״נפשי״ - מענטל העלט זשורנאל פון מאמענט

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אושפיזין
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4808
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 07, 2020 11:44 pm

Re: ״נפשי״ - מענטל העלט זשורנאל פון מאמענט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אושפיזין »

טישטוך האט געשריבן:איך האב באקומען דאס פאלגענדע אין אישי, פונעם שרייבער פון די נפשי שורות. ביטע נישט פרעגן קיין פראגעס מחמת די פריוואטקייט פונעם ענין:

עכ"פ א חלק פון די ארויסגעשניטענע איז טאקע געווען א קורצע קלארמאכונג איבער מיינע קינדערלעך שיחיו, אז אנדערש ווי רוב פעלער, איז ביי א "קאווערט" נארסיסיסט צומאל אנדערש, און זיי קענען זיין וואוילע עלטערן. ב"ה מיין פרוי איז זייער א געטרייע איבערגעגעבענע מאמע, און מיינע קינדער האבן נישט געליטן גארנישט, און ניטעמאל באמערקט אז עפעס גייט פאר. די מאדנע זאך איז אז טראץ וואס מיר האבן געהאט די אלע אישוס צווישן אונז, איז עס געווען בלויז צווישן אונז, די קינדער האבן קיינמאל נישט מיטגעהאלטן גארנישט (עד היום הזה), פונדרויסן האבן מיר גע'עקט ווי די בעסטע קאפל מיט די בעסטע שלום בית! ווען נישט דעם, אויב וואלטן די קינדער חלילה מיטגעהאלטן די עגמת נפש, וואלט איך געהאט א גרינגערע פעלד זיך אפצולאזן פון איר און זיך זוכן עפעס בעסערס, אבער וויבאלד זיי לעבן אזא רואיגע לעבן האב איך נישט די דרייסטקייט און די הארץ עס צו טון פאר זיי.

די חלק באדערט מיר פארוואס ס'איז געווארן ארויסגעשניטן ס'איז א שטארקע חלק פון די מעשה
פון די שטארקייט פון די יונגערמאן וואס האט געקענט זיכער מאכן אז די קינדער זאלן נישט מיטהאלטן דאס איז א ריזיגע שטארקייט על אף ער האט באקומען די מוסר שמועסן מסתמא און פארענט פון די קינדער
און אויך כ'מיין אז פאר די צאמשטעל פון די מעשה פעהלט עס אויך אויס...
חינוך האט געזיגט!
אוועטאר
fiena nieas
שר חמשת אלפים
תגובות: 5547
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 23, 2011 8:56 am

Re: ״נפשי״ - מענטל העלט זשורנאל פון מאמענט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך fiena nieas »

א חידוש נורא אז זי קען זיין א ליבליכער ווארימע מאמע
אוועטאר
שמעטערלינג
שר מאה
תגובות: 228
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 04, 2020 9:26 am
לאקאציע: איבעראל

Re: ״נפשי״ - מענטל העלט זשורנאל פון מאמענט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמעטערלינג »

אושפיזין האט געשריבן:
טישטוך האט געשריבן:איך האב באקומען דאס פאלגענדע אין אישי, פונעם שרייבער פון די נפשי שורות. ביטע נישט פרעגן קיין פראגעס מחמת די פריוואטקייט פונעם ענין:

עכ"פ א חלק פון די ארויסגעשניטענע איז טאקע געווען א קורצע קלארמאכונג איבער מיינע קינדערלעך שיחיו, אז אנדערש ווי רוב פעלער, איז ביי א "קאווערט" נארסיסיסט צומאל אנדערש, און זיי קענען זיין וואוילע עלטערן. ב"ה מיין פרוי איז זייער א געטרייע איבערגעגעבענע מאמע, און מיינע קינדער האבן נישט געליטן גארנישט, און ניטעמאל באמערקט אז עפעס גייט פאר. די מאדנע זאך איז אז טראץ וואס מיר האבן געהאט די אלע אישוס צווישן אונז, איז עס געווען בלויז צווישן אונז, די קינדער האבן קיינמאל נישט מיטגעהאלטן גארנישט (עד היום הזה), פונדרויסן האבן מיר גע'עקט ווי די בעסטע קאפל מיט די בעסטע שלום בית! ווען נישט דעם, אויב וואלטן די קינדער חלילה מיטגעהאלטן די עגמת נפש, וואלט איך געהאט א גרינגערע פעלד זיך אפצולאזן פון איר און זיך זוכן עפעס בעסערס, אבער וויבאלד זיי לעבן אזא רואיגע לעבן האב איך נישט די דרייסטקייט און די הארץ עס צו טון פאר זיי.

די חלק באדערט מיר פארוואס ס'איז געווארן ארויסגעשניטן ס'איז א שטארקע חלק פון די מעשה
פון די שטארקייט פון די יונגערמאן וואס האט געקענט זיכער מאכן אז די קינדער זאלן נישט מיטהאלטן דאס איז א ריזיגע שטארקייט על אף ער האט באקומען די מוסר שמועסן מסתמא און פארענט פון די קינדער
און אויך כ'מיין אז פאר די צאמשטעל פון די מעשה פעהלט עס אויך אויס...

אפשר ווייל ס'איז נישט מעגליך אז קינדער זאלן אויף וואקסן אינטער דעם זעלבן דאך און גארנישט באמערקן.
איך בין זיכער אז ווען מען פרעגט די קינדער אויב די עלטערן האבן שלום בית וועלן זיי זיך נעמען קעקעצן.
קינדער כאפן אויף מער ווי מען שטעלט זיך פאר, און עס באגלייט זיי ביז זייערע אייגענע שלום בית.
מען קען נישט אינטערשאצן וויאזוי דיספאנקשאן וועקט זיך אויף ביז יארן שפעטער.
אוועטאר
וואס עפעס?
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4116
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 05, 2014 11:31 pm

Re: ״נפשי״ - מענטל העלט זשורנאל פון מאמענט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואס עפעס? »

באנאנא האט געשריבן:די מעין ארטיקל איז געווען א היט! כ'האב א געפיל אז פינחס גלויבער האט עס געשריבן, אייזן געווען.
.

פנחס גלויבער האט געהאט א באזינדערע קאלום ( נישט די קאווער סטארי) מיט א געשיכטע פון א נארסיסטישע איבערלעבער
אוועטאר
צוויבל קוגעל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 319
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 16, 2021 3:40 pm

Re: ״נפשי״ - מענטל העלט זשורנאל פון מאמענט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צוויבל קוגעל »

ממש אזוי האט געשריבן:יאפּ, זייער אינספירירנד און עמאציאנעל די נארצעציסט ארטיקל. צו זען ווי דער אינגערמאן לייגט אראפ זיין פיס און מאכט א סוף צום כף הכלע׳דיגן לעבן מיט א נארצעציסטישע פרוי. פאדערט אויסטערלישע גבורה.

איין זאך וואס איז מיר נאר אינטערעסאנט איז פארוואס ער דערמאנט נישט זיינע קינדער נאר איין מאל דורכאויס דעם ארטיקל.

ער שרייבט אז ער און זיין ווייב האבן זיכער געמאכט אז זייערע קינדער האלטן נישט מיט
יעדער שמויגער פאר זיך טויג ער
אוועטאר
שאשא
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4147
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 05, 2020 12:16 am

Re: ״נפשי״ - מענטל העלט זשורנאל פון מאמענט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאשא »

יעפ מיטגעהאלטן ביי א משפחה מיינע זייער אן ענדליכע מעשה רח"ל

די ווייטאג פון אזא מעשה איז אז די ארימיגע נעמט זייער לאנג צו כאפן אז עפעס גייט פאר
הצלחה
אבי.גערעדט
שר האלף
תגובות: 1320
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 13, 2009 12:07 pm

Re: ״נפשי״ - מענטל העלט זשורנאל פון מאמענט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אבי.גערעדט »

פאר נייגעריקייט, איך מיין אז דערווייל זענען די אלע נארסאסיסט מעשיות פון נפשי געווען ביי פרויען, ווי זיי איז די נארסאסיסט, איז דאס א צופאל? אדער איז יא געשטאנען פאסירונגען פון מענער אין איך האב עס פארזעהן? אדער פון נאטור אויס זענען פרויען ענדערש נארסאסיסטיש?
אוועטאר
fiena nieas
שר חמשת אלפים
תגובות: 5547
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 23, 2011 8:56 am

Re: ״נפשי״ - מענטל העלט זשורנאל פון מאמענט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך fiena nieas »

אבי.גערעדט האט געשריבן:פאר נייגעריקייט, איך מיין אז דערווייל זענען די אלע נארסאסיסט מעשיות פון נפשי געווען ביי פרויען, ווי זיי איז די נארסאסיסט, איז דאס א צופאל? אדער איז יא געשטאנען פאסירונגען פון מענער אין איך האב עס פארזעהן? אדער פון נאטור אויס זענען פרויען ענדערש נארסאסיסטיש?

פונקט פארקערט סאיז דא מער מענער נארסאסיסט
אוועטאר
מתמודד
שר האלף
תגובות: 1656
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 14, 2020 5:15 pm
לאקאציע: בין כל הרעשים

Re: ״נפשי״ - מענטל העלט זשורנאל פון מאמענט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מתמודד »

אבי.גערעדט האט געשריבן:פאר נייגעריקייט, איך מיין אז דערווייל זענען די אלע נארסאסיסט מעשיות פון נפשי געווען ביי פרויען, ווי זיי איז די נארסאסיסט, איז דאס א צופאל? אדער איז יא געשטאנען פאסירונגען פון מענער אין איך האב עס פארזעהן? אדער פון נאטור אויס זענען פרויען ענדערש נארסאסיסטיש?

ביי בי. פי. די. [וועלכע איז היפש ענליך אין געוויסע חלקים] זענען דא שטודיעס אז פרויען זענען דאפלט געשלאגן אין דעם פראפארציאנעל צו מענער, מעגליך אז דאס זעלבע איז ביי נארסיסיזם.
אמאל בין איך געווען א מתמיד, היינט בין איך א מתמודד, איך האף איין טאג בעז"ה צו ווערן א מתבודד.

כי הטבע היא מלשון טובע, והכל בשביל המטבע.
אוועטאר
מתמודד
שר האלף
תגובות: 1656
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 14, 2020 5:15 pm
לאקאציע: בין כל הרעשים

Re: ״נפשי״ - מענטל העלט זשורנאל פון מאמענט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מתמודד »

כמוז באגריסן דעם הויפט ארטיקל די וואך פונעם אינגערמאן ביים טויער פונעם נארסיסיסטישן עולם התוהו, כהאב עס איבערגעליינט און איבערגעליינט און נאכאמאל איבערגעליינט.

פאר דעם אינגערמאן קען איך בלויז דערציילן א פשוטע מעשה פון פינף מינוט צוריק, איך האנדל דא מיט א בחורל וואס זיין טאטע איז א נארסיסיסט מיט די שמונה בגדים, דער בחור לעבט אונטער שווערע אומשטענדן אשר אין כאן מקום להאריך מחמת כבוד המשפחה, שוין א לענגערע צייט וואס איך פרוביר אים איבערצורעדן ער זאל מקיים זיין דעם לך לך מארצך ובפרט "ומבית אביך" כהאב עס אויסגעשטעלט אויף א וועג סזאל קיינעם נישט וויי טון אפילו נישט דעם טאטן כאטש וואס כוואלט זיך נישט געקימערט מיט יענעם, דער בחור וועלכער איז אזוי פארקניפט אינעם נארסיסיסטישן נעץ שרייט אהבתי את אשתי ואת אדוני, לא אצא חפשי.

היינט ווען כהאב אים אנגעטראפן ענטפאנגט ער מיר מיט די ווערטער, האסט געליינט די ארטיקל פון מאמענט די וואך? כהאב אים געזאגט אז יא, אויף זיין אנפראגע פון ווי כהאב געוואוסט פון וועלכן ארטיקל ער רעדט האב איך אים גענטפערט אז דער ארטיקל בה"א הידוע פון די וואך איז אנע צווייפל די עולם התוהו ארטיקל, דער בחור זאגט מיר אין די ווערטער, "מיין פאטער איז א נארסיסיסט, נעם מיר ארויס פון דא פאר סיי וועלכן פרייז" א זאך וואס רבנים מיט עסקנים האבן זיך שוין געבעטן ביי יענעם האט דער ארטיקל געמאכט אין בלויזע צען מינוט ליינען. אשריך ואשרי חלקך, האסט מעגליך אפגעראטעוועט דורות.
אמאל בין איך געווען א מתמיד, היינט בין איך א מתמודד, איך האף איין טאג בעז"ה צו ווערן א מתבודד.

כי הטבע היא מלשון טובע, והכל בשביל המטבע.
אוועטאר
Amazing
שר שלשת אלפים
תגובות: 3105
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 29, 2016 9:09 pm

Re: ״נפשי״ - מענטל העלט זשורנאל פון מאמענט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Amazing »

מתמודד האט געשריבן:כמוז באגריסן דעם הויפט ארטיקל די וואך פונעם אינגערמאן ביים טויער פונעם נארסיסיסטישן עולם התוהו, כהאב עס איבערגעליינט און איבערגעליינט און נאכאמאל איבערגעליינט.

פאר דעם אינגערמאן קען איך בלויז דערציילן א פשוטע מעשה פון פינף מינוט צוריק, איך האנדל דא מיט א בחורל וואס זיין טאטע איז א נארסיסיסט מיט די שמונה בגדים, דער בחור לעבט אונטער שווערע אומשטענדן אשר אין כאן מקום להאריך מחמת כבוד המשפחה, שוין א לענגערע צייט וואס איך פרוביר אים איבערצורעדן ער זאל מקיים זיין דעם לך לך מארצך ובפרט "ומבית אביך" כהאב עס אויסגעשטעלט אויף א וועג סזאל קיינעם נישט וויי טון אפילו נישט דעם טאטן כאטש וואס כוואלט זיך נישט געקימערט מיט יענעם, דער בחור וועלכער איז אזוי פארקניפט אינעם נארסיסיסטישן נעץ שרייט אהבתי את אשתי ואת אדוני, לא אצא חפשי.

היינט ווען כהאב אים אנגעטראפן ענטפאנגט ער מיר מיט די ווערטער, האסט געליינט די ארטיקל פון מאמענט די וואך? כהאב אים געזאגט אז יא, אויף זיין אנפראגע פון ווי כהאב געוואוסט פון וועלכן ארטיקל ער רעדט האב איך אים גענטפערט אז דער ארטיקל בה"א הידוע פון די וואך איז אנע צווייפל די עולם התוהו ארטיקל, דער בחור זאגט מיר אין די ווערטער, "מיין פאטער איז א נארסיסיסט, נעם מיר ארויס פון דא פאר סיי וועלכן פרייז" א זאך וואס רבנים מיט עסקנים האבן זיך שוין געבעטן ביי יענעם האט דער ארטיקל געמאכט אין בלויזע צען מינוט ליינען. אשריך ואשרי חלקך, האסט מעגליך אפגעראטעוועט דורות.

:-e;/
א'מונה ב'טחון ג'עלט
אוועטאר
נשמת השכל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4649
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 02, 2018 1:04 pm
לאקאציע: ערגעץ וואו, נאכנישט באשטימט...

Re: ״נפשי״ - מענטל העלט זשורנאל פון מאמענט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמת השכל »

אבי.גערעדט האט געשריבן:פאר נייגעריקייט, איך מיין אז דערווייל זענען די אלע נארסאסיסט מעשיות פון נפשי געווען ביי פרויען, ווי זיי איז די נארסאסיסט, איז דאס א צופאל? אדער איז יא געשטאנען פאסירונגען פון מענער אין איך האב עס פארזעהן? אדער פון נאטור אויס זענען פרויען ענדערש נארסאסיסטיש?

און פארוואס אלע נארסעסיסטישע מעשיות אין 'מעלות' געווען ביי מענער..?
יעדע גוטע באגריף וואס גייט אן פאר צו לאנג ווערט צום סוף אויס גוטע באגריף
אוועטאר
סאבאבא
שר האלפיים
תגובות: 2489
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 14, 2021 8:35 am
לאקאציע: וואנזיניגאציע

תגובה דורך סאבאבא »

נשמת השכל האט געשריבן:

משום צניעות..
.i'm not normal. i'm me

מיין טיר איז אפן פאר אייך [email protected]
אוועטאר
מסתמא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5536
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 09, 2021 6:59 am

Re: ״נפשי״ - מענטל העלט זשורנאל פון מאמענט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מסתמא »

נשמת השכל האט געשריבן:
אבי.גערעדט האט געשריבן:פאר נייגעריקייט, איך מיין אז דערווייל זענען די אלע נארסאסיסט מעשיות פון נפשי געווען ביי פרויען, ווי זיי איז די נארסאסיסט, איז דאס א צופאל? אדער איז יא געשטאנען פאסירונגען פון מענער אין איך האב עס פארזעהן? אדער פון נאטור אויס זענען פרויען ענדערש נארסאסיסטיש?

און פארוואס אלע נארסעסיסטישע מעשיות אין 'מעלות' געווען ביי מענער..?

כמיין אז BPD איז מער מצוי ביי פרויען און נארסעסיזם איז מער מצוי ביי מענער
איין טאג אויף אמאל. איין טעסק אויף אמאל.
שטאטס מבין האט געשריבן: פרייטאג פעברואר 16, 2024 1:59 am
איך וואלט זיך געוואלט יאגן, איך האב נאר נישט קיין צייט... (בשם החת"ס)
אוועטאר
נשמת השכל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4649
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 02, 2018 1:04 pm
לאקאציע: ערגעץ וואו, נאכנישט באשטימט...

Re: ״נפשי״ - מענטל העלט זשורנאל פון מאמענט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמת השכל »

מסתמא האט געשריבן:
נשמת השכל האט געשריבן:
אבי.גערעדט האט געשריבן:פאר נייגעריקייט, איך מיין אז דערווייל זענען די אלע נארסאסיסט מעשיות פון נפשי געווען ביי פרויען, ווי זיי איז די נארסאסיסט, איז דאס א צופאל? אדער איז יא געשטאנען פאסירונגען פון מענער אין איך האב עס פארזעהן? אדער פון נאטור אויס זענען פרויען ענדערש נארסאסיסטיש?

און פארוואס אלע נארסעסיסטישע מעשיות אין 'מעלות' געווען ביי מענער..?

כמיין אז BPD איז מער מצוי ביי פרויען און נארסעסיזם איז מער מצוי ביי מענער

נו גוט..

קוק אהער, בסך הכל איז די טיפ פון א בפ"ד מער נוטה צו די נאטורליכע טבע פון נשים מיט זייער דעתן קלות..
יעדע גוטע באגריף וואס גייט אן פאר צו לאנג ווערט צום סוף אויס גוטע באגריף
שמואל ק.
שר חמישים ומאתים
תגובות: 372
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 14, 2021 12:23 am

Re: ״נפשי״ - מענטל העלט זשורנאל פון מאמענט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמואל ק. »

ווער עס האט שוין אמאל אזוינס מיטגעהאלטן - שטימט אלעס...
די בריוו פון פריערדיגן בלאט דא - ערגענצט די בילד.
הטוב כי לא כלו רחמיך
והמרחם כי לא תמו חסדיך
כי מעולם קיוינו לך!
אוועטאר
מאמענטאל
שר חמש מאות
תגובות: 827
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 15, 2021 8:25 pm

Re: ״נפשי״ - מענטל העלט זשורנאל פון מאמענט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאמענטאל »

האמער געליינט די ארטיקל א שיינע פאר מאל, אין געלאזט מיינע טרערן אדורכשווימען מיינע באקן אויף אראפ, איך גיי אויס פאר דעם איד, און פאר אלע וואס גייען דעס אדורך.
אין בעיקר די חלק אז מען האלט נאך אינמיטן די מעשה, אין מען זעהט נישט עכט א וועג ארויס, עס איז ממש ווייטיגליך.
זאל השי"ת שוין העלפן אז די מעשה זאל האבן א גוטע ענדע.
און פאר אייך טייערע בעל מעשה חזק ואמץ גיי אן מיט א שטארקייט, די ביסט א וועג ווייזער פאר זייער אסאך, אין בס"ד וועסטו אנקומען צו האבן א גליקלעך לעבן אן קיין שום צער ח"ו.
אוועטאר
סאבאבא
שר האלפיים
תגובות: 2489
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 14, 2021 8:35 am
לאקאציע: וואנזיניגאציע

Re: ״נפשי״ - מענטל העלט זשורנאל פון מאמענט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאבאבא »

מסתמא האט געשריבן:
נשמת השכל האט געשריבן:
אבי.גערעדט האט געשריבן:פאר נייגעריקייט, איך מיין אז דערווייל זענען די אלע נארסאסיסט מעשיות פון נפשי געווען ביי פרויען, ווי זיי איז די נארסאסיסט, איז דאס א צופאל? אדער איז יא געשטאנען פאסירונגען פון מענער אין איך האב עס פארזעהן? אדער פון נאטור אויס זענען פרויען ענדערש נארסאסיסטיש?

און פארוואס אלע נארסעסיסטישע מעשיות אין 'מעלות' געווען ביי מענער..?

כמיין אז BPD איז מער מצוי ביי פרויען און נארסעסיזם איז מער מצוי ביי מענער

בערך 75 פראצענט BPD זענען פרויען און 75 נארסיסיזם איז ביי מענער
.i'm not normal. i'm me

מיין טיר איז אפן פאר אייך [email protected]
אוועטאר
טעם וריח
שר האלפיים
תגובות: 2554
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 19, 2017 7:33 pm

Re: ״נפשי״ - מענטל העלט זשורנאל פון מאמענט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טעם וריח »

מתמודד האט געשריבן:כמוז באגריסן דעם הויפט ארטיקל די וואך פונעם אינגערמאן ביים טויער פונעם נארסיסיסטישן עולם התוהו, כהאב עס איבערגעליינט און איבערגעליינט און נאכאמאל איבערגעליינט.

פאר דעם אינגערמאן קען איך בלויז דערציילן א פשוטע מעשה פון פינף מינוט צוריק, איך האנדל דא מיט א בחורל וואס זיין טאטע איז א נארסיסיסט מיט די שמונה בגדים, דער בחור לעבט אונטער שווערע אומשטענדן אשר אין כאן מקום להאריך מחמת כבוד המשפחה, שוין א לענגערע צייט וואס איך פרוביר אים איבערצורעדן ער זאל מקיים זיין דעם לך לך מארצך ובפרט "ומבית אביך" כהאב עס אויסגעשטעלט אויף א וועג סזאל קיינעם נישט וויי טון אפילו נישט דעם טאטן כאטש וואס כוואלט זיך נישט געקימערט מיט יענעם, דער בחור וועלכער איז אזוי פארקניפט אינעם נארסיסיסטישן נעץ שרייט אהבתי את אשתי ואת אדוני, לא אצא חפשי.

היינט ווען כהאב אים אנגעטראפן ענטפאנגט ער מיר מיט די ווערטער, האסט געליינט די ארטיקל פון מאמענט די וואך? כהאב אים געזאגט אז יא, אויף זיין אנפראגע פון ווי כהאב געוואוסט פון וועלכן ארטיקל ער רעדט האב איך אים גענטפערט אז דער ארטיקל בה"א הידוע פון די וואך איז אנע צווייפל די עולם התוהו ארטיקל, דער בחור זאגט מיר אין די ווערטער, "מיין פאטער איז א נארסיסיסט, נעם מיר ארויס פון דא פאר סיי וועלכן פרייז" א זאך וואס רבנים מיט עסקנים האבן זיך שוין געבעטן ביי יענעם האט דער ארטיקל געמאכט אין בלויזע צען מינוט ליינען. אשריך ואשרי חלקך, האסט מעגליך אפגעראטעוועט דורות.

:-e;/ :-e;/

די ארטיקל האט מיר אויפגעשוידערט ביזן טיפעניש,

איין זאך, לויט די מהלך ביז יעצט זע איך נישט קיין וועג ארויס פונם פלאנטער, טא אויב צום סוף וועט מען מילא זיך מוזן שיידן וואס איז די תכלית צו ליידן?
חוץ אויב ער וויל ליידן א גאנץ לעבן פאר זיינע קינדער?!

דאס הארץ בלוט'יגט
על "טעם וריח" אין להתווכח
טיפער מח
שר חמישים ומאתים
תגובות: 313
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 14, 2021 8:47 pm

Re: ״נפשי״ - מענטל העלט זשורנאל פון מאמענט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טיפער מח »

זייער קלאר, דאס הארץ בלוטיגט נעבעך פאר דעם אינגערמאן! השם יעזור
אוועטאר
פיאנא
שר חמש מאות
תגובות: 705
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 30, 2021 10:28 pm

Re: ״נפשי״ - מענטל העלט זשורנאל פון מאמענט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פיאנא »

fiena nieas האט געשריבן:א חידוש נורא אז זי קען זיין א ליבליכער ווארימע מאמע

יעצט האסטו קלאר וואס איז דאס א 'קאווערט נארסיסט.
א שרעק.
ווען מען וויל אויפשפילן א ניגון, ברויך מען נוצן אויך די שווארצע.
וכן בכל ענין...
גאלדגרוב
שר האלף
תגובות: 1759
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 08, 2013 2:56 pm

Re: ״נפשי״ - מענטל העלט זשורנאל פון מאמענט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גאלדגרוב »

פיאנא האט געשריבן:
fiena nieas האט געשריבן:א חידוש נורא אז זי קען זיין א ליבליכער ווארימע מאמע

יעצט האסטו קלאר וואס איז דאס א 'קאווערט נארסיסט.
א שרעק.

למעשה איז עס א געבוירענע נאטור אדער עס קומט פון געצערטלטקייט?
אוועטאר
נישט ווי יעדעם
שר האלף
תגובות: 1568
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 20, 2019 2:49 am
לאקאציע: נישט צו ווייט

Re: ״נפשי״ - מענטל העלט זשורנאל פון מאמענט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נישט ווי יעדעם »

שאשא האט געשריבן:יעפ מיטגעהאלטן ביי א משפחה מיינע זייער אן ענדליכע מעשה רח"ל

די ווייטאג פון אזא מעשה איז אז די ארימיגע (נישט קינדער אינדערהיים) נעמט זייער לאנג צו כאפן אז עפעס גייט פאר

קינדער געווענדליך ליידן הגם זיי ווייסן נישט פונקטליך ווער ס'איז שולדיג
(ס'איז מיר א חידוש צו הערן אז די קינדער האבן נישט קיין אהנונג אז עפעס גייט פאר מער מסתבר צו זאגן אז זיי ליידן געפערליך נאר כאפן נישט אין וואספארא פעקל זיי זענען)
אוועטאר
גרויסע עם הארץ
שר עשרת אלפים
תגובות: 14544
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 24, 2018 9:17 pm

Re: ״נפשי״ - מענטל העלט זשורנאל פון מאמענט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרויסע עם הארץ »

עס איז מסתבר אז די קינדער זאלן טאקע גארנישט מיטהלאטן.

ווארשיינליך אויב ער וואלט דאס שוין אויפגעכאפט גלייך נאך זיין חתונה, וואלט ער קלאר געוויסט וואס ער האט צו טוהן. משא"כ יעצט.
אוועטאר
fiena nieas
שר חמשת אלפים
תגובות: 5547
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 23, 2011 8:56 am

Re: ״נפשי״ - מענטל העלט זשורנאל פון מאמענט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך fiena nieas »

טעם וריח האט געשריבן:
מתמודד האט געשריבן:כמוז באגריסן דעם הויפט ארטיקל די וואך פונעם אינגערמאן ביים טויער פונעם נארסיסיסטישן עולם התוהו, כהאב עס איבערגעליינט און איבערגעליינט און נאכאמאל איבערגעליינט.

פאר דעם אינגערמאן קען איך בלויז דערציילן א פשוטע מעשה פון פינף מינוט צוריק, איך האנדל דא מיט א בחורל וואס זיין טאטע איז א נארסיסיסט מיט די שמונה בגדים, דער בחור לעבט אונטער שווערע אומשטענדן אשר אין כאן מקום להאריך מחמת כבוד המשפחה, שוין א לענגערע צייט וואס איך פרוביר אים איבערצורעדן ער זאל מקיים זיין דעם לך לך מארצך ובפרט "ומבית אביך" כהאב עס אויסגעשטעלט אויף א וועג סזאל קיינעם נישט וויי טון אפילו נישט דעם טאטן כאטש וואס כוואלט זיך נישט געקימערט מיט יענעם, דער בחור וועלכער איז אזוי פארקניפט אינעם נארסיסיסטישן נעץ שרייט אהבתי את אשתי ואת אדוני, לא אצא חפשי.

היינט ווען כהאב אים אנגעטראפן ענטפאנגט ער מיר מיט די ווערטער, האסט געליינט די ארטיקל פון מאמענט די וואך? כהאב אים געזאגט אז יא, אויף זיין אנפראגע פון ווי כהאב געוואוסט פון וועלכן ארטיקל ער רעדט האב איך אים גענטפערט אז דער ארטיקל בה"א הידוע פון די וואך איז אנע צווייפל די עולם התוהו ארטיקל, דער בחור זאגט מיר אין די ווערטער, "מיין פאטער איז א נארסיסיסט, נעם מיר ארויס פון דא פאר סיי וועלכן פרייז" א זאך וואס רבנים מיט עסקנים האבן זיך שוין געבעטן ביי יענעם האט דער ארטיקל געמאכט אין בלויזע צען מינוט ליינען. אשריך ואשרי חלקך, האסט מעגליך אפגעראטעוועט דורות.

:-e;/ :-e;/

די ארטיקל האט מיר אויפגעשוידערט ביזן טיפעניש,

איין זאך, לויט די מהלך ביז יעצט זע איך נישט קיין וועג ארויס פונם פלאנטער, טא אויב צום סוף וועט מען מילא זיך מוזן שיידן וואס איז די תכלית צו ליידן?
חוץ אויב ער וויל ליידן א גאנץ לעבן פאר זיינע קינדער?!

דאס הארץ בלוט'יגט

דא ווערט עס אזוי טריקי ווייל נארסאסיזים קען מען עכט נישט היילן און אויב יא איז עס נאר ווען די נארסאסיסט זעהט איין אז ער איז א נארסאסיסט און ער וויל זיך העלפן און דאס איז די שווערסטע זאך פאר א נארסאסיסט צו איינערקענען ער איז דאך די קליגסטער שטערקסטע מענטש איך האב א פראבלעם ? נא
שרייב תגובה

צוריק צו “אויסגאבעס און נייעס קוועלער”