בחורים אויף אייוועלט?

אייוועלט אינערליכע אנגעלעגנהייטן

אחראי: אחראי

אוועטאר
ר' דן
שר עשרת אלפים
תגובות: 10084
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 30, 2021 1:34 pm
לאקאציע: אימבאקאנט

בחורים אויף אייוועלט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' דן »

א גוטן אלע חשובע בחורים לעטס גאו פאוקעס פאר אפאר מינוט עס גייט זיין אינפארמעטיוו און אינטרעסאנטלעך האפנטליך פאר אייך אלע. (און עטס אלע גרויסע טאטעס מעגטס אויך ליינען אויב עס פאסט נאך פאר אזעלכע הויעכגעשצטע פערזאנען).

עס פאסט זיך קודם פארצושטעלן, אביסל פון מיין ביאגראפיע, כאפ א בליק אויף מיר, די זעהסט דא די בילד נעבן מיר? עס זעהט אויס ווי דיין ראש ישיבה'ס זיידע, הא? לאמיר דיר עפעס מסביר זיין, די בילד איז נישט פון מיר. קוק מיר נישט אזוי אן, עס איז עכט נישט פון מיר, עס איז פון ר' אורי זוהר זצ''ל איך האב פשוט קאנעקטעד צו זיין פראזענדליכקייט, אויב האסטו נאכנישט געהערט פון אים פרעג זיך נאך, ער האט עכט אן אינטרעסאנטע היסטאריע הינטער זיך.

לאמיר אנפאנגען פון אנפאנג, איך האב מיר איינגעשריבן אויף אייוועלט בערך 13 חדשים צוריק, און מיר ארויסגעסיינט בערך פאר כמעט 3 חדשים צוריק, (אין די צייט האב איך שוין געהאט צענדליגע אוועטארס פאר איך בין געבליבן סטאק מיט די יעצטיגע), אין די בערך 11 חדשים וואס איך בין געווען אקטיוו אויף אייוועלט פלעג איך שרייבן שרייבן און שרייבן, איבעראל אויף אייוועלט, וויפיל עס האט זיך געלאזט, אויב האב איך עפעס געקענט צוגעבן האב איך עס געשריבן אויב האב איך נישט געקענט צוגעבן האב איך עס אויך געשריבן, עס איז געווען באמת א מחי' איך האב מיר אויסגעגעבן נעקסט לעוול, סיי אין פאברענגען סיי אין די נייעס קאך לעפל און ווי אימער.

נו שוין, יעצט אז איר קענט מיר שוין אביסל לאמיר גיין צו מיין דרשה.

ווי איך פארשטיי זענען דא בחורים וואס שרייבן אויף אייוועלט, לעצטנס מעגליך אביסל מער ווי שטענדיג, און פאברענגען דרייט זיך איבער ווי אין די זאטע יארן, מאנכע האבן עס ליב און די אנדערע שיסן עריטוט, עס קאכט זיך א מחי', דאס ביז אהער איז גוט און ערווארטעט.

לאמיר דא געבן מיינע 3 סענט (אינפלאציע דזשאוק חחח...) בנוגע בחורים אויף אייוועלט, צו איז גוט אז בחורים שרייבן אויף אייוועלט, איז עס גוט פאר די בחור איז עס גוט פאר אייוועלט?

פאר אייוועלט איז לדעתי די בעסטע זאך אז בחורים שרייבן, בחורים נישט קיין חילוק וועלכע עלטער האבן בדרך כלל אסאך מער צייט און אויך א קלארערע מח פון א געוויסע זין, די בחורים זענען די וואס קענען מאכן אייוועלט אסאך אסאך מער אינטרעסאנט און געשמאק, א יונגערמאן האט שוין נאך דאגות וואס נעמט אים אוועק די קאפ, און ווי עלטער מען ווערט, ווערט די נגיעות מער און מער אין כמות און אין איכות, (חוץ אויב מען ארבעט אויף זיך נעקסט לעוול). צו האבן די בחורים מיט די קלארע מוחות, וואס קוקן אן די וועלט אסאך מער אמת'דיג און אסאך פרישער, געבן זייערע מיינונגען, איז נאר א געווינס פאר אייוועלט.

אזוי אויך איז עס א געווינס פאר די אלע יודן וואס פילן נישט גוט מיט זיך, און דארפן אזוי נייטיג א ברעטל ווי זיך אויסצוגעבן זייערע ליידיגקייט, זיי קענען קומען און חוזק מאכן פון די פרישע כוחות און אזוי זיך פילן אסאך גערעסער און בעסער, דאס איז א געוואלדיגע און מעגליך אויך קריטיש וויכטיגע געווינס וואס אייוועלט האט מיט די בחורים.

יעצט לאמיר גיין צו די סטעיק, צו איז עס גוט פאר די בחור צו זיין אויף אייוועלט?

און לאמיר גלייך פארעכטן די שאלה, עס זאל מער אפשפיגלען וואס די ספק איז, צו איז עס גוט פאר סיי וועלכע מענטש צו זיין אויף אייוועלט?

באלאנגט א בחור אויף אייוועלט? באלאנגט א יונגערמאן אויף אייוועלט?

(די שאלה איז נישט מער פאר א בחור ווי פאר א יונגערמאן, נעמט אין אכט אז מען רעדט נישט צו א בחור מעג יא צו נישט זיין אויפן אינטערנעט, יעדער ווייסט זייער גוט די תירץ, איך רעד פון די בחורים וואס האבן געטראפן זייער וועג אהער, זיי זענען שוין דא, און פאר זיי איז אייוועלט פינקט אזא אינזל אין די אינטערנעט ווי פאר די עלטערע).

אוודאי איז עס קעיס ביי קעיס, איך וויל נאר דא אהערשטעלן די קעיס פון מיין קוק ווינקל ותן לחכם..

כדי צו ענטפערן אויף די ברענעדיגע שאלה, לאמיר צוריק גיין צו מיין מעשה. ווי געשריבן אויבן פלעג איך שרייבן ווי א טראק, עס איז געפלאסן דברי.. נאן סטאפ. און עס האט מיר באמת געהאלפן, אזוי האב איך מיר אויסגעליפטערט, און איך האב געפילט ווי עס העלפט מיר זיך אויסצוגעבן און עס איז א מחי'.

וואס האט פאסירט? גלייבטס מיר עס איז נישט נוגע פינקטליך וואס, און איך וואלט אויך זייער שטארק געוואלט וויסן וואס, וואס איז זיכער אז פון הימל האט מען אזוי געוואלט און מען האט מיר אויסגעשפארט פון אייוועלט פאר א וואך. עס האט מיר זייער נישט געפאסט, איך בין געווען שטארק אנגעווייטאגט, אבער ב''ה נאך א טאג צוויי נישט שרייבן (אויך נישט מיט אנדערע ניקס למען המחאה) האב איך אנגעהויבן צו זעהן, מיינע אויגן זענען געווארן ליכטיג, איך האב אנגעהויבן צו זעהן די זאך פון אן אנדערע זייט, וואס אייוועלט איז פאר מיר וואס האט עס געטין צו מיר.

איך האב געזעהן ווי איך האב אין די לעצטע יאר געלעבט א דאפלטע לעבן, איך האב טאקע געטין וואס איך האב געדארפט סיי יודישקייט ענינים סיי אינדערהיים און סיי ביי די ארבעט, אייוועלט האט מיר טעכניש 'אויך' צוגענימען צייט, אבער די עיקר וואס איך האב באמערקט, אז עס האט מיר אריינגעלייגט אין א פאלשע לעבן, איך האב געהאט מיין געהעריגע לעבן, און מיין אייוועלט לעבן, און מיין מח מיין הארץ מיינע געפילן זענען געווארן ציטיילט צווישן עכט און פעיק.

דאונט געט מי Wראנג, איך האב בעצם מצליח געווען אין אלע הינזיכטן, און געווען צופרידן און נישט געפילט ווי עפעס פעלט מיר בכלל, און עס האט מיר טאקע נישט געפעלט, נאר מיין מיך איז געווארן ציטיילט צווישן די עכטע און פאלשע לעבן, און אזוי האט עס אראפגעציפט פון מיין עכטע לעבן יעדן טאג נאך א טראפל און נאך א טראפל.

וויאזוי ווייס איך אז עס האט אראפגעציפט פון מיין לעבן? קודם כל מאכט עס סענס, אבער בעיקר ווייס איך עס ווייל איך האב עס געזעהן געפילט און געלעבט.

זייט איך האב אויפגעהערט שרייבן האבן זאכן אנגעהויבן צו פארן אויף א וועג כמעט אזוי ווי די עין הרע ארגיניזעישנס עדווערטייזן... איך קען נישט מפרט זיין, ווייל פון גילוי שטיי איך ווייט ווייט אוועק נאך ביז היינט. סיי אין ביזנעס סיי אינדערהיים, מיין עכטע לעבן האט אנגעהויבן צו שטראלן ב''ה די באשעפער זאל ווייטער העלפן.

בסך הכל צום קעפל (צ''ק = צום קעפל פאר די בחורים און טאטעס וואס ווייסן נישט) בחורים אויף אייוועלט? איז עס א גוטע זאך אדער נישט פאר א מענטש צו שרייבן אויף אייוועלט? די תירץ איז אזוי ווי יעדע זאך האט צוויי זייטן, די נושא איז נישט אנדערש, די מעלות פון שרייבן אויף אייוועלט איז אימצאליג, און אז די ליינסט מיינע שירות ווייסטו שוין מנהסתם פארוואס אייוועלט איז גוט פאר דיר און וואס עס געבט דיר צו, און פאר מיר איז נאך ביז היינט אייוועלט אויך גוט, דא ליין איך די נייעס, און איך ליפטער מיר אויס אלץ א שטענדיגער ליינער, עס איז די בעסטע כשרע פלאץ פאר די זאכן, און איך בין זיכער אז פאר אנדערע איז א טובה אז זיי שרייבן. יעדע זאך האט מעלות און יעדע מענשט איז אנדערש. נאר וואס, אן עצה טובה איז צו האלטן די אויגן אפן, עס זאל נישט ווערן א חלק פון דיין לעבן, די גייסט חתונה האבן די גייסט ווייטער מיט דיין לעבן די ווערסט עלטער, לאז נישט קיינעם צו נעמען א חלק פון דיר, פון דיין מח דיין הארץ און פון דיינע געפילן, נישט קיין חילוק ווי גלאנציג און געשמאק עס איז, די ביסט חשובער, דיין לעבן שטייט קודם, געב נישט אויף קיין אינטש פון דיין דיך פאר ווירטועלע הנאה.

איך ווינטש פאר אלע גוטע יודן סיי מיט וועם איך פלעג פאברענגען און אזוי אויך מיינע ווירטואלע געוועזענע קעגנער (אזוי צו זאגן...) און אזוי אויך פאר די חשובע הנהלה וואס ארבעטן אזוי איבערמידלעך צו האלטן די פלאץ ריין און כשר פאר אונז אלע למען כבוד שמו יתברך, און פאר יעדעם איינעם. יעדער זאל האבן די גרעסטע הצלחה און סוקסעס אין זייער טאג טעגליכע באשעפטיגונג, מיט זייער משפחה מיט זייער יודישקייט און מיט זייער זיך.

דן
אוועטאר
מיניטשער וועלט
שר האלפיים
תגובות: 2394
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 17, 2021 9:42 pm

Re: בחורים אויף אייוועלט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיניטשער וועלט »

Wow Wow פיינעלי קומט איינער אריין קלאר ! ר' דן האסט אונז איבעראשט!!
כעלעמערחכם האט געשריבן: מאנטאג מארטש 25, 2024 3:18 pm
מיין הערסטע זז"ג
אוועטאר
את פתח לו
שר עשרת אלפים
תגובות: 16955
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 07, 2021 8:42 pm

Re: בחורים אויף אייוועלט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך את פתח לו »

#גרעי זאנע
אנא מלך רחום וחנון, התמלא רחמים על כל אחינו בית ישראל, ובפרט על יושבי ארץ ישראל.

אויב מעקט מען דיינע תגובות, איז א סימן אז די שרייבסט.
אויב מעקט מען דיר אסאך, איז א סימן אז דו ביסט א גרויסע שרייבער.
דוק ותשכח
Slow
שר חמש מאות
תגובות: 586
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אקטאבער 09, 2022 12:53 pm

Re: בחורים אויף אייוועלט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Slow »

Wow wow no words!!!
אוועטאר
בית שמאי
שר האלף
תגובות: 1000
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 07, 2020 9:42 pm

Re: בחורים אויף אייוועלט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בית שמאי »

צק
איך האב עס געשריבן אין א אנדערע אשכול אבער עס קומט אויך דא אריין

קעפל: איז טאקע די עידזש א חילוק?
בית שמאי האט געשריבן:
פארדרייט האט געשריבן:
איך ווינדער מיך??? און איך טריי צו פארשטיין !!!
דו האסט אביסל א וואלידע נקודה אבער ביסט נישט אינגאנצן גערעכט, לאמיר פראבירן צו מסביר זיין מיין בליק אויף די נושא.

לאמיר געבן א משל, חיים, א בחור, קומט אריין אין בית המדרש, ער גייט אריין אין קאווע צימער, און זעהט א קופקע און ער גייט צו און הערט זיך צו, מ'טענה'ט זיך אויף געוויסע נושא, ברוך זאגט אזוי, בערל זאגט אזוי, פאר וואס ווען ווי הייבט חיים אן שרייען זיין מיינוג אפי' נאך פאר ער האט געכאפט פונקטליך וואס די נושא איז, יעדער און די קופקע הייבט די ברעמען אויף חיים, נישט ווייל ער איז א בחור, נאר ווייל ער האט נישט קיין שכל ווען זיך יא אדער נישט צו אנרופן.

ווען דו וואלסט געווען אין די קופקע וואלטסו זיך אנגערופן, איז טאקע א חילוק די עידזש?

ניין נישט די יארגאנג איז די זאך וואס מאכט מ'זאל אראפ קוקן א ניק, ס'איז די בעהווער, אויב א ניק שרייבט קלוג און באזעצן וועט ער נאך א קורצע צייט ווערן פון די 'עליטע', נישט קיין חילוק ווען ער האט זיך איינגעשריבן.

קוק אן אייוועלט ווי א בית המדרש, עס דא מעמבער'ס, קומט א נייע איד אין שול, די פריינטליכע מענטש געבט אים א שלום עליכם, אנדערע 'באמערקן' אים נישט, א.א.וו., אויב ער הייבט אן דאווענען אין די שול, נאך שטיק צייט וועט ער אויך ווערן א מעמבער, און זיין שטאנד ביים עולם וועט זיך ווענדן ווי אזוי ער פירט זיך אויף, אויב זיצט און לערנט א גאנצע טאג וכו' וועט מען אים מכבד זיין, אויב פירט ער זיך אויף נאריש וועט מען אים אראפ קוקן, עס קען זיין אז א איד זאל קומען אין א נייע שול און נאך א האלבע יאר זאל ער אנהויבן צו געבן א שיעור, און א צווייטער וואס דרייט זיך שוין דארט דריי יאר און קיינער האט נישט עפעס צפעציעל מיט אים.

די זעלבע איז מיט אייוועלט, די באנוצער דא קענען זיך, מען פארברענגט, מ'שמוסט, מ'טענה'ט זיך.
ווען עס קומט אן א נייע ניק קיינער קען אים נישט, ער האט די אפציע אדער זיך צו נעמען שיסן תגובות, זיך לאזן הערן א גאנצע צייט מיט נארישע קאמענט'ס פשוט ווייל ער וויל אויך האבן אזוי סאך תגובות ווי די עליטע האבן, גייט עס האבן די פארקערטע עפעקט, די קופקע גייט זיך צוגיין, און איין שארפע ניק גייט אים פשוט אויפמערקזאם מאכן, בחור דו באלאנגסט נישט דא.
אדער קען ער זיך לאזן הערן נאר ווען ער האט אמת'דיג אונטערסאנט עפעס צו זאגן, עס גייט טאקע נעמען לענגער ביז ער גייט ווערן א שר המאה, אבער ווען ער גייט ווערן א שר המאה גייט ער שוין זיין פון די ארויפגעקוטע ניקים, נישט ווייל ער נישט קיין בחור נאר ווייל ער איז באזצען.

דו נקודה איז, א בחור איז געווענטליך נישט צו באזעצן, ספציעל אינגע בוחרים'לעך, אין בית המדרש ווייסט יעדע בחור'ל אז מ'גייט נישט צו צו א קופקע פון טאטע'ס, יעדער האט זיך זיין עידזש מיט וועם ער פארברענגט, דא אויף אייוועלט זעט מען נישט די יארגאנג אויפן פנים מ'זעט עס דורך די תגובות.

סאו צום קעפל "איז טאקע די עידזש א חילוק?" יא און ניין, אויב א בחור קען שרייבן געשמאקע קלוגע תגובות, דאמאלס קען מען זאגן קבל את האמת ממי שאמרו, אויב נישט גייט מען אים זאגן אז מ'זעט עס איז דיין ערשטע ניק, און די באלאנגטסט עכט נישט דא.

עס קען אסאך מאל נעמען א שטיק צייט ביז א ניק כאפט ווי אזוי אייוועלט ארבעט, און זיך נעמען שרייבן צום זאך, אין פאקט, איך האב געעפענט מיין ערשטע ניק דא נאך א יאר אדער מער זיך דרייען דא אלס גאסט, און דערנאך געדראפט יענע ניק ווייל איך האב זיך געשעמט מיט מיין תגובות, איך האב געפענט די ניק מיט וואס איך שרייב יעצט, און איך בין אויך נישט פון די עליטע כאטש וואס איך האב זיך איינגעשריבן פאר דריי יאר צוריק, פשוט ווייל איך האב נישט די טאלאנט פון זיין א שרייבער, קומט א בחור וואס הערט פון זיין חבר וועגן אייוועלט, שרייבט זיך איין, און הייבט אן שיסן תגובות, גייט ער באקומען א נעגעטיווע אויפנאמע.

איך ווייס נישט פונקטליך די סיבה, אבער לעצטענס דרייען זיך אסאך מער בחורים אויף אייוועלט, ס'קען זיין ס'האט מיט די 4G סעלפאון, קען זיין אז עס איז ווייל עס איז דא אסאך קאמפיוטער קיאסקען, אזוי צו אזוי, די איבערפלוס פון קינדערישע ניקים מאכט זייער נארוועז פאר באזעצנע ניקים, נאכדערצו ווען זיין ווייסן נישט וואו איין און וואו אויס, און אין וועלעכע פארום צו שרייבן וואס.


נאך א נוקדה וואס דארף ארויס געברענגט ווערן, אזוי ווי אייוועלט איז א פארום ווי מ'שרייבט, שרייבן נעמט אריין אסאך זאכן אין זיך, קודם כל איז שרייבן א טאלאנט, נישט יעדער האט די טאלאנט, ס'איז נישט קיין חסרון און ס'מיינט נישט אז מ'איז נישט קלוג, יעדער האט זיך זייער טאלאנט. נאכדעם איז דא ספעלינג, גרעמער, וכדומה, איינער וואס איז נישט קיין שרייבער קען נישט די אלע כללים, אבער ווען א שרייבער ליינט עפעס מיט סיי וועלעכע טעיתם אין אויסלייג אדער אין ספעלינג אדער אין גערמער קרענקט עס אים, אזוי ווי דער וואס פארשטייט צו נגינה הערט איינעם זינגען אףף טאָן, ווען עס קומט א ניק און שרייבט אסאך מיט טעיתם גייט ארויף די בלוט דרוק פון געוויסע ניקים.

אמאל איז אייוועלט בעיקר באשטאנען פון שרייבער און קאמענטירער,יעדער האט זיך געוויסט זיין פלאץ ווי ער באלאנגט, היינט מיט די גרינגע צוטריט צו אינטערנעט, און די פלייץ פון ניקים, ווערט א שטיקל צומישעניש, איינער וויל באריכטן נייעס אזוי ווי @הבל כאשט וואס ער פארשטייט נישט צו דעם, איינער וויל שרייבן געשמאקע תגובות אזוי ווי @מעכי כאטש וואס ער האט נישט די טאלאנט, און די רייץ צו האבן אסאך תגובות, ווייל ער רעדט זיך איין אז אזוי גייט ער ווערן פון די עליטע, מאכט אים שרייבן אסאך נארישע תגובות, און דאס ברענגט אז מ'זאל אים אראפ קוקן. איך האב נישט די טאלאנט פון שרייבעריי במילא טריי איך נישט צו איינעמען די וועלט, אויב איך האב עפעס צו שרייבן שרייב איך עס אבער איך ווייס נישט צו איבעררייסן, דו דאפסט נישט שרייבן די בעסטע תגובות די עיקר דו זאלסט וויסן ווי דו שטייסט.
ס'איז דא אידן וואס זענען בעצם זייער קלוג, זיי האבן אויך וואס צו זאגן, אבער וויבאלד זיי האבן נישט די טאלאנט פון שרייבן, איז זיי שווער זיך צו ארויס ברענגן געהעריג אויפן וועלטל, אבער זיי ווילן זיך אויך אויסגעבן און זיי שרייבן לויט וויפיל זיי קענען, פונקט ווי אין ריעל לייף איז דא געוויסע מענטשן וואס האבן מער סבלונת און דולדן יענעם'ס חסרונת, און ס'איז דא וואס שרייען גלייך אויף אנדערע אין פנים אריין, די זעלבע איז אויף אייוועלט, יעדער קען זיך אנטרעפן אין די גרימצארן פון איינעם, סיי אויף אייוועלט און סיי אויף די עכטע וועלט, ס'איז נישט גערעכט אבער דאס איז די סדר העולם, קיינער געבוירט נישט מיט גוטע מידות, און ליידער נישט יעדער ארבעט זיך אויס.
א ערוואקסענע מענטש דארף וויסן זיך נישט צו צוטהן מאכן פון אעלעכע קאמענטס, און עס איז טאקע נישט קיין שיינע זאך צו אראפ רייסן נייע ניקים, די וועג איז צו גיין מיט קאָנסטרוקטיווע קריטיק, און אזוי קען זיין אז ער וועט זיך פארבעסערן, אבער געווענטליך, מ'שרייט אויף א ניק בחור וכדומה קומט עס ווייל די ניק האט זיך אנגעטוהן גרויסע שיך וואס פאסט נישט פר אים, איך האב אויך אמאל באקומען א פסק פון א ניק 'בחור', טראץ וואס עס קען זיין איך בין עלטער פון אים, איך בין נישט געווארן באליידיגט וויל איך האב געוויסט אז ס'איז נישט אמת, די סיבה פארוואס געוויסע ניקים שטערט עס יא זייער שטארק איז ווייל די אמת שטעכט..

צום שלוס (נישט זיך פארמישן מיט נושא געשלאסן...), צו יעדע נייע ניק, נישט קיין חילוק דיין עלטער אדער מערידש סטאַטאָס, שרייב טאקע שרייב, אבער מיט א מאָס, און מיט די צייט וועסטו זיך פארבעסערן און אויסשארפן און דו וועסט אויך ווערן פון די עליטע, און אויב האסטו נישט די טאלאנט קענסטו אויך שרייבן 'אבער מיט א מאָס', און ווארטן צו באקומען א גרינע און עס וועט קומען דיין צייט ווען דו וועסט אויך שיינען.

איך זעה פון ווען איך האב אנגעהויבן שרייבן האט די עולם אסאך געהאקט, שיק עניווע
"אייוועלט איז זייער א פיינע פלעטפאורם, ס'איז אויסגעהאלטן, ס'איז כשר." (וועלוועל פעלדמאן)
צהלתו בפניו
שר האלף
תגובות: 1483
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 15, 2020 8:02 pm
לאקאציע: אין מיין קאמפארט זאון

Re: בחורים אויף אייוועלט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צהלתו בפניו »

זייער קלאר ארויסגעברענגט
אוועטאר
קרית יואל פלייש
שר שלשת אלפים
תגובות: 3643
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 13, 2021 1:38 pm

Re: בחורים אויף אייוועלט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרית יואל פלייש »

קודם האמיר דא צוריק אינזער אלעמען באקאנטן ר' דן...
באקסער בוים
שר האלף
תגובות: 1857
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 31, 2017 12:41 pm

Re: בחורים אויף אייוועלט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך באקסער בוים »

זייער שטארקע פוינטס סיי פון הרב דן און סיי פון בית שמאי!
איך האב בכלל נישט קיין מיינונג איבער די נושא, ס'איז זשאסט געשריבן אין די וועלט אריין.
אוועטאר
World Champion
שר שלשת אלפים
תגובות: 3505
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 31, 2022 6:20 pm

Re: בחורים אויף אייוועלט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך World Champion »

ר' דן געוואלדיגע סופער אמתע ארטיקל!!! גאר גוט אראפגעלייגט!! דיין נקודה האט בעצם גארנישט דוקא מיט בחורים.
אונזער גרויסקייט און אונזער שיינקייט וועט נתגלה ווערן ווען משיח וועט קומען!
אוועטאר
קרעימיש קעיק
שר חמש מאות
תגובות: 573
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 02, 2021 6:32 pm

Re: בחורים אויף אייוועלט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעימיש קעיק »

;l;p- ;l;p- ;l;p-
אוועטאר
לפי עניות דעתי
שר האלף
תגובות: 1080
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אפריל 30, 2021 1:39 pm
לאקאציע: במקום שאין איש

Re: בחורים אויף אייוועלט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לפי עניות דעתי »

מאסיוו ר’ דן, שטארקע נקודה!
אויב לאזסטו אונז איבער, וועל מיר זיך גאר שטארק בענקן.

זאלסט אבער טוען דאס בעסטע פאר דיר און דיין פאמיליע
כן נראה לפי עניות דעתי והשם הטוב יכפר אם שגיתי
והחולק יחלוק
אוועטאר
namlich
שר חמישים ומאתים
תגובות: 382
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 14, 2022 2:20 pm

Re: בחורים אויף אייוועלט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך namlich »

ביי מיר איז פארקערט, אין ריעל לייף ניץ איך מיין ניק, אויף אייוועלט בין איך עכט.
האסט געליינט מיין תגובה? האסט הנאה געהאט? געב א לייק!
דאס גיבט כוח און מוט צו שרייבן נאך!.
אוועטאר
עלינו לשבח
שר האלף
תגובות: 1100
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 01, 2023 6:32 pm
לאקאציע: אין סידור

Re: בחורים אויף אייוועלט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עלינו לשבח »

זייער שטארקע נקודות!!!

סיי ר' דן און סיי בית שמאי ;l;p- ;l;p-

--
בדו'ו שכויעך ר' דן פאר'ן מסביר'ן ווי דו ביזט פארשווינדן געווארן...
געטון די סגולה פון ר' מתיא בן חרש און געזען "גאר גרויסע ישועה" צוגעזאגט מפרסם צו זיין!
--
מפי השמועה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3941
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 11, 2022 10:06 am

Re: בחורים אויף אייוועלט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מפי השמועה »

ווילאנג עס איז דא קיאסקן וועלן זיין בחורים אויף אייוועלט
צו ס'איז גוט צו נישט ווייסעכניש
אוועטאר
רעגנדיג
שר שבעת אלפים
תגובות: 7203
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 30, 2022 9:15 pm

Re: בחורים אויף אייוועלט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רעגנדיג »

וועלקאם בעק @ר' דן! נייס טו סי יו!

כ'האב נאכנישט געליינט דעם ארטיקל אבער קודם מוז איך דיר באגריסן.
באשיינפערליך האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 1:48 am
איין זאך ווייסעך יא, איך זעה ווער ס׳שטייט אויף וועמענס צד… דאס זאגט מיר פונקטליך וואו איך זאל שטיין…
אוועטאר
נ.ג.ה.ש
שר חמישים ומאתים
תגובות: 388
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 15, 2023 5:03 pm

Re: בחורים אויף אייוועלט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נ.ג.ה.ש »

ש'כח ר' דן די קימסט אריין גאר קלאר!
;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p-
אוועטאר
בעסטע חבר
שר מאה
תגובות: 163
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש יאנואר 14, 2023 9:06 pm

Re: בחורים אויף אייוועלט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעסטע חבר »

;l;p- Wow wow האסט אינגאנצן געטוישט מיין בליק אויף די נושא.
אוועטאר
שמעטערלינג
שר מאה
תגובות: 209
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 04, 2020 9:26 am
לאקאציע: איבעראל

Re: בחורים אויף אייוועלט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמעטערלינג »

;l;p-

גענאגלט.
אוועטאר
שמעטערלינג
שר מאה
תגובות: 209
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 04, 2020 9:26 am
לאקאציע: איבעראל

Re: בחורים אויף אייוועלט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמעטערלינג »

namlich האט געשריבן:
ביי מיר איז פארקערט, אין ריעל לייף ניץ איך מיין ניק, אויף אייוועלט בין איך עכט.

ס׳איז אמת, אבער ס׳איז א באבל.
ס׳איז נישט קיין ווירקליכע לעבן.
ספר מספר המספרים
שר העשר
תגובות: 25
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יוני 10, 2022 5:46 am

Re: בחורים אויף אייוועלט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ספר מספר המספרים »

מפי השמועה האט געשריבן:
ווילאנג עס איז דא קיאסקן וועלן זיין בחורים אויף אייוועלט
צו ס'איז גוט צו נישט ווייסעכניש
שטא כמעט קיין פליפ פאון היינטיגע צייטן וואס קען נישט האבן קיין אידישע וועלט
אוועטאר
פיצי מוח
שר חמישים ומאתים
תגובות: 355
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 19, 2022 1:55 am
לאקאציע: וויין גארטן

Re: בחורים אויף אייוועלט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פיצי מוח »

זייער קלאר און שיין @ר' דן
און גאר קלאר און שיין @בית שמאי גאר שטארק דא און דארט

זייער הנאה געהאט פון ענק

אגב ר' דן ס'זעט זיך אן פון דיין מספר תגובות אז די האסט געשריבן נאן סטאפ גאנצע 11 חדשים...
קאל מיר אויף מיין היים פאון....


אוועטאר
רעגנדיג
שר שבעת אלפים
תגובות: 7203
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 30, 2022 9:15 pm

Re: בחורים אויף אייוועלט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רעגנדיג »

Wowow קריסטאל קלאר!
באשיינפערליך האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 1:48 am
איין זאך ווייסעך יא, איך זעה ווער ס׳שטייט אויף וועמענס צד… דאס זאגט מיר פונקטליך וואו איך זאל שטיין…
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28117
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

Re: בחורים אויף אייוועלט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

שיין שיין ר' דן

און יישר כח פאר'ן מעורר זיין נעכטן אין אישי א דבר הצריך תיקון
אוועטאר
לקדש שם שמים
שר האלף
תגובות: 1499
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 12, 2021 12:46 pm
לאקאציע: גלילות

Re: בחורים אויף אייוועלט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לקדש שם שמים »

צ"ק א בושה און א חרפה וויאזוי אייוועלט קוקט אויס מיט בחורים זע דא
viewtopic.php?f=152&t=60257
שיין דיין פלאן. שריי דיין דריי. קרעדיט יאנאש
אוועטאר
נקודה למחשבה
שר חמש מאות
תגובות: 651
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 15, 2022 10:38 am
לאקאציע: מיטן מחשבה גייט דער מענטש

Re: בחורים אויף אייוועלט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נקודה למחשבה »

;l;p- שלום עליכם ר' דן!

איך האב זיך געבענקט נאך דיך!

איך קען דיך נישט. אבער דיין גוט הארץ, דער ישוב הדעת, און לייף עקספעריענס, (פון א שיינע פאר פון דיינע תגובות קען מען זעהן אז די האסט ''סטראגל מאסל'') איז עפעס פון וואס איך האב באמת הנאה געהאט.

אחוץ פון דעם איז מיר אויסגעקומען צו ווערן אויסגעשפארט צוזאמען מיט דיר אינעם זעלבן טאג, פארן שרייבן אינעם זעלבן אשכול :P (נאכן פרובירן צו זיין איינגעהאלטן :oops: )

ווען די פילסט אז אייוועלט וועט דיר נישט שאדן, ביטע קום צוריק מיטן גאנצן שטארקייט!
שוועריקייטן שטייען נישט אין דיין וועג, זיי זענען דיין וועג!
שרייב תגובה

צוריק צו “אידישע וועלט”