מאמענט מאגאזין

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

טיפער מח
שר חמישים ומאתים
תגובות: 311
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 14, 2021 8:47 pm

Re: "מאמענט" - וועכענטליכע אידישע מאגאזין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טיפער מח »

א שיינער אויסגאבע די וואך (איך וואין אין קרית יואל. ביטע זיכער מאכן אז מען לייגט אראפ נאך מער ביים געז סטאנציע, גענומען די לעצטע, ווען נאך מענטשן האבן עס געזוכט נאך דעם).

יונתן איז געווען זייער עמשאנעל. נישט צום גלייבן א איד וואס האט פארלוירן זיינע פיר קינדער און א ווייב ביי די מלחמה, און דערנאך נאך צוויי קינדער בחייו, און זיין אמונה איז אזוי שטארק, נישט קיין וואונדער אז מען האט אזא איינקל ווי רבי יונתן.
געטראכט צו מיר, אז עס איז דא אזוי ווייניג אידן וואס האבן אזוי אריינגעפרעגלט אמונה וביטחון בהשי״ת ווי אים.

עס איז א זכי.
אוועטאר
עירוב תבשילין
שר שמונת אלפים
תגובות: 8033
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 21, 2020 6:28 am

Re: "מאמענט" - וועכענטליכע אידישע מאגאזין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עירוב תבשילין »

יאפ, זייער א רירנדע אינטערוויו מיט יונתן. פארוואס האט ער נישט גערעדט איבער זיין דורכפאל ווי ער איז געפאלן א קרבן צו סקעמערס וועלכע האבן אים באגנבעט שווערע גלעטער? עפעס אזוי ליגט מיר אין קאפ.

די אנדערע ארטיקלען זענען אויך געווען זייער אינפארמאטיוו.
אוועטאר
צופלאטשעט
שר שלשת אלפים
תגובות: 3045
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 01, 2021 11:40 pm

Re: "מאמענט" - וועכענטליכע אידישע מאגאזין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צופלאטשעט »

Goodmorning האט געשריבן:
צופלאטשעט האט געשריבן:
Goodmorning האט געשריבן:
קולי שמע האט געשריבן:
Goodmorning האט געשריבן:אויב וויל איך קויפן משפחה מאגאזין מיט זייערע השקפות וועל איך עס אליין קויפן. מאמענט דארף ניטש מיר אריינברענגן משפחה אויף זייערע בלעטער ווען א גרויס טייל פון זייערע ליינער וועלן שפירן אומבאקוועם.

היצט אז די ווייסט אז מאמענט איז משפחה, זעי איך נישט מער וואס די זאלסט עס קויפן, אין נישטא מער קיין סיבה פין איצט אין ווייטער אז די זאלסט זיי קריטיקירן, פינקט ווי די קריטיקירסט נישט משפחה,

איך בין א סובסקרייבער און איך האב מיין איך זיי נאך קיינמאל קריטיקירט און איך מעג זאגן עפעס וואס מיר שטערט די וואך. אז עס שטערט דיר קענסטו אריבערסקראלן מיין קריטיק.

קען זיין אז נאך א שטיק צייט וועט מיין אומבאקוועמליכקייט מיט געוויסע שרייבער און טעמעס פא רמיינע קינדער'ס אויגן איבערוועגן מיין הנאה פון ליינען די רייכע אויסגאבע און איך וועל נישט באנייען מיין סובסקריפשאן. ווי לאנג איך צאל רעזערוויר איך די רעכט צו זאגן א הערה.

א גוטע וואך אייך!

הייליג גערעכט אבער איר קענט אנצייגן ספעציפיש וואס עס שטערט אייך... אבער אראפרייסן די גאנצע אויסגאבע איז זייער אינטערסאנט ווען איר זענט אויפגעסיינט

פארוואס האב איך אראפגעריסן די גאנצע אויסגאבע? איך רעד פון די סטאנציע מיט ארי ערליך פון משפחה.

אה אנטשולדיגט באמת נישט געכאפט אז די מיינסט אים.... איך האב אבער יא הנאה געהאט ווייל מען זעהט קלאר אז ער היט זיין מויל
“Amazon and the Amazon logo are trademarks of Amazon.com, Inc. or its affiliates.”

As an Amazon Associate, I earn from qualifying purchases
אוועטאר
טישטוך
שר האלפיים
תגובות: 2608
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 28, 2017 4:13 am
לאקאציע: בין יום השביעי לששת ימי המעשה

Re: "מאמענט" - וועכענטליכע אידישע מאגאזין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טישטוך »

איך האב געקויפט דעם מאמענט די וואך, און פאלגענד איז מיין באריכט:

אנגעהויבן האב איך פון די פענסטערלעך, און דאן בין איך גראד אריבערגעשפרינגען צום אינטערוויו מיט ר׳ יונתן. ווי איך פארשטיי האט זיך יונתן לעצטנס געעפנט צום ציבור, און ער האט אנגעהויבן ליבן די פלאטפארמע, אבער אנדערש ווי פילע, האט דער איד ווארע צום פארקויפן. הגם וואס איך האב געקענט באשטיין צו ליינען מער איבער זיינע הערליכע אלבומען, ענדערש ווי איבער די שפילצייגן, דאך אבער האב איך גאר שטארק הנאה געהאט פון דעם הערליכן און רייכן אינטערוויו.

יצחק עקשטיין איז געווען א נחת, די בייפעלער פון די ליינער איז געווען צום שיסן פון געלעכטער, איך האב געגליכן דעם ארטיקל פון די שניי בליזארד וואס מנשה רייך האט געשריבן. סטאנציע איז מיר נישט געפאלן, עס זעט מיר אויס ווי פון יעדן ווארטסזאגער וועט מען פרעגן זיין דעה איבער וואקסינען, אנשטאט פרעגן איינמאל פאר אלעמאל דעם דאקטאר.

איבער אלעם איז עס געווען א פיינער מאמענט. איך ערווארט קומענדיגע וואך נאך בעסער.
אוועטאר
שטויביג
שר האלפיים
תגובות: 2490
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 12, 2020 4:56 pm

Re: "מאמענט" - וועכענטליכע אידישע מאגאזין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטויביג »

טישטוך האט געשריבן:עס זעט מיר אויס ווי פון יעדן ווארטסזאגער וועט מען פרעגן זיין דעה איבער וואקסינען, אנשטאט פרעגן איינמאל פאר אלעמאל דעם דאקטאר.
.

געטראכט דאס זעלביגע, סמאכט נישט קיין סענס..
א 👍 מיינט נישט אז איך שטים צי צו דיין מיינונג, אדער אז איך בין פרייליך מיט די נייעס וואס דו האסט באריכטעט.
עס איז א דאנק פאר'ן באריכטן, אדער פאר'ן לאזן הערן דיין מיינונג.
אוועטאר
מתמודד
שר האלף
תגובות: 1655
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 14, 2020 5:15 pm
לאקאציע: בין כל הרעשים

Re: "מאמענט" - וועכענטליכע אידישע מאגאזין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מתמודד »

מאמענט איז געווען גאר גוט, יונתן שווארץ האט גוט געזאגט און בעיקר האט דער שרייבער גוט געשריבן.

מנשה רייך מאכט פעסטע פארשריט, די לעצטע דריי וואכן זענען זיינע ארטיקלען געווען גאר גוט. ווי אויך קומט דער הענדלער אריין קלאר.

די אפענע שמועסן האט מיר ארויסגענומען פון די כלים, כווייס נישט וואס דער בחורל האט מיט קאצק אדער ברסלב אבער ער האט געוויזן היפשע עם הארצות, רבי שאול אלטר קען נישט זיצן אויף איין טיש מיט סיי וועלכער ברסלבער משפיע אפילו פאר געלט, סאו מיר קוקט אויס אז יענער איז קיין ברסלבער און קיין קאצקער, אדרבה. כוואלט געוואלט וויסן צו ער ספענדט מער פון דריי סעקונדעס א טאג פאר איינס פון די צוויי אידעאלן.

די קאלומס זענען געווען גאנץ פיין, סטאנציע איז כדרכו אריינגעקומען גאר קלאר, און אז מרעדט שוין מילא פון וואקסינען אגאנצן טאג איז פארוואס נישט הערן א זיבעצנטער מיינונג.

די פעגאסוס ארטיקל איז אויך געווען א נחת, ווי געשריבן איז דער הענדלער פיינע נייעס. דעטס אלל.
אמאל בין איך געווען א מתמיד, היינט בין איך א מתמודד, איך האף איין טאג בעז"ה צו ווערן א מתבודד.

כי הטבע היא מלשון טובע, והכל בשביל המטבע.
אוועטאר
טישטוך
שר האלפיים
תגובות: 2608
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 28, 2017 4:13 am
לאקאציע: בין יום השביעי לששת ימי המעשה

Re: "מאמענט" - וועכענטליכע אידישע מאגאזין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טישטוך »

מתמודד האט געשריבן:מאמענט איז געווען גאר גוט, יונתן שווארץ האט גוט געזאגט און בעיקר האט דער שרייבער גוט געשריבן.

מנשה רייך מאכט פעסטע פארשריט, די לעצטע דריי וואכן זענען זיינע ארטיקלען געווען גאר גוט. ווי אויך קומט דער הענדלער אריין קלאר.

די אפענע שמועסן האט מיר ארויסגענומען פון די כלים, כווייס נישט וואס דער בחורל האט מיט קאצק אדער ברסלב אבער ער האט געוויזן היפשע עם הארצות, רבי שאול אלטר קען נישט זיצן אויף איין טיש מיט סיי וועלכער ברסלבער משפיע אפילו פאר געלט, סאו מיר קוקט אויס אז יענער איז קיין ברסלבער און קיין קאצקער, אדרבה. כוואלט געוואלט וויסן צו ער ספענדט מער פון דריי סעקונדעס א טאג פאר איינס פון די צוויי אידעאלן.

די קאלומס זענען געווען גאנץ פיין, סטאנציע איז כדרכו אריינגעקומען גאר קלאר, און אז מרעדט שוין מילא פון וואקסינען אגאנצן טאג איז פארוואס נישט הערן א זיבעצנטער מיינונג.

די פעגאסוס ארטיקל איז אויך געווען א נחת, ווי געשריבן איז דער הענדלער פיינע נייעס. דעטס אלל.

דער געזעץ לויטעט אז מען טאר זיך נישט אנרופן פאר מתמודד, ווייל אז יא לאזט זיך עס נישט אויס גוט. יעצט צייגט זיך עס ווידעראמאל ארויס, ווען איך האב ברוב חוצפתי פארגעסן צו רעאגירן אויפן רייכסטער ארטיקל פון דער וואך.

פעגאסוס!

איך האב זיך געבראכן קאפ און נישט פונקטליך פארשטאנען וואס דער פגע-סוס וויל פון מיין לעבן האבן, חוץ פון א עירליין וואס איך בין אמאל געפלויגן קיין טערקיי דערמיט, האב איך נישט געוואוסט אז עס עקזיסטירט נאך פגעים און סוסים. ביז ווען איך האב געליינט דעם ארטיקל וואס האט מיר אויפגעלאכטן די אויגן. עס איז באמת געווען א קלארע און שיינע אפהאנדלונג, איך האב באמת הנאה געהאט.

און טאקע איבער די אפענע שמועסן, איך האף אז דער בחור וועט טרעפן א מורה דרך, ווייל אז נישט קען זיך עס ענדיגן מיט קאצקע דעפרעסיע און ברסלב׳ע מוחין דקטנות וואס איז גאר געפארפול. כ׳האב הנאה געהאט פון מנחם גאלד׳ס ׳תמימות׳דיגע׳ פראגן צום חכם מכל אדם... (ער האט געשריבן אז עס גייט אים גארנישט אן וואס מען זאגט דערויף, אבער אויב שפירט ער זיך געטראפן זאל ער עס נישט נעמען פערזענליך, איך באציה זיך צו וואס ער האט געזאגט און נישט צו ווער עס האט געזאגט).

מתמודד, קום אריין קלארער און אפטער.
אוועטאר
נישט ווי יעדעם
שר האלף
תגובות: 1568
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 20, 2019 2:49 am
לאקאציע: נישט צו ווייט

Re: "מאמענט" - וועכענטליכע אידישע מאגאזין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נישט ווי יעדעם »

געפרואווטער האט געשריבן:פיינע אינטערוויא מיט ר' יונתן, א שטארקע אינספעראציע פאר די וואס גייען אדורך שווערע זמנים.

שוין לאנג נישט געווען אזא ארטיקל
די מעשה מיט די דיין איבער זיינע טריקס איז געווען ......
אוועטאר
נישט ווי יעדעם
שר האלף
תגובות: 1568
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 20, 2019 2:49 am
לאקאציע: נישט צו ווייט

Re: "מאמענט" - וועכענטליכע אידישע מאגאזין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נישט ווי יעדעם »

שטויביג האט געשריבן:
טישטוך האט געשריבן:עס זעט מיר אויס ווי פון יעדן ווארטסזאגער וועט מען פרעגן זיין דעה איבער וואקסינען, אנשטאט פרעגן איינמאל פאר אלעמאל דעם דאקטאר.
.

געטראכט דאס זעלביגע, סמאכט נישט קיין סענס..

איך קען באשטיין אויב שוין יעדע וואך וועגן די וואקסינען 1 וואך פאר א טשעינדש צו ברענגן א אנטי
(מיין מיינונג = איך בין אנטי אנטי בדרך כלל אבער דעיס מיינט נישט אז איך בין פרא פרא)
תבלין כנגדו
שר חמישים ומאתים
תגובות: 273
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 04, 2022 9:15 am

Re: "מאמענט" - וועכענטליכע אידישע מאגאזין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תבלין כנגדו »

ביים ליינען די ערשטע פאראגראפן אין פענסטערלעך האט זיך געקענט דאכטן אז אלי יואל'ן האט גענומען א נושא אן קיין ספעציעלע אינטערעסע דערינען, אבער ווען די קינדער זכרונות זענען זיך צונויפגעקומען אינאיינעם מיט די לעצטע פראגראפן אין די פענסטערלעך איז עס ממש געווארן א דבר השלם וואס האט איבערגעריסן די סטרינעס.

יונתן שווארץ אינטערוויו איז געווען גאר רירנד, נאר א שאד אז מ'האט אזויפיל צאמגעווארפן דערינען ווען א יעדע זאך באזונדער וואלט געקענט זיין א שמועס פאר זיך, ביים ליינעם די שורות האט זיך געשפירט ווי מ'לאזט אויס שטיקער פעטענס פון יעדע נושא צוליב וואס מ'דארף שוין גיין ווייטער. איך פארשטיי די דילעמע ווען עס קומט צו באשרייבן אזא פילפארביגע מאן.

סטאנציע איז אפציעל דא צו ברענגען נושאים וואס ציעט אינטערעסע ביים היימישע ציבור איז טאקע נישט קלאר פארוואס ער איז געבליבן שטעקן ביים וואקסין דעבאטע, יעדע וואך חוזר חלילה, האבנדיג דעם משפחה עורך גלייבט זיך אז עס געווען אינטערעסאנטערע פראגעס ווי דעם אויסגעדראשענע וואקסין שטאך
עמיקא וטמירא
שר מאה
תגובות: 170
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 15, 2021 1:57 pm

Re: "מאמענט" - וועכענטליכע אידישע מאגאזין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עמיקא וטמירא »

די גאנצע שמועס פיין און וואיל, צו ארויפברענגן יונתן איז זייער טיפיקעל,
אבער ווען מליינט די פאר שטיקלעך פון זיין מאמע'ס טאטע ר' ברוך האפמאן האט זיך די שפעזן אויסגעצאלט,
מבהיל- ס'שפיגלט אפ די פארצייטשע אידן, באגראבט זעקס קינדער! איבערגעבליבען אן קיין איינס און משרייט און שבת שבעה 'להגיד כי ישר ה' צורי',,,, טוה להודות לה' ולזמר, געבליבען פרייליך און פאזיטיוו, ומה נענה אנן אבתריה אויף אונזערע נסיונות'לעך,,
אוועטאר
עירוב תבשילין
שר שמונת אלפים
תגובות: 8033
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 21, 2020 6:28 am

Re: "מאמענט" - וועכענטליכע אידישע מאגאזין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עירוב תבשילין »

עמיקא וטמירא האט געשריבן:די גאנצע שמועס פיין און וואיל, צו ארויפברענגן יונתן איז זייער טיפיקעל,
אבער ווען מליינט די פאר שטיקלעך פון זיין מאמע'ס טאטע ר' ברוך האפמאן האט זיך די שפעזן אויסגעצאלט,
מבהיל- ס'שפיגלט אפ די פארצייטשע אידן, באגראבט זעקס קינדער! איבערגעבליבען אן קיין איינס און משרייט און שבת שבעה 'להגיד כי ישר ה' צורי',,,, טוה להודות לה' ולזמר, געבליבען פרייליך און פאזיטיוו, ומה נענה אנן אבתריה אויף אונזערע נסיונות'לעך,,

;l;p-
אוועטאר
עירין קדישין
שר מאה
תגובות: 235
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש דעצעמבער 18, 2021 9:12 pm

Re: "מאמענט" - וועכענטליכע אידישע מאגאזין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עירין קדישין »

מנחם גאלד אפענע שמועסן איז עפעס נישט נארמאל קוריאז
ווייסעך נישט ווי דער מנחם טרעפט זיך אן מיט אזאנע פארשוינען....
כ'זאג דיר צו אז דו ווילסט נישט וויסן מיין אנדערע ניק!
אוועטאר
דניאל אויערבאך
שר ששת אלפים
תגובות: 6376
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 08, 2017 4:31 pm

Re: "מאמענט" - וועכענטליכע אידישע מאגאזין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דניאל אויערבאך »

עירין קדישין האט געשריבן:מנחם גאלד אפענע שמועסן איז עפעס נישט נארמאל קוריאז
ווייסעך נישט ווי דער מנחם טרעפט זיך אן מיט אזאנע פארשוינען....

ער איז שוין אויסגעלאפן פון נארמאלע מענטשן.... (ד"ה די וואס מאכן זיך נארמאל....)
ער איז גרייט אנצונעמען אנדערע מענטשן, אז איר ווילט זיך לאזן אינטערוויוען, אדער האט איר איידיעס פון מענטשן וואס ווילן, ביטע מעלדט זיך צו אים.

דיסקלעימער - איך בין נישט מנחם גאלד 8.)
אוועטאר
פופציגער
שר תשעת אלפים
תגובות: 9899
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 10, 2020 4:07 pm
לאקאציע: זונטאג - ניו יארק, אייוועלט.קאם

Re: "מאמענט" - וועכענטליכע אידישע מאגאזין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פופציגער »

גראדע האב איך זייער געגליכן די אפענע שמועס... עמיצער האט זיך אויפגעשטעלט אויף א סטעידזש אינמיטן מארק און געזאגט וואס ער האט צו זאגן!
.
נאט אייך א געהענגל פופציגערס געקליבן פונעם וועלטל
אושפיזין
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4808
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 07, 2020 11:44 pm

Re: "מאמענט" - וועכענטליכע אידישע מאגאזין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אושפיזין »

עירין קדישין האט געשריבן:מנחם גאלד אפענע שמועסן איז עפעס נישט נארמאל קוריאז
ווייסעך נישט ווי דער מנחם טרעפט זיך אן מיט אזאנע פארשוינען....


קען זיין איך בין קוריאז
אבער איך זעה נישט עפעס זייער פאני אין דעם בחור
כ'קוק עס אן ווי מנחם גאלד האט גענומען א פרישע איידיע פון אינטערוויאען א פשוטע בחור, און דער שמועס איז פשוט א בליק פון יעדע חסיד'ישע בחור וואס האט זיך זיינע מיינונגען און שיטות
חינוך האט געזיגט!
אוועטאר
עירין קדישין
שר מאה
תגובות: 235
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש דעצעמבער 18, 2021 9:12 pm

Re: "מאמענט" - וועכענטליכע אידישע מאגאזין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עירין קדישין »

אושפיזין האט געשריבן:
עירין קדישין האט געשריבן:מנחם גאלד אפענע שמועסן איז עפעס נישט נארמאל קוריאז
ווייסעך נישט ווי דער מנחם טרעפט זיך אן מיט אזאנע פארשוינען....


קען זיין איך בין קוריאז
אבער איך זעה נישט עפעס זייער פאני אין דעם בחור
כ'קוק עס אן ווי מנחם גאלד האט גענומען א פרישע איידיע פון אינטערוויאען א פשוטע בחור, און דער שמועס איז פשוט א בליק פון יעדע חסיד'ישע בחור וואס האט זיך זיינע מיינונגען און שיטות

האלטסט אז אלע בחורים זענען אזוי משוגע?.....
כ'זאג דיר צו אז דו ווילסט נישט וויסן מיין אנדערע ניק!
אוועטאר
סאבאבא
שר האלפיים
תגובות: 2489
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 14, 2021 8:35 am
לאקאציע: וואנזיניגאציע

Re: "מאמענט" - וועכענטליכע אידישע מאגאזין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאבאבא »

עירין קדישין האט געשריבן:
אושפיזין האט געשריבן:
עירין קדישין האט געשריבן:מנחם גאלד אפענע שמועסן איז עפעס נישט נארמאל קוריאז
ווייסעך נישט ווי דער מנחם טרעפט זיך אן מיט אזאנע פארשוינען....


קען זיין איך בין קוריאז
אבער איך זעה נישט עפעס זייער פאני אין דעם בחור
כ'קוק עס אן ווי מנחם גאלד האט גענומען א פרישע איידיע פון אינטערוויאען א פשוטע בחור, און דער שמועס איז פשוט א בליק פון יעדע חסיד'ישע בחור וואס האט זיך זיינע מיינונגען און שיטות

האלטסט אז אלע בחורים זענען אזוי משוגע?.....

א בחור בעצם מהותו איז 'פאני'.
.i'm not normal. i'm me

מיין טיר איז אפן פאר אייך [email protected]
אוועטאר
טעם וריח
שר האלפיים
תגובות: 2554
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 19, 2017 7:33 pm

Re: "מאמענט" - וועכענטליכע אידישע מאגאזין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טעם וריח »

אושפיזין האט געשריבן:
עירין קדישין האט געשריבן:מנחם גאלד אפענע שמועסן איז עפעס נישט נארמאל קוריאז
ווייסעך נישט ווי דער מנחם טרעפט זיך אן מיט אזאנע פארשוינען....


קען זיין איך בין קוריאז
אבער איך זעה נישט עפעס זייער פאני אין דעם בחור
כ'קוק עס אן ווי מנחם גאלד האט גענומען א פרישע איידיע פון אינטערוויאען א פשוטע בחור, און דער שמועס איז פשוט א בליק פון יעדע חסיד'ישע בחור וואס האט זיך זיינע מיינונגען און שיטות

אקוראט געטראכט, א טיפיקל [געזונטע] חסידישע בחור מיט דמיונות און חלומות שיטות און עובדת'ן, וואס מען טשוכעט זיך אויס איבערן לעבן.

פונקט גוט פאר 'מאמענט' אדער, טיפיקל מאמענט.(אויב סאיז א קאמפלימענט אדער נישט, העמיר לאזן פאר א צווייטן)
על "טעם וריח" אין להתווכח
אוועטאר
נישט ווי יעדעם
שר האלף
תגובות: 1568
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 20, 2019 2:49 am
לאקאציע: נישט צו ווייט

Re: מאמענט פר׳ תרומה תשפ״ב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נישט ווי יעדעם »

שלשה אחים האט געשריבן:מאמענט פר׳ תצוה ? תשפ״ב
תבלין כנגדו
שר חמישים ומאתים
תגובות: 273
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 04, 2022 9:15 am

Re: "מאמענט" - וועכענטליכע אידישע מאגאזין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תבלין כנגדו »

שוין ווידער איז די מאמענט אשכול געווארן פארפלאנטערט אין א נושא אן קיין ידים.

אפענע שמועס איז א פלאפטפארמע וואס כשמו כן הוא, ס'איז אפן, ליפטיג, יעדע וואך עפעס אנרעדש אמאל אינטערעסאנט און אמאל נישט.
וואס גענוי האט דער בחור חוטא געווען מיטן איבערגעבן וואס זיינע מחשבות זענען און וואס גענוי האט דער שרייבער חוטא געווען מיטן אפקלאפן די שורות און געבן צוויי בלעטער ליינען מאטריאל פאר די באזע ליינער.

ס'איז נישט דא קיין לשון הרע דערין, נישט קיין פאליטיק, בלויז אביסל נאטירליכע בחורי'ישע געפילן. גיי פארשטיי..
אוועטאר
סאבאבא
שר האלפיים
תגובות: 2489
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 14, 2021 8:35 am
לאקאציע: וואנזיניגאציע

Re: "מאמענט" - וועכענטליכע אידישע מאגאזין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאבאבא »

עקזעקלי, 'אפנע שמועסן' איז געמאכט צו ברענגען די פאלקסישע קול פון דער המון עם שבשדות. אן קיין טיטלען פון הרב, הנגיד, העסקן, הזינגער פאר דעם. סתם דער פשוטע מענטש פון גאס.
.i'm not normal. i'm me

מיין טיר איז אפן פאר אייך [email protected]
אוועטאר
איך בין זייער סיריעס
שר חמש מאות
תגובות: 746
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 18, 2020 12:51 pm

Re: "מאמענט" - וועכענטליכע אידישע מאגאזין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איך בין זייער סיריעס »

פרשת תצוה.
אטעטשמענטס
-4909050411789429553_121.jpg
-4909050411789429553_121.jpg (152.46 KiB) געזען 721 מאל
-4909050411789429555_121.jpg
-4909050411789429555_121.jpg (181.43 KiB) געזען 721 מאל
-4909050411789429554_121.jpg
-4909050411789429554_121.jpg (220.77 KiB) געזען 721 מאל
אוועטאר
איך בין זייער סיריעס
שר חמש מאות
תגובות: 746
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 18, 2020 12:51 pm

Re: "מאמענט" - וועכענטליכע אידישע מאגאזין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איך בין זייער סיריעס »

שלמה זייאנץ סטאנציע!
;l;p-
אוועטאר
נישט ווי יעדעם
שר האלף
תגובות: 1568
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 20, 2019 2:49 am
לאקאציע: נישט צו ווייט

Re: מאמענט פר׳ תרומה תשפ״ב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נישט ווי יעדעם »

איך בין זייער סיריעס האט געשריבן:
נישט ווי יעדעם האט געשריבן:
שלשה אחים האט געשריבן:מאמענט פר׳ תצוה ? תשפ״ב

.

ש'כח
שרייב תגובה

צוריק צו “אויסגאבעס און נייעס קוועלער”