משוגענע מוזיק ביי חתונה? זייער גוט!

אפהאנדלונגען און דיסקוסיעס בענינים העומדים על הפרק

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
פישל
שר חמש מאות
תגובות: 954
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 25, 2010 11:53 am

Re: משוגענע מוזיק ביי חתונה? זייער גוט!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פישל »

דיסעגרי מיט יעדעס אות פון דעם פותח האשכול, די איינציגסטע זאך וואס איך אגרי איז מיט זיין ניק נאמען...

דער פותח האשכול טענה'ט "ס'איז נישט מיין חתונה און אויך נישט דיינס!!! און אפילו נישט די פעטערס און זיידעס, און אויב מעג איך זאגן אויך נישט די מחותן'ס" עכ"ל. אנדערע דא טענה'ן אז אויב דער חתן וויל דאס דאן זאל ער עס גאר באצאלן.

לאמיר פאר א מינוט נישט טראכטן פון א חתונה מיט א חתן וואס רעדט זיך איין אז ער איז דער גאנצער מחותן דא.

לאמיר מאכן די מעשה אנדערש, די חבורה פון מיין שיעור יעדע נאכט, האבן איינגעשטעלט אז מ'וועט יעדע דאנערשטאג נאכט צושטעלן א שיינעם פארברענג, עס האט זיך אנגעהויבן מיט א שיעור אין אור החיים הק' ווען צו דער זייט האט מען אויך צוגעשטעלט אביסל ווארעמס, קוגל און נאך. צעביסלעך איז דאס געווארן מער און מער.

איין וואך האט דער הויפט עסקן וועלכער פלעגט יעדע וואך ברענגען די ברייטע טועמי', מחליט געווען אז ער ברענגט מוזיק צוצושפילן צו די ווארעמע ניגונים לכ' שבת... מ'האט עס אנגעקוקט אביסל מאדנע, אבער וועם גייט עס אן, ווילאנג עס איז שיין געשמאק און ווארעם, מען פארברענגט אינאיינעם, פארוואס נישט?

נאך עטליכע וואכן האט ער מחליט געווען אז ס'איז נישט גענוג סתם מוזיק, מ'דארף געהעריג טאנצן, ס'הייסט? עס קומט שבת און מען זאל נישט טאנצן? אבער נישט סתם טאנצן, נאר ער האט געברענגט א גאנצן סאונד סיסטעם, א פולע בענד מיט א גאנצע קווייער, און ביי די צייט ווען דער עולם איז אנגעקומען האט שוין געבאכעט מוזיק, לעבעדיגע הורא אין פולסטן טעמפא. מען האט פשוט געדארפט אריינגיין אינעם רינג און טאנצן.

דער עולם האט זיך אנגעקוקט איינער דעם צווייטן, וואס וויל ער דא? ער איז משוגע צו וואס? איינער איז אים צוגעגאנגען פרעגן אפשר לעשסטו אויס די מוזיק דא? שרייט דער עסקן דער אנפירער "האלאו, איך באצאל דא די גאנצע זאך, נישט דו און נישט קיינער פונעם עולם, וואס האבן ענק אריינצורעדן דא?

דער האט גאנץ א ריכטיגע טענה לכאורה, ער באצאלט טאקע, אבער ווער האט דיר געבעטן צו באצאלן? פאר וועם באצאלסטו דאס? האסט זיך אנגעפרעימט אז דו ברענגסט מוזיק און ממילא דארפן מיר יעצט טאנצן? און לאמיר שוין זאגן אז וועם ס'געפעלט נישט קען זיך גיין. ווען דער עולם וועט ארויסוואקן פון ביהמ"ד און לאזן דעם עסקן אליין מיט זיינע מוזיק, וועט ער דען הנאה האבן? ער דארף דאך האבן יעדן איינעם אן באורד, אן קיין עולם איז קיין חתונה נישט דא.

אבער דא רעדט מען בס"ה פון א פאל וואס קיינער איז טאקע נישט מחויב דארט צו זיין, און אויב ס'געפעלט דיר נישט קענסטו טאקע ארויסוואקן פון דארט.

אבער ווען מיין ברודער/ שוואגער מאכט חתונה, ווען מיין טאטע אדער מיין שווער מאכט חתונה, מיין נעפיו האט חתונה, קען איך נישט ארויסוואקן פון זאל. און נישט ווייל איינער האלט מיך צוריק, נאר ווייל איך וויל דארט זיין! דאס איז מיין שמחה!

דער חתן האט נעבעך נישט קיין שכל, ער ווייסט נעבעך בכלל נישט פארוואס ער איז דא, אבער איך וואס איך בין אביסל עלטער ווי אים, איך געדענק נאך זיין פרייליכע ברית, בר מצוה, און אלע זיינע יארן אין פריידן און ליידן, און ב"ה איך דאנק דעם רבוש"ע אז מען האלט שוין דא, מיין טאטע מאכט חתונה דעם חשוב'ן אייניקל, מיין ברודער מיט וועם איך בין אזוי נאנט, פירט א קינד אונטער די חופה, ער האט מיר פערזענליך געלאדנט צו קומען צייטליך צו די שמחה, און ער האט מיך געבעטן איך זאל דארט זיין די גאנצע צייט, און יעצט בין איך טאקע דא. איך בין דא מיט'ן גאנצן הארץ, איך וויל מיך מיטפרייען, איך וויל מיטטאנצן, איך בין מרוגש, די עלטערן און זיידעס פון עולם העליון זענען יעצט דא, עס איז "אונזער" שמחה, עס איז די שמחה פון די גאנצע משפחה. ווער איז בארעכטיגט מיך ארויסצוטראגן פון זאל?

(דאס וויל איך נישט דערציילן אז איך האב פארשאפט אסאך געלט פאר די היינטיגע חתונה, ווייל איך האב באשלאסן אז איך טוה דאס אינגאנצן לשם מצוה, איך האב נישט געגעבן דאס געלט ווייל איך דארף עפעס צוריק דערפאר)

קומט א יונג בחור'ל און ער האט שוין א גאנצן מיינונג אז ס'איז נישט מיין חתונה און נישט דיינס, און אפילו נישט די פעטערס אין זיידעס און אויך נישט די מחותן'ס...

אנטשולדיגט, דו ווייסט וואס מיינט חתונה מאכן? דער מחותן האט שוין אויך נישט קיין רעכטן דא? אפשר זאל דער מחותן מיט אלע זיינע געשוויסער פשוט זיך אויפשטעלן און אהיימגיין און לאזן דעם חתן אליין אין זאל, עס איז דאך דעם חתן'ס שמחה, און ווארט נאר ווארט ווי דער חתן וועט נישט מוחל זיין אויב די פעטערס פון משפחת פלוני וועלן זיך נישט געהעריג באטייליגן, היתכן צו מיין חתונה איז מען נישט געקומען געהעריג? איך בין דאך דער אויסגערופענער אין די משפחה.

חתן טייערער, ווען דו לאדענסט איין געסט צו דו חתונה, זעה אז זיי זאלן זיך דארט געפונען באקוועם, נישט נאר אויב דיין טאטע האט באצאלט די חתונה, נאר אויך אויב דו האסט באצאלט אליין דיין גאנצע חתונה, דארפסטו זען אז די מענטשן וואס דו האסט גערופן זאלן זיך געפונען דאס פלאץ דארט.

אויב שפירט זיך דארט ווי הארלעם, אויב הערשט דארט אן עקל און א גרויל אז עס איז שווער פאר א נארמאלע באזעסענע מענטש אריינצוקומען אין זאל, דאן זענען אלע באטייליגטע בארעכטיגט אויסצודרוקן אז עס געפעלט זיי נישט. עס איז פרידאם אוו ספיטש.. יעדער געלאדענטער גאסט איז בארעכטיגט צו זאגן זיין מיינונג (פאר זיין שכן אין זאל) און בלויז דער מחותן איז בארעכטיגט איינצוטיילן פאר'ן מוזיקאנט און פאר'ן זינגער, און דער חתן זאל זיך גיין אביסל נאכפרעגן וואס מיינט חתונה האבן און פארוואס מען פריידט זיך אזוי, ווייל מיט זיין שכרות פארשלאפט ער זיין גאנצע חתונה וואס איז האפענטליך נאר איינמאל אין לעבן.
דער ענטפער טוישט זיך, אבער די פראגע בלייבט די זעלבע, וויפיל אזייגער איז?
אוועטאר
פארדרייט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 399
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יאנואר 06, 2023 2:18 am
לאקאציע: El Paso Taxes

Re: מענער און ווייבער עסן די סעודה צוזאמען ביי חתונה? זייער גוט!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארדרייט »

פנימחדשות האט געשריבן:
צמ"ק זייער גוט!!!

ס'דאך א מצוה צו משמח זיין די חתן כלה, און טאמער וועלן זיי הנאה האבען ווען סיז א מיקסד סיטינג, דאן פארוואס נישט?

מ'קען טרעפן גענוג התירים אויפן עסען א סעודה אן א מחיצה צווישן די מענער און ווייבער, און ווען ס'קומט צום טאנצען וועט מען שטעלן א מחיצה.

העכסטענס וועט מען מאכען סעפרעט סיטינג אין די ווינקלעך פונעם זאל פאר די עלטערן זיידעס פעטערס אד"ג, אבער די חתונה געהאטע חברים און חבערטעס פונעם חתן כלה זאלען זיצען ביים סעודה אן א מחיצה.

--------------------
נאר וואס, יעדער איינער פארשטייט אז ווען ס'איז דא א אידישקייט/השקפה פראבלעם ווערט עס נישט מותר לכבוד שמחת חתן וכלה (עכ"פ זיכער נישט בהיתר כללי), אויך ווען ס'נישט א אפענע טרוקענע הלכה, איז די זעלבע מיט די ווילדע ניגונים, וואס לויט די מוחים איז עס א אידישקייט פראבלעם, קומט דא נישט אריין טענות וועגן שמחת חתן.
דיסקלעימער! דיסקלעימער! דיסקלעימער!
איך זעי אז איך האב מיך נישט הונדערט פערצענטיג ארויס געברענגט, דארף מען ווען איינפירן א יהי רצון שלא תצא מכשול... פארן שרייבן... הרב פניםחדשות און אלע אנדערע וואס ווילן ארויס ברענגען די זעלבע פוינט, הונדערט טויזנט פערצענט איז א פיצי פערצענט ווי שטארק איך עגרי מיט ענק!!! חס ושלום צו זאגן אז משמח א חתן כלה איז א היתר צו עובר זיין אויף א זוז כל שהוא! אויב איינער זאגט אזוי עפריה לפימיה! נאר וואס דען? מיין מעין פוינט וואס איך האב געוואלט ארויס ברענגען איז אז איך זעי נישט קיין פראבלעם אין אידישקייט חוץ ווען ס'קומט ממש פון די גוים נאר סך הכל איז דאס ניי און די ביסט נאך נישט צוגעוווינט צו דעים, די ביסט נאך צוגעווינט צו די אלטע ביטס וואס איז געקומען מיט דיין יאמא קיבארד אלס אינגעל... ווי אזוי מ'זעיט טאקע שוין אין דעים אשכול אליינס אז געוויסע האבן א פראבלעם אז ס'נישט שייין/נישט לעבעדיג וואטעווער, דא קומט אריין אז סגייט קיינעם נישט אן אז סאיז נישט דיין טעיסט אז די האסט עס נישט ליב צונד עס נישט אן אין דיין קאר! איך הער עס אויך נישט אין מיין קאר מיך מאכט עס אויך איבלען...
להרחיב הענין.
איך קוק עס אן בדרך משל אז מגייט מאכען א נייע רעסעפי פלייש פאר די מעין קארס, בד''וו קומט עס פון א גוישע רעצעפט ביכל, אבער סאיז כשר בתחלית הכשרות! ניט אמאל איז עס בהמה פלייש... עניוועי יעצט די האסט נישט ליב די ספייס אדער דיך דערמאנט די שמעק פון די פלייש פון די גויישע טראקס פוד סטארס מיט די ספאנישט ניגונים... גייסטע זיך יעצט רעגן אין מוחה זיין, ווען סוואלט ווען געווען גוט.... ???
מִזֶּה אֵלֶּה וּמִזֶּה אֵלֶּה בְּנֵי אֵיתָנַי וְרַבָּנַי. כֻּלָּם צָעֲקוּ וַתַּעַל שַׁוְעָתָם אֶל ה'. יָ-הּ לְקוֹל רִנּוּן כְּבוֹא שָׁאַל לִפְנָי. וּמֶה קוֹל הַצֹּאן הַזֶּה בְּאָזְנָי
אחד הרבנים
שר האלף
תגובות: 1283
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 09, 2019 10:34 pm

Re: משוגענע מוזיק ביי חתונה? זייער גוט!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אחד הרבנים »

בקיצור, די מיינסט נישט קיין גוי׳אישע ניגונים, די מיינסט היימישע חסידישע ניגונים נאר מיט היינטיגע מוזיק. פארשטיי איך ריכטיג?
אוועטאר
mmm
שר מאה
תגובות: 165
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 21, 2014 8:57 pm

Re: משוגענע מוזיק ביי חתונה? זייער גוט!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך mmm »

פישל האט געשריבן:
דיסעגרי מיט יעדעס אות פון דעם פותח האשכול, די איינציגסטע זאך וואס איך אגרי איז מיט זיין ניק נאמען...

דער פותח האשכול טענה'ט "ס'איז נישט מיין חתונה און אויך נישט דיינס!!! און אפילו נישט די פעטערס און זיידעס, און אויב מעג איך זאגן אויך נישט די מחותן'ס" עכ"ל. אנדערע דא טענה'ן אז אויב דער חתן וויל דאס דאן זאל ער עס גאר באצאלן.

לאמיר פאר א מינוט נישט טראכטן פון א חתונה מיט א חתן וואס רעדט זיך איין אז ער איז דער גאנצער מחותן דא.

לאמיר מאכן די מעשה אנדערש, די חבורה פון מיין שיעור יעדע נאכט, האבן איינגעשטעלט אז מ'וועט יעדע דאנערשטאג נאכט צושטעלן א שיינעם פארברענג, עס האט זיך אנגעהויבן מיט א שיעור אין אור החיים הק' ווען צו דער זייט האט מען אויך צוגעשטעלט אביסל ווארעמס, קוגל און נאך. צעביסלעך איז דאס געווארן מער און מער.

איין וואך האט דער הויפט עסקן וועלכער פלעגט יעדע וואך ברענגען די ברייטע טועמי', מחליט געווען אז ער ברענגט מוזיק צוצושפילן צו די ווארעמע ניגונים לכ' שבת... מ'האט עס אנגעקוקט אביסל מאדנע, אבער וועם גייט עס אן, ווילאנג עס איז שיין געשמאק און ווארעם, מען פארברענגט אינאיינעם, פארוואס נישט?

נאך עטליכע וואכן האט ער מחליט געווען אז ס'איז נישט גענוג סתם מוזיק, מ'דארף געהעריג טאנצן, ס'הייסט? עס קומט שבת און מען זאל נישט טאנצן? אבער נישט סתם טאנצן, נאר ער האט געברענגט א גאנצן סאונד סיסטעם, א פולע בענד מיט א גאנצע קווייער, און ביי די צייט ווען דער עולם איז אנגעקומען האט שוין געבאכעט מוזיק, לעבעדיגע הורא אין פולסטן טעמפא. מען האט פשוט געדארפט אריינגיין אינעם רינג און טאנצן.

דער עולם האט זיך אנגעקוקט איינער דעם צווייטן, וואס וויל ער דא? ער איז משוגע צו וואס? איינער איז אים צוגעגאנגען פרעגן אפשר לעשסטו אויס די מוזיק דא? שרייט דער עסקן דער אנפירער "האלאו, איך באצאל דא די גאנצע זאך, נישט דו און נישט קיינער פונעם עולם, וואס האבן ענק אריינצורעדן דא?

דער האט גאנץ א ריכטיגע טענה לכאורה, ער באצאלט טאקע, אבער ווער האט דיר געבעטן צו באצאלן? פאר וועם באצאלסטו דאס? האסט זיך אנגעפרעימט אז דו ברענגסט מוזיק און ממילא דארפן מיר יעצט טאנצן? און לאמיר שוין זאגן אז וועם ס'געפעלט נישט קען זיך גיין. ווען דער עולם וועט ארויסוואקן פון ביהמ"ד און לאזן דעם עסקן אליין מיט זיינע מוזיק, וועט ער דען הנאה האבן? ער דארף דאך האבן יעדן איינעם אן באורד, אן קיין עולם איז קיין חתונה נישט דא.

אבער דא רעדט מען בס"ה פון א פאל וואס קיינער איז טאקע נישט מחויב דארט צו זיין, און אויב ס'געפעלט דיר נישט קענסטו טאקע ארויסוואקן פון דארט.

אבער ווען מיין ברודער/ שוואגער מאכט חתונה, ווען מיין טאטע אדער מיין שווער מאכט חתונה, מיין נעפיו האט חתונה, קען איך נישט ארויסוואקן פון זאל. און נישט ווייל איינער האלט מיך צוריק, נאר ווייל איך וויל דארט זיין! דאס איז מיין שמחה!

דער חתן האט נעבעך נישט קיין שכל, ער ווייסט נעבעך בכלל נישט פארוואס ער איז דא, אבער איך וואס איך בין אביסל עלטער ווי אים, איך געדענק נאך זיין פרייליכע ברית, בר מצוה, און אלע זיינע יארן אין פריידן און ליידן, און ב"ה איך דאנק דעם רבוש"ע אז מען האלט שוין דא, מיין טאטע מאכט חתונה דעם חשוב'ן אייניקל, מיין ברודער מיט וועם איך בין אזוי נאנט, פירט א קינד אונטער די חופה, ער האט מיר פערזענליך געלאדנט צו קומען צייטליך צו די שמחה, און ער האט מיך געבעטן איך זאל דארט זיין די גאנצע צייט, און יעצט בין איך טאקע דא. איך בין דא מיט'ן גאנצן הארץ, איך וויל מיך מיטפרייען, איך וויל מיטטאנצן, איך בין מרוגש, די עלטערן און זיידעס פון עולם העליון זענען יעצט דא, עס איז "אונזער" שמחה, עס איז די שמחה פון די גאנצע משפחה. ווער איז בארעכטיגט מיך ארויסצוטראגן פון זאל?

(דאס וויל איך נישט דערציילן אז איך האב פארשאפט אסאך געלט פאר די היינטיגע חתונה, ווייל איך האב באשלאסן אז איך טוה דאס אינגאנצן לשם מצוה, איך האב נישט געגעבן דאס געלט ווייל איך דארף עפעס צוריק דערפאר)

קומט א יונג בחור'ל און ער האט שוין א גאנצן מיינונג אז ס'איז נישט מיין חתונה און נישט דיינס, און אפילו נישט די פעטערס אין זיידעס און אויך נישט די מחותן'ס...

אנטשולדיגט, דו ווייסט וואס מיינט חתונה מאכן? דער מחותן האט שוין אויך נישט קיין רעכטן דא? אפשר זאל דער מחותן מיט אלע זיינע געשוויסער פשוט זיך אויפשטעלן און אהיימגיין און לאזן דעם חתן אליין אין זאל, עס איז דאך דעם חתן'ס שמחה, און ווארט נאר ווארט ווי דער חתן וועט נישט מוחל זיין אויב די פעטערס פון משפחת פלוני וועלן זיך נישט געהעריג באטייליגן, היתכן צו מיין חתונה איז מען נישט געקומען געהעריג? איך בין דאך דער אויסגערופענער אין די משפחה.

חתן טייערער, ווען דו לאדענסט איין געסט צו דו חתונה, זעה אז זיי זאלן זיך דארט געפונען באקוועם, נישט נאר אויב דיין טאטע האט באצאלט די חתונה, נאר אויך אויב דו האסט באצאלט אליין דיין גאנצע חתונה, דארפסטו זען אז די מענטשן וואס דו האסט גערופן זאלן זיך געפונען דאס פלאץ דארט.

אויב שפירט זיך דארט ווי הארלעם, אויב הערשט דארט אן עקל און א גרויל אז עס איז שווער פאר א נארמאלע באזעסענע מענטש אריינצוקומען אין זאל, דאן זענען אלע באטייליגטע בארעכטיגט אויסצודרוקן אז עס געפעלט זיי נישט. עס איז פרידאם אוו ספיטש.. יעדער געלאדענטער גאסט איז בארעכטיגט צו זאגן זיין מיינונג (פאר זיין שכן אין זאל) און בלויז דער מחותן איז בארעכטיגט איינצוטיילן פאר'ן מוזיקאנט און פאר'ן זינגער, און דער חתן זאל זיך גיין אביסל נאכפרעגן וואס מיינט חתונה האבן און פארוואס מען פריידט זיך אזוי, ווייל מיט זיין שכרות פארשלאפט ער זיין גאנצע חתונה וואס איז האפענטליך נאר איינמאל אין לעבן.
אטע דאס האב איך געוואלט ארויסברענגן
אוועטאר
פארדרייט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 399
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יאנואר 06, 2023 2:18 am
לאקאציע: El Paso Taxes

Re: משוגענע מוזיק ביי חתונה? זייער גוט!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארדרייט »

טאטעטריא האט געשריבן:
איך וויל שרייען ווייל סקומט צי שרייען אין אזאנע אשכולות, באט אז די בעטסט אז מזאל נישט אריינקומען מיט לעכעריגע טענות העל איך נישט אריינרעדן...
אפשר זענט איר מיך מסביר?
אויב האט איר מיט אייער שכל הישר והטוב, עפעס צו זאגן, דאן קומט אריין שטעלט אייך אויף און שרייט אזש ביז הייזעריג ווערן!
טאמער אבער האסטו טאקע נאר עפעס לעכערדיג פארוואס דארפסטו צוקומען צו מיין בקשה?? טא פארוואס האט איר געוואלט שרייען צו אפילו שעפשען גאר שטיל, אין פירסט פלעיס???
מִזֶּה אֵלֶּה וּמִזֶּה אֵלֶּה בְּנֵי אֵיתָנַי וְרַבָּנַי. כֻּלָּם צָעֲקוּ וַתַּעַל שַׁוְעָתָם אֶל ה'. יָ-הּ לְקוֹל רִנּוּן כְּבוֹא שָׁאַל לִפְנָי. וּמֶה קוֹל הַצֹּאן הַזֶּה בְּאָזְנָי
אוועטאר
פארדרייט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 399
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יאנואר 06, 2023 2:18 am
לאקאציע: El Paso Taxes

Re: משוגענע מוזיק ביי חתונה? זייער גוט!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארדרייט »

אחד הרבנים האט געשריבן:
בקיצור, די מיינסט נישט קיין גוי׳אישע ניגונים, די מיינסט היימישע חסידישע ניגונים נאר מיט היינטיגע מוזיק. פארשטיי איך ריכטיג?
דעטס איט אבער אפילו דאס וואס מ'ריפט ביינינז ד''י דזע''י...
מִזֶּה אֵלֶּה וּמִזֶּה אֵלֶּה בְּנֵי אֵיתָנַי וְרַבָּנַי. כֻּלָּם צָעֲקוּ וַתַּעַל שַׁוְעָתָם אֶל ה'. יָ-הּ לְקוֹל רִנּוּן כְּבוֹא שָׁאַל לִפְנָי. וּמֶה קוֹל הַצֹּאן הַזֶּה בְּאָזְנָי
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: משוגענע מוזיק ביי חתונה? זייער גוט!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

נקודה א. שמחת חתן וכלה געהער פאר די משתתפים, וועלכע זענען משמח חתן וכלה. איידער מען קען משמח זיין יענעם דארף מען אליין זיין בשמחה, מען דארף אליין זיין מקושר מיט'ן הרגש פון שמחה פון דעם מעמד אין וועלכן מען געפינט זיך. אויב שפירן זיך די משמחים אינערליך אפגעריסן, דערווייטערט און זאגאר מיט אפשיי, צו געוויסע סטילן פון טענץ אדער מוזיק, דאן קענען זיי נישט משמח זיין חתן וכלה און קענען אוודאי נישט ארויסברענגען זייער אייגענע שמחה. אלזא איז נישט מער פון קאממאן סענס אויסצוהערן וואס זיי שפירן.

נקודה ב. עס איז טאקע "דיין" חתונה, קיינער נעמט דיר דאס נישט אוועק. אבער ביטע נעם דו אויך נישט אוועק מיינע רעכטן צו זאגן "מיינע" מיינונגען אויף דיין חתונה.
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
אוועטאר
דניאל אויערבאך
שר ששת אלפים
תגובות: 6376
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 08, 2017 4:31 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דניאל אויערבאך »

איך האף דער מאמענט וועט מיר מוחל זיין פאר אריינלייגן א שטיקל פון לבלר גליון טבת,
לעכטיגע ווערטער!
אטעטשמענטס
לבלר (1).jpg
לבלר (1).jpg (319.98 KiB) געזען 598 מאל
לבלר (2).jpg
לבלר (2).jpg (281.17 KiB) געזען 598 מאל
לבלר (3).jpg
לבלר (3).jpg (302.13 KiB) געזען 598 מאל
אוועטאר
דניאל אויערבאך
שר ששת אלפים
תגובות: 6376
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 08, 2017 4:31 pm

Re: מענער און ווייבער עסן די סעודה צוזאמען ביי חתונה? זייער גוט!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דניאל אויערבאך »

פארדרייט האט געשריבן:
איך קוק עס אן בדרך משל אז מגייט מאכען א נייע רעסעפי פלייש פאר די מעין קארס, בד''וו קומט עס פון א גוישע רעצעפט ביכל, אבער סאיז כשר בתחלית הכשרות! ניט אמאל איז עס בהמה פלייש... עניוועי יעצט די האסט נישט ליב די ספייס אדער דיך דערמאנט די שמעק פון די פלייש פון די גויישע טראקס פוד סטארס מיט די ספאנישט ניגונים... גייסטע זיך יעצט רעגן אין מוחה זיין, ווען סוואלט ווען געווען גוט.... ???
איך קוק עס אן בדרך משל אז מען גייט מאכן א נייע רעסעפי פון פלייש, און אנשטאט אריינלייגן זאלץ, פעפער און גארליק פאודער, לייגט מען אריין זאמד מיט מאראסט, א גלעזל "דאג פוד", און א שפריץ ווינדעקס, און מענטשן וואס ליידן אויף קאוויד-23 און שפירן ליידער נישט קיין טעיסט אין עסן זאגן "אה, עס שפירט א מחיה"!...
אוועטאר
פארדרייט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 399
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יאנואר 06, 2023 2:18 am
לאקאציע: El Paso Taxes

Re: מענער און ווייבער עסן די סעודה צוזאמען ביי חתונה? זייער גוט!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארדרייט »

דניאל אויערבאך האט געשריבן:

זייער שיין ארויס געברענגט! אויף מיינע טעיסט באדס איז די מוזיק אויך פוי! ס'הערט זיך ווי א פליגער מיט א פלעט טייער... אבער בעק דא די פוינט די היינטיגע צעלאזענע אינגווארג וועקט דאס אויף... משום איזה סיבה שהיא.
מִזֶּה אֵלֶּה וּמִזֶּה אֵלֶּה בְּנֵי אֵיתָנַי וְרַבָּנַי. כֻּלָּם צָעֲקוּ וַתַּעַל שַׁוְעָתָם אֶל ה'. יָ-הּ לְקוֹל רִנּוּן כְּבוֹא שָׁאַל לִפְנָי. וּמֶה קוֹל הַצֹּאן הַזֶּה בְּאָזְנָי
אוועטאר
דניאל אויערבאך
שר ששת אלפים
תגובות: 6376
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 08, 2017 4:31 pm

Re: משוגענע מוזיק ביי חתונה? זייער גוט!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דניאל אויערבאך »

דעמאלס פארוואס שרייבסטו אינעם סובזשעקט פונעם אשכול "זייער גוט"?
פאטעטא קוגל
שר חמש מאות
תגובות: 680
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 13, 2014 5:18 pm

Re: משוגענע מוזיק ביי חתונה? זייער גוט!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאטעטא קוגל »

איך האלט אז דער פותח האשכול איז הונדערט פראצענט גערעכט(?!?!?!), ס'איז די חתן'ס חתונה און ער וויל טאנצן אויף די מוזיק.
און טאקע ווען די רבי זאל זיין געזונט און שטארק קומט אריין משמח זיין דעם חתן, זאל מען טאקע זען צו זינגען די זעקסטע הקפה ניגון מיט די היינטיגע די זשעי מוזיק, אזוי וועט די רבי קענען משמח זיין דעם חתן מיטן חתן'ס געשמאק.
ווי נישט ווי איז עס זיין שמחה...
אוועטאר
פארדרייט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 399
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יאנואר 06, 2023 2:18 am
לאקאציע: El Paso Taxes

Re: משוגענע מוזיק ביי חתונה? זייער גוט!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארדרייט »

פישל האט געשריבן:
דיסעגרי מיט יעדעס אות פון דעם פותח האשכול, די איינציגסטע זאך וואס איך אגרי איז מיט זיין ניק נאמען...

דער פותח האשכול טענה'ט "ס'איז נישט מיין חתונה און אויך נישט דיינס!!! און אפילו נישט די פעטערס און זיידעס, און אויב מעג איך זאגן אויך נישט די מחותן'ס" עכ"ל. אנדערע דא טענה'ן אז אויב דער חתן וויל דאס דאן זאל ער עס גאר באצאלן.

לאמיר פאר א מינוט נישט טראכטן פון א חתונה מיט א חתן וואס רעדט זיך איין אז ער איז דער גאנצער מחותן דא.

לאמיר מאכן די מעשה אנדערש, די חבורה פון מיין שיעור יעדע נאכט, האבן איינגעשטעלט אז מ'וועט יעדע דאנערשטאג נאכט צושטעלן א שיינעם פארברענג, עס האט זיך אנגעהויבן מיט א שיעור אין אור החיים הק' ווען צו דער זייט האט מען אויך צוגעשטעלט אביסל ווארעמס, קוגל און נאך. צעביסלעך איז דאס געווארן מער און מער.

איין וואך האט דער הויפט עסקן וועלכער פלעגט יעדע וואך ברענגען די ברייטע טועמי', מחליט געווען אז ער ברענגט מוזיק צוצושפילן צו די ווארעמע ניגונים לכ' שבת... מ'האט עס אנגעקוקט אביסל מאדנע, אבער וועם גייט עס אן, ווילאנג עס איז שיין געשמאק און ווארעם, מען פארברענגט אינאיינעם, פארוואס נישט?

נאך עטליכע וואכן האט ער מחליט געווען אז ס'איז נישט גענוג סתם מוזיק, מ'דארף געהעריג טאנצן, ס'הייסט? עס קומט שבת און מען זאל נישט טאנצן? אבער נישט סתם טאנצן, נאר ער האט געברענגט א גאנצן סאונד סיסטעם, א פולע בענד מיט א גאנצע קווייער, און ביי די צייט ווען דער עולם איז אנגעקומען האט שוין געבאכעט מוזיק, לעבעדיגע הורא אין פולסטן טעמפא. מען האט פשוט געדארפט אריינגיין אינעם רינג און טאנצן.

דער עולם האט זיך אנגעקוקט איינער דעם צווייטן, וואס וויל ער דא? ער איז משוגע צו וואס? איינער איז אים צוגעגאנגען פרעגן אפשר לעשסטו אויס די מוזיק דא? שרייט דער עסקן דער אנפירער "האלאו, איך באצאל דא די גאנצע זאך, נישט דו און נישט קיינער פונעם עולם, וואס האבן ענק אריינצורעדן דא?

דער האט גאנץ א ריכטיגע טענה לכאורה, ער באצאלט טאקע, אבער ווער האט דיר געבעטן צו באצאלן? פאר וועם באצאלסטו דאס? האסט זיך אנגעפרעימט אז דו ברענגסט מוזיק און ממילא דארפן מיר יעצט טאנצן? און לאמיר שוין זאגן אז וועם ס'געפעלט נישט קען זיך גיין. ווען דער עולם וועט ארויסוואקן פון ביהמ"ד און לאזן דעם עסקן אליין מיט זיינע מוזיק, וועט ער דען הנאה האבן? ער דארף דאך האבן יעדן איינעם אן באורד, אן קיין עולם איז קיין חתונה נישט דא.

אבער דא רעדט מען בס"ה פון א פאל וואס קיינער איז טאקע נישט מחויב דארט צו זיין, און אויב ס'געפעלט דיר נישט קענסטו טאקע ארויסוואקן פון דארט.

אבער ווען מיין ברודער/ שוואגער מאכט חתונה, ווען מיין טאטע אדער מיין שווער מאכט חתונה, מיין נעפיו האט חתונה, קען איך נישט ארויסוואקן פון זאל. און נישט ווייל איינער האלט מיך צוריק, נאר ווייל איך וויל דארט זיין! דאס איז מיין שמחה!

דער חתן האט נעבעך נישט קיין שכל, ער ווייסט נעבעך בכלל נישט פארוואס ער איז דא, אבער איך וואס איך בין אביסל עלטער ווי אים, איך געדענק נאך זיין פרייליכע ברית, בר מצוה, און אלע זיינע יארן אין פריידן און ליידן, און ב"ה איך דאנק דעם רבוש"ע אז מען האלט שוין דא, מיין טאטע מאכט חתונה דעם חשוב'ן אייניקל, מיין ברודער מיט וועם איך בין אזוי נאנט, פירט א קינד אונטער די חופה, ער האט מיר פערזענליך געלאדנט צו קומען צייטליך צו די שמחה, און ער האט מיך געבעטן איך זאל דארט זיין די גאנצע צייט, און יעצט בין איך טאקע דא. איך בין דא מיט'ן גאנצן הארץ, איך וויל מיך מיטפרייען, איך וויל מיטטאנצן, איך בין מרוגש, די עלטערן און זיידעס פון עולם העליון זענען יעצט דא, עס איז "אונזער" שמחה, עס איז די שמחה פון די גאנצע משפחה. ווער איז בארעכטיגט מיך ארויסצוטראגן פון זאל?

(דאס וויל איך נישט דערציילן אז איך האב פארשאפט אסאך געלט פאר די היינטיגע חתונה, ווייל איך האב באשלאסן אז איך טוה דאס אינגאנצן לשם מצוה, איך האב נישט געגעבן דאס געלט ווייל איך דארף עפעס צוריק דערפאר)

קומט א יונג בחור'ל און ער האט שוין א גאנצן מיינונג אז ס'איז נישט מיין חתונה און נישט דיינס, און אפילו נישט די פעטערס אין זיידעס און אויך נישט די מחותן'ס...

אנטשולדיגט, דו ווייסט וואס מיינט חתונה מאכן? דער מחותן האט שוין אויך נישט קיין רעכטן דא? אפשר זאל דער מחותן מיט אלע זיינע געשוויסער פשוט זיך אויפשטעלן און אהיימגיין און לאזן דעם חתן אליין אין זאל, עס איז דאך דעם חתן'ס שמחה, און ווארט נאר ווארט ווי דער חתן וועט נישט מוחל זיין אויב די פעטערס פון משפחת פלוני וועלן זיך נישט געהעריג באטייליגן, היתכן צו מיין חתונה איז מען נישט געקומען געהעריג? איך בין דאך דער אויסגערופענער אין די משפחה.

חתן טייערער, ווען דו לאדענסט איין געסט צו דו חתונה, זעה אז זיי זאלן זיך דארט געפונען באקוועם, נישט נאר אויב דיין טאטע האט באצאלט די חתונה, נאר אויך אויב דו האסט באצאלט אליין דיין גאנצע חתונה, דארפסטו זען אז די מענטשן וואס דו האסט גערופן זאלן זיך געפונען דאס פלאץ דארט.

אויב שפירט זיך דארט ווי הארלעם, אויב הערשט דארט אן עקל און א גרויל אז עס איז שווער פאר א נארמאלע באזעסענע מענטש אריינצוקומען אין זאל, דאן זענען אלע באטייליגטע בארעכטיגט אויסצודרוקן אז עס געפעלט זיי נישט. עס איז פרידאם אוו ספיטש.. יעדער געלאדענטער גאסט איז בארעכטיגט צו זאגן זיין מיינונג (פאר זיין שכן אין זאל) און בלויז דער מחותן איז בארעכטיגט איינצוטיילן פאר'ן מוזיקאנט און פאר'ן זינגער, און דער חתן זאל זיך גיין אביסל נאכפרעגן וואס מיינט חתונה האבן און פארוואס מען פריידט זיך אזוי, ווייל מיט זיין שכרות פארשלאפט ער זיין גאנצע חתונה וואס איז האפענטליך נאר איינמאל אין לעבן.
על ראשון ראשון ועל אחרון אחרון.
נאמבער 1, אויב סאיז טאקע אזוי שטארק דיין שמחה אלס פעטער/שוואגער און ממש די ביסט נישט דא ווייל די מיזט נאר ממש פון גרויס שמחה, און די ווילס בעצם טאנצען און זיך פרייען נאר די מוזיק שטערט דיך, פארוואס פאר א קליין אינגעל אזייטיגע צוקוקער וואס פארשטייט נישט אידיש גויש, ער פארשטייט נישט ווער סאיז יא און ווער נישט גענוג קלוג צו פארשטיין די עכטע שמחה... פארוואס צו אים קוקט פירסט דענס ווען סאיז נאך נישט דא געווענליך די צדרייטע מוזיק, און די פעטערס וואס פארשטייען עכט וואס די שמחה איז טאנצען.. קוקט עס אויס ווי מ'וואקט ארום אנגעבלאזענערהייט און אויב איין פעטער מאכט יא מער לעבעדיג דארפן שוין זיינע קינדער זיך שעמען אז זייער טאטע איז די פאני פעטער...
נאמבער 2. די מחותנים האבן דעפעניטלי יא! א ווארט, איך האב געשריבען אביסל ברייט סך הכל לשבר את האוזן, און טאקע יעדע זינגער שפילער פאלגן ווען א מחותן הייסט טוישן, צו מיט שכל אדער פשוט ווייל ער דארף נאך זיין טשעקל...
נאמבער 3. צו די חתן איז נאך א צוצוקל מיט א קינדערשע בליק אויפן לעבן צו נישט און אויב ער האט באצאלט אדער נישט, שטייט כל המשמח חתן און נישט כל המשמח פעטער אדער שוואגער וואס פארשטייט שוין ברוב חכמתו
נאמבער 4. פרידעם אף ספיטש איז דא און די מעגסט זאגן דיין מיינונג נישט נאר דא אויפן וועלטעל פארשלייערט אינטער א ניק נאר אפילו בשעת די חתונה ווען די כאפסט דיין צוגרעטעל אינדרויסען אבער עקספעקט נישט אז מזאל עפעס טוישען לכבוד דעים
מִזֶּה אֵלֶּה וּמִזֶּה אֵלֶּה בְּנֵי אֵיתָנַי וְרַבָּנַי. כֻּלָּם צָעֲקוּ וַתַּעַל שַׁוְעָתָם אֶל ה'. יָ-הּ לְקוֹל רִנּוּן כְּבוֹא שָׁאַל לִפְנָי. וּמֶה קוֹל הַצֹּאן הַזֶּה בְּאָזְנָי
איוואן דער גרויזאמער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 318
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 07, 2020 2:52 pm

Re: משוגענע מוזיק ביי חתונה? זייער גוט!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איוואן דער גרויזאמער »

גארנישט האט זיך נישט געטוישט פון אמאל.

אין אלע דורות איז די מוזיק געלאפן ענדליך צו די גאס.
אויב געדענק איך גוט זענען מארשן ארגינעל א גוי'שע זאך דאכט זיך פון אוקריינא. (קען זיין איך געדענק נישט גוט)
אינעם ספרדישן חדר זענען די ניגונים מער אראביש.
אסאך ניגונים פון אמאל זענען ענדליך צו די מוזיק פון די דעמאלטסדיגע גאס.
אוועטאר
טאטעטריא
שר האלף
תגובות: 1506
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 03, 2023 12:26 am
לאקאציע: נישט דא!

Re: משוגענע מוזיק ביי חתונה? זייער גוט!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טאטעטריא »

פארדרייט האט געשריבן:
טאטעטריא האט געשריבן:
איך וויל שרייען ווייל סקומט צי שרייען אין אזאנע אשכולות, באט אז די בעטסט אז מזאל נישט אריינקומען מיט לעכעריגע טענות העל איך נישט אריינרעדן...
אפשר זענט איר מיך מסביר?
אויב האט איר מיט אייער שכל הישר והטוב, עפעס צו זאגן, דאן קומט אריין שטעלט אייך אויף און שרייט אזש ביז הייזעריג ווערן!
טאמער אבער האסטו טאקע נאר עפעס לעכערדיג פארוואס דארפסטו צוקומען צו מיין בקשה?? טא פארוואס האט איר געוואלט שרייען צו אפילו שעפשען גאר שטיל, אין פירסט פלעיס???
כהעל דיר מסברן

לעצטענס איז דא א נייע טרענד דא אויף אייוועלט צי עפענען אשכולות וואס מגייט זיך ארום רייסן אויף הויעכע טענער, סאיז מיר שוין היפש נערווירנד, אבער כפראביר אריינצישרייען ס'מערסטע וואס כ'קען, די אשכולות טראגן נישט קיין שום ציל חוץ פין שרייען, מילא די פאן פין אזא אשכול איז זיך ארום רייסן און שרייען העכער, און מאכן משלים מיט נמשלים וואס קלעבן ניטאמאל ציזאם, מקען סיי ווי נישט גארנישט טוישן און ס'ליגט נישט און אונזערע הענט, אבער זיך טענה'נען און מאלן ווארעמע מאסט קען מען יא, סא y נאט, משרייבט נאן סענס און מרעגט זיך ווען יענער ענטפערט צירוק נאן סענס, בקיצור.

כוואלט ווען גענעמען א שטעלע דא, און שרייבן און שרייען וואס סשמעקט מיר, אבער אז די בעטסט מ'זאל נישט שרייבן סתם לעכערליכע זאכן, איז נישט.

גראדע האלטיך שטארק פון וואס די זאגסט און ביסט הינדרעט פראצענט גערעכט, די פאקט איז די חתן גלייכט עס, געב אים עס, לאז אים טוהן וואס שמעקט אים, א פרומע חתן גייט זיך בכלל נישט אפלערנען פין אים און ער גייט ווייטער נעמען עמרם אקער אדער אברהם שמואל ווידער,
און נאך מער, די זיידעס מיט די פעטערס וואס פארפירן ביי די חתונות, זיי זענען בכלל נישט גערעכט, אויב שטייסטע סיי ווי אין די זייט און די טאנצט סיי ווי נישט צווייטע טאנץ, וואס פארפירסטע? לאז געמאכט, קענסט ארויס גיין אין די זייט צישטאפן דיין אויער און לערנען דרשו, וואטעווער

ני שוין, כהאב מיך נישט געקענט איינהאלטן...
The quick brown fox jumps over the lazy dog
אוועטאר
Rak Tov
שר שבעת אלפים
תגובות: 7892
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 18, 2020 12:35 pm
לאקאציע: דא
פארבינד זיך:

Re: מענער און ווייבער עסן די סעודה צוזאמען ביי חתונה? זייער גוט!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Rak Tov »

פנימחדשות האט געשריבן:
צמ"ק זייער גוט!!!

ס'דאך א מצוה צו משמח זיין די חתן כלה, און טאמער וועלן זיי הנאה האבען ווען סיז א מיקסד סיטינג, דאן פארוואס נישט?

מ'קען טרעפן גענוג התירים אויפן עסען א סעודה אן א מחיצה צווישן די מענער און ווייבער, און ווען ס'קומט צום טאנצען וועט מען שטעלן א מחיצה.

העכסטענס וועט מען מאכען סעפרעט סיטינג אין די ווינקלעך פונעם זאל פאר די עלטערן זיידעס פעטערס אד"ג, אבער די חתונה געהאטע חברים און חבערטעס פונעם חתן כלה זאלען זיצען ביים סעודה אן א מחיצה.

--------------------
נאר וואס, יעדער איינער פארשטייט אז ווען ס'איז דא א אידישקייט/השקפה פראבלעם ווערט עס נישט מותר לכבוד שמחת חתן וכלה (עכ"פ זיכער נישט בהיתר כללי), אויך ווען ס'נישט א אפענע טרוקענע הלכה, איז די זעלבע מיט די ווילדע ניגונים, וואס לויט די מוחים איז עס א אידישקייט פראבלעם, קומט דא נישט אריין טענות וועגן שמחת חתן.
עקזעקטלי, אויגעכאפט מיינע ווערטער
;l;p-
ווארפט אריין לכה"פ $360
https://thechesedfund.com/chemed/ivelt
צהלתו בפניו
שר האלף
תגובות: 1483
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 15, 2020 8:02 pm
לאקאציע: אין מיין קאמפארט זאון

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צהלתו בפניו »

דניאל אויערבאך האט געשריבן:
איך האף דער מאמענט וועט מיר מוחל זיין פאר אריינלייגן א שטיקל פון לבלר גליון טבת,
לעכטיגע ווערטער!
דו לאזט מיר אזוי ביים פאנטש ליין אויפן וואסער...
וואס איז געווען מיט סאטמארער רבי בנוגע נגינה?...
טוט זיך...?
שר האלף
תגובות: 1053
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 21, 2016 8:36 pm

Re: משוגענע מוזיק ביי חתונה? זייער גוט!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טוט זיך...? »

פיקליש האט געשריבן:
וואסערפאל האט געשריבן:
איך אגרי למחצה, דהיינו ס’איז טאקע די חתן וכלה’ס נאכט, אבער אויך די עלטערן/שושבינין זיידעס וכו. קאנטריביוטן עפעס צו די שמחה..., ובפרט אז די מחותנים צאלן עס ווי ”נעכטן” האט אנגעמערקט. אע”כ אפשר זאל מען נאכן ערשטן טאנץ, בענטשן, מאכן (נישט אויסגעצויגענע) מצוה טאנץ, און נאכהער גיין צום 2’טן טאנץ עקסלוסיוו פאר חתן וחבריו, וטשאלענט על איגנאץ.
איך האב נאכנישט געזען א טאטע זיך רעגן אינמיטן זיין קינד'ס חתונה אויף די מוזיק ער הערט ניטאמאל וואספארא ניגן עס ווערט געזינגען ער איז אויפגעלייגט און בּיזי מיט אנדערע ענינים.

געווענליך איז עס א פעטער (וועלכע האט נישט באקומען א ברכה אינטער די חופה) אדער איינער אנדערש פון די משפחה, וואס זיינע געפילן איז בכלל נישט אין די טיפקייט פון די שמחה דא.

אדרבה האט איר אמאל געזען עלטערן זיך בייזן?

לגבי די זיידעס, יונגע זיידעס איז געווענליך אזוי ווי טאטעס לגבי זיי טאנצן און טראכטן נישט וואספארא ניגן ס'ווערט געזונגען.
עלטערע זיידעס, דעס וואס זיי פארפירן איז מ'זאל מאכן שטילער די מוזיק... גארנישט וואספארא סארט ניגן ס'איז.
יא אסאך מאל
אוועטאר
הלבלר בקולמסו
שר תשעת אלפים
תגובות: 9997
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 15, 2018 10:37 am

Re: משוגענע רויטע שיך ביים דאווענען? זייער גוט!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הלבלר בקולמסו »

איך פארשטיי אז די ביסט נישט צוגעוואוינט צו גיין מיט רויטע שיך און גרינע טליתים ביים דאווענען.

אבער סאם האו ווערט די היינטיגע יונגווארג מורא'דיג נתעורר צו מחה ביים אנטון די קליידער, און נאר דאס מאכט זיי דאווענען מיט'ן גאנצן הארץ.

ווייל די גוים האבן אנגעהויבן צו גיין אזוי, מיינט נישט אז עס איז גויאיש און אויך נישט אז עס פראסט, ער האט דיר בלויז געברענגט א נייע רעסעפי צום טיש, און דאס וואס דו דיר שטעכט עס אין די אויגן איז פשוט ווייל דו ביסט נישט צוגעוואוינט דערצו, אבער ס'מיינט נישט אז ס'איז שלעכט.
יעדע גוטע זאך קומט אמאל צו אן ענדע,
אבער נאכדעם קומט אן א בעסערס.

אוועטאר
ווער איז שטערקער?!
שר האלפיים
תגובות: 2852
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 27, 2022 2:04 pm

Re: משוגענע מוזיק ביי חתונה? זייער גוט!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווער איז שטערקער?! »

פיקליש האט געשריבן:
וואסערפאל האט געשריבן:
איך אגרי למחצה, דהיינו ס’איז טאקע די חתן וכלה’ס נאכט, אבער אויך די עלטערן/שושבינין זיידעס וכו. קאנטריביוטן עפעס צו די שמחה..., ובפרט אז די מחותנים צאלן עס ווי ”נעכטן” האט אנגעמערקט. אע”כ אפשר זאל מען נאכן ערשטן טאנץ, בענטשן, מאכן (נישט אויסגעצויגענע) מצוה טאנץ, און נאכהער גיין צום 2’טן טאנץ עקסלוסיוו פאר חתן וחבריו, וטשאלענט על איגנאץ.
איך האב נאכנישט געזען א טאטע זיך רעגן אינמיטן זיין קינד'ס חתונה אויף די מוזיק ער הערט ניטאמאל וואספארא ניגן עס ווערט געזינגען ער איז אויפגעלייגט און בּיזי מיט אנדערע ענינים.

געווענליך איז עס א פעטער (וועלכע האט נישט באקומען א ברכה אינטער די חופה) אדער איינער אנדערש פון די משפחה, וואס זיינע געפילן איז בכלל נישט אין די טיפקייט פון די שמחה דא.

אדרבה האט איר אמאל געזען עלטערן זיך בייזן?

לגבי די זיידעס, יונגע זיידעס איז געווענליך אזוי ווי טאטעס לגבי זיי טאנצן און טראכטן נישט וואספארא ניגן ס'ווערט געזונגען.
עלטערע זיידעס, דעס וואס זיי פארפירן איז מ'זאל מאכן שטילער די מוזיק... גארנישט וואספארא סארט ניגן ס'איז.
קלערסט אז ער גייט זיך נעמען יעצט שלאגן די חתן? אדער אפשר די שפילער...?
וויאזוי ווילסטו זעהן?!
ס’עסט עהים אויף די הארץ, און ער שווייגט...
אוועטאר
דניאל אויערבאך
שר ששת אלפים
תגובות: 6376
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 08, 2017 4:31 pm

Re: Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דניאל אויערבאך »

צהלתו בפניו האט געשריבן:
דניאל אויערבאך האט געשריבן:
איך האף דער מאמענט וועט מיר מוחל זיין פאר אריינלייגן א שטיקל פון לבלר גליון טבת,
לעכטיגע ווערטער!
דו לאזט מיר אזוי ביים פאנטש ליין אויפן וואסער...
וואס איז געווען מיט סאטמארער רבי בנוגע נגינה?...
סארי.... דא האסטע
אטעטשמענטס
לבלר (4).jpg
לבלר (4).jpg (122.08 KiB) געזען 306 מאל
אוועטאר
ווער איז שטערקער?!
שר האלפיים
תגובות: 2852
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 27, 2022 2:04 pm

Re: מענער און ווייבער עסן די סעודה צוזאמען ביי חתונה? זייער גוט!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווער איז שטערקער?! »

פנימחדשות האט געשריבן:
צמ"ק זייער גוט!!!

ס'דאך א מצוה צו משמח זיין די חתן כלה, און טאמער וועלן זיי הנאה האבען ווען סיז א מיקסד סיטינג, דאן פארוואס נישט?

מ'קען טרעפן גענוג התירים אויפן עסען א סעודה אן א מחיצה צווישן די מענער און ווייבער, און ווען ס'קומט צום טאנצען וועט מען שטעלן א מחיצה.

העכסטענס וועט מען מאכען סעפרעט סיטינג אין די ווינקלעך פונעם זאל פאר די עלטערן זיידעס פעטערס אד"ג, אבער די חתונה געהאטע חברים און חבערטעס פונעם חתן כלה זאלען זיצען ביים סעודה אן א מחיצה.

--------------------
נאר וואס, יעדער איינער פארשטייט אז ווען ס'איז דא א אידישקייט/השקפה פראבלעם ווערט עס נישט מותר לכבוד שמחת חתן וכלה (עכ"פ זיכער נישט בהיתר כללי), אויך ווען ס'נישט א אפענע טרוקענע הלכה, איז די זעלבע מיט די ווילדע ניגונים, וואס לויט די מוחים איז עס א אידישקייט פראבלעם, קומט דא נישט אריין טענות וועגן שמחת חתן.
;l;p- ;l;p- ;l;p- :lol: :lol: :lol:
אוועטאר
מיניטשער וועלט
שר האלפיים
תגובות: 2393
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 17, 2021 9:42 pm

Re: משוגענע מוזיק ביי חתונה? זייער גוט!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיניטשער וועלט »

איוואן דער גרויזאמער האט געשריבן:
גארנישט האט זיך נישט געטוישט פון אמאל.

אין אלע דורות איז די מוזיק געלאפן ענדליך צו די גאס.
אויב געדענק איך גוט זענען מארשן ארגינעל א גוי'שע זאך דאכט זיך פון אוקריינא. (קען זיין איך געדענק נישט גוט)
אינעם ספרדישן חדר זענען די ניגונים מער אראביש.
אסאך ניגונים פון אמאל זענען ענדליך צו די מוזיק פון די דעמאלטסדיגע גאס.
די רעדסט פון "מוזיק וואס קומט פון די גויים, וואס הערט זיך היבש נארמאל" אבער דא רעדט מען פון "די דזשעי-טעקנא טינופת ביליגע מוזיק "
כעלעמערחכם האט געשריבן: מאנטאג מארטש 25, 2024 3:18 pm
מיין הערסטע זז"ג
בן צורישדי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 261
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יאנואר 15, 2021 1:30 pm
לאקאציע: קדש ברנע

Re: משוגענע מוזיק ביי חתונה? זייער גוט!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן צורישדי »

זאגסט אז דו ביסט שויניש די עידזש, פארשטייסט פשוט די בחורים, וואס?
אוועטאר
ווער איז שטערקער?!
שר האלפיים
תגובות: 2852
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 27, 2022 2:04 pm

Re: מענער און ווייבער עסן די סעודה צוזאמען ביי חתונה? זייער גוט!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווער איז שטערקער?! »

דניאל אויערבאך האט געשריבן:
פארדרייט האט געשריבן:
איך קוק עס אן בדרך משל אז מגייט מאכען א נייע רעסעפי פלייש פאר די מעין קארס, בד''וו קומט עס פון א גוישע רעצעפט ביכל, אבער סאיז כשר בתחלית הכשרות! ניט אמאל איז עס בהמה פלייש... עניוועי יעצט די האסט נישט ליב די ספייס אדער דיך דערמאנט די שמעק פון די פלייש פון די גויישע טראקס פוד סטארס מיט די ספאנישט ניגונים... גייסטע זיך יעצט רעגן אין מוחה זיין, ווען סוואלט ווען געווען גוט.... ???
איך קוק עס אן בדרך משל אז מען גייט מאכן א נייע רעסעפי פון פלייש, און אנשטאט אריינלייגן זאלץ, פעפער און גארליק פאודער, לייגט מען אריין זאמד מיט מאראסט, א גלעזל "דאג פוד", און א שפריץ ווינדעקס, און מענטשן וואס ליידן אויף קאוויד-23 און שפירן ליידער נישט קיין טעיסט אין עסן זאגן "אה, עס שפירט א מחיה"!...
ביידע זענען גערעכט!
יחלוקו בשוה...
שרייב תגובה

צוריק צו “דעת הקהל”