וואס איז דאס ברוינפען?

פארשידענע רייכע ידיעות און וויסנשאפטליכע טעאריעס

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
גימעל
שר האלף
תגובות: 1110
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 22, 2009 4:09 pm
לאקאציע: דערנעבן.

וואס איז דאס ברוינפען?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גימעל »

וואס איז דאס ברוינפען?

וואס פאר א פראגע פרעגסטו דא? וואס ברוינפען איז? פרעג סיי וועלכע חדר אינגעל וועט ער דיר וויסן צו זאגן אז ברוינפן איז דאס וואס זיין טאטע טרונקט שבת ביי די סעודה נאכ'ן עסען די פיש, ווען מ'גיבט אין שול תיקון לייגט מען ארויס לעיקעך און מען טרונקט צי א גלעזעלע ברוינפען, ביי א יארצייט סעודה וואונטשט מען לחיים אויף ברוינפען, שבת ביי א קידוש שטעלט מען צו ברוינפען, (דאס וועט ער שוין נישט וויסן אז מאנכע מאכן קידוש יעדן צפרא דשבתא אויף א פילע בעכער ברוינפען, אפשר יא?..).

וואס דען וויל איך דא וויסן, וועלעכע מיני משקאות גייען אריין אינטער דעם איינעם ווארט ברוינפען?

וויאזוי ווערט ברוינפען אנגערופען אין אנדערע שפראכען? אויף ענגליש איז נישט דא אזא ווארט, און וויפיל כ'האב מיר נאכגעפרעגט איז אויף אנדערע שפראכען אויך נישט דא קיין אפטייטש אויף די ווארט ברוינפען. (איך האב נישט געמאכט קיין מורא'דיגע ריסערטש נאר אזוי אויבערפלעכליך זיך נאכגעפרעגט, און אדרבא אויב ווייסט איינער אנדערש ווי מיר ביטע מיר מודיע זיין.) גראדע אויף לשה"ק ווערט עס אין ספרים אנגערופן יי"ש. אבער אויף די היינטיגע עברית איז אויך נישט דא קיין ווארט פאר דעם.

אלזא ווי האלט מיר: דער גימעל קומט מיר דא פארקויפן אז ביי די גויים ווייסט מען נישט פון קיין ברוינפען, אניטאמאל ווייסן זיי וויאזוי מ'זאגט עס, און אויף קיין איין שפראך איז נישט דא אזא ווארט. הער אויף! גיי אריין אין סיי וועלכע ליקער סטאר... איין מינוט וואס זאג איך, ליקער... נישט דאס מיינט ברוינפען?

ניין! ליקער איז טאקע א אלקהאלישע געטראנק, אבער וואדקא אדער ברענדי גייען נישט אריין אין כלל פון ליקער. בקיצור ליקער איז ס"ה נאך א מין ברוינפען, עס ווערט געמאכט מיט א טעם פון פרוכט, מיט צוקער צי געלייגט דערצו, געווענליך וועט א ליקער נישט ווערן גע'עידזט (ד.ה. געהאלטן אין פעסער פאר א לענגערע צייט כדי צו באקומען א בעסערע טעם) אבער עס קען יא נעמען אסאך מאל צייט פון ווען מ'פראדאצירט עס ביז עס איז פארטיגט, צוליב די צייט וואס מען ווארט אז די פלעוואר'ס זאלן זיך אריינעסען דערין.

וועל מיר גיין ווייטער וואס נאך גייט אריין אין דעם איינעם אידישן ווארט ברוינפען?
וויסקי
וואדקע
ברענדי (אויב איר ווייסט פון נאך ביטע מיר מעלדן איך וועל עס בל"נ צילייגען)

וויסקי האט אינטער זיך צענדליגע און אפשר הונדערטער מינים. צום ערשט ווערט עס אפגעטיילט לויט די פלעצער ווי מען מאכט עס.
בעיסיקלי ווערט עס געמאכט אויף 3 פלעצער (ס'איז דא אסאאך מער זייער אסאך יוראפעישע לענדער פראדעצירן וויסקי מיר רעכענען אויס נאר די הויפטן.)

דער ערשטער און שטערקסער איז אירלאנד, ווי עס ווערט פראדעצירט די איירישע וויסקיס וועלכע מאנכע האבן ליב צו רופען דער טאטע פון די וויסקי'ס, (להערה, איז עס די איינציגסטע וויסקי וואס ווערט געשריבען מיטן ריכטיגן אויסלייג WHISKEY און נישט ווי די סקאטלאנדישע וואס ווערט געשריבען WHISKY אן די E.)
צו קענען טראגען דעם נאמען איירישע וויסקי מוז עס ווערן פראדעצירט אין אירלאנד פארשטייט זיך, און מוז ווערן גע'יערט און האלצערנע פעסער פאר נישט ווייניגער פון 3 יאר, כאטש לרוב איז עס 3-4 מאל אזוי אלט.
א איירישע וויסקי וועט נארמאלערהייט ווערן געטרוקענט אין א פארמאכטע אויבען ווי די פייער און רויעך קומען נישט אין בארירונג מיטן משקה, וואס צוליב דעם וועט עס זיין לייכטער אין נישט האבן א טעם פון סמאק. און די פעסער וועלן און רוב פעלער זיין וויין פעסער, וואס דאס מאכט שווערער זיך צו פארלאזן אויף די כשרות דערפון צוליב יין נסך.

דער צווייטער אויפן פלאץ איז סקאטלאנד וואס פאברעצירט דעם סקאטש (ע"ש סקאטלאנד), און איז גאר א נאנטער קרוב מיטן איירישען וויסקי. עס מוז ווערן געמאכט אין סקאטלאנד כדי מ'זאל קענען שרייבן אויפן לעיבעל סקאטש און מוז געהאלטן ווערן אין א פעסער פאר א מינימום פון 3 יאר מיט א טאג.
א סקאטש וועט געווענליך האבן מער א סמאוקי טעם צוליב וואס עס איז אפען צום פייער בשעת'ן ברענען.

סקאטש איז אויך א טאטע וועלכע פארמאגט צענדליגע קינדער, צוטיילט בעיקר אויף סינגעל מאלט אין בלענד, און דער צייט וואס א סינגעל מאלט ווערט געברענט און גע'עידזט מיט די זעלבע פליסיגקייט פון אנהייב ביזן סוף, ווערט א בלענדעד געמישט מיט עטליכע מיני סקאטש'ס, און די יארגאנג וואס עס שטייט אויפן לעיבעל דארף זיין די יארגאנג פון די אינגסטע סקאטש וואס ווערט אריינגעמישט. א סינגעל איז א טייערערע ברוינפען צוליב וואס די בלענד'ס פארפלייצן די מארקעט.
אינעם סקאטש איז דא פינעף הויפט מינים, איינגעטיילט לויט די געגענטער אין סקאטלאנד. וואס דאס איז היילענד, לאולענד, קעמפבעלטאון, איסליי, ספעיסייד.
אויך איז דא סקאטש וואס הייסן 'שערי קעסק מאלט' וואס דאס ווערט געהאלטן אין פעסער ווי ס'איז געליגען וויין און דאס גיבט אריין די טעם אין דעם ברוינפען, (א ברוינפען וואס שטייט קלאר שערי איז לרוב פוסקים אסור צו טרונקען), נאך א באגרוף איז דא וואס ווערט גערופען 'פיטעט' איך האב עס נישט פונקטליך ארויס, איך ווייס נישט וואס דער 'פיעט' איז, אבער אין טעם איז עס ספעציעל שטארק געברענט, ביים טרונקען האב איך געשפירט א שטריכן פון סמאוק.

און דער דריטער אין וויסקי משפחה איז אמעריקאנער וויסקי, וועלכער נעמט אריין באורבען וויסקי, סטרעיט וויסקי, קארן וויסקי, טענעסי וויסקי, און נאך.
די געזעצן פאר די אמעריקענער וויסקיס זענען היפש אינטערעסאנט, און פארדרייעט. איך וועל פרובירן עס מסדר צו זיין לויט וויפיל איך געדענק. ('כאפט' מיר נישט ביי קיין טעות, נאר פארעכט מיר אויב מעגליך).
דער בורבאן ווערט עפ"י רוב געמאכט אין קאנטאקי (עס איז נישט דייקא) מוז פארמאגן ווייניגסטענס 51 פארצענט קארן. קארן וויסקי מוז פארמאגען כאטש 80 פארצענט קארן. עס מוזן ווערן גע'עידזט אין נייע אומגענוצטע פעסער פאר א מינומום פון 2 יאר. איינמאל עס ווערט 2 יאר בעקומט עס די צונאמען סטרעיט, למשל סטרעיט בורבאן (איך מיין אז אלד וויליאמסבורג איז א סטרעיט בורבאן 3 יאר אלט).
סטרעיט אליין איז א וויסקי וואס פארמאגט נישט קיין גאנצע 51% פון איין מין תבואה. טענעסי וויסקי איז בשעתן ברענען כמעט די זעלבע ווי דער בארבען אין טעם און אין פראצעדור, נאר פארן עס עידזען ווערט עס געפילטערט, און ווערט גע'עידזט אין גענוצטע פעסער וואס איז נישט ערלויבט ביים בארבען, און דאס גיבט עס גענצליך א פרישע טעיסט. (דזעק דעניעלס איז פון די גרעסטע טענעסי וויסקיס).

וואדקע איז ווערט א באשרייבונג פאר זיך, איך פערזענליך בין נישט אזא גרויסע חסיד פון וואדקא און איך קען באשטיין אז א וואדקע אנהענגער זאל אים דא אויסשמועסן.
(אויב ס'וועט זיך אויספעלן וועל איך עס, באשרייבן פון מיין פרעספעקטיוו..)

איך וועל מיר נעקסט קערן צום ברענדי, וועלכער נעמט מיט זוך דעם קאניאק, שליוואוויטץ, און נאך.
יעצט האב איך נישט מער צייט מרחיב צו זיין איך וועל בל"נ צוריק קומען מיט א באהאנדלונג אויפן ברענדי, און אן אנדערע געלעגענהייט וועל איך מיר נאך אויך אומקערן צום וויסקי.

טרונקט און האט הנאה!
ביים דורכפאלן דריי מאל דערלייגט מען ווייניגער ווי ביים פרובירן קיין מאל.
אוועטאר
גימעל
שר האלף
תגובות: 1110
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 22, 2009 4:09 pm
לאקאציע: דערנעבן.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גימעל »

דיסקלעימער: איך בין נישט קיין שרייבער, און נישט קיין מומחה אויף ברוינפען, איך שרייב נאר כדי צו הערן פון אנדערע.
ביים דורכפאלן דריי מאל דערלייגט מען ווייניגער ווי ביים פרובירן קיין מאל.
אוועטאר
דארפסמאן
שר ששת אלפים
תגובות: 6484
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 14, 2006 2:52 pm
לאקאציע: אין דארף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דארפסמאן »

שכוח "ג" איך בין נישט קיין טרינקער, אבער איך האב ליב צו קאסטן דא און דארט אביסל און איך האב ליב צו קויפן, ביי מיר אינדערהיים איז געווענטליך דא

אבסעלוט וואדקע
גרעג-גוס וואדקע
אייזבערג וואדקע
סעמענטוף וואדקע (עס ליגט אינדערזייט ווייל איינער האט מיר לעטצענס געזאגט אז עס איז נישט כשר)
און די נייע כשרע וואדקע (געדענק שוין נישט ווי אזוי עס הייס)

שליוואוויטץ
אונגארישע שליוואוויטץ (גרינע באטיל)
אונגארישע שליוואוויטץ (שמאלע באטיל און בודעפעסט)
דשעק דעניאל
וויילדטערקי
המשקה, ביידע די רויטע דעקל און די שווארטצע, די רויטע איז בעסער
פרינס לארדען
קנאפ
בלוי לעבל (נאר אמאל אמאל, עס קאסט $250.00 )

ווענט זיך ווען. אמאל איז דא נאך עס ווענט זיך און די $$$, עס גייט אויס און ביז אפאר וואכען קויפט מען ציביסלעך נאך, א חבר האט מיר געשיקט פאריאר פאר משלח מנות א גרויסע באטיל אבסלוט
הכו"ח ר' אברהם דארפסמאן שליט"א
פה ב'דארף יצ"ו -
אוועטאר
יודל מענדלזאהן
שר שלשת אלפים
תגובות: 3111
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 09, 2008 4:19 pm
לאקאציע: ואנה מפניך אברח?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יודל מענדלזאהן »

ס'איז גראדע יא דא א שם הכולל פאר יי"ש אין ענגליש: ספיריטס - spirits. דערפון שטאמט מסתמא די אידישע ווארט: ספירט.

אלקאהאלישע געטראנקען ווערן אין אלגעמיין צוטיילט אויף דריי: ביר, וויינען און ספיריטס. פון יעדע איינע וואקסט ארויס א גאנצע פאמיליע.

עס איז מיר א חידוש אז דיר איז נאר באקאנט די דריי: וואדקע, ברענדי, וויסקי און די אנדערע צוויי דריי וואס דו האסט אויסגערעכנט. שפאציר אריין אין א היימישע וויין געשעפט און דו וועסט מסתמא טרעפן אסאך מער מינים.
נאדיר א שטיקל ליסטע פון די באקאנטע, כאטש עס איז דא פיל מער:

ביר
מעד (דאס וואס די תלמידי בעש"ט האבן געטרונקען. ס'דא צו באקומען אין מאנסי פון א היימישן פראדוצירער. אבער דאס בעסטע איז לכאורה די וועלכע מען פראדוצירט נאך היינט אין בעלגיע)
סיידער
סאקי (פון יאפאן)
אראק (א גאנגבאר ארטיקל אין מיטל מזרח)
דזשין
ראם
טעקילא (מעקסיקא)
שנאפס (דייטשלאנד)

ועוד ועוד.

איך רעד שוין נישט פון וויינען. פארשידענע פירמעס און לענדער. אלע סארטן טרויבן. די רויטע: מערלא, קאבארנעי סאוויאן, קאבארנעי פראנק, פאטיט, סירה, מאלבעק, טעמפערעניו, סאנדזשאוועז, בלעק מאסקאט, שיראז, און נאך. (כ'האב נאר אויסגערעכנט א חלק פון די וויינען אויף וועלכע איך האב א ברכה געמאכט אין די לעצטע מאנאטן.) און מיר האבן נאכנישט אנגערירט די ווייסע און רויזע וויינען. פון די וויינען זענען דא וואס זענען האלב טרוקן, זיס, און טרוקן אינגאנצן.

אה! א בורא פרי הגפן צו מאכן.

איך האב עקסטער נישט אויסגערעכנט די 'cream' וויינען און יענע גאנצע קאטעגאריע, ווייל דאס האב איך אויפגעהערט צו נוצן בערך אין די עלטער ווען איך האב אויפגעהערט צו לעקן קרעמיש קעיק. אבער פארהאן אזעלכע וואס האבן דייקא יא ליב די זיסע וויינען. ועל כגון דא נאמר: על טעם וריח וכו'.

אויף פורים וואלט איך אייך אבער נישט געראטן צו טרינקען אסאך זיסע וויין, ווייל עס איז סגולה בדוק ומנוסה מקיים צו זיין שפעטער דעם "הדבר יצא מפי המלך ופני .. חפו"!
:wink:

לחיים!
לעצט פארראכטן דורך יודל מענדלזאהן אום מאנטאג פעברואר 22, 2010 3:56 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
עס עפעס
שר האלפיים
תגובות: 2221
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 11, 2009 2:26 pm
לאקאציע: ביים טעלער
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עס עפעס »

גימל און יודל, הערליך שיין צעלייגט אלע סארט ברוינפנס, און אין די ריכטיגע צייט!
א ליידיגער מאגן איז א נעגאטיווער ראטגעבער, טא עס עפעס!
אוועטאר
יודל מענדלזאהן
שר שלשת אלפים
תגובות: 3111
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 09, 2008 4:19 pm
לאקאציע: ואנה מפניך אברח?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יודל מענדלזאהן »

משה קאפויער האט געשריבן:
יודל מענדלזאהן האט געשריבן:מעד (דאס וואס די תלמידי בעש"ט האבן געטרונקען. ס'נאך דא צו באקומען אין מאנסי פון א היימישן פראדוצירער

דער איד הייסט ר' נח גליק (אויך באקאנט אלס "יוכבד נח" משום מעשה שהיה).


ידעתי בני ידעתי. איך האב נאר נישט ארויסגעשריבן כדי מען זאל נישט מיינען אז איך טוה עמיצן אדווערטייזן, אדער איך האב א געלט אינטערעסע.
אוועטאר
גראדער
שר האלף
תגובות: 1097
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 01, 2009 6:06 pm
לאקאציע: אין די הויזן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גראדער »

לעצטנס איז דא א ברוינפן "סעווען ספרינגס" פונעם מחבר פון סטראפקאוו וואדקא, ביי יעדע שבת'דיגע סעודה איז מען זיך מכבד מיט א "גלעזעלע" (בלשון חיבה...) און די זמירות נאכדעם ווערט געזינגען מיט א באזונדערן טעם...

ייש"כ גימעל פאר דיין באשרייבונג, נאר איין הערה, ביזט מסיים מיט א שקר אז דו ביזט נישט קיין שרייבער, שעם דיך נישט! דו שרייבסט פיין...
אז מען קען גיין גראד \ וואס דארף מען גיין קרים--- נו, לעטס גאו...
אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14263
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

בין איך דער איינציגסטער וואס גלייכט כלל נישט קיין ברוינפן?
די האלז ברענט מיר (דו שוטה, דאס איז דאך די גוטסקייט..) איך קען דאס נישט טרינקן, מיט געפערליכע מאגן ברענען דערויף. (וויין גלייך איך יא)
אבער אזוינע ארטיקלען גלייך איך יא!
דאנקע ג' און י'.
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
אוועטאר
גימעל
שר האלף
תגובות: 1110
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 22, 2009 4:09 pm
לאקאציע: דערנעבן.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גימעל »

מוזיק גלייכסטו אויך נישט טאמער געדענק איך גוט....
בדוו האט שוין יודל דערמאנט ספיריטס אלס די ענגליש ווארט אויף ברוינפען, וויפיל איך ווייס מיינט עס נאך עפעס, עפעס אזוי ווי גוסטע, סאו שוועמעל טייערער אויב טרונקסטו נישט קיין ספיריט זיי כאטש אן א גוטע גוסטע אנדעם...
אוי.. כ'האב פארגעסן וויין טרונקסטע יא....
ביים דורכפאלן דריי מאל דערלייגט מען ווייניגער ווי ביים פרובירן קיין מאל.
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28117
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

איך בין שוין שכורת ולא מיין אלא מן העין, פון לעזן אזא ארטיקל.

---
אגב, איז דא צו קויפן ערגעץ זעקס און ניינציגער? איך האב געפרעגט מיין משמש דערוועגן, זאגט ער מיר אז דאס איז אומלעגאל צו פארקויפן אין ניו יארק סטעיט. וואס טוה איך אז די בני בית מוז דאס האבן פאר א רעצעפט פון היימישע ברוינפן?
אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6805
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך scy4851 »

איי ר' גימעל,
אינגאנצען פארגעסען פון פראנצויזישע קאניאק! (אויב עס זענען דא וואס ווייסען וואס דאס איז)
the SCY is the limit
אוועטאר
גימעל
שר האלף
תגובות: 1110
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 22, 2009 4:09 pm
לאקאציע: דערנעבן.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גימעל »

scy4851 האט געשריבן:איי ר' גימעל,
אינגאנצען פארגעסען פון פראנצויזישע קאניאק! (אויב עס זענען דא וואס ווייסען וואס דאס איז)

קוק סוף פון מיין תגובה
ווי איך האט געשריבן:איך וועל מיר נעקסט קערן צום ברענדי, וועלכער נעמט מיט זוך דעם קאניאק, שליוואוויטץ, און נאך.
ביים דורכפאלן דריי מאל דערלייגט מען ווייניגער ווי ביים פרובירן קיין מאל.
אוועטאר
לוסטיג
שר האלף
תגובות: 1138
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 23, 2008 1:56 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לוסטיג »

מורעדיג מורעדיג, באמת'דיג הנאה געהאט.
אבער צום סוף לאכן מיר דיר אויס, הא..הא..הא..חחח...
אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6805
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך scy4851 »

גימעל האט געשריבן:
scy4851 האט געשריבן:איי ר' גימעל,
אינגאנצען פארגעסען פון פראנצויזישע קאניאק! (אויב עס זענען דא וואס ווייסען וואס דאס איז)

קוק סוף פון מיין תגובה
ווי איך האט געשריבן:איך וועל מיר נעקסט קערן צום ברענדי, וועלכער נעמט מיט זוך דעם קאניאק, שליוואוויטץ, און נאך.

אנטשולדיג, כ'האב נישט באמערקט.
אגב, איז נאך היינט דא כשרע קאניאק?
the SCY is the limit
אוועטאר
ווארום
שר חמש מאות
תגובות: 833
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 24, 2007 11:40 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווארום »

כבין געווען זיכער אז מרעדט דא פון יואלי לעבאוויטשעס בראנפען טרינקעריי
אוועטאר
bailout
שר האלפיים
תגובות: 2210
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 25, 2008 10:27 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך bailout »

לכאורה האט געשריבן:אגב, איז דא צו קויפן ערגעץ זעקס און ניינציגער? איך האב געפרעגט מיין משמש דערוועגן, זאגט ער מיר אז דאס איז אומלעגאל צו פארקויפן אין ניו יארק סטעיט. וואס טוה איך אז די בני בית מוז דאס האבן פאר א רעצעפט פון היימישע ברוינפן?


ס'דארף צו זיין אין די ליקער סטארס, א גאר שטארקע משקה וואס רופט זיך ''DEVILL SPRINGS'' אויב די ווייסט די טייטש דערפון..... דאס איז ספעציעל געמאכט צו מישן מיט כל מיני משקאות וואס סגלוסט זיך, מ'קען ווערן שיכור פון אראנדזש דזשוס ווען מ'מישט עס אריין.
אוועטאר
bailout
שר האלפיים
תגובות: 2210
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 25, 2008 10:27 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך bailout »

פאר די וואס טרינקען ברוינפן אן קיין הכשר איז כדאי צו האבן
די ליסטע

אדער דאס

אדער דאס

און פאר איך פארגעס א גרויסן ייש''כ פאר ר' גימעל פאר די ארטיקל
אוועטאר
דארפסמאן
שר ששת אלפים
תגובות: 6484
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 14, 2006 2:52 pm
לאקאציע: אין דארף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דארפסמאן »

לכאורה האט געשריבן:איך בין שוין שכורת ולא מיין אלא מן העין, פון לעזן אזא ארטיקל.

---
אגב, איז דא צו קויפן ערגעץ זעקס און ניינציגער? איך האב געפרעגט מיין משמש דערוועגן, זאגט ער מיר אז דאס איז אומלעגאל צו פארקויפן אין ניו יארק סטעיט. וואס טוה איך אז די בני בית מוז דאס האבן פאר א רעצעפט פון היימישע ברוינפן?


ר' משולם ראטשילד, פאפא שמש האט 96 פון א"י
---

שכוח פאר kruligabi פאר דערמאנען די נאמען פון מיין וואדקע, עס הייסט IMPERIAL COLLECTOIN VODKA
אין עס קאסט בערך $55.00 אין איך קויף געווענטליך די זילבענע דעקל,

פאר ווער עס ווייסט נישט די קאמפעני IMPERIAL COLLECTOIN VODKAהאט 3 אדער פיר מינע וואדקע'ס
הכו"ח ר' אברהם דארפסמאן שליט"א
פה ב'דארף יצ"ו -
אוועטאר
יודל מענדלזאהן
שר שלשת אלפים
תגובות: 3111
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 09, 2008 4:19 pm
לאקאציע: ואנה מפניך אברח?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יודל מענדלזאהן »

scy4851 האט געשריבן:אגב, איז נאך היינט דא כשרע קאניאק?


יא! און טאקע אויסערגעווענליך פיין. ממש דעת זקנים נוחה הימנו! די פירמע הייסט לואי ראויער. זיי האבן א VS פלאש אין געגענט פון $40, און א פלעשל X.O. (צוויי סארטן) פאר בערך $100-140 ס'ווענדט זיך וואו מען קויפט עס. אפילו די $40'גער איז עפעס געוואלדיג. פאר צוויי יאר פורים האבן מיר אנגעהויבן די VS פלאש. בעצם האב איך געפלאנט אוועקצולייגן דערפון אויף פסח, וויבאלד עס איז כשר לפסח. אבער ליידער האט די פלאש נישט מאריך ימים געווען פון פורים ביז פסח, צוליב טעכנישע סיבות...

די חילוק פון א VS ביז אן XO
The official quality grades of cognac are, according to the BNIC (Bureau National Interprofessionnel du Cognac):

* VS Very Special, or ✯✯✯ (three stars) where the youngest brandy is stored at least two years in cask.
* VSOP Very Special (less commonly, but officially according to the BNIC, 'Superior') Old Pale, where the youngest brandy is stored at least four years in cask, but the average wood age is much older.
* XO Extra Old, where the youngest brandy is stored at least six, but average upwards of 20 years.



דא האט איר א גאנצע ליסטע פון זייער סחורה.
ס'זענען פארהאן נאך ערטער וואו איר קענט עס קויפן, אויסער אין דוטי פרי.
דא און דא. קליקט אויפן פלאש פאר א גרעסערע בילד.

פאר מער אינפארמאציע אויף קאניאק, זעהט דא און דא
אוועטאר
פארדינט
שר האלפיים
תגובות: 2026
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 28, 2009 10:53 am
לאקאציע: אויפן טראוועי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארדינט »

ס'פלעגט זיין כשר'ע קאניאק פון ר' שלמה ווערצבערגער פון ק"י אבער ער האטעס אויפגעהערט צי מאכן, יעצט איז ער ארויסגעקומען מיט א נייע ברוינפן ממש ענדליך צו קאניאק ס'הייסט דאכצעך 96 ס'איז אויך געמאכט פון טרויבן אזוי ווי קאניאק, פאריגע וואך פרייטאג האט מיין שמש/מקוה איד געגעבן צו פארזוכן דערפון פאר יעדן איינעם און כ'האב פארזיכט און ס'איז זייער גוט.
שטייצעך... נא, לאמיך נאר קוקן אויף דיין חתומה... אה, על טעם וריח...
פארוואס האבעך עס? איימינוט, ווער זאגט כאבעס? אה! אז כא'פארדינט מסתם האבעכעס...!!!
אוועטאר
דארפסמאן
שר ששת אלפים
תגובות: 6484
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 14, 2006 2:52 pm
לאקאציע: אין דארף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דארפסמאן »

יודל שכוח פאר די לינק'ס, עס וועט אי"ה גיט ציניץ קומען
הכו"ח ר' אברהם דארפסמאן שליט"א
פה ב'דארף יצ"ו -
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28117
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

יודל מענדלזאהן האט געשריבן:
scy4851 האט געשריבן:אגב, איז נאך היינט דא כשרע קאניאק?


יא! און טאקע אויסערגעווענליך פיין. ממש דעת זקנים נוחה הימנו! די פירמע הייסט לואי ראויער. זיי האבן א VS פלאש אין געגענט פון $40, און א פלעשל X.O. (צוויי סארטן) פאר בערך $100-140 ס'ווענדט זיך וואו מען קויפט עס. אפילו די $40'גער איז עפעס געוואלדיג. פאר צוויי יאר פורים האבן מיר אנגעהויבן די VS פלאש. בעצם האב איך געפלאנט אוועקצולייגן דערפון אויף פסח, וויבאלד עס איז כשר לפסח. אבער ליידער האט די פלאש נישט מאריך ימים געווען פון פורים ביז פסח, צוליב טעכנישע סיבות...

די חילוק פון א VS ביז אן XO
The official quality grades of cognac are, according to the BNIC (Bureau National Interprofessionnel du Cognac):

* VS Very Special, or ✯✯✯ (three stars) where the youngest brandy is stored at least two years in cask.
* VSOP Very Special (less commonly, but officially according to the BNIC, 'Superior') Old Pale, where the youngest brandy is stored at least four years in cask, but the average wood age is much older.
* XO Extra Old, where the youngest brandy is stored at least six, but average upwards of 20 years.



דא האט איר א גאנצע ליסטע פון זייער סחורה.
ס'זענען פארהאן נאך ערטער וואו איר קענט עס קויפן, אויסער אין דוטי פרי.
דא און דא. קליקט אויפן פלאש פאר א גרעסערע בילד.

פאר מער אינפארמאציע אויף קאניאק, זעהט דא און דא

צו באמערקן אז רש"י פארטייטשט לבסומי "ביין".
אוועטאר
יודל מענדלזאהן
שר שלשת אלפים
תגובות: 3111
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 09, 2008 4:19 pm
לאקאציע: ואנה מפניך אברח?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יודל מענדלזאהן »

צו באמערקן אז רש"י פארטייטשט לבסומי "ביין".


ווער האט דען געזאגט אז נישט?
און קאניאק מאכט מען דען נישט פון וויין?
אוועטאר
שלמי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 411
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 25, 2009 4:14 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלמי »

הערט'ס א מורא'דיגען חידוש וואס גאר ווייניג ווייסן דערפון, אפילו גרויסע מבינים און טרינקערס.

דער שם הכולל פאר ברוינפען אין ענגליש איז LIQUOR, איי וועסטו פרעגן, דאס מיינט דאך א מין ברוינפן וואס פרויען טרינקען און איז געמאכט פון פרוכט און זיסע מעשיות? עלעך אייך זאגן אזוי: יענץ ווערט אנגערופען LIQUER!

יא, עס איז דא צוויי וועגן וויאזוי צו ספעלן דעם ווארט ליקער, איינס מיינט דאס און איינס מיינט דאס. טשעקט עס אויס און האט הנאה.
אזוי אז נעקסטע מאל וואס דיינע חברים שמועסען פון ברוינפען און דו ווילסט אויך אריינווארפען דיינס א ווארט, דערמאן דאס און דער עולם וועט שטיין פארגאפט... איר וועט פילען אזוי גוט ווי איך פיל יעצט, אז נאך צוויי בלעטער פון תגובות האט עס נאך קיינער נישט געוויסט. (איך הער דיר שוין שרייען אין די בעקגראונד "כאב יא געוויסט, נאר נישט געוואלט זאגן....)

והא ראיה, וויאזוי רופט זיך דאָנאַט'ס סטאר? "וויין און ליקער", ער פארקויפט דאך וויסקי אויך? אלא מאי... וכו'...

זעהט בייגעלייגט ווי גאאגעל האט מיר געגעבן רילעיטעד ריזאלטס פאר LIQUOR, און עס צוזאמגעשטעלט מיט אלע מינע משקאות.
אטעטשמענטס
Liqour.JPG
Liqour.JPG (17.54 KiB) געזען 2045 מאל
אוועטאר
יודל מענדלזאהן
שר שלשת אלפים
תגובות: 3111
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 09, 2008 4:19 pm
לאקאציע: ואנה מפניך אברח?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יודל מענדלזאהן »

A distilled beverage, liquor, or spirit is a drinkable liquid containing ethanol that is produced by distilling, or less commonly freeze distilling, fermented grain, fruit, or vegetables.[1] This excludes undistilled fermented beverages such as beer and wine.

The term hard liquor is often used to distinguish distilled beverages from (implicitly weaker) undistilled ones.

Beer and wine are limited to a maximum alcohol content of about 15% ABV, as most yeasts cannot reproduce when the concentration of alcohol is above this level; consequently, fermentation ceases at that point.

The term spirit refers to a distilled beverage that contains no added sugar and has at least 20% ABV. Popular spirits include brandy, fruit brandy (also known as eau-de-vie / Schnapps), gin, rum, tequila, vodka, and whisky.

Distilled beverages that are bottled with added sugar and added flavorings, such as Grand Marnier, Frangelico, and American schnapps, are liqueurs. In common usage, the distinction between spirits and liqueurs is widely unknown or ignored; consequently all alcoholic beverages other than beer and wine are generally referred to simply as spirits.


פון דא
שרייב תגובה

צוריק צו “ידיעות און וויסנשאפט”