אליעזר ווייס האט געשריבן:אינטערסאנט אז אין ספר זכרינו לחיים (באבוב 45) שטייט אז אין באבוב זאגט מען נישט ביי ברכת כהנים ברוך הוא וברוך שמו (און זענען מציין כ'מיין צוויי שמועסן פונעם רב ז''ל די בעל דברי שלמה אז מ'זאגט נאר ביי א ברכה וכו')
אבער אין סידור צלותא דשלמה (באבוב) שטייט יא בהוב''ש
און אין ספר שבח איתנים (באבוב) שטייט בערך בזה הלשון "רבותיה''ק נהגו לומר בהוב''ש" ( נישט יעצט נאכגעקוקט)
איז די שאלה וואס איז טאקע געווען די מנהג בשנים קדמוניות (היינט לכאורה ווענט זיך ווי ודו''ק)
א משהו נאכגעקוקט דעם ענין, איז אזוי.
- קודם אז אין שבח איתנים שטייט קלאר און דייטליך 'וכן נוהגין רבותינו הק' איז דאס ביי מיר די פארלעסליכסטע מקור, ער שרייבט נישט אזא ווארט אן עס באשטעטיגן הונדערט און צוואנציג פראצענט.
- והשנית, כ'האב געפרעגט גאר אסאך עלטערע אידן, מחמישים ולמעלה ביז קראנהייטס אידן, כולם כאחד האבן געויסט מיט א פשטות צו זאגן אז מען זאגט יא ברוך הוא וב"ש, אן קיין ספק. אלע האבן געדענק אז מען זאגט עס און אזוי איז מען אויפגעוואקסן. (אינטערסאנט טאקע אז אין די באבובער סידורים, אריינגערעכנט 'תפילת רב' נאך פון שנת תשס"ד, שטייט יא ב"ה וב"ש...)
- פון איינעם האב איך פערזענליך קלאר געהערט אז ער אליין געדענקט קלאר הערן פון רבינו הק' בעל דברי שלמה אליין ב"ה וב"ש, נאך מיט'ן תנועה מיט וואס ער האט עס געזאגט.
- כ'האב געהערט אז מאנכע האבן יארן צוריק שוין עפעס געזאגט דערוועגן און רבינו שליט"א האט קלאר געזאגט אז מען האט עס 'יא' געזאגט.