[
tיר מיינט צו זאגן מיט'ן וויכטיג מאכער (נד"נ) פון די חצרות וואס האלטן אן שטארק אן די בילדער? דאס מיינט נישט אז די חסידים פון יענע חצר וועלן יא אדער נישט קויפן דעם מאגאזין!
[/quote]
לויט ווייל איך פארשטיי, נעמען עס די חסידים פון געוויסע חצירות אן וואו א פערזענליכע עוולה, און אנדערש וואו די וואך מאגעזין וואס דעקט א יעדעם איינעם, פורט "א בליק" חשבונות מיט געלט וואס זיי באקומען נישט צו דעקן אנדערע
איך וואלט געזאגט אז די אלע חצירות וואס מען דעקט זיי נישטגייען אויסנוצן די געלעגענהייט זיך אפצורעכענען מיט זיי. און אנדערש וואו געוויסע וואס וועלן געוויס טענן אז עס איז א קינדערישע אקט, געב איך זיי גערעכט.
לאמיר דיך פערזענליך פרעגן, ווען א מאגעזין וואלט נישט געדעקט דיינס א רבי וואלסטו אויסגעגעבן א 5'ער עס צו קויפן?
און א פערזענליכע שמועס וואס איך האב די וואך געהאט מיט איינער פון די גרעסטע היימישע עידשענסיז וואס פארמאגט זייער אסאך קאמפעניס אונטער זיך האט ער מיך קלאר געזאגט, אז ער קען אפי' נישט גיין מציע זיין זיינע קליענטען צו לייגן אינעווייניג עדס, מיטן חשבון אז עס גייט אויפרעגן אלע חצירות'ן וואס זענען ברוגז אויף "א בליק.
העמיר צו ווארטן און זעהן וואס וועט זיך אויסקאכען.