מתמודד האט געשריבן:מאנדלבאום האט געשריבן:
א שרייבער/שריפטשטעללער איז ביי הייימישע אידן קיינמאהל נישט געוועהן אן עסק - פונקט ווי ס'איז קיינמאל נישט געוועהן ביי היימישע אידן דאס מין 'זינגערס' 'ארטיסטן' און 'טאלאנטן'.
(דער) מאמענט - ווי אויך זיינע קאלעגן-מאגאזינען - ברענגט אריין אין היימיש אידיש לעבן דעם 'אלגעמיין' ליטעראטוריש סטייל, צווישן אלעס איז אויך איינגעפעקלט דער 'טאלאנט' מיט זיין 'הייליג' ריכטיג נאמען.
'שרייבער'? עה, ס'האט קיין פנים נישט, וואס פאר א חשיבות האט א 'שרייבער?
אה! וועלן מיר אים אנרופן מיטן עכט פארדינט חשיבות'דיג טיטל - שריפטשטעלער!
היצט רעדט עס ווערטער, היצט איז דער קיבארד-קלאפער עפעס א פערזענלעכקייט, היצט קען מען אים שוין באטיטלען "דער שריפטשטעללער"!
היצט קען ער שוין זאגן א מיינונג איבער אלעס און אויף אלעם
היצט איז ער 'וויכטיג' און יעדער קולטור ליבהאבער אדער פלעין 'טאלאנט דינער' רייסט זיך צו שטיין אין זיינע שמונים אמות
היצט 'מוז' שוין יעדער אידיש-אלטערנאטיוו חסיד/פען אים שוין קענען, און גרייכן דאס אומגלויבליך פון האבן געטויש מיט אים א ווארט צוויי און קענען זיך ריהמען דערמיט
ועוד ועוד..
והבן.
שלום עליכם א איד און ברוכים הבאים, אייער שריפט איז צום זאך און מיר קוקן ארויס צו פארברענגען מיט אייך.
לגופו של ענין, שתי תשובות בדבר.
נומער איינס, דאס אז טאלאנט איז א ביי כלל ישראל א געשעצטע זאך איז נישט עפעס וואס דער זי-גענעראציע האט אויפגעטראפן, נאך פון פארן קריג טרעפן מיר שוין קרישקעלעך פון גדולי ישראל איבער חזנים וכדומה, דער חידוש איז נאר אז אין א אמאליגע אידישע צייטונג וואלט א קעפל אז "שמואלי אונגאר פארט אויף פראנקרייך אפרעכטן א קאנצערט" געווען פארשטענדליך ווען היינט וואלט עס פארשריגן געווארן.
ווידער איבער שרייבער, פרעג יעדן עלטערן איד איבער רב שיינבערגער פון די ליכט שטראלן צו ר' סענדער דייטש צו ר' חיים משה שטויבער, זיי זענען געווען ארויפגעקוקט ביים ציבור צוליב זייער שרייבן קאריערע, אוודאי איז אמאל דער שריפטשטעלער טיטל נישט געווען פאר סעיל און נאר קלוגע מענטשן זענען צוגעלאזט געווארן צום טייפרייטער. אבער דער שריפשטעלער טיטל איז געווען א עפעס וואס האט פארגעשטעלט טאלאנט און ווערד.
איך וועל מיך באציען אויף בלויז נקודה אחת שהם שתיים, והוא חלק ה'ערשטנס' פון אייערע ווערטער - וואס איז לענ"ד פאקטיש נישט קראנט, וממילא בנפול היסוד נפל הבנין.
אויף דאס אנדערע חלק, בין איך אויך אויף כמה נקודות חשובות מחולק מיט אייך, פון עטליכע שטאנדפוקטן, אבער איך וויל בכוונה נישט אריינגיין אין א משא ומתן אין דעם מחמת, ס'וועט בלי ספק אנטוויקלען לאנגע שמועסן אהין און צוריק, ס'איז אייגנטליך זייער גוט, אבער ס'וועט פארדרייען דעם אשכול.
דאס איז אין פאל ווען מ'רעדט - ווי אייך - זאכליך אין מכובד'יג.
היצט נעמט אויך אין אכט אז ס'גייט זיין אויך אזעלכע וואס וועלן קומען און שרייבן/שרייען 'סעלף העיט' 'מחאות' 'געטראפן עוון הדור', וואס קימערט מיר גאץ ווייניג, און איך רעאגיר ניטאמאל אויף אזוינע טענות/אטאקעס, אבער וויבאלד אז דאס נישט גערעדט צום ענין, שטערט עס און האקט איבער דעם געהעריג - אפילו שארף אבער זאכליך - אויסשמועס.
ס'וואלט אפילו געוועהן געראטן אויפצומאכן אן עקסטער אשכול איבער די חשוב'ע טעמע, וואס האלט אין אריין אריינקומען בדרך אגב דא און דארט אבער כמדומני קיינמאהל נישט געלייגט געווארן 'אלעס אויפן טיש' באופן מסודר אחת לאחת, זה מול זה.
ממילא שנייד איך אראפ ס'אנדערע טייל נישט חלילה צוליב אן אומשעצבאר אקט, נאר מחמת דאס קוואוטן מאכט שווער ווען ס'איז נישט נוגע.
אלזא, צום ענין:
דאס וואס איר זאגט אז טאלאנטן זענען געשעצט געווארן ביי גדולי ישראל - אלס טאלטנטן, איז לפי ידיעתי נישט וואהר.
אדרבא, ברנעגט מיר א דוגמא פון א צדיק א גדול אן ערליכער איד.
וואס יא, מען האט געשעצט אן ערליך חזן, ווייל - כאטש ער איז א חזן, דאך איז ער ערליך.
'זינגערס' איז קיינמאל נישט געוועהן אזא זאך, ס'איז געוועהן בעלי תפילה בעלי מנגן בי די רבי'ס וואס האבן צוגעהאלפן, אדער מען האט זיי מכבד געוועהן מיט א ניגון וכיוצ"ב, אדער קאפעליעס פון די בעלי תפילה וחזנים, געוועהן קאמפאזערס פאר די הויפן, אבער קיינמאל א זינגער פאר זיך.
די הויפט פונקט איז - אז די אלע זענען קיינמאהל נישט געוועהן חשוב מחמת זייער טאלאנט גופא, נאר מחמת זייער השתפכות התעוררות וכו' וואס האט געוויזן ווי ערליך זיי זענען.
ואדרבא, ברענט מיר א פארלעסליך ביישפיל אז 'טאלאנט' איז געווהן א חשיבות פאר זיך אליינס.
ווידער די שרייבער, איר האט געברענגט א מעשה לסתור. ואסביר בע"ה.
ר' אלי' שטיינבערגער, האט קיינער נישט געשעצט אלס א העכסט געלונגען שרייבער - ס'איז פשוט נישט אמת!
ווען איר וואלט אים געזאט אין פנים אז איר קענט אים פון זיין 'קאריערע', וואלט איר אים מבזה געוועהן כפשוטו ממש! מען האט אים געשעצט בראש וראשון צוליב זיין ערליכקייט יראת שמים איבערהויפט ווער עס האט געזעהן זיין עבודת התפילה, און מען האט אים אויך געשעצעט אז ער האט זיך גענומען און צוגעשטעלט ערליכע ליין מאטריאל וואס איז פוהל מיט יראת שמים און און ריין קאכעדיג השקפה - מיט גרויס כשרון אשר חנן אותו ה'.
דאס זעלבע מיט ר' יו"ט עהרליך ז"ל, טאלאנט האט מען געזעהן אין אים? מען האט אין אים געזעהן א קאכעדיג איד וואס ברענט און זידט מיט יראת שמים אמונה טהורה צפייה לגאולה און זיין טאג טעגליך עבודת ה' במסירות נפש, און האט מיט די מתנות וואס דער באשעפער האט אים געגעבן געגעבן א ליכט פון ריין לויטער אידישקייט פאר די וועלט דורך זיינע 'רעקארדס'! סאטמאר רב זצ"ל האט אים זייער מחבב געוועהן און געשעצט נישט ווייל ער איז געוועהן צויבערנד-טאלאנטפוהל - נאר ווייל ער האט ליב געהאט ערליכע אידן עובדי ה' און האט אים געמוטיגט אויסנוצן זיינע הימל מתנות אויפטוהן פאר אידן.
ר' סענדער דייטש ז"ל האט מען געשעצט מחמת זיין 'שרייב קאריערע'? אבערוואס! מען האט גראדע הנאה געהאט פון זיינע בליציגע ארטיקלען, אבער ער איז כלל נישט געשעצט געווארן אלס א 'שרייבער' 'טאלאנט',נאר אלב סענדער דייטש!
ס'זעלבע מיט ר' חיים משה'ן ז"ל.
געוויס אז ס'איז נישט געוועהן קיין געברויך זיי צו 'באקרוינען' אלס 'שריפטשטעללער'
רוב שרייבער האט זיך גאר באהאלטן אונטער א 'פען נאמען' - ר' אלי' שטיינבערגער האט זיך געשריבן אויף ליכט שטראלן 'אלישב כהן', סענדער דייטש האט געהייסן 'אליעזר עפשטיין', חיים משה געדענק איך נישט.
אגב, האבן זיך די אלע שרייבער זיך געוואגט 'צו נעמען זיך' אויף זאכן וואס אנבאלאנגט צו דעת תורה השקפה וכדומה? שרייבן כמוכיחים בשער? ארויפברענגען איידעלע טעמעס על דעת עצמם? קיין הוא אמינא נישט געוועהן, זיי האבן געוואוסט אז זיי זענען ארבעטער וואס ברויכן מיט זייער ארבייט ברענגען דאס געשריבן ווארט פאר די וואס וועלן עס באקומען בלויז אין די וועג.
יא, זיי האבן 'באשריבן' 'געדעקט' און אפילו 'מלחמה געהאלטן' - אבער דאס וואס דער דעת תורה פון זייערע רבי'ס האט פארגעשריבן פאר זייערע קהילות.
ניין, די צוויי קאטעגאריעס (וואס זענען לדוגמא) זענען נישט געוועהן 'שריפטשטעללער' און נישט 'זינגער', נישט 'טאלאנטן' און נישט 'ארטיסטן' - זיי האט זיך נישט געשפירט די רבי'ס און די פירער פון זייערע ליינער, צוהערער (און פאלאוערס) אזוי ווי אין 'אלגעמיין' ליטעראטור מוזיק און ארטיסט וועלט.
זיי האבן נישט געהאט פענס וואס 'גייען ניסלעך' פאר זיי און קיינער האט צו זיי נישט געהאט א ברעקל יראת הכבוד.
בקיצור מען האט אמאהל ביי שלומי אמוני ישראל נישט געשעצט טאלאנטן מחמת זייער טאלאט גופא.
ארויף קוקן - חוץ אויף תורה'דיג אטאריטעט א תלמיד חכם אדער א מסירות נפש איד - פלעגט מען אויפן נגיד, דעם עושר. און נאך ווי, אבער נישט ווייל ער איז געוועהן חשוב, עה, מ'האט אים געוואלט ממית'ן פון קנאה - נאר מען האט געוואלט דערגרייכן זיינע טיפע טאשן ער זאל נדב'ען דא און דארט.
והבן.