים און פארמעסט זיך דערמיט
טאטע העלף
שר מאה
תגובות: 184
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אקטאבער 29, 2016 10:01 pm

Re: טעראפי: הצלת הדור אדער חורבן עולם?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טאטע העלף »

איבערלעבער זייער שיין אין הארציג געשריבן אין זייער שטארקע פוינטס
איבערלעבער
שר חמש מאות
תגובות: 725
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 20, 2021 1:43 pm

Re: טעראפי: הצלת הדור אדער חורבן עולם?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איבערלעבער »

בערגשטיין האט געשריבן:
די רמבם מיינט ברוחניות בכלל נישט פון וואס מרעד דא
פארוואס שרייבט מען אהן בודק זיין?
פארוואס זאל נישט יעדער בחור קענען דעם רמב"ם? איך האב עס געלערנט ביי די 13 15 17 19 .
בסדר איך קען סיי ווי נישט שלאפן. איך הער א שיעור גראדע אין רמב"ם.
לאמיר צוריק אפירנעמען דעם נארוואס אפגעשטויבטע רמב"ם. זשאסט א סעמפל פון די היימטיגע עיביסי
הלכות דעות פרק א הלכה א

דעות הרבה יש לכל אחד ואחד מבני אדם וזו משונה מזו ורחוקה ממנו ביותר.
A. יש אדם שהוא בעל חמה, כועס תמיד,
B. ויש אדם שדעתו מיושבת עליו ואינו כועס כלל, ואם יכעס  יכעס כעס מעט בכמה שנים.
C. ויש אדם שהוא גבה לב ביותר, ויש שהוא שפל רוח ביותר,
D. ויש שהוא בעל תאוה לא תשבע נפשו מהלוך בתאותה,
E. ויש שהוא בעל לב טהור מאד, ולא יתאוה אפילו לדברים מעטים שהגוף צריך להן.
F. ויש בעל נפש רחבה שלא תשבע נפשו מכל ממון העולם, כענין שנאמר: אוהב כסף לא ישבע כסף.
G. ויש מקצר נפשו, שדיו אפילו דבר מעט שלא יספיק לו ולא ירדוף להשיג כל צרכו.
H. ויש שהוא מסגף עצמו ברעב וקובץ על ידו, ואינו אוכל פרוטה משלו אלא בצער גדול,
I. ויש שהוא מאבד כל ממונו בידו לדעתו.
J.K.L.M.N.O.P. ועל דרכים אלו שאר כל הדעות, כגון: מהולל ואונן, וכילי ושוע, ואכזרי ורחמן, ורך לבב ואמיץ לב, וכיוצא בהן.
הלכות דיעות פרק ב הלכה א (הנ"ל)
חולי הגוף טועמים המר מתוק ומתוק מר. ויש מן החולים מי שמתאוה ותאב למאכלות שאינן ראויין לאכילה, כגון העפר והפחם, ושונא המאכלות הטובים, כגון הפת והבשר הכל לפי רוב החולי, כך בני אדם שנפשותיהם חולות מתאוים ואוהבים הדעות הרעות, ושונאים הדרך הטובה ומתעצלים ללכת בה, והיא כבידה עליהם למאד לפי חליים. וכן ישעיהו אומר באנשים הללו: הוי האומרים לרע טוב ולטוב רע שמים חושך לאור ואור לחושך שמים מר למתוק ומתוק למר. ועליהם נאמר: העוזבים ארחות יושר ללכת בדרכי חושך. ומה היא תקנת חולי הנפשות.
ילכו אצל החכמים שהן רופאי הנפשות, וירפאו חליים בדעות שמלמדין אותם עד שיחזירום לדרך הטובה. והמכירים בדעות הרעות שלהם ואינם הולכים אצל החכמים לרפא אותם, עליהם אמר שלמה: חכמה ומוסר אוילים בזו.
לעצט פארראכטן דורך איבערלעבער אום מאנטאג יאנואר 16, 2023 1:10 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אפיציעלע חסד פאנד
זייט א יששכר זבולן מיט לימוד התורה טעגליך 10-12 שעה מיט תלמידים
חובות-ת"ת-ישיבה-סקול-בין איש לאשתו
[email protected]Quickpay
ראש הקהל וויכי
המנהל לכאורה
ויושר יליצו בעדנו חיות אש
מער וועלן בעזר השם איבערלעבן קיץ תשפג
שאבעלע
שר חמש מאות
תגובות: 899
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 09, 2020 10:12 pm

Re: טעראפי: הצלת הדור אדער חורבן עולם?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאבעלע »

איינער האט או סי די זאל ער גיין צו ר' זלמן לייב פילאפף?
אוועטאר
יצחק אייזיק
שר תשעת אלפים
תגובות: 9998
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 02, 2020 2:25 pm

Re: טעראפי: הצלת הדור אדער חורבן עולם?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יצחק אייזיק »

איבערלעבער האט געשריבן:
ילכו אצל החכמים שהן רופאי הנפשות, וירפאו חליים בדעות שמלמדין אותם עד שיחזירום לדרך הטובה. והמכירים בדעות הרעות שלהם ואינם הולכים אצל החכמים לרפא אותם, עליהם אמר שלמה: חכמה ומוסר אוילים בזו.
וואס זענען די טעלעפאן נומערן פון די חכמים וואס נעמען אויף קעיסעס פון מענטל העלט, קריאה פראבלעמען ביי קינדער און שלום בית, און אויך די שעות ווען זיי נעמען אויף?

האקט, גוט.
הנה תגובתי לפניך, קח ולייק
איבערלעבער
שר חמש מאות
תגובות: 725
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 20, 2021 1:43 pm

Re: טעראפי: הצלת הדור אדער חורבן עולם?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איבערלעבער »

שאבעלע האט געשריבן:
איינער האט או סי די זאל ער גיין צו ר' זלמן לייב פילאפף?
איך האב אוי סי די אין מיין טאש. אין מיין בערזעל. און אין מיין באנק. ווער האט געזאגט אז איינער האט עס. וואס איז אוי סי די? די לעבעלינג איז די קרענק. מיין באבע זאגט אינדערהיים האט מען געזאגט אז אן איינרעדעניש איש ערגער ווי א קרענק.
ילך אצל החכמים. דער רמב"ם איז נאך אזוי קלוג געווען. און געזאגט אצל החכמים. וואס? אצל החכמים? אמתדיג? יא שהם רופאי הנפשות.

מענטשן ליידן פאקטיש, זיי דרייען זיך ארום קראנק אן קיין חיות, זיי האבן סימפטאמען וואס נארמאלע מענטשן האבן נישט, די שובבים טעיפס האט אויך נישט געהאלפן, וואס זאלן זיי טון?

די פראבלעמען האבן מיר געמאכט. די רבי אין כתה אלף מיט די טאטע מאמע דארפן זיך לעולם קענען ספראווען דערמיט.
דער טאטע איז ביי די דזאב מיט די פוין די מאמע שאפט מיט א פינטעל דער רבי לויפט צום גמח און דער טעראפיסט נעמט איבער און שארט גאלד. און אין כתה ז כאפט מען זיך ער קען נאכנישט עברי. וואו איז דער טעראפיסט? ער האט געקויפט די דריטע הויז נעכטן. ער טוט שוין נישט אין די ליין.
אפיציעלע חסד פאנד
זייט א יששכר זבולן מיט לימוד התורה טעגליך 10-12 שעה מיט תלמידים
חובות-ת"ת-ישיבה-סקול-בין איש לאשתו
[email protected]Quickpay
ראש הקהל וויכי
המנהל לכאורה
ויושר יליצו בעדנו חיות אש
מער וועלן בעזר השם איבערלעבן קיץ תשפג
אוועטאר
יצחק אייזיק
שר תשעת אלפים
תגובות: 9998
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 02, 2020 2:25 pm

Re: טעראפי: הצלת הדור אדער חורבן עולם?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יצחק אייזיק »

איבערלעבער האט געשריבן:
יצחק אייזיק האט געשריבן:
איבערלעבער האט געשריבן:
ילכו אצל החכמים שהן רופאי הנפשות, וירפאו חליים בדעות שמלמדין אותם עד שיחזירום לדרך הטובה. והמכירים בדעות הרעות שלהם ואינם הולכים אצל החכמים לרפא אותם, עליהם אמר שלמה: חכמה ומוסר אוילים בזו.
וואס זענען די טעלעפאן נומערן פון די חכמים וואס נעמען אויף קעיסעס פון מענטל העלט, קריאה פראבלעמען ביי קינדער און שלום בית, און אויך די שעות ווען זיי נעמען אויף?

האקט, גוט.
די םראבלעמען האבן מיר געמאכט. די רבי אין כתה אלך מיט די טאטע מאמע דארפן זיך לעולם קענען ספראווען דערמיט.
דער טאטע איז גיי די דזאב די מאמע שאפט דער רבי לויפט צום גמח און דער טעראפיסט נעמט איבער און אין כתה ז כאפט מען זיך ער רען נאכנישט עברי. וואו איש דער טעראפיסט? ער האט געקויםט די דריטע הויז נעכטן. ער טוט שוין נישט אין די ליין.
שוין אמאל געווען אזא מציאות אז א טערעפיסט האט יא געהאלפן אמאל א קינד זיך אויסלערנען עברי אדער פטור ווערן פון פראבלעמען?
הנה תגובתי לפניך, קח ולייק
איבערלעבער
שר חמש מאות
תגובות: 725
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 20, 2021 1:43 pm

Re: טעראפי: הצלת הדור אדער חורבן עולם?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איבערלעבער »

יצחק אייזיק האט געשריבן:
איבערלעבער האט געשריבן:
שאבעלע האט געשריבן:
איינער האט או סי די זאל ער גיין צו ר' זלמן לייב פילאפף?
איך האב אוי סי די אין מיין טאש. אין מיין בערזעל. און אין מיין באנק. ווער האט געזאגט אז איינער האט עס. וואס איז אוי סי די? די לעבעלינג איז די קרענק. מיין באבע זאגט אינדערהיים האט מען געזאגט אז אן איינרעדעניש איש ערגער ווי א קרענק.
ילך אצל החכמים. דער רמב"ם איז נאך אזוי קלוג געווען. און געזאגט אצל החכמים. וואס? אצל החכמים? אמתדיג? יא שהם רופאי הנפשות.
מענטשן ליידן פאקטיש, זיי דרייען זיך ארום קראנק אן קיין חיות, זיי האבן סימפטאמען וואס נארמאלע מענטשן האבן נישט, די שובבים טעיפס האט אויך נישט געהאלפן, וואס זאלן זיי טון?
זאגן תהילים. לערנען משניות. בליקן אין מסילת ישרים. זעהן חסידישע ספרים. חזרן גמרא. און טרעפן א דשאב. אפשר ווערן א טעראפיסט.

איך קען מיטליעריגע אידן וואס ליידן נאך היינט אויף זאכן וואס וואלטן געקענט פארראכטן ווערן מיט א קליין ביסל טערעפי און מעטאדן. אנגעהויבן מיט רעדן פראבלעמען און געענדיגט מיט אסאך גרעסערע קאמוניקאציע סקיללס. זיי זענען די ערשטע צו שיקן זייערע קינדער צו טערעפי אז זיי זאלן נישט מיטמאכן וואס זיי אליין האבן מיטגעמאכט.

משניות מיט תהילים העלפן טאקע, אבער פונקט ווי פאר סטרעפ דארף מען אנטיביאטיקס, איז היינט פארהאן מעטאדן צו העלפן איינזיצן, רעדן קלאר און זיך אויסלערנען צו קאמוניקירן און אויפכאפן עברי.
הנה תגובתי לפניך, קח ולייק
איבערלעבער
שר חמש מאות
תגובות: 725
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 20, 2021 1:43 pm

Re: טעראפי: הצלת הדור אדער חורבן עולם?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איבערלעבער »

יצחק אייזיק האט געשריבן:
איבערלעבער האט געשריבן:
יצחק אייזיק האט געשריבן:
איבערלעבער האט געשריבן:
ילכו אצל החכמים שהן רופאי הנפשות, וירפאו חליים בדעות שמלמדין אותם עד שיחזירום לדרך הטובה. והמכירים בדעות הרעות שלהם ואינם הולכים אצל החכמים לרפא אותם, עליהם אמר שלמה: חכמה ומוסר אוילים בזו.
וואס זענען די טעלעפאן נומערן פון די חכמים וואס נעמען אויף קעיסעס פון מענטל העלט, קריאה פראבלעמען ביי קינדער און שלום בית, און אויך די שעות ווען זיי נעמען אויף?

האקט, גוט.
די םראבלעמען האבן מיר געמאכט. די רבי אין כתה אלך מיט די טאטע מאמע דארפן זיך לעולם קענען ספראווען דערמיט.
דער טאטע איז גיי די דזאב די מאמע שאפט דער רבי לויפט צום גמח און דער טעראפיסט נעמט איבער און אין כתה ז כאפט מען זיך ער רען נאכנישט עברי. וואו איש דער טעראפיסט? ער האט געקויםט די דריטע הויז נעכטן. ער טוט שוין נישט אין די ליין.
שוין אמאל געווען אזא מציאות אז א טערעפיסט האט יא געהאלפן אמאל א קינד זיך אויסלערנען עברי אדער פטור ווערן פון פראבלעמען?
זייענדיג יאהרן לאנג אן עד ראיה קען איך זאגן בפה מלא נישט יא און נישט ניין. אבער דאך. עס איז די עלטערנס ארבייט און דער רביס איבערגעגעבנקייט. אמאל איז דאס קינד ווי א יתום טרטע מאמע זענען ווי אוויף א פליגער. רוב מאהל וועט דאס קינד זיין אזוי נעריש ווי די עלטערן און עס העלפט נישט גארנישט. אמאל איז דאס קינד יא באשאנקן און דער פרייועט טוטער איז מצליח מיט די רבי. אבער פארגעס נישט אזא קינד האט נישט קיין טוטער בדרך כלל. ווייל דער מנהל זאגט אז עס גייט זיי נישט אהן גייט עס מיר נישט אהן
לעצט פארראכטן דורך איבערלעבער אום מאנטאג יאנואר 16, 2023 1:32 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אפיציעלע חסד פאנד
זייט א יששכר זבולן מיט לימוד התורה טעגליך 10-12 שעה מיט תלמידים
חובות-ת"ת-ישיבה-סקול-בין איש לאשתו
[email protected]Quickpay
ראש הקהל וויכי
המנהל לכאורה
ויושר יליצו בעדנו חיות אש
מער וועלן בעזר השם איבערלעבן קיץ תשפג
שאבעלע
שר חמש מאות
תגובות: 899
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 09, 2020 10:12 pm

Re: טעראפי: הצלת הדור אדער חורבן עולם?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאבעלע »

איבערלעבער האט געשריבן:
שאבעלע האט געשריבן:
איינער האט או סי די זאל ער גיין צו ר' זלמן לייב פילאפף?
איך האב אוי סי די אין מיין טאש. אין מיין בערזעל. און אין מיין באנק. ווער האט געזאגט אז איינער האט עס. וואס איז אוי סי די? די לעבעלינג איז די קרענק. מיין באבע זאגט אינדערהיים האט מען געזאגט אז אן איינרעדעניש איש ערגער ווי א קרענק.
ילך אצל החכמים. דער רמב"ם איז נאך אזוי קלוג געווען. און געזאגט אצל החכמים. וואס? אצל החכמים? אמתדיג? יא שהם רופאי הנפשות.
ווער טאקע האט געזאגט איינער האט עס?
דיין באבע האט געזאגט אז קיינער האט עס נישט, און די רמב"ם האט געזאגט אז די פאר וואס האבן עס יא זאלן גיין צום דיין.

ביי.
איבערלעבער
שר חמש מאות
תגובות: 725
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 20, 2021 1:43 pm

Re: טעראפי: הצלת הדור אדער חורבן עולם?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איבערלעבער »

שאבעלע האט געשריבן:
איבערלעבער האט געשריבן:
שאבעלע האט געשריבן:
איינער האט או סי די זאל ער גיין צו ר' זלמן לייב פילאפף?
איך האב אוי סי די אין מיין טאש. אין מיין בערזעל. און אין מייןטבאנק. ווער האט געזאגט אז איינער האט עס. וואס איז אוי סי די? די לעבעלינג איז די קרענק. מיין באבע זאגט אינדערהיים האט מען געזאגט אז אן איינרעדעניש איש ערגער ווי א קרענק.
ילך אצל החכמים. דער רמב"ם איז נאך אזוי קלוג געווען. און געזאגט אצל החכמים. וואס? אצל החכמים? אמתדיג? יא שהם רופאי הנפשות.
ווער טאקע האט געזאגט איינער האט עס?
דיין באבע האט געזאגט אז קיינער האט עס נישט, און די רמב"ם האט געזאגט אז די פאר וואס האבן עס יא זאלן גיין צום דיין.

ביי.
געמיינט צו זאגן פארוואס רופט מען עס אוי סי די.
אוודאי איס ער קאקא. אבער ער ווערט נישט געהאלפן מיט גרויס מיטלייד שוין יאהרן
אפיציעלע חסד פאנד
זייט א יששכר זבולן מיט לימוד התורה טעגליך 10-12 שעה מיט תלמידים
חובות-ת"ת-ישיבה-סקול-בין איש לאשתו
[email protected]Quickpay
ראש הקהל וויכי
המנהל לכאורה
ויושר יליצו בעדנו חיות אש
מער וועלן בעזר השם איבערלעבן קיץ תשפג
אוועטאר
ממוצע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5453
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 20, 2020 11:07 pm

Re: טעראפי: הצלת הדור אדער חורבן עולם?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממוצע »

טייערער איבערלעבער,

דער רמב"ם רעדט נישט פון OCD. או. סי. די. גייט אריין אין די כלל פון "מי שאחזו קורדייקוס". נישט פון דעם רעדט דער הייליגער רמב"ם. און אוודאי איז דער רמב"ם מודה אז בכהאי גוונא זאל ער גיין צו די וואס קענען העלפן.

צווייטענס, בזמן הרמב"ם איז נישט געווען עפעס אנדערש. ס'איז נישט געווען קיין פסיכאלאגן. ס'זענען געווען חכמים אין אלגעמיין. און צווישן זיי האבן ארויסגעשטארט די חכמי ישראל להבדיל. און דעריבער האט ער רעפערירט צו זיי. היינט איז אבער ב"ה דא א פעלד פון מענטשן וואס ספעציאליזירן זיך ספעציעל אין די ענינים.
שרייב תגובה

צוריק צו “תורת הנפש”