מאמענט מאגאזין

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

בניהו
שר ששת אלפים
תגובות: 6210
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אפריל 16, 2021 1:09 am

Re: "מאמענט" - וועכענטליכע אידישע מאגאזין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בניהו »

eller האט געשריבן:חברה צווישן כאוואליעס און יואלי גליק'ס נשמה פארב, ס'גייט די עולם מער ??

די וואך איז יואלי גליק געווען סאמטינג אויט אוו די ווארלד

יאפ אגרי. כ׳ליין גראדע נישט יואלי גליק׳ס סחורה יעדע וואך, נאר פונקט די וואך האב איך עס געליינט. דיס וואז סאמטינג עלס!
אני הוא הנער, נער המדבר
אוועטאר
סאבאבא
שר האלפיים
תגובות: 2489
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 14, 2021 8:35 am
לאקאציע: וואנזיניגאציע

Re: "מאמענט" - וועכענטליכע אידישע מאגאזין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאבאבא »

eller האט געשריבן:חברה צווישן כאוואליעס און יואלי גליק'ס נשמה פארב, ס'גייט די עולם מער ??

די וואך איז יואלי גליק געווען סאמטינג אויט אוו די ווארלד

יואלי איז עפעס וואס כ'האב נאכנישט געזען. דאס פעאיגקייט צו נעמען איטליכע תמימות'דיגע פרימיטיווע איינפאכע שורה'ליך און אריינפאקן דערין אזויפיל הארץ און נשמה ווואס שניידט אריין טיף טיף אינעם אידיש הערצעלע אזש ס'ווילט זיך וויינען און ווילט זיך פילן נענטער צום גאט ברוך הוא.
.i'm not normal. i'm me

מיין טיר איז אפן פאר אייך [email protected]
אוועטאר
eller
שר עשרת אלפים
תגובות: 10695
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מארטש 25, 2016 11:41 am
לאקאציע: דאנקט השי"ת

Re: "מאמענט" - וועכענטליכע אידישע מאגאזין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך eller »

זיין שפראך דארט ווי 'ווארן' 'דערינען' און נאך אסאך אזוינע ווערטער.. סארא שפראך דאס ?
די רבי זי"ע פלעגט אפיציעל רעדן אזוי...
א טרוים פון א פאוים צו יעדע דעיט
שיין מיט גרעפיקס אויס ס'זעהט
קאלירט געפרינט און געלעמענהעיט ?
[email protected] מען בעיט
און אי"ה עס געשעהט.
-
לאמיר זאגן תפילת תודה - זעהט די חשיבות פון דאנקן השי"ת און קומט אריין דאנקן די גוטער באשעפער
אוועטאר
סאבאבא
שר האלפיים
תגובות: 2489
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 14, 2021 8:35 am
לאקאציע: וואנזיניגאציע

Re: "מאמענט" - וועכענטליכע אידישע מאגאזין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאבאבא »

דאס איז זיין אייגנארטיגקייט, די צוקער זיסע פרימיטיווע שפראך אזש ס'ווילט זיך גיבן אטליכע קניפן אין בעקל..
.i'm not normal. i'm me

מיין טיר איז אפן פאר אייך [email protected]
אוועטאר
מיט א פרישקייט
שר האלף
תגובות: 1554
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 28, 2019 12:00 pm
לאקאציע: פריש'ידער

Re: "מאמענט" - וועכענטליכע אידישע מאגאזין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיט א פרישקייט »

מען זעט אז ער איז אויסגעקאכט מיט די שובבי"ם תורות (די ארטיקל פון זיין טאטעס שניידעריי איז געשטאנען אז ס'האט דארט געבאכעט תורות פון מהר"י ט"ב)
קלוגע מענטשן רעדן וועגן געדאנקען; דורכשניטליכע מענטשן רעדן וועגן געשעענישן; נארישע מענטשן רעדן וועגן מענטשן.
אוועטאר
לפי עניות דעתי
שר האלף
תגובות: 1080
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אפריל 30, 2021 1:39 pm
לאקאציע: במקום שאין איש

Re: "מאמענט" - וועכענטליכע אידישע מאגאזין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לפי עניות דעתי »

eller האט געשריבן:זיין שפראך דארט ווי 'ווארן' 'דערינען' און נאך אסאך אזוינע ווערטער.. סארא שפראך דאס ?
די רבי זי"ע פלעגט אפיציעל רעדן אזוי...

דאס איז מער א שפראך פון הרה”ק ר נחמן מברסלב, אין ספה”ק סיפורי מעשיות
כן נראה לפי עניות דעתי והשם הטוב יכפר אם שגיתי
והחולק יחלוק
אוועטאר
נישט ווי יעדעם
שר האלף
תגובות: 1568
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 20, 2019 2:49 am
לאקאציע: נישט צו ווייט

Re: "מאמענט" - וועכענטליכע אידישע מאגאזין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נישט ווי יעדעם »

זיין שפראך איז מעכטיג יעדע וואך מיט זייער שטארקע תוכן
אבער צו זיינע מעלעריי פארשטיי איך נישט ?
סא מיין שאלה איז: מעלעריי קומט צו זיין ממש ווי א עכטע בילד אראפגעמאלן אדער איז עס א בחינה ווי וויין וואס מען דארף פארשטיין ? (איך גלייך נישט קיין וויין. נאר פאר ממש קידוש)
אוועטאר
גרינוויל תושב
שר האלפיים
תגובות: 2439
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 12, 2020 2:22 pm
לאקאציע: מאנטשעסטער

Re: "מאמענט" - וועכענטליכע אידישע מאגאזין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרינוויל תושב »

נישט ווי יעדעם האט געשריבן:זיין שפראך איז מעכטיג יעדע וואך מיט זייער שטארקע תוכן

יא צו א מאלעריי דארף מען פארשטיין, איך וויין נאר ווער די מבין איז, לדוגמה ליפא שמעלצער'ס מאלערייען וואס דארף זיין מורא'דיגע טיפע ארט, אבער פאר מיר זעהט עס אויס ווי קינדערישע מאלערייען...
אוועטאר
סאבאבא
שר האלפיים
תגובות: 2489
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 14, 2021 8:35 am
לאקאציע: וואנזיניגאציע

Re: "מאמענט" - וועכענטליכע אידישע מאגאזין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאבאבא »

נישט ווי יעדעם האט געשריבן:זיין שפראך איז מעכטיג יעדע וואך מיט זייער שטארקע תוכן
אבער צו זיינע מעלעריי פארשטיי איך נישט ?
סא מיין שאלה איז: מעלעריי קומט צו זיין ממש ווי א עכטע בילד אראפגעמאלן אדער איז עס א בחינה ווי וויין וואס מען דארף פארשטיין ? (איך גלייך נישט קיין וויין. נאר פאר ממש קידוש)

שוין אסאך ארומגערעדט דערוועגן.
די היינטיגע 'אבסטראקט' סטיל מאלערייען דארף יעדער צו זען אין דעם עפעס אנדערש.
.i'm not normal. i'm me

מיין טיר איז אפן פאר אייך [email protected]
שמואל ק.
שר חמישים ומאתים
תגובות: 371
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 14, 2021 12:23 am

Re: "מאמענט" - וועכענטליכע אידישע מאגאזין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמואל ק. »

די גאנצע אשכול דא איז גאר א גרויסע חיזוק פאר די רעדאקציע - ווי שטארק קאנעקטעד די עולם איז צום 'מאמענט'
נישטא נאך אן היימישער מאגאזין וואס זאל האבן אזוי סאך קאמענטארן....
הטוב כי לא כלו רחמיך
והמרחם כי לא תמו חסדיך
כי מעולם קיוינו לך!
אוועטאר
מתמודד
שר האלף
תגובות: 1655
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 14, 2020 5:15 pm
לאקאציע: בין כל הרעשים

Re: "מאמענט" - וועכענטליכע אידישע מאגאזין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מתמודד »

יואל גליקס מעלערייען באשטייען על פי רוב נישט פון בלויזע אבסטראקט ארט, אפילו ווען סוועט יא זיין שווערער צו פארדייען פון א פשוטע בילד ווי א איד דאוונט שמונה עשרה וועט עס אויך אייביג האבן א שטיקל בילד אין זיך א שטייגער ווי די מעלעריי פון דעם וואך וואו מען זעהט אידן טאנצן, אדער די מירון מעלעריי ווי מען זעהט טליתים ארויפפליען, אדער די ירושלימער פעינטינג וואו מען זעהט דעם מקום המקדש וכדומה.

אפילו ווען סוועט שוין יא זיין אינגאנצן אבסטראקט וועט נאכאלס זיין גרינג אפילו פאר א פשוטן אויג צו רילעיטן דערצו, וויבאלד זיינע מעלערייען זענען געמאלן מיט א שטארקע הארמאניע, די קאלירן וועלן שטימען און זיין אריינגעפלאכטן איינע אין די צווייטע, ווי אויך וועט אלעס זיין געצייכנט אויף א געוויסן ריטעם, משא"כ אנדערע אפיציעלע אבסטראקטע ארטיסטן.
אמאל בין איך געווען א מתמיד, היינט בין איך א מתמודד, איך האף איין טאג בעז"ה צו ווערן א מתבודד.

כי הטבע היא מלשון טובע, והכל בשביל המטבע.
אוועטאר
טישטוך
שר האלפיים
תגובות: 2608
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 28, 2017 4:13 am
לאקאציע: בין יום השביעי לששת ימי המעשה

Re: "מאמענט" - וועכענטליכע אידישע מאגאזין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טישטוך »

מתמודד האט געשריבן:יואל גליקס מעלערייען באשטייען על פי רוב נישט פון בלויזע אבסטראקט ארט, אפילו ווען סוועט יא זיין שווערער צו פארדייען פון א פשוטע בילד ווי א איד דאוונט שמונה עשרה וועט עס אויך אייביג האבן א שטיקל בילד אין זיך א שטייגער ווי די מעלעריי פון דעם וואך וואו מען זעהט אידן טאנצן, אדער די מירון מעלעריי ווי מען זעהט טליתים ארויפפליען, אדער די ירושלימער פעינטינג וואו מען זעהט דעם מקום המקדש וכדומה.

אפילו ווען סוועט שוין יא זיין אינגאנצן אבסטראקט וועט נאכאלס זיין גרינג אפילו פאר א פשוטן אויג צו רילעיטן דערצו, וויבאלד זיינע מעלערייען זענען געמאלן מיט א שטארקע הארמאניע, די קאלירן וועלן שטימען און זיין אריינגעפלאכטן איינע אין די צווייטע, ווי אויך וועט אלעס זיין געצייכנט אויף א געוויסן ריטעם, משא"כ אנדערע אפיציעלע אבסטראקטע ארטיסטן.

גערעכט. אבער דאך האבן זיינע פעינטיגס א מער נאאיווע אדער קינדערישע אויסקוק ווי די גאר פראפעסיאנאלע פארטרעטן און האריזאנטישע בילדער וואס מענטשן גלייכן געווענליך צו זען. מענטשן כאפן נישט אז טאקע דאס איז דער ציל פונעם פעינטינג, אז עס זאל נישט זיין ׳נאכגעמאלן׳ נאר עס זאל זיין ׳געמאלן׳. עס איז נישט געוואנדן אין וואס דער מענטש וויל זען.

א מאלעריי איז אזוי ווי מוזיק. פונקט ווי איר גלייכט איין זינגער און איר גלייכט נישט א צווייטן, דאס זעלבע איז מיטן מאלעריי. איר גלייכט דעם ארטיסט אדער א צווייטן. די רעדע איז נישט ארום דעם בילד, עס איז ארום דעם ארטיסט און זיינע געפילן וואס זענען אפגעפארבט אין דעם בילד מיט שיינע קאלירן. פיקאסא, דער מייסטער ארטיסט, איז אויפגעקומען מיט דעם חידוש אז מען דארף ניטאמאל צייכענען א גאנצע בילד, נאר מען קען בלויז זיך באגנוגן מיטן מאלן א מאדערנע פעינטינג וואס אנטהאלט שאטנס און קאלירן, און אזוי ארום קריגט דער צוקוקער א בעסערע און מער ארגינעלע געפיל אינעם פעינטינג, אן דער צמצום פון דעם פיקטשער.

א גרויסער אידישער אינטערנאציאנאלער ארטיסט מיט וועמען איך האב אמאל געשמועסט האט מיר דערציילט, אז ווען ער איז געווען אין שולע האבן זייער אסאך סטודענטן געמאלן פונקטליכער ווי אים, אבער זיי זענען ארויסגעגאנגען פון דעם אינדוסטרי נאכדעם. פארוואס? ווייל זיי זענען נישט געווען קיין ארטיסטן, זיי האבן נאר גוט און פונקטליך געקענט צייכענען און נאכמאכן ליניעס. דאס איז אויך די סיבה פארוואס עס ליגט מער ארט אין א קאריקאטור ווי אין א נאכגעמאלענע בילד פון עמיצן, ווייל אין א קאריקאטור לייגט מען אראפ א גאנצע פערזענליכקייט אין עטליכע געציילטע שטריכן.

עניוועי, זיי געזונט מתמודד.
צולייגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3773
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 04, 2010 11:08 am
לאקאציע: איבערגעלייגט

Re: "מאמענט" - וועכענטליכע אידישע מאגאזין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צולייגער »

טישטוך, א דאנק פאר דעם נקודה פונעם ארטיסט. ס'איז דאס ערשטע מאל איך הער עס, אבער קוקט אויס צו זיין א שטארק אמת'ע נקודה.
געשטימט פאר ראשעק הול
אוועטאר
פאליטישע עקספערט
שר עשרת אלפים
תגובות: 17779
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 15, 2021 8:23 pm
פארבינד זיך:

Re: "מאמענט" - וועכענטליכע אידישע מאגאזין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאליטישע עקספערט »

יא יא

ויבואו הפארשטייערס ויבונו...
אוועטאר
גרינוויל תושב
שר האלפיים
תגובות: 2439
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 12, 2020 2:22 pm
לאקאציע: מאנטשעסטער

Re: "מאמענט" - וועכענטליכע אידישע מאגאזין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרינוויל תושב »

טישטוך האט געשריבן:
א גרויסער אידישער אינטערנאציאנאלער ארטיסט מיט וועמען איך האב אמאל געשמועסט האט מיר דערציילט, אז ווען ער איז געווען אין שולע האבן זייער אסאך סטודענטן געמאלן פונקטליכער ווי אים, אבער זיי זענען ארויסגעגאנגען פון דעם אינדוסטרי נאכדעם. פארוואס? ווייל זיי זענען נישט געווען קיין ארטיסטן, זיי האבן נאר גוט און פונקטליך געקענט צייכענען און נאכמאכן ליניעס. דאס איז אויך די סיבה פארוואס עס ליגט מער ארט אין א קאריקאטור ווי אין א נאכגעמאלענע בילד פון עמיצן, ווייל אין א קאריקאטור לייגט מען אראפ א גאנצע פערזענליכקייט אין עטליכע געציילטע שטריכן.

מיינסט יוני גערשטיין?
אוועטאר
נישט ווי יעדעם
שר האלף
תגובות: 1568
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 20, 2019 2:49 am
לאקאציע: נישט צו ווייט

Re: "מאמענט" - וועכענטליכע אידישע מאגאזין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נישט ווי יעדעם »

טישטוך האט געשריבן:
מתמודד האט געשריבן:יואל גליקס מעלערייען באשטייען על פי רוב נישט פון בלויזע אבסטראקט ארט, אפילו ווען סוועט יא זיין שווערער צו פארדייען פון א פשוטע בילד ווי א איד דאוונט שמונה עשרה וועט עס אויך אייביג האבן א שטיקל בילד אין זיך א שטייגער ווי די מעלעריי פון דעם וואך וואו מען זעהט אידן טאנצן, אדער די מירון מעלעריי ווי מען זעהט טליתים ארויפפליען, אדער די ירושלימער פעינטינג וואו מען זעהט דעם מקום המקדש וכדומה.

אפילו ווען סוועט שוין יא זיין אינגאנצן אבסטראקט וועט נאכאלס זיין גרינג אפילו פאר א פשוטן אויג צו רילעיטן דערצו, וויבאלד זיינע מעלערייען זענען געמאלן מיט א שטארקע הארמאניע, די קאלירן וועלן שטימען און זיין אריינגעפלאכטן איינע אין די צווייטע, ווי אויך וועט אלעס זיין געצייכנט אויף א געוויסן ריטעם, משא"כ אנדערע אפיציעלע אבסטראקטע ארטיסטן.

גערעכט. אבער דאך האבן זיינע פעינטיגס א מער נאאיווע אדער קינדערישע אויסקוק ווי די גאר פראפעסיאנאלע פארטרעטן און האריזאנטישע בילדער וואס מענטשן גלייכן געווענליך צו זען. מענטשן כאפן נישט אז טאקע דאס איז דער ציל פונעם פעינטינג, אז עס זאל נישט זיין ׳נאכגעמאלן׳ נאר עס זאל זיין ׳געמאלן׳. עס איז נישט געוואנדן אין וואס דער מענטש וויל זען.

א מאלעריי איז אזוי ווי מוזיק. פונקט ווי איר גלייכט איין זינגער און איר גלייכט נישט א צווייטן, דאס זעלבע איז מיטן מאלעריי. איר גלייכט דעם ארטיסט אדער א צווייטן. די רעדע איז נישט ארום דעם בילד, עס איז ארום דעם ארטיסט און זיינע געפילן וואס זענען אפגעפארבט אין דעם בילד מיט שיינע קאלירן. פיקאסא, דער מייסטער ארטיסט, איז אויפגעקומען מיט דעם חידוש אז מען דארף ניטאמאל צייכענען א גאנצע בילד, נאר מען קען בלויז זיך באגנוגן מיטן מאלן א מאדערנע פעינטינג וואס אנטהאלט שאטנס און קאלירן, און אזוי ארום קריגט דער צוקוקער א בעסערע און מער ארגינעלע געפיל אינעם פעינטינג, אן דער צמצום פון דעם פיקטשער.

א גרויסער אידישער אינטערנאציאנאלער ארטיסט מיט וועמען איך האב אמאל געשמועסט האט מיר דערציילט, אז ווען ער איז געווען אין שולע האבן זייער אסאך סטודענטן געמאלן פונקטליכער ווי אים, אבער זיי זענען ארויסגעגאנגען פון דעם אינדוסטרי נאכדעם. פארוואס? ווייל זיי זענען נישט געווען קיין ארטיסטן, זיי האבן נאר גוט און פונקטליך געקענט צייכענען און נאכמאכן ליניעס. דאס איז אויך די סיבה פארוואס עס ליגט מער ארט אין א קאריקאטור ווי אין א נאכגעמאלענע בילד פון עמיצן, ווייל אין א קאריקאטור לייגט מען אראפ א גאנצע פערזענליכקייט אין עטליכע געציילטע שטריכן.

עניוועי, זיי געזונט מתמודד.

ש'כח פאר ביידע פון ענק פארן מסביר זיין
אוועטאר
eller
שר עשרת אלפים
תגובות: 10695
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מארטש 25, 2016 11:41 am
לאקאציע: דאנקט השי"ת

Re: "מאמענט" - וועכענטליכע אידישע מאגאזין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך eller »

נישט ווי יעדעם האט געשריבן:

אבער וואס זאגט עטץ צום אנדערען זיין פעידזש ? זיין שרייבעריי ?
א טרוים פון א פאוים צו יעדע דעיט
שיין מיט גרעפיקס אויס ס'זעהט
קאלירט געפרינט און געלעמענהעיט ?
[email protected] מען בעיט
און אי"ה עס געשעהט.
-
לאמיר זאגן תפילת תודה - זעהט די חשיבות פון דאנקן השי"ת און קומט אריין דאנקן די גוטער באשעפער
אוועטאר
עירין קדישין
שר מאה
תגובות: 235
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש דעצעמבער 18, 2021 9:12 pm

Re: "מאמענט" - וועכענטליכע אידישע מאגאזין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עירין קדישין »

וויפיל איך קען אים איז ער נישט אזוי פרימיטיוו ווי ער וויל זיין סאו אין מיינע אויגן האט עס אביסל א אומארגינעלע טעם אפילו ס'איז באמת מייסטערווערק
לכאו ווער ס'קען אים נישט דארף גאר שטארק הנאה צו האבן פון די שורה'לעך
כ'זאג דיר צו אז דו ווילסט נישט וויסן מיין אנדערע ניק!
אוועטאר
מתמודד
שר האלף
תגובות: 1655
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 14, 2020 5:15 pm
לאקאציע: בין כל הרעשים

Re: "מאמענט" - וועכענטליכע אידישע מאגאזין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מתמודד »

איך קען אים פערצופאל פערזענליך און איך ווער איבערגענומען פון זיינע ווערק וואך איין וואך אויס, סברענגט מיר אפטמאל טרערן. איך פערזענליך האלט אז דאס איז די שטערקסטע שרייבווערק אין די גאנצע אינדוסטריע פון היינט.

ואגב @עירין איך זע נישט וואו זיין פערזענליכקייט איז זיך סותר מיט זיינע שרייבווערק.
אמאל בין איך געווען א מתמיד, היינט בין איך א מתמודד, איך האף איין טאג בעז"ה צו ווערן א מתבודד.

כי הטבע היא מלשון טובע, והכל בשביל המטבע.
אוועטאר
פיאנא
שר חמש מאות
תגובות: 703
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 30, 2021 10:28 pm

Re: "מאמענט" - וועכענטליכע אידישע מאגאזין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פיאנא »

טישטוך האט געשריבן:איך האב נישט דורכגעליינט דעם מאמענט פון דעקל צו דעקל צוליב מאנגל אין ליכטיגקייט. וואס הייסט? דער שבת זייגער האט פארלאשן זיין אידישער פונק גלייך ווען איך האב זיך באקוועם געמאכט אויפן קאוטש. איך האב נאר עספיעט צו ליינען די כוואליעס פון ר׳ ברוך גפן, און דערנאך האב איך אויפגעמישט צו די סטאנציע ארטיקל וואס הרב. י. הלוי פון ׳מעלות׳ און ׳אותיות׳ האט צוגעשטעלט. עס איז געווען דאס ערשטע מאל וואס איך האב עכט געליינט מיט אינטערעסע דעם קאלום, און יא, עס איז געווען באלערנד. דאס בילד פון הרב יונגרייז האט אויסגעזען ווי געכאפט מיט א פאר-דזשי טעלעפאן און אריינגעזומט עטליכע מאל דורך פארגעשריטענע פראגראמען, נאך א מזל נישט פייפ-דזשי.

דער ארטיקל פון הרב בערגער איז געווען מער ווייניגער א קיצור און סיכום פון אלע וואכנאכט ארטיקלען ביז אהער, איך האף אז קומענדיגע וואך קומט עפעס ניי, קען זיין אז עס וואלט געווען א גוטע געדאנק ארומצורעדן איבער א בת-עין-בן-רבי-משה סעודה וואו דער ערנסטער אינגערמאן האלט זיך נישט ביים באטייליגן.

די ארטיקל אין ׳פענסטערלעך׳ פון אלי׳ יואל גליק איז געווען גוט. אביסל צו קורץ אבער נישט צו שארף... דער געדאנק איז מורא׳דיג. איך האב געליינט אין דעם ארטיקל די פיזור הנפש אין וועלכן מען געפינט זיך נאכן כאפן א פליגער די לעצטע מינוט בימי המלך קאוויד דער ניינצנטער. ער האט דאס נישט אראפגעשריבן, אבער צווישן די שורות האב איך געליינט מער וויפיל ער האט געשריבן. די רעיון איז געוואלדיג, איך האב זיך געלייגט אויף עראפלאן גיסטע אבער דאן האט זיך מיין בלוטוט פארלאשן מיטאמאל.

איך האב דאן גענישטערט וואו פנחס גלויבער שטייט די וואך, עס איז געווען זייער אינטעסאנט, אביסעלע צו געפיליש פאר מיין קאלטע זעל, אבער עס איז געווען זייער געשמאק.

אלי׳ יואל גליק האב איך איבערגעלאזט אין דעם טונקעלן פעלד איינזאם אן קיין טשארזשער פאר זיין טעלעפאן. איך געדענק אז איך בין געגאנגען מיט ארום צען יאר צוריק מיט א אינגערמאן וואס האט ליב געהאט צו פראדוצירן זיין אייגענע ציגן מילך, קיין אמישטאון אין פענסילוועניע. מיר האבן נישט גענומען די טור פון די אקטיארן און יושבי קרנות׳דיגע מיטגלידער פון די אמיש קהילה, נאר מיר זענען געגאנגען צום ראש הקהל, איינער פון די סמעטענע ווייסע בערד אין קירכע, עמיצער וואס איז געווען דבוק ביוזל מיט אלע זיינע גלידער, און מיר האבן פארברענגט א גאנצן טאג ביי אים אינדערהיים. מיר האבן געמאלקן די ציגן אין זיין פריוואטן ריזיגן פארעם, מיר האבן געקויפט פון אים גרויסע מעלאנען וואס זענען געוואקסן אין זיינע פעלדער, און דאן האבן מיר באקומען א ריכטיגן באגריף איבער וואס דאס איז אמישטאון. איצטער האב איך געליינט מער דערוועגן מיט אלי׳ יואל׳ן אינאיינעם.

דער דעקל די וואך האב איך נישט ליב געהאט, אויב וואלט עס געווען פאקוסירט אויף דעם חסידיש׳ן אינגערמאן און דעם פארמער וואלט עס געווען לכאורה בעסער, אבער מיינע אויגן זענען געפאלן אויף די שוואנצאנים פון די פערד, און עס איז נישט געווען אזוי אנגענעם דאס בילד. אבער דאס איז מיין קריטיק צום גראפיקער.

דער לבלר איז אריין אין דעם קאטעגאריע פון ׳איך גיי עס נאך ליינען׳ אבער אויפדערווייל זאמל איך דארטן פילע לבלר׳ן וועלכע טרעפן זיך יעדע פאר וואכן אין מיסטקאסטן, דעריבער קען איך מיין דעה נישט זאגן דערויף. איך האף אז עס וועט נישט פאסירן דאסמאל. איך געדענק איינמאל ווען דער מאמענט האט ארויסגעגעבן א ׳ידעתי׳ מאגאזין, וואס יענץ איז געווען אזאנס און אזעלעכס, גייט קומען נאך איינס?

בת עין בן רבי משה... :lol:
אפגעקויפט.
ווען מען וויל אויפשפילן א ניגון, ברויך מען נוצן אויך די שווארצע.
וכן בכל ענין...
אוועטאר
ענדע צדיק!
שר שמונת אלפים
תגובות: 8100
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm
פארבינד זיך:

Re: "מאמענט" - וועכענטליכע אידישע מאגאזין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ענדע צדיק! »

איך פערזענליך גלייך זייער יואל גליקס שרייבעריי. אסאך מער ווי זיינע מאלעריי.
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא: (שבת קד.)
בלאג - מיינע ארכיוון
אוועטאר
פאסט טרעגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3173
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אפריל 17, 2020 5:50 pm

Re: "מאמענט" - וועכענטליכע אידישע מאגאזין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאסט טרעגער »

נאך איינער האט באמערק אז טובי, מאיר'ס פעידזש איז ארויסגעפאלן די וואך?
אוועטאר
שטויביג
שר האלפיים
תגובות: 2498
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 12, 2020 4:56 pm

Re: "מאמענט" - וועכענטליכע אידישע מאגאזין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטויביג »

פאסט טרעגער האט געשריבן:נאך איינער האט באמערק אז טובי, מאיר'ס פעידזש איז ארויסגעפאלן די וואך?

פשי נישט אויפגעפאסט
א 👍 מיינט נישט אז איך שטים צי צו דיין מיינונג, אדער אז איך בין פרייליך מיט די נייעס וואס דו האסט באריכטעט.
עס איז א דאנק פאר'ן באריכטן, אדער פאר'ן לאזן הערן דיין מיינונג.
חמשה קולות
שר חמישים
תגובות: 77
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 04, 2022 3:21 pm

Re: "מאמענט" - וועכענטליכע אידישע מאגאזין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חמשה קולות »

פאסט טרעגער האט געשריבן:נאך איינער האט באמערק אז טובי, מאיר'ס פעידזש איז ארויסגעפאלן די וואך?

ס׳האט מיר באמת פארדראסן
מיין וועכנטליכער דאזע פון שווארצע הומאר
ווי מיינסטו גייסטו
שר חמש מאות
תגובות: 791
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 04, 2020 12:57 am

Re: "מאמענט" - וועכענטליכע אידישע מאגאזין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווי מיינסטו גייסטו »

שטויביג האט געשריבן:
פאסט טרעגער האט געשריבן:נאך איינער האט באמערק אז טובי, מאיר'ס פעידזש איז ארויסגעפאלן די וואך?

פשי נישט אויפגעפאסט

איך מיין שוין לעצטע וואך אויך
שרייב תגובה

צוריק צו “אויסגאבעס און נייעס קוועלער”