פעיק ניוז האט געשריבן:Masmid האט געשריבן:פעיק ניוז האט געשריבן:Masmid האט געשריבן:פעיק ניוז האט געשריבן:ער איז פראפעסיאנאל, ווייסט וואס א ניגון איז, קען עס גוט אראפלייגן. אבער עס פעלט אים הארץ לדעתי, ער איז מיר נישט מקשר מיט זיין געזינגעכטס. איך וואלט אים געלייגט אויף איין לעוול מיט שלום בראדט, נאר אביסל שטערקער.
גא''מ, די צושטעל צו שלום בראדט איז נישט אמת לענ''ד, שלום האט יא געזינגען מיט אביסל מער הארץ, ער האט ממש זייער א קאלטע אבער דאך א פראפעסיאנאלע וועג פון זינגען.
ריכטיג. ביידע פון זיי האבן מעלות איינער איבער'ן צווייטן, שלום האט געהאט א מער איידעלע סארט הארץ, ווידער בנציון האט מער פייער אין זיך. פון דער אנדערער זייט האט בנציון מער פלעקסיביליטי אין זיין קול און קען מאכן מער קונצן, ווידער שלום איז מער געפארן גראד. אזוי אויך האט ער א ברייטערן רעינדזש ווי שלום.
די סיבה פארוואס איך האב זיי צוגעשטעלט איינער צום צווייטן, איז וויבאלד ביידע האבן נישט עפעס א WOW צו זיך, נאר זענען בגדר 'פלעינע' ילד פלא...
וועלכע ילד הפלא איז יא א wow ביי דיר?
דער אמת איז אז מען קען יא זאגן אז ער איז א WOW ילד הפלא. וויבאלד ער האט לכאורה אביסל פון אלע מעלות. די סיבה פארוואס איך האב אים צוגעשטעלט צו שלום בראדט, איז נישט וויבאלד זיי האבן די זעלבע קוואליפיקאציעס. נאר עס איז מער א רעיטינג אזא. איך ווער דירעקט נישט איבערגענומען פון קלצקין, אזוי ווי איך בין נישט איבערגענומען געווארן פון בראדט'ס זינגען. דאך האבן ביידע פון זיי ביידע זיסע שטימעלעך, אבער דאך עפעס א טרוקנקייט.
ביי מיר איז אהרן הלוי א WOW ילד הפלא, סיי מיט זיין הערליכער שטימע און סיי מיט זיין מורא'דיגער הארץ.
מענדי ראטה איז א WOW ילד הפלא, סיי מיט זיינע הויכע טענער צו וועלכע דער האט געקענט צוקומען, סיי מיט זיין מורא'דיגער פלעקסיביליטי וואס ער האט אין זיין שטימע, און סיי מיט זיין אריגינעלקייט.
אברהם חיים גרין, הגם נארמאלערהייט בין איך נישט אזוי משוגע געווארן פאר אים. דאך האט ער געהאט א מין הארץ אין זיין זינגען וואס ווייניג האבן. סאו איך קאנסידער אים אויך אלס א WOW ילד הפלא.
יושע ארי' מאנדל קאנסידער איך אויך אלס א WOW ילד הפלא, צוליב זיין הערליך הערליכער שטימע.
קלעצקין איז טרוקן? איך זע עס דוקא נישט.
כ'גלייך זייער זיין שטימע, און רוב מאל דרייט ער זייער גוט..
עקטן איז שוין נאר א פלאס וואס גראדע עקט ער גאנץ פראפעסיאנאל אבער נאטורליך (אויסער געוויסע מאל ווען ער פאלט אריין אינעם עקט).