כשרונות פראגראם אויף קול מבשר

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
פיאנא
שר חמש מאות
תגובות: 703
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 30, 2021 10:28 pm

Re: כשרונות פראגראם אויף קול מבשר - ווינטער תשפ"ג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פיאנא »

באשמירטער האט געשריבן:
דא בין איך האט געשריבן:
1 אין 9 האבן געווינען
ווער האט געווינען ביי די צוהערער?
ווען מען וויל אויפשפילן א ניגון, ברויך מען נוצן אויך די שווארצע.
וכן בכל ענין...
אוועטאר
ב שלום
שר שמונת אלפים
תגובות: 8597
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 18, 2018 8:25 pm
לאקאציע: טשענל 12

Re: כשרונות פראגראם אויף קול מבשר - ווינטער תשפ"ג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ב שלום »

קומפוזער האט געשריבן:
בוקר האט געשריבן:
געשטימט פאר 5
גא"מ
הערליכע ניגון מיט א פיינע מעיסעידש קורץ און שארפ צום פוינט

אגב ווי שטייט דער ווערטער? א מדרש? פסוק? רש"י? גמרא?

אייניר ווייסט?
פון די מחבר
דער השתלות ניגון האב איך פארפאסט נאכ'ן שיק'ן איינע פון מיינע ניגונים צו א באקאנטע זינגער, און נאכן אויסהערן,קאמפלימעטען און פונקטלעך איוספרעגן ווער און ביי וועם האב איך געמאכט די מוזיק און דער ארעדשמענט בין איך געווען זיכער ביי זיך אז ער גייט נעמען דער ניגון....למעשה שיקט ער מיר א מעסידש אפאר טעג שפעטער אז סע איז א הערליכע ניגון און זייער א שיינע קאנסעפט און דער ניגון קען זיין א שטארקע היט...אבער פאר עם איז עס נישט נוגע וויל ער זיכט מער ניגונים וואס האבען א מעסידש און דעם ניגון האט נישט קיין מעסידש....
האב איך אפגעמאכט גלייך אויפן פלאץ אז מעגייט מאכן א ניגון מיט א מעסידש... האב איך געפענט א חומש און זיך גענומען לערנען דער פרשה פון די וואך פ' פקודי... האפנדיג אז מעט טרעפען א פעסטע מעסידש...איך מיש און מיש די בלעטער אין איךבין אנגעקומען צו די ווערטער אין פסוק "הביאו את המשכן" סע איז געברענגט געווארען דער משכן...דער משכן איז געברענגט געווארן?? מהאט עס געבאויט!... איז רש"י ברענגט אויפן פלאץ אז משה רבינו האט געזאגט פאר די ה' "איך אפשר הקמתו ע"י אדם" ווי זוי קען א מענטש בויען אזא גרויסע משכן...האט דער ה' עם געזאגט "עסוק אתה בידך" די טו וויפיל די קענסט און איך וועל שוין צוענדיגען "נראה כמקימו והוא נזקף וקם מאילו" סע האט אויסגעזעהן ווי משה טוט עפעס אבער למעשה האט דער ה' אלעס געטוהן!.... דער וועטער האט מיר מורהדיג שטארק באנומען... אונז מיינען אונז טוהען עפעס... מעמיינט מטוט עפעס אבער למעשה סוף טאג איז עס נאר דער ה' וואס טוט...און אונז טוהן נאר א ביסל השתדלות.....
און פון דא האט דאס ניגון השתלות געבוירען....
רבי! פליז פאקעס...
אוועטאר
אלופי אדום
שר האלף
תגובות: 1667
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 22, 2019 12:59 pm
לאקאציע: אויפן טיש

Re: כשרונות פראגראם אויף קול מבשר - ווינטער תשפ"ג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלופי אדום »

2'טע וואך

געשטימט פאר #6
מיין לופי'לע........
אוועטאר
ממוצע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5451
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 20, 2020 11:07 pm

Re: כשרונות פראגראם אויף קול מבשר - ווינטער תשפ"ג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממוצע »

נומער 1) עבדו. קודם א פרישקייט... ס'הייבט זיך אן פריש... פון די אינטרא זעה איך שוין אז קיין גרויסע חידושים גייט נישט זיין...

די "איי יי יי"... צום סוף פונעם ערשטן פאל... פעלט נישט אויס.

די הויכע פאל וואלט איך געוואלט אז ס'זאל זיין שטערקער... ס'פעלט חיות... ווען דו האלסט נאך צוויי פעלער, דארף די דריטע פאל זיין אסאך שטערקער...

די דראם דערמאנט מיר פון דוד ווערדיגער'ס אלבומס... נאך פאר די ראק ענד ראלל צייטן... זייער פארצייטיש...

כ'האב נישט קיין ספעציעלע טענות אויף דעם ניגון... ס'איז א ניגון וואס דרייט זיך דורך דעם שעלף... נישט קיין וועלטס ניגון.. פיין, גוט, און וואויל.

נומער 2). אליך ה' אקרא. קודם איז עס אן אומפא. די וואך זעט אויס גייט זיין מער פרישע סחורה... נישט אזוי בארינג און סעד ווי פאריגע וואך...

ס'הייבט זיך אן געשמאק, ער איז קענטיג זייער מוזיקאליש... שיינע דרייעס וואס לייגט צו געשמאק...

א חידוש פון קאמביינען די ערשטע צוויי פעלער פאר איין פאל... איך ווייס נישט ווי א מעלה ס'איז... אבער עפעס איז עס...

אלץ די קאמפאזישאן אויס קראצט נישט גארנישט אין די אויער.. פירוש המילות איז נישט עפעס מורא'דיג. מ'זעט אז די עיקר פאוקוס איז געווען אויף די מעלאדיע.

ביי די הויכע פאל טראגט ער אריין אין וואש מאשין.... קאלערט ארויס פונעם ביט. דערמאנט פון די ניגון 'פשיסחא'... וואס האט עס אויך געטוהן.. אבער נישט אזוי ווייט...

איך אפרישיעט מער א ניגון וואס טראגט מיר ערגעץ, ס'איז ארגינעל און אויטענטיש, ס'קאלירט א בילד און געט א הרגש, מער ווי געקינצעטלע אנאלאגישע טענער.

3) והאר ענינו. ס'פארלאנג זיך אזא גאווה דקדושה נישט צו זיין צופרידן מיט די ניגונים וואס זענען שוין דא, און האלטן אז דאס וואס איך וועל קאמפאזן וועלן אנפילן דעם לאך.

די שטימע איז ארגינעל? ס'איז גאר יוניק!

א טיפישער ניגון. גאנץ לאנגווייליג. כ'קען אבער זעהן אז פארן מחבר זאל עס זיין זייער פערסענעל.

ער איז א גוטער קאמפאזיטער. ער געט ארויס וואס ס'ליגט אים אפן הארץ! אזא מענטש דארף מאכן ניגונים! ער איז ווארשיינליך נישט די מערסט שעפערישע מענטש, הענס, די קאמפאזיציעס זענען פשוט. אבער גוט.

4) מה אשיב. הופס... גיימיר אביסל DJען... (מיך האט ער שוין פארלוירן מיט די דראם... אבער איך גיי מיך האלטן אביעקטיוו)

ערשטע פאל. זייער טיפיקל. מאנאטאניש.

דעי וואך איז די בחור'ישע וואך...

איך טראכט צו מיר... פארוואס איז די "דיפאלט" קאמפאזיצע וואס מענטשן קאמפאזן ממש די זעלבע. נאר די יחידים קאלערן ארויס. די "דיפאלט" איז אלץ די זעלבע גאנג.

די ניגון איז בכלל נישט אזוי שלעכט. דער אראנדזשירער האט -במחילת כבודו- עס זייער נישט גוט אריינגעפאסט.

איך פיל א שטארקע ארגינעלקייט אין די ניגון. דער מחבר האט געפילט וואס ער טוט בשעת'ן מאכן די ניגון. ער האט געפילט פירוש המילות! כל הכבוד. א ריזיגע פלאס. איך קען הערן די ניגון. ווייל איך פיל די ארגינעלע הארץ דערין.

נומער 5) פרובירט זיך צו אנהייבן ספוקי.

אב הרחמים שוכן מרומים. אה.. יעצט פארשטיי איך שוין די ספוקינעס... גוד דזשאב.

(ס'הייבט זיך אן ענליך צו די אנדערע אב הרחמים הוא ירחם עם עמוסים)

הוא יפקוד ברחמים.. די פאל שמעקט פון ר' משה גאלדמאן.

אוי טאטע! איך וואלט ארויסגענומען די אידישע ווערטער.. ס'געט גארנישט צו לטעמי... און ס'איז צוזאמגעכאפט.. זאג ענדערש 'נקום נקום, נקום נקמת, דם עבדיך השפוך".

זייער א פיינע ניגון! ממש א גוטע ניגון! נישט קיין גרויסע חידושים, אבער ס'איז גוט געבויט! ס'זענען פארהאן ניגונים וואס זענען נישט שלעכט, אבער ס'איז נישט געבויעט... סתם צוזאמגעקלאפט תנועות... און כאטש ס'איז אוועראלל גוט.. איז ער פשוט נישט די בעסטע קאנטראקטער... די לעיאוט איז נישט גוט... נאכדעם איז דא עפעס וואס איז יא גוט געבויט... די מאטיריאל איז פשוט, אבער עס דינט די צוועק.

נומער 6) הוהא.. א ברעטה אף פרעש עיר... די חברה זעה איך גראד אז זיי ווייסן וואס זיי טוען...

הערליכע מוזיק!

אינטערעסאנט.. אלע אודה'ס וואס איך קען זענען 3 ביטס... די סקולענע איז א 3/4 .. גאלדמאן איז א וואלס, און דאס איז א 6/8...

ווייטער מיט דעי גאטס צו נעמען אזא באקאנטע פסוק.

גאנץ פרישע חידושים און תנועות. ס'איז א פרישע ניגון. נישט קיין פראגע.

דער איז א זייער גוטער קאמפאזער. אסאך טאלאנט! קע"ה!

7) אוי איז דאס טרויעריג! זכור ה' מה היה לנו, הביטה וראה. אונטער וועלכע אומשטענדן איז די ניגון געמאכט? ס'טייטשט זייער גוט! אויך אפאר חידושים דא.

א ריזיגע רעינדש! דאס איז שווער צו נאכזינגען!

זייער א גוטער קאמפאזער! א גוטע ניגון! גוט געזאגט! פשוט גוט געזאגט!

8) בגלל אבות. א לייוו רעקארדינג פון א חתונה?.. ס'הייבט זיך אן ווי עוד ישמע... די אינטראו... אינטערעסאנט ווען ס'האט זיך אנגעפאנגען די דראם האב איך געטראכט פון 'אהללה אלוקי'... און דא הער איך א צעירעי.. זענען דאס טאקע סקווירא אידן? אפשר טאקע א ענליכע השפעה. לכאורה געמאכט לכבוד א חתונה אין הויף.

איך האב מורא אז 'קארן' פון די הכנסת ספר תורה טראק האט געמאכט די מוזיק... ס'סאונד סימילער. די פראגרעמס זענען נאסטאלגיש. אלטע פארצייטישע דראמס.

(די ערשטע פאל איז ענליך צו א חבד'סקע.)

זייער באקאנטע תנועות. הייבט זיך אן מיינער און פארט אריין צו ראמעניען. זייער שיין! איך גלייך דעם ניגון!

9) שיינע פידעלע. שיינע מוזיק. שיינע קאורדס.

ידיד נפש... ער האלט מיר געשפאנט.. מוזיקאליש! איך בין זייער נייגעריג וואס ער גייט דא טוען. WOW! דאס איז א סעמפל וויאזוי מ'קען זיין מוזיקאליש אבער ס'נעמט נישט אוועק פון די שיינקייט פונעם ניגון. אויך איז א סעמפל פון א ניגון, וואס ס'הייבט מיך נישט אן אנצוגיין אז ס'זענען דא עלטערע ניגונים אויף די ווערטער. ער קומט דאך אריין אזוי גוט!

די סקעיל איז הארמאניק מיינער. א חידוש פאר זיך! אבער די הארץ וואס ליגט דא! ס'רייסט שטיקער!

די ניגון איז מסתמא די שענסטע ניגון וואס איך האב געהערט אויף כשרונות וואטסאעווער!

א סאליד 10!

איך הער די ניגון איבער און איבער, און איך ווער נישט זאט! WOW WOW WOW.

יישר כח מחבר! אין מילים!

אויך איז די ערענדזשמענט מאסיוו! דער האט ערנסט אינוועסטעד דא. זאל ער זיין געבענטשט!

--
6-7-8-9 זענען זייער זאכליכע ניגונים. 8 איז אביסל טיפיקל, אבער ס'איז נאך אלץ א גוטער ניגון. איך גלייך עס. 6 און 7 זענען ממש געוואלדיגע ניגונים! אבער 9 איז דער אויסשליסליכער געווינער!

א קאנקעדיגע וואך געווען!
אוועטאר
קומפוזער
שר העשר
תגובות: 39
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 22, 2022 10:07 pm

Re: כשרונות פראגראם אויף קול מבשר - ווינטער תשפ"ג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קומפוזער »

ב שלום האט געשריבן:
קומפוזער האט געשריבן:
בוקר האט געשריבן:
געשטימט פאר 5
גא"מ
הערליכע ניגון מיט א פיינע מעיסעידש קורץ און שארפ צום פוינט

אגב ווי שטייט דער ווערטער? א מדרש? פסוק? רש"י? גמרא?

אייניר ווייסט?
פון די מחבר
דער השתלות ניגון האב איך פארפאסט נאכ'ן שיק'ן איינע פון מיינע ניגונים צו א באקאנטע זינגער, און נאכן אויסהערן,קאמפלימעטען און פונקטלעך איוספרעגן ווער און ביי וועם האב איך געמאכט די מוזיק און דער ארעדשמענט בין איך געווען זיכער ביי זיך אז ער גייט נעמען דער ניגון....למעשה שיקט ער מיר א מעסידש אפאר טעג שפעטער אז סע איז א הערליכע ניגון און זייער א שיינע קאנסעפט און דער ניגון קען זיין א שטארקע היט...אבער פאר עם איז עס נישט נוגע וויל ער זיכט מער ניגונים וואס האבען א מעסידש און דעם ניגון האט נישט קיין מעסידש....
האב איך אפגעמאכט גלייך אויפן פלאץ אז מעגייט מאכן א ניגון מיט א מעסידש... האב איך געפענט א חומש און זיך גענומען לערנען דער פרשה פון די וואך פ' פקודי... האפנדיג אז מעט טרעפען א פעסטע מעסידש...איך מיש און מיש די בלעטער אין איךבין אנגעקומען צו די ווערטער אין פסוק "הביאו את המשכן" סע איז געברענגט געווארען דער משכן...דער משכן איז געברענגט געווארן?? מהאט עס געבאויט!... איז רש"י ברענגט אויפן פלאץ אז משה רבינו האט געזאגט פאר די ה' "איך אפשר הקמתו ע"י אדם" ווי זוי קען א מענטש בויען אזא גרויסע משכן...האט דער ה' עם געזאגט "עסוק אתה בידך" די טו וויפיל די קענסט און איך וועל שוין צוענדיגען "נראה כמקימו והוא נזקף וקם מאילו" סע האט אויסגעזעהן ווי משה טוט עפעס אבער למעשה האט דער ה' אלעס געטוהן!.... דער וועטער האט מיר מורהדיג שטארק באנומען... אונז מיינען אונז טוהען עפעס... מעמיינט מטוט עפעס אבער למעשה סוף טאג איז עס נאר דער ה' וואס טוט...און אונז טוהן נאר א ביסל השתדלות.....
און פון דא האט דאס ניגון השתלות געבוירען....
פון וועלכע אשכול קומט דעס?
יגעתי ולא מצאתי
אוועטאר
בעל פרנסה
שר האלפיים
תגובות: 2508
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 24, 2022 1:48 pm
לאקאציע: איך זוך עס נאך...

Re: כשרונות פראגראם אויף קול מבשר - ווינטער תשפ"ג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעל פרנסה »

געשטימט פאר ניגון נומער 1
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: כשרונות פראגראם אויף קול מבשר - ווינטער תשפ"ג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

ממוצע, זייער שיין צענומען. איך, ווי דיר, האב געשטימט אויף דעם ניינטן ניגון. עס איז מוזיקאליש, הארציג, און וואס נישט.
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
אור
שר שלשת אלפים
תגובות: 3229
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2011 12:20 pm

Re: כשרונות פראגראם אויף קול מבשר - ווינטער תשפ"ג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אור »

זייער א געשמאקע שמועס די מוצ"ש
פארשטייטצעך מאיר מיט זיין שפראך
און דער גבריאל איז אויך פיין און קלאר
אוועטאר
חנה דוד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 400
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 12, 2022 3:15 pm

Re: כשרונות פראגראם אויף קול מבשר - ווינטער תשפ"ג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חנה דוד »

פעיק ניוז האט געשריבן:
ממוצע, זייער שיין צענומען. איך, ווי דיר, האב געשטימט אויף דעם ניינטן ניגון. עס איז מוזיקאליש, הארציג, און וואס נישט.
מיך האט געבאדערט אז עס פעלט א הויכער פאל.
הושענא חנה דוד, הושענא!
טעמפל שירה
שר האלף
תגובות: 1817
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 03, 2022 6:44 pm

Re: כשרונות פראגראם אויף קול מבשר - ווינטער תשפ"ג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טעמפל שירה »

כ'בין מסופק צווישן 1 און 6
נון בוי נון בוי נון בוי נון בוי דיין טעמפל שירה
🎙🎤🎼🎶 🎷🎸🎹🎻🎺
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: כשרונות פראגראם אויף קול מבשר - ווינטער תשפ"ג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

חנה דוד האט געשריבן:
פעיק ניוז האט געשריבן:
ממוצע, זייער שיין צענומען. איך, ווי דיר, האב געשטימט אויף דעם ניינטן ניגון. עס איז מוזיקאליש, הארציג, און וואס נישט.
מיך האט געבאדערט אז עס פעלט א הויכער פאל.
עס האט דאך אבער יא א הויכן פאל - יערב לו.
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
אוועטאר
חנה דוד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 400
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 12, 2022 3:15 pm

Re: כשרונות פראגראם אויף קול מבשר - ווינטער תשפ"ג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חנה דוד »

פעיק ניוז האט געשריבן:
חנה דוד האט געשריבן:
פעיק ניוז האט געשריבן:
ממוצע, זייער שיין צענומען. איך, ווי דיר, האב געשטימט אויף דעם ניינטן ניגון. עס איז מוזיקאליש, הארציג, און וואס נישט.
מיך האט געבאדערט אז עס פעלט א הויכער פאל.
עס האט דאך אבער יא א הויכן פאל - יערב לו.
שוין פארגעסן וואס עס באדערט מיר...

די פראבלעם איז געווען אז אלע דריי פעלער האט די זעלבע יוניק קוועטש. ער נוצט עס צו שטארק אויס מיט'ן איבערנוצן 7 מאל.
"אל" רצונך, "כמו" איל, אל "מול" הדריך, "ידי"דותך, "וכל" טעם...

פיאנא האט געשריבן:
באשמירטער האט געשריבן:
דא בין איך האט געשריבן:
1 אין 9 האבן געווינען
ווער האט געווינען ביי די צוהערער?
1 ביי די צוהערער.
דער עולם גייט פאר פארצייטיש!

די מבינים איז געווען א טיי דריי ניגונים, און מען האט גענומען 9 וואס איז די העכסטע פון די 3 ביי די צוהערער.
הושענא חנה דוד, הושענא!
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: כשרונות פראגראם אויף קול מבשר - ווינטער תשפ"ג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

חנה דוד האט געשריבן:
פעיק ניוז האט געשריבן:
חנה דוד האט געשריבן:
פעיק ניוז האט געשריבן:
ממוצע, זייער שיין צענומען. איך, ווי דיר, האב געשטימט אויף דעם ניינטן ניגון. עס איז מוזיקאליש, הארציג, און וואס נישט.
מיך האט געבאדערט אז עס פעלט א הויכער פאל.
עס האט דאך אבער יא א הויכן פאל - יערב לו.
שוין פארגעסן וואס עס באדערט מיר...

די פראבלעם איז געווען אז אלע דריי פעלער האט די זעלבע יוניק קוועטש. ער נוצט עס צו שטארק אויס מיט'ן איבערנוצן 7 מאל.
"אל" רצונך, "כמו" איל, אל "מול" הדריך, "ידי"דותך, "וכל" טעם...
ריכטיגע נקודה. אבער הער אויס, איך גלייך עס. בכלל די געפיל פון דעם ניגון איז עפעס צו וואס איך קאנעקט.
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
אוועטאר
ממוצע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5451
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 20, 2020 11:07 pm

Re: כשרונות פראגראם אויף קול מבשר - ווינטער תשפ"ג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממוצע »

חנה דוד האט געשריבן:
פעיק ניוז האט געשריבן:
חנה דוד האט געשריבן:
פעיק ניוז האט געשריבן:
ממוצע, זייער שיין צענומען. איך, ווי דיר, האב געשטימט אויף דעם ניינטן ניגון. עס איז מוזיקאליש, הארציג, און וואס נישט.
מיך האט געבאדערט אז עס פעלט א הויכער פאל.
עס האט דאך אבער יא א הויכן פאל - יערב לו.
שוין פארגעסן וואס עס באדערט מיר...

די פראבלעם איז געווען אז אלע דריי פעלער האט די זעלבע יוניק קוועטש. ער נוצט עס צו שטארק אויס מיט'ן איבערנוצן 7 מאל.
"אל" רצונך, "כמו" איל, אל "מול" הדריך, "ידי"דותך, "וכל" טעם...
ס'איז אמת.

און אליבא דאמת, נאכן זיך בארואיגן.. האב איך טאקע אנגעפאנגען צו טראכטן אז נאכאלעם ליגט נישט קיין גרויסע מערכות אין דעם ניגון, ס'איז די איינע תנועה. בעיסיקלי די הארמאניק מיינאר סקעיל, און שוין. עד כדי כך, אז איך טראכט שוין אז אפשר דארף איך יא געבן דאס געווינס פאר אודה ה' אדער זכור ה' מה היה לנו. און צעווישן די צוויי וואלט איך לכאורה געקליבן זכור ה', ווייל ס'איז מער ארגינעל און עס פעינט א בעסערע בילד און פירוש המילות.
אוועטאר
האלצשטיין
שר שבעת אלפים
תגובות: 7172
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 17, 2020 11:09 am

Re: כשרונות פראגראם אויף קול מבשר - ווינטער תשפ"ג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך האלצשטיין »

די וואך איז שוואכערע סחורה ווי לעצטע וואך.

ר' וועלוועל האט געמאכט א געוואלדיגע ארבעט מיט'ן פאנעל.

אוי פעטער מאיר איז דאך מתוק מדבש..
להודות
שר האלפיים
תגובות: 2369
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 27, 2016 5:02 pm

Re: כשרונות פראגראם אויף קול מבשר - ווינטער תשפ"ג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך להודות »

חנה דוד האט געשריבן:
די פראבלעם איז געווען אז אלע דריי פעלער האט די זעלבע יוניק קוועטש. ער נוצט עס צו שטארק אויס מיט'ן איבערנוצן 7 מאל.
"אל" רצונך, "כמו" איל, אל "מול" הדריך, "ידי"דותך, "וכל" טעם...
עס איז אומערווארטעט און גרידזשעט.
פארוואס טאקע? גייט עס ארויס פון די נארמאלע נאטן?
אוועטאר
חנה דוד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 400
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 12, 2022 3:15 pm

Re: כשרונות פראגראם אויף קול מבשר - ווינטער תשפ"ג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חנה דוד »

להודות האט געשריבן:
חנה דוד האט געשריבן:
די פראבלעם איז געווען אז אלע דריי פעלער האט די זעלבע יוניק קוועטש. ער נוצט עס צו שטארק אויס מיט'ן איבערנוצן 7 מאל.
"אל" רצונך, "כמו" איל, אל "מול" הדריך, "ידי"דותך, "וכל" טעם...
עס איז אומערווארטעט און גרידזשעט.
פארוואס טאקע? גייט עס ארויס פון די נארמאלע נאטן?
עס איז א האלבע טאן.
גראדע האב איך עס ליב, ווי דערמאנט.
הושענא חנה דוד, הושענא!
אוועטאר
ממוצע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5451
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 20, 2020 11:07 pm

Re: כשרונות פראגראם אויף קול מבשר - ווינטער תשפ"ג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממוצע »

חנה דוד האט געשריבן:
להודות האט געשריבן:
חנה דוד האט געשריבן:
די פראבלעם איז געווען אז אלע דריי פעלער האט די זעלבע יוניק קוועטש. ער נוצט עס צו שטארק אויס מיט'ן איבערנוצן 7 מאל.
"אל" רצונך, "כמו" איל, אל "מול" הדריך, "ידי"דותך, "וכל" טעם...
עס איז אומערווארטעט און גרידזשעט.
פארוואס טאקע? גייט עס ארויס פון די נארמאלע נאטן?
עס איז א האלבע טאן.
גראדע האב איך עס ליב, ווי דערמאנט.
ס'איז איינס און א האלב טענער...

עס איז פשוט אן אנדערע סקעיל. ס'גייט נישט ארויס. ס'איז א געוויסע וועג פון מוזיק.

איך האב עס זייער ליב. דעי סקעיל איז ממש געמאכט פאר ידיד נפש. ס'דרוקט אויס געוואלדיגע תשוקה און בענקשאפט.
אוועטאר
moishy56
שר עשרת אלפים
תגובות: 19757
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 10, 2013 6:36 am

Re: כשרונות פראגראם אויף קול מבשר - ווינטער תשפ"ג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך moishy56 »

כשרונות פאנעל
מוצ״ש חיי שרה פ״ג
די ערשטע כשרונות ניגונים פאנעל פון שנת תשפ"ג
https://www.yiddish24.com/music/136/73354
.

טעקסט בלויז די ווארט INFO צו 718-480-0545 און מען ארלעדיגט דיר א פאלעסי #קהלייף
אוועטאר
שטייעף פאבלאפסקי
שר חמישים
תגובות: 79
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 09, 2022 2:46 pm

Re: כשרונות פראגראם אויף קול מבשר - ווינטער תשפ"ג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטייעף פאבלאפסקי »

צווייטע וואך האב איך געשטימט פאר 5, אפילו בינעך נישט אזוי צופרידן מיטן ווערטער אויסלייג אינעם טאן.

דאך אבער האלט איך אז ס'איז בעסער פון ס'איבריגע.

דיסקלעימער# איך האב נישט אוועק-געגעבן צו סאך פון מיין צייט עס אויסצוהערן, טא ס'איז מוכרח אז האבעך נישט ריכטיג געשאצט.
אוועטאר
גרויסע עם הארץ
שר עשרת אלפים
תגובות: 14528
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 24, 2018 9:17 pm

Re: כשרונות פראגראם אויף קול מבשר - ווינטער תשפ"ג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרויסע עם הארץ »

די עולם האלט שוין דא טיעף אינמיטן די צווייטע ווואך, אבער איך האב יעצט געענדיגט הערן אלע ניגונים פון פאריגע וואך, ביי מיר זענען די היטס, ושמרו, והוא שעמדה און מודה אני (גיי פון די לעצטע צו די ערשטע פאר מיינע געווינערס, 1. מודה אני. 2. והוא שעמדה. 3. ושמרו.)

די מודה אני די סאונד און די זינגערס און די ווייבס דערמאנט מיר פון די בעלזע טעיפס, זאל מאיר אדלער זאגן וואס ער וויל.

און @ממוצע, איך בין ערשטוינט פון דיין פרעדיקשנס וואס דו האסט געשריבן בעפאר זייער שמועס, וואס זיי האבן געזאגט זייער אסאך נקודות ענדליך צו דיר. (און אזויווי איך האב געשפירט ווען איך האב געהערט די ניגונים.)

ייש"כ קולמע.

און דאס אז בנצי שטיין האט געפעלט און געוואוט עקסטער און געזאגט עקסטער מבינות, איז נישט קיין שלעכטע איידיע אז עס זאל ווערן א לכתחילה.
אוועטאר
בעל פרנסה
שר האלפיים
תגובות: 2508
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 24, 2022 1:48 pm
לאקאציע: איך זוך עס נאך...

Re: כשרונות פראגראם אויף קול מבשר - ווינטער תשפ"ג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעל פרנסה »

די געווינערס פונעם צווייטן וואך כשרונות זענען:
נומער 1 ביים עולם
נומער 6 ביי די מבינים
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: כשרונות פראגראם אויף קול מבשר - ווינטער תשפ"ג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

אין דער דריטער וואך האב איך געשטימט פאר ניגון 7. הגם מען קען זאגן אז ניגון 6 איז מער מוזיקאליש און קריעיטיוו, מיין איך אבער אז די ווערטער וואלטן זיין געדארפט בעסער געזעצט מיט'ן ניגון, און אזוי ווי ניגון 7 האט יא די מעלה פלאס וואס עס איז א זייער שיינער ניגון, איז מיין שטימע געגאנגען פאר אים.
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
אוועטאר
שטייעף פאבלאפסקי
שר חמישים
תגובות: 79
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 09, 2022 2:46 pm

Re: כשרונות פראגראם אויף קול מבשר - ווינטער תשפ"ג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטייעף פאבלאפסקי »

די פאנעלן זענען עפעס אויסטערליש לאנג.. איך קען נישט נאכיאגן.
שרייב תגובה

צוריק צו “היכל הנגינה”