בדבור ובקלא - באבוב

פארצייטישע נגינה, נוסח התפילה, מועדים וזמנים

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
סטאוו יא פיטא
שר עשרת אלפים
תגובות: 19809
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 07, 2020 9:24 am

Re: בדבור ובקלא - באבוב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטאוו יא פיטא »

שמעתי מרבי נחמן בורשטיין ז"ל, זיין טאטע רבי משה איז ארויפגעקומען פון פולין אום תרצ"ד, און ער פארציילט אז אזוי האט זיין טאטע געוויסט פונדערהיים
ער האט אבער אליינס געקווענקלט איבער ווי קראנט דאס איז

----
אזויפיל איז זיכער אז ס'איז געווען פארשפרייט איבער פולין לאנג פארן קריג.

ווער איז דער מחבר לויט די קארלינער?
הנה אנכי שולח מלאך. זאגט רש"י כאן נתבשרו שעתידין לחטוא. די בשורה איז געווען אז אעפ"י שיחטאו לא תסתלק שכינה מביניהם, אזוי ווי די תרגום טייטשט כי לא אעלה בקרבך; לא אסלק שכינתי מבינך!
אוועטאר
יאפין
שר האלף
תגובות: 1546
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 24, 2009 8:12 am

Re: Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאפין »

חמרא טבא האט געשריבן:
יאפין האט געשריבן:
חמרא טבא האט געשריבן:כ׳גלייב אייך אויפן ווארט אבער אפשר קענט איר מער מסביר׳ן פאר עמעראצים כמוני וואס איר זאגט דא?

ביי דעם ניגון התעוררת הער צו צום צווייטע באר די צווייטע ביט וועסט הערן וואס איך זאג/שרייב.

וואס מיינט דאס?

הער צו ביי 4.36 מינוט.
ת׳הא ש׳נת פ׳רנסה ג׳דולה
אוועטאר
מחצה''ק
שר האלף
תגובות: 1088
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 13, 2019 7:28 pm

Re: בדבור ובקלא - באבוב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מחצה''ק »

שירו לו האט געשריבן:כ'האב אויסגעהערט די ניגונים, עס איז מורא'דיג שיין און הערליך!
איין חידוש, די עלפטע ניגון "ניגון התלהבות" שטאמט פונעם בני יששכר זי"ע?

מען זינגט די ניגון אין דינוב ביי חופות אין חנוכה אויף אור הגנוז אין לעצטענס אויף קל מסתתר ביי כ''ק מהר'''א מסאטמאר שליט''א
לעצט פארראכטן דורך מחצה''ק אום זונטאג יאנואר 24, 2021 2:24 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
שירו לו
שר האלף
תגובות: 1104
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 08, 2020 12:21 pm

Re: בדבור ובקלא - באבוב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שירו לו »

מחצה''ק האט געשריבן:
שירו לו האט געשריבן:כ'האב אויסגעהערט די ניגונים, עס איז מורא'דיג שיין און הערליך!
איין חידוש, די עלפטע ניגון "ניגון התלהבות" שטאמט פונעם בני יששכר זי"ע?

מען זינגט די ניגון אין דינוב חנוכה אויף אור הגנוז אין לעצטענס אויף קל מסתתר ביי כ''ק מהר'''א מסאטמאר שליט''א

ביי די גראמען בשמחת בית באבוב פאריגע וואך, האט מען אוסגעגראמט האדמור מבאבוב אויף דעם ניגון
אוועטאר
מחצה''ק
שר האלף
תגובות: 1088
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 13, 2019 7:28 pm

Re: בדבור ובקלא - באבוב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מחצה''ק »

שירו לו האט געשריבן:
מחצה''ק האט געשריבן:
שירו לו האט געשריבן:כ'האב אויסגעהערט די ניגונים, עס איז מורא'דיג שיין און הערליך!
איין חידוש, די עלפטע ניגון "ניגון התלהבות" שטאמט פונעם בני יששכר זי"ע?

מען זינגט די ניגון אין דינוב חנוכה אויף אור הגנוז אין לעצטענס אויף קל מסתתר ביי כ''ק מהר'''א מסאטמאר שליט''א

ביי די גראמען בשמחת בית באבוב פאריגע וואך, האט מען אוסגעגראמט האדמור מבאבוב אויף דעם ניגון

סאיז א שטארקע ניגון המעורר
אשריך
שר חמש מאות
תגובות: 735
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 23, 2019 7:10 pm

Re: בדבור ובקלא - באבוב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אשריך »

איז דא רעקארדירונג ווי מ'רופט אויס אדמו"ר מבאבוב שליט"א ?
אוועטאר
אייגנארטיג
שר האלף
תגובות: 1200
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2020 12:28 pm

Re: בדבור ובקלא - באבוב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אייגנארטיג »

מ'קען הערן די שיינע חרוזים אויף 212-444-1021 דערנאך נומער איינס-צוויי
ער הייבט אן מיט א תנועה פון כל מקדש פון הרה"ק הדברי שלמה
דערנאך מיטן רחם בחסדיך פון הרה"ק התפארת שלמה
און דערנאך מיטן דערמאנטן ניגון פון'ם הרה"ק הבני יששכר
אשריך
שר חמש מאות
תגובות: 735
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 23, 2019 7:10 pm

Re: בדבור ובקלא - באבוב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אשריך »

שכח
אוועטאר
דוד משה
שר האלף
תגובות: 1668
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 01, 2013 4:04 pm
לאקאציע: געשטראנדעט צווישן מעיזשאר און מיינאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דוד משה »

די ערשטע פאל פון די ניגון טשארדאש (וואס מיינט עס?) איז אביסל לענגער אין וויזניץ און חזן גוטליב (ביי 4:55) זינגט דאס אויך אזוי (ער זינגט בכלל נישט מדויק, אבער כיהודה ועוד איז ער אויך גוט).
פון א מוזיקאלישע שטאנדפונקט זעהט אויך יענע ווערסיע אויס מער אקוראט.
> הער אויף ארויפצולייגן ווערטער אויף ניגונים! אויב ווילסטו א ניגון אויף די ווערטער קאמפאזיר א ניגון דערויף <
ליידיג
~ דער וואס איז דיין חבר ווילאנג דו האסט די זעלבע מיינונג ווי אים, איז קיין חבר ~
וויאזוי ארויפצולייגן א לינק
אוועטאר
חמרא טבא
שר עשרת אלפים
תגובות: 13006
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 2:13 pm

Re: בדבור ובקלא - באבוב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חמרא טבא »

טשארדאש איז א ניגון אויפן אונגערישע ריטעם כמדומה אז דער צאנזער רב אליינס האט עס אזוי גערופן
דביה תחדי נפשא
בית המשתה
שר חמש מאות
תגובות: 607
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 19, 2017 4:39 pm

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בית המשתה »

דוד משה האט געשריבן:די ערשטע פאל פון די ניגון טשארדאש (וואס מיינט עס?) איז אביסל לענגער אין וויזניץ און חזן גוטליב (ביי 4:55) זינגט דאס אויך אזוי (ער זינגט בכלל נישט מדויק, אבער כיהודה ועוד איז ער אויך גוט).
פון א מוזיקאלישע שטאנדפונקט זעהט אויך יענע ווערסיע אויס מער אקוראט.

אז דו דערמאנסט שוין וויזניץ, איז אינטערסאנט אנצומערקן אז אין וויזניץ הייסט עס אז דער ניגון איז נתחבר געווארן לכבוד דעם באקאנטע גרויסן שבת פרשת ראה - ב' אלול תר"ץ ווען דער אהבת ישראל איז געווארן דעמאלס 70 יאר, און איז געפארן צום שטאט סלאטפינא לרגל די חנוכת הבית פון די נייע וויזניצע ביהמ"ד דארט אין שטאט, איז זיך צאמגעמקומען מאסן מענטשען לכבוד המאורע, און דעמאלס איז נתחבר געווארן דער ניגון (מפי ר' יחזקאל יוסף גייגער הי"ו בשם הרבי שליט"א).

איז לכאורה לויט ווי דא שטייט אז מ'האט עס נאך געזינגען ביים צאנז'ער רב וועט מען מוזן זאגן אז נישט אז ס'איז הערשט דעמאלס נתחבר געווארן, נאר מ'האט עס געזינגען דעמאלס, וצ"ע.

אגב איז ידוע נאך א ניגון וואס איז נתחבר געווארן לרגל דעם שבת - די שנעלע וויזניצע 'למקדשך תוב'. ר' מענדל גרינבערגער ז"ל האט פארציילט אז די עולם איז אזוי נתלהב געווארן פון דעם ניגון אז א לאנגע צייט נאך דעם שבת האט מען עס נאך געהאלטן אין איין זינגען אן אויפהער, אזוי ווייט אז ווען מ'איז אריינגעקומען אין געשעפט און געפרעגט 'וויפיל איז א קילו צוקער' איז געווען די ענטפער 'למקדשך תוב'...
איטשע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3330
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 27, 2009 10:19 am

Re: בדבור ובקלא - באבוב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איטשע »

חמרא טבא האט געשריבן:טשארדאש איז א ניגון אויפן אונגערישע ריטעם כמדומה אז דער צאנזער רב אליינס האט עס אזוי גערופן

צאנזער רב האט גערופען דעם ניגון ״דעם ווענגערישן טשארדוש.״
חסידים פלעגן זאגן, אז אויב מען האט געזינגן דעם נגון אויף המבדיל, אז ס׳קומט א גוטע וואך...
פליטה גדולה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 449
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 06, 2019 6:01 pm

Re: Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פליטה גדולה »

בית המשתה האט געשריבן:
דוד משה האט געשריבן:די ערשטע פאל פון די ניגון טשארדאש (וואס מיינט עס?) איז אביסל לענגער אין וויזניץ און חזן גוטליב (ביי 4:55) זינגט דאס אויך אזוי (ער זינגט בכלל נישט מדויק, אבער כיהודה ועוד איז ער אויך גוט).
פון א מוזיקאלישע שטאנדפונקט זעהט אויך יענע ווערסיע אויס מער אקוראט.

אז דו דערמאנסט שוין וויזניץ, איז אינטערסאנט אנצומערקן אז אין וויזניץ הייסט עס אז דער ניגון איז נתחבר געווארן לכבוד דעם באקאנטע גרויסן שבת פרשת ראה - ב' אלול תר"ץ ווען דער אהבת ישראל איז געווארן דעמאלס 70 יאר, און איז געפארן צום שטאט סלאטפינא לרגל די חנוכת הבית פון די נייע וויזניצע ביהמ"ד דארט אין שטאט, איז זיך צאמגעמקומען מאסן מענטשען לכבוד המאורע, און דעמאלס איז נתחבר געווארן דער ניגון (מפי ר' יחזקאל יוסף גייגער הי"ו בשם הרבי שליט"א).

איז לכאורה לויט ווי דא שטייט אז מ'האט עס נאך געזינגען ביים צאנז'ער רב וועט מען מוזן זאגן אז נישט אז ס'איז הערשט דעמאלס נתחבר געווארן, נאר מ'האט עס געזינגען דעמאלס, וצ"ע.

אגב איז ידוע נאך א ניגון וואס איז נתחבר געווארן לרגל דעם שבת - די שנעלע וויזניצע 'למקדשך תוב'. ר' מענדל גרינבערגער ז"ל האט פארציילט אז די עולם איז אזוי נתלהב געווארן פון דעם ניגון אז א לאנגע צייט נאך דעם שבת האט מען עס נאך געהאלטן אין איין זינגען אן אויפהער, אזוי ווייט אז ווען מ'איז אריינגעקומען אין געשעפט און געפרעגט 'וויפיל איז א קילו צוקער' איז געווען די ענטפער 'למקדשך תוב'...

עס הייסט אז דער ניגון איז אויך נתחבר געווארן שבת פ' ראה אין סלאטפינא.
לובש צורה
שר העשר
תגובות: 35
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 27, 2021 11:06 am

Re: בדבור ובקלא - באבוב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לובש צורה »

לגבי די טשארדאש ניגון האב איך געהערט בשם ר' משה קלאגסבאלד ז"ל וואס פלעגט דאס זינגען אויף דרור יקרא אז דאס האט זיין טאטע ר' חנה וואלף הי"ד מטשעבין געמאכט, לויט די מאן דאמר וואס זאגט אז מען האט דאס געמאכט לכבוד די 70 יאר פון אהבת ישראל זי"ע שטימט די יארן
אוועטאר
מַחְכִּימַת פֶּתִי
שר מאה
תגובות: 187
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 29, 2017 3:37 pm

בדבור ובקלא (באבוב) חלק ב'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מַחְכִּימַת פֶּתִי »

הופיע! בדבור ובקלא - חלק ב'
וועט פארטיילט ווערן דעם מוצש"ק ביים מלוה לטובת ישיבת בני ציון - באבוב
אטעטשמענטס
unnamed (1).jpg
unnamed (1).jpg (212.92 KiB) געזען 2103 מאל
אוועטאר
סטאוו יא פיטא
שר עשרת אלפים
תגובות: 19809
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 07, 2020 9:24 am

Re: בדבור ובקלא - באבוב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטאוו יא פיטא »

גוטע נייעס דאס!!
הנה אנכי שולח מלאך. זאגט רש"י כאן נתבשרו שעתידין לחטוא. די בשורה איז געווען אז אעפ"י שיחטאו לא תסתלק שכינה מביניהם, אזוי ווי די תרגום טייטשט כי לא אעלה בקרבך; לא אסלק שכינתי מבינך!
אוועטאר
סטאוו יא פיטא
שר עשרת אלפים
תגובות: 19809
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 07, 2020 9:24 am

Re: בדבור ובקלא - באבוב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטאוו יא פיטא »

קוק מיר ארויס פארן גאנצן אלבום, ספעציעל פאר ניגון 10 ניגון ראזוואדאוו!
הנה אנכי שולח מלאך. זאגט רש"י כאן נתבשרו שעתידין לחטוא. די בשורה איז געווען אז אעפ"י שיחטאו לא תסתלק שכינה מביניהם, אזוי ווי די תרגום טייטשט כי לא אעלה בקרבך; לא אסלק שכינתי מבינך!
אוועטאר
אייגנארטיג
שר האלף
תגובות: 1200
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2020 12:28 pm

Re: בדבור ובקלא - באבוב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אייגנארטיג »

טרעק נומער 9 וועט ער אודאי ניצען די הרב אברהם ברוך הורוויץ גירסא פאר דעם איש אשר קינא, וואס איז היבש אנדערש פון רוס'ס ווערסיע אויף זיין טעיפ פון ניגוני ליזענסק (אינטרעסאנט אז רב רוס געט א ייש''כ פאר רא''ב הורוויץ דורט אויך)
אוועטאר
פאנטאזיע פליער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3357
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 17, 2022 11:32 am

Re: בדבור ובקלא - באבוב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאנטאזיע פליער »

יוש נישט צוגלייבן, האבן מיר אנגעהאנדילט דורך אימעיל דעם חלק א,
שכח פאר די ברענגערס דא
מאסיוו
טא די ביעט
9.. 8...7...
אוועטאר
סטאוו יא פיטא
שר עשרת אלפים
תגובות: 19809
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 07, 2020 9:24 am

Re: בדבור ובקלא - באבוב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטאוו יא פיטא »

נארוואס געענדיגט אויסהערן...א הערליכע אלבום! פארצייטישע הייליגע ניגונים גאר ווארעם אראפגעזינגען

1. פתחו לי - שטייטע ניגון פון הרה"ק בעל אור לשמים זי"ע [ערשטע מאל אפיציעל רעקארדירט]
2. ניגון שמחה - גאר א באקאנטע, הייסט צו זיין א דינובע ניגון [שוין עטליכע מאל ארויסגעקומען, אויף עתיקא קדישא און אויף זכרון אבותינו]
3. אשכול - ניגון פון הרה"ק הקדושת ציון מבאבוב הי"ד [ענדליך! דער מורא'דיגער ניגון אראפגעשפילט מיט א שיינקייט צים ערשטן מאל]
4. אשכול מיט די ווערטער [די זעלבע ווי 3 נאר מיט די ווערטער]
5. ניגון צאנז - באקאנטע צאנזע הקפה ניגון מיוחס צי ר' אביש מאיר ז"ל [דער ניגון איז דא אויף די אנעים זמירות סעריע אינטער די נאמען "ניגון באבוב]
6. ויאתיו - רחם בחסדך להרה"ק בעל תפארת שלמה זי"ע [דער ניגון איז ארויסגעקומען אויפן אלבום "ניגוני ראדומסק" און אויפן סאדיגורא אלבום "רחם בחסדך"]
7. ניגון הארנסטייפל - ניגון פון הויף פון הרה"ק ר' מאטעלע הארנסטייפעלער זי"ע
8. ניגון התעוררות - כשמו א ניגון מעורר לבבות פון הרה"ק הקדושת ציון הי"ד
9. אליהו הנביא - ניגון להרה"ק הרבי ר' אלימלך מליזענסק זי"ע
10. ניגון ראזוואדאוו - אזמר בשבחין סטוטשין [ענדליך! דער ניגון ראקארדירט צים ערשטן מאל אויף א שיינעם פארנעם]

---
ב"ה די פארצייטישע נגינה לעבט און בליט, א ברכה אויף די אלע וואס האבן עוסק געווען אין דעם עבודת הקודש ארויסצוגעבן דעם אלבום, כמותם ירבו!
לעצט פארראכטן דורך סטאוו יא פיטא אום זונטאג פעברואר 06, 2022 1:10 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
הנה אנכי שולח מלאך. זאגט רש"י כאן נתבשרו שעתידין לחטוא. די בשורה איז געווען אז אעפ"י שיחטאו לא תסתלק שכינה מביניהם, אזוי ווי די תרגום טייטשט כי לא אעלה בקרבך; לא אסלק שכינתי מבינך!
והיא שעמדה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 387
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 08, 2020 5:34 pm

Re: בדבור ובקלא - באבוב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך והיא שעמדה »

איז דא ערגעץ ווי מען קען עס באקומען אדער קויפן?
והיא שעמדה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 387
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 08, 2020 5:34 pm

Re: בדבור ובקלא - באבוב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך והיא שעמדה »

והיא שעמדה האט געשריבן:איז דא ערגעץ ווי מען קען עס באקומען אדער קויפן?
אטעטשמענטס
2A9DE5AF-FCD2-4518-9474-914408C149CE.jpeg
2A9DE5AF-FCD2-4518-9474-914408C149CE.jpeg (182.43 KiB) געזען 1806 מאל
באנאנא
שר האלפיים
תגובות: 2872
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 26, 2020 11:49 am
לאקאציע: אין די אידישע וועלט

Re: בדבור ובקלא - באבוב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך באנאנא »

שוין אויסגעהערט רוב דערפון, גאר שיין!
אוועטאר
חמרא טבא
שר עשרת אלפים
תגובות: 13006
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 2:13 pm

Re: בדבור ובקלא - באבוב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חמרא טבא »

סטאוו ניגון 2 קומט אזוי שטייט?
דביה תחדי נפשא
אוועטאר
סטאוו יא פיטא
שר עשרת אלפים
תגובות: 19809
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 07, 2020 9:24 am

Re: בדבור ובקלא - באבוב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטאוו יא פיטא »

לכאורה נישט. ירמיה אויף עתיקא קדישא 3 (אויף יום זה מכובד) זינגט עס שנעל אזוי ווי ס'איז באקאנט אויפן גאס
הנה אנכי שולח מלאך. זאגט רש"י כאן נתבשרו שעתידין לחטוא. די בשורה איז געווען אז אעפ"י שיחטאו לא תסתלק שכינה מביניהם, אזוי ווי די תרגום טייטשט כי לא אעלה בקרבך; לא אסלק שכינתי מבינך!
שרייב תגובה

צוריק צו “שירי קודש”