טהור-עיניים האט געשריבן:יא יא, ר' לעווי, אוי ליגט מיר אין די ביינער די פרייטיג צו נאכטס טענץ ביים כותל (ששששש זאג נישט אויס פאר קיינעם, על איך אויך נישט אויסזאגן) אבער ווער עס האט נאר געזען אמאל ר' דוד לייב'ן טאנצן אויף דעם, דאס איז א מחזה וואס מען קען נישט פארגעסן.
אבער יעצט צום ענין, ר' ניסן - ווי שוין געשריבן - איז געווען דער נדן פון אמרי נועם צום אהבת ישראל (בד"וו, טראכט אריין צו היינט איז נאך דא א מציאות אז אזאנס זאל פאסירן), אבער ר' ניסן האט זיך אויסגעדרוקט אז ער איז נאר געגאנגען קיין וויזניץ ביז ביאת משיח, אבער איינמאל משיח קומט איז ער צוריק אין דשיקוב.
ער האט געמאכט, אויב געדענק איך גוט, פערצן ניגונים אויף מנוחה ושמחה, און מען האט יעדן ניגון געזונגען פאר איין יאר, און דערנאך האט מען עס ארויפגעלייגט אויף אנדערע ווערטער, לדוגמא, ויאתיו, אדער דער תתברך ניגון (דאס איז א לאנגער ניגון, און דער באוואוסטער וכולם מקבלים וועלכע די וועלט קען, איז א קליין חלק פון דעם ניגון), דער זעלבער תתברך ניגון ווערט אויך געזונגען אויף היה עם פפיות. ועוד ועוד.
דעם לעצטן טעיפ, כתר מלוכה בין איך פלעין משוגע געווארן, איך האב עס נישט געקענט אויפהערן אויסהערן, און איך האב זיך קוים געקענט ערווארטן אויפן נייעם אלבום, הודו לה' כי טוב כי לעולם חסדו (ווער קען דעם וויזניצער ניגון אויף די ווערטער) אז עס איז שוין דא, מ'גייט זוכן זיך צו שאפן די פאר טאללער און מ'גייט עס גיין קויפן, ממש בקרוב. האפנטליך נאך היינט, אויב דער באשעפער וועט שיקן סייעתא דשמיא.
די אמתע מעשה איז היפש פארדרייט געווארן. און גייט נישט ממש אזוי.
די אהבת ישראל איז געוועהן א איידעם אין דזיקוב. און ער האט זיך באקענט מיט ר׳ ניסן וואס איז געוועהן דאן נאך זייער יונג. די אהבת ישראל האט אים איינמאל געהערט דאווענען פארן עמוד. און אים געאפפערט א דזשאב/פאסטן צו זיין ביי אים די גבאי. ר׳ ניסן האט מסכים געוועהן. אבער ער האט דאך נישט געוואלט אוועקנעמען קיין מענטשען פון זיין שוואגער (זיין שווער האט שוין נישט געלעבט דאן). האט זיך די אהבת ישראל אנגערופן צום שוואגער פאר א ווערטל “דער אינגערמאן איז מען מיר שולדיג נאך אלץ נדן”
קיינער האט נישט אוועקגעבן קיין חסידים דעמאלטס. ר׳ ניסן האט געהאט א ווייב מיט קינדער. ער האט זיך געדארפט אוועק ציען פון דזיקוב.
ווילאנג די מעשה האט זיך צושפרייט האט זיך עס פארדרייט.