זונטאג צום תשעה באב לייוו פראגראם, ביים אפטיילונג "פארשידענס" אויפן הויפט בלאט:
די פראגראם היינט צום תשעה באב, וועט זיך אנפאנגן 10 אזייגער צופרי, אין יעדע שעה, וועט געהערט ווערן א צווייטע שמועס אדער אינטערוויו, ביז 9:30 ביינאכט.
אום 10 אזייגער צופרי וועט מען הערן דורך הרב
יוסף נחמי' הכהן קוואדראט, איבער א טרויעריג ביטערע קאפיטל בקורות כלל ישראל
"די ראצא'ס ברודער", ווי אזוי צוויי ברודער זענען ברוטאל אומגעברענגט געווארן אויף קידוש ד' נאך א מסירה, אז זיי האבן צוריקגעברענגט צו תשובה א קריסט א משומד אין לעמבערג.
אום 11 אזייגער פארמיטאג, וועט מען הערן דורך הרב
משה דוועק, רב דקהל שערי תפילה ניו דזשערזי, רירענדע שילדערונגען פון שווערע מינוטן ביי
אחינו בני ישראל הספרדים, און לעבעדיגע עדות'ן וואס ער האט מיטגעהאלטן מיט אנשי ספרד ביים זיך שיידן לעולם שכולו טוב.
אום 12 מיטאג, וועט מען הערן דורך ר'
שלמה זייאנס איבער גלות אוקריינא, טרויעריגע לעבעדיגע עידות פון די בלוט באד מיט עטליכע חדשים צוריק אין
בוטשא, א שפאציר איבער אוקריינא אין ברען פונעם יעצטיגן קריג, און א לעצטיגע געשיכטע ביי א הייל אין מצרים.
אום 1 מיטאג, וועט מען הערן דורך ר'
שמעון יואל און ר' משה קליין וויאזוי אידן אין פארשידענע קהלות ארום דער וועלט טרויערן א גאנץ יאר אויפן חורבן בית המקדש, - איבער אידישע קהלות וואס זענען אנגעגאנגען פאר לאנגע יארן און זענען לעצטנס אונטערגעגאנגען - ווי אויך אינטערעסאנטע און אייגנארטיגע מנהגים פון קהלות ארום דער וועלט אינעם טאג תשעה באב
אום 2 אזייגער נאכמיטאג וועט מען הערן דורך ר'
משה מארגארעטן א עפיזאד פון א איד לוי בן סעידה, וואס געפונט זיך אין א פארצייטישע סארט תפיסה וואו ער ווערט געפייניגט יעדן טאג מיט עינויים קשים דורך א גרופע
טעראריסטן.
אום 2:30 נאכמיטאג, וועט מען הערן דורך הרה"ג
רבי חיים שלמה בערגער אב"ד ליביטשויב איבער אידן וואס זענען געווען מער סוקסעספול אין
דייטשלאנד פאר'ן צווייטן וועלט קריג ווי אין דער היינטיגער אמעריקע, ס'האט זיי גארנישט געפעלט, אבער ממש ווי איבערנאכט זענען די "מענטשליכע" דייטשן פארוואנדלט געווארן אין מאנסטערס, און וויאזוי איז אזוינס געשען און צי קען זיך עס נאכאמאל איבער'חזר'ן.
אום 3 נאכמיטאג וועט מען הערן דורך ר'
מענדל אונגאר איבער מענטשן וואס פארציילן אז זיי זענען שוין געווען אויף יענער וועלט, אריינכערעכענט א געשיכטע פון א היימישער איד וואס איז דורך אזא געשיכטע, אזוי אויך איבער א גאנצע כיתה וואס האט געדארפט גיין איבערבעטן ביים ציון פון א חבר נאך א שטוינענדע געשיכטע.
אום 4 אזייגער נאכמיטאג וועט מען הערן אן שמועס מיט
הבחור יעקב גוטוואלד איבער זיין לעבן
אויפוואקסענדיג אין א שטרענג-קריסטליכע פאמיליע נעבן וויען, עסטרייך וואו ער איז טרענירט געווארן צו זיין א מיסיאנער און אריינכאפן דוקא היימישע אידן אין נעץ, ער האט זיך אויפגעהאלטן א שטיק צייט אין ארץ ישראל
דינענדיג אלץ מיסיאנער, אבער אנשטאט איבעררעדן אידן איז ער אליינס איבערגעצייגט געווארן מיטן אמת אז ה' אחד ושמו אחד, און א שטיק צייט נאכדעם האט ער זיך
מגייר געווען און היינט לערנט ער אין ישיבה.
אום 5 אזייגער נאכמיטאג וועט מען הערן א שמועס מיט הרב
נתנאל גאנץ איבער אידישע נשמות וואס ווערן אריינגענערט אין
אראבישע דערפלעך אין אר"י ווי זיי מאכן מיט א טאג-טעגליכע תשעה באב, און עסקנים האבן זיי געדארפט ארויסראטעווען מיט פארזיכטיגע גוט-פלאנירטע קאמאנדא אפעראציעס.
אום 6 אזייגער נאכמיטאג וועט מען קענען הערן דורך ר'
הענדל ברייער אינטערוויוס מיט עטליכע אידן וועלכע זענען דורכגעגאנגען זייער אייגענע גלות, זייענדיג אויסגעשטעלט צו
טשעפערייען און בוליאינג פאר עטליכע יאר אין חדר וואס האט איבערגעלאזט א לאנג-יעריגער אפעקט. אן אינטערוויו מיט ר' נפתלי, וואס געדענקט ווי היינט יענע לאנגע טרויעריגע נעכט אין קעמפ ווען קינדער האבן אים געטשעפעט איבער זיין וואג, און מיט ר' אברהם וואס האט עטליכע יאר נישט געהאט אפילו איין חבר און געוויינט אן אויפהער אויף זיין ביטערע גורל, אויך הערט פונעם
טעראפיסט הרב הערשל טייטלבוים איבער וואס עס ליגט אונטער די דיקע הויט פונעם בולי און די הייסע טרערן פונעם געבוליטן.
אום 7:30 פארנאכטס וועט מען הערן דורך הרב
דוד קלעצקין וואונדערליכע
השגחה פרטיות'ן זייענדיג עוסק לאנגע יארן אלס חזן ביי חברה קדישא חסידים, וואס ער האט מיטגעלעבט מיט די אייגענע אויגן הפלא'דיגע עפיזאדן וואס ער האט געזעהן ביי נפטרים, ווי אזוי זייערע מעשים טובים האט זיי באגלייט ביים לעצטן טאג.
אום 8 אזייגער פארנאכטס וועט מען הערן א שמועס מיט ר'
יוסף ווייס פון סאטמארע
חברה קדישה, איבער דאס עוסק זיין אין טהרות נאך פון אלס בחור, לוויות פון גדולי ישראל, וועלכע חברה קדישא האט
הגאון רבי משה פיינשטיין זצ"ל פארלאנגט, די לוי' פון די
באבובע רעביצן ע"ה טאכטער פון הרה"ק
רבי שלום אליעזר'ל מראצפערט און נאך.
אום 8:30 וועט מען הערן א פאנעל מיט עטליכע וואלענטירן פון די
מצילי אש אין קרית יואל, וואס שילדערן וויאזוי זיי האבן
ארויסגעראטעוועט אידן פון ברענעדיגע הייזער, און באוויזן בחסדי השם אפצוראטעווען פילע שטובער פון ארויפגיין און פלאמען.
די לייוו פראגראמען, וועט מען קענען מיטהאלטן ביי די "פארשידענס" אפטיילונג דא אויפן הויפט בלאט, אין ווי נאר א דרשה וועט זיך ענדיגן, וועט מען עס תיקף קענען הערן ביי די זעלבן קנעפל.
https://www.yiddish24.com/news/bulletin/67299