די שרעקליכע דיסארדער "נארסיסיזם" מיט אירע פרטים

פסיכאלאגיע און מעדיצינען

די אחראים: זייער נייגעריג,אחראי,thefact

אוועטאר
נקודה למחשבה
שר חמש מאות
תגובות: 651
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 15, 2022 10:38 am
לאקאציע: מיטן מחשבה גייט דער מענטש

Re: די שרעקליכע דיסארדער "נארסיסיזם" מיט אירע פרטים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נקודה למחשבה »

סערווייווער האט געשריבן:
מעין המתגבר האט געשריבן:
מיטל מזרח ווינטל האט געשריבן:
מעין המתגבר האט געשריבן:
מיטל מזרח ווינטל האט געשריבן:
זיי זענען נישט סתם סקיצאפרעיניע פאנטאזירער, די חברה זענען צובראכענע און צושאסענע מענטשן, וואס זוכן אביסל חיות, און זיי נעמען עס דורך זיין גרעסער, פון א צווייטן שטערקער פון א צווייטן, זיך איזדעקעווען אויף איינעם,
מען טאר נישט ווייזן פחד פאר א נארסעסיסט ווייל די פיטערסט אים, דאס איז דאך וואס ער וויל
צוקלאפן מער וועט סיי ביי א נארסעסיסט און סיי ביי א בארדער ליין מאכן ערגער

מיין מיינונג
מיין מיינונוג איז סנישט ממש א מיינונוג אבער עס העלפט .. צו מאכן boundaries און באמת נישט מורא האבן פון עים און עס עים וווייזן און אפילו ווען ס'פעלט אויס קען מען עס עים זאגן אין פנים אריין "איך האב נישט מורא פון דיר!!! דו ביסט סתם א שטיקל גארבידז א גארנישט אזא זאך קען גאר שטארק העלפן. און פארשטייט זיך צו ג'יין פאר טערעפי זיך צו בויען און באמת עמאשענעל נישט מורא האבן פון עים . דעמאלטס ווען די נארסעסיסט זעהט באמת איין אויף א טיפע לעוועל אז דו הייבסט נישט אן מורא צו האבן פון עים וואס געשעהט איז א אינטערסאנטע זאך דער נארסעסיסט פאנגט אן מורא צו האבן פון דיר
די ביזט גערעכט אז באמת נישט מורא פון איז דאס בעסטע וועג צו דילן מיט זיי.

עס איז אבער נישט עפעס וואס מען דארף איהם זאגן, עס איז עפעס וואס דארף זיין! (און דעס קען נאר זיין ווען מען איז געזונט מיט זיך)
זיי ווייסן זייער גוט ווען מען האט מורא פון זיי און ווען נישט.

זאגן ''די ביזט סתם א שטיקל גארבידז'' ווייזט על פי רוב אויף שוואכקייט.
זאגן ''איך האב דיר זייער ליב, אבער עס איז נישט ריכטיג וואס די טוסט''. ווייזט באמת אויף שטארקייט.
שוועריקייטן שטייען נישט אין דיין וועג, זיי זענען דיין וועג!
איבערלעבער
שר חמש מאות
תגובות: 721
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 20, 2021 1:43 pm

תגובה דורך איבערלעבער »

מי אדיר האט געשריבן:
מיטל מזרח ווינטל האט געשריבן:
מי אדיר האט געשריבן:
איך שמייכל אביסל ווען איך לייען די עצה פון "פעטש", עפעס דערמאנט עס מיר פון מיינע מלמדים אין די יונגע יארן וואס אויף אלע פראבלעמען איז פעטש געווען דער ענטפער...
א דאנק פארן אדרעסירן.
צו זיין מער דעטאלירט, פעטש איז נישט קיין רפואה, עס איז א אמצעי, א מיטל אנצוקומען צו א געוויסע רעזולטאַט.
די נקודה איז צו 'דעמאראליזירן' דעם נארסיסיסט, וואס דעמאלטס וועט אפשר זיין מעגליך צו רעדן צו אים.
איך קען נישט מער ווי איבערשרייבן וואס איך האב אויבן געשריבן, אויב וואלט עס געווען א ווירקזאמע עצה וואלטן שוין עקספערטן גערעדט דערפון. איך האב נאך "קיינעם" נישט געהערט אפילו דערמאנען אזא איידיע.

לדעתי וועט עס געווענליך נישט העלפן, אויב וועסטו אים צוקלאפן וועט ממש נישט בלייבן מיט וועמען צו ארבעטן.

און נאכאמאל, איך האב שוין גראדע יא געהערט פון מבינים דעם קאנצעפט אז מען זאל פרובירן אראפצוברענגען דעם אביוזער פון בוים פאר א קורצע טערמין צו קענען רעדן צו יענעם, אבער איך ווארט נאך צו זעהן די רעזולטאטן פאר'ן לענגערן טערמין...
ווי אזוי דערגרייכט מען דעם קאנצעפט?
אפיציעלע חסד פאנד
זייט א יששכר זבולן מיט לימוד התורה טעגליך 10-12 שעה מיט תלמידים
חובות-ת"ת-ישיבה-סקול-בין איש לאשתו
[email protected]Quickpay
ראש הקהל וויכי
המנהל לכאורה
ויושר יליצו בעדנו חיות אש
מער וועלן בעזר השם איבערלעבן קיץ תשפג
אוועטאר
נייע שטאט
שר האלפיים
תגובות: 2295
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 28, 2009 5:44 pm

Re: די שרעקליכע דיסארדער "נארסיסיזם" מיט אירע פרטים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נייע שטאט »

מי אדיר האט געשריבן:
נייע שטאט האט געשריבן:
אנשולדיגט פארן אריין קומען ווי א גר אינמיטן מצות באקן, אדער להבדיל ווי א יון אין די סוכה, איך האב אביסל געליינט דא און היפש אין די בי פי די אשכולות, מיין קשיא איז, איך קען לכאורה גאר פון דערנאנט איינעם וואס האט גאר גרויסע סימפטאמען סיי פון נארסיסיזים און סיי בארדערליין איז שייך איין מענטש זאל זיין געשלאגן מיט ביידע?
איך בין נישט קיין עקספערט, אבער אויבן אויף איז שווער צו טראכטן אז דאס קען פאסירן, כאטש וואס זייער התנהגות האט אין זיך אסאך ענליכקייטן, האבן זיי אבער געוויסע חלקים וואס זענען א סתירה איינס צום צווייטן, ווי איך האב שוין בארירט אנהייב אשכול.

אבער טוענדיג אביסל ריסערטש אנליין, זעה איך אז עס איז יא פאראן א מעגליכקייט, גיב למשל א קוק דא, לויט איין שטודיע זענען בערך 39% פראצענט ב.פ.ד. געשלאגן אויך מיט נ.פ.ד (נארסיסיסזם פערסאנאליטי דיסארדער). איך פארשטיי נישט ווי אזוי, אבער העי, איך פארשטיי נישט אלעס...

איך פארלאז מיך נישט געווענליך אויף אנליין ארטיקלען אליינס, חוץ אויב עס איז אין צוגאב צו אנדערע ריסערטש וואס איך האב געמאכט, צי איז דאס הערנדיג פון א טעראפיסט, ליינען אנגענומענע בוכער, וכדו', פונקט ווי מען קען זיך נישט פארלאזן אויף אנליין עדווייס פאר פיזישע קרענק. אבער מען קען אלץ מאכן ריסערטש צו פארברייטערן די ידיעות אין א געוויסע פעלד, און עס דערנאך אדורכשמועסן מיט א פראפעסיאנאל.

איך בין נייגעריג וואס עס וועט דיר העלפן למעשה. וועסטו נעמען א אנדערע צוגאנג אויב עס איז ביידע? יענער דאף ערנסטע הילף באיזה אופן שהוא. דער נאמען איז נישט אייביג קובע, לעיבלען א מענטש איז בעיקר נאר צו קענען זאגן אין קורצן וועלכע סימפטאמען יענער האט.
ניין, ווייל איך בין אין א געוויסע נושא פארבינדן מיט דעם מענטש, (ער איז נישט געזונט אויך פיזיש, און איך העלף אים ארויס) און מ'האט נישט פארשטאנען וואס גייט פאר מיט אים, ער אליין האט די מערסטע געליטן פון זיין התנהגות, און אלע זיינע העלפערס לאזן זיך אפ פון אים איינס נאך איינס אינקלודינג אייגענע קינדער וואס טוען נאר מינימום שבמינימום, ווען כ'האב געליינט דא פון בארדערליין האב איך געזען אז זהו, דער מענטש האט דעפיניטלי כמעט אלע, אויב נישט אלע סימינים פון ביפידי. יעצט ליין איך אביסל פון נארסיסיזים און איך טרעף אים ווייטער היפש.
למעשה איז עס אפשר יא און אפשר נישט קיין נפקא מינה אבער אויב האט עס א נאמען מיט א וועבזייטל צו ליינען גיבט עס וואו אנצוכאפן, און מעגליך מ'קען זיך אריין לייגן און אויסארבעטן א אופן אז כאטשיק זיינע נאנטע זאלן אים יא קענען עפעס העלפן ער זאל נישט דארפן וואוינען מיטן גוי'אישן געהילף אינגאנצן אליין, נאך אלעם איז ער א אידישע נשמה.
ופרצת ימה וקדמה צפונה ונגבה
סערווייווער
שר מאה
תגובות: 170
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 24, 2018 6:30 pm

Re: די שרעקליכע דיסארדער "נארסיסיזם" מיט אירע פרטים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סערווייווער »

נקודה למחשבה האט געשריבן:
סערווייווער האט געשריבן:
מעין המתגבר האט געשריבן:
מיטל מזרח ווינטל האט געשריבן:
מעין המתגבר האט געשריבן:
זיי זענען נישט סתם סקיצאפרעיניע פאנטאזירער, די חברה זענען צובראכענע און צושאסענע מענטשן, וואס זוכן אביסל חיות, און זיי נעמען עס דורך זיין גרעסער, פון א צווייטן שטערקער פון א צווייטן, זיך איזדעקעווען אויף איינעם,
מען טאר נישט ווייזן פחד פאר א נארסעסיסט ווייל די פיטערסט אים, דאס איז דאך וואס ער וויל
צוקלאפן מער וועט סיי ביי א נארסעסיסט און סיי ביי א בארדער ליין מאכן ערגער

מיין מיינונג
מיין מיינונוג איז סנישט ממש א מיינונוג אבער עס העלפט .. צו מאכן boundaries און באמת נישט מורא האבן פון עים און עס עים וווייזן און אפילו ווען ס'פעלט אויס קען מען עס עים זאגן אין פנים אריין "איך האב נישט מורא פון דיר!!! דו ביסט סתם א שטיקל גארבידז א גארנישט אזא זאך קען גאר שטארק העלפן. און פארשטייט זיך צו ג'יין פאר טערעפי זיך צו בויען און באמת עמאשענעל נישט מורא האבן פון עים . דעמאלטס ווען די נארסעסיסט זעהט באמת איין אויף א טיפע לעוועל אז דו הייבסט נישט אן מורא צו האבן פון עים וואס געשעהט איז א אינטערסאנטע זאך דער נארסעסיסט פאנגט אן מורא צו האבן פון דיר
די ביזט גערעכט אז באמת נישט מורא פון איז דאס בעסטע וועג צו דילן מיט זיי.

עס איז אבער נישט עפעס וואס מען דארף איהם זאגן, עס איז עפעס וואס דארף זיין! (און דעס קען נאר זיין ווען מען איז געזונט מיט זיך)
זיי ווייסן זייער גוט ווען מען האט מורא פון זיי און ווען נישט.

זאגן ''די ביזט סתם א שטיקל גארבידז'' ווייזט על פי רוב אויף שוואכקייט.
זאגן ''איך האב דיר זייער ליב, אבער עס איז נישט ריכטיג וואס די טוסט''. ווייזט באמת אויף שטארקייט.
באמערק מיין הקדמה אז קודם דארפסטו באמת נישט מורא האבן פון עים איינמאל דו האסט טאקע נישט מורא קענסטו עים זאגן וואס דו ווילסט קענסט עים אפילו זאגן איך האב נישט מורא פון דיר און ער דערשרעקט זיך מיסלעך פון דיר
אוועטאר
מי אדיר
שר מאה
תגובות: 115
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 15, 2021 4:31 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי אדיר »

הוספה צו "קריטיק"

איין וויכטיגע נקודה לגבי קריטיק וואס איך האב מיר אנגעצייכנט האב איך אויסגעלאזט, און איך וויל עס אראפשרייבן איידער מען גייט ווייטער.

איך האב דאס געטראפן אין עטליכע בוכער און איך האב מיר געריבן די אויגן, ווייל דאס איז "נעקסט לעוועל" קריטיק. דער סארט קריטיק קען זיין אויף מערערע אופנים, אבער די מערסט-באקאנטע משל וואס מען נוצט איז, אז דער נארסיסיסט צוקלאפט געפערליך דעם קרבן, דער קרבן ווערט געפאלן ביי זיך, און קען זיך כמעט נישט ערלויבן צו האבן א אייגענע דעה, אלעס דארף גיין דורך דעם אביוזערס ברילן, מיט די צייט פאסירט אז יעדע זאך וואס מען זאגט אדער מען וויל דעסיידן וועט מען אדורכטראכטן ווי אזוי דער אביוזער וועט רעאגירן דערויף, צי יענער וועט זיין צופרידן אדער נישט, עס בלייבט כמעט נישט קיין מעגליכקייט צו מאכן א אייגענע דעסישאן.

אויב איז דער חלק פון אביוז נישט גענוג וואס על הראשונים אנו מצטערים, וועט שפעטער דער נארסיסיסט קומען טענה'ן אז דער קרבן איז סתם א שוואכלינג (אויב דער קרבן איז א מאנ'ס פערזאן, נוצן זיי געווענליך דעם אויסדרוק "ער איז נישט קיין MAN"), ער קען נישט מאכן קיין דעסישענס, און זיי ברענגען דאס גאר ארויס אלס א חלק פון יענעמ'ס קרענק אדער שוואכקייט!

דאס קען אויסקומען אויף אזויפיל אנדערע אופנים, למשל (אויב די פרוי איז די נארסיסיסט) זי מאכט אים עסן וואס ער עקלט זיך און דערנאך וועט זי קאמפלעינען אז דער מאן איז "פיקי", זי וועט אויסנוצן זיין גאנצע געלט פאר אירע אייגענע שטותים און שפעטער קאמפלעינען אז "ער איז א לא יוצלח וואס מאכט נישט גענוג געלט", א.א.וו.

נאך א סארט סעלפישע קריטיק און געזלייטינג וואס איך האב שוין געהערט פון מאנכע. לאמיר איבערגעבן דאס ווארט פאר ר' יוסל:

  • איך פלעג זיין אויסטערליש געטריי פאר מיין ווייב, איך האב איר געטון וואס אימער זי האט נאר געבעטן, אפילו נאר מרמז געווען, און נאך מיט א שמוץ אריבער. צוריקבאקומען איז געווען א גרויסע פייג. זילטש! עס איז געווען א וואן-וועי סטריט. אמאל האב איך איר שטארק געבעטן עפעס און כדרכה האט זי נישט געהאלטן דערביי, האב איך מיר בשעת צער אנגערופן אז איך בין איר אזוי געטריי און פארוואס האב איך נישט די זכי' אז זי זאל מיר אמאל צוריק טאן א טובה.... נא נא! האב איך געכאפט פאר מיין "פארדרייטע שיטה"... א גאנצע מוסר דרשה האט זי מיר געגעבן אז מיינע טובות צו איר דארף איך טון אלס מאן און צוליב די כתובה, שלא על מנת לקבל פרס, און מיט די ווערטער האב איך ארויסגעוויזן אז איך בין סתם א סעלפישער מענטש און אלעס וואס איך טוה איר איז נאר מיט די כוונה צוריקצובאקומען טובות, דאס הייסט נישט קיין געטרייער מאן וואס טוט טובות, דאס הייסט איך טוה "ביזנעס טרענזעקשאנ'ס", והא ראי' איך בין א תובע בפה און איך פארלאנג פון איר א טובה אויף צוריק!

די סארט קריטיק פירט אראפ א מענטש מדעת קונו... ר' יוסל האט מיר פארציילט אז פאר עטליכע וואכן האט ער געמאכט א חשבון הנפש וואס איז טאקע פשט אז ער בעהט איר צוריק זאכן, ער האט מיר מוסיף געווען אז זיין ווייב האט גענוצט אקעגן אים א בפירוש'ע חובת הלבבות וואס זי האט אמאל געלערנט! (שער הבטחון פרק ד', ד"ה אבל פירוש חלק השלישי והם עניני אשתו ובניו, וז"ל: ואם יהי' הבוטח באלקים בעל אשה וכו', ישתדל לפרוע מה שחייב להם ולעשות חפציהם וכו', לא לייחל הגמול מהם ולא לקדם אצלם וכו', אך לקיים מצות הבורא וכו', כי מי שתהי' דעתו בעשותו חפציהם על אחד מהדברים הנ"ל, לא ישיג רצונו מהם בעולם הזה וייגע לריק, ויפסיד שכרו לעוה"ב, עיי"ש). זי האט דאס שפעטער איבערפארציילט פאר זיין רב, און דער רב (וואס האט כמובן נישט געהאט קיין מושג וואס עס מיינט א פערסאנאליטי דיסארדער) האט אים טאקע מעורר געווען צו טון זאכן בלתי לה' לבדו און נישט האבן קיין "עקספעקטעישאנ'ס פון איר" (כלשונה).

עס פארשטייט יעדער בר דעת אז מען רעדט דא פון נארמאלע מענטשן וואס רעספעקטירן זיך און העלפן זיך ארויס איינער דעם צווייטן, זאל מען ארבעטן אויף זיך אז די זאכן זאלן זיין לשם שמים, און העלפן דעם ספאוס, נישט זיין סעלפיש, אבער נישט ווען מען רעדט פון א קראנקע נשמה וועלכע אביוזט אויף אלע אופנים, אינקלודינג די תוה"ק! דאס מאכט דעם קרבן צו'חוש'ט נישט וויסנדיג וואס ער טוט יא אדער נישט ריכטיג...

המשך יבא בקרוב אי"ה.
אוועטאר
עולם הספר
שר העשר
תגובות: 36
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 20, 2022 8:00 pm

Re: די שרעקליכע דיסארדער "נארסיסיזם" מיט אירע פרטים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עולם הספר »

נקודה למחשבה האט געשריבן:
fiena nieas האט געשריבן:
מיז מען זאגן אז די גרויסע דאקטער ווייסט נישט וואס ער רעדט ...
עס זעהט אביסל אויס אז היות די ביזט אסאך דורך פון א נארסיסט, איז דיר שווער צו זעהן אנדערע מהלכים פון נארסיזם.

די פילסט אז מען נעמט אוועק (אנערקענט נישט גענוג) דיין פעין.

עס קען אבער טאקע אויך זיין אז דר. פערלמאן איז זיך טועה. די גרעסטע דאקטוירים מאכן כסדר טעותים.

#א מענטש איז נאר א מענטש.

זייער גוט געזאגט.
די כללים וואס מלערנט א גימנאזיע האבן זיך אנטוויקלט פון טויזענטער פרטים. דו ביסט איין פרט.
אוועטאר
איל_משולש
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4734
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש מארטש 12, 2022 8:29 pm
לאקאציע: אמעריטשקע.
פארבינד זיך:

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איל_משולש »

מי אדיר האט געשריבן:
הוספה צו "קריטיק"

איין וויכטיגע נקודה לגבי קריטיק וואס איך האב מיר אנגעצייכנט האב איך אויסגעלאזט, און איך וויל עס אראפשרייבן איידער מען גייט ווייטער.
המשך יבא בקרוב אי"ה.
ייש''כ נאכאמאל. קריטיק, די קומענדיגע מאל (און אפשר קענסטו פאררעכטן די אויך,) ביטע לייג דברי תורה אין א ספוילער. מענטשן ליינען ווי מען קען נישט לערנען ודי.
- דיס ספעיס איז אוועילעבל פאר רענט, פאָר רעיטס קאנטעקט אין אישי.
אוועטאר
נקודה למחשבה
שר חמש מאות
תגובות: 651
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 15, 2022 10:38 am
לאקאציע: מיטן מחשבה גייט דער מענטש

Re: די שרעקליכע דיסארדער "נארסיסיזם" מיט אירע פרטים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נקודה למחשבה »

סערווייווער האט געשריבן:
באמערק מיין הקדמה אז קודם דארפסטו באמת נישט מורא האבן פון עים איינמאל דו האסט טאקע נישט מורא קענסטו עים זאגן וואס דו ווילסט קענסט עים אפילו זאגן איך האב נישט מורא פון דיר און ער דערשרעקט זיך מיסלעך פון דיר
גערעכט.

מיך האט נאר אביסל געבאדערט דער לשון פון '' די ביזט א שטיקל גארבעדז''. סיי ווייל זייער אסאך מאל ווייזט עס אויף שוואכקייט, און סיי ווייל עס טריגערט מער דער נארסיסט און מאכט איהם שעדליכער. (פאר זיך און פאר אנדערע)
שוועריקייטן שטייען נישט אין דיין וועג, זיי זענען דיין וועג!
סערווייווער
שר מאה
תגובות: 170
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 24, 2018 6:30 pm

Re: די שרעקליכע דיסארדער "נארסיסיזם" מיט אירע פרטים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סערווייווער »

איך הער
אוועטאר
מי אדיר
שר מאה
תגובות: 115
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 15, 2021 4:31 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי אדיר »

קאנטראל און מאניפולאציע
Control & Manipulation

הקדמה

פאר מיר גייען אריין בפרטיות אינעם Control & Manipulation פונעם נארסיסיסט, דארף מען אונטערשטרייכן אז די עצם פענאמען פון מאניפולעישאן און קאנטראל איז צומאל א געזונטע זאך, און אייגנטליך א חלק אין די בריאה וואס מ'קען זיך בכלל נישט באגיין אן דעם. יעדער מענטש איז אין א געוויסע וועג קאנטראלינג און מאניפולירנד. ווי למשל עלטערן - פארשטייט יעדער איינער - דארפן זיין אין קאנטראל פון זייערע קינדער כדי זיי מחנך צו זיין און אוועקשטעלן אויפ'ן ריכטיגן וועג; אזוי אויך א מלמד, מנהל, משגיח וכו'. מצד שני דארפן קינדער, בחורים, אא"וו, זיין פאלגזאם און האבן א געוויסע מאס מורא פון זייערע מחנכים פון א קנס אדער אן עונש. מאניפולעישאן, ווי יעדע אנדערע מדה, האט דער רבש"ע באשאפן פאר א גוטע צוועק. ווען מיר בעטן אונזער קינד צו דאווענען שיין און מיר וועלן אים באלוינען דערפאר, איז דאס א צווייגעלע פון מאניפולעישאן. אבער פאר דעם טאקע איז די מדה באשאפן געווארן. ווילאנג מען נוצט עס אויף א געזונטן אופן איז עס ריכטיג און געבענטשט, ווי דער פסוק זאגט: צדיקים ילכו בם ופושעים יכשלו בם.

בירגער דארפן זיין אונטערן קאנטראל פון א יושר'דיגע רעגירונג וואס האלט ארדענוג, ווייל ווען נישט, ווייסן מיר דאך אלע איז חלילה איש את רעהו חיים בלעו. פארברעכער דארפן מורא האבן פון ווערן ארעסטירט, און דער ווילדער דרייווער פון א טיקעט וכו' וכו'; ווידער א בעה"ב אויף זיין ארבייטער איז אויך צום פארשטיין אז דער בעה"ב איז אין קאנטראל און מאניפולירט ווי אזוי זאכן זאלן גיין און זיך פירן אין זיין ביזנעס, ווי אויך איז דא א געוויסע זארג ביים ארבייטער נישט צו ווערן אויפגעזאגט, וכו'. אלעס פארשטייט זיך ווי לאנג דאס איז אויף א נארמאלע מענטשליכע צוגאנג און א געזונטע לעוועל מיט יושר, הארץ, און געפיל.

דערנאך איז דא בכלליות מענטשן וואס בטבע האבן זיי א מאניפולעטינג אדער קאנטראלינג נאטור, איינער מער איינער ווייניגער, און פון די "געזונטע" פון זיי האט מען צומאל אסאך נוצן, ווי עסקנים און שתדלנים וואס דארפן קענען שטיין אויפ'ן קאפ און לאביאירן פון וועם עס פעלט זיך אויס צו דעליווערן און ערלעדיגן סערוויסעס פארן ציבור וכדו', אזוי אויך גבאי צדקה וואס טויגן צו מאניפולירן דעם עושר און ארויסשלעפן א געהעריגע נתינה, ווי די גמרא זאגט, גדול המְעַשֶה יותר מן העושה.

ווידער צווישן מאן און ווייב איז שוין די זאך היבש אנדערש. דארט איז דאס שוין א שותפות'דיגער צוזאמענלעבן ווי מאניפולאציע און קאנטראל קומט בעצם נישט אריין, דאך ווייסן מיר (ביי אונז אידן עכ"פ) אז דער מאן איז דער עיקר בעל אחריות וואס פירט דעם שטוב און דארף צו זיין דער וואס שטעלט אוועק דעם טאן אין שטוב, ווי אויך דארף די פרוי שעצן און ארויפקוקן אויפ'ן מאן און מורא האבן פון אים, הגם דארט איז די מורא מער א ענין פון רעספעקט און שעצונג, נישט קיין פחד ממש.

דאס אלעס ביז אהער איז פיין, גוט און געזונט. פארט קען מען זאגן אז רוב מענטשן וואס זענען אין א פאזיציע פון קאנטראל און זענען געשטעלט איבער אנדערע (אדער סתם מענטשן וואס האבן דעם נאטור) וועלן פון צייט צו צייט אריבערגיין זייער בארעכטיגטע ליניע און עס נוצן אביסעלע מער ווי זיי וואלטן ווען באמת געמעגט פאר זייער אייגענע בענעפיט, אבער מ'קען דאס נאך אלץ פארשטיין, און מ'קען זאגן עס גייט נאך אריין אינעם גדר נארמאל וואס איז אקצעפטירט.

אבער וואס מיר וועלן רעדן דא, איז ווען דאס גייט אריבער אלע גרעניצן, מ'קאנטראלירט דעם קרבן אויף אן אביוסיוו לעוול, און מיט'ן מיטל פון "מאניפיולעשאן" טוט מען נאך יענעם צומישן און צו'חוש'ן מיט אלע אופנים בכדי צו בארעכטיגן די געמיינע שטיק, און דער אומשולדיגער קרבן קען זיך ניטאמאל אקעגנשטעלן. איך ברענג עס ארויס כדי מענטשן זאלן נישט אנהייבן פארגלייכן און קאמפערן מענטש וואס טוען דאס אדער יענץ, ווייל ע"פ רוב מיינט עס נישט אז דער וואס טוט עס איז אומגעזונט, פארקערט צומאל מוז עס זיין אזוי און עס קען זיין העכסט נארמאל, ואם יש דעת יש הבדלה להבדיל ולהבחין בין דין לדין.

ע"כ ההקדמה. יעצט לאמיר צוגיין צום ענין.

דער אמת איז – און לכאורה איז דאס זעלבסט פארשטענדליך – אז דער חלק איז נישט בלויז 'נאך איינע' פון זייערע פייניגונגס מיטלען, נאר דער סאמע מקור און שורש פון די קרענק. ווי געשריבן אין די הקדמה, זענען פאראן אסאך מענטשן (נישט קיין נארסיסיסטן) וואס זענען קאנטראלירערס און מאניפולירער, אויף לייכטערע אופנים אדער שווערערע, אבער דא ביים נארסיסיסט איז עס א אינטעגראלער טייל פון דעם קרענק, וואס העלפט אונטערדרוקן דעם קרבן מיט ווייטאגליכע מיטלען. מען קען זאגן אז דער נארסיסיסט'ס עיקר וועג פון דיעלן מיט אנדערע מענטשן איז מאניפולעישאן.

עס איז שווער צו דעקן אין ראם פון אן איינצעלנע תגובה אלע חלקים פון קאנטראל און מאניפולאציע בכל פרטיה ודקדוקיה. גאנצעטע בוכער זענען פאראן אויף די נושא וואס צונעמען עס אויף קליינע טעלערלעך אז דער קרבן זאל זיין קלאר וואס עס פאסירט צו אים און נישט ווערן פארלוירן אין די מישמאש פון די קאנטראל.

א געזונטע רילעישאנשיפ (בפרט ביי אייניגע שותפים ווי איש ואשתו) באלאנגט אויף א אופן אז ביידע שותפים שפירן זיך באקוועם איינער מיט'ן צווייטן, און יעדער האט די אייגענע "ספעיס", און מען גיבט אכטונג נישט אריבערצוגיין די גרעניצן ("באונדעריס") פון דעם צווייטן, מען רעדט נישט און מען טוט נישט זאכן וואס יענער איז נישט באקוועם דערמיט אדער עס טוט וויי, מען רעכנט זיך מיט'ן צווייטנ'ס באדערפענישן, וכו' וכו'. איינמאל די זאך טוישט זיך, און איינער פון די שותפים אנטוויקלט א פחד פונעם צווייטן, איז עס שוין נישט קיין געזונטע רילעישאנשיפ – נאר א "טאקסיק" toxic רילעישאנשיפ (א פאר'סמ'טע שותפות). דאס איז א ערנסטע רויטע לעמפל וואס באדייט אז איין פארטנער איז אביוסיוו און א מאניפולירער, און מען דארף האלטן קאפ נישט צו ווערן אריינגעשפלעפט אין זייער נעץ.

לאמיר געדענקען: קאנטראל איז אביוז. עס טאר נישט פאסירן אין קיין שום אייניגע שותפות. קאנטראל מיינט אז איין שותף האלט זיך מער בעל הבית איבער'ן צווייטן שותף, און דורך פארשידענע אופנים צווינגט ער דעם צווייטן צו טון זאכן ווי אזוי ער וויל, כאטש יענער וויל נישט. ער וועט קיינמאל נישט אקצעפטירן "ניין" פאר אן ענטפער. קאנטראל מיינט אויכעט אז איינער צווינגט דעם צווייטן מקבל צו זיין זיין נעראטיוו פון א געשיכטע. נישט נאר וויל ער נישט אויסהערן יענעמ'ס צד, נאר ער גיט ניטאמאל יענעם די רעכט צו זעהן זאכן פון זיין אייגענעם קוק ווינקל. אויב צווינגט אייך איינער צו טון עפעס און איר שפירט זיך געצווינגען בשעת מעשה, אדער "רעזענטפול" לאחר המעשה, מיינט דאס אז איר ווערט מאניפולירט.
*** *** ***

אין די וועלט פון מאניפולעישאן איז באקאנט די 3 אופנים ווי אזוי מען טוט מאניפולירן א צווייטן, וואס רופט זיך FOG. "פאג" בלע"ז מיינט א נעפל, על שם וואס דער קרבן איז אין א חושכ'דיגן נעפל, נישט כאפנדיג וואס גענוי עס טוט זיך מיט אים. די ר"ת פון FOG איז ווי פאלגענד:

Fear – Obligation – Guilt

די ערשטע, "Fear", איז פחד. מען סטראשעט דעם אנדערן (אדער ווי מאנכע רופן עס "emotional blackmailing".) דאס קען גיין אויף א שארפן אופן, ווי צב"ש מען ווארנט יענעם אז אויב ער וועט נישט פאלגן, "אך און וויי" וועט זיין. נישט קיין חילוק וואס די סטראשע איז, איז עס א געפערליכע זאך. דאס איז גורם אז דער שותף שפירט אינטימידעיטעד, דערשראקן, אומזיכער. ווי אויך קען עס גורם זיין אז דער שותף זאל מורא האבן צו דערמאנען געוויסע שאלות אין א שמועס, אדער פארצושלאגן עצות, צוליב פחד אז דער אביוזער וועט אים אנשרייען אדער סטראשען. די חלק איז די מערסטע שייך פון עלטערן כלפי זייערע קינדער, וויבאלד עלטערן קענען אפעקטיוו סטראשען קינדער וואס האבן די נאטורליכע פחד און אנגעוויזנקייט אין עלטערן. אבער עס מאכט זיך פונקט אזוי אפט צווישן שותפים. ביי א מערידזש קען מען יענעם סטראשען זיך צו צעטיילן און יענעם איבערלאזן, אדער פארציילן פריוואטע זאכן פאר אנדערע מענטשן, א בעה"ב א אביוזער קען סטראשען דעם ארבעטער אים אויפצוזאגן פון זיין פאסטן, וכו' וכו'. עס קען אויך זיין ווייניגער שארף און מער אומבאמערקט, דהיינו אז דער קרבן האט טאקע מורא פון דעם אביוזער צי צוליב זיינע סטראשערייען בעבר און אדער ווארענונגען אויף להבא, און אונטערן באוואוסטזיין ווערט אויפגעבויעט א שרעק און ער וועט נישט האבן די דרייסטקייט צו זאגן א מיינונג וואס וועט נישט שטימען מיט יענעמ'ס חוות דעת און אויב ווייסט ער וואס איז גוט פאר אים וועט ער זוכן יענעם צופרידנצושטעלן, וויבאלד עס איז כסדר בהאי פחדא יתיב, סובקאנשעסלי ליגט א פחד פון יענעם און דאס לאזט אים נישט טראכטן קלאר און גראד.

די צווייטע, "Obligation", איז התחייבות. מען מאכט דעם צווייטן שפירן אז יענער האט די חיוב עס צו טאן. מיר אלע פארשטייען אז יעדער מענטש אויף דער וועלט ווערט געבוירן מיט ריספאנסיביליטיס און אבליגעישאנס, סיי כלפי אדם למקום מיט תורה ומצוות, און סיי כלפי אדם לחבירו, און געווענליך ווייסט מען וואס יא און וואס נישט, און אז נישט קען מען פרעגן איינעם. א געזונטער מענטש פארשטייט אז כדי צו לעבן אין א סאסייעטי מיט אנדערע איז וויכטיג אז יעדער ערפילט זיינע התחייבות'ן כלפי דעם צווייטן. אביוזערס נוצן דאס אויס און נעמען אדווענטעדזש פון די אחריות'דיגע געפיל פונעם געזונטן שותף, און מאכן יענעם שפירן כאילו יענער איז מחוייב צו טון דאס וואס ער פארלאנגט. דאס קען קומען אין די ארבעט פון א בעה"ב צו א ארבעטער, כאילו "דאס איז דיין פליכט" און אז נישט מיינט אז דו טויגסט נישט און דו ביסט נישט געטריי צום בעה"ב. עלטערן קענען דאס אויסנוצן אויפ'ן נישט ריכטיגן אופן מיט'ן שטעקן פון תורה ומצוות, וואס ליידער איז גורם אז דאס קינד זאל פיינט האבן אידישקייט. מיר האבן שוין געהערט פון געוויסע פרויען מאניפולירער וואס פאדערן זייערע זאכן (אפילו אומרעאליסטישע) פון זייערע מענער מיט די אבליגעישאן פון די "כתובה", אמער דער מאן האט זיך אונטערגענומען צוצושטעלן אלע הצטרכות פאר די פרוי, און ממילא דארף ער יעצט שטיין און זיי דינען כעבדא קמי' מאריה מיט אלע זייערע שוואוילטאג; אדער דער מאן וועט אויסנוצן זיינע רעכטן און וועט פארלאנגען פון די פרוי אז זי מוז זיך צושטעלן צו אים ווייל ער איז בעה"ב אין שטוב.

די דריטע זאך, "Guilt", איז שולד געפילן. מען מאכט יענעם שפירן שלעכט טאמער ער טוט נישט וואס דער אביוזער פארלאנגט. די געזונטע מענטשן ווילן דאך טון וואס איז ריכטיג, און צופרידנשטעלן די אנדערע מענטשן. (עס איז מעגליך א שטיקל המשך פון חלק ב', אבליגעישאן). וויבאלד א מענטש וואס ערפילט נישט זיינע התחייבות שפירט זיך שולדיג, נעמט דער אביוזער עדווענטעדזש פון דעם געפיל, און ער "עקספלויט" עס (נוצט עס אויס) צו מאכן יענעם שפירן שולדיג. א דוגמא: דער מאן זאגט פאר זיין ווייב, אקעי, איך ווייס אז דו ביסט אייביג זייער ביזי מיט די קינדער און דו לאזט מיר אליינס עסן סאפער, אקעי, ס'איז גוט, איך וועל מיר אליינס אן עצה געבן... די פרוי בלייבט יעצט פארצווייפלט וואס צו טון. מצד אחד מוז זי קעהר נעמען פון די קינדער, מצד שני פילט זי שלעכט פאר'ן מאן אים צו לאזן אליינס... "גילט" קען אויך זיין אויף מער א איידעלע סארט אופן, ווי צב"ש דער שותף טוט עפעס א זאך וואס ער האלט פאר ריכטיג אבער דער אביוזער וויל עס נישט, און דאן קומט ער מיט א צעבראכענעם פנים "איך בין זייער באליידיגט", אדער "איך בין זייער פארווייטאגט צוליב דיין אקט", אזוי ארום שפירט דער קרבן זייער גילטי אז ער האט גורם געווען צער פאר יענעם. נאך א באקאנטע מיטל איז "פארלאזן טרערן" (בעיקר שייך ביי פרויען מאניפולירער, כמובן), וואס שטאמט אויך פונעם שורש פון "גילט" אז דער צווייטער האט גילטי קאנשעס אז ער איז דער גורם פון די הייסע טרערן.

אן אנדערע אופן איז "חנפ'ענען". מען גיבט יענעם א קאמפלימענט. "דו ביסט דאך אזא גוטער מענטש, אלעמאל העלפסטו מיר ווען איך דארף, אלזא טו מיר א טובה און ברענג מיר יענע זאך". באמת וויל נישט דער צווייטער עס ברענגען, אבער ער קען זיך נישט אקעגנשטעלן די מאכטפולע חנופה. ער וויל דאך נישט פארלירן דעם סטאטוס פון זיין א גוטער מענטש. דער מאניפולירער קען עס צומאל טון מיט אן אויסגערעכנטע סטראטעגיע פון פאראויס, אויב עס פעלט זיך אויס. למשל דער נארסיסיסט וויל א געוויסע טובה פון דעם צווייטן וואס ער ווייסט אז ס'איז יענעם גאר שווער און וועט בדרך הטבע נישט מסכים זיין דערצו. אלזא הייבט מען אן גליען די אייזן אפאר טעג פריער. "ביסט אזא גאלדענער מענטש" וועט ער זאגן פאר'ן צווייטן, "דו האסט ליב צו טון טובות און העלפן אנדערע, ממש מען זעהט נישט אזעלכע וואוילע געטרייע מענטשן ווי דיר"... דער צווייטער ווייסט נישט פונקטליך וואס האט יעצט פאסירט, אבער קיינער וועט נישט צוריקווארפן א קאמפלימענט, אמת? א טאג-צוויי שפעטער וועט קומען נאך א געזונטע חנופה שטיק, דער יעניגער וועט שפירן ווי א מיליאן דאלער, פשיהא, מען קוקט מיר אן ווי א גוטער מענטש... און דאן קומט די באמבע. צב"ש, קענסט מיר אפשר בארגן דיין קאר פאר א טאג-צוויי? דער צווייטער בלייבט אביסל צומישט, ער וויל עכט נישט בארגן זיין קאר, סיי ער דארף עס האבן, און סיי ער טראסט נישט יענעם... אבער ער וויל נישט פארלירן דעם שם טוב משמן טוב, און ער האט דאך א גוט הארץ, וועט ער עס געווענליך בלית ברירה צום סוף בארגן, הגם אין הארצן ברויזט ער און איז זייער רעזענטפול אז ער איז געפאלן פאר יענעם.

אלזא, ווי איר זעהט, די מאניפולירער האבן א ברייטן אויסוואל פון מיטלען צו נוצן, און זיי וועלן אלץ אויסקלויבן די וועלכע איז פאסיג פאר'ן מאמענט, זיי האבן דעם חוש צו וויסן פאראויס וועלכע מיטל איז די בעסטע פאר די דעמאלטדיגע סיטואציע, זיי ווייסן גוט פון וועלכע חלק איר וועט יעצט פאלן.

נארסיסיסטן זעהען נישט קיין אנדערע מענטשן ווי יומען ביאינגס מיט געפילן און געברויכן. פונקט ווי א באלעבאסטע שטייט אין קיך ארומגענומען מיט אלע סארט כלים וואס העלפן איר צו קאכן און באקן, אזוי קוקט א נארסיסיסט אן אנדערע מענטשן. כל העולם כולו לא נברא אלא לשמשני. אלע מענטשן ארום מיר זענען דא צו ערפילן מיינע באדערפענישן, זיי זענען גארנישט מער ווי אן אבדזשעקט. זיי אינטרעסירט נישט צו יענער וויל יא אדער נישט. האט איר שוין אמאל געזען א טאפ זאל זאגן פאר די עקרת הבית "היינט וויל איך נישט זאלסט קאכן אין מיר"? אזוי קען א נארסיסיסט נישט פארשטיין אז א צווייטער זאגט אים אפ. קאנטראלירן און מאניפולירן איז די בעסטע מיטל צו מאכן יענעם טון וואס איך וויל, צי יענער וויל יא צי נישט. עס אינטרעסירט אים בכלל נישט אויב יענער האט א תירוץ אדער א סיבה אים אפצוזאגן. ער וועט יענעם פייניגן און שלאגן ווי בלעם דאס אייזל, ס'טייטש, איך וויל יעצט אריבערגיין דעם גדר, אינטרעסירט מיר נישט אויב א מלאך שטייט דארט, פארשטאנען?

עס איז לאו דוקא דעם שותף וואס זיי פייניגן וואס ווערט מאניפולירט, אפילו די מענטשן ארום צו וועמען זיי זענען אויסטערליש "נייס" און פריינדליך ווערן אויך מאניפולירט אויף א שיינעם אופן, וואס זיי נעמען נישט אינאכט. דער נארסיסיסט נוצט יעדן איינעם לויט ווי אזוי עס וועט אים אויסקומען גוט, דעם שותף פייניגט מען, און צענדליגער אנדערע מענטשן חנפ'עט מען כדי זיי זאלן אים הייבן און קאמפלימענטירן און זיי זאלן באקומען די וויכטיגע נארסיסיסטיק סופליי.
איבערלעבער
שר חמש מאות
תגובות: 721
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 20, 2021 1:43 pm

Re: די שרעקליכע דיסארדער "נארסיסיזם" מיט אירע פרטים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איבערלעבער »

אפיציעלע חסד פאנד
זייט א יששכר זבולן מיט לימוד התורה טעגליך 10-12 שעה מיט תלמידים
חובות-ת"ת-ישיבה-סקול-בין איש לאשתו
[email protected]Quickpay
ראש הקהל וויכי
המנהל לכאורה
ויושר יליצו בעדנו חיות אש
מער וועלן בעזר השם איבערלעבן קיץ תשפג
אוועטאר
דיעגא
שר חמש מאות
תגובות: 838
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 21, 2022 11:22 am

Re: די שרעקליכע דיסארדער "נארסיסיזם" מיט אירע פרטים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דיעגא »

WOW ש'כוח @מי אדיר!
א מאסיווע קלארקייט דעס!
געב נישט אויף, קיפ איט קאמינג.

--

נ.ב. איך קען באשטיין צו הערן מער איבער א מהלך וויאזוי זיך אומצוגיין מיט אזוינע מענטשן (אויב ס'איז דא בכלל).
וויכטיג מאכער האט געשריבן:
וויזוי זאגט ער נאר? א מענטש טראכט און גאט לאכט... דאס אז גאט לאכט גלייבעך, אבער הערנדיג געוויסע מענטשן רעדן, גלייבעך נישט אז א מענטש טראכט...

הערליך שיין. פלעין שכוח.
אפיציעלע חסד פאנד
זייט א יששכר זבולן מיט לימוד התורה טעגליך 10-12 שעה מיט תלמידים
חובות-ת"ת-ישיבה-סקול-בין איש לאשתו
[email protected]Quickpay
ראש הקהל וויכי
המנהל לכאורה
ויושר יליצו בעדנו חיות אש
מער וועלן בעזר השם איבערלעבן קיץ תשפג
אוועטאר
namlich
שר חמישים ומאתים
תגובות: 382
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 14, 2022 2:20 pm

Re: די שרעקליכע דיסארדער "נארסיסיזם" מיט אירע פרטים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך namlich »

Pdf פון די געוואלדיגע שיעורים דא.?
האסט געליינט מיין תגובה? האסט הנאה געהאט? געב א לייק!
דאס גיבט כוח און מוט צו שרייבן נאך!.
אוועטאר
מי אדיר
שר מאה
תגובות: 115
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 15, 2021 4:31 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי אדיר »

namlich האט געשריבן:
Pdf פון די געוואלדיגע שיעורים דא.?
ייש"כ פאר די קאמפלימענט.

פאר די ערשטע חלקים איז שוין דא א PDF
http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.ph ... 9#p4021329

די איבריגע וועט לכאורה נאכקומען. איך האב נאך אסאך טינט אין פעדער... :cry:
אמת'ע אמונה
שר חמישים
תגובות: 71
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 22, 2021 11:13 pm

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אמת'ע אמונה »

מי אדיר האט געשריבן:
namlich האט געשריבן:
Pdf פון די געוואלדיגע שיעורים דא.?
ייש"כ פאר די קאמפלימענט.

פאר די ערשטע חלקים איז שוין דא א PDF
http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.ph ... 9#p4021329

די איבריגע וועט לכאורה נאכקומען. איך האב נאך אסאך טינט אין פעדער... :cry:
Wating for more, keep it coming... Thanks so much

If you have a duplex printer print it from Adobe with booklet printing
די שרעקליכע דיסארדער פון נארסיסיזם 2.pdf
(242.65 KiB) געווארן דאונלאודעד 102 מאל
אוועטאר
נאר מיט א שמייכל
שר מאה
תגובות: 101
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 05, 2020 10:07 pm

Re: די שרעקליכע דיסארדער "נארסיסיזם" מיט אירע פרטים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נאר מיט א שמייכל »

ס'איז מיר אויסגעקומען צו האבן שייכות מיט א 9 יעריגע אינגל וואס לכאורה לויט מיין דעת ביה"ב ליידט ער אויף נארסעסיזעם, ס'איז שווער צו זאגן אויף זיכער אבער לויט ווי עס שיינט האט ער רוב פון די סימנים פון א נארסעסיסט רח"ל.
מיין שאלה איז אויב איך זאל איבערצייגן זיינע עלטערן אים צו שיקן אויף הילף יעצו, אדיר עס איז סייווי נישטא וואס צו טוהן ביי די יארגאנג?
איבערלעבער
שר חמש מאות
תגובות: 721
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 20, 2021 1:43 pm

Re: די שרעקליכע דיסארדער "נארסיסיזם" מיט אירע פרטים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איבערלעבער »

נאר מיט א שמייכל האט געשריבן:

ניין דריי מאהל.
1. אונטער די 18 איז לויט די ביכער נישט דא קיין דיאגניז בכלל.
2. יעדעס קינד איז א נארסיסט ביים געבורט. פארלאנגט שרייט שטויסט וכו' ממילא לאז איהם אויפוואקסו.
3. א נארסיסיסט איז אומהעלפבאר.
בדרך אגב וואס פעלט דיר אויס איבערצייגן?
אפיציעלע חסד פאנד
זייט א יששכר זבולן מיט לימוד התורה טעגליך 10-12 שעה מיט תלמידים
חובות-ת"ת-ישיבה-סקול-בין איש לאשתו
[email protected]Quickpay
ראש הקהל וויכי
המנהל לכאורה
ויושר יליצו בעדנו חיות אש
מער וועלן בעזר השם איבערלעבן קיץ תשפג
אוועטאר
נאר מיט א שמייכל
שר מאה
תגובות: 101
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 05, 2020 10:07 pm

Re: די שרעקליכע דיסארדער "נארסיסיזם" מיט אירע פרטים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נאר מיט א שמייכל »

איבערלעבער האט געשריבן:
נאר מיט א שמייכל האט געשריבן:
ס'איז מיר אויסגעקומען צו האבן שייכות מיט א 9 יעריגע אינגל וואס לכאורה לויט מיין דעת ביה"ב ליידט ער אויף נארסעסיזעם, ס'איז שווער צו זאגן אויף זיכער אבער לויט ווי עס שיינט האט ער רוב פון די סימנים פון א נארסעסיסט רח"ל.
מיין שאלה איז אויב איך זאל איבערצייגן זיינע עלטערן אים צו שיקן אויף הילף יעצו, אדיר עס איז סייווי נישטא וואס צו טוהן ביי די יארגאנג?
ניין דריי מאהל.
1. אונטער די 18 איז לויט די ביכער נישט דא קיין דיאגניז בכלל.
2. יעדעס קינד איז א נארסיסט ביים געבורט. פארלאנגט שרייט שטויסט וכו' ממילא לאז איהם אויפוואקסו.
3. א נארסיסיסט איז אומהעלפבאר.
בדרך אגב וואס פעלט דיר אויס איבערצייגן?
1. כ'ווער נישט אזוי דערשראקן פון די ביכער, עס קען מיינען אז מען האט נאכנישט קיין דאקומענטירטע וועג וויאזוי צו פראָווען, גייסט זאגן אז בייעפאולער קען מען נישט זעהן ביי די 15?
2. איינער וואס טראכט נאר פון זיך ווערט נאכנישט קיין נארסעסיסט, מען קען עס ריפן אנמיטשאור אדער שלעכטע מידות אבער נישט נארסעסיסט, אין אונזער פאל איז די רעדע פון א אינגעל וואס שרייבט זיך אונטער הגה"ק ר' ראובן שמעוני שליט"א, און ער ווערט ממש משוגע פון קנאה אין סיי וועלכע אופן (אסאך מער ווי די נאָרמע), און נישטא אזא זאך עפעס טוען פאר איינעם, און מיט דעם אלעם איז ער ארויפגעקוקט צווישן זיינע חברים, ער איז נישט די בולי וכדו', און אינדערהיים ווען ער כאפט אויף דורך עני דרך לא דרך אז איינער רעספעקט אים נישט א מיליאן פראצענט ווערט ער ממש ווילד און סועסיידל.
בקיצור די סימנים ווײַזן שטארק אויף דעם לויט ווי איך פארשטיי.
3. מ'קען ממש גארנישט טוהן? DBT העלפט נישט פארדעם?
און די עיקר איז מיין שאלה געווען אז קען זיין ווען מ'איז נאך יונג קען מען מער טוהן, ווייל ווי עס שיינט איז ער אין די לעצטע שטיק צייט געווארן אריינגעדרייט אין דעם. איז דא איינער וואס ספעציאליזירט זיך אין קינדער פערסאנאלעטי דיסארדערס?

אין לי זמן ומה שנלענ"ד בס"ד אכתוב בקצרה
לגבי קינדער אין די מצב הנ"ל. קלאר אז מיט די נישט ריכטיגע צוגאנג וועט דער בערעלע אויסוואקסן א שרעקליכע בער. די ענין איז למיטב הבנתי אז די עלטערן זאלן זיכן ראט וויאזוי אומצוגיין בדרך חנוך לנער על פי דרכו דרכו של נער אז גם כי יזקין הנער לא יסור ממנה. דאס קינד איז א טשעלענטש פאר זיינע ערציער. דהיינו זיינע ערציער דארפן הילף איהם צו ערציען. ווען די ווואש מאשין צוברעכט זיך יעדן מאנטאג און דאנערשטאג איז פשו אז דער באניצער דארף הדרכה וויאזוי אומציגיין דערמיט, ענדערשט ווי צו זאגן דער מאשין דארף גיין פאר הילף. והבן כי קצרתי.
אפיציעלע חסד פאנד
זייט א יששכר זבולן מיט לימוד התורה טעגליך 10-12 שעה מיט תלמידים
חובות-ת"ת-ישיבה-סקול-בין איש לאשתו
[email protected]Quickpay
ראש הקהל וויכי
המנהל לכאורה
ויושר יליצו בעדנו חיות אש
מער וועלן בעזר השם איבערלעבן קיץ תשפג
אוועטאר
fiena nieas
שר חמשת אלפים
תגובות: 5495
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 23, 2011 8:56 am

Re: די שרעקליכע דיסארדער "נארסיסיזם" מיט אירע פרטים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך fiena nieas »

נאר מיט א שמייכל האט געשריבן:
ס'איז מיר אויסגעקומען צו האבן שייכות מיט א 9 יעריגע אינגל וואס לכאורה לויט מיין דעת ביה"ב ליידט ער אויף נארסעסיזעם, ס'איז שווער צו זאגן אויף זיכער אבער לויט ווי עס שיינט האט ער רוב פון די סימנים פון א נארסעסיסט רח"ל.
מיין שאלה איז אויב איך זאל איבערצייגן זיינע עלטערן אים צו שיקן אויף הילף יעצו, אדיר עס איז סייווי נישטא וואס צו טוהן ביי די יארגאנג?
זייער אינטערסאנט! א יונגל א נארסעסיסט! וויזוי איז שייך צו זאגן . ער בוליט אנדערע?
SPXUP
שר חמש מאות
תגובות: 688
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 27, 2022 10:35 pm

Re: די שרעקליכע דיסארדער "נארסיסיזם" מיט אירע פרטים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך SPXUP »

איבערלעבער האט געשריבן:
נאר מיט א שמייכל האט געשריבן:
איבערלעבער האט געשריבן:
נאר מיט א שמייכל האט געשריבן:
ס'איז מיר אויסגעקומען צו האבן שייכות מיט א 9 יעריגע אינגל וואס לכאורה לויט מיין דעת ביה"ב ליידט ער אויף נארסעסיזעם, ס'איז שווער צו זאגן אויף זיכער אבער לויט ווי עס שיינט האט ער רוב פון די סימנים פון א נארסעסיסט רח"ל.
מיין שאלה איז אויב איך זאל איבערצייגן זיינע עלטערן אים צו שיקן אויף הילף יעצו, אדיר עס איז סייווי נישטא וואס צו טוהן ביי די יארגאנג?
ניין דריי מאהל.
1. אונטער די 18 איז לויט די ביכער נישט דא קיין דיאגניז בכלל.
2. יעדעס קינד איז א נארסיסט ביים געבורט. פארלאנגט שרייט שטויסט וכו' ממילא לאז איהם אויפוואקסו.
3. א נארסיסיסט איז אומהעלפבאר.
בדרך אגב וואס פעלט דיר אויס איבערצייגן?
1. כ'ווער נישט אזוי דערשראקן פון די ביכער, עס קען מיינען אז מען האט נאכנישט קיין דאקומענטירטע וועג וויאזוי צו פראָווען, גייסט זאגן אז בייעפאולער קען מען נישט זעהן ביי די 15?
2. איינער וואס טראכט נאר פון זיך ווערט נאכנישט קיין נארסעסיסט, מען קען עס ריפן אנמיטשאור אדער שלעכטע מידות אבער נישט נארסעסיסט, אין אונזער פאל איז די רעדע פון א אינגעל וואס שרייבט זיך אונטער הגה"ק ר' ראובן שמעוני שליט"א, און ער ווערט ממש משוגע פון קנאה אין סיי וועלכע אופן (אסאך מער ווי די נאָרמע), און נישטא אזא זאך עפעס טוען פאר איינעם, און מיט דעם אלעם איז ער ארויפגעקוקט צווישן זיינע חברים, ער איז נישט די בולי וכדו', און אינדערהיים ווען ער כאפט אויף דורך עני דרך לא דרך אז איינער רעספעקט אים נישט א מיליאן פראצענט ווערט ער ממש ווילד און סועסיידל.
בקיצור די סימנים ווײַזן שטארק אויף דעם לויט ווי איך פארשטיי.
3. מ'קען ממש גארנישט טוהן? DBT העלפט נישט פארדעם?
און די עיקר איז מיין שאלה געווען אז קען זיין ווען מ'איז נאך יונג קען מען מער טוהן, ווייל ווי עס שיינט איז ער אין די לעצטע שטיק צייט געווארן אריינגעדרייט אין דעם. איז דא איינער וואס ספעציאליזירט זיך אין קינדער פערסאנאלעטי דיסארדערס?
אין לי זמן ומה שנלענ"ד בס"ד אכתוב בקצרה
לגבי קינדער אין די מצב הנ"ל. קלאר אז מיט די נישט ריכטיגע צוגאנג וועט דער בערעלע אויסוואקסן א שרעקליכע בער. די ענין איז למיטב הבנתי אז די עלטערן זאלן זיכן ראט וויאזוי אומצוגיין בדרך חנוך לנער על פי דרכו דרכו של נער אז גם כי יזקין הנער לא יסור ממנה. דאס קינד איז א טשעלענטש פאר זיינע ערציער. דהיינו זיינע ערציער דארפן הילף איהם צו ערציען. ווען די ווואש מאשין צוברעכט זיך יעדן מאנטאג און דאנערשטאג איז פשו אז דער באניצער דארף הדרכה וויאזוי אומציגיין דערמיט, ענדערשט ווי צו זאגן דער מאשין דארף גיין פאר הילף. והבן כי קצרתי.
הרב איבערלעבער. געליינט דיינע מוטשעניש אין די הארץ ציגייט פאר דיר אין דיין משפחה, השם זאל העלפן דיינע קינדער זאלן נישט ווערן אפעקטירט נאר זאלן עס ניצן אלץ א לעבנס וועגווייזער.

צי דיין סטעיטמענט אז אינטער די 18 איז נישט דא קיין דיאגנאוסעס ווייל אזוי זאגן די ביכער. 1) לשיטתך אז טעראפיסטן זענען קאלעידזש דעגריי געלט זויגערס, ווארף אוועק די ביכער, אין זעה וואס די קענסט יא טוהן. 2) זייער מעגליך אז די קינד קאפעט אין שרייט טאקע נישט ווייל ער איז באמת א נארסיסיט אבער מדארף לכאורה אויסטשעקן וואס גייט פאר דארט אינדערהיים אדער אין חדר אז דאס מאכט די קינד זאל זיך אויפפיהרן אזוי אנדערש נאר די לעצטע שטיק צייט.
מיין פוינט איז, מאך נישט אוועק א מענטש וואס זיכט צי העלפן א קינד וואס קען זיין גייט דורך גאר שווערע צייטן. זאג נישט סאיז אומהעלפבאר ווייל ביי דיר איז נישט געווען וואס צוהעלפן, קען זיין דא רעדט מען נישט פון אזא שווערע קעיס, ווי אויך זאל איינער יא אויפמערקזאם מאכן די עלטערן דערוועגן, ווייל קאן זיין אז זיי וועלן הערן פין אנדערע וועלן זיי כאפן אז זייער אויפפיהרונג איז גורם פאר זייער אייגען קינד ווייטאג מיט פערמינענט דעמעדזש.
איבערלעבער
שר חמש מאות
תגובות: 721
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 20, 2021 1:43 pm

Re: די שרעקליכע דיסארדער "נארסיסיזם" מיט אירע פרטים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איבערלעבער »

SPXUP האט געשריבן:
איבערלעבער האט געשריבן:
נאר מיט א שמייכל האט געשריבן:
איבערלעבער האט געשריבן:
נאר מיט א שמייכל האט געשריבן:
ס'איז מיר אויסגעקומען צו האבן שייכות מיט א 9 יעריגע אינגל וואס לכאורה לויט מיין דעת ביה"ב ליידט ער אויף נארסעסיזעם, ס'איז שווער צו זאגן אויף זיכער אבער לויט ווי עס שיינט האט ער רוב פון די סימנים פון א נארסעסיסט רח"ל.
מיין שאלה איז אויב איך זאל איבערצייגן זיינע עלטערן אים צו שיקן אויף הילף יעצו, אדיר עס איז סייווי נישטא וואס צו טוהן ביי די יארגאנג?
ניין דריי מאהל.
1. אונטער די 18 איז לויט די ביכער נישט דא קיין דיאגניז בכלל.
2. יעדעס קינד איז א נארסיסט ביים געבורט. פארלאנגט שרייט שטויסט וכו' ממילא לאז איהם אויפוואקסו.
3. א נארסיסיסט איז אומהעלפבאר.
בדרך אגב וואס פעלט דיר אויס איבערצייגן?
1. כ'ווער נישט אזוי דערשראקן פון די ביכער, עס קען מיינען אז מען האט נאכנישט קיין דאקומענטירטע וועג וויאזוי צו פראָווען, גייסט זאגן אז בייעפאולער קען מען נישט זעהן ביי די 15?
2. איינער וואס טראכט נאר פון זיך ווערט נאכנישט קיין נארסעסיסט, מען קען עס ריפן אנמיטשאור אדער שלעכטע מידות אבער נישט נארסעסיסט, אין אונזער פאל איז די רעדע פון א אינגעל וואס שרייבט זיך אונטער הגה"ק ר' ראובן שמעוני שליט"א, און ער ווערט ממש משוגע פון קנאה אין סיי וועלכע אופן (אסאך מער ווי די נאָרמע), און נישטא אזא זאך עפעס טוען פאר איינעם, און מיט דעם אלעם איז ער ארויפגעקוקט צווישן זיינע חברים, ער איז נישט די בולי וכדו', און אינדערהיים ווען ער כאפט אויף דורך עני דרך לא דרך אז איינער רעספעקט אים נישט א מיליאן פראצענט ווערט ער ממש ווילד און סועסיידל.
בקיצור די סימנים ווײַזן שטארק אויף דעם לויט ווי איך פארשטיי.
3. מ'קען ממש גארנישט טוהן? DBT העלפט נישט פארדעם?
און די עיקר איז מיין שאלה געווען אז קען זיין ווען מ'איז נאך יונג קען מען מער טוהן, ווייל ווי עס שיינט איז ער אין די לעצטע שטיק צייט געווארן אריינגעדרייט אין דעם. איז דא איינער וואס ספעציאליזירט זיך אין קינדער פערסאנאלעטי דיסארדערס?
אין לי זמן ומה שנלענ"ד בס"ד אכתוב בקצרה
לגבי קינדער אין די מצב הנ"ל. קלאר אז מיט די נישט ריכטיגע צוגאנג וועט דער בערעלע אויסוואקסן א שרעקליכע בער. די ענין איז למיטב הבנתי אז די עלטערן זאלן זיכן ראט וויאזוי אומצוגיין בדרך חנוך לנער על פי דרכו דרכו של נער אז גם כי יזקין הנער לא יסור ממנה. דאס קינד איז א טשעלענטש פאר זיינע ערציער. דהיינו זיינע ערציער דארפן הילף איהם צו ערציען. ווען די ווואש מאשין צוברעכט זיך יעדן מאנטאג און דאנערשטאג איז פשו אז דער באניצער דארף הדרכה וויאזוי אומציגיין דערמיט, ענדערשט ווי צו זאגן דער מאשין דארף גיין פאר הילף. והבן כי קצרתי.
הרב איבערלעבער. געליינט דיינע מוטשעניש אין די הארץ ציגייט פאר דיר אין דיין משפחה, השם זאל העלפן דיינע קינדער זאלן נישט ווערן אפעקטירט נאר זאלן עס ניצן אלץ א לעבנס וועגווייזער.
שכוח. אמן. זייער שיין געוואומטשן און צום זאך!
צי דיין סטעיטמענט אז אינטער די 18 איז נישט דא קיין דיאגנאוסעס ווייל אזוי זאגן די ביכער. 1) לשיטתך אז טעראפיסטן זענען קאלעידזש דעגריי געלט זויגערס, ווארף אוועק די ביכער, אין זעה וואס די קענסט יא טוהן. נכון מאד.. אבער איך בין ברוך השם נישט שווארץ אדער ווייס. אני הקטן בעצמי האט געוועלט מיעוט הצלה. איך מאך נישט אינגאנצן אוועק אלעס ממש. 2) זייער מעגליך אז די קינד קאפעט אין שרייט טאקע נישט ווייל ער איז באמת א נארסיסיט אבער מדארף לכאורה אויסטשעקן וואס גייט פאר דארט אינדערהיים אדער אין חדר אז דאס מאכט די קינד זאל זיך אויפפיהרן אזוי אנדערש נאר די לעצטע שטיק צייט. ריכטיג. קלאר ווי דער טאג. יעדע אומנארמאלע התנהגות האט א נארמאלע סיבה
מיין פוינט איז, מאך נישט אוועק א מענטש וואס זיכט צי העלפן א קינד וואס קען זיין גייט דורך גאר שווערע צייטן. זאג נישט סאיז אומהעלפבאראויב איך האב געזאגט אז עס איז אומהעלפבאר, חוזרני בי. איך האב עס טאקע געזאגט. אוודאי הילף איז שייך אבער בעיקר נאר מיט די דרך התורה און רוב מאהל נאר דורך די עלטערן מחנכים ווייב מאן שותף חבר וואס ליידט פון דעם נארסיסיסט און פיהרט איהם אויף די ריכטיגע שינעס. אבער דעם נארסיסיסט אליין דירעקט אויסגראדן נויפ. בדרך כלל אומהעלפבאר ווייל ביי דיר איז נישט געווען וואס צוהעלפן, יא געווען. נאר נישט מיט די גוישע מהלך המחשבה. נאר מיט דרך התורה והשכל וס"ד וואס טערעפיסטן למיניהם זענען הדרך כלל טריקן דערפוןקען זיין דא רעדט מען נישט פון אזא שווערע קעיס, ווי אויך זאל איינער יא אויפמערקזאם מאכן די עלטערן דערוועגן, ווייל קאן זיין אז זיי וועלן הערן פין אנדערע וועלן זיי כאפן אז זייער אויפפיהרונג איז גורם פאר זייער אייגען קינד ווייטאג מיט פערמינענט דעמעדזש. 1. גארנישט איז פערמינענט. נאר א פערמינענט מארקער. אויך נישט.. 2. אויפמערקזאם יא אבער משכנע זיין כלשונו קאנווינסן למה? 3. גם אני בחלומי כתבתי אז די עלטערן זאלן זיכן ראט וויאזוי צו ערציען דאס קינד עיין לעיל
אפיציעלע חסד פאנד
זייט א יששכר זבולן מיט לימוד התורה טעגליך 10-12 שעה מיט תלמידים
חובות-ת"ת-ישיבה-סקול-בין איש לאשתו
[email protected]Quickpay
ראש הקהל וויכי
המנהל לכאורה
ויושר יליצו בעדנו חיות אש
מער וועלן בעזר השם איבערלעבן קיץ תשפג
אוועטאר
מי אדיר
שר מאה
תגובות: 115
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 15, 2021 4:31 pm

---- קרישקעלעך ----

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי אדיר »

מיין פלאן איז געווען צו גיין שטאפלווייז מן הקל אל הכבד, איך וויל לאזן די שווערסטע חלקים צום סוף, אבער איך זעה אז דער פראיעקט נעמט מיר לענגער ווי געפלאנט. אלזא וויל איך אין דעם פאלגענדן תגובה מאכן א קורצע איבערבליק אויף נאך עטליכע טערמינען, און אז עס וועט זיין שפעטער צייט (אדער אויב מען וועט אנפרעגן פאר פירושים) וועט מען מער מאריך זיין אי"ה כיד ה' הטובה עלינו, און דערנאך וועלן מיר גיין צום קומענדיגן שטאפל.

"ברעדקראמס" – ברעקלעך ברויט. דאס איז א טערמין וואס די פסיכאלאגן נוצן פאר איינע פון די אויבנדערמאנטע טאקטיקן, אז אינצווישן די אביוז ציקלען ווארפט מען אריין צומאל א גוט ווארט, א שיינע מעסעדזש, א סמיילי אין די טעקסט מעסעדזש, אדער מען קויפט א מתנה, א.א.וו. און דער קרבן פאלט דערויף, וויבאלד ער איז נעבעך אויסגעהונגערט פאר א קאמפלימענט, פאר וועלידעישאן, אביסל נארמאלקייט... ער שפירט אז דער אביוזער איז למעשה נישט אזוי שלעכט און עס איז נאך דא האפענונג.

פשט פון דעם טערמין איז א משל ווי א מענטש איז אויסגעהונגערט נאך עסנווארג, און איינער קומט און פיטערט אים ברעקלעך פון ברויט וועט ער יענעם זייער דאנקבאר זיין, ער קוקט יענעם אן ווי א גוטער מענטש וואס מיינט זיכער זיין טובה. אבער ליידער זענען די נארסיסיסטן געלערנט און אויסגעקאכט אין די מינימום וויפיל ברעקלעך צו פיטערן און וועלכע צייט, בלויז גענוג אז דער קרבן זאל נישט שטארבן פון הונגער און זאל בכליון עינים אויסקוקן אויף נאך און בלייבן הונגעריג דעם גאנצן לעבן. זיי וועלן קיינמאל נישט דערלאנגען דעם גאנצן 'סלייס ברויט'.

די ברעקלעך (breadcrumbs) זענען זייער "אינקאנסיסטענט", דהיינו עס קומט נישט אין צייטן ווען דו ערווארטסט עס, נאר דא און דארט, פלוצלינג באקומסטו א "קענדי", וואס מאכט דיר טראכטן אז אפשר איז דער אביוזער יא א גוטער מענטש, והא ראי' ער טוט מיר גוטע זאכן. אבער דאס איז אלעס טאקטיקן אריינצוכאפן דעם קרבן שטערקער אין נעץ, כדי דער אביוזער זאל ווייטער קענען באקומען זיין נארסיסיסטיק סופליי, און דער קרבן זאל זיך נישט פרובירן ארויסצוגליטשן. פונקט ווי איינער גייט "פישינג", ער לייגט א ברעקל ברויט ביים עק פונעם נעץ, נישט ווייל ער וויל פיטערן די פיש, נאר ווייל ער וויל אריינכאפן די פיש אין זיין נעץ.

זיי וועלן צב"ש אפט מבטיח זיין ארויסצוגיין אינאיינעם, אבער זיי וועלן נישט זאגן קיין צייט ווען, און ווען דו וועסט וועלן ארויסגיין וועלן זיי זיך ארויסדרייען מיט פארשידענע תירוצים. דו רעדסט זיך איין אז ענדליך האסטו געכאפט דעם שותף אויף דיין זייט, כ'זעה דאך קלאר אז יענער האט צוריקגעענטפערט א קיוט מעסעדזש... נאר זיך צו איבערצייגן שפעטער אז מפטירין כדאתמול.

דאס איז אויך א דוגמא פון "עמאשענעל מאניפולעישאן", וואס לאזט איבער דעם קרבן צומישט און דיסעפוינטעד, מיט פאלשע האפענונגען וואס ווערן קיינמאל נישט מקויים. ווען דער קרבן וואלט ווען באקומען נאר די שלעכטע חלקים וואלטן זיי געהאט אסאך א גרינגערע צייט איבערצולאזן די אביוזערס, אבער די זיסע שטיקלעך ברעדקראמס האלט זיי צוריק דערפון.

"דזשאדזשמענטל" – דן זיין א צווייטן. אין די לעצטערע צייטן זענען מיר אלע עדות אויף דעם אויפוואכונג פון דעם פענאמען, אז מען זאל נישט דזשאדזשן קיין צווייטן. יעדער האט זיך זיינע שוואכקייטן, און פונקט ווי דו ווילסט נישט אז איינער זאל דיר דזשאדזשן אויף דיינע שוואכקייטן, טעותים אדער אפילו עבירות וואס דו ביסט אדורכגעפאלן, אזוי זאלסטו נישט דזשאדזשן יענעם. "דזשאדזש מי ווען יו אר פערפעקט", ליינט זיך א קוואוט. זיך אליינס וועט א מענטש אייביג בארעכטיגן, און אויב מען האלט אים פאר אויף עפעס וועט ער זיך פארטיידיגן. טו דאס זעלבע פאר א צווייטן! ווי געזונטער א מענטש איז, איז ער ווייניגער פארנומען מיט "יענעם". אויב איז ער יא פארנומען, איז עס לטובתו, אים העלפן אויב ער דארף הילף, געבן א גוט ווארט, א שמייכל.

מיר דארפן נישט צוקומען צו די הסברים פון די פסיכאלאגן דערויף און וויפיל חורבנות דאס איז גורם, מיר האבן די חז"ל וואס האבן אונז דאס שוין געלערנט טויזענטער יארן צוריק, אל תדין את חברך, הוי דן את כל האדם לכף זכות, וכדו'.

געזונטע און נארמאלע מענטשן, בפרט נאנטע שותפים ווי מאן און ווייב אדער אייגענע קינדער וכדו' וועלן אייביג פרובירן צו זעהן דאס גוטס אינעם נאנטן, אפילו אויב יענער באגייט אמאל א פעלער וועט מען אדער פרובירן צו פארקוקן, הה"ד על כל פשעים תכסה אהבה, מען האט "יענעמ'ס בעק" ווי מ'זאגט אין ענגליש, עס איז דא טראסט אז ביידע צדדים ווילן זיין גוט, און א מענטש איז נאר א מענטש וכו'. און אויב קען מען עס נישט פארקוקן וועט מען עכ"פ פרובירן יענעם צו פארענטפערן (ווי צב"ש עלטערן ווען זיי רעדן צום קינד'ס מלמד אויף א טראבל וואס ער האט געטון אין חדר), דאס מלמד זכות זיין אויף יענעם איז א צייכן פון טיפע אהבה. מען פארשטייט אז די שוועריגקייטן איז א "פארט אף די פעקעדזש דיעל" – אין אנדערע ווערטער, יעדער האט שווארץ און ווייס, וואס אינאיינעם פארעמט זיך אויס א גרויע קאליר.

נארסיסיסטן (און בפ"ד) זענען אויסטערליש דזשאדזשמענטל כלפי זייערע קרבנות, ווייל עס ברענגט ארויס זייער אייגענע חשיבות, און אז דו ביסט 'גארנישט' מיינט דאך דאס אז זיי זענען בעסער פון דיר, מכלל לאו אתה שומע הן, און דאס גיבט זיי א געוואלדיגע סאטיספאקציע.

זיי וועלן דעריבער אייביג אויסטייטשן דעם קרבנ'ס מעשים לרעה, און דן זיין לכף חובה, אפילו עס לייגט זיך נישט אויפ'ן שכל און זייער גאנצע טעאריע איז נאר א בחי' פון יש ליישב בדוחק גדול. דער קרבן קען טון נארמאלע זאכן און ווערן שאקירט צו הערן ווי אפאר וואכן שפעטער וועט דער אביוזער דאס איבערפארציילן און אויסטייטשן צום שלעכטן, אויף א אופן וואס ער האט קיינמאל נישט גע'חלומ'ט צו טון. מען קען כמעט נישט לעבן דערמיט, ווייל וואס אימער דו טוסט איז קיינמאל נישט גוט. דאס צוקלאפט שרעקליך דעם קרבן.

פארשטייט זיך אז כלפי זיך זעלבסט איז דער נארסיסיסט פארקערט. מיר ווייסן שוין היינט אז קריטיק פאר א נארסיסיסט איז ערגער ווי א ביס פון א שלאנג, און זיי שפירן זיך זייער געדזשאדזשט טאמער זאגט מען זיי א שמץ קריטיק. איר וועט הערן פיל מאל דעם נארסיסיסט זיך באקלאגן אז "מען דזשאדזשד מיך". וואס ברענגט אונז צו די קומענדיגע פאר שטיקלעך.

"בלעק ענד ווייט טינקינג" – שווארץ-און-ווייסע בליק. (נאך א טערמין דערויף איז "ספליטינג" Splitting). נארסיסיסטן האבן זייער א באגרעניצטע פערספעקטיוו אויף דער וועלט. הלנו אתה או לצרינו. אויב ביסטו פון מיינע מענטשן ביסטו גענצליך ווייס, אז נישט ביסטו שווארץ! נישטא קיין גרוי אינצווישן. איי וועסטו פרעגן, 99.9% מענטשן זענען ערגעץ אין די גרעי עריע? תיקו. זיי זענען "קאליר בליינד" אויף גרעי. ווי מיר פארשטייען אליינס, זענען זיי אייביג אין די ווייסע קאטעגאריע, און דער שותף/קרבן אין שווארצע.

יעדער נארמאלער פארשטענדליכער מענטש ווייסט און פארשטייט אז עס עקזיסטירט נישט קיין שלימות ביי קיין מענטשן, כי אדם אין צדיק בארץ אשר יעשה טוב ולא יחטא, און דער אלגעמיינער מענטש גייט אריין ערגעץ צווישן די פארשידענע שאטנ'ס פון גרעי, און ווי די ספה"ק טייטשן "אל תהי בז לכל אדם" זאלסט נישט אוועקמאכן דעם גאנצן מענטש (ד.ה. אז ער איז אינגאנצן שווארץ), שאין לך אדם שאין לו שעה, יעדער האט זיין צייט און זיין תפקיד וואו דארט איז ער יא גוט, ממילא איז ער נישט גענצליך שווארץ... נארסיסיסטן אבער זעען דאס נישט. זיי זעען אדער ווייס אדער שווארץ אדער גארנישט! נישטא עפעס אנדערש.

עס קען זיך אויך מאכן אויב איז מען מעורר דעם נארסיסיסט אויף א אישו וואס ער האט, כאטש דו וועסט אים זאגן אז אין אלגעמיין איז ער אויסגעצייכנט, וועט ער עס אננעמען כאילו דו האסט אים אינגאנצן אוועקגעמאכט, ער איז מער גארנישט ווערד! זיי פארשטייען נישט דיין הסבר אז באמת ביסטו צופרידן נאר די איינע זאך שטערט דיר. אויב שטערט דיר עפעס מיינט אז דו האסט אים שוין בכלל נישט ליב און דו אקצעפטירסט אים נישט! "אדער אלעס אדער גארנישט" איז דער שלאג ווארט.

דאס קלאפט אויס זייער שווער ווייל מען קען זיי נישט מסביר זיין קיין לאגישע פארשטענדליכע סברות, און דעריבער קענען זיי כמעט נישט לעבן מיט קיין מענטשן. נאך מער, דער מענטש (אדער טעראפיסט) וואס איז נעכטן געווען אויף זייער ווייסע ליסטע, קען אויף מארגן ווערן א שווארצער, ווייל ער האט געזאגט עפעס א קרום ווארט וואס דוכט זיך זיי איז שלא כרצונם. ווי אזוי גייט דער וועלטס ווערטל? אויב דו ווילסט רעדן אויף א צדיק, קודם מאך אים אויס צדיק, און דאן מעגסטו שוין רעדן. אזוי טוען די חברה אויך, קודם לייגט מען יענעם אריין אין די שווארצע ליסטע, און נאכדעם דארף מען שוין יענעם רודפ'ן און באשמוצן. (דאס איז גורם נאך א שטארקן פראבלעם וואס שותפים פון נארסיסיסטן מוטשען זיך דערמיט, אז ווען דער נארסיסיסט איז שוין מ'כלומר'שט "מסכים" צו גיין פאר הילף איז עס נאר צו אזעלכע מענטשן וועמען זיי "אפראוון" ווייל יענער זאגט וואס זיי ווילן הערן. די מאמענט וואס דער טעראפיסט זאגט עפעס שלא כרצונו איז ער תיכף ומיד אויף די שווארצע ליסטע וואס "פארשטייט נישט דערצו" און זיי פארלאנגען צו גיין צו א נייעם פערזאן וואס וועט האפענטליך יא "פארשטיין" אז זיי זענען גערעכט...)

נאך א אופן ווי אזוי שווארץ-און-ווייס ארבעט ביי נארסיסיסטן איז די וועג ווי אזוי זיי טריעטן זייערע קרבנות. זונטאג קען זיין אלעס פיין, זיי זענען פונקט אין א גוטע מוד, זיי וועלן דיר באגיסן מיט קאמפלימענטן און דיר מאכן שפירן ווי דער מלך מהולל בתשבחות, מען שמועסט אזוי געשמאק, און דו רעדסט זיך ווידער איין אז די גוטע צייטן זענען היער טו סטעי, אבער ויהי ממחרת, עס קומט מאנטאג און דו ווערסט באוואשן ווי א סוטה פון קאפ ביז פוס, קיינמאל טוסטו גארנישט גוט, ביסט גארנישט ווערד, ביסט א לא יוצלח און א שלימזל... פלוצלינג קענסטו נישט קאמיוניקיעטן מיט אים, קענסט אים נישט מסביר זיין, דו ביסט סטאק! דו ביסט צומישט און פרוסטרירט און דו קענסט נישט מאכן סענס וואס דא האט פאסירט, ווייל דו האסט באמת גארנישט געטון. עפעס האט אים פשוט געטריגערט און אויפגערעגט און אויפאיינמאל האסטו געטראסקעט מאיגרא רמא פון זיין דער בעסטער מענטש לבירא עמיקתא צו גארנישט מיט נישט. די שעדליכע התנהגות און דאס נישט וויסן וואו דו שטייסט איז ממש מעביר את האדם מדעת קונו רח"ל, אין געוויסע גאר שווערע פעלער בלייבן די קרבנות טראומאטיזירט פאר לאנגע יארן דערפון.

"סטרינגס עטטעטשד". יעדע גוטע זאך וואס זיי טוען איז פאראן א כוונה הונטערן באוואוסטזיין. צי איז דאס כבוד און רוהם, אדער צוריקצובאקומען עפעס, אלעס האט חשבונות. יעדע זאך וואס מען טוט גייט אדורך א בליץ-שנעלע ערנסטע פראצעדור פון מחשבות ווי אזוי די זאך גייט ווערן אויפגענומען ביי ראובן און ביי שמעון ביז יוסף ובנימין. נישטא אזא מציאות ווי סתם טון גוטע זאכן. אויב האבן זיי געטון עפעס א גוטע זאך פאר איימיצן, איז שוין יענער שולדיג די וועלט פאר אים. ס'טייטש, הכרת הטוב! נישט אזוי?

נארסיסיסטן זענען נעמער'ס, קיינמאל נישט קיין געבער'ס. אויב געבן זיי עפעס איז עס נאר א מתנה על מנת להחזיר בכפלי כפליים. זיי וועלן דיר קיינמאל נישט געבן א מתנה ווייל זיי האלטן אז דו ביסט עס ווערד. אונטערן באוואוסטזיין האבן זיי חשבונות וואס זיי גייען פארדינען דערפון אין דער צוקונפט.

דאס איז גורם אז זיי גלייבן נישט אז אנדערע מענטשן טוען יא חסד בלויז לשם חסד, שלא על מנת לקבל פרס. ממילא נעמען זיי אן אנדערע מענטשנ'ס חסדים מיט פארדאכט.

"דאבל סטענדערדס". אדער א ענליכע אויסדרוק: "צוויי סעטס פון רולס". זיי מעגן אלעס טון, אבער דו נישט. ווען דו האלטסט זיי פאר היתכן, וואס איז פשט? וועסטו אויסגעפונען אז ענק געפינען זיך אין צוויי באזונדערע פלאנעטן. דער נארסיסיסט געפינט זיך אין א פלאנעט וואו מען מעג אלעס, און טאמער האט מען יא אמאל געטון עפעס וואס איז נישט ערלויבט קען מען זיך גרינגערהייט ארויסדרייען מיט א תירוץ וואס פארענטפערט אלע עוולות און אין אחר התירוץ כלום, און אלעס איז גוט און פיין. משא"כ דו לעבסט אין א פלאנעט ווי גארנישט איז נישט אקצעפטירט. דו טארסט נישט און פארטיג. די ווארט 'תירוץ' עקזיסטירט נישט אין יענעם פלאנעט, עס העלפט אפילו נישט קיין תשובה...

דו קענסט טענה'ן די מערסט לאגישע סברות, זיי אויפווייזן אז זיי טוען די זעלבע זאכן (אדער נאך ערגער) און דו ביסט נישט אנדערש ווי זיי, אבער דו וועסט אין ערגעץ נישט אנקומען. די אביוזערס גיבן זיך אליינס רשות צו טון וואס זיי ווילן. פארפאלן, זיי זענען אין די ווייסע וועלט און וועלן בלייבן אייביג ווייס, נישט קיין חילוק וואס זיי טוען; דו ביסט אין א שווארצע פינצטערע וועלט און דו בלייבסט שווארץ, אפגעזען וואס דו פרובירסט צו טון ארויסצוקומען פון דארט! פרוביר אפילו נישט צו טענה'ן...

עס איז איבריג צו זאגן וואספארא פסיכאלאגישע ווייטאג דאס ברענגט פאר'ן קרבן. היפאקריטיזם בתפארתה! אויב יושר איז געשטארבן אין די גאנצע וועלט, איז עס ביים נארסיסיסט געשטארבן מיט א מיתה משונה. נישטא קיין יושר, קיין לאגיק, קיין הסברים. נאר פאקטן וואס די אביוזערס האבן אפגעמאכט אין זייער קראנקן קאפ. דו זעהסט מיט דיינע פליישיגע אויגן קליפ און קלאר וואספארא עוולות עס ווערן געטון, יעדער נארמאלער מענטש זעהט דאס, אבער נישט די נארסיסיסטן. זייער פארדרייטע וועג פון טראכטן מאכט זיי אנקוקן די וועלט אנדערש, און זיי זעען נישט וואס דו זעהסט.

צווישן נארמאלע געזונטע מענטשן ארבעט עס נישט אזוי, ווי דער באקאנטער שפריכווארט גייט: "What's good for the goose is good for the gander", וואס איז גוט פאר מיר איז אויך גוט פאר דיר. עס איז דא "איקוואליטי" (equality), אבער די נארסיסיסטן האבן דאך אזא פארדרייטע סעלף-סענטערד בליק אויף די וועלט, ווי זיי קוקן פון אויבן אראפ אויף יעדן איינעם, ממילא כאפן זיי נישט ווי היפאקריטיש זיי פירן זיך אויף. צב"ש זיי פארלאנגען אפן זייער אטענשאן און עדמיירעישאן, אבער זיי וועלן דאס קיינמאל נישט געבן פאר יענעם.

"קריעטינג סטאריס אין דהער העד" – אויפמאכן פאלשע מעשיות אין זייער קאפ. דאס פאדערט נישט קיין לאנגע הסברים. די חברה האבן א טיפע אימעדזשינעישאן, און זיי זעען זאכן ווי אזוי זיי ווילן עס זעהן, כאטש וואס האט קיינמאל נישט פאסירט, (הגם געווענליך האט עס עפעס אן אחיזה אינעם אמת, ווי שוין ערווענט אין א פריערדיגע קאפיטל). דאס דערמאנט די חז"ל אז יעדע שקר וואס האט נישט עפעס אמת אין זיך האט נישט קיין קיום, דעריבער וועלן די נארסיסיסטן לכתחילה זוכן עפעס וואס האט עפעס אן אחיזה אינעם אמת, למשל אויב האסטו איבערגעלאזט א ברעקל זאלץ אויפ'ן טיש נאכ'ן אויפרוימען וועלן זיי באשולדיגן אז דו האסט אויסגעגאסן א האלבע באטל זאלץ און דו ביסט קיינמאל נישט קעהרפול און מען קען נישט וואוינען מיט דיר...

המשך יבא אי"ה
אוועטאר
איל_משולש
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4734
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש מארטש 12, 2022 8:29 pm
לאקאציע: אמעריטשקע.
פארבינד זיך:

Re: ---- קרישקעלעך ----

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איל_משולש »

מי אדיר האט געשריבן:

המשך יבא אי"ה
ווארט מיר.
- דיס ספעיס איז אוועילעבל פאר רענט, פאָר רעיטס קאנטעקט אין אישי.
שרייב תגובה

צוריק צו “תורת הנפש”