קול מבשר תשעה באב פראגראם תשפ''ב
די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער
- unit 13
- שר שלשת אלפים
- תגובות: 3260
- זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 02, 2021 12:43 am
- לאקאציע: Command Center
קול מבשר תשעה באב פראגראם תשפ''ב
ליל תשעה באב לייוו פראגראם. קול מבשר שטעלט צו היינט נאכט און מארגן זונטאג א ספעציעלע תשעה באב לייוו פראגראם, ווי מען וועט קענען הערן פארשידענע דרשות, שמועסן און אינטערוויוס איבער מיטמאכענישן און שוועריגקייטן ביי כלל ישראל. די פראגראם הייבט זיך אן היינט מוצאי שבת אום 11 אזייגער ביינאכט, ווען מען וועט הערן אן אינטערוויו מיט הישיש הרב אליהו שמואל העפטלער, דוקלא רב אין די איסט סייד, מיט א לעבעדיגע עידות פון קריסטאל נאכט אלס 6 יעריג קינד, די קעסטלעך אש פון דאכו, די בזיון ת"ח, און איבער די ביטערע צרות און פיין וואס ער איז אריבער ביים צווייטן וועלט קריג. אום 12 אזייגער ביינאכט וועט מען הערן א רירענדער תשעה באב שמועס מיטן היסטאריקער און בארימטער שריפטשטעלער הרב חנה פריעדמאן, איבער זעלטן שוידערליכע סצענעס און אומבאקאנטע עפיזאדן וואס האבן זיך אפגעשפילט אין לויף פון די גרויזאמע צווייטע וועלט מלחמה, באגלייט מיט ערשטהאנטיגע לעצטע עדות פון קריג איבערלעבער. אום 2 ביינאכט, וועט מען הערן א שמועס דורך מיטן בעל מחנך ופה מפיק מרגליות הרב שאול קליין, איבער דראמאטישע שילדערונגען פון די צווייטע וועלט קריג, און די שרעקליכער מארד מאשין וואס די דייטשן האבן אפערירט. די לייוו פראגראמען, וועט מען קענען מיטהאלטן ביי די "פארשידענס" אפטיילונג דא אויפן הויפט בלאט, אין ווי נאר א דרשה וועט זיך ענדיגן, וועט מען עס תיקף קענען הערן ביי די "ארכיוון אפטיילונג", אויך ביי די תשעה באב לייוו קנעפל. די אינהאלט פון די מארגנדיגע פראגראם וועט געמאלדן ווערן תשעה באב צופרי.
UNIT 13 ALWAYS TO THE RESCUE
-
- שר חמישים
- תגובות: 77
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 01, 2022 1:58 am
Re: קול מבשר תשעה באב פראגראם תשפ''ב
איינער האט נאך א נאמבער פון קול מבשר די מעין נאמבער איז ביזי
Re: קול מבשר תשעה באב פראגראם תשפ''ב
פראבירט יעצט מיט אנדערע נאמבערס און אלעס איז ביזי, קוקט אויס צו זיין א סיסטעם קורצשלוס!never give up האט געשריבן:איינער האט נאך א נאמבער פון קול מבשר די מעין נאמבער איז ביזי
- חיים ברוך
- שר חמישים ומאתים
- תגובות: 430
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 02, 2020 3:15 am
- לאקאציע: אין בעט נעבן די פאלעסיידס
Re: קול מבשר תשעה באב פראגראם תשפ''ב
Witch number do I need to press on the hotline to hear it?unit 13 האט געשריבן:ליל תשעה באב לייוו פראגראם. קול מבשר שטעלט צו היינט נאכט און מארגן זונטאג א ספעציעלע תשעה באב לייוו פראגראם, ווי מען וועט קענען הערן פארשידענע דרשות, שמועסן און אינטערוויוס איבער מיטמאכענישן און שוועריגקייטן ביי כלל ישראל. די פראגראם הייבט זיך אן היינט מוצאי שבת אום 11 אזייגער ביינאכט, ווען מען וועט הערן אן אינטערוויו מיט הישיש הרב אליהו שמואל העפטלער, דוקלא רב אין די איסט סייד, מיט א לעבעדיגע עידות פון קריסטאל נאכט אלס 6 יעריג קינד, די קעסטלעך אש פון דאכו, די בזיון ת"ח, און איבער די ביטערע צרות און פיין וואס ער איז אריבער ביים צווייטן וועלט קריג. אום 12 אזייגער ביינאכט וועט מען הערן א רירענדער תשעה באב שמועס מיטן היסטאריקער און בארימטער שריפטשטעלער הרב חנה פריעדמאן, איבער זעלטן שוידערליכע סצענעס און אומבאקאנטע עפיזאדן וואס האבן זיך אפגעשפילט אין לויף פון די גרויזאמע צווייטע וועלט מלחמה, באגלייט מיט ערשטהאנטיגע לעצטע עדות פון קריג איבערלעבער. אום 2 ביינאכט, וועט מען הערן א שמועס דורך מיטן בעל מחנך ופה מפיק מרגליות הרב שאול קליין, איבער דראמאטישע שילדערונגען פון די צווייטע וועלט קריג, און די שרעקליכער מארד מאשין וואס די דייטשן האבן אפערירט. די לייוו פראגראמען, וועט מען קענען מיטהאלטן ביי די "פארשידענס" אפטיילונג דא אויפן הויפט בלאט, אין ווי נאר א דרשה וועט זיך ענדיגן, וועט מען עס תיקף קענען הערן ביי די "ארכיוון אפטיילונג", אויך ביי די תשעה באב לייוו קנעפל. די אינהאלט פון די מארגנדיגע פראגראם וועט געמאלדן ווערן תשעה באב צופרי.
Re: קול מבשר תשעה באב פראגראם תשפ''ב
אויב האט איר עקסעס ניצט די אידיש 24 עפפ
Re: קול מבשר תשעה באב פראגראם תשפ''ב
ווי אין די עפפ?
איך זיך רב בידערמאן
איך זיך רב בידערמאן
די פאקט אז איך האב נישט גענטפערט מיינט נישט אז אז איך האב נישט וואס צו ענטפערן, עס מיינט אז איך קען מיך איינהאלטן.
כאפט דעם פערי פון גערי ביז בערי...
כאפט דעם פערי פון גערי ביז בערי...
Re: קול מבשר תשעה באב פראגראם תשפ''ב
ר' אלימלך בידערמאן קען מען נישט הערן אויפן עפפשרויפל האט געשריבן:ווי אין די עפפ?
איך זיך רב בידערמאן
-
- שר חמישים
- תגובות: 77
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 01, 2022 1:58 am
Re: קול מבשר תשעה באב פראגראם תשפ''ב
?Any backup number
Re: קול מבשר תשעה באב פראגראם תשפ''ב
Call 1.718.906.6444 then press 1-2-6-14שרויפל האט געשריבן:ווי אין די עפפ?
איך זיך רב בידערמאן
Re: קול מבשר תשעה באב פראגראם תשפ''ב
אויך דאון!!הארזים האט געשריבן:Call 1.718.906.6444 then press 1-2-6-14שרויפל האט געשריבן:ווי אין די עפפ?
איך זיך רב בידערמאן
- יצחק אייזיק
- שר תשעת אלפים
- תגובות: 9998
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 02, 2020 2:25 pm
Re: קול מבשר תשעה באב פראגראם תשפ''ב
די זעלבע תגובה נאר קלארער צום ליינען.unit 13 האט געשריבן:ליל תשעה באב לייוו פראגראם.
קול מבשר שטעלט צו היינט נאכט און מארגן זונטאג א ספעציעלע תשעה באב לייוו פראגראם, ווי מען וועט קענען הערן פארשידענע דרשות, שמועסן און אינטערוויוס איבער מיטמאכענישן און שוועריגקייטן ביי כלל ישראל.
די פראגראם הייבט זיך אן היינט מוצאי שבת אום 11 אזייגער ביינאכט, ווען מען וועט הערן אן אינטערוויו מיט הישיש הרב אליהו שמואל העפטלער, דוקלא רב אין די איסט סייד, מיט א לעבעדיגע עידות פון קריסטאל נאכט אלס 6 יעריג קינד, די קעסטלעך אש פון דאכו, די בזיון ת"ח, און איבער די ביטערע צרות און פיין וואס ער איז אריבער ביים צווייטן וועלט קריג.
אום 12 אזייגער ביינאכט וועט מען הערן א רירענדער תשעה באב שמועס מיטן היסטאריקער און בארימטער שריפטשטעלער הרב חנה פריעדמאן, איבער זעלטן שוידערליכע סצענעס און אומבאקאנטע עפיזאדן וואס האבן זיך אפגעשפילט אין לויף פון די גרויזאמע צווייטע וועלט מלחמה, באגלייט מיט ערשטהאנטיגע לעצטע עדות פון קריג איבערלעבער.
אום 2 ביינאכט, וועט מען הערן א שמועס דורך מיטן בעל מחנך ופה מפיק מרגליות הרב שאול קליין, איבער דראמאטישע שילדערונגען פון די צווייטע וועלט קריג, און די שרעקליכער מארד מאשין וואס די דייטשן האבן אפערירט.
די לייוו פראגראמען, וועט מען קענען מיטהאלטן ביי די "פארשידענס" אפטיילונג דא אויפן הויפט בלאט, אין ווי נאר א דרשה וועט זיך ענדיגן, וועט מען עס תיקף קענען הערן ביי די "ארכיוון אפטיילונג", אויך ביי די תשעה באב לייוו קנעפל.
די אינהאלט פון די מארגנדיגע פראגראם וועט געמאלדן ווערן תשעה באב צופרי.
הנה תגובתי לפניך, קח ולייק
Re: קול מבשר תשעה באב פראגראם תשפ''ב
ארכיוו: הגה"צ המשפיע ר' אלימלך בידערמאן שליט"א: ספעציעל געזאגט לייוו נאכן קינות ליל תשעה באב תשפ"בשרויפל האט געשריבן:ווי אין די עפפ?
איך זיך רב בידערמאן
https://www.yiddish24.com/miscellanies/197/67295
Re: קול מבשר תשעה באב פראגראם תשפ''ב
Wow
ר' חנה פריעדמאן רעדט שטארק
עס האט זי אפגעהאקט אינמיטן רעדן און סהאט זיך אנגעהויבן די נייע דרשה
ביי נאך איינעם?
ר' חנה פריעדמאן רעדט שטארק
עס האט זי אפגעהאקט אינמיטן רעדן און סהאט זיך אנגעהויבן די נייע דרשה
ביי נאך איינעם?
אז כקען העלפן פארוואס נישט...
- יצחק אייזיק
- שר תשעת אלפים
- תגובות: 9998
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 02, 2020 2:25 pm
Re: קול מבשר תשעה באב פראגראם תשפ''ב
מער ווייניגער די זעלבע נושאים יעדע יאר, אבער פארט גאר אינטערעסאנט צו הערן!Potus האט געשריבן:Wow
ר' חנה פריעדמאן רעדט שטארק
עס האט זי אפגעהאקט אינמיטן רעדן און סהאט זיך אנגעהויבן די נייע דרשה
ביי נאך איינעם?
הנה תגובתי לפניך, קח ולייק
Re: קול מבשר תשעה באב פראגראם תשפ''ב
דער דרעזנער ווארפט אריין יעדע 2 מינוט זיינע אינטערוויוסיצחק אייזיק האט געשריבן:מער ווייניגער די זעלבע נושאים יעדע יאר, אבער פארט גאר אינטערעסאנט צו הערן!Potus האט געשריבן:Wow
ר' חנה פריעדמאן רעדט שטארק
עס האט זי אפגעהאקט אינמיטן רעדן און סהאט זיך אנגעהויבן די נייע דרשה
ביי נאך איינעם?
אז כקען העלפן פארוואס נישט...
-
- שר חמש מאות
- תגובות: 549
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 05, 2016 2:10 pm
Re: קול מבשר תשעה באב פראגראם תשפ''ב
יא געגאנגען צו די נעקסטע אבער מ'קען איבערהערן די גאנצעPotus האט געשריבן:Wow
ר' חנה פריעדמאן רעדט שטארק
עס האט זי אפגעהאקט אינמיטן רעדן און סהאט זיך אנגעהויבן די נייע דרשה
ביי נאך איינעם?
- keep it up
- שר מאה
- תגובות: 192
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 09, 2022 4:01 pm
Re: קול מבשר תשעה באב פראגראם תשפ''ב
link plsunit 13 האט געשריבן:. אום 2 ביינאכט, וועט מען הערן א שמועס דורך מיטן בעל מחנך ופה מפיק מרגליות הרב שאול קליין, איבער דראמאטישע שילדערונגען פון די צווייטע וועלט קריג, און די שרעקליכער מארד מאשין וואס די דייטשן האבן אפערירט. די לייוו פראגראמען.
Re: קול מבשר תשעה באב פראגראם תשפ''ב
קול מבשר קומט אריין די יאר מיט א קנאקעדיגע פראגראם
קוקט אויס גאר אינטערסאנט
קוקט אויס גאר אינטערסאנט
Re: קול מבשר תשעה באב פראגראם תשפ''ב
קעפל: אידיש 24 (קול מבשר) וועבזייטל און עפפ
אנפין נהירין האט געשריבן:זונטאג צום תשעה באב לייוו פראגראם, ביים אפטיילונג "פארשידענס" אויפן הויפט בלאט: די פראגראם היינט צום תשעה באב, וועט זיך אנפאנגן 10 אזייגער צופרי, אין יעדע שעה, וועט געהערט ווערן א צווייטע שמועס אדער אינטערוויו, ביז 9:30 ביינאכט.
אום 10 אזייגער צופרי וועט מען הערן דורך הרב יוסף נחמי' הכהן קוואדראט, איבער א טרויעריג ביטערע קאפיטל בקורות כלל ישראל "די ראצא'ס ברודער", ווי אזוי צוויי ברודער זענען ברוטאל אומגעברענגט געווארן אויף קידוש ד' נאך א מסירה, אז זיי האבן צוריקגעברענגט צו תשובה א קריסט א משומד אין לעמבערג.
אום 11 אזייגער פארמיטאג, וועט מען הערן דורך הרב משה דוועק, רב דקהל שערי תפילה ניו דזשערזי, רירענדע שילדערונגען פון שווערע מינוטן ביי אחינו בני ישראל הספרדים, און לעבעדיגע עדות'ן וואס ער האט מיטגעהאלטן מיט אנשי ספרד ביים זיך שיידן לעולם שכולו טוב.
אום 12 מיטאג, וועט מען הערן דורך ר' שלמה זייאנס איבער גלות אוקריינא, טרויעריגע לעבעדיגע עידות פון די בלוט באד מיט עטליכע חדשים צוריק אין בוטשא, א שפאציר איבער אוקריינא אין ברען פונעם יעצטיגן קריג, און א לעצטיגע געשיכטע ביי א הייל אין מצרים.
אום 1 מיטאג, וועט מען הערן דורך ר' שמעון יואל און ר' משה קליין וויאזוי אידן אין פארשידענע קהלות ארום דער וועלט טרויערן א גאנץ יאר אויפן חורבן בית המקדש, - איבער אידישע קהלות וואס זענען אנגעגאנגען פאר לאנגע יארן און זענען לעצטנס אונטערגעגאנגען - ווי אויך אינטערעסאנטע און אייגנארטיגע מנהגים פון קהלות ארום דער וועלט אינעם טאג תשעה באב
אום 2 אזייגער נאכמיטאג וועט מען הערן דורך ר' משה מארגארעטן א עפיזאד פון א איד לוי בן סעידה, וואס געפונט זיך אין א פארצייטישע סארט תפיסה וואו ער ווערט געפייניגט יעדן טאג מיט עינויים קשים דורך א גרופע טעראריסטן.
אום 2:30 נאכמיטאג, וועט מען הערן דורך הרה"ג רבי חיים שלמה בערגער אב"ד ליביטשויב איבער אידן וואס זענען געווען מער סוקסעספול אין דייטשלאנד פאר'ן צווייטן וועלט קריג ווי אין דער היינטיגער אמעריקע, ס'האט זיי גארנישט געפעלט, אבער ממש ווי איבערנאכט זענען די "מענטשליכע" דייטשן פארוואנדלט געווארן אין מאנסטערס, און וויאזוי איז אזוינס געשען און צי קען זיך עס נאכאמאל איבער'חזר'ן.
אום 3 נאכמיטאג וועט מען הערן דורך ר' מענדל אונגאר איבער מענטשן וואס פארציילן אז זיי זענען שוין געווען אויף יענער וועלט, אריינכערעכענט א געשיכטע פון א היימישער איד וואס איז דורך אזא געשיכטע, אזוי אויך איבער א גאנצע כיתה וואס האט געדארפט גיין איבערבעטן ביים ציון פון א חבר נאך א שטוינענדע געשיכטע.
אום 4 אזייגער נאכמיטאג וועט מען הערן אן שמועס מיט הבחור יעקב גוטוואלד איבער זיין לעבן אויפוואקסענדיג אין א שטרענג-קריסטליכע פאמיליע נעבן וויען, עסטרייך וואו ער איז טרענירט געווארן צו זיין א מיסיאנער און אריינכאפן דוקא היימישע אידן אין נעץ, ער האט זיך אויפגעהאלטן א שטיק צייט אין ארץ ישראל דינענדיג אלץ מיסיאנער, אבער אנשטאט איבעררעדן אידן איז ער אליינס איבערגעצייגט געווארן מיטן אמת אז ה' אחד ושמו אחד, און א שטיק צייט נאכדעם האט ער זיך מגייר געווען און היינט לערנט ער אין ישיבה.
אום 5 אזייגער נאכמיטאג וועט מען הערן א שמועס מיט הרב נתנאל גאנץ איבער אידישע נשמות וואס ווערן אריינגענערט אין אראבישע דערפלעך אין אר"י ווי זיי מאכן מיט א טאג-טעגליכע תשעה באב, און עסקנים האבן זיי געדארפט ארויסראטעווען מיט פארזיכטיגע גוט-פלאנירטע קאמאנדא אפעראציעס.
אום 6 אזייגער נאכמיטאג וועט מען קענען הערן דורך ר' הענדל ברייער אינטערוויוס מיט עטליכע אידן וועלכע זענען דורכגעגאנגען זייער אייגענע גלות, זייענדיג אויסגעשטעלט צו טשעפערייען און בוליאינג פאר עטליכע יאר אין חדר וואס האט איבערגעלאזט א לאנג-יעריגער אפעקט. אן אינטערוויו מיט ר' נפתלי, וואס געדענקט ווי היינט יענע לאנגע טרויעריגע נעכט אין קעמפ ווען קינדער האבן אים געטשעפעט איבער זיין וואג, און מיט ר' אברהם וואס האט עטליכע יאר נישט געהאט אפילו איין חבר און געוויינט אן אויפהער אויף זיין ביטערע גורל, אויך הערט פונעם טעראפיסט הרב הערשל טייטלבוים איבער וואס עס ליגט אונטער די דיקע הויט פונעם בולי און די הייסע טרערן פונעם געבוליטן.
אום 7:30 פארנאכטס וועט מען הערן דורך הרב דוד קלעצקין וואונדערליכע השגחה פרטיות'ן זייענדיג עוסק לאנגע יארן אלס חזן ביי חברה קדישא חסידים, וואס ער האט מיטגעלעבט מיט די אייגענע אויגן הפלא'דיגע עפיזאדן וואס ער האט געזעהן ביי נפטרים, ווי אזוי זייערע מעשים טובים האט זיי באגלייט ביים לעצטן טאג.
אום 8 אזייגער פארנאכטס וועט מען הערן א שמועס מיט ר' יוסף ווייס פון סאטמארע חברה קדישה, איבער דאס עוסק זיין אין טהרות נאך פון אלס בחור, לוויות פון גדולי ישראל, וועלכע חברה קדישא האט הגאון רבי משה פיינשטיין זצ"ל פארלאנגט, די לוי' פון די באבובע רעביצן ע"ה טאכטער פון הרה"ק רבי שלום אליעזר'ל מראצפערט און נאך.
אום 8:30 וועט מען הערן א פאנעל מיט עטליכע וואלענטירן פון די מצילי אש אין קרית יואל, וואס שילדערן וויאזוי זיי האבן ארויסגעראטעוועט אידן פון ברענעדיגע הייזער, און באוויזן בחסדי השם אפצוראטעווען פילע שטובער פון ארויפגיין און פלאמען. די לייוו פראגראמען, וועט מען קענען מיטהאלטן ביי די "פארשידענס" אפטיילונג דא אויפן הויפט בלאט, אין ווי נאר א דרשה וועט זיך ענדיגן, וועט מען עס תיקף קענען הערן ביי די זעלבן קנעפל.
https://www.yiddish24.com/news/bulletin/67299
Re: קול מבשר תשעה באב פראגראם תשפ''ב
https://www.yiddish24.com/miscellanies/197/67297keep it up האט געשריבן:link plsunit 13 האט געשריבן:. אום 2 ביינאכט, וועט מען הערן א שמועס דורך מיטן בעל מחנך ופה מפיק מרגליות הרב שאול קליין, איבער דראמאטישע שילדערונגען פון די צווייטע וועלט קריג, און די שרעקליכער מארד מאשין וואס די דייטשן האבן אפערירט. די לייוו פראגראמען.
- יצחק אייזיק
- שר תשעת אלפים
- תגובות: 9998
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 02, 2020 2:25 pm
Re: קול מבשר תשעה באב פראגראם תשפ''ב
מ'קען הערן א עקסטערע האלבע שעה וואס איז נישט געווען אויף די לייווburich mechel האט געשריבן:יא געגאנגען צו די נעקסטע אבער מ'קען איבערהערן די גאנצעPotus האט געשריבן:Wow
ר' חנה פריעדמאן רעדט שטארק
עס האט זי אפגעהאקט אינמיטן רעדן און סהאט זיך אנגעהויבן די נייע דרשה
ביי נאך איינעם?
הנה תגובתי לפניך, קח ולייק
Re: קול מבשר תשעה באב פראגראם תשפ''ב
מאמענט רוקט זיך שטארק אריין אין קול מבשר
חיים שלמה בערגער איז אויף קול מבשר
יצחק עקשטיין אויף קול מבשר
מענדל אונגאר איז אויף קול מבשר
יואל גליק לעצטנס געווען אויף קול מבשר
פינחס גלויבער (קומט פון קול מבשר)
שמעון יואל קליין אויף קול מבשר
חיים שלמה בערגער איז אויף קול מבשר
יצחק עקשטיין אויף קול מבשר
מענדל אונגאר איז אויף קול מבשר
יואל גליק לעצטנס געווען אויף קול מבשר
פינחס גלויבער (קומט פון קול מבשר)
שמעון יואל קליין אויף קול מבשר
סטאביליטעט איז די וויכטיגסטע זאך פאר עקאנאמיע - פארטייען, פרעזידענטן, דעמאקראטיע און עלעקשאנס האבן מיט דעם קיין שייכות נישט, און אז דו זיכסט פרוף קוק אויף כינע...
Re: קול מבשר תשעה באב פראגראם תשפ''ב
דא האט איר אן אינטערעסאנטע אשכול איבער מענדל אונגער׳ס נושא
http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.ph ... 9#p2156989
http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.ph ... 9#p2156989
אני הוא הנער, נער המדבר