אליעזר ווייס האט געשריבן:
די רב ז''ל האט ע''פ רוב געטוהן ממש ממש ווי די טאטע די קדושת ציון ז''ל הי''ד
(חוץ געציילטע זאכן מיט א סיבה - וואלט גראדע געווען אינטערסאנט צי וויסן פונטקליך וואס און פארוואס)
נישט אזוי ’ממש ממש’ חוץ פון ’געציילטע זאכן’...
איך האב נייעס פאר דיר, אויב מאכט מען די חשבון ווי סאך זאכן די רב זצ"ל האט זיך נישט נוהג געווען ווי זיין פאטער זצ"ל, קומט מען אן צו עטליכע הונדרעט שינויים.
(פליז מאך מיר נישט ברעגן א רשימה, איך האב נישט קיין צייט פאר דעם, אבער טוה דיין היים ארבעט עסטו אליינס איינזעהן)
איך מיז אבער זאגן, אז לויט ווי בנו הגדול כ"ק מר"ן זצ"ל האט אליין פארציילט האט זיין פאטער כ"ק בעל דברי שלמה זצ"ל אין דעם פרט נישט משנה געווען ווי זיין פאטער די קדוש"צ זצ"ל נאר ער האט טאקע אויך
נישט געזאגט ’ברוך הוא וברוך שמו’ ביי ברכת כהנים אזוי ווי עס איז געווען אויך מנהג אביו הק’.
----
אגב, ביי די ניגון פון די רב ז"ל אויף ברכת כהנים האט די רב ז"ל מחבר געווען די ניגון אז מען זינגט די חלק הש"ץ און אויך די חלק הקהל, דהיינו אז מען זאגט אויך די ווערטער "כהנים" (לש"ץ), - "עם קדושיך כאמור" (לקהל), "יברכך השם וישמריך" (לש"ץ), ’’אמן, כן יהי רצון בזכות וכו’" (לקהל).
אם כדבריך, איז צריך עיון פארוואס די רב ז"ל האט נישט אריינגעשטעלט אויך די ווערטער 'ברוך הוא וברוך שמו'?
[די ניגון איז ווארשיינליך מיוסד אויף די נוסח פון ברכת כהנים ליו"ט, ווייל ביי אונז זאגט מען נישט ’אמן’ ביי ברכת כהנים נאר אויף יו"ט.]
והגם שאין אנו עסק בנסתרות, מ"מ יש לעיין, ואע"פ שאין ראיה לדבר זכר לדבר...
אלע צוזאמען: אמן, כן יהי רצון, כן יהי רצון, כן יהי רצון....