צוויי אידן דריי דיעות - ר' וועלוול שמעלצער און ר' יואל ברוין

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
רעגנדיג
שר שבעת אלפים
תגובות: 7260
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 30, 2022 9:15 pm

Re: צוויי אידן דריי דיעות - ר' וועלוול שמעלצער און ר' שמעון יואל קליין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רעגנדיג »

אבער ר' חיים האגער האט געזאגט אז אויב מ'קען נישט לערנען גמרא בעיון זאל מען ענדערש לערנען חומש מיט רמב"ן אדער משניות וכדו' ווייל גמרא איז נאר געמאכט צו לערנען בעיון
באשיינפערליך האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 1:48 am
איין זאך ווייסעך יא, איך זעה ווער ס׳שטייט אויף וועמענס צד… דאס זאגט מיר פונקטליך וואו איך זאל שטיין…
אוועטאר
נעמטאָדאָם
שר חמישים ומאתים
תגובות: 452
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 05, 2021 3:56 pm

Re: צוויי אידן דריי דיעות - ר' וועלוול שמעלצער און ר' שמעון יואל קליין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נעמטאָדאָם »

לדעתי איז נאר אויסגעלאזט געווארן איין גאר וויכטיגע נקודה.

חומש רש"י וועט קיינער נישט לערנען פאר א שעה א טאג, וכן אלע אנדערע ספרים משא"כ גמרא. הונדערטע (צו גאר מער) אינגעלייט בעלי בתים זענען היינט צוטאגס קובע עתים יעדן טאג פאר א שעה צו מער נאר א דאנק די גמרות, א עלטער בעה"ב האט מיר געזאגט אז ער לערנט היינטיגע צייטן יעדן זונטאג פאר 4-5 שעה, נאר א דאנק די גמרות, כ'מיין אז עס איז פשוט א סכנה צו זאגן אז ס'איז ענדערש נישט צו לערנען גמרא בכלל. אודאי וואלט געווען בעסער ווען מען זעצט זיך לערנען בעיון וכו', נישט יעדער קען דאס טוהן. די מוחות זענען טרוד און מען קען זיך נישט גרינג צוזאמנעמען די מח.

און צו ר' וועלוול, דיין טאטע איז טאקע געזעצן ביי יענעם שיעור, צוזאמען מיט נאך פינף אידן... וויפיל אידן פלעגן נישט קומען...? איך און דו קענען זייערע נעמען... זייערע קינדער זיצן אבער היינט און זענען קובע עתים טעגליך נאר אדאנק די באביטשקע גמרות.

מען טענה'עט אז מען געדענקט נישט די גמרות. פרעג עני אינגערמאן וואס לערנט אין די גמרות, זיין קאפ איז פיל מיט מאמרי חז"ל וכו', און אז ער געדענקט נישט וואו עס שטייט, לכבוד דעם זאל ער ענדערש נישט לערנען..?

און איבער די טענה אז מען קען נישט זאגן "היינטיגע דור" אויף אלעס.. פיין, אג עס נישט אויף קאמיקס, חנוכה מתנות, אנטיסעמיטישע אטאקעס, טשערעדי, מוזיק, וכו' אבער די מציאות פון די גמרות איז אז קיינער האט נישט אויפגעהערט דינען און טראכטן פונעם אייבערשטען לכבוד דעם אויב עפעס פארקערט.
ווייסעך נישט
אוועטאר
Rak Tov
שר שבעת אלפים
תגובות: 7892
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 18, 2020 12:35 pm
לאקאציע: דא
פארבינד זיך:

Re: צוויי אידן דריי דיעות - ר' וועלוול שמעלצער און ר' שמעון יואל קליין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Rak Tov »

נעמטאָדאָם האט געשריבן:לדעתי איז נאר אויסגעלאזט געווארן איין גאר וויכטיגע נקודה.

און איבער די טענה אז מען קען נישט זאגן "היינטיגע דור" אויף אלעס.. פיין, אג עס נישט אויף קאמיקס, חנוכה מתנות, אנטיסעמיטישע אטאקעס, טשערעדי, מוזיק, וכו' אבער די מציאות פון די גמרות איז אז קיינער האט נישט אויפגעהערט דינען און טראכטן פונעם אייבערשטען לכבוד דעם אויב עפעס פארקערט.

;l;p- ;l;p-
ווארפט אריין לכה"פ $360
https://thechesedfund.com/chemed/ivelt
אוועטאר
moishy56
שר עשרת אלפים
תגובות: 19934
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 10, 2013 6:36 am

Re: צוויי אידן דריי דיעות - ר' וועלוול שמעלצער און ר' שמעון יואל קליין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך moishy56 »

נעמטאָדאָם האט געשריבן:

און צו ר' וועלוול,
דיין טאטע איז טאקע געזעצן ביי יענעם שיעור, צוזאמען מיט נאך פינף אידן...
וויפיל אידן פלעגן נישט קומען?
איך און דו קענען זייערע נעמען...
זייערע קינדער זיצן אבער היינט און זענען קובע עתים טעגליך נאר אדאנק די באביטשקע גמרות.

שטארק שטארק!
.

לייף אינשורענס אן קיין בלוט-טעסט גרינגערהייט. רופט/טעקסט די ווארט INFO צו 718-480-0545 #קהלֵב
אוועטאר
נישט ווי יעדעם
שר האלף
תגובות: 1568
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 20, 2019 2:49 am
לאקאציע: נישט צו ווייט

Re: צוויי אידן דריי דיעות - ר' וועלוול שמעלצער און ר' שמעון יואל קליין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נישט ווי יעדעם »

זייער געשמאקע שיעור די וואך
גאנץ קורץ
אוועטאר
שאשא
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4147
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 05, 2020 12:16 am

Re: צוויי אידן דריי דיעות - ר' וועלוול שמעלצער און ר' שמעון יואל קליין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאשא »

נישט ווי יעדעם האט געשריבן:זייער געשמאקע שיעור די וואך
גאנץ קורץ

יאפ זייער הנאה געהאט
זיי זענען גרויס
אז ארטסקרול דארף זוך פארענטפערן פאר זיי .
הצלחה
אוועטאר
רעגנדיג
שר שבעת אלפים
תגובות: 7260
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 30, 2022 9:15 pm

Re: צוויי אידן דריי דיעות - ר' וועלוול שמעלצער און ר' שמעון יואל קליין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רעגנדיג »

דר'עולם האלט אז די אויסנאם רייכע און געשמאקע פראגראם מעג זיך סטאפן בלויז צוליב אזא נארישע פאקטאר ווי רוקן דעם זייגער?
באשיינפערליך האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 1:48 am
איין זאך ווייסעך יא, איך זעה ווער ס׳שטייט אויף וועמענס צד… דאס זאגט מיר פונקטליך וואו איך זאל שטיין…
טיפער מח
שר חמישים ומאתים
תגובות: 313
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 14, 2021 8:47 pm

Re: צוויי אידן דריי דיעות - ר' וועלוול שמעלצער און ר' שמעון יואל קליין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טיפער מח »

אוודאי נישט...

קען זיין אז אז ביז יעצט זענען זיי געווען איבערשטרענגט. דערפאר קודם א ישר כח פאר ביז יעצט, און האפענטליך וועלן זיי עס אנהאלטן ווייטער.
גראדע א גוטער טריק צו הערן פידבעק צו סטאפן א זאך, און דאן קומט מען זאגן ווי שטארק מען מיסט עס... רביתי זאגט זיי ישר כח פאר זיי הערן אויף...
אוועטאר
נייע שטאט
שר האלפיים
תגובות: 2318
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 28, 2009 5:44 pm

Re: צוויי אידן דריי דיעות - ר' וועלוול שמעלצער און ר' שמעון יואל קליין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נייע שטאט »

רעגענדיג האט געשריבן:אבער ר' חיים האגער האט געזאגט אז אויב מ'קען נישט לערנען גמרא בעיון זאל מען ענדערש לערנען חומש מיט רמב"ן אדער משניות וכדו' ווייל גמרא איז נאר געמאכט צו לערנען בעיון

כבודו הגדול במקומו מונח, אבער 99.99 פראצענט פון גדולי ישראל אין לעצטן דור האבן נישט אזוי געהאלטן, וואס זענען געווען די שיעורי תורה ברבים פאר בעלי בתים?
אין א געוויסן זין איז א עולה ארויף צו ברענגען אזא דעת יחיד אויף אזא פאפולערע פלאטפארמע פון קול מבשר, כ'האב עס געהערט און געשטוינט, מאכן גמרא א לימוד פאר יחידי סגולה?
ופרצת ימה וקדמה צפונה ונגבה
אוועטאר
רעגנדיג
שר שבעת אלפים
תגובות: 7260
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 30, 2022 9:15 pm

Re: צוויי אידן דריי דיעות - ר' וועלוול שמעלצער און ר' שמעון יואל קליין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רעגנדיג »

נייע שטאט האט געשריבן:אין א געוויסן זין איז א עולה ארויף צו ברענגען אזא דעת יחיד אויף אזא פאפולערע פלאטפארמע פון קול מבשר, כ'האב עס געהערט און געשטוינט, מאכן גמרא א לימוד פאר יחידי סגולה?

[email protected]
באשיינפערליך האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 1:48 am
איין זאך ווייסעך יא, איך זעה ווער ס׳שטייט אויף וועמענס צד… דאס זאגט מיר פונקטליך וואו איך זאל שטיין…
אוועטאר
נייע שטאט
שר האלפיים
תגובות: 2318
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 28, 2009 5:44 pm

Re: צוויי אידן דריי דיעות - ר' וועלוול שמעלצער און ר' שמעון יואל קליין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נייע שטאט »

רעגענדיג האט געשריבן:
נייע שטאט האט געשריבן:אין א געוויסן זין איז א עולה ארויף צו ברענגען אזא דעת יחיד אויף אזא פאפולערע פלאטפארמע פון קול מבשר, כ'האב עס געהערט און געשטוינט, מאכן גמרא א לימוד פאר יחידי סגולה?

[email protected]

איך שרייב אין אפיס בשעת'ן זיך ליפטערן, ואת בנציבין ומצודתך פרוסה ר' וועלוול מיט ר' שמעון יואל ווייסן פון דעם פארום - איך גלייב במילא ס'איז געווען כשגגה היוצאות

און אז מ'שרייבט שוין וויל איך נישט מ'זאל עס אויסטייטשן וואו סאיז איך קעגן הרב האגער כ'בין זיכער אז איני נוגע לקרסולי קרסוליו - איך שרייב נאר אז ער איז א דעת יחיד שביחידים קעגן אלע אלע מנהיגי ישראל וואס טראגן דעם בפועל'דיגן אחריות פון אלע עדות, קהלות, חסידות, וכו' וואס האבן למעשה בפועל געארבעט אויף קעסט און אויף כלים צו זעצן דעם עולם בעלי בתים און ארבעטער לערנען גמרא, ביי שיעורי תורה מיט אנדערע וואס קענען ועוד ועוד עד אין שיעור.
און כאטשיק מ'קען נישט "מדמה" זיין קען מען אבער ארויס לערנען ווי חז"ל האבן מנדה געווען דעם גדול שבגדולים ווייל ער איז געווען א יחיד נגד רבים,
יעצט שרייבנדיג טראכט איך אז הרב האגער אליין האט מסתמא מער געמיינט להלכה ולא למעשה, סתם א שפעקולאציע וואס ער וואלט ווען געזאגט אז מען זאל טראכטן אלעס אבי אוועק צו נעמען דעם גרויסן שאדן לדעתו פון בחורים אדער בני תורה וואס לערנען נישט בעיון צוליב די טייטש גמרא'ס ואגב חורפיה לא דק.
לעצט פארראכטן דורך נייע שטאט אום מאנטאג פעברואר 14, 2022 6:20 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
ופרצת ימה וקדמה צפונה ונגבה
ידבש
שר העשר
תגובות: 34
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 21, 2020 7:00 pm
לאקאציע: Monroe

Re: צוויי אידן דריי דיעות - ר' וועלוול שמעלצער און ר' שמעון יואל קליין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ידבש »

טיפער מח האט געשריבן:אוודאי נישט...

;l;p-
אוועטאר
אחד מן החבורה
שר האלף
תגובות: 1079
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש יאנואר 30, 2021 10:34 pm

Re: צוויי אידן דריי דיעות - ר' וועלוול שמעלצער און ר' שמעון יואל קליין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אחד מן החבורה »

ווי זענען זיי געווען שבת ?
בין איש
אוועטאר
רעגנדיג
שר שבעת אלפים
תגובות: 7260
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 30, 2022 9:15 pm

Re: צוויי אידן דריי דיעות - ר' וועלוול שמעלצער און ר' שמעון יואל קליין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רעגנדיג »

טיפער מח האט געשריבן:אוודאי נישט...

קען זיין אז אז ביז יעצט זענען זיי געווען איבערשטרענגט. דערפאר קודם א ישר כח פאר ביז יעצט, און האפענטליך וועלן זיי עס אנהאלטן ווייטער.
גראדע א גוטער טריק צו הערן פידבעק צו סטאפן א זאך, און דאן קומט מען זאגן ווי שטארק מען מיסט עס... רביתי זאגט זיי ישר כח פאר זיי הערן אויף...

מה דאך אין די קורצע פרייטאג'ס האבן זיי געהאט צייט, כש"כ ווען מ'רוקט די זייגער
באשיינפערליך האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 1:48 am
איין זאך ווייסעך יא, איך זעה ווער ס׳שטייט אויף וועמענס צד… דאס זאגט מיר פונקטליך וואו איך זאל שטיין…
אוועטאר
חנן
שר האלף
תגובות: 1194
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 24, 2020 8:49 am
לאקאציע: ערגעץ ווי

תגובה דורך חנן »

זיי מיינען אז מען וועט נישט האבן קיין צייט אויסצוהערן די פראגראם אין די שפעטע מוצאי שבתות.
כ'גלייב אבער אז א גרויסע פראצענט צוהערער פונעם פראגראם וגם אני הק' בתוכם, הערן דאס לאו דוקא אויס מוצ''ש, ווען עס איז א צייט צו פארברענגען מיט די פאמיליע, און אזוי אויך משלים זיין די טעגליכע שיעור וואס עס קומט געווענטליך נישט אויס געהעריג קיין צייט צו לערנען שבת נאכמיטאג. נאר מען לייגט עס אפ אויף אינמיטן וואך ווען עס קען מאכט זיך צייט.
איך מאך גראדע א שיינע פאר בוקמארקס אינמיטן הערן דעם שמועס ביז איך ענדיג עס...
שרייבער זענען ארטיסטן וואס מאלעווען מיט אותיות.

א שרייבער איז נישט קיין שרייבער צוליב וואס ער שרייבט. נאר ער שרייבט צוליב וואס ער איז א שרייבער.
גלות איד
שר האלף
תגובות: 1000
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 10, 2017 8:48 pm

Re: צוויי אידן דריי דיעות - ר' וועלוול שמעלצער און ר' שמעון יואל קליין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גלות איד »

דעם וואך מאלט מען אדורך די ענין פון שאפן אנליין ווס. ביי אידישע געשעפט.

עס איז מיר א וואונדער ווי אזא נושא וואס איז כל כולו הלכה\השקפה ווערט אדורך געפלוידערט דורך 2 בעלי בתים.
כמים שאין להם סוף
שר האלף
תגובות: 1310
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 18, 2019 4:30 pm

Re: צוויי אידן דריי דיעות - ר' וועלוול שמעלצער און ר' שמעון יואל קליין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כמים שאין להם סוף »

גלות איד האט געשריבן:דעם וואך מאלט מען אדורך די ענין פון שאפן אנליין ווס. ביי אידישע געשעפט.

עס איז מיר א וואונדער ווי אזא נושא וואס איז כל כולו הלכה\השקפה ווערט אדורך געפלוידערט דורך 2 בעלי בתים.

מש"כ ארטסקרול גמרות??
אגב, פארוואס טאר נישט בעלי בתים האבן א דעה אויף השקפה?
בלויע הימל
שר מאה
תגובות: 173
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 14, 2022 1:21 pm

Re: צוויי אידן דריי דיעות - ר' וועלוול שמעלצער און ר' שמעון יואל קליין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בלויע הימל »

כמים שאין להם סוף האט געשריבן:
גלות איד האט געשריבן:דעם וואך מאלט מען אדורך די ענין פון שאפן אנליין ווס. ביי אידישע געשעפט.

עס איז מיר א וואונדער ווי אזא נושא וואס איז כל כולו הלכה\השקפה ווערט אדורך געפלוידערט דורך 2 בעלי בתים.

מש"כ ארטסקרול גמרות??
אגב, פארוואס טאר נישט בעלי בתים האבן א דעה אויף השקפה?

מדערציילט אז ווען דער חת''ס האט געהאט א ספק פלעגט ער פרעגן א באלעבאס און טון פארקערט
ווייל דעת תורה איז היפך דעת בעל בית
רואיגקייט אונטער די בלויע הימל
אוועטאר
חנן
שר האלף
תגובות: 1194
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 24, 2020 8:49 am
לאקאציע: ערגעץ ווי

Re: צוויי אידן דריי דיעות - ר' וועלוול שמעלצער און ר' שמעון יואל קליין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חנן »

האב איך הנאה אז ער פארענטפערט זיך פארן בעיבי סיטן די קינדער לעצטע צוויי וואכן בשעת'ן פראגראם....
שרייבער זענען ארטיסטן וואס מאלעווען מיט אותיות.

א שרייבער איז נישט קיין שרייבער צוליב וואס ער שרייבט. נאר ער שרייבט צוליב וואס ער איז א שרייבער.
אוועטאר
מיט א פרישקייט
שר האלף
תגובות: 1570
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 28, 2019 12:00 pm
לאקאציע: פריש'ידער

Re: צוויי אידן דריי דיעות - ר' וועלוול שמעלצער און ר' שמעון יואל קליין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיט א פרישקייט »

מדריך שוכי איז זייער זאפטיג. נאכדעם האבן זיי איינעם יואלי קרויס א ברידער פון משה קרויס פון די סטודיא. מען רופט אים און מ'פרעגט אים אויס ווער ער איז, וועלכער קרויס וכו', ס'זעט אויס ווי זיי ווייסן אפילו נישט ווער ס'איז סא וויאזוי האבן זיי געהאט זיין נאמבער?
קלוגע מענטשן רעדן וועגן געדאנקען; דורכשניטליכע מענטשן רעדן וועגן געשעענישן; נארישע מענטשן רעדן וועגן מענטשן.
אוועטאר
רעגנדיג
שר שבעת אלפים
תגובות: 7260
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 30, 2022 9:15 pm

Re: צוויי אידן דריי דיעות - ר' וועלוול שמעלצער און ר' שמעון יואל קליין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רעגנדיג »

חנן האט געשריבן:
רעגענדיג האט געשריבן:
טיפער מח האט געשריבן:אוודאי נישט...

קען זיין אז אז ביז יעצט זענען זיי געווען איבערשטרענגט. דערפאר קודם א ישר כח פאר ביז יעצט, און האפענטליך וועלן זיי עס אנהאלטן ווייטער.
גראדע א גוטער טריק צו הערן פידבעק צו סטאפן א זאך, און דאן קומט מען זאגן ווי שטארק מען מיסט עס... רביתי זאגט זיי ישר כח פאר זיי הערן אויף...

מה דאך אין די קורצע פרייטאג'ס האבן זיי געהאט צייט, כש"כ ווען מ'רוקט די זייגער

זיי מיינען אז מען וועט נישט האבן קיין צייט אויסצוהערן די פראגראם אין די שפעטע מוצאי שבתות.
כ'גלייב אבער אז א גרויסע פראצענט צוהערער פונעם פראגראם וגם אני הק' בתוכם, הערן דאס לאו דוקא אויס מוצ''ש, ווען עס איז א צייט צו פארברענגען מיט די פאמיליע, און אזוי אויך משלים זיין די טעגליכע שיעור וואס עס קומט געווענטליך נישט אויס געהעריג קיין צייט צו לערנען שבת נאכמיטאג. נאר מען לייגט עס אפ אויף אינמיטן וואך ווען עס קען מאכט זיך צייט.
איך מאך גראדע א שיינע פאר בוקמארקס אינמיטן הערן דעם שמועס ביז איך ענדיג עס...

כ'הער עס געווענליך זונטאג/מאנטאג
באשיינפערליך האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 1:48 am
איין זאך ווייסעך יא, איך זעה ווער ס׳שטייט אויף וועמענס צד… דאס זאגט מיר פונקטליך וואו איך זאל שטיין…
שמן זית
שר האלף
תגובות: 1269
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 04, 2009 7:54 pm

Re: צוויי אידן דריי דיעות - ר' וועלוול שמעלצער און ר' שמעון יואל קליין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמן זית »

די שמועסן זענען נאר געמאכט פאר אינטערסאנטקייט,

און זייער מיינונג איז קיינעם נישט קובע

במילא סיי וואס זיי זאלן רעדן דארף נישט זיין קיין פראבלעם,

די עלטערן דארפן נאר מחנך זיין די קינדער, אז די צייטונגען און די האט ליין'ס מיינונגען זענען ווערד כקליפת השום
אוועטאר
באסעלע
שר האלף
תגובות: 1992
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 09, 2021 4:25 pm

Re: צוויי אידן דריי דיעות - ר' וועלוול שמעלצער און ר' שמעון יואל קליין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך באסעלע »

מיין איך האלט נישט ווי ר' וועלוועל,
דאס אז איך דארף צוקומען צו אים בשעת הדחק זאל ער בעטן פיפציג פראצענט מער ווי די פרייז, פאר דער וואס דארף עס עמערדזענסי אזויוי rush ביי קלאדינג, וכו'
אבער סתם עמך וואס דארף נישט קיין ראש פארוואס ברויכן זיי איבערצאלן,
לגבי די חלק הלכה מיין איך איז פיין איבערגעצאלט דאכט זיך די הלכה איז ביז א חומש דארף מען גיין צו א יוד,
ביי די טעלעפאן סטארס איז עס עטליכע הונדערט פראצענט מער,
שיך סטאר איז כמעט דאבל,
זייפן פאר וועש איז בערך פופציג פראצענט מער,
וכו' וכו'
און עס עי ביי דא וועי, ווען מקויפט אויף עמעזאן שטיצט מען אויך א יוד אויב גייט מען דורך קנאפערס לינק אדער הרב שלום און נאך עטליכע חברה דא
אז איך בין א גלות יוד, מיינט נאכנישט אז איך דארף שטימען דעמעקראט,
(קרעדיט: יוסי געשטעטנער)
אוועטאר
רעגנדיג
שר שבעת אלפים
תגובות: 7260
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 30, 2022 9:15 pm

Re: צוויי אידן דריי דיעות - ר' וועלוול שמעלצער און ר' שמעון יואל קליין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רעגנדיג »

באסעלע האט געשריבן:לגבי די חלק הלכה מיין איך איז פיין איבערגעצאלט דאכט זיך די הלכה איז ביז א חומש דארף מען גיין צו א יוד,

אויב מ'האט נישט קיין געלט דארף מען נישט גיין צום איד אפי' ס'נאר אביסל טייערער
באשיינפערליך האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 1:48 am
איין זאך ווייסעך יא, איך זעה ווער ס׳שטייט אויף וועמענס צד… דאס זאגט מיר פונקטליך וואו איך זאל שטיין…
שיינע שטריימעל
שר האלף
תגובות: 1196
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 09, 2021 12:16 pm

Re: צוויי אידן דריי דיעות - ר' וועלוול שמעלצער און ר' שמעון יואל קליין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שיינע שטריימעל »

Goodmorning האט געשריבן:
הענדימען האט געשריבן:איך בין סאמהאו אריינגעפאלן אין דעם אשכול און געזעהן אז מ'האט פון אים גערעדט

איך האב דעם אינטערוויו נישט געהערט און איך פלאן עס נישט צו הערן. איך האב נישט קיין פראבלעם מיט קול מבשר'ס ניווא (ווילאנג מיינע קינדער ווילן עס נישט רופן)

איך האב נאר איין פראבלעם. קומט א איד וואס צאפט אפיציעל דאס בלוט פון טויזנטער אידן אפאר מאל א טאג במזיד גמור און מ'גיט אים א פלאטפארמע. נישט קיין חילוק צי מ'רעדט שיין אדער נישט. ער מוז ווערן אינגאנצן איגנארירט

איך גיי געבן א משל. יעדער פארשטייט אז אויב מ'וועט אמאל מאכן א שמועס איבער היימישע נושרים וועט מען נישט אינטערוויוען א נושר. נישט קיין חילוק ווי טרויעריג זיין מעשה איז. מ'גייט אים נישט גיבן קיין פלאטפארמע אדער לעגיטימיטעט

די זעלבע דא. נישט קיין חילוק צי די ראבא קאלס פון אנדערע ארגאניזאציעס און ביזנעסער זענען יא אדער נישט גערעכט. "ער" איז זיכער נישט גערעכט און טאר נישט באקומען נישט קיין אטענשאן און נישט קיין פלאטפארמע\לעגיטימיטעט

איך האב נישט געהערט די שמועס.

אבער דאס איז זיכער אז דער איד לעבט אפגעריסן און אפגעשליסן און צורייסט זיך צו העלפן אנדערע אידן. ער גיבט כסדר ריזיגע געלטער ווייל ער קעו נישט זאגן ניין. איך ווייס עס איך האב פערזענליך געמאכט מיין ריסערטש איבער דעם.

זיינע קאלס זענען מער א בחינה פון פעלן א זעקסטע חוש צו כאפן ווי שטארק ער נערווירט. ער זעט עס פון זיין פערספעקטיוו אז איך צורייס מיר פאר כלל ישראל, ביג דיעל קלינגט דיין טעלעפאן. זיין טעלעפאן קלינגט א גאנצן טאג פון מענטשן וואס בעטן הילף.

איך שפיר צו אים דאס וואס איך שפיר צו יעמער וואס קומט צו צו מיר אין שול אינמיטן לערנען הונדרעט מאל דערציילן זיינע אומגעלונגענע וויצן. איך קראך, איך ווער נערווירט, אסער עס איז א רחמנות אויף די איד וואס כאפט נישט די ווינק, נישט איך האב אים פיינט.

למעשה איז נישט גערעכט צו רעדן אויף א איד וואס טוט אזויפיל חסד אפילו אויב ער גייט אויסדרוקליך שטארק אויף די נערוון.

viewtopic.php?f=6&t=9064
שרייב תגובה

צוריק צו “קול מבשר”