מאמענט מאגאזין

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
טישטוך
שר האלפיים
תגובות: 2608
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 28, 2017 4:13 am
לאקאציע: בין יום השביעי לששת ימי המעשה

Re: מאמענט מאגאזין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טישטוך »

און ווידעראמאל האט מאמענט דעליווערד אן אויסנאמליכער אויסגאבע מיט גוטע און אינטערסאנטע ציענדע ארטיקלען:

אנגעהויבן פון ר׳ אלי׳ יואל גליק (זינט די מלמדים אויפוואכונג ליין איך שוין נישט די חינוך ארטיקלען, נאטינג פערסאנעל) וואס האט מיר פארוואנדלט פון א טישטוך צו א זאמדל אינעם סענד באקס. ס׳דערקענט זיך דער אויסגאנג פון שטאט ארויס, דער איד לעבט מיטן נאטור. כ׳האף אז ער גייט מיט א רעפלעקטער ווען ער פארטראכט זיך איבער די בלעטער, ביימער, זאמד אדער סתם די האריזאנטישע סצענעס פון טשעסטער. ס׳ווערט דאך לעצטנס טונקל פרי.

דער ארטיקל מיט פארקאש איז געווען אינטערסאנט, איך האב נאכנישט פונקט פארשטאנען וויאזוי ער קען זיין א קנאי און גלייכצייטיג דינען אלס חב״ד שליח, אבער עס איז געווען זייער באגריסנד צו ליינען זיין געשיכטע. כ׳ווייס נישט פארוואס איך האב באקומען א דראנג זיך צו טרעפן מיט זיין טאטן.

דער פאליציאנט דער גר צדק איז געווען גאר אינטערסאנט, ווייל אנדערש ווי יעדע בעל תשובה ארטיקל וואס הייבט זיך אן מיט א סוקסעספולער קאריערע, א בליץ מן השמים, און ענדיגט זיך אין א בעיסמענט אין מאנסי אדער טאהש, איז די מעשה מיט ר׳ מיכאל גאר אנדערש. סתם אינטערסאנט צו ליינען און זיך באקענען מיטן איד וואס האט מחליט געווען זיך צו אנשליסן אינעם אברהם אבינו אלוועלטליכע פאמיליע.

הרב בערגער האט זייער שיין ארויסגעברענגט זיין הנאה פון די פאנדרעיזינג אווענט, כאטש וואס עס איז נישט דומה צו די עובדה וואס ער ברענגט פון ר׳ אלחנן וואסערמאן, ווייל דארטן זענען אלע דא צו שאפן געלט, און די רעדע איז נישט פון אוועקגעבן פריוואטע נגידים. א פיינער אדווערטייזמענט פאר הר״ר שמואל שטערן הי״ו - א איד וואס פארדינט זיך שטארקע אנערקענונג נאכן צושטעלן סעמינארן פונעם העכסטן קוואליטעט. חוץ פון די געלט וואס ער מאכט דערפון דערקענט זיך אז ער האט אן אגענדע אז כלל ישראל זאל מאכן געלט מיטן כח פון אחדות און ידיעות.

מענדל אונגער האט צולייגט א סצענע ווי עס דארף צו זיין, אבער איך קלער אז מען זאל עס מער נישט רופן סצענע, נאר ענדערש א וועכנטליכער פריוואטער קאלום (טור אישי) וואו ער זאל קענען שרייבן כאוות נפשו אן זיך דארפן האלטן צום ׳סצענע׳ פארמאט. מיר וועלן אויך פארדינען דערפון אז ׳סצענע׳ וועט בלייבן א דזשורנאליסטישער קאלום, און מענדל וועט קענען ווייטער שרייבן במתק לשונו איבער זיינע באגעגענישן מיט די אויפגעברויזטע פויערן און רעדנעקס פון די מאנרא אומגעגנט.

ר׳ יצחק עקשטיין האלט אינמיטן אראפבעקן פונעם דזשים פלאן. איך קלער אויך אז עס איז געווען אביסעלע א געיאגטע שריט דאס צו לאזן לויפן ברבים. זיינע ארטיקלען זענען זייער געשמאק און זיס צום ליינען, אבער עס קלעבט נישט דער חשבון פונעם דזשים און אירע אויסגאבן, און עס איז א שאד אז מען זאל בויען בנינים אויף א בודקע וואס ליגט מיט צוויי טשוואקעס אויף א הויכער בוים.

ר׳ פנחס, ר׳ פנחס, ר׳ פנחס... (בניגון רומעניע הידוע)

ווייטאג, געפילן, אבער דאך פארשטאנד, און נאך פילע געפילן צונויפגעפלאכטן אין א קאלום.

איך האלט אז דאס דארף זיין די קאווער סטארי יעדן וואך אויפן דעקל פון מאמענט, דער קאלום איז היבש אונטערגעשאצט. און פון מיין ערפארונג האב איך זיך שוין אפגעבריעט פון דעם ר׳ משה ווי נאר ר׳ פנחס האט אים ארויפגעברענגט צווישן די שורות אין אנהויב פון זיין ארטיקל. אויב איז ער איינגעשטעלט אין א ישיבה, און זיין פאך איז צו פארטיידיגן דעם משפט שדה וואס זיי פירן אריבער אויף טויזענטער אידישע נשמות, איז ער שוין מוכן לפורענות און קיין גוטס וועט פון אים שוין נישט ארויסקומען - און ער וועט זיך מתאכזר זיין אויף זיינע נאנטסטע אויך. איך געדענק ווען סקולענער רבי זי״ע איז נישט אראפגעקומען צו א חופה ווייל ער האט אנגערופן א גרויסער ראש ישיבה און געזאגט אז ער גייט נישט צום חופה פון זיין אייניקל ביז ער נעמט נישט אן א געוויסן בחור - דער ראש ישיבה האט זיך אויסגעלאכט פונעם צדיק וואס האט שוין איבערגעלעבט גרעסערע רשעים ווי אים. א בושה וחרפה אז דאס זענען די ממונים אויף אונזערע הייליגע נשמות. ואכמ״ל.

ר׳ ברוכ׳ס לאנגע כוואליע האט מיר אויפגעקלערט אז אנשטאט ברענגען פופציג קליינטשיגע כוואליעס, קען ער טאקע שרייבן איין גוטער כוואליע א וואך, און אונז איבערלאזן מיט חומר למחשבה. עס וועט זיין א צוויידייטיגער הילף - ווייל סיי וועט ר׳ ברוך נישט ברויכן אפירזוכן יעדן וואך נייע חידושים פונעם מעין המתגבר, און אויך וועלן מיר נישט בטעות לאזן פארכוואליעט ווערן די אלע טיפזיניגע כוואליעס פון יעדן וואך. מען קען טוישן דעם נאמען פונעם קאלום פון ׳כוואליעס׳ צו ׳כוואליע׳.ֿ

רוטנער׳ס אינטערוויו אין סטאנציע איז געווען זייער אייגנארטיג און האט זיך געהערט אויפריכטיג. ענדליך אן עסקן וואס איך גלייב...

עד כאן דברינו לשבוע זה.
אוועטאר
דניאל אויערבאך
שר ששת אלפים
תגובות: 6378
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 08, 2017 4:31 pm

Re: מאמענט מאגאזין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דניאל אויערבאך »

דער עולם רעדט נישט פון לייבוש לאכער די וואך? עס איז ענדערש לייבוש וויינער.... אוי האט ער גוט ארויסגעברענגט מיינע געפילן און מסתמא פון נאך אנדערע טויזענטער אידן מיט די פארפלייצונג פון אנליין קאמפיינס ווי מען דרייעט אראפ די קאפ פון אזויפיל מענטשן פארלאנגען געלט וואס מען האט נישט... עס שטימט גוט מיטן קעפל "האק א טשייניק".... צופעליג איז עס די וואך זייער ערנסט, בכלל נישט לאכעדיג!
אוועטאר
Borrower
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4530
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 16, 2020 10:21 am

Re: מאמענט מאגאזין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Borrower »

די וועכענטליכע בילד פון הרב בעריש ווייס (אקטיווער בילדער אנאליסט אויפן וועלטל) מיט די היסטארי ביהיינד דע פיקטשער איז עפעס אויסנאם וואך איין וואך אויס.
מיט א אויסנאמליכער באנוס די וואך פון דעם צדיק פון זלאטשוב בענטשט דעם אסיר יאפאן דורכ'ן גלאז.

יישר כח גדול
שטייף
שר מאה
תגובות: 136
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 10, 2022 12:22 am

Re: מאמענט מאגאזין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטייף »

טישטוך האט געשריבן:

רוטנער׳ס אינטערוויו אין סטאנציע איז געווען זייער אייגנארטיג און האט זיך געהערט אויפריכטיג. ענדליך אן עסקן וואס איך גלייב...

עד כאן דברינו לשבוע זה.
רב טישטוך איר האט א פיינע נאז...

איך קען נישט דעם רב רוטנער פערזענליך.
א קרוב מיינער האט מיר לעצטענטס דערציילט אז ער טוט אויף גדולות ונצורות, שטיל און באשיידן.
אוועטאר
גדל
שר האלפיים
תגובות: 2594
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 27, 2019 9:39 pm

Re: מאמענט מאגאזין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גדל »

וואס איז געשהען מיט הרב פרידמאןס חינוך ארטיקל ?
אוועטאר
איך נוץ מיין JELLY
שר חמש מאות
תגובות: 567
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 06, 2021 2:17 pm

Re: מאמענט מאגאזין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איך נוץ מיין JELLY »

א הערליכע מאמענט געווען די וואך
אגב עס האט מיר געשטערט די עדווערטייזמענטס פון די סטריעמינג.... (איך ווייס נישט וואס עס איז בכלל ס'האט מיר פשוט נישט גוט געשמעקט)
matovu
שר מאה
תגובות: 233
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 26, 2007 12:08 pm

Re: מאמענט מאגאזין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך matovu »

גדל האט געשריבן:
וואס איז געשהען מיט הרב פרידמאןס חינוך ארטיקל ?

shhhh nno answer
and i'm a subscriber.

please try to respond
אוועטאר
וועד הפועל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 428
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 11, 2022 2:06 pm
לאקאציע: עולם הביצים

Re: מאמענט מאגאזין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וועד הפועל »

די פארזעצונג מעשה ווערט שרעקעדיגער יעדער וואך
וועד הפועל איז נאר מיין ניק, מיין עכטע נאמען איז וועד הפוילע
אוועטאר
טישטוך
שר האלפיים
תגובות: 2608
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 28, 2017 4:13 am
לאקאציע: בין יום השביעי לששת ימי המעשה

Re: מאמענט מאגאזין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טישטוך »

כ׳האב יעצט געכאפט אז כ׳האב אויסגעלאזט אין מיין רעוויו מנחם גאלד׳ס אינטערוויו מיט יענקעלע כהן. עס איז פון איין זייט א גאר אינטערסאנטע פאקטאר אז יענקעלע האט מסכים געווען צו רעדן צו די ׳אויפגעקלערטע׳ פון מאמענט, אבער פון די צווייטע זייט האט אים מנחם נישט גענוג געביסן. ער האט אסאך זאפט אויפן קאפ וואס וואלט געווען אינטערסאנט אויסצושמועסן, אדער קען גאר זיין אז מנחם האט יא געפרעגט כענין נאר די רעדאקציע האט עס ארויסגעשטעלט.

יענקעלע וואלט געמעגט האבן אמאל א קאווער סטארי, ער האט אסאך צו דערציילן, לאו דוקא איבער קנאות.
טיפער מח
שר חמישים ומאתים
תגובות: 311
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 14, 2021 8:47 pm

Re: מאמענט מאגאזין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טיפער מח »

געווען אן הערליכער מאמענט די וואך ב״ה. מען דארף אלץ געדענקן אז דער באשעפער איז דער וואס גיט אריין די געדאנקן פאר די שרייבער און רעדאקציע.

אלי יואלס געדאנק גאנג אין פענסטערלעך איז געוואלדיג יעדע וואך. עס מאכט טראכטן און אז די וועלט איז נישט קיין פערצופאל. געפילן איז א זאך וואס עקזעסטירט, און מען מוז עס איינדערקענען, אזוי איז דאס לעבן אסאך בעסער.

בעריש ווייס איז אן אוצר פאר כלל ישראל. דאס לייגן נאר איין בילד א וואך מאכט עס נאכמער ציענדעד, ווען יעדע וואךמפליק איך אויף דאס מאמענט צו זעהן וועלכע היסטארישע בילד און אנאליז דעראויף איז דא די וואך. איך וואלט אים געראטן נאכן האבן בערך 100 בילדער זאל ער ארויסגעבן א בוך דערפון. עס וועט זיין בעסט סעלער אי״ה.

די אינטערוויו פון דוד פארקאש איז געוואלדיג. אין א בחינה ווי יעדעס יאר הער איך אז לאנדאן זעעט קיינמאל נישט קיין שניי… דאס זעלבע הער איך אס סאטמאר און ליבוואטיש זענען נישט קיין פריינד… יעדע צווייטע וואך איז דא נייעס אדער באשרייבונג ווי אזוי סאטמארע אינגעלייט און ליבאוויטשע העלפן זיך ארויס איינעם דעם צווייטן.

געווען אינטערסאנט צו ליינען דאס געמיש פון נטירי קרתא און ליבאוויטש, מאה שערים משפיעים און אלעס ארום. דאס מערסטע מוסר השכל האב איך ארויסגענומען פון די געוואלדיגער אהבת ישראל פון רבי עמרם בלוי זצ״ל, וואו ביי סדר איז געזיצן נעבן אים אויפן אויבן אן שרה לאטקע… וואס זי איז געווען א מלחמה איבערלעבער, מיט די שווערע אפעקטן וואס די קריג האט איבערגעלאזט.
לעצט פארראכטן דורך טיפער מח אום מאנטאג דעצעמבער 12, 2022 11:24 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
טיפער מח
שר חמישים ומאתים
תגובות: 311
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 14, 2021 8:47 pm

Re: מאמענט מאגאזין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טיפער מח »

אפרים גרינפעלד באשרייבונג איז געווען זייער שיין און פליסיג. מיט אסאך אינפראמאציע איבער די מיליטער, ווען עס ברענגט ארויס די חשיבות וואס מיר האבן אז מיר זענען דעם עם הנבחר.
געווען אינטערסאנט צו ליינען זיין פאליציי עקספריענס.

פנחס גלויבער האט גערירט א טעמע וואס איז פארווייטאגט און אזוי אקטועל ביי כלל ישראל, אז מען דארף אסאך שרייבן דערפון. פנחס בעט זיך ביי די ראשי הישיבות און מנהלים איין קליינקייט: זאגט מיר דעם ניין אדער יא, שלעפט מיר נישט ארום ווי אן הינדל. א ישיבה מוז נישט אננעמען יעדן, אבער פיר זיך אויף ווי א מענטש.
ווי א טרייסט אויף פנחס גלויבערס ארטיקל האט יצחק עקשטיין געשריבן א פאזיטיווע מעשה ווי אזוי מען האט יא אנגענומען א בחור, מיין הארץ איז מיר ממש אויס געגאנגען ווי דער בחור האט מען שוין געשיקט גיין ארבייטן, סיי עסקנים און סיי רבנים, וווייל מען טרעפט נישט פאר אים קיין ישיבה, אבער דער בחור האט זיך נישט געלאזט נאר זיך אליינס ערלעדיגט א ישיבה. א טרייסט פאר די וואס זאגן אז די היינטיגע יונגעווארג האלט נישט ביי גארנישט.

מענדל אונגאר סצענע איז געוואלדיג יעדע וואך באזונדער. ער צולייגן אזוי גוט די האר פון די מילך וואס מיר טוען יעדן טאג אויף קיין אויפמערקזאמקייט, און לייגט דאס אראפ מיט זיין גאלדענעם פעדער. מענדל איז פון מיינע פעיווערט קנעפלעך אויף קול מבשר.

אפענע שמועסן האב איך שטארק הנאה געהאט, ווייל עס האט געהאט א עכטער נאמען . שרייבן שמועסן מיט ר״ת נעמען הייסט נישט אפעענע שמועסן… ווי איינער שויןנגעשריבן דארף מען האבן מיט דעם כהן א געהעריגע אינטערוויו.

די פארזעצונג פון שמעון יואל איז נעקסט לעוועל, דער האלט אונז געשפאנט ווי קיינמאל בעפאר. דער לייגט אריין דעטאלן אז עס קוקט בכלל נישט אויס ווי א פיקציע.

הרב בערגער האט שיין אויסגערימט ערעב שמואל, וואס קומט זיך טאקע קרעדיט.

עקשטיין׳ס דשים האף איך וועט זיך שוין טאקע ריקן שנעלער ווען ער האלט שוין ביי די קאנסטראקשן. איך האף ער וועט עפענען אויך אין קרית יואל.

סטאנציע איז געווען א פרישער גאסט, הנאה געהאט פון דעם שמועס, און יא קעטסקילס גייט זיין די עתיד פון יהדות ניו יארק און ער לייגט יעצט די גרונדשטיין.

איך האב זיכער אויסגעלאזט, אבער איך שרייב וואס איך געדענק, ווען רוב ליין איך געווענדליך שבת און מען טאר נישט דאן מאכן א ריוויו. אבער כה לחי פאר מיר מאכן או עונג שבת מדי שבוע בשבוע.
רק להתענג
שר חמישים ומאתים
תגובות: 455
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 26, 2021 12:18 am

Re: מאמענט מאגאזין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רק להתענג »

האט איינער באמערקט אז ביי אפרים גרינפעלד ארטיקל פין די גר איז די אריינפיר די זעלבע פין די אשר יצר ארטיקל פין אפאר חודשים צירוק
שלשה אחים
שר חמש מאות
תגובות: 920
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 18, 2015 11:09 am

מאמענט פר׳ וישב תשפ״ג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלשה אחים »

מאמענט פר׳ וישב תשפ״ג
אטעטשמענטס
מאָמענט מאגאזין וישב תשפ״ג.jpeg
מאָמענט מאגאזין וישב תשפ״ג.jpeg (387.33 KiB) געזען 1101 מאל
מאָמענט פלאס וישב תשפ״ג.jpeg
מאָמענט פלאס וישב תשפ״ג.jpeg (312.17 KiB) געזען 1101 מאל
אוועטאר
איך נוץ מיין JELLY
שר חמש מאות
תגובות: 567
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 06, 2021 2:17 pm

Re: מאמענט מאגאזין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איך נוץ מיין JELLY »

איך גלייך די מליצות ;l;p-
אוועטאר
פאטעיטא טשיפס
שר האלף
תגובות: 1552
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 26, 2021 10:57 am
לאקאציע: לי עוועניו (וועלכע...?)

Re: מאמענט מאגאזין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאטעיטא טשיפס »

איך נוץ מיין JELLY האט געשריבן:
א הערליכע מאמענט געווען די וואך
אגב עס האט מיר געשטערט די עדווערטייזמענטס פון די סטריעמינג.... (איך ווייס נישט וואס עס איז בכלל ס'האט מיר פשוט נישט גוט געשמעקט)
גאמ, נאך דערצו געווען צוויי אדער דריי עדס איינס נאכן אנדערן, זייער נישט אין פלאץ
אין עוד מלבדו
אוועטאר
דניאל אויערבאך
שר ששת אלפים
תגובות: 6378
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 08, 2017 4:31 pm

Re: מאמענט מאגאזין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דניאל אויערבאך »

איך נוץ מיין JELLY האט געשריבן:
איך גלייך די מליצות ;l;p-
קול חוצב "לאוואס" אש!
;l;p- ;l;p- ;l;p- געוואלדיג!!
אמונה פשוטה
שר האלף
תגובות: 1409
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 19, 2018 2:13 am

Re: מאמענט מאגאזין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אמונה פשוטה »

געהערט אין היימישע קרעטשמע, אז ס'דא עפעס ליטווישע רעדנער (ליטווישע לויט זיין שפארך), וואס גייט ארויס קעגן מאמאענט אויף זייער א שארפע שפראך
ער בשולדיג אז זיי זענען ממש משכילים (מ'דארך עם פרעגן אויב זיי זענען ערגער אפילו פון פשוטו של מקרא...)
און ער זאגט אז לעצטענס האבן זיי געשריבן קעגן די כולל יונגעלייט
אוועטאר
בלא בלא בלא
שר האלף
תגובות: 1756
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 18, 2019 11:34 pm

Re: מאמענט מאגאזין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בלא בלא בלא »

אמונה פשוטה האט געשריבן:

קום אריין קלאָר.

ליטווישע קענען ליינען אידיש? (אדער אייוועלט)
הקולמוס שלי
שר האלפיים
תגובות: 2645
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יאנואר 03, 2020 8:01 am
לאקאציע: אומאן!

Re: מאמענט מאגאזין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הקולמוס שלי »

בלא בלא בלא האט געשריבן:
אמונה פשוטה האט געשריבן:
געהערט אין היימישע קרעטשמע, אז ס'דא עפעס ליטווישע רעדנער (ליטווישע לויט זיין שפארך), וואס גייט ארויס קעגן מאמאענט אויף זייער א שארפע שפראך
ער בשולדיג אז זיי זענען ממש משכילים (מ'דארך עם פרעגן אויב זיי זענען ערגער אפילו פון פשוטו של מקרא...)
און ער זאגט אז לעצטענס האבן זיי געשריבן קעגן די כולל יונגעלייט
קום אריין קלאָר.

ליטווישע קענען ליינען אידיש? (אדער אייוועלט)
צו דיין פראגע, איך ווייס נישט.

דו קענסט ליינען אהן פינטלעך?
ווען א איד וואלט געוואוסט וואס מיינט א איד, וואלט ער געשפרונגען מיט שמחה תמיד!

משיח…? למספרם!
אוועטאר
בלא בלא בלא
שר האלף
תגובות: 1756
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 18, 2019 11:34 pm

Re: מאמענט מאגאזין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בלא בלא בלא »

הקולמוס שלי האט געשריבן:
בלא בלא בלא האט געשריבן:
אמונה פשוטה האט געשריבן:
געהערט אין היימישע קרעטשמע, אז ס'דא עפעס ליטווישע רעדנער (ליטווישע לויט זיין שפארך), וואס גייט ארויס קעגן מאמאענט אויף זייער א שארפע שפראך
ער בשולדיג אז זיי זענען ממש משכילים (מ'דארך עם פרעגן אויב זיי זענען ערגער אפילו פון פשוטו של מקרא...)
און ער זאגט אז לעצטענס האבן זיי געשריבן קעגן די כולל יונגעלייט
קום אריין קלאָר.

ליטווישע קענען ליינען אידיש? (אדער אייוועלט)
צו דיין פראגע, איך ווייס נישט.

דו קענסט ליינען אהן פינטלעך?
יא
אוועטאר
מרה דאבוה
שר מאה
תגובות: 195
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 15, 2022 8:47 am

Re: מאמענט מאגאזין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מרה דאבוה »

בלא בלא בלא האט געשריבן:
הקולמוס שלי האט געשריבן:
בלא בלא בלא האט געשריבן:
אמונה פשוטה האט געשריבן:
געהערט אין היימישע קרעטשמע, אז ס'דא עפעס ליטווישע רעדנער (ליטווישע לויט זיין שפארך), וואס גייט ארויס קעגן מאמאענט אויף זייער א שארפע שפראך
ער בשולדיג אז זיי זענען ממש משכילים (מ'דארך עם פרעגן אויב זיי זענען ערגער אפילו פון פשוטו של מקרא...)
און ער זאגט אז לעצטענס האבן זיי געשריבן קעגן די כולל יונגעלייט
קום אריין קלאָר.

ליטווישע קענען ליינען אידיש? (אדער אייוועלט)
צו דיין פראגע, איך ווייס נישט.

דו קענסט ליינען אהן פינטלעך?
יא
עס איז א ירושלימע אידיש, און יא, אסאך ירושלמים קענען לעזן דאס אידיש ליכט, באלייכטונגען, מאמענט, און אייוועלט.
אמונה פשוטה
שר האלף
תגובות: 1409
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 19, 2018 2:13 am

Re: מאמענט מאגאזין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אמונה פשוטה »

בלא בלא בלא האט געשריבן:
אמונה פשוטה האט געשריבן:
געהערט אין היימישע קרעטשמע, אז ס'דא עפעס ליטווישע רעדנער (ליטווישע לויט זיין שפארך), וואס גייט ארויס קעגן מאמאענט אויף זייער א שארפע שפראך
ער בשולדיג אז זיי זענען ממש משכילים (מ'דארך עם פרעגן אויב זיי זענען ערגער אפילו פון פשוטו של מקרא...)
און ער זאגט אז לעצטענס האבן זיי געשריבן קעגן די כולל יונגעלייט
קום אריין קלאָר.

ליטווישע קענען ליינען אידיש? (אדער אייוועלט)
כ'האב נישט געזאגט אז יענעם האט געליינט איוועלט...
כ'האב נאר געהרעט אז ער זאגט (צב"ש) תֶּיירֶע. מיינסט אפשר אז ער איז אסקווערער, למשל? אפשר...
עכט היימיש
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4288
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 04, 2018 2:40 pm

Re: מאמענט מאגאזין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עכט היימיש »

אמונה פשוטה האט געשריבן:
געהערט אין היימישע קרעטשמע, אז ס'דא עפעס ליטווישע רעדנער (ליטווישע לויט זיין שפארך), וואס גייט ארויס קעגן מאמאענט אויף זייער א שארפע שפראך
ער בשולדיג אז זיי זענען ממש משכילים (מ'דארך עם פרעגן אויב זיי זענען ערגער אפילו פון פשוטו של מקרא...)
און ער זאגט אז לעצטענס האבן זיי געשריבן קעגן די כולל יונגעלייט
דאס איז שרעקליך. און אויב עס איז ריכטיג אז ער זאגט אזוי דארף מען עס מברר זיין.

מען קען היינט באמת נישט וויסן, עס זענען דא שרייבערס מיט בארד און פאות משכילים, ווער ווייסט צי מאמענט איז נישט צווישן זיי? ווי אזוי קען מען דאס מברר זיין? ב"ה איך קויף נישט דעם מאמענט, אבער עס קומט מיר אויס עס צו זעהן וועכענטליך, און איך וויל באמת וויסן צי עס איז נישט דארט משכילים. ווי אזוי איז שייך צו מברר זיין?
איך האב מיט דעם קיין שיכות, נישט ווייל איך האב עפעס אקעגן דעם, און נישט ווייל עס איז אקעגן מיין שיטה, נאר פשוט וויל עס איז נישט "היימיש".

וואס מיינט היימיש? היימיש!
מי חכם
שר ששת אלפים
תגובות: 6329
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 13, 2011 2:02 pm

Re: מאמענט מאגאזין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי חכם »

דו ביסט פארשטייט זיך בייעסד קעגן מאמענט, ווייל דו ווילסט דאך אליינס צוריק גיין אין כולל...
מִ֚י כְּהֶ֣חָכָ֔ם וּמִ֥י יוֹדֵ֖עַ פֵּ֣שֶׁר דָּבָ֑ר חָכְמַ֤ת אָדָם֙ תָּאִ֣יר פָּנָ֔יו וְעֹ֥ז פָּנָ֖יו יְשֻׁנֶּֽא׃
אוועטאר
הערינג מיט ברוינפען
שר שלשת אלפים
תגובות: 3578
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 08, 2020 10:41 pm

Re: מאמענט מאגאזין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הערינג מיט ברוינפען »

עכט היימיש האט געשריבן:
אמונה פשוטה האט געשריבן:
געהערט אין היימישע קרעטשמע, אז ס'דא עפעס ליטווישע רעדנער (ליטווישע לויט זיין שפארך), וואס גייט ארויס קעגן מאמאענט אויף זייער א שארפע שפראך
ער בשולדיג אז זיי זענען ממש משכילים (מ'דארך עם פרעגן אויב זיי זענען ערגער אפילו פון פשוטו של מקרא...)
און ער זאגט אז לעצטענס האבן זיי געשריבן קעגן די כולל יונגעלייט
דאס איז שרעקליך. און אויב עס איז ריכטיג אז ער זאגט אזוי דארף מען עס מברר זיין.

מען קען היינט באמת נישט וויסן, עס זענען דא שרייבערס מיט בארד און פאות משכילים, ווער ווייסט צי מאמענט איז נישט צווישן זיי? ווי אזוי קען מען דאס מברר זיין? ב"ה איך קויף נישט דעם מאמענט, אבער עס קומט מיר אויס עס צו זעהן וועכענטליך, און איך וויל באמת וויסן צי עס איז נישט דארט משכילים. ווי אזוי איז שייך צו מברר זיין?
מען קען באמת נישט וויסן, אזוי ווי דו זאגסט אליין אז מען קען גיין מיט בארד אין פאות און זיין א משכיל, איך וואלט דיר געעצה'ט עס זאל דיר מער נישט אויסקומן עס צו זעהן וועכענטליך... :grin:

ערנסט גערעדט, אין די אויגן פון א ליטפאק קען די סאטמערע בליק אויף כולל אינגערלייט אויס זעהן ווי השכלה,

מען האט שוין געהערט אזאנס...
די עזה מיליטער האט פיר אפטיילונגען, די קאמאנדא איינהייט, פיס זעלנער איינהייט, ראקעט און מיסיל שיסער איינהייט, און די יומען שיעלד איינהייט.
שרייב תגובה

צוריק צו “אויסגאבעס און נייעס קוועלער”