ערשטמאליגע אפנהארציגע בריוו, ליפא שמעלצר צו אייוועלט

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
הייסע פעפער
שר האלף
תגובות: 1396
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 29, 2021 3:31 pm
לאקאציע: נישט דאהי

Re: ערשטמאליגע אפנהארציגע בריוו, ליפא שמעלצר צו אייוועלט

תגובה דורך הייסע פעפער »

קוק אהער האט געשריבן:כ׳ווייס נישט וואס, אבער די ניגון שועלים איז מיין פעיוואריט!!
ממש א הייליגע ניגון!

גא"מ
דערמאנט מיר זייער פון מאטי אילאוויטש בעיקר ביי די תנועה ביי "אונזער מקדש חרוב צוהאאקט"
(איך וואלט אוועקגענומען די joy גראם, אבער עפטער אלל איז עס ליפא)
זאלמעלע באלד
viewtopic.php?t=65282
מיין טויזענטער
viewtopic.php?t=64114
פארברענגען פארמעסט
viewtopic.php?p=4853524#p4853524
אוועטאר
אחשוורוש דער דריטער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3999
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג סעפטעמבער 12, 2019 3:05 pm
לאקאציע: שבע ועשרים ומאה מדינה...

Re: ערשטמאליגע אפנהארציגע בריוו, ליפא שמעלצר צו אייוועלט

תגובה דורך אחשוורוש דער דריטער »

הייליג¿¿
קוק אהער
שר מאה
תגובות: 212
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 09, 2021 8:50 pm

Re: ערשטמאליגע אפנהארציגע בריוו, ליפא שמעלצר צו אייוועלט

תגובה דורך קוק אהער »

שוין.. געכאפט ביים ווארט
אוועטאר
מתמודד
שר האלף
תגובות: 1655
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 14, 2020 5:15 pm
לאקאציע: בין כל הרעשים

Re: ערשטמאליגע אפנהארציגע בריוו, ליפא שמעלצר צו אייוועלט

תגובה דורך מתמודד »

shalsheles האט געשריבן:ער זאגט דאך ער האט יא הנאה געהאט די ערשטע מאל..
און וויאזוי וועט כינור׳ס אנאליז אוועקנעמען די אומבאקוועמליכקייט צו הערן וואס קומט לכאורה פון רגשי יהדות (אויב פארשטיי איך גוט די ודי בזה)

ער שריבט נישט פונקטליך וואס סבאדערט אים, האב איך עס רילעיטעד צו מיין עקספיריענס. אז מען פילט נאך נישט געהעריג די שיינקייט פון די קאמפאזיציעס די ערשטע מאלן.
אמאל בין איך געווען א מתמיד, היינט בין איך א מתמודד, איך האף איין טאג בעז"ה צו ווערן א מתבודד.

כי הטבע היא מלשון טובע, והכל בשביל המטבע.
אוועטאר
לעכטל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3984
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 27, 2019 6:03 pm
לאקאציע: ביד השי"ת

Re: ערשטמאליגע אפנהארציגע בריוו, ליפא שמעלצר צו אייוועלט

תגובה דורך לעכטל »

קוק אהער האט געשריבן:כ׳ווייס נישט וואס, אבער די ניגון שועלים איז מיין פעיוואריט!!
ממש א הייליגע ניגון!

מיר אויכעט, איך האב עס שוין איבערגעהערט צענדליגע מאל!
ס'ענדיגט'זיך די ניגון מיש איך צוריק!
גאר גאר א שטארקע ניגון!
די בעסטע וועג אויסצורעכענען דיין צוקונפט, איז דורכ'ן עס מאכן... (פרעזידענט לינקאלן)
אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 18792
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
פארבינד זיך:

Re: ערשטמאליגע אפנהארציגע בריוו, ליפא שמעלצר צו אייוועלט

תגובה דורך איינס »

אנעים זמירות האט געשריבן:
שבתי בוים האט געשריבן:הייליגער ר' ליפא, העם אתך

ביטע רעד אין דיין אייגענעם נאמען. סיידען אויב מיט 'עם' רעדסטו פון נפש כי תחטא מעם הארץ בעשותה.

די ניגונים וואס דערמאנען די הייליגע אמוראים זענען חוצפה כלפי שמיא, ויהי כמלעיבים במלאכי אלוקים. עס צייגט אויפ'ן שיפלות הדור אז אזא אלבום פארקויפט זיך בכלל ביי היימישע יודען.

מדוע לא יראת לדבר? יוצק **** רותחת לתוך פיו, אזוי ביליג צו זינגען פון די הייליגע אמוראים, וואס מיר האבען קיין השגה בגודל קדושתם.

מתמודד האט געשריבן:די חילוקים פון ביליג און טייער כלפי אמוראים איז אין מיינע אויגן די זעלבע באשטימט ווי מארקעטינג סטאנדארטן, דארט זאגן אויך מאנכע אז סאיז ממש אומאיידל וכולהו און די פארשטייסט אז א צווייטע מיינונג איז בארעכטיגט. דאן פארוואס שעלטן ווען סזענען דא נאך מוחות אויף דער וועלט?

אינו דומה.

כאטש וואס איך עגרי נישט אזוי ווייט מיט די שארפע ווערטער פון אנעים,
דארף אבער ווערן ארויס געברענגט זייער קלאר.
און איך כאפ נישט די געדאנק וואס עטליכע טרייען גאר אראפ צו מאלן אז ליפא הייבט נאך מיט דעם די ניווא פון לערנען.
ווען מרעדט ווען בכללות פונעם סידי בין איך איינשטמינג אז ער האט געמאכט א פיינעם דזשאב
אביי ורבא, שועלים ועוד איז זאכליך תוכנדיג און שטארק אראפ געמאלן און ארויס געברענגט די גמרות.

אבער מצד שני
זינגען אזוי הייליג איבער שטודירן גמרא (טאקע אין די אביי ורבא ניגון) און איך כאפ נישט פארוואס דאס האט אויסגעפעלט, איך פיל נאר אז ספלאטשיגט אויס אונזער לימוד הגמרא ווי כאילו סאיז א שטודריגונג.
צו זאגן אז ער האט מבזה געווען מיט דעם די גמרא? ניין, אבער סאיז א הערה וואס ער דארף הערן און לדעתי אויך האלטן פאר די אויגן נעקסטע מאל.

די בגדד נידון איז אויך אויפן בארדער, איך כאפ נישט פונקט ווען דארף איך זינגען דעם ניגון? ווי זאגט מיר מיין קליינער ״טאטי, אינמיטן דערציילן די פרשה איז דא קינדער וואס שאקלען זייער פיס און דער רבי פרעגט זיי צו זיי דארפן אין טוילעט״, נו אפשר זאל מאן יעצט מאכן א ניגון מיט די ווערטער ביי די גמרא איבער בל תשקצו?
ריעלי? מחממן משלשלן? איך רעד נישט מטעם ערנסקייט, איך קוילער מיר פון געלעכטער יעדן מאל פון פריש איך הער די ניגון, איבער וואס בכלל די קאנצעפט דא...
מצד שני די ניגון איז קנאקעדיג און סבאדערט מיר אז איך קען דאס נישט נאכזינגען, אפשר יא, ווען איך שטיי אויפן ליין צו גיין אין בית הכבוד...

רבי יהודא האט פאראיבל,
נישט קיין שרעקעדיגע ליין, אבער די וועג וויאזוי ער לייגט דאס אראפ איז ווי רבי יהודה האט ממש ... נו ווייסאיך מיין סאיז נישט קיין דזשאוק, פליז ווער ס׳האטזיך דא אנגעוויזויהייסטעס מיט קנאבל, גייטס ארויס פון דא.
ווען ספארט ווען ארום א קליפ פון עני רבי וגדול וויזוי ער זאל זאגן די ווערטער מיטן טאן ווי ער לייגט דאס אראפ וואלט געווען ביזי בזיונות. איך רעד שוין נישט פון ס׳סרוחעט.

און אזוי מיט די שלויחמנועס וואס גרייכט מרי׳ס נעזל, נו ביטע אפשר זאל מען מאכן א לייוו קליפ פון די ניגון אויך, מריס נעזל גרייכט דעם גערויך און אביי ווארפט זיך ארויף אויף 60 טעלערס און די פרעסעריי גייט א רויעך.

אינטערשטע שורה, ליפא האט ארויס געבען א שטארקע סידי, באט געטראויטן אויף עטליכע האקעלע ליינס.
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם!
אוועטאר
דרייטצעך
שר ששת אלפים
תגובות: 6155
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 29, 2021 5:13 pm
לאקאציע: וואו דרייטצעך א איד?

Re: ערשטמאליגע אפנהארציגע בריוו, ליפא שמעלצר צו אייוועלט

תגובה דורך דרייטצעך »

איינס האט געשריבן:
אינו דומה.

...

אינטערשטע שורה, ליפא האט ארויס געבען א שטארקע סידי, באט געטראויטן אויף עטליכע האקעלע ליינס.

הרב איינס, זייער קלאר און שטארק (האסט פארגעסן דא צו חתמ'נען מיט דיין נאמען...)

איך וויל נישט אריינרעדן אינעם סידי, ווייל כ'האב עס נישט געהערט, אינ'אמת'ן האב איך עס קודם געוואלט קויפן, אבער למעשה האב איך מחליט געווען אויף נישט, איך בין נישט געווען גרייט אויף א צד ספק צו הערן וואס כ'דארף נישט. (און די גע'גנב'טע טרעקס וועלכע כ'האב גערן באקומען האב איך געדרוקט דיליט, דאס ווילעך אויך נישט).

עכ"פ שטייענדיג דא אין די זייט, האבעך באקומען גאנץ א קלארע בליק וואס די טענה'ריי דא איז און טו בי פרענק: די ליפא פענס האבן נאך נישט געענטפערט קיין גראד ווארט איבער די טענות כלפי רגשי יהדות, כ'פארשטיי אז איינער האלט אנדערש, בפרט איינער וואס פארברענגט כסדר אויף סאושעל מידיע... און אפי' אויב נישט, די עדס אין אונזער היימישסטע אויסגאבעס האבן שוין לאנג פאר'תמ'ט די אידישע געפילן פון אסאך צווישן אונז...

עכ"פ זיך טענ'ן אויף דעם נושא וועט קוקט אויס נישט ברענגען קיין רעזולטאטן ווייל ס'איז שווער מסביר צו זיין, ס'איז א געפיל וואס אדער האט מען יא אדער נישט, איך וועל מיר נאר מצרף זיין צו הרב איינס און ארויסברענגען קלארער:
ר' ליפא ביטע נעמט א דעת תורה וואס זאל אויסהערן דיינע ווערק פאר עס גייט ארויס צום פובליק!

איך וועל דא נישט איבערלאזן קיין נאמען ווייל קענסט מיר סייווי נישט...

אז דו זוכסט א דעת תורה וועלכע פארשטייט צו היינטיגע נגינה, אפשר נעמסטו דער בעלעדער רבי? כ'טראכט נאר א נאמען וועלכע קען זייין פאסיג.
= שומר ישראל שמור שארית ישראל =
איך בין נישט קיין דעמאקראט, נישט קיין ריפובליקען און ניטאמאל קיין אינדיפעדענט, איך באנוץ זיך מיט מיין אייגענעם שכל...
אבער אנטקעגן דעת תורה פון מיינע רבי'ס בטלה דעתי!
אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 18792
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
פארבינד זיך:

Re: ערשטמאליגע אפנהארציגע בריוו, ליפא שמעלצר צו אייוועלט

תגובה דורך איינס »

אן די רויטע ווערטער...

דהיינו די ווערטער אבער נישט רויט נאר רואיג און געלאסן
ר' ליפא ביטע נעמט א דעת תורה וואס זאל אויסהערן דיינע ווערק פאר עס גייט ארויס צום פובליק.
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם!
אוועטאר
איך בין זייער סיריעס
שר חמש מאות
תגובות: 746
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 18, 2020 12:51 pm

Re: ערשטמאליגע אפנהארציגע בריוו, ליפא שמעלצר צו אייוועלט

תגובה דורך איך בין זייער סיריעס »

לעכטל האט געשריבן:
קוק אהער האט געשריבן:כ׳ווייס נישט וואס, אבער די ניגון שועלים איז מיין פעיוואריט!!
ממש א הייליגע ניגון!

מיר אויכעט, איך האב עס שוין איבערגעהערט צענדליגע מאל!
ס'ענדיגט'זיך די ניגון מיש איך צוריק!
גאר גאר א שטארקע ניגון!

גא''מ.
ס'ברענגט מיר אריין דעם אידישן שטאלץ ביינאזאם מיט דעם אחכה לו.
אוועטאר
דרייטצעך
שר ששת אלפים
תגובות: 6155
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 29, 2021 5:13 pm
לאקאציע: וואו דרייטצעך א איד?

Re: ערשטמאליגע אפנהארציגע בריוו, ליפא שמעלצר צו אייוועלט

תגובה דורך דרייטצעך »

איינס האט געשריבן:אן די רויטע ווערטער...

דהיינו די ווערטער אבער נישט רויט נאר רואיג און געלאסן
ר' ליפא ביטע נעמט א דעת תורה וואס זאל אויסהערן דיינע ווערק פאר עס גייט ארויס צום פובליק.

די איינציגסטע סיבה פארוואס כ'האב עס געשריבן קאלירט און גרויס, איז אז עס זאל כאפן אן אויג, ר' ליפא האט נישט קיין סאך עקסטערע צייט זעט אויס און ווען ער טשוסט וועלכע תגובה צו סקיפן זאל עס נישט זיין מיינע (אגב, ס'איז גראדע ארענדזש...)
= שומר ישראל שמור שארית ישראל =
איך בין נישט קיין דעמאקראט, נישט קיין ריפובליקען און ניטאמאל קיין אינדיפעדענט, איך באנוץ זיך מיט מיין אייגענעם שכל...
אבער אנטקעגן דעת תורה פון מיינע רבי'ס בטלה דעתי!
דאקטער רפאל
שר האלף
תגובות: 1137
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 21, 2021 4:37 pm

Re: ערשטמאליגע אפנהארציגע בריוו, ליפא שמעלצר צו אייוועלט

תגובה דורך דאקטער רפאל »

דרייטצעך האט געשריבן: (אגב, ס'איז גראדע ארענדזש...)

פארוואס זעט עס אויס רויט?
When I is replaced by "WE", Illness becomes Wellness
אוועטאר
אנעים זמירות
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4693
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 05, 2012 10:32 am
לאקאציע: ווען מען זאגט אמר ר' בנימין הכל בחזקת סומין וכו'

Re: ערשטמאליגע אפנהארציגע בריוו, ליפא שמעלצר צו אייוועלט

תגובה דורך אנעים זמירות »

איינס האט געשריבן:אינטערשטע שורה, ליפא האט ארויס געבען א שטארקע סידי, באט געטראויטן אויף עטליכע האקעלע ליינס.

איך בעט דיך, מ'רעדט דען האקעל? דער זינגט דאך פרעך און געמיין אויף אביי און אנדערע אמוראים אז עס גלייבט זיך קוים ווי היימישע יודען קויפען אזא אלבום. און דערצו קומט מען נאך מיט חנופה זאגען ליפא ביזט גוט?

די הייליגע חז"ל זענען די מוסרי התורה. א ווארט פון אביי אין גמרא איז סתם א ווערטעל אדער אפילו שיחת חולין של תלמידי חכמים, נאר תורה מן השמים. אויפ'ן בארג סיני האט השי"ת איבערגעגעבען די תורה שבע"פ, אביי בני אומר כך.

גייט מען און מ'מאכט דערפון א כינור שמנגנין בו לצים??? עס איז תורה חוגרת שק און דא לאכט מען?

איך לייג אהער א קליינעם ציטאט, בלויז אלס דוגמא, אבער עס איז נאך דא גענוג דארט.
אטעטשמענטס
screenshot_2022-03-09-02-07-20-94_f541918c7893c52dbd1ee5d319333948-resized-960.jpg
screenshot_2022-03-09-02-07-20-94_f541918c7893c52dbd1ee5d319333948-resized-960.jpg (183.04 KiB) געזען 1860 מאל
א מענטש קען זיך טועה זיין.
ואולי אין דברי ההלכות (הרי"ף) בזה נכונים כי אין השלימות בלתי לה' לבדו יתברך ויתעלה ויתנשא שמו יתברך. (ספר הזכות להרמב"ן יבמות כד: מדפי הריף)
די סכנה פון באזוכען כפירה\ליצנות בלאגס

מיינע שיעורים
אוועטאר
דרייטצעך
שר ששת אלפים
תגובות: 6155
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 29, 2021 5:13 pm
לאקאציע: וואו דרייטצעך א איד?

Re: ערשטמאליגע אפנהארציגע בריוו, ליפא שמעלצר צו אייוועלט

תגובה דורך דרייטצעך »

דאקטער רפאל האט געשריבן:
דרייטצעך האט געשריבן: (אגב, ס'איז גראדע ארענדזש...)

פארוואס זעט עס אויס רויט?

אפשר בלאד ארענדזש... למאי נפק"מ?
= שומר ישראל שמור שארית ישראל =
איך בין נישט קיין דעמאקראט, נישט קיין ריפובליקען און ניטאמאל קיין אינדיפעדענט, איך באנוץ זיך מיט מיין אייגענעם שכל...
אבער אנטקעגן דעת תורה פון מיינע רבי'ס בטלה דעתי!
זיסקינד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 301
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 04, 2017 6:57 am

Re: ערשטמאליגע אפנהארציגע בריוו, ליפא שמעלצר צו אייוועלט

תגובה דורך זיסקינד »

אנעים זמירות האט געשריבן:
איינס האט געשריבן:אינטערשטע שורה, ליפא האט ארויס געבען א שטארקע סידי, באט געטראויטן אויף עטליכע האקעלע ליינס.

איך בעט דיך, מ'רעדט דען האקעל? דער זינגט דאך פרעך און געמיין אויף אביי און אנדערע אמוראים אז עס גלייבט זיך קוים ווי היימישע יודען קויפען אזא אלבום. און דערצו קומט מען נאך מיט חנופה זאגען ליפא ביזט גוט?

די הייליגע חז"ל זענען די מוסרי התורה. א ווארט פון אביי אין גמרא איז סתם א ווערטעל אדער אפילו שיחת חולין של תלמידי חכמים, נאר תורה מן השמים. אויפ'ן בארג סיני האט השי"ת איבערגעגעבען די תורה שבע"פ, אביי בני אומר כך.

גייט מען און מ'מאכט דערפון א כינור שמנגנין בו לצים??? עס איז תורה חוגרת שק און דא לאכט מען?

איך לייג אהער א קליינעם ציטאט, בלויז אלס דוגמא, אבער עס איז נאך דא גענוג דארט.

איך בין עם דן לכף זכות אז ער איז א ADHD אין געשיקט פאר א רוב איבער גיין דייע סידי אין נאך פאר ער האט געאט תשובה איז די סידי געווען אינדרויסן :roll:
סי איז טאקע געפערליך די ווערטער אבער מיר קיקט אויס אז ער האט נישט געמיינט חוזק מאכן נאר סי קימט פון ווייניג טראכטן
מען דארף נעמען א זיפער אזוי ווי נטפרי אוס צו וויילן וועלכע ניגון איז בסדר אין וועלכע נישט
וואל סי יא דא אסאך גוטע תוכן 'דיגע זאכן ביי דייע סידי אין כמו כן ביי אלע זיינע סידי'ס
כי טוב השם
אוועטאר
אנעים זמירות
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4693
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 05, 2012 10:32 am
לאקאציע: ווען מען זאגט אמר ר' בנימין הכל בחזקת סומין וכו'

Re: ערשטמאליגע אפנהארציגע בריוו, ליפא שמעלצר צו אייוועלט

תגובה דורך אנעים זמירות »

זיסקינד האט געשריבן:איך בין עם דן לכף זכות אז ער איז א ADHD אין געשיקט פאר א רוב איבער גיין דייע סידי אין נאך פאר ער האט געאט תשובה איז די סידי געווען אינדרויסן :roll:

איך בארעד נישט ליפא אליין, און איך ווייס נישט וואס ער האט געמיינט. איך האב זיך באצויגען צו די ווערטער זעלבסט, און זיי זענען שענדליך. אויך האבעך באדויערט דעם שיפלות הדור אז דעם אלבום פארקויפט זיך. אבער אויך דא ציהל איך נישט אויף קיין ספעציפישען פערזאן.
א מענטש קען זיך טועה זיין.
ואולי אין דברי ההלכות (הרי"ף) בזה נכונים כי אין השלימות בלתי לה' לבדו יתברך ויתעלה ויתנשא שמו יתברך. (ספר הזכות להרמב"ן יבמות כד: מדפי הריף)
די סכנה פון באזוכען כפירה\ליצנות בלאגס

מיינע שיעורים
אב לאנדאן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 358
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 19, 2019 9:24 am

Re: ערשטמאליגע אפנהארציגע בריוו, ליפא שמעלצר צו אייוועלט

תגובה דורך אב לאנדאן »

אנעים זמירות האט געשריבן:
זיסקינד האט געשריבן:איך בין עם דן לכף זכות אז ער איז א ADHD אין געשיקט פאר א רוב איבער גיין דייע סידי אין נאך פאר ער האט געאט תשובה איז די סידי געווען אינדרויסן :roll:
סי איז טאקע געפערליך די ווערטער אבער מיר קיקט אויס אז ער האט נישט געמיינט חוזק מאכן נאר סי קימט פון ווייניג טראכטן
מען דארף נעמען א זיפער אזוי ווי נטפרי אוס צו וויילן וועלכע ניגון איז בסדר אין וועלכע נישט
וואל סי יא דא אסאך גוטע תוכן 'דיגע זאכן ביי דייע סידי אין כמו כן ביי אלע זיינע סידי'ס

איך בארעד נישט ליפא אליין, און איך ווייס נישט וואס ער האט געמיינט. איך האב זיך באצויגען צו די ווערטער זעלבסט, און זיי זענען שענדליך. אויך האבעך באדויערט דעם שיפלות הדור אז דעם אלבום פארקויפט זיך. אבער אויך דא ציהל איך נישט אויף קיין ספעציפישען פערזאן.

גא"מ.
אנעים, קומסט אריין זייער קלאר, מיט דיבורים הקילורין לעינים.
אוועטאר
מתמודד
שר האלף
תגובות: 1655
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 14, 2020 5:15 pm
לאקאציע: בין כל הרעשים

Re: ערשטמאליגע אפנהארציגע בריוו, ליפא שמעלצר צו אייוועלט

תגובה דורך מתמודד »

איינס האט געשריבן:

איך פרוביר נישט אזוי ווייט צו פארענטפערן ליפא ווי צו ארויסברענגען די היפאקראטיע פון שעלטן א מענטש דערנאך וואס מאנכע זעען נישט דעם פראבלעם.

בנוגע די ניגונים גופא האב איך שוין געריבן אין בבליפא אשכול, טייל האלט איך אויך אז עס איז א זלזול און מיט טייל בין איך יא אקעי. א שטייגער ווי דיין הערה איבערן לשון "שטודירן" פיל איך נישט אז עס זאל זיין א פראבלעם, ביי די ענגליש רעדנדע ווערט דער ווארט "סטאדיאינג" אפט מאל גענוצט במקום "לערנען"
אמאל בין איך געווען א מתמיד, היינט בין איך א מתמודד, איך האף איין טאג בעז"ה צו ווערן א מתבודד.

כי הטבע היא מלשון טובע, והכל בשביל המטבע.
אוועטאר
דער הימלישע איד
שר שבעת אלפים
תגובות: 7308
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 02, 2020 2:55 pm
לאקאציע: אויפן ערד אינטערן הימל

Re: ערשטמאליגע אפנהארציגע בריוו, ליפא שמעלצר צו אייוועלט

תגובה דורך דער הימלישע איד »

מתמודד האט געשריבן:
איינס האט געשריבן:

איך פרוביר נישט אזוי ווייט צו פארענטפערן ליפא ווי צו ארויסברענגען די היפאקראטיע פון שעלטן א מענטש דערנאך וואס מאנכע זעען נישט דעם פראבלעם.

בנוגע די ניגונים גופא האב איך שוין געריבן אין בבליפא אשכול, טייל האלט איך אויך אז עס איז א זלזול און מיט טייל בין איך יא אקעי. א שטייגער ווי דיין הערה איבערן לשון "שטודירן" פיל איך נישט אז עס זאל זיין א פראבלעם, ביי די ענגליש רעדנדע ווערט דער ווארט "סטאדיאינג" אפט מאל גענוצט במקום "לערנען"

ס'פעלט נישט אויס איך זאל קאמענטירן ווייל איך האלט פונקט אזוי ווי אנעים, אפי איך גלייך גאר שטארק ליפא'ס טאלאנט.
אבער איין זאך פארשטיי איך נישט, צו האט ער דען געמאכט א אידישע סידי פאר ענגליש רעדנדע?....
מאנטאג - פרייטאג פארמאכט מוצ"ש - זונטאג אפן
אוועטאר
מתמודד
שר האלף
תגובות: 1655
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 14, 2020 5:15 pm
לאקאציע: בין כל הרעשים

Re: ערשטמאליגע אפנהארציגע בריוו, ליפא שמעלצר צו אייוועלט

תגובה דורך מתמודד »

די נקודה איז נישט אז איך בין פראו און אנעים איז נגד, איך בין אויך נגד ווען סקומט צו געוויסע נקודות אבער אזא קללה ווי יוצק---רותחת וכו מעג פארדאמט ווערן לדעתי דורך סיי וועם.

די נקודה איז אז אויב סטאדיאינג מיינט לערנען און שטודירן מינט לערנען, נאר אונז נוץ מיר שטודירן פאר אלגעמיינע שטודיעס איז עס בכלל נישט קיין מוראדיגע עוולה, סאיז א העכסט נארמאלע זאך זיך צו באנוצן מיט א שלעכט פארטייטשטע ווארט אדער נישט פונקטליך פארטייטשטע ווארט פאר איר אמתע אפטייטש.
אמאל בין איך געווען א מתמיד, היינט בין איך א מתמודד, איך האף איין טאג בעז"ה צו ווערן א מתבודד.

כי הטבע היא מלשון טובע, והכל בשביל המטבע.
אוועטאר
וואלד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3333
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 17, 2021 4:38 pm

Re: ערשטמאליגע אפנהארציגע בריוו, ליפא שמעלצר צו אייוועלט

תגובה דורך וואלד »

מתמודד האט געשריבן:די נקודה איז אז אויב סטאדיאינג מיינט לערנען און שטודירן מינט לערנען, נאר אונז נוץ מיר שטודירן פאר אלגעמיינע שטודיעס איז עס בכלל נישט קיין מוראדיגע עוולה, סאיז א העכסט נארמאלע זאך זיך צו באנוצן מיט א שלעכט פארטייטשטע ווארט אדער נישט פונקטליך פארטייטשטע ווארט פאר איר אמתע אפטייטש.

@אנעים האט זיך בכלל נישט באצויגן צו דעם.

#סתם.
אוועטאר
מיאושדיגער
שר חמש מאות
תגובות: 885
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 24, 2017 8:39 pm
לאקאציע: ביז 2:00 אין בעט דערנאך אין ביהמ"ד און דערנאך אין...

Re: ערשטמאליגע אפנהארציגע בריוו, ליפא שמעלצר צו אייוועלט

תגובה דורך מיאושדיגער »

ליפא איז א שטארקער בעל נפש. אבער ניין, אזא ניגון ווי זעכציג טעלערס איז נישט עפעס וואס איך קען פארנעמען. אויב שפירט מען אז מען האט נישט קיין קשר צו די הייליגע אמוראים, דאן איז בעסער צו שווייגן און מודה זיין אז מען שפירט נישט קיין קשר צו זיי. אבער אראפברענגען די אמוראים צו דעם אייגענעם לעוול און אזוי שפירן דעם קשר צו זיי, איז זיכער נישט דער וועג.
עס קען זיך מיר אפשר דאכטן אז איך האב קיין שום 'פראבלעם'. אבער דער אמת איז, אז מיינע 'פראבלעמען' זענען אזוי גרויס, אז איך בין שוין פשוט 'מיואש' צו האבן א 'פראבלעם' מיט זיי.
אוועטאר
הייסע פעפער
שר האלף
תגובות: 1396
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 29, 2021 3:31 pm
לאקאציע: נישט דאהי

Re: ערשטמאליגע אפנהארציגע בריוו, ליפא שמעלצר צו אייוועלט

תגובה דורך הייסע פעפער »

אנעים זמירות האט געשריבן:

איך בעט דיך, מ'רעדט דען האקעל? דער זינגט דאך פרעך און געמיין אויף אביי און אנדערע אמוראים אז עס גלייבט זיך קוים ווי היימישע יודען קויפען אזא אלבום. און דערצו קומט מען נאך מיט חנופה זאגען ליפא ביזט גוט?

די הייליגע חז"ל זענען די מוסרי התורה. א ווארט פון אביי אין גמרא איז סתם א ווערטעל אדער אפילו שיחת חולין של תלמידי חכמים, נאר תורה מן השמים. אויפ'ן בארג סיני האט השי"ת איבערגעגעבען די תורה שבע"פ, אביי בני אומר כך.

גייט מען און מ'מאכט דערפון א כינור שמנגנין בו לצים??? עס איז תורה חוגרת שק און דא לאכט מען?

איך לייג אהער א קליינעם ציטאט, בלויז אלס דוגמא, אבער עס איז נאך דא גענוג דארט.

גערעכט איך האב אויסגעמעקט די ניגון (און נאך אפאר, קנאבל וכדו')
אבער די האלטסט נישט פון די אנדערע האלב? סדאך א דאבל אלבום! שועלים, בני מלכים,וכו' זענען נישט ווערד צו קויפן?
זאלמעלע באלד
viewtopic.php?t=65282
מיין טויזענטער
viewtopic.php?t=64114
פארברענגען פארמעסט
viewtopic.php?p=4853524#p4853524
אוועטאר
קאמארנער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 267
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 11, 2022 7:39 pm

Re: ערשטמאליגע אפנהארציגע בריוו, ליפא שמעלצר צו אייוועלט

תגובה דורך קאמארנער »

אנעים זמירות האט געשריבן:
שבתי בוים האט געשריבן:הייליגער ר' ליפא, העם אתך

ביטע רעד אין דיין אייגענעם נאמען. סיידען אויב מיט 'עם' רעדסטו פון נפש כי תחטא מעם הארץ בעשותה.

די ניגונים וואס דערמאנען די הייליגע אמוראים זענען חוצפה כלפי שמיא, ויהי כמלעיבים במלאכי אלוקים. עס צייגט אויפ'ן שיפלות הדור אז אזא אלבום פארקויפט זיך בכלל ביי היימישע יודען.

מדוע לא יראת לדבר? יוצק **** רותחת לתוך פיו, אזוי ביליג צו זינגען פון די הייליגע אמוראים, וואס מיר האבען קיין השגה בגודל קדושתם.

ימח שמו, שומו שמיים, תזדעזע תק פרסה, עוכר ישראל וכו'... די אלע סארט ליידיגע לאזונגען גייען נישט משכנע קיינעם, אויב שוין ווייזט דאס אז די קענסט זיך נישט ספראווען און מתווכח אויף א נארמאלע וועג דורך זיך מתייחס זיין צו די ספעציפישע טענות.
פ' לך לך
שר האלף
תגובות: 1334
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אפריל 17, 2012 11:37 pm

Re: ערשטמאליגע אפנהארציגע בריוו, ליפא שמעלצר צו אייוועלט

תגובה דורך פ' לך לך »

אוועטאר
אנעים זמירות
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4693
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 05, 2012 10:32 am
לאקאציע: ווען מען זאגט אמר ר' בנימין הכל בחזקת סומין וכו'

Re: ערשטמאליגע אפנהארציגע בריוו, ליפא שמעלצר צו אייוועלט

תגובה דורך אנעים זמירות »

מתמודד האט געשריבן:די נקודה איז נישט אז איך בין פראו און אנעים איז נגד, איך בין אויך נגד ווען סקומט צו געוויסע נקודות אבער אזא קללה ווי יוצק---רותחת וכו מעג פארדאמט ווערן לדעתי דורך סיי וועם.

די נקודה איז אז אויב סטאדיאינג מיינט לערנען און שטודירן מינט לערנען, נאר אונז נוץ מיר שטודירן פאר אלגעמיינע שטודיעס איז עס בכלל נישט קיין מוראדיגע עוולה, סאיז א העכסט נארמאלע זאך זיך צו באנוצן מיט א שלעכט פארטייטשטע ווארט אדער נישט פונקטליך פארטייטשטע ווארט פאר איר אמתע אפטייטש.

יוצק וכו' איז לאו דוקא א קללה, נאר ענדערש אן אויסדרוק פון פארדאמונג אויף די ווערטער. דער רמב"ן שרייבט יוצק זהב רותחת לתוך פיו של אותו חכם אויפ'ן הייליגער אבן עזרא.

מיין - גאנץ קלארע, לדעתי - טענה איז קעגען די פארשידענע לשונות וויאזוי ער לייגט אראפ די הייליגע אמוראים. פון די גאר פרעכע קינוח און זעכציג ניגונים, ביז אויף מער א מעסיגע פארנעם למשל דעם קנאבעל סרוחה.

איך זאג נישט קיינעם צי יא קויפען אדער נישט קויפען, און צי עס לוינט זיך יא אדער נישט. דאס זאל יעדער מאכען דעם חשבון פאר זיך אליין.

ווי אויך בארעד איך נישט ליפא זעלבסט, ווייל עס איז נישט אויף מיר צו דזשאדזשען. צי ער איז יא בעל תשובה צי נישט, טאלאנטעד צי נישט, ארטיסטיש צי נישט, דאס קען יעדער פאר זיך אליין באשטימען.

איך האב נאר גערעדט פון דעם עוולה, וואס איז באמת א גרויסע עוולה, פון אזוי רעדען וועגען חז"ל. זיי זענען די מוסרי התורה, די גרעסטע פון אונזער פאלק, און יעדע חוסר דרך ארץ איז ווערט פארשריגען צו ווערען.

(ואגב, איינער וואס 'לערנט דעם גמרא כפשוטו' זעהט בכלל נישט דעם גאנצען ניגון. דארט ווערט בכלל נישט געשילדערט דער מעמד הזעכציג, און עס שטייט נישט קיין ווארט וועגען קינוח.

אביי זאגט, ווען איך בין ארויס פון רבינ'ס הויז - ער איז געוועהן א תלמיד נישט א גבאי! - בינעך געוועהן זאט. אנקומענדיג אהין האבעך געגעסען 60 מאכלים, און ביים לעצטען אפילו געוואלט עסען דעם טעלער.

אי בעית אימא ווייל דער ארימאן ווייסט גארנישט ווי הונגעריג ער איז ביז ער האט א געלגענהייט זיך צו זעטיגען, ואב"א רוחא לבסומי שכיח.)
א מענטש קען זיך טועה זיין.
ואולי אין דברי ההלכות (הרי"ף) בזה נכונים כי אין השלימות בלתי לה' לבדו יתברך ויתעלה ויתנשא שמו יתברך. (ספר הזכות להרמב"ן יבמות כד: מדפי הריף)
די סכנה פון באזוכען כפירה\ליצנות בלאגס

מיינע שיעורים
פארשפארט

צוריק צו “היכל הנגינה”