חרבונא האט געשריבן:הלוואי זאל כהן מאכן די מיוזיק, ווער געדענקט דעם ניגון פון די צוויי ברודער אויפן לעצטן אלבום, דעיס האט (כ'מיין אלי') כהן געמאכט דער מאכט קרעיזי מיוזיק
"אויף די בערג פון יהודה, די זון ארויסגעקומען......."
שמעק דעם דעם פרימארגן... ממש מ'קען פילן (און כמעט זעהן) ווי די זון שטראלן קומען איבער די בערג...
דער איז שלא מעלמא הדין...
די פאקט אז ער איז א ליובאוויטשער, זאגט אביסל פון ווי דער קען מאכן אזאנס, כידוע ליודעי ניגוני חב"ד...
דא קומט אריין די אבער...
לעני"ד זיין מוזיק איז גאר אינטענס, די מוזט אריינלייגן מחשבה און קאנצעטרירונג עס צו באמת ענדשויען, זיך איינשפארן אינעם קאר אדער מיט ערפאונס, אין הערן מיט אלע חושים...
אבער צופיל דערפון איז שוין אזוי ווי 'דאופ'... (אקעי א איידעלערע משל... ווי שארף זיסע אייז קרעם וואס פחות פחות דערפון איז שרעקליך גוט ,אבער צופיל אויפאמאל מאכט ברענען די האלז, און נאכער די מאגן...) דו מוזט קענען פארדייען זיינע סחורה איידער דו גייסט צום נעקסטן...
דעריבער ביים דרייוון למשל, קען איך נישט הערן פון זיינע סחורה טאקע צוליב די קאנצעטרירונג וואס עס פארלאנגט, דעריבער וועל איך ענדערשט הערן לייכטערע מוזיק ווי משה לאופער, גלילי, לאם (געדענקסט אים?) דיקמאן, בעני לאופער, גור-אריה, שניטצלער, (פאר מונה וואלט איך זיך משתדל געווען צו זיין אליין אין קאר לכבודו.)