ליפא שמעלצער - בבליפא

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
נשמת השכל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4649
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 02, 2018 1:04 pm
לאקאציע: ערגעץ וואו, נאכנישט באשטימט...

Re: Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמת השכל »

וואלד האט געשריבן:
קנאפער ידען האט געשריבן:
וואלד האט געשריבן:וואס ברענגט דעי ניגון ארויס?

עס לערענט אפ א שטיקל גמרא (אן אריינגיין לגבי צו עס איז מגשם/מזלזל דער גמרא. אבער דער געדאנק פון דער ניגון האט געדארפט צו זיין צו פשוט אפלערנען דער שטיקל גמרא. וואלסט אוודאי נישט געפרעגט אויף דער גמרא וואס דער גמרא ברענגט ארויס מיט דער זעלבער טאן ווי דו פרעגסט עס דא...)

אה, פשוט אלץ מצוות לימוד התורה... מען דארף זאגן ברכת התורה פאר מען הערט עס...?

:lol:

קען זיין אז מען קען אננעמען ווי די וועלעכע האלטן אז לימוד התורה במחשבה דארף נישט קיין ברכת התורה.
יעדע גוטע באגריף וואס גייט אן פאר צו לאנג ווערט צום סוף אויס גוטע באגריף
אוועטאר
tesla
שר האלפיים
תגובות: 2875
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 20, 2020 7:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך tesla »

שמייכל אייביג! האט געשריבן:האביך מיר געזעצט לערנען היינט מגילה לכבוד חודש אדר, בינעך אונגעקומען צום גמרא פון אביי עסט די זעכציג טעלערס, און זאגט אז אפי' אזוי איז דא פלאץ פאר דיזערט.
כ'האב עס געלערנט און א ארטסקרול, קוק איך אראפ אונטן זעה איך ער ברענגט נאך פונעם חתם סופר אז די גמרא איז דשאסט א דוגמא - משל, און די מעשה איז עכט געגאנגען אז בר מרי האט אים געזאגט א שטיקל פון 60 "מסכתות" - ווען ער איז אונגעקומען צום לעצטן סוגיא וואס דאס איז צלי אש, האט אביי געזאגט אז מיין קאפ איז שוין אזוי פול, אבער פאר די געשמאקע תורה'דיגע דיזערט איז דא פלאץ!
האביך מיר נישט געפוילט, קוק איך ארום און נאך פלעצער, זעה איך די זעלבע פשט.

יעצט, כ'גיי נישט אריינגיין צו ליפא וואלט ווען געדארפט פרעגן א תלמיד חכם (נישט זיין זון...) פארן ארויסגיבן א ניגון אויף די ווערטער, וואס דעמאלטס וואלט אים איינער אויפגעקלערט פשט, און די ניגון וואלט געקענט זיין סאאאך שענער, ארויסברענגנדיג די גרויסקייט פון אונזערע אמוראים, לאמיר אבער רעדן אז ליפא מיינט באמת אז פשט איז בפשטות, אבער קאם אן, ס'איז דא אזויפיל צו מאכן ניגונים אויף? פארוואס דארף ער מאכן אויף מעשיות וואס קוקט אויס ווי ער מאכט חוזק ח"ו?


קיצור, אויב איינער גלייבט נישט קען נאכקוקן חתם סופר און נאך אסאך, אדער ארסטקרול אונטער יענע גמרא, ס'ווערט געבעטן ווער ס'קען זאגן הרב ליפא דערוועגן...


קיק אריין אין מרש"א, די טעלער וואס אביי האט אויפגעגעסן איז געוועין א עסבארע טעלער געמאכט פון ציקער טייג..
אלו ואלו דברי אלוקים חיים.
אוי איך בין דער קעניג פין דער וועלט
אוועטאר
Thank you
שר שמונת אלפים
תגובות: 8046
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2015 5:38 pm

Re: ליפא שמעלצער - בבליפא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Thank you »

a.jpg
a.jpg (18.99 KiB) געזען 6439 מאל

ליפא אויף ארי סאמעט טאלק איבער זיין נייע אלבוים.

https://drive.google.com/open?id=18m3Dy ... EUIbG79jEn
אוועטאר
הייסע פעפער
שר האלף
תגובות: 1397
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 29, 2021 3:31 pm
לאקאציע: נישט דאהי

Re: ליפא שמעלצער - בבליפא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הייסע פעפער »

עלטעפעטער האט געשריבן:לענ"ד וואלט די אלבום אנגעקומען צום ריכטיגן קלייענטעל, און עס וואלט נישט אויפגעפיקט אזויפיל קריטיק, ווען מען לייגט ווען צו בלויז 4 ווערטער: פראדוצירט דורך בערל סופר...

גוט.. ווען עס שטייט ווען "פראדוצירט דורך בערל סופר" וואלט יעדער געזאגט אז די קוניח ניגון מיט'ן חת"ס איז פשוט צו פארשטיין געבן ווי אפעטיטלעך ער האט געלערנט אזוי ווי די עסט אייסקרים..
אבער די אמת'ע פראבלעם וואס איז דא איז אויב מען קוקט דאס אן ווי עפעס וואס מאכט חוזק פון דברים שבקדושה (וואס הר"ר בערל וואלט נישט געטון) אדער איז עס פשוט מסביר (וואס דאס וואס ער וואלט יא געטון)

איך קוק דעס אן אז עס ווענדט זיך וויאזוי די מוח גייט אזוי ווי איך האב אמאל געהערט פון ר' מ"מ בערקאוויטש אז ער האט געזאגט א סטעיטמענט וואס האט אין זיך א ווארט וואס פאסט נישט צו זאגן ברבים אבער ער האט אויסגעלאזט יענע ווארט, נאך די דרשה האט א איד צוגעקומען צו אים און געפרעגט פארוואס האסטו געזאגט די ווארט? האט ער געזאגט "איך האב דאס נישט געזאגט, דיין מוח לויפט אז עס קומט צו זאגן די ווארט ממילא האט דיין מוח אריינגעפילט די בלענק.."
די זעלבע דא, אויב דיין מוח לויפט אלס אז מען מאכט חוזק פון דברים שבקדושה זעסטו דאס דא אויך.

מיין דעה? מענטשן רעדן נאר ווייל זיי ווייסן זיין (ליפא'ס) עבר..
זאלמעלע באלד
viewtopic.php?t=65282
מיין טויזענטער
viewtopic.php?t=64114
פארברענגען פארמעסט
viewtopic.php?p=4853524#p4853524
אוועטאר
unit 13
שר שלשת אלפים
תגובות: 3223
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 02, 2021 12:43 am
לאקאציע: Command Center

Re: ליפא שמעלצער - בבליפא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך unit 13 »

Lipa has a interview with Ari Samet...
Very interesting
UNIT 13 ALWAYS TO THE RESCUE
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

קנאפער ידען האט געשריבן:
וואלד האט געשריבן:
קנאפער ידען האט געשריבן:
וואלד האט געשריבן:וואס ברענגט דעי ניגון ארויס?

עס לערענט אפ א שטיקל גמרא (אן אריינגיין לגבי צו עס איז מגשם/מזלזל דער גמרא. אבער דער געדאנק פון דער ניגון האט געדארפט צו זיין צו פשוט אפלערנען דער שטיקל גמרא. וואלסט אוודאי נישט געפרעגט אויף דער גמרא וואס דער גמרא ברענגט ארויס מיט דער זעלבער טאן ווי דו פרעגסט עס דא...)

אה, פשוט אלץ מצוות לימוד התורה... מען דארף זאגן ברכת התורה פאר מען הערט עס...?

הירהור (און שמיעה) פסק'ענט דער מחבר (או"ח מ"ז סעיף ד') איז נישט מחיוב בברכת התורה.

אויב מען זינגט מיט דאן מסתם יא.

??
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
אוועטאר
נאר מיט שמחה
שר שמונת אלפים
תגובות: 8010
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 08, 2017 10:04 am

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נאר מיט שמחה »

קנאפער ידען האט געשריבן:
וואלד האט געשריבן:
קנאפער ידען האט געשריבן:
וואלד האט געשריבן:וואס ברענגט דעי ניגון ארויס?

עס לערענט אפ א שטיקל גמרא (אן אריינגיין לגבי צו עס איז מגשם/מזלזל דער גמרא. אבער דער געדאנק פון דער ניגון האט געדארפט צו זיין צו פשוט אפלערנען דער שטיקל גמרא. וואלסט אוודאי נישט געפרעגט אויף דער גמרא וואס דער גמרא ברענגט ארויס מיט דער זעלבער טאן ווי דו פרעגסט עס דא...)

אה, פשוט אלץ מצוות לימוד התורה... מען דארף זאגן ברכת התורה פאר מען הערט עס...?

הירהור (און שמיעה) פסק'ענט דער מחבר (או"ח מ"ז סעיף ד') איז נישט מחיוב בברכת התורה.

אויב מען זינגט מיט דאן מסתם יא.

שמיעה איז מען זיכער מחוייב בברכה"ת, הרהור נאר אויב מ'זאגט מיט די מויל.. אבער לאמיר נישט פארדרייען דעם אשכול..
דער רבי האט געהייסן פריילאך זיין! פריילאך זיין! פריילאך זאל מען זיין!!!
אוועטאר
נאר מיט שמחה
שר שמונת אלפים
תגובות: 8010
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 08, 2017 10:04 am

Re: ליפא שמעלצער - בבליפא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נאר מיט שמחה »

שמייכל אייביג! האט געשריבן:די חתם סופר שרייבט קלאר: "בוודאי אין זה כפי פשוטו!", ליפא האט אבער באמת נישט געמיינט קיין שלעכטס.

כזע נאר א ווידיא ווי קלמי שווארץ נוצט די סלאגאן פון די אונהייב פון די קינוח ניגון מיט גרויס שפאט, ממש א בושה.

ליפא האט נישט געמיינט קיין שלעכטס, קלמי איז ממש א בושה... כ'מיין, האסט ארויס יענעמ'ס מחשבות..
דער רבי האט געהייסן פריילאך זיין! פריילאך זיין! פריילאך זאל מען זיין!!!
שמייכל אייביג!
שר חמש מאות
תגובות: 711
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 13, 2022 7:41 pm
פארבינד זיך:

Re: ליפא שמעלצער - בבליפא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמייכל אייביג! »

נאר מיט שמחה האט געשריבן:
שמייכל אייביג! האט געשריבן:די חתם סופר שרייבט קלאר: "בוודאי אין זה כפי פשוטו!", ליפא האט אבער באמת נישט געמיינט קיין שלעכטס.

כזע נאר א ווידיא ווי קלמי שווארץ נוצט די סלאגאן פון די אונהייב פון די קינוח ניגון מיט גרויס שפאט, ממש א בושה.

ליפא האט נישט געמיינט קיין שלעכטס, קלמי איז ממש א בושה... כ'מיין, האסט ארויס יענעמ'ס מחשבות..


כ'זאג דשאסט וויאזוי איך קוק עס אן...
קוק אהער
שר מאה
תגובות: 212
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 09, 2021 8:50 pm

Re: ליפא שמעלצער - בבליפא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קוק אהער »

שוין מסתמא געווען דא,
קען איינער צו ברענגען די booklet pdf ביטע?
אוועטאר
קנאפער ידען
שר החסד
תגובות: 30746
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו ג-ט ב"ה וויל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קנאפער ידען »

קוק אהער האט געשריבן:שוין מסתמא געווען דא,
קען איינער צו ברענגען די booklet pdf ביטע?

viewtopic.php?p=3356549#p3356549 (צווייטע און דריטע לינקס.)
"אייער צופרידנהייט, מיין הנאה." -מיך אליינס...

נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין פאר עפעס דא קען מען מיר צושיקן א לינק דערצו אין אימעיל [email protected]
קוק אהער
שר מאה
תגובות: 212
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 09, 2021 8:50 pm

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קוק אהער »

קנאפער ידען האט געשריבן:
קוק אהער האט געשריבן:שוין מסתמא געווען דא,
קען איינער צו ברענגען די booklet pdf ביטע?

http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.ph ... 9#p3356549 (צווייטע און דריטע לינקס.)

שכח!!
אוועטאר
פשטא
שר האלפיים
תגובות: 2336
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 13, 2020 11:14 am
לאקאציע: אויפן Logi קיבאורד

Re: ליפא שמעלצער - בבליפא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פשטא »

יושע קאללער - ליפא - שירה

ניגון קינוח - לייוו

(יושע קאלער האט געמאכט די ארענדזמענטס אויפן אלבום, פאר ווער עס ווייסט נישט.)

יושע קאללער - ליפא - קינוח - לייוו
לעצט פארראכטן דורך פשטא אום מיטוואך מארטש 09, 2022 1:45 pm, פארראכטן געווארן 2 מאל.
סיג לחכמה שתיקה (משנה אבות ג יג) - אבער נישט אייביג קען איך מיך איינהאלטן.
אוועטאר
די רב פון ליאן
שר האלף
תגובות: 1763
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 07, 2022 12:04 pm

Re: ליפא שמעלצער - בבליפא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך די רב פון ליאן »

שלום עליכם צו אלע אידן פונעם וועלטל, הגם איך בין דא ניי, אבער באמת גר ותושב אנכי עמכם, איך האב שוין דא גאר אסאך באזוכט אלס גאסט, און גאר אסאך הנאה געהאט דורך אויס די יארן.

יעצט אז בבליפא איז אויפן טיש, מיט צענדליגער בלעטער געשריבען, און פעסער טינט פארגאסן האב איך געשפירט פאר וויכטיג זיך איינצושרייבן און ווערן אן אפיציעלער תושב, איך בעט אייך ס׳זאל אייך נישט פארדריסן אז א רב פון א קליין שטעטל וויל אויך זאגן אפאר ווערטער הגם איך בין קיין שרייבער קיינמאל געווען און איך האב נישט קיין חבר וואס קען מיר העלפן.

צום ערשט וויל איך אנהייבן אז הגם איך הייב אן מיט אביסל קריטיק איז עס פשוט "טאף לאו"... איך פארעכט די קעכער אז מארגן זאל די נאכטמאל זיין בעסער אבער באמת בין איך א פארברענטע ליפא פען. די לשונות פון די ״ניגונים גאנצע בענדער״ זענען שגור על פי, יאך בין אמאל געווען ביי א קומזיץ וואו ר׳ ליפא האט דעם עולם מהנה געווען, אינמיטן זינגען האט ער זיך אפגעשטעלט און געפרעגט, ״ווווער איז דער וואס זיצט קעגן מיר, ער קען יעדעס ווארט אויסעווייניג, דאס איז ממש עמעזינג״ דעם ריקארדינג ליגט נאך ביי מיר אין קעלער…

דורך אויס די יארן איז געווען פארשידענע טענות קעגן ר׳ ליפא, בעיקר השקפה, נישט אזוי ווייט הלכה. געוויסע האבן נישט געגליכן די נייע סטייל געזינגעכטס, אנדערע האבן נישט ליב געהאט געוויסע נייע מושגים, ווי נמשל, א פשוטע יוד, זיי האבן געזאגט אז יארן פריער (מיינסט צו זאגן יארן שפעטער?) פלעגט זיין ניגונים ווי ״טאטע טאטע איך וויל זיין, יא איך וויל זיין א יראי שמים״. און אביסעל שפעטער איז ארויסגעקומען די ניגון ״אוי טאטע אוי פאטער איך וויל זיין א גרויסע צדיק..״
אבער א מושג אז איך וויל זיין א פשוטע יוד, דאס איז געווען ניי און אסאך האבן דאס נישט ליעב געהאט.

מיך פרעזענדליך האט גאר ווייניג געבאדערט די זאכן. ווילאנג אלעס שטימט מיט הלכה, און מיט מיין אפברינגינג בין איך געווען אקעי. מי שאמר לעולמו די איז דאך הייליגע ווערטער, נאר וואס דען, דעמאלטס איז די ניגון דיפרענט געווען אבער מיר ווייסן דאך שוין יא אז ״די היינטיגע הארע איז מארגענדיגע הקפה ניגון…״

פון אלע אלבומס און ניגונים האב איך געהאט איין איינציגע אישו, דאס איז דער ניגון ״דאס פינטעלע איד״, אינמיטן די הערליכע און גאר טיפע ניגון איז דא ווערטער ״אלע קריגן היינט וכו׳ אויסגעלאשן איז שוין דאס וכו״. די ווערטער זענען גאר שווערע ווערטער. ווערטער וואס זענען סותר די אני מאמין וואס איך זאג יעדן טאג. אבער וויבאלד איך גיי משוגע פאר די ניגון, הער איך עס נאך פון צייט צו צייט אבער ביי די פאר ווערטער דריי איך אראפ די וואליום פאר געציילטע סעקונדעס.

דא קומט צוגיין בבליפא. איך מיין עס איז נאריש איך זאל שרייבן וועגן די הערליכקייט און רייכקייט פון דעם אלבום. גרעסערע, בעסערע, עלטערע און שטערקערע פון מיר זענען שוין אריין גאר טיף און יעדעס ווארט וואס איך וועל צולייגן וועט זיין בבחינת כל המוסיף גורע. (גראדע באדערט מיר יא אז די ניגון חסידים הראשונים איז אביסעל אונדער רעטעד ביים עולם איך האלט ס׳איז פון די בעסטע, ס׳האט תנועות ווי קיינמאל בעפאר.)

לענינינו אבער, איך האב זיך שוין נאכאמאל געטראפן אין א מצב ווי איך וועל מוזן אראפדרייען די וואליום… און פארשטייט זיך אז איך מיין די טרויעריג בארימטע זעכציג טעלערס און קינוח.

דאס עצם ניגון פון זעכציג טעלערס איז עפעס הערליך שיין, נישט צום באשרייבן, לכאורה פון די שענסטע אינעם אלבום, ווען איך האב עס געהערט צום ערשטן מאל בין איך ממש משוגע געווארן, די תנועות און חידושים וואס ליגט דערין, אבער… אינמיטן הער איך שרעקעדיגע ווערטער, ״און אביי וואו ער איז האט שוין פארגעסן…״ וואס מיינט דאס? ס׳כאפט א ציטער…ס׳מוז זיין אז איך הער נישט גוט…. ״צי וואלט יעדער באמערקט ניין, איך וואלט מיר באלעקט מיין…. א פרישע טעלער, ריק אהער וואס שנעלער…״ (ווער רעדט נאך וועגן די פארטיס וואס שטייט אינעם ביכל, אנא אני בא צו פארענטפערען די קעגנערס??) און דער נעקסטע ניגון ״אביי איז שוין…. פול…..״ ווערטער וואס מ׳קען נישט הערן אדער נאכזאגן…. בעפארן אריינגיין אין פשט אין גמרא אויב די גמרא מיינט טאקע דאס, איז עס פשוט נישט צום הערן.

ווען די ניגון וואלט געווען אויף יענקל עם הארץ וואלט עס געווען עפעס א מעסטער פיעס, די אלע פעלער וואס ליגט דערין, ממש משוגע צו ווערן. אבער פארוואס אויף די מלאך און פייער וואס האט געהייסן אביי?!

אנדערע האבן שוין דערמאנט אז מ׳זעהט קלאר אז ליפא האט קיין שלעכטס נישט געמיינט הא ראי׳ קוק וואו ער צוקאכט זיך ביי די אביי ורבא ניגון. (א ניגון וואס מ׳קען מיט טינט נישט מסביר פאר די וואס האבן דעם ניגון נישט געהערט) און איך וויל צולייגען אזוי ווי ליפא האט שוין געזאגט, ער איז נישט דא חרוב צו מאכן זיין אייגענע ביזנעס. כ׳מיין, ס׳איז דברים פשוטים אבער למעשה איך כשלעצמי קען די צוויי טרעקס נישט הערן.

אמר״ש לאמיר אביסעל צונעמען ע״פ פשט די צוויי ניגונים און נאך אפאר קליינע טעותים אין דעם אלבום. די ציל איז נישט מוחה צו זיין נאר ארויסצוברענגען אז די עצה פון ר׳ וועלוועל איז טאקע זייער וויכטיג פאר די קומענדיגע אלבומס.

לאמיר גיין אויף א סדר:

שועלים

די וואס זענען מיטגעגאנגען מיט ר׳ עקיבא, זענען געווען תלמידים אדער חברים? פון איין זייט זענען די ווערטער ״רבי רבי רבי קוק אויף די גוים״ און ״מיינע שעפעלעך מיינע תלמידים״ אבער למעשה ענדיגט זיך עס מיט ״עקיבא ניחמתנו״ נו, וואו איז די דרך ארץ? אזוי רעדט מען צו א רבי? אבער ווען מען קוקט נאך אין מסכת מלקות זעט מען טאקע אז ביידע מעשיות זענען געווען מיט ר׳ עקיבא׳ס חברים, וואו בבליפא הייבט אן בני עלי׳ רבי י-הושע וכו׳ און נישט קיין תלמידים.

בני מלאכים

די ניגון באדערט מיך זייער, די ניגון איז עפעס נישט סתם שיין און אפליפטינג, מ׳קען עס הערן איבער און איבער און משוגע ווערן יעדע מאל באזונדער אבער וואס די קווייער און די קינד זינגען איז שווער צו הערן, ליפא איז ווייט נישט שולדיג אין דעם אבער ס׳איז אזוי שווער צו הערן בני ״מלאכים״ הם.. (באמת, כידוע ראשונים כמלאכים במילא טעקניקלי זענען מיר בני מלאכים אויך… נו שוין)

זיבן קינדער

האט א קליינע טעות, זובח לאלוהים יחרם איז חול במילא זובח לאלקים איז א שטיקל טעות

תרי בדחנא

דאס איז נישט קיין טעות אבער סתם אן הערה. אין גמרא טרעפט מען נישט די ווערטער הני תרי בדחנא, אין גמרא שטייט אזוי ״אתו הנך תרי אתי א"ל הנך נמי בני עלמא דאתי נינהו אזל לגבייהו אמר להו מאי עובדייכו אמרו ליה אינשי בדוחי אנן״ בבליפא זאגט ״שטייט נישט בדחנא סשטייט בדחי, מליינט בדחן? בדחי?״ ״ואני כמו ילד קטן״ וואונדער זיך וואו ס׳שטייט בדחי…. (אפשר טרייב איך דא אביסעל איבער און איך זאל פארמעקן די שטיקל. איך ווייס נישט)

זעכציג טעלערס

דאס איז שוין א גאנץ אנדערע ענין.

די ווערטער זענען ווי פאלגענד: ״זעכציג פארציעס, און יעדע פארציע האט זעכציג טעלערס, און יעדע טעלער האט זעכציג מיני עסן.״ (60*60*60 =216,000)

איך זיך נאך ארום די גמרא. מ׳קען שיק אין אישי ווער ס׳טרעפט עס. אין מיין גמרא מסכת מגילה לפי פירוש הארטסקרול שטייט ווי פאלגענד:

60 טעלערס, יעדע טעלער האט געהאט 1 מין עסן, און אביי האט געגעסן א ״שטיקל״ פון יעדע עסן… דאס טוישט דעם גאנצען בילד… האט זיך שוין געמאכט ביי אסאך אידן צו עסן אזאנץ ביי די קידוש אין קאנטרי… (איך רעדט שוין נישט פונעם חת״ס אז די גמרא איז נישט כפשוטו… און אזוי אויך ווי די רש״ש זאגט אז 60 איז לאו דוקא און ווי אנדערע האבן שוין דערמאנט, און ווי מ׳זעט אין מסכת סוכה ביי אפי דבר יוכני און נאך מקומות אין ש״ס)

ווייטער, אביי האט געזאגט צוויי היינו דאמרי אינשי׳ס 1) כפין עניא ולא ידע, דהיינו אז אן ארימאן איז הונגעריג וכו׳ 2) פלאץ פאר א גוטע זאך איז אייביג דא. יעצט, וואו שטייט אז נאך די 60 טעלערס איז ארויסגעקומען קינוח?? נישט אין בבלי, נאר אין בבליפא. אביי זאגט רווחא לבסימא שכיח אויף אלע זעכציג טעלערס… נישט אויף דעזערט וואס איז (נישט) ארויסגעקומען נאכדעם.

נו וועלוועל וויאזוי שליס מיר?

איך האב גראמען פון די בחור אבער קודם וויל איך זאגן אז בעצם בין איך אייביג געווען און וועל אייביג בלייבן א פארברענטע ליפא פען אבער, איך האף באמת ער וועט טאקע זיך דורך רעדן מיט איינער וואס וועט דורכקוקן די תוכן. א דיין וועט נישט ארבעטן, ער וועט נישט פארשטיין צו ״צען שטארקע זאכן״ אדער כשם שפרצופיהן וואויס נויטס. אבער דאך דארף מען טרעפן די ריכטיגע מענטש…

הגם ליפא זאגט אין די אינטערוויו אז ער האט מורא אנדערע וועלן אים אויסכאפן אויב ער וועט עפעס מגלה זיין פארן ארויסגעבן די אלבום, פרעג איך אייך, האלט איר טאקע אז איינער אין דער וועלט קען ״״״אויסכאפן״״״ ר׳ ליפא???


און עגעין, ווער ס׳וויל נישט ליפא זאל נישט קויפן ליפא און נישט אריינקומען אין אשכול פארדרייען א קאפ. משל למה הדבר דומה אז ס׳איז דא א אשכול וועגן סושי און מ׳רעדט פון א געוויסע סטאר וואס האט גאר געשמאקע סושי און געוויסע האלטן אז ער דארף צולייגן נאך פון די שארפע ספייס כדי ס׳זאל זיין א דבר השלם, קומט אריין דער יעניגער און הייבט אן פארפירן, ״ איך האב פיינט סושי! שוין יארן עס איך נישט סושי! איך האב עס נישט ליעב! מיינע קינדערס מאגן ווערן דערפון פארדארבן!״. ר׳ איד! איז נישט! קיינער האט אייך נישט געצווינגען! דא שמועסען סושי ליבהאבערס. איר ווילט נישט? דאן גייט צו די געפילטע פיש אשכול….

לסיום הענין

און דא וועל איך מסיים זיין מיט א פערזענדליכע מעשה הגם איך האב מורא פון גילוי…. די מעשה איז געבויעט אויף סאך מער פון מאה ואחד מימרות פון ר׳ אלעזר ליפא. און אט הייב איך אן. (איין מימרא האב איך שוין געזאגט…)

פאסירט האט דאס אויף א ראש חודש א גאר פארוואלקענטע טאג דער זון האב איך נישט געקענט זען צוליב וואס די וואלקענעס האבן עס פארשטעלט, א ווינטל האט געבלאזן כהאב געשפירט ווי איך ווער געפרוירן. דאך האב איך א קאווע געטרינקען, מתפלל געווען ודבקינו ביצר טוב און געלויבט הללו קל בקדשו, געזינגען דעם הלל מיטן מוזיקאלישע שפראך און דערנאך האט מען געזאגט ויהי בנסוע הארון.

נאכן דאווענען איז ר׳ מדכי געקומען מיט וואדקע, איך האב נישט געטרינקען ווייל איך האב זיך געדארפט ארויסלאזן אויפן וועג פון קאסוב צו קיטוב, און איך האב אנגעהויבן זאגן תפילת הדרך.

א יוד וואס האט פארגעסן פון אל תדין חברך און נישט געווען אזא אוהב שלום ורודף שלום, אנשטאטס צו מקיים זיין די לעולם יקדים אדם שלום האט ער מיר נאכגעשריגען נו נא!! בארד בארד וואו איז דיין איד?! זעט אויס עפעס טוט אים וויי, ער ווייסט נישט וואס דער פשעווארסקער האט געזאגט אויף דעם. איך האב אים פרובירט מסביר זיין אז איך בין טאקע נישט פון די גאר פרומע ערליכע נאר א פשוטע איד אבער דאך זאג איך יעדן טאג שמע און אני מאמין.

דער איד האט נישט געוואלט פארשטיין (ליסטען, ארבע מידות באדם, יעדער איז אנדערש, אזוי ווי די פרצוף איז אנדערש) האב איך אים געזאגט אזוי, געוויסע פרעגן אי-ה מקום כבודו (וי״ג ממקום כבודו,) אנדערע פרעגן אי-ה אמצאך, אבער אלע מיינען די זעלביגע, דעם מנהיג הבירה וואס איז נמצא ואין עת אל מציאותו, ממילא וואס וויל דער איד פון מיר, זאל יעדער שוין לעבן פאר זיך, דער עיקר איז שלא עשני גוי.


וואס איז נייעס חוץ פון דעם? איך וועל אייך זאגן א גוט ווארט, אוודאי נישט קיין לשון הרע ווייל ס׳דאך פיל מיט לאווין. ווען איך בין אין חדר געגאנגען ס׳געווען אזוי בע׳טעמ׳ט מיין מאמע (איר ווילט וויסן פארוואס מיין מאמע און נישט מיין טאטע? ווייל דער טאטע ער הערט אויס די מאמע וואס בעט פאר איר קינד) פלעגט וועקן אינדערפרי און געזאגט שטיי שטיי שוין אויף, איך וועל דיר געבן א צוקערל. איך האב זיך פון שלאף נישט געקענט דערוועקן וועגן איך האב געטון הויעך שנארכן און חלום חלמתי ווי נעבן תושבי ארץ ישראל איך שטיי און איך זעה די נוסח המים און אידן האבן א כפרה אויף די עגל ווייל תשובה ותפלה— וצדקה תציל ממות. פלוצלונג געב איך זיך א וועק אויף און…. וואס?? איך שוויץ!!! אקעי, אבי מ׳לעבט!


מעומקא דליבא וויל איך זאגן (הגם איך וויל קיינעם נישט פארשעמען) אז איך דארף גיין אויף דייעט, ווייל איך האב געגעסן זעכציג טעלערס זיפ מיט פעפער,דאס איז נישט קיין דמיונות אדער אומזיסטע חשבונות, פון היינט און ווייטער טייטל אהער די טייטלען. איך האף נאר אז ווען איך בין אויף דייעט וועל איך נישט ליידן פון האנגער… וויאזוי וועט איר מיין האנגער קענען איגנארירען??? נו, גם זו לטובה.

ווען איך דערמאן זיך פון די ארזי הלבנון און זיבן קינדער קען איך קייכן, און איך קלער ווי לאנג נאך ווי. איך שריי מי שאמר לעולמו די יאמר לצרותינו, איך געב צדקה פאר צדקת ר׳ מאיר בעל הנס דער איד מיטן פושקע זאגט מיר תזכו למצוות, איך כאפ א מקוה און זאג לע״נ ר׳ נחמן בן פייגא וכו׳ בת הבע״ש הקדוש והטהור און איך בעט השיבנו, הגם כ׳האב די זעלביגע געזאגט נעכטן, דאך מיין איך עס אמתדיג דאס מאל. ווייל די וועלט איז ווי א גלגל החוזר מ׳קען נישט צורוקדרייען דעם זייגער און מ׳האט נישט קיין צייט ווי די חסידים הראשונים ווייל מ׳טוט דעם טעלעפון נישט אויפהענגען, ליגט מיר אין קאפ אז אן איי האט געמיינט נאר איי מיט צוויבל. (איז עס צוויבל אדער קנאבל??)


אחרון חביב ברויך איך הייבן די הענטעלעך און זאגן מזמור לתודה און נודה לשמך פארן אבינו מלכנו דעם מלך מלכי המלכים וואס האט דעם פינטעלע איד נישט פארלאשן און קניינע הרע אונז געגעבן געלט מיר זאלן בויען א שול און זאגן ברכו (אויך מודים פאר די וואס ווייסן) בייגענדיג זיך צו מזרח זייט. אוי נעבעך פאר דער שיינער יוד וואס פונעם מזרח זייט שיידט זיך מיט ווייטאג.

גראדע בין איך געווען ביי א שטארקע חתונה, ביים חופה האב איך באקומען דעם כיבוד צו זאגן אשר יצר (די מייק איז עפעס נישט געווען בסדר). ביים ברעיק ווען דער גאנצער עולם עסט קינוח האב איך געזען דעם חתן דומה למלך ווי ער לערנט תורה תורה תורה הקדושה תורה שבכתב און תורה שבעל פה מיט א ניגון. איך האף נאר אז ס׳געווען לשמה, ווייל מצוה גוררת מצוה. נאכן ברעיק האט דער זינגער אנגעהויבן זינגען דעם ואטהר ואתקדש ניגון און דער עולם האט געפאטשט כף על כף אבער איך בין פון זאל ארויסגעלאפן אזוי ווי א נחשון ווייל כ׳האב נאכנישט געמאכט קידוש לבנה, אבער ווען איך בין צוריק אריינגעקומען האט מען שוין געהאלטען ביי רבותי מיר וועלן בענטשען, ווייל עמיצער האט געבעט, ענדיג ס׳שפעט…

אוי רפאנו השם און זעה שוין די צרות ישראל ווען איך דערמאן זיך פון לייבי און משה׳לע נשמה דו וועסט נאך אמאל דעם בריוו קענען ליינען און פארשטיין פשט אין פסוק ויותר יעקב לבדו. אבער פרעגטס נישט מה נשתנה ווייל והבוטח בשם חסד יסובבנהו.

איך וויל נישט מאריך זיין ווייל ס׳שוין באלד די זמן און הגיע הזמן, די שבת פייפערס וועלן קלינגען, (וווווואו זענען די פייפערס??) מ׳גייט שוין זאגן באלד אתה קדשת, איך האף קיינער וועט מיך נישט וועלן פארקויפן זיין אויטא נישט אין שבת גערעדט, אויב יא וועל איך אים וואונטשן בו״ה און ער זאל תיכף גיין וואו די שווארצע פעפער וואקסט ווייל נאך איין שבת און מיר גייען אהיים, יא אהיים אהיים מ'גייט שוין באלד אהיים , ווייל בך בטחו אבותינו. דארט וועט מען זען אן אורה תורה מורא סחורה, מ׳וועט פארטרייבן די שועלים און מ׳וועט זוכה זיין צו וזרקתי עליכם מים טהורים און צו זען דעם בנין ״בית המקדש השלישי״, אמן! וכן למר! (וכל מי שעונה אמן בעולם הזה זוכה ועונה אמן לעולם הבא שנאמר וכו׳).
אוועטאר
וואלד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3333
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 17, 2021 4:38 pm

Re: ליפא שמעלצער - בבליפא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואלד »

די רב פון ליאן האט געשריבן:הגם איך בין קיין שרייבער קיינמאל געווען

"ליגנט" איז א אנדער סטעיטמענט...


וואף!! וואס דו האסט דא צאמגעשריבן, מאסיוו!
abeg
שר שבעת אלפים
תגובות: 7625
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 20, 2016 3:43 pm

Re: ליפא שמעלצער - בבליפא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך abeg »

אײן הערה די ניגון מײן איך איז אז ער איז א פשוטע יוד אין נישט אז ער וויל זיין א פשוטע יוד
א פייער ברענט אין הארץ פון א יוד

שריי אויס בקול רם
בחר בנו מכל עם
א זכיה צו זיין א יוד
אוועטאר
את פתח לו
שר עשרת אלפים
תגובות: 16958
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 07, 2021 8:42 pm

Re: ליפא שמעלצער - בבליפא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך את פתח לו »

די רב פון ליאן האט געשריבן:הגם איך בין קיין שרייבער קיינמאל געווען

לייק פאר די לעצטע פאר שטיקלעך
אנא מלך רחום וחנון, התמלא רחמים על כל אחינו בית ישראל, ובפרט על יושבי ארץ ישראל.

אויב מעקט מען דיינע תגובות, איז א סימן אז די שרייבסט.
אויב מעקט מען דיר אסאך, איז א סימן אז דו ביסט א גרויסע שרייבער.
דוק ותשכח
אוועטאר
בבליפא
שר חמש מאות
תגובות: 606
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 27, 2022 11:31 am
לאקאציע: אויפן ריקליינער...

Re: ליפא שמעלצער - בבליפא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בבליפא »

;l;p- הערליך! נישטא קיין ווערטער... ;l;p- ;l;p-
אוועטאר
כינור
שר חמש מאות
תגובות: 768
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש יולי 13, 2019 10:46 pm

Re: ליפא שמעלצער - בבליפא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כינור »

די רב פון ליאן האט געשריבן:שלום עליכם


קומסט אריין גאר קלאר... האסט רעכט מיט די חסידים הראשונים ניגון.
[email protected]

אמאל האט מען גענוצט ניגונים מעורר צו זיין די געפילן בשעת עבודת הבורא, מען האט נישט געניצט דעם בורא פאר עבודת הגעפילן - פרידן
אוועטאר
בעל פרנסה
שר האלפיים
תגובות: 2508
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 24, 2022 1:48 pm
לאקאציע: איך זוך עס נאך...

Re: ליפא שמעלצער - בבליפא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעל פרנסה »

WOWֱ!
א נייעם געלונגענעם שרייבער אויפן מארקעט......
אוועטאר
א נייניקל
שר האלפיים
תגובות: 2002
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 01, 2021 9:03 pm
לאקאציע: ביי זיידי'ן אינדערהיים

Re: ליפא שמעלצער - בבליפא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א נייניקל »

די רב פון ליאן האט געשריבן:שלום עליכם

עליכם השלום, מיר האפן אז איר וועט הנאה האבן דא, און מיר וועלן נהנה זיין פון אייך.

יעצט 2 הערות
די רב פון ליאן האט געשריבן:שועלים

די וואס זענען מיטגעגאנגען מיט ר׳ עקיבא, זענען געווען תלמידים אדער חברים? פון איין זייט זענען די ווערטער ״רבי רבי רבי קוק אויף די גוים״ און ״מיינע שעפעלעך מיינע תלמידים״ אבער למעשה ענדיגט זיך עס מיט ״עקיבא ניחמתנו״ נו, וואו איז די דרך ארץ? אזוי רעדט מען צו א רבי? אבער ווען מען קוקט נאך אין מסכת מלקות זעט מען טאקע אז ביידע מעשיות זענען געווען מיט ר׳ עקיבא׳ס חברים, וואו בבליפא הייבט אן בני עלי׳ רבי י-הושע וכו׳ און נישט קיין תלמידים.

די לשון שטייט אין גמ' (דאכט זיך סוף מס' מכות) אז זיי האבן אים געזאגט עקיבא נחמתנו.
(איך ווייס נאר נישט צו ס'שטייט דארטן 120 מייל אין לענג, כ'וועל באלד איבערקוקן אי''ה)
די רב פון ליאן האט געשריבן: זיבן קינדער

האט א קליינע טעות, זובח לאלוהים יחרם איז חול במילא זובח לאלקים איז א שטיקל טעות


די טעות מאכן אסאך, לדוגמא ביי אין כמוך באל-הים ה', זינגט סיי אייזיק האניג, און סיי שמולי אונגאר, באלוקים

נאכאמאל. הערליך באשריבן, מיט הצלחה אויף ווייטער
אוועטאר
איך בין זייער סיריעס
שר חמש מאות
תגובות: 747
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 18, 2020 12:51 pm

Re: ליפא שמעלצער - בבליפא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איך בין זייער סיריעס »

א נייניקל האט געשריבן:
די רב פון ליאן האט געשריבן:שלום עליכם

עליכם השלום, מיר האפן אז איר וועט הנאה האבן דא, און מיר וועלן נהנה זיין פון אייך.

יעצט 2 הערות
די רב פון ליאן האט געשריבן:שועלים

די וואס זענען מיטגעגאנגען מיט ר׳ עקיבא, זענען געווען תלמידים אדער חברים? פון איין זייט זענען די ווערטער ״רבי רבי רבי קוק אויף די גוים״ און ״מיינע שעפעלעך מיינע תלמידים״ אבער למעשה ענדיגט זיך עס מיט ״עקיבא ניחמתנו״ נו, וואו איז די דרך ארץ? אזוי רעדט מען צו א רבי? אבער ווען מען קוקט נאך אין מסכת מלקות זעט מען טאקע אז ביידע מעשיות זענען געווען מיט ר׳ עקיבא׳ס חברים, וואו בבליפא הייבט אן בני עלי׳ רבי י-הושע וכו׳ און נישט קיין תלמידים.

די לשון שטייט אין גמ' (דאכט זיך סוף מס' מכות) אז זיי האבן אים געזאגט עקיבא נחמתנו.
(איך ווייס נאר נישט צו ס'שטייט דארטן 120 מייל אין לענג, כ'וועל באלד איבערקוקן אי''ה)
די רב פון ליאן האט געשריבן: זיבן קינדער

האט א קליינע טעות, זובח לאלוהים יחרם איז חול במילא זובח לאלקים איז א שטיקל טעות


די טעות מאכן אסאך, לדוגמא ביי אין כמוך באל-הים ה', זינגט סיי אייזיק האניג, און סיי שמולי אונגאר, באלוקים

נאכאמאל. הערליך באשריבן, מיט הצלחה אויף ווייטער

1. לכאורה מיינט ער פערציג פרסה.

2. דאכצעך שמואלי זינגט יא בא-לוהים.
אוועטאר
וואלד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3333
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 17, 2021 4:38 pm

Re: ליפא שמעלצער - בבליפא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואלד »

א נייניקל האט געשריבן:
די רב פון ליאן האט געשריבן:די וואס זענען מיטגעגאנגען מיט ר׳ עקיבא, זענען געווען תלמידים אדער חברים? פון איין זייט זענען די ווערטער ״רבי רבי רבי קוק אויף די גוים״ און ״מיינע שעפעלעך מיינע תלמידים״ אבער למעשה ענדיגט זיך עס מיט ״עקיבא ניחמתנו״ נו, וואו איז די דרך ארץ? אזוי רעדט מען צו א רבי? אבער ווען מען קוקט נאך אין מסכת מלקות זעט מען טאקע אז ביידע מעשיות זענען געווען מיט ר׳ עקיבא׳ס חברים, וואו בבליפא הייבט אן בני עלי׳ רבי י-הושע וכו׳ און נישט קיין תלמידים.

די לשון שטייט אין גמ' (דאכט זיך סוף מס' מכות) אז זיי האבן אים געזאגט עקיבא נחמתנו.

ער זאגט נישט אז נישט, ער זאגט אז דאס האבן געזאגט זיינע חברים און נישט זיינע תלמידים.
אוועטאר
מתמודד
שר האלף
תגובות: 1655
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 14, 2020 5:15 pm
לאקאציע: בין כל הרעשים

Re: ליפא שמעלצער - בבליפא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מתמודד »

שלום עליכם ליאונער רב. א הערליכע רעוויו. זיך באלעקט מיט אלע זעכציג פינגער [דיסקלעימער, זעכציג שטיקער פון איעדן פינגער]
אמאל בין איך געווען א מתמיד, היינט בין איך א מתמודד, איך האף איין טאג בעז"ה צו ווערן א מתבודד.

כי הטבע היא מלשון טובע, והכל בשביל המטבע.
אוועטאר
לעכטיגקייט
שר חמישים
תגובות: 84
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 20, 2022 3:16 pm

Re: ליפא שמעלצער - בבליפא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לעכטיגקייט »

די רב פון ליאן האט געשריבן:שלום עליכם (וכל מי שעונה אמן בעולם הזה זוכה ועונה אמן לעולם הבא שנאמר וכו׳).

wow wow wow
די מעשה איז עפעס.......
;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p-
עפן דיין הארץ ברייט, פארשיין און פארשפרייט, אביסל לעכטיגקייט מעט אור, דוחה הרבה חושך.
שרייב תגובה

צוריק צו “היכל הנגינה”