דער איד דעילי אנקעטע - חתונות אין דער משפּחה

אפהאנדלונגען און דיסקוסיעס בענינים העומדים על הפרק

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

צו וועלכע משפּחה חתונות אין אנדערע שטעט גייט איר?

נאר אויב חתן אדער כלה זענען אן ערשטע קאזין אדער נענטער
55
57%
כ'גיי אפילו אויב איינער פון די מחותנים זענען אן ערשטע קאזין
15
15%
אפילו אויב איינער פון מחותנים זענען משפּחה-מחותנים גיי איך
3
3%
נאר צו געשוויסטער חתונות אדער ווען געשוויסטער מאכן חתונה
24
25%
 
סך הכל שטימען: 97

מאך א ברכה
שר חמש מאות
תגובות: 825
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 20, 2018 10:10 am

דער איד דעילי אנקעטע - חתונות אין דער משפּחה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאך א ברכה »

מען שטייט יעצט אינמיטן דעם ווינטער חתונה סעזאן, ווען אין כמעט יעדע משפּחה איז פארהאן א חתונה, אויב נישט עטליכע, פון נאנטע און פון ווייטע קרובים. שמחות ביי אידישע קינדער איז א געוואלדיגע פרייליכע זאך, און ווען א משפּחה-קרוב מאכט חתונה, וואונטשט מען אוודאי אלעס גוטס און מען האפט צו הערן אז ס'בויט זיך א נייער בית נאמן בישראל, מיט שמחות, נחת און אלע גוטע זאכן ארום.

אבער די רעאליטעט איז אז ווען עס קומט צום פאקטישן אנטיילנעמען ביי די חתונות, איז עס ביי טייל גארנישט אזוי שמחה'דיג... זייער אסאך שפּירן אז ס'איז פאר זיי א גרויסער שלעפּ זיך צו באטייליגן ביי א חתונה, שוין אפּגערעדט צו זיצן דארט א לענגערע צייט, און דעריבער וועלן זיי מאכן זיכער טאקע דאס מינימום זיך אנצושטרענגען ביי משפּחה-חתונות אנטיילצונעמען. ווידעראום אנדערע קוקן קוים ארויס צו קענען יעדע נאכט לויפן און וואונטשן ביי א צווייטן קאזין.

דער דורכשניטליכער מענטש מאכט זיך ווארשיינליך פּריאריטעטן, וועלכע חתונות ס'איז וויכטיג צו גיין און וועלכע נישט, און פארשטייט זיך מ'רעדט אין פעלער ווען די חתונה איז אין א צווייטע שטאט. ביי א נאנטע ערשטע קאזין וועט מען אוודאי גיין און זיצן לאנג, אבער ביי א ווייטערע קאזין וועט מען נאר אריינלויפן זאגן מזל טוב און געגאנגען, און ביי נאך א ווייטערע קאזין וועט מען אינגאנצן נישט גיין. פארשטייט זיך אז ס'זענען דא וואס ס'איז זיי א פּריאריטעט יעדעס קאזין, אפילו ווייטע.

איז אלזא די פראגע צו די חשוב'ע ליינער:
א אקטועלע נושא וואס איז נוגע פאר אסאך אידן, לאמיר הערן וואס דער עולם האלט און טוט.
אוועטאר
פארפלאנטערט
שר האלפיים
תגובות: 2469
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 11, 2014 2:28 pm

Re: דער איד דעילי אנקעטע - חתונות אין דער משפּחה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארפלאנטערט »

ווענד זיך ווי ווייט די אנדערע שטאט איז
למשל פון וומסב"ג קיין בארא פארק, אדער פון קרית יואל קיין מאנסי פארט מען ענדערש ווי פון וויליאמסבורג קיין ק"י
[email protected]

סארי פאר מיין אידישע מעסעדזש, איך האב נישט קיין ענגלישע קיבאורד...
מאך א ברכה
שר חמש מאות
תגובות: 825
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 20, 2018 10:10 am

Re: דער איד דעילי אנקעטע - חתונות אין דער משפּחה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאך א ברכה »

איך האב קע"ה בערך 40 פעטערס, א גרויסע חלק וואוינען אינדרוסען פון שטאט, גיין צו אזא חתונה מיינט כאטשיג 5 שעה פלאס בעביסטערס, די שאלה צו די מחותנים דארפען עס, אז מען זאל זיך אזוי איבערשטרענגן.
אוועטאר
יכולתי
שר חמש מאות
תגובות: 945
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 16, 2022 12:14 am

Re: דער איד דעילי אנקעטע - חתונות אין דער משפּחה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יכולתי »

מאך א ברכה האט געשריבן:
איך האב קע"ה בערך 40 פעטערס, א גרויסע חלק וואוינען אינדרוסען פון שטאט, גיין צו אזא חתונה מיינט כאטשיג 5 שעה פלאס בעביסטערס, די שאלה צו די מחותנים דארפען עס, אז מען זאל זיך אזוי איבערשטרענגן.
.
לעצט פארראכטן דורך יכולתי אום מאנטאג יאנואר 30, 2023 12:26 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
יכולתי
שר חמש מאות
תגובות: 945
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 16, 2022 12:14 am

Re: דער איד דעילי אנקעטע - חתונות אין דער משפּחה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יכולתי »

מאך א ברכה האט געשריבן:
איך האב קע"ה בערך 40 פעטערס, א גרויסע חלק וואוינען אינדרוסען פון שטאט, גיין צו אזא חתונה מיינט כאטשיג 5 שעה פלאס בעביסטערס, די שאלה צו די מחותנים דארפען עס, אז מען זאל זיך אזוי איבערשטרענגן.
ווענדט זיך ווער די מחותן איז...
אוועטאר
הערינג מיט ברוינפען
שר שלשת אלפים
תגובות: 3578
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 08, 2020 10:41 pm

Re: דער איד דעילי אנקעטע - חתונות אין דער משפּחה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הערינג מיט ברוינפען »

איך וואוין אין וויליאמסבורג, קיין מאנסי גיי איך נאר ביי חתן ערשטע קאזין, קיין בארא פארק גיי איך אפילו מחותן ערשטע קאזין.
די עזה מיליטער האט פיר אפטיילונגען, די קאמאנדא איינהייט, פיס זעלנער איינהייט, ראקעט און מיסיל שיסער איינהייט, און די יומען שיעלד איינהייט.
אויסשמועסן די נושא
שר העשר
תגובות: 24
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 14, 2022 2:02 pm

Re: דער איד דעילי אנקעטע - חתונות אין דער משפּחה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויסשמועסן די נושא »

ווען מיין טאטע אדער שווער מאכן א שמחה ביי די קינדער / אייניקלעך / אדער אוראייניקלעך וועל איך זיך געווענטליך אנשטרענגען צו מיטהאלטן דעם שמחה דאס מערסטע וואס שייך.

ווען ס'איז איינער אנדערשט ארויס פון דעם צירקל, וועל איך געווענטליך נישט פארשווענדן מער פון 20 מינוט ביז א האלבע שעה הכל בכל מכל.
דאס מיינט אז אין דעם זעלבן שטאט וועל איך גיין, אפגעבן די מז"ט פאר די פעטער / קאזין / חבר וכו', און אהיים.
אויב דארף מען שוין פארן מער פון 10 ביז 15 מינוט צו די שמחה וועל איך געווענטליך נישט גיין.

פארשטייט זיך אז אלעמאל קענען זיך מאכן אויסנאמען.

במילא וועהל איך דעם לעצטן אפציע.
יליד אונגארן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 417
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 24, 2017 11:14 am

Re: דער איד דעילי אנקעטע - חתונות אין דער משפּחה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יליד אונגארן »

געוועלט די צווייטע אפציע, אבער אפי' דאס איז געוואנדען וועלכע פון די פיר זייטן עס איז א קאזען, דהיינו וויפיל איך האב מיט דעם מחותן מיין קאזען אדער מיין פעטער די זיידע.

אויך געוואנדען אויב באקומען אן אינוועטעישן.
אוועטאר
דניאל אויערבאך
שר ששת אלפים
תגובות: 6378
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 08, 2017 4:31 pm

Re: דער איד דעילי אנקעטע - חתונות אין דער משפּחה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דניאל אויערבאך »

גראדע האלט איך אז די אנקעטעס אין די דעילי איד איז היפש ווערטלאז, כ'רעד שוין נישט פון די 5-יאר-שיסן 10-יאר-הענגען מענטאליטעט (דהיינו 4 טאג פרעגן די זעלבע שאלה און 2 טאג פובליצירן די רעזולטאטן), נאר בכלל זענען די תירוצים רוב מאל נישט ווי א גרויסער עולם קען ענטפערן.

לדעתי מוז ער נישט זיין לימיטעד צו 4 ענטפערס. למשל די אנקעטע היינט, איך קען נישט ענטפערן קיין איינס, עס איז אייביג אנדערש געוואנדן אין פרטים ווי למשל אין וועלכע שטאט און ווי ווייט עס נעמט צו פארן, ווי נאנט איך בין מיט די קאזינס אדער מיט די פעטער, זייערע טאטעס, (איך האב הונדערטער קאזינס קע"ה), אויב זיי קומען צו מיינע שמחות וועל איך זיך מער אנשטרענגען אפי' עס איז שווער, בקיצור עס איז נישט אזוי גרינג צו ענטפערן דערויף.
אוועטאר
מקווה איד
שר שבעת אלפים
תגובות: 7626
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 16, 2017 4:53 pm

Re: דער איד דעילי אנקעטע - חתונות אין דער משפּחה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מקווה איד »

געוויסע וועל איך גיין אפילו צו 2טע קוזינעס אין אנדערע שטעט און געוויסע וועל איך נישט גיין אפילו ערטשע קוזינעס און א אנדערע שטאט, ווענד זיך און די נאנטקייט אין הארץ.
#איך-פארק-מענטשליך
אוועטאר
ניס קראכער
שר שמונת אלפים
תגובות: 8838
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 26, 2016 5:36 pm

Re: דער איד דעילי אנקעטע - חתונות אין דער משפּחה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ניס קראכער »

הכל לפי המבייש והמתבייש
ווענצעך ווי די חמור שטייט איין (אמר"ש פון חמו-רי... גראדע פון מיין שווער'ס זייט גיי איך ממש נאר אויב די מחותן איז מיר א פעטער, אדער קענטבאר)

בקיצור, ס'איז נישט וואן סייז פיטס אלל
א הארטע ניסל קען מען צוקראכן, א ווייכע ניסל נישט! ער ווערט צוקוועטשט!
moshe mittelman
שר מאה
תגובות: 157
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 23, 2022 4:31 pm

Re: דער איד דעילי אנקעטע - חתונות אין דער משפּחה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך moshe mittelman »

ניס קראכער האט געשריבן:
הכל לפי המבייש והמתבייש
ווענצעך ווי די חמור שטייט איין (אמר"ש פון חמו-רי... גראדע פון מיין שווער'ס זייט גיי איך ממש נאר אויב די מחותן איז מיר א פעטער, אדער קענטבאר)

בקיצור, ס'איז נישט וואן סייז פיטס אלל
im doing about the same its not a 1 size thing
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35246
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

Re: דער איד דעילי אנקעטע - חתונות אין דער משפּחה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

כנ"ל, נישט וואן סייז פיטס אלל.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
Joel
שר האלף
תגובות: 1015
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 28, 2015 11:20 pm

Re: דער איד דעילי אנקעטע - חתונות אין דער משפּחה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Joel »

איך גיי געווענליך נאר אויב חתן אדער כלה זענען אן ערשטע קאזין אדער נענטער אבער איך גיי צו קאזען וואס איך בין נאנט
אוועטאר
רעגנדיג
שר שבעת אלפים
תגובות: 7203
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 30, 2022 9:15 pm

Re: דער איד דעילי אנקעטע - חתונות אין דער משפּחה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רעגנדיג »

ווענצעך. איך וואוין אין ק"י סאו ביז מאנסי גיי איך אויב די חתן/כלה איז מיר א ערשטע קוזין. אויב איז די חתונה אין די סיטי דאן איז עס געוואנדן אין וויפיל כח/געדולד/צייט איך און מיין ב"ב האבן און לויט ווי גרינג ס'איז צו טרעפן א בעיביסיטער.

ווייטער ווי א ערשטע קוזין גיי איך כמעט נישט חוץ אויב כ'האב א ספעציעלע סיבה יא צו גיין צו א ספעציפישע חתונה.
באשיינפערליך האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 1:48 am
איין זאך ווייסעך יא, איך זעה ווער ס׳שטייט אויף וועמענס צד… דאס זאגט מיר פונקטליך וואו איך זאל שטיין…
הר ההר
שר חמש מאות
תגובות: 922
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אפריל 26, 2022 12:31 am

Re: דער איד דעילי אנקעטע - חתונות אין דער משפּחה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הר ההר »

מיינע עלטערע זענען אינגלעך ממילא איז זייער שווער מיט בעיבי סיטטינג. א מיידעל וואס איז די עידזש וואס איך טראסט צו בעביסיטען האבעך נאכנישט.
בין איך אין א פארלעגענהייט יעדעס מאל עקסטער.
איך צווינג דיר נישט צו האלטען ווי מיר, צווינג דו מיר אויך נישט צו האלטען ווי דיר.
שרייב תגובה

צוריק צו “דעת הקהל”