מהיכי תיתי?namlich האט געשריבן:, זינט א נארסיסיסט וועט קיינמאל נישט גיין זיך לערנען.
.
קענען פונקט אזוי זיין קאנסיסטענט.
די אחראים: זייער נייגעריג,אחראי,thefact
מהיכי תיתי?namlich האט געשריבן:, זינט א נארסיסיסט וועט קיינמאל נישט גיין זיך לערנען.
.
יידישע קהילות האט געשריבן:איך מיין אז דער אשכול דארף פארשלאסן ווערן. זאפארט!!
דא איז מען דן דיני נפשות, לכאן או לכאן.
עס איז כאילו מ'זאל דן זיין דא אויף אייוועלט וואס פאר א מעדיצין צו געבן פאר א קראנקן, נעם יא אנטי-ביאטיק נעם נישט. נעם יא וואקסין, נעם נישט.
רבותי, עס איז פאראן שארלאטן אין יעדע געביט, און עס איז פאראן גנבים און רוצחים וואס זענען פארשטעלט פאר רבנים פאר גוטע פריינט פאר עקספערטן וכו' כו'.
לעומת זה נישט צו גיין צו א טעראפיסט ווען מ'דארף, איז א חטא בל יכופר ורבים חללים הפילה!!
מ'דארף זיך מתייעץ זיין מיט קלוגע און ערליכע יידן. מיט RELIEF מיט דיינים און ראשי ישיבה וואס האבן עקספיריענס.
דאס איז נישט קיין נושא וואס איטליכע אייוועלט שרייבערלעך זאלן דא אזוי מחליט זיין און חס ושלום גורם זיין אז איינער וואס דארף און מוז גיין וועט נישט גיין. רח"ל רח"ל.
3. בלייבט איבער אלץ די מערסטע פרעקטיקאל.מח בקדקדו האט געשריבן::
איינס, שכל און אפענע אויגן צו פארשטיין וואס איז גוט און וואס נישט, ווער עס איז גוט און ווער נישט, און וואס עס איז געזונט און וואס קראנק. נישט זיין תמימות'דיג, נישט זיין פארלוירן, נאר האבן דעם קאפ אויף דער פלייצע, נישט בלויז ווען מען דארף שוין וויכטיג האבן הילף נאר א מענטש מעג אייביג טון אין און וועלן פארשטיין וויאזוי די אינערליכע טיילן פון זיין און זיינע נאנטע ארבעטן.
צוויי, זיי זיך שואל עצה מיט אנדערע, פרעג זיך נאך וואס איז יא גוט און וואס נישט, און פרוביר צו פארשטיין וואס דו הערסט.
דריי, בעט דעם אויבערשטן אויף סייעתא דשמיא. א מענטש איז נישט אין קאנטראל פון אלעם, מען דארף זיך ארויפווארפן אויפ'ן אויבערשטן און אים זאגאר בעטן אויפ'ן בעסטן. און דער אויבערשטער זאל העלפן אז די אלע אידן וועלכע מיטשען זיך, יעדער מיט זיינע נסיונות, שוועריגקייטן און צעמישענישן, אז זיי זאלן געפירט ווערן אויפ'ן ריכטיגן און ליכטיגן וועג דורכאויס זייער גאנצן לעבן.
די צווייטע חלק איז זיכער אמת די שאלה איז פארוואס פעהלט אויס פארשפארן דעם אשכול מדארף סך הכל שרייבן די וויכטיגקייט פון ביידע סיי פון זיך היטן פון שלעכטע חברה און סיי די וויכטיגקייט צי גיין פאר הילףיידישע קהילות האט געשריבן:איך מיין אז דער אשכול דארף פארשלאסן ווערן. זאפארט!!
דא איז מען דן דיני נפשות, לכאן או לכאן.
עס איז כאילו מ'זאל דן זיין דא אויף אייוועלט וואס פאר א מעדיצין צו געבן פאר א קראנקן, נעם יא אנטי-ביאטיק נעם נישט. נעם יא וואקסין, נעם נישט.
רבותי, עס איז פאראן שארלאטן אין יעדע געביט, און עס איז פאראן גנבים און רוצחים וואס זענען פארשטעלט פאר רבנים פאר גוטע פריינט פאר עקספערטן וכו' כו'.
לעומת זה נישט צו גיין צו א טעראפיסט ווען מ'דארף, איז א חטא בל יכופר ורבים חללים הפילה!!
מ'דארף זיך מתייעץ זיין מיט קלוגע און ערליכע יידן. מיט RELIEF מיט דיינים און ראשי ישיבה וואס האבן עקספיריענס.
דאס איז נישט קיין נושא וואס איטליכע אייוועלט שרייבערלעך זאלן דא אזוי מחליט זיין און חס ושלום גורם זיין אז איינער וואס דארף און מוז גיין וועט נישט גיין. רח"ל רח"ל.
א נארסיסיסט וועט זיך קיינמאל נישט לערנען.. נו נו...namlich האט געשריבן:מיט די אויפשטייג פון נארסיסיסטען, איז יעדער פארשוין וועלכע שטופט זיך צו זיין א עסקן, שלום בית מאכער, דעות זאגער, נחשד אלס א קראנקן. איינער וואס לערנט זיך עטליכע יאר, איז נישט אונטער די חשש, זינט א נארסיסיסט וועט קיינמאל נישט גיין זיך לערנען.
@מי אדיר העלף ארויס.
דו האסט געשריבן גענצליך שלא מן הענין.יידישע קהילות האט געשריבן:איך מיין אז דער אשכול דארף פארשלאסן ווערן. זאפארט!!
דא איז מען דן דיני נפשות, לכאן או לכאן.
עס איז כאילו מ'זאל דן זיין דא אויף אייוועלט וואס פאר א מעדיצין צו געבן פאר א קראנקן, נעם יא אנטי-ביאטיק נעם נישט. נעם יא וואקסין, נעם נישט.
רבותי, עס איז פאראן שארלאטן אין יעדע געביט, און עס איז פאראן גנבים און רוצחים וואס זענען פארשטעלט פאר רבנים פאר גוטע פריינט פאר עקספערטן וכו' כו'.
לעומת זה נישט צו גיין צו א טעראפיסט ווען מ'דארף, איז א חטא בל יכופר ורבים חללים הפילה!!
מ'דארף זיך מתייעץ זיין מיט קלוגע און ערליכע יידן. מיט RELIEF מיט דיינים און ראשי ישיבה וואס האבן עקספיריענס.
דאס איז נישט קיין נושא וואס איטליכע אייוועלט שרייבערלעך זאלן דא אזוי מחליט זיין און חס ושלום גורם זיין אז איינער וואס דארף און מוז גיין וועט נישט גיין. רח"ל רח"ל.
וואס איז דיין עצה? אויפהערן מאכן לייסענס?שטארק זיך האט געשריבן:כ׳ווייס נישט צי ס׳איז דא אפילו איין בארוף וואס האט אזא פראצענט נארסיססטן ווי לייסענסד טעראפיסטן.namlich האט געשריבן:מיט די אויפשטייג פון נארסיסיסטען, איז יעדער פארשוין וועלכע שטופט זיך צו זיין א עסקן, שלום בית מאכער, דעות זאגער, נחשד אלס א קראנקן. איינער וואס לערנט זיך עטליכע יאר, איז נישט אונטער די חשש, זינט א נארסיסיסט וועט קיינמאל נישט גיין זיך לערנען.
@מי אדיר העלף ארויס.
@מי חכם.מי חכם האט געשריבן:זייער א שווערע סוגיא.
עס איז מסתמא טאקע דא שארלאטאנען אין דעם פעלד וואס זוכן צו מאכן א גרינגן דאלער אויף יענעם 'ס צרות, אריינשטעקנדיג טיף די נאז ביי יענעם אין טעפל.
עס איז אבער נישט אזוי פשוט סתם צו הערן פון א מאמע/ באבע / שכן / קוזין וואס לייגט אראפ זייער זייט פון די מעשה, ווי שטארק זיי זענען אפעקטירט געווארן פון א טעראפיסט'ס האנדלונג. מען גייט דאך צום טעראפיסט פאר א סיבה, אז זאכן זענען געווען מעסד אפ און מען פרובירט דאס צו פארעכטן. טייל מאל - איך וואלט געזאגט אפילו רוב מאל - זענען די 'שולדיגע' אזוי צו זאגן באמת געטרייע עלטערן, מען קען מסתמא ציילן אויף איין האנט וויפיל מענטשן עס זענען אויסן צו רואינירן זייערע קינדער, און זיי זענען מיט רעכט ביטער פארווייטאגט איבערן מצב,
דאס מאכט זיי אבער נישט גערעכט. צומאל איז יא די איינציגסטע עצה דער 'עת לרחוק מחבק', מיטן גאנצן צער און ווייטאג, די אפגעפאטשטע פילונג און די בזיונות פאר די גאס, איז דאס די ריכטיגע מהלך, נישט אויף צו 'באשטראפן' דעם פראבלעם נאר צו ראטעווען דעם פאציענט. פארשטייט זיך אז אין יעדע אזא פאסירונג וואס עס זענען אינוואלווד דערין מיטגלידער פונעם מין האנושי, קומט אזא שריט באגלייט מיט אקעאנען פון פיין און ווייטאג, און אוודאי וועלן זיי זיך אויסרעדן צו די ארומיגע. דאס איז זייער פעקל און זיי זענען בארעכטיגט צו פילן דעם וועג, אבער עס איז אוממעגליך צו נעמען א שטעלונג אין א פרשה אן קענען דעם גאנצן תוך תוכיות.
איך וואלט ענדערש געטוישט אביסל די מעסעזש פונעם אשכול, כדלהלן: "אכטונג, טעראפי איז א געפארפולער וועג, דער טעראפיסט קען דאס נעמען צו ריכטונגען וואס דו וואלסט קיינמאל נישט גע'חלום'ט, סאו גיי נאר צו איינעם וואס דו ביסט איבערצייגט אין זיין קאמפאטענץ און דו פארלאזט זיך אויף זיין שכל הישר, אזוי ווייט אז אפילו ער וועט דיר צוריק קומען זאגן אז לפי הבנתו ביסטו דער פראבלעם און דאס קינד דארף אפהאקן מיט דיר (ח"ו), וועסטו עס אננעמען מיט פארשטענדעניש, הגם פארשטייט זיך דו וועסט זיין זייער פארווייטאגט".
א קליינע דוגמא. און ווי @דורכגעמאכט זענען דא נאך טויזענטער!דורכגעמאכט האט געשריבן:מיין עקספעריעס:
איך האב פראבירט ביידע, א טעראפיסט מיט לייסענס, און אן.
מיין מרת געדערים, אן לייסענס, איך האב איר געצאלט טאפ דאללער. ב"ה איך בין געווען גענוג שטארק צו נעמען א טריט אויף צוריק און כאפן וואו איך שטיי. אסאך קענען דאס נישט, און פאלן ליידער אריין.
מיין לייסענסד טעראפיסט, קאסט מיר נישט קיין דאללער - געדעקט דורך אינשורענס, אין א היימישע קליניק. ב"ה איך האב גרויס הצלחה, און דאנק דעם באשעפער יעדן טאג.
איך פיל אז 'אמאל' איז א טערעפיסט אין א קליניק מער ווערד ווי א פריוואטע 'טאפ' טעראפיסט. אויסער וואס עס קאסט נישט קיין געלט, איז א קליניק טעראפיסט אינטער סופערווישן. די מעלה דערפון איז, אז דער סופערווייזער האט נישט קיין נגיעות, און מען קען אלעמאל צוקומען צו אים און דורכגיין ווי מען האלט, אויב מען זאל אנהאלטן א.א.וו.
ביסט גערעכט, איך האב שוין געשריבן אין אן אנדערן אשכול אז א טעראפיסט איז ווי א שידוך.Belz123 האט געשריבן:Just for the recordפנימחדשות האט געשריבן:אפענע וועלט האט געשריבן:רב טישטוך. אמת ויציב.
פרינט ארויס און שיק אריין צו רבנים און מוצי"ם. די אנלייסענס ברעינוואשן זיי טאג און נאכט זיי זאלן זיי שיקן פאציענטן. אין די רבנים און מוצי"ם פאלן אריין אין זייערע הענד בלא יודעים.
ביודעי ובמכירי קאמינא.
שוין אויפקלערט אפאר און האבן זיך באדאנקט און קלאר געזאגט זיי האבן נישט געוויסט.
I am involved now in a nice amount of cases and sometimes the license therapist is much worse
We need to make sure to go to someone that has good reference
זייער קלאר און גוט געזאגט!מי יודע האט געשריבן:100 פראצענט! ביודעי ובמכיריהערטס צו האט געשריבן:כה לחי
ליידער איז דא היינט גענוג לייסענסד וואס זענען שיסטערס און האבן שליטה ענינים אדער מנוולישע ענינים אדער בלויז צו מאכן ווי מער געלט, מען דארף דאס אויך אין אכט נעמען
לייסענס איז בכלל נישט קיין הכשר אז דו פאלסט נישט אריין ערגעץ, דא גענוג נישט לייסענס וואס ארבעטן מיט מער געפיל און פארשטענדעניש
די עצה איז:
1) רעפרענס
2) נישט זיצן צו לאנג ביי איינעם, דו זעסט נישט קיין פראגרעס, קוש די מזוזה די אנדערע זייט אן זיך ווידערזען
דאס הארץ בלוטיגט צו הערן דיין פיינפולע געשיכטע. ביסט גערעכט דערמיט אז געוויסע טעראפיסטן מיט לייסענס קענען זיין אזוי פארגוי׳שט און נישט רעספעקטירן די ווערד פון א אידישע שטוב ה״י, און ווילן נישט יורד זיין לסופו של דבר נאר זוכן גלייך דאס געלט און לשון הרע.איבערלעבער האט געשריבן:א גרויסן דאנק פאר די פלאמעדיגע ווערטער.טישטוך האט געשריבן:כ׳שרייב בכוונה אביסל פארהוילן, אז דעם וואס עס איז נוגע זאל ליינען, אינספירירט ווערן און אויב מעגליך, מגיב זיין:
היינטיגע צייטן ווען דער עולם איז אביסל מער וואכזאם צו מענטל העלט, זענען אפירגעקומען אינאיינעם מיט די הונדערטע טעראפיסטן אויך אזעלכע וואס זענען נישט ראוי לעלות על שולחן מלכים. אין די צייט וואס א געהעריגער טעראפיסט האט געלערנט און ער ווייסט וויאזוי צו באהאנדלען קליענטן, און אין דער צייט וואס א געהעריגע טעראפיסט האט אין זיין קעשענע א ווערדפולער קארטל וואס הייסט ׳לייסענס׳ וואס ער איז אומשטאנד צו פארלירן אויב זעצט ער אן א קעיס, און אין די צייט וואס א געהעריגע טעראפיסט ארבעט על פי רוב לויט די ביכער און פארגעשריבענע מהלכים פון טעראפי, זענען אונטערגעוואקסן אזעלכע פוילע רוחות וואס האבן באשלאסן צו כאפן א רייד אויף דעם אויפוואכונג, און אויך אנהייבן מאכן געלט אויפן גרינגן אופן פון זיצן אויפן שטול און הערן גאסיפ.
ימים פון טרערן און טינט האבן נאכנישט פארפלייצט זייערע אפיסעס, טיפע גריבער אנגעפילט מיט ווארעמע בלוט האט זיי נישט איבערגענומען. די רייץ צו קאנטראל און שליטה, און די תאווה פון מאכט און כבוד, און אזוי אויך דאס געלט וואס מען מאכט, האט זיי נאכנישט גענומען אין א זייט און געגעבן אביסל צייט פאר א חשבון הנפש.
מען דיעלט דא מיט אידישע נשמות, מיט איידעלע אידישע קינדער וואס ווענדן זיך מיט א פראבלעם און ווילן ווערן געהאלפן. זיי ווילן נישט אז זייערע פראבלעמען זאלן זיין א מקור הכנסה פאר די רשעים וואס זעטיגן זיך פון אידישע פלייש און בלוט. זיי ווילן דירעקט נישט ווערן אנגעהאנגען אין א דריטן וואס זאל זיי פארפירן די חתונה צוזאמענלעבן, זיי ווילן דירעקט נישט האבן עמיצן צווישן זיי און די עלטערן, און זיי ווילן אויך נישט זיין געצווינגען צו בלייבן באהאפטן אויפן לעבן.
די אלע אומפראפעסיאנאלן זענען גאר אויסגעצייכנט אין מהרס זיין שטיבער, און אין מחריב זיין אידישע נשמות און דורות אויף שטענדיג. זיי גלייכן צו אויסהערן די קעיס און עס נעמען צו א לעוול וואס עס זאל צעשמירט ווערן איבעראל, און אלע זאלן זיין פארנומען באנעבעכן זייערע קעיסעס און באלויבן זייער ארבעט. זיי באוואפענען זיך מיטן אויסגעדראשענעם טענה אז ״אויף יעדן עסקן איז דא טענות״ און זיי זענען עקספערטן צו דערשנאפן וואוילטעטיגע תמימים וואס זאלן זיי בּעקן, אמאל אונטערן טיטל ׳רב׳ און אמאל אונטערן טיטל ׳עסקן׳.
ריהעב צענטערן זענען פיל מיט דעפרעסטע אידישע טאטעס און מאמעס וואס זענען נעבעך באעוול׳ט געווארן דורך אזעלכע אנשי בליעל. אני הקטן ראה עני, איך זעלבסט האב אמאל וואלונטירט אריינצוגיין אין אזא צענטער צוליב א געוויסע סיבה, און איך האב דארט געזען א היימישע ווייבל וואס איז געזיצן אן קיין לעבנסלוסט, זי איז דארטן אריינגעפירט געווארן נאכן ווערן געצווינגענערהייט אפגעריסן פון איר באליבטן קינד, אין זכות פון אזא ׳טעראפיסט׳ וואס האט ׳פארשטאנען פאר ריכטיג׳ דאס צו טון. יא, זי האט נישט געוואלט זיין אין א וועלט וואס מען לאזט איר נישט זען איר קינד, זי איז נישט גע׳גט, עס איז נישטא קיין פאמיליע פאליטיק, נאר עס איז געווען א קליינע מיסטפארשטענדעניש צווישן זי און דעם קינד, זי האט געטראפן דעם ׳טעראפיסט׳ און געצאלט בלוטיגע געלטער פון איר קעשענע, און דער גרויליגער גונב נפשות האט גענומען דאס קינד און נישט אומגעקערט.
א ברודער דערציילט מיר: קענסט די גרויסע באקאנטע עסקנ׳טע מרת געדערים (פיקטיווער נאמען)? איז אזוי. זי האט גענומען מיין שוועסטער אלס א פראיעקט איר אויסצומענטשלען בעפארן חתונה, דאס קינד איז אצינד גע׳גט, און ער רעדט נישט מיט די פאמיליע, נאר מיט מרת געדערים, זי שלאפט דארטן און עסט דארט, זי וויל נישט הערן פון צוריקקומען אהיים צום נעסט פון אירע באליבטע עלטערן וואס האבן נאר געוואלט זיין גוטס.
א טאטע דערציילט מיר: מיין טאכטער האט נישט גערעדט מיט מיר פאר פיר גאנצע יאר! אן אזויגערופענער ׳פארשטייער׳ האט גוזר געווען אויף מיין טאכטער אז זי טאר נישט מיט מיר רעדן ווייל איך פאראורזאך איר טראומע, און דערפאר איז אויף מיר געפאלן די לאסט פון בענקעניש צו מיין אייגן בלוט און פלייש וואס פאשעט אין פרעמדע פעלדער ביי היימישע.
א מאמע בוכה׳ט צו מיר: מיינע דריי זין ווילן נישט מיט מיר פארטוישן א ווארט! זיי אלע האבן שיינע ערליכע אידישע שטיבער, און איך באבע טאר נישט שעפן דעם נחת פון מיינע אייניקלעך. אן אומגעלייסענסטער טעראפיסט וואס איך האב זיי צוגעשטעלט און געצאלט געלט, האט משדל געווען אחד מגדולי דורינו זצ״ל וואס האט זיי מסביר געווען נאכן ווערן געשטאפט פון דעם רשע - אז מיט מיר טארן זיי נישט האבן קיין שייכות.
א זיידע פארציילט מיר: אויב וואלט דאס פארגעקומען ביי יענעם אין שטוב וואלט איך לכאורה נישט געהאלטן אז דער ׳עסקן׳ איז אומגערעכט, אבער היות איך ווייס אז מיין טאכטער איז אומשולדיג, וויאזוי קען איך שלאפן ביינאכט ווען איך זעה ווי מען פארגיסט איר בלוט? ווען איך זעה ווי מען רייסט פון איר אוועק איר בר מצוה בחור׳ל און זי קען זיך נישט אנרופן א ווארט?
א גרוש דערציילט מיר: איך האב זיך בכלל נישט געוואלט גט׳ן. אלס האט זיך אנגעהויבן ווען איך האב געוואלט ׳אימפראוון׳ מיין שלום ביח, און די פרוי וואס האט אונז אנגעהויבן ׳העלפן׳ האט מיר ליידער געפירט ביז א פולקאמער גט. מיין ווייב איז אנטלאפן פון מיר און געוואוינט ביי איר אין בעיסמענט ביז איך האב זיך געבראכן און געגעבן א גט, און אויב איז דאס נישט גענוג האט זי נאך מסביר געווען פאר מיין אינגעלע אז ער דארף נישט מכבד זיין א טאטע ווייל ער האט נישט א נארמאלע טאטע.
א באם דערציילט מיר: איך בין ליידער פארשוועכט געווארן אלס קינד און געליטן אסאך טראומע, אבער די סיבה פארוואס איך בין ארויס לתרבות רעה איז וויבאלד מען האט מיר איבערגערעדט אלס בחור צו גיין קעגן מיינע עלטערן. איך האב נישט געקענט פארנעמען די היץ, און איך בין אינגאנצן צודרייט געווארן דערפון. היינט האב איך זיך איבערגעבעטן מיט מיינע עלטערן, און ווען איך זעה דעם ׳עסקן׳ שפיר איך אז עס איז עק וועלט.
א גאר חשוב׳ער רב בישראל זאגט מיר בזה״ל: ״דאס איז א האלאקאוסט און א בכיה לדורות! ווען עס וועט קומען די צייט וועלן די אלע אפגעבן א דין וחשבון אויף יעדן איבריגן טרער וואס זיי האבן פאראורזאכט״. בלוט איז נישט קיין וואסער, און די וואס טרונקען עס וועלן ביטער און שלעכט אפשניידן. עס איז א ווייטאג און א פחד וואס דא טוט זיך היינט אפ - ואין פוצה פה ומצפצף.
טייערע אידן!
עס ברענט א פייער און מיר מוזן עס פארלעשן פאר יעדן פרייז. ליידער איז יעדע אויבנדערמאנטע געשיכטע אמת ויציב, און ווען איך קען וואלט איך עס ארויפגעלייגט מיט נעמען און טעלעפאן נומערן צו וועריפייען. אויב איז דער תירוץ אז ״אויף יעדן וואס טוט האט מען טענות״ בין איך מוסר ומודיע אז דער תירוץ איז מופרך פון אנהויב ביזן סוף. ווי האט יענער געזאגט? אויף איין קשיא איז דא איין תירוץ, אויף צוויי קשיות איז דא צוויי תירוצים, אבער אויף צען קשיות איז נאר דא איין תירוץ.
און די וויכטיגסטע זאך איז:
גייט נישט צו קיין טעראפיסט אנע לייסענס!
גייט נישט צו קיין טעראפיסט אנע לייסענס!
גייט נישט צו קיין טעראפיסט אנע לייסענס!
גייט נישט צו קיין טעראפיסט אנע לייסענס!
גייט נישט צו קיין טעראפיסט אנע לייסענס!
גייט נישט צו קיין טעראפיסט אנע לייסענס!
גייט נישט צו קיין טעראפיסט אנע לייסענס!
גייט נישט צו קיין טעראפיסט אנע לייסענס!
גייט נישט צו קיין טעראפיסט אנע לייסענס!
גייט נישט צו קיין טעראפיסט אנע לייסענס!
גייט נישט צו קיין טעראפיסט אנע לייסענס!
עס קומט אויס פון כל הנ"ל אז לייסענס טעאפיסט איז די ישועה. ליידער ליידער ליידער איז מיין פערזענליכע ערפארונג נישט אזוי. במחילת כבוד כל הקהל הקודש ברענג איך אפאר ווערטער פון טעראפי: הצלת הדור אדער חורבן עולם?
איך בין געזיצן אויסדריקליך נאר מיט לייסענסט טערעפיסטן! קלוגע געלערענטע! (רייכע! וואס דען? הונדערטע דאלארן פאר א פאר מינוט, און זיי זענען ביזי ביז איבערן קאפ) באקומענדיג זייערע נעמען פון א רב א ראש ישיבה א דיין אדער פון אלער דריי.
1. זיי האבן מייעץ געווען שמוציג צו מאכן דאס הייליגע וואוינונג וד"ל.
2. זיי האבן מייעץ געווען סעפערעשין גלייך.
3. זיי האבן מייעץ געווען אדער געסטראשעט ארעסט.
קיין שום געפיהל קיין שום ווארעמקייט קיין שום רחמנות.
4. איינער (פון א גרויסע איסטוטוציע, פ.ת.) איז געזיצן און געגענעצט די גאנצע סעשן. די לעצטע פאר מינוט איז ער פשוט איינגעשלאפן. איך האב זיך ארויסגעשלייכט שטילערהייט. אפשר שלאפט ער נאך אלץ?
5. הער איך וועל דיר זאגן וואס מיין זוהנס ראש ישיבה, (פון די אנגעזענסטע תלמידי חכמים מפורסמים וחכם גדול אין לאנד, אינוואלווד אין ראטעווען שלום בית קעיסעס יאהרן בהתנדבות אהן לייסענס [רח"ל]) האט מיר געזאגט לגבי מיין זוהן וואס גייט אריבער א נפשיותדיגער משבר. (א חלק דערפון אז ער בעט יעדן מיטוואך און פרייטאג.. געלט צו קויפן נאך א מוסר או השקפה ספר. ער לערנט דורך און לויפט צו נאך איינס). גיב איהם עס קומט איהם. האלט נישט צוריק. און לגבי א טערעפיסט וואס ער פארלאנגט זאגט ער איך בעהט דיר בתחנונים! למען השם שיק איהם נאר נישט צו טעראפי! די פראבלעמען וועלן זיך אנהייבן דארט. נאר נישט צו טעראפי. ער איז אלרייט. די ספרים וועלן מאכן די דשאב און איהם ארויפהייבן, זיי וועלן איהם נאר אוועקלייגן.
6. ווילסט עפעס הערן? איך האב איהם געשיקט א יאהר צוריק! מיט מסירת נפש של ממש. $$$ פאר א שעה. א גוטער א פראפעשענעל. רעדט ביי דרשות איבעראל האט א האט ליין גיבט סעמינארן וכדומה. איך צאהל נאך די חובות דערפון! (כליפ כליפ) ער איז געווען אפשר 6 צו 8 מאהל. ער פלעגט אהיים קומען שטיל פארמאכט פארקלאפט ווי א שטיין. ער איז געווען צושוידערט. ער פלעגט נישט רעדן צו קיינעם פאר טעג. נאך חדשים זיך אפשאקעלען פון איהם, זאגט ער מיר טאטי דער איז טויט משוגע, ער דארף א טערעפיסט, והוסיף אזוי משוגע קען מען נאר ווערן פון א טעראפיסט. ער האט מיר צוגערעדט צו נעמען פילן (און מיר נישט געלאזט דיר פארציילן) ווייל איך זאל מיר נישט נעמען דאס לעבן חס ושלום. איך האב קיינמאל נישט געטראכט פון אזא אפשען. ער האט מיר געוואלט קראנק מאכן. ער האט נאר געוואלט הערן לשון הרע און שמוץ. ער האט מיר מרמז געווען גיב מיר שמוץ. מאך מיין לעבן עקסייטונג. ער האט נישט געקענט משלים זיין מיט די מצב אז איך בין סתם אביסעל נערוועז און נישט רואיג. איי פרעג איך איהם וואס פארלאנגסטו טערעפי נאכאמאהל. זאגט ער עה, נא, נישט אזא, נאר א גוטע...
געוואלטיגע וויכטיגע ארטיקעל! שוין פונלאנג געדארפט ארויסקומען, מ'דארף מרעיש זיין וועלטען אויף דעי שפיכות דמים - תרתי משמע, איך האב שוין געהאט מער פון איינס אזא קרבן וואס זענען געקומען האלב געשאכטען פון אזעלעכע רשעים, איך בין אינוואלווד מיט א קינד וואס אזא שוחט - טערעפיסט "מיט לייסענס" האט צעטיילט די עלטערען, און חרוב געמאכט א שטוב וואס איז געפארען גוט פאר כמעט צוואנציג יאהר נאך די חתונה! יעדע קינד דארטען דארף יעצט העלפ! פאר קיין שום סיבהטישטוך האט געשריבן:כ׳שרייב בכוונה אביסל פארהוילן, אז דעם וואס עס איז נוגע זאל ליינען, אינספירירט ווערן און אויב מעגליך, מגיב זיין:
היינטיגע צייטן ווען דער עולם איז אביסל מער וואכזאם צו מענטל העלט, זענען אפירגעקומען אינאיינעם מיט די הונדערטע טעראפיסטן אויך אזעלכע וואס זענען נישט ראוי לעלות על שולחן מלכים. אין די צייט וואס א געהעריגער טעראפיסט האט געלערנט און ער ווייסט וויאזוי צו באהאנדלען קליענטן, און אין דער צייט וואס א געהעריגע טעראפיסט האט אין זיין קעשענע א ווערדפולער קארטל וואס הייסט ׳לייסענס׳ וואס ער איז אומשטאנד צו פארלירן אויב זעצט ער אן א קעיס, און אין די צייט וואס א געהעריגע טעראפיסט ארבעט על פי רוב לויט די ביכער און פארגעשריבענע מהלכים פון טעראפי, זענען אונטערגעוואקסן אזעלכע פוילע רוחות וואס האבן באשלאסן צו כאפן א רייד אויף דעם אויפוואכונג, און אויך אנהייבן מאכן געלט אויפן גרינגן אופן פון זיצן אויפן שטול און הערן גאסיפ.
גייט נישט צו קיין טעראפיסט אנע לייסענס!
גייט נישט צו קיין טעראפיסט אנע לייסענס!
גייט נישט צו קיין טעראפיסט אנע לייסענס!
גייט נישט צו קיין טעראפיסט אנע לייסענס!
Agreeמחנך האט געשריבן:געוואלטיגע וויכטיגע ארטיקעל! שוין פונלאנג געדארפט ארויסקומען, מ'דארף מרעיש זיין וועלטען אויף דעי שפיכות דמים - תרתי משמע, איך האב שוין געהאט מער פון איינס אזא קרבן וואס זענען געקומען האלב געשאכטען פון אזעלעכע רשעים, איך בין אינוואלווד מיט א קינד וואס אזא שוחט - טערעפיסט "מיט לייסענס" האט צעטיילט די עלטערען, און חרוב געמאכט א שטוב וואס איז געפארען גוט פאר כמעט צוואנציג יאהר נאך די חתונה! יעדע קינד דארטען דארף יעצט העלפ! פאר קיין שום סיבהטישטוך האט געשריבן:כ׳שרייב בכוונה אביסל פארהוילן, אז דעם וואס עס איז נוגע זאל ליינען, אינספירירט ווערן און אויב מעגליך, מגיב זיין:
היינטיגע צייטן ווען דער עולם איז אביסל מער וואכזאם צו מענטל העלט, זענען אפירגעקומען אינאיינעם מיט די הונדערטע טעראפיסטן אויך אזעלכע וואס זענען נישט ראוי לעלות על שולחן מלכים. אין די צייט וואס א געהעריגער טעראפיסט האט געלערנט און ער ווייסט וויאזוי צו באהאנדלען קליענטן, און אין דער צייט וואס א געהעריגע טעראפיסט האט אין זיין קעשענע א ווערדפולער קארטל וואס הייסט ׳לייסענס׳ וואס ער איז אומשטאנד צו פארלירן אויב זעצט ער אן א קעיס, און אין די צייט וואס א געהעריגע טעראפיסט ארבעט על פי רוב לויט די ביכער און פארגעשריבענע מהלכים פון טעראפי, זענען אונטערגעוואקסן אזעלכע פוילע רוחות וואס האבן באשלאסן צו כאפן א רייד אויף דעם אויפוואכונג, און אויך אנהייבן מאכן געלט אויפן גרינגן אופן פון זיצן אויפן שטול און הערן גאסיפ.
גייט נישט צו קיין טעראפיסט אנע לייסענס!
גייט נישט צו קיין טעראפיסט אנע לייסענס!
גייט נישט צו קיין טעראפיסט אנע לייסענס!
גייט נישט צו קיין טעראפיסט אנע לייסענס!
איין וויכטיגע קאמענט:
ס'האט נישט קיין שייכות מיט יא לייסענס אדער נישט לייסענס קיין כי הוא זה!!
נאך איינמאהל:
ס'האט נישט קיין שייכות מיט יא לייסענס אדער נישט לייסענס קיין כי הוא זה!!
ליין איבער, זיי זענען דן וויאזוי מ'האט זיי דן געווען, לב יודע מרת נפשו.לעמאן סאדע האט געשריבן:סתם אינטרעסאנט !!
3 בלעטער פון אנע לייסענס אידין זענען דן תורת הנפש
מ'דארף נישט פארמאכן די אשכול נאר טאקע דאס זאל זיין די "מעסעדש" פון די אשכול: מ'דארף זיך מתייעץ זיין מיט קלוגע און ערליכע יידן. מיט RELIEF מיט דיינים און ראשי ישיבה וואס האבן עקספיריענס.יידישע קהילות האט געשריבן:איך מיין אז דער אשכול דארף פארשלאסן ווערן. זאפארט!!
דא איז מען דן דיני נפשות, לכאן או לכאן.
עס איז כאילו מ'זאל דן זיין דא אויף אייוועלט וואס פאר א מעדיצין צו געבן פאר א קראנקן, נעם יא אנטי-ביאטיק נעם נישט. נעם יא וואקסין, נעם נישט.
רבותי, עס איז פאראן שארלאטן אין יעדע געביט, און עס איז פאראן גנבים און רוצחים וואס זענען פארשטעלט פאר רבנים פאר גוטע פריינט פאר עקספערטן וכו' כו'.
לעומת זה נישט צו גיין צו א טעראפיסט ווען מ'דארף, איז א חטא בל יכופר ורבים חללים הפילה!!
מ'דארף זיך מתייעץ זיין מיט קלוגע און ערליכע יידן. מיט RELIEF מיט דיינים און ראשי ישיבה וואס האבן עקספיריענס.
דאס איז נישט קיין נושא וואס איטליכע אייוועלט שרייבערלעך זאלן דא אזוי מחליט זיין און חס ושלום גורם זיין אז איינער וואס דארף און מוז גיין וועט נישט גיין. רח"ל רח"ל.
גאמיעך'בין שוין גרויס האט געשריבן:מ'דארף נישט פארמאכן די אשכול נאר טאקע דאס זאל זיין די "מעסעדש" פון די אשכול: מ'דארף זיך מתייעץ זיין מיט קלוגע און ערליכע יידן. מיט RELIEF מיט דיינים און ראשי ישיבה וואס האבן עקספיריענס.יידישע קהילות האט געשריבן:איך מיין אז דער אשכול דארף פארשלאסן ווערן. זאפארט!!
דא איז מען דן דיני נפשות, לכאן או לכאן.
עס איז כאילו מ'זאל דן זיין דא אויף אייוועלט וואס פאר א מעדיצין צו געבן פאר א קראנקן, נעם יא אנטי-ביאטיק נעם נישט. נעם יא וואקסין, נעם נישט.
רבותי, עס איז פאראן שארלאטן אין יעדע געביט, און עס איז פאראן גנבים און רוצחים וואס זענען פארשטעלט פאר רבנים פאר גוטע פריינט פאר עקספערטן וכו' כו'.
לעומת זה נישט צו גיין צו א טעראפיסט ווען מ'דארף, איז א חטא בל יכופר ורבים חללים הפילה!!
מ'דארף זיך מתייעץ זיין מיט קלוגע און ערליכע יידן. מיט RELIEF מיט דיינים און ראשי ישיבה וואס האבן עקספיריענס.
דאס איז נישט קיין נושא וואס איטליכע אייוועלט שרייבערלעך זאלן דא אזוי מחליט זיין און חס ושלום גורם זיין אז איינער וואס דארף און מוז גיין וועט נישט גיין. רח"ל רח"ל.
מען דארף צוגיין צו דעם אזוי ווי מ'וואלט געטון א heart surgery
ס'דא אסאך טערעפיסטן וואס זייער גאנצע השקפות החיים איז מלא אפיקורסות (שטייצעך זיי באהאלטען דאס גוט אדער זיי אליינס זענען באוואוסטזיין - איך וואלט גע'עצט די ערשטע זאך פרעגן די טערעפיסט: די גלייבסט א מענטש האט א נשמה? וואס מיינט א נשמה?)
ס'דא טערעפיסטן וואס דארפן טערעפיסטן אדער נוצן זייער פאך אלץ א טערעפי
וואס מיינט בארוף?שטארק זיך האט געשריבן:א נארסיסיסט וועט זיך קיינמאל נישט לערנען.. נו נו...namlich האט געשריבן:מיט די אויפשטייג פון נארסיסיסטען, איז יעדער פארשוין וועלכע שטופט זיך צו זיין א עסקן, שלום בית מאכער, דעות זאגער, נחשד אלס א קראנקן. איינער וואס לערנט זיך עטליכע יאר, איז נישט אונטער די חשש, זינט א נארסיסיסט וועט קיינמאל נישט גיין זיך לערנען.
@מי אדיר העלף ארויס.
כ׳ווייס נישט צי ס׳איז דא אפילו איין בארוף וואס האט אזא פראצענט נארסיססטן ווי לייסענסד טעראפיסטן.
האלא בארוהאיג דיך עס זעט אויס ווי א פארווייטאגטע מענטש רעדט דאטישטוך האט געשריבן:כ׳שרייב בכוונה אביסל פארהוילן, אז דעם וואס עס איז נוגע זאל ליינען, אינספירירט ווערן און אויב מעגליך, מגיב זיין:
היינטיגע צייטן ווען דער עולם איז אביסל מער וואכזאם צו מענטל העלט, זענען אפירגעקומען אינאיינעם מיט די הונדערטע טעראפיסטן אויך אזעלכע וואס זענען נישט ראוי לעלות על שולחן מלכים. אין די צייט וואס א געהעריגער טעראפיסט האט געלערנט און ער ווייסט וויאזוי צו באהאנדלען קליענטן, און אין דער צייט וואס א געהעריגע טעראפיסט האט אין זיין קעשענע א ווערדפולער קארטל וואס הייסט ׳לייסענס׳ וואס ער איז אומשטאנד צו פארלירן אויב זעצט ער אן א קעיס, און אין די צייט וואס א געהעריגע טעראפיסט ארבעט על פי רוב לויט די ביכער און פארגעשריבענע מהלכים פון טעראפי, זענען אונטערגעוואקסן אזעלכע פוילע רוחות וואס האבן באשלאסן צו כאפן א רייד אויף דעם אויפוואכונג, און אויך אנהייבן מאכן געלט אויפן גרינגן אופן פון זיצן אויפן שטול און הערן גאסיפ.
ימים פון טרערן און טינט האבן נאכנישט פארפלייצט זייערע אפיסעס, טיפע גריבער אנגעפילט מיט ווארעמע בלוט האט זיי נישט איבערגענומען. די רייץ צו קאנטראל און שליטה, און די תאווה פון מאכט און כבוד, און אזוי אויך דאס געלט וואס מען מאכט, האט זיי נאכנישט גענומען אין א זייט און געגעבן אביסל צייט פאר א חשבון הנפש.
מען דיעלט דא מיט אידישע נשמות, מיט איידעלע אידישע קינדער וואס ווענדן זיך מיט א פראבלעם און ווילן ווערן געהאלפן. זיי ווילן נישט אז זייערע פראבלעמען זאלן זיין א מקור הכנסה פאר די רשעים וואס זעטיגן זיך פון אידישע פלייש און בלוט. זיי ווילן דירעקט נישט ווערן אנגעהאנגען אין א דריטן וואס זאל זיי פארפירן די חתונה צוזאמענלעבן, זיי ווילן דירעקט נישט האבן עמיצן צווישן זיי און די עלטערן, און זיי ווילן אויך נישט זיין געצווינגען צו בלייבן באהאפטן אויפן לעבן.
די אלע אומפראפעסיאנאלן זענען גאר אויסגעצייכנט אין מהרס זיין שטיבער, און אין מחריב זיין אידישע נשמות און דורות אויף שטענדיג. זיי גלייכן צו אויסהערן די קעיס און עס נעמען צו א לעוול וואס עס זאל צעשמירט ווערן איבעראל, און אלע זאלן זיין פארנומען באנעבעכן זייערע קעיסעס און באלויבן זייער ארבעט. זיי באוואפענען זיך מיטן אויסגעדראשענעם טענה אז ״אויף יעדן עסקן איז דא טענות״ און זיי זענען עקספערטן צו דערשנאפן וואוילטעטיגע תמימים וואס זאלן זיי בּעקן, אמאל אונטערן טיטל ׳רב׳ און אמאל אונטערן טיטל ׳עסקן׳.
ריהעב צענטערן זענען פיל מיט דעפרעסטע אידישע טאטעס און מאמעס וואס זענען נעבעך באעוול׳ט געווארן דורך אזעלכע אנשי בליעל. אני הקטן ראה עני, איך זעלבסט האב אמאל וואלונטירט אריינצוגיין אין אזא צענטער צוליב א געוויסע סיבה, און איך האב דארט געזען א היימישע ווייבל וואס איז געזיצן אן קיין לעבנסלוסט, זי איז דארטן אריינגעפירט געווארן נאכן ווערן געצווינגענערהייט אפגעריסן פון איר באליבטן קינד, אין זכות פון אזא ׳טעראפיסט׳ וואס האט ׳פארשטאנען פאר ריכטיג׳ דאס צו טון. יא, זי האט נישט געוואלט זיין אין א וועלט וואס מען לאזט איר נישט זען איר קינד, זי איז נישט גע׳גט, עס איז נישטא קיין פאמיליע פאליטיק, נאר עס איז געווען א קליינע מיסטפארשטענדעניש צווישן זי און דעם קינד, זי האט געטראפן דעם ׳טעראפיסט׳ און געצאלט בלוטיגע געלטער פון איר קעשענע, און דער גרויליגער גונב נפשות האט גענומען דאס קינד און נישט אומגעקערט.
א ברודער דערציילט מיר: קענסט די גרויסע באקאנטע עסקנ׳טע מרת געדערים (פיקטיווער נאמען)? איז אזוי. זי האט גענומען מיין שוועסטער אלס א פראיעקט איר אויסצומענטשלען בעפארן חתונה, דאס קינד איז אצינד גע׳גט, און ער רעדט נישט מיט די פאמיליע, נאר מיט מרת געדערים, זי שלאפט דארטן און עסט דארט, זי וויל נישט הערן פון צוריקקומען אהיים צום נעסט פון אירע באליבטע עלטערן וואס האבן נאר געוואלט זיין גוטס.
א טאטע דערציילט מיר: מיין טאכטער האט נישט גערעדט מיט מיר פאר פיר גאנצע יאר! אן אזויגערופענער ׳פארשטייער׳ האט גוזר געווען אויף מיין טאכטער אז זי טאר נישט מיט מיר רעדן ווייל איך פאראורזאך איר טראומע, און דערפאר איז אויף מיר געפאלן די לאסט פון בענקעניש צו מיין אייגן בלוט און פלייש וואס פאשעט אין פרעמדע פעלדער ביי היימישע.
א מאמע בוכה׳ט צו מיר: מיינע דריי זין ווילן נישט מיט מיר פארטוישן א ווארט! זיי אלע האבן שיינע ערליכע אידישע שטיבער, און איך באבע טאר נישט שעפן דעם נחת פון מיינע אייניקלעך. אן אומגעלייסענסטער טעראפיסט וואס איך האב זיי צוגעשטעלט און געצאלט געלט, האט משדל געווען אחד מגדולי דורינו זצ״ל וואס האט זיי מסביר געווען נאכן ווערן געשטאפט פון דעם רשע - אז מיט מיר טארן זיי נישט האבן קיין שייכות.
א זיידע פארציילט מיר: אויב וואלט דאס פארגעקומען ביי יענעם אין שטוב וואלט איך לכאורה נישט געהאלטן אז דער ׳עסקן׳ איז אומגערעכט, אבער היות איך ווייס אז מיין טאכטער איז אומשולדיג, וויאזוי קען איך שלאפן ביינאכט ווען איך זעה ווי מען פארגיסט איר בלוט? ווען איך זעה ווי מען רייסט פון איר אוועק איר בר מצוה בחור׳ל און זי קען זיך נישט אנרופן א ווארט?
א גרוש דערציילט מיר: איך האב זיך בכלל נישט געוואלט גט׳ן. אלס האט זיך אנגעהויבן ווען איך האב געוואלט ׳אימפראוון׳ מיין שלום ביח, און די פרוי וואס האט אונז אנגעהויבן ׳העלפן׳ האט מיר ליידער געפירט ביז א פולקאמער גט. מיין ווייב איז אנטלאפן פון מיר און געוואוינט ביי איר אין בעיסמענט ביז איך האב זיך געבראכן און געגעבן א גט, און אויב איז דאס נישט גענוג האט זי נאך מסביר געווען פאר מיין אינגעלע אז ער דארף נישט מכבד זיין א טאטע ווייל ער האט נישט א נארמאלע טאטע.
א באם דערציילט מיר: איך בין ליידער פארשוועכט געווארן אלס קינד און געליטן אסאך טראומע, אבער די סיבה פארוואס איך בין ארויס לתרבות רעה איז וויבאלד מען האט מיר איבערגערעדט אלס בחור צו גיין קעגן מיינע עלטערן. איך האב נישט געקענט פארנעמען די היץ, און איך בין אינגאנצן צודרייט געווארן דערפון. היינט האב איך זיך איבערגעבעטן מיט מיינע עלטערן, און ווען איך זעה דעם ׳עסקן׳ שפיר איך אז עס איז עק וועלט.
א גאר חשוב׳ער רב בישראל זאגט מיר בזה״ל: ״דאס איז א האלאקאוסט און א בכיה לדורות! ווען עס וועט קומען די צייט וועלן די אלע אפגעבן א דין וחשבון אויף יעדן איבריגן טרער וואס זיי האבן פאראורזאכט״. בלוט איז נישט קיין וואסער, און די וואס טרונקען עס וועלן ביטער און שלעכט אפשניידן. עס איז א ווייטאג און א פחד וואס דא טוט זיך היינט אפ - ואין פוצה פה ומצפצף.
טייערע אידן!
עס ברענט א פייער און מיר מוזן עס פארלעשן פאר יעדן פרייז. ליידער איז יעדע אויבנדערמאנטע געשיכטע אמת ויציב, און ווען איך קען וואלט איך עס ארויפגעלייגט מיט נעמען און טעלעפאן נומערן צו וועריפייען. אויב איז דער תירוץ אז ״אויף יעדן וואס טוט האט מען טענות״ בין איך מוסר ומודיע אז דער תירוץ איז מופרך פון אנהויב ביזן סוף. ווי האט יענער געזאגט? אויף איין קשיא איז דא איין תירוץ, אויף צוויי קשיות איז דא צוויי תירוצים, אבער אויף צען קשיות איז נאר דא איין תירוץ.
און די וויכטיגסטע זאך איז:
גייט נישט צו קיין טעראפיסט אנע לייסענס!
גייט נישט צו קיין טעראפיסט אנע לייסענס!
גייט נישט צו קיין טעראפיסט אנע לייסענס!
גייט נישט צו קיין טעראפיסט אנע לייסענס!
גייט נישט צו קיין טעראפיסט אנע לייסענס!
גייט נישט צו קיין טעראפיסט אנע לייסענס!
גייט נישט צו קיין טעראפיסט אנע לייסענס!
גייט נישט צו קיין טעראפיסט אנע לייסענס!
גייט נישט צו קיין טעראפיסט אנע לייסענס!
גייט נישט צו קיין טעראפיסט אנע לייסענס!
גייט נישט צו קיין טעראפיסט אנע לייסענס!
דרייוון ווערט קיינער נישט געבוירן קענענדיג, מען מוז זיך דאס לערנען,טישטוך האט געשריבן:וואלסט געפארן מיט א גוטן דרייווער אן לייסענס אויף א שיפן שטראז מיט א קליף אויף דער זייט? איך נישט. קען יעדער מיט לייסענס דרייוון דארטן? אויך נישט. אבער דער מיט לייסענס האט כאטשיג עפעס געלערנט.