קיינמאל אויפגעבן האט געשריבן:זייער זייער שיין און באטעמט, עטס זענסט 9 מענטשן דא אינעם קליפ וואס געט פארשטייט זיך א ברייטע קאליר, סתם פאר נייגעריגקייט, וויפיל איז די מינימום מענטשן וואס מען דארף האבן אז ס'זאל זיין א שיינע רייכע קאליר און אפהילכן אין א זאל?
ייש"כ, עס ווענדט זיך אייביג וואס דער מחותן וויל, אז א מחותן וויל גיין באלעבאטיש און האבן א פעסטע כאר וואס זאל אפהילכן אינעם זאל באגלייט מיט הארמאניס דאן זאל ער אנהייבן מיט עטליעסט זעקס זינגערס.
ס'מיינט נישט אז מ'מוז נעמען זעקס זינגערס, מיר האבן שוין דעליווערט ב"ה הערליכע שמחות פאר מחותנים מיט בלויז פינעף זינגערס, אבער אויב וויל מען זיי א שטארקע קול און סיי פולשטענדיגע הארמאניס אגאנצן צייט וואלט איך שטארק רעקאמענדירט צו נעמען זעקס אדער מער זינגערס.
נאך א וויכטיגע נקודה איז די זאַל, עס פארשטייט יעדער אז אין עטרת אסתר אדער אפילו כתר צבי איז אסאך גרינגער צו זינגען ווי אין אימפעריע אדער קאנטינענטעל, אבער ב"ה מ'מאכט זיכער אז די מחותן האט נישט איין רגע חרטה, מ'דארף קארגן אויף די הארמאניס ווייל יעדע שטימע מאכט אויס, און די זינגערס זענען טאקע מער הייזעריג סוף סעודה.
קיינמאל אויפגעבן האט געשריבן:נאך א נקודה שיעור נישט פארגעסן, די SUS4 ביי די ח' פון מתוך רוב שמחה איז זייער שיין, איך וואלט נאר געזאגט אז דער וואס מאכט די 5'ט, קומט אריין אסאך מער מאכטפול ווי דער וואס מאכט דער 4'רט, איך מיין אז ס'איז שענער פארקערט.
שלג כצמר האט געשריבן:קיינמאל אויפגעבן האט געשריבן:נאך א נקודה שיעור נישט פארגעסן, די SUS4 ביי די ח' פון מתוך רוב שמחה איז זייער שיין, איך וואלט נאר געזאגט אז דער וואס מאכט די 5'ט, קומט אריין אסאך מער מאכטפול ווי דער וואס מאכט דער 4'רט, איך מיין אז ס'איז שענער פארקערט.
און איך מיין, אז מ'קען נישט מאכן ביידע אינאיינעם.
ס'טוט אביסל וויי...
אין מיינע אויערן קלעשט עס..
קודם כל איז א געשמאק צו רעדן מיט איינער וואס פארשטייט צו מוזיק און עפרישיעט די טאלאנט וואס דא ליגט, יעצט צום עצם הערה אייערע איז די ריינע אמת אז דאס איז נישט געווען בדוקא אפגעשמועסט, שבת איז נישט ווי אינמיטן די וואך ווי מ'קען זיך צונויפרעדן אויף יעדע שטיקל באזונדער ווייל די קווייער זינגט נישט מורא'דיג אסאך, שבת דארף די קווייער זינגען נאן סטאפ, און ס'איז כמעט אוממעגליך אפצושמועסן אלע פאסיבעל שטיקלעך און קאורדס פון פאראויס, און טאקע דערפאר קומען מיר זיך צוזאם כדי צו אויסגראדן אלע באמפס ווי ווייט מעגליך, אונז קענען אסאך מאל איבער זינגען די זעלבע ניגון זעקס מאל נאר צו ארויסהאבן יעדע קנייטש, וויסן פונקטליך ווי צו געבן יעדע אטעם וכו' וכו'