דער ניגון האי האי בית כור לכבוד שבת חנוכה
די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער
דער ניגון האי האי בית כור לכבוד שבת חנוכה
דער ניגון האי האי בית כור, אויף שבת חנוכה
פון הפייט הגדול רבי אברהם בן מאיר הנקרא "אבן עזרא" זצ"ל

- אטעטשמענטס
-
- דער ניגון האי האי בית כור
- Hai Hai.jpg (75.61 KiB) געזען 8600 מאל
-
- שר האלפיים
- תגובות: 2176
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 24, 2006 2:28 pm
אונזער חשובער קרעמער, האט שוין פאראיאר חנוכה געהאט א שמועס דערוועגן.
זעה דא, אין דער אשכול, די תגובות פון די תגובה אין ווייטער

פון הרב שלעזינגער האביך געהערט אז עס זענען דא וועלכע זענען מפקפק אינעם אמיתת הדברים צו דער אבן עזרא איז טאקע דער פערפאסער פונעם זמר, עס איז פארהאן א קאנטערווערסיאלער ספר "מאורי אור" פון א תלמיד פונעם שאגת ארי' ווי ער זאגט אז דער זמר האט א 'שיכור' (משרת ענבים, בית היין וכדו') פארפאסט און האט דאס תולה געווען בוקי-סרוקי אונעם גרויסן אבן-עזרא.
דער פירוש הדברים איז אז איר זאל אפי' פארקויפן א שטיקל ריעל-עסטעיט (בית כור) צו קענען פראווען א סעודה אום שבת חנוכה/חנוכה מיט אלע גוטע מאכלים ומעדנים באגלייט מיט א טרינק אונעם קרעטשמע (בית היין), וואס דאס איז מעורר קשיות ווי קען איינער זאגן אז די סעודת חנוכה איז וויכטיגער ווי סעודת שבת וואס דארט שטייט קלאר אז מ'זאל נישט טאן אזעלכע זאכן.
עס איז דא וואס זאגן אז מ'זאל פארקויפן אלעס יוצא צו זיין "נר" חנוכה, דאס האט שוין יא א שטיקל מקור אונעם רמב"ם, ס'איז אבער נדחק אין די פירושי החרוזים.
(נ.ב. ס'איז שוין נאך חנוכה טאקע, אבער מה אעשה אז איך בין הערשט היינט אינדערפרי געוואור געווארן, בעדר לעידער דען פעדער)

zamel האט געשריבן:איך וויל הערן די ניגון סא אפשר קען עס איינער ארויף לייגען
וועלכע ניגון ווילסטו הערן? דאס איז א פיוט וזמר אזוי ווי כל מקדש, מנוחה ושמחה, קענסט עס זינגען אויפן ידיד נפש/קל אדון ניגון, אדער אויפן שטאטן אודה ניגון, אויב ביסטו א קארלבאך פען, פרוביר עס אויף והיו למשסה אדער פערהעפס ממקומך.
נאכן מחליט זיין זעמל, לייג עס ארויף אויף דו-טוב אדער דו-שיק-עס און גיב א לינק אין היכל הנגינה.
מיללער;
ביסט גערעכט און אומגערעכט, ווייל למעשה איז דא דערויף א הערליכע ניגון פארפאסט דורך דעם קדושת ציון מ'באבוב זצ"ל.
וואלט מיין פידל געווען גע'TUNE'ט, און מען וואלט געקענט קלארערהייט ארויפשטעלן א ניגון'דל, און דאס געדולד וואלט געווען מיט מיר, וואלט איך עס אויפגעשפילט און ארויפגעשטעלט.
דערווייל קענט איר זיך ווענדן צו "באבוב בראודקעסט" און דארט אויפזוכן. (אין זייער אינדקס http://www.kolbobov.com/download/index.html פון אלע ניגונים וואס מען קען הערן האב איך נישט געטראפן דעם ניגון גראדע)

- קענסט מיך?
- שר חמש מאות
- תגובות: 519
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 04, 2008 12:45 am
לעצט פארראכטן דורך זעליג אום דינסטאג דעצעמבער 23, 2008 4:07 am, פארראכטן געווארן 2 מאל.
מיללער האט געשריבן:פון הרב שלעזינגער האביך געהערט אז עס זענען דא וועלכע זענען מפקפק אינעם אמיתת הדברים צו דער אבן עזרא איז טאקע דער פערפאסער פונעם זמר, עס איז פארהאן א קאנטערווערסיאלער ספר "מאורי אור" פון א תלמיד פונעם שאגת ארי' ווי ער זאגט אז דער זמר האט א 'שיכור' (משרת ענבים, בית היין וכדו') פארפאסט און האט דאס תולה געווען בוקי-סרוקי אונעם גרויסן אבן-עזרא.
דער פירוש הדברים איז אז איר זאל אפי' פארקויפן א שטיקל ריעל-עסטעיט (בית כור) צו קענען פראווען א סעודה אום שבת חנוכה/חנוכה מיט אלע גוטע מאכלים ומעדנים באגלייט מיט א טרינק אונעם קרעטשמע (בית היין), וואס דאס איז מעורר קשיות ווי קען איינער זאגן אז די סעודת חנוכה איז וויכטיגער ווי סעודת שבת וואס דארט שטייט קלאר אז מ'זאל נישט טאן אזעלכע זאכן.
עס איז דא וואס זאגן אז מ'זאל פארקויפן אלעס יוצא צו זיין "נר" חנוכה, דאס האט שוין יא א שטיקל מקור אונעם רמב"ם, ס'איז אבער נדחק אין די פירושי החרוזים.
(נ.ב. ס'איז שוין נאך חנוכה טאקע, אבער מה אעשה אז איך בין הערשט היינט אינדערפרי געוואור געווארן, בעדר לעידער דען פעדער)
איך האב נעכטן ביים חנוכה ליכט צינדן באמערקט, אז דער ניגון ווערט אויך אראפגעברענגט אינעם 'עמדין' סידור ביי חנוכה בשם דאם אבן עזרא.
ווייסט איינער מער פרטים איבער דעם ספר 'מאורי אור' וואס איך האב אויבן אראפגעברענגט בשם ר' ישראל דוד שליט"א?
-
- שר האלפיים
- תגובות: 2176
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 24, 2006 2:28 pm
א לינק צום קובץ "אור ישראל" גליון ל' (וואס אלעקסיי דערמאנט אטא דא אין דעם אשכול) וואו עס ווערט באהאנדלט באריכות דער גאנצער פולמוס ארום דעם זמר. (ער ברענגט דאר אויך דעם 'מאורי אור' וואס מיללער וויל וויסן ווער דאס איז).
אגב, ווערט שוין אויך דארט ארומגערעדט איבער דעם לעמבערגער דרוק פונעם סידור היעב"ץ, הנקרא 'בית יעקב', וואס כידוע לכל באי שערי "בית פליטתינו" האבן מיר לעצטענס דארט בארירט דעם ענין. עיין שם ותמצא נחת.

א גרויסן ישר-כח ר' זארעך פאר די לינק, עס איז באמת זייער גוט אדורכגענומען און אינדערצווישן האב איך שוין געזעהן אביסל מער איבער דעם מאורי-אור פון ר' אהרן וירמש.
אגב, האב איך נישט געוואוסט איז די קובצים אור ישראל זענען פארהאן אנליין ביי היברו-בוקס, עס איז באמת זייער אינהאלטסרייכע קובצים, תחזקנה ידיהם של מערכת היברו-בוקס!

איינע פון די עיקר פראבלעמען מיטן ניגון איז דאס וואס דער ס'איז משמע אז ס'איז א גרויסער מצוה צו מאכן א סעודת חנוכה, ווארום למעשה איז דאך סעודת חנוכה נישט קיין מצוה,
האב איך געהערט אמאל פונעם טאלנער רבי פון אשדוד, אז זיין זיידע דער טאלנער רבי ז"ל פון ירושלים האט זיך געהאלטן פאר א שטארקער חסיד פונעם בית ישראל, איינמאל אין חנוכה איז דער טאלנער רבי פארביי געגאנגען דעם גערער ישיבה און ס'האט זיך ארויס געהערט ווי די בחורים פארברענגען מיט סעודות, איז אויך דארט אריבער געגאנגען איינע פון דעם בריסקער רב'ס קינדער, און ער פרעגט דעם טאלנער רבי, היתכן מ'פארברענגט חנוכה מיט סעודות, דער לשון אין רמ"א איז דאך אז ס'איז נאר 'קצת מצוה'? עס האט שטארק פארדראסן פארן טאלנער רבי, ווייל לכאורה איז דער בריסקער געווען גערעכט, האט ער געפרעגט דערוועגן פונעם בית ישראל, האט דער בית ישראל געענטפערט, מיינע בחורים ווען ס'קומט צו 'קצת עבירה' מאכן זיי דערפון אן 'עבירה גדולה' דערפאר ווען ס'קומט צו א 'קצת מצוה' מאכן זיי דערפון א 'מצוה גדולה' ודפח"ח ושפתים ישק.

ווער האט מחבר געווען דעם זמר "אכלו משמנים"
אין די זמירות ווערט געדריקט א זמר אויף שבת חנוכה "אכלו משמנים". דער זמר אנטהאלט אין זיך פארשידענארטיגס.
עס זענען פארהאן מפקפקים אויף דעם זמר און אויף ווער דער מחבר איז געווען, איז פארהאן בתוכינו איינער וואס האט ידיעות דערויף? ביטע אפיר קומען אין בייסמעדרעש

פרעגט וואס איהר ווילט, ווען איהר ווילט, ווי אזוי איהר ווילט
-
- שר שבעת אלפים
- תגובות: 7810
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 28, 2009 8:23 pm
- לאקאציע: ביים נעקסטן שטאפל
בבאבוב מזמרים אכלו משמנים בששבת חנוכה, בפשטות מיחסים את השיר להאבן עזרא, אולם ידוע שהאבן עזרא הי' דייקן גדול בשירות וגם דיבר קשות על הפייטנים שאינם כה מדקדקדים, וכפי הדייקנים אין השיר מדיוק כל כך, וזאת הוא הערעור הכי גדול על המיחסים אותה להאבן עזרא.
דער פראבלעם איז קיינמאל דער פראבלעם!
עס איז וואס ליגט אונטערן פראבלעם.
עס איז וואס ליגט אונטערן פראבלעם.
- בןהרחמן
- סעקרעטאר
- תגובות: 1497
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 27, 2006 1:08 am
- לאקאציע: אויפן רעקליינער
והוא פלאי האט געשריבן:הי' פעם מאמר מאחד בשם שפיגל בקובץ אור ישראל, כמדומה קובץ ל', והוא לקט הרבה על זה
ובזמירות של סקווער יש ג"כ בענין זה,
ו
קענסט עס ליינען ביים שכן אין אוצר של היברו-בוקס דא.
איך האב עס נישט אדורכגעליינט, אבל כמדומני שהמנח"א לא הי' רוחו נוחה מהשיר.
קרעמער האט געשריבן:צוזאמגעשטעלט 2 אשכולות וואס רעדן פון זעלבן זמר (דאס ערשטע האט זיך געפונען אין ידיעות התורה, אריבערגעברענגט צו היכל נגינה).
יישר כח אייך, עס איז מיר נישט איינגעפאלן צו קלערן אז מען דארף האבן ידיעות התורה, צו וויסן די היסטורי' אויף געוויסע ניגונים