לענגערע אנאליזן אויף נייע אלבום'ס.

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
פיאנא
שר חמש מאות
תגובות: 703
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 30, 2021 10:28 pm

Re: לענגערע אנאליזן אויף נייע אלבום'ס.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פיאנא »

ענדע צדיק! האט געשריבן:כינור לאזט דא שרייבן?

דא איז מיין רויע אנאליז נאכן הערן די ערשטע פאר מאל די סידי פון זנוויל ״מן השמים״

אהה, ווי מן השמים עפעס א פרישע סידי.

ווי א איבערגעדרייטע יודעלע דארף איך דאך אלס אריינלייגן די טעיפ פון די פארקערטע זייט. נעפ, דריי צוריק, מען נעמט ארויס דעם קאסעטע, מען דרייט אים צוריק אויף די ערשטע זייט. נו, מען מישט צוריק די בענדלעך, דרוק דעם פלעי קנעפל, געגאנגען.

אויש, איז פריער יא געווען די גוטע זייט? עס הייבט זיך אן עפעס אינמיטן די סידי, א רגע, נעם ארויס דארט. לאמיר זעהן? ניין, ס׳יא די גוטע זייט. אקעי. מאדנע. אנגעהויבן די סידי מיט אזא לאו ענערדזשי.

הללוהו

איי הערשעלע הערשעלע, עפעס א יוניקנעס וואס קיינער קען נישט נאכמאכן, עפעס א אנטעווערפענע ספייס. אויב עפעס אין אנטווערפן קען זיין ספייסי…

הייבט זיך אן זייער געשמאק, איך פיל ביי הללו כל מלאכיו קען ער ווען האבן עפעס א בעסערע קוועטש, וואס וועט עס מאכן א טראפ מער ענערדזשעטיק. שרייטס אלע זינגטס אלע.... זייער געשמאק.

סאיז ערעינדזשד אויף זייער א פאסיגע סטייל. עס באלאנגט נישט אויפן ערשטן ניגון לדעתי.

ברכנו

שיינע ווערטער און לחן פון ר׳ יוסף משה, די ערשטע פאל גאנץ פשוט, די צווייטע איז די ניגון, דארט פארט עס געשמאק צום אויער, לויפער לויפערט אריין, גארנישט בייסט נישט און שטעכט נישט, א שיינע חסידישע ניגון, די דריטע פאל איז עפעס נישט צו מיר. זאנוויל מוטשעט זיך צי מאכן עפעס א לייט פון די דריטע פאל.

ותחזינה,

אוי עינינו, עינינו, עינינו, אוי… עס רייסט דאס הארץ, עס בענקט, עס בעהט. הערליך! פינקי ווארפט לעצטנס באמבעס איינס נאכן צווייטן. די ערשטע פאל ווי ער גייט אראפ ביי עמך גלייך איך זייער, די צווייטע פאל איז פשוט הערליך! קאמפלימענטירט און געפארטיגט מיט לויפער׳ן.

א שטיקעלע קאנטראסט פון לויפערס איידלקייט און זאנווילס דינאמישקייט, אויפן גאנצן סידי.

זוכרי זמירות

באמבעס, הא? אטאם באמבעס! די מוזיק הייבט זיך אן גאנץ פיין דיפרענט, די ניגון איז א קנאק, פריש און געשמאק פול מיט טעם און פלעיוואר. נפתלי משה מאכט מיט די טעקנאו א זייער גוטע ארבעט, איך גלייך עס נישט פערזענליך אבער פאר וואס ער האט געדארפט טוהן האט ער פיין דעליווערט. מלך מלך ימלוך, געוואלדיג. די חידוש פון פינקי איז ווי גוט ער האט זיך עדאפטעד צו די היינטיגע סטייל, ער רוקט ארויס סחורה פון יעדע ענגל.

נישט צוגעלייגט נאך צופיל מחשבה צו די קווייערס, אבער אין דזשענערל באמערק איך אז איך האב איך נישט אוזי ליב די פלעיוואר פון מלכות, די קאליר, די קול אינאיינעם, עפעס פעלט.

אנא השם

יוסי גרין, שוין לאנג נישט געזעהן, געהערט. זייער קלאסיש. גלילי מאכט שיינע מוזיק אבער עס איז א לאנגע פארשלאפענע ניגון, ער האט פארפעלט עס אויפצולעבן מיט די מוזיק. די ווערטער קאנעקטן עפעס נישט צי וואס איך טראכט ווען איך זאג דעם קאפיטל. ספעלט עפעס קראנטש.

זאנוויל מאכט דא הערליכע וואקעלס.

כלל ישראל

דו שטייסט אויף דארט! יואלי דיקמאן מיט זיין ארקעסטרע שטעקעלע טיילט פראסקעס, אויפשטיין אויפשטיין. א פרישע רויטע עפעלע געפאלן ממש נאנט צום בוים, הרב וועבער דעליווערט א הערליכע מעלאדיע, די צווייטע פאל איז עכט שיין, אומגעראכטן, כלל ישראל… לייק. די שטיקל אינמיטן (וויאזוי הייסט עס?) איז פלעין.

יתומים היינו

משה לויפער אימפרעסט, עכט שיין. די מעלאדי קען איך נאכנישט כאפן, סנישט עפעס זייער קעטשי אדער גאר שיין, דארף עס נאך אפאר הערן צי באקומען אפשר מער די געפיל און אפטיילן די ווערטער פון די מעלאדי. ליפא דארף נישט מיין הסכמה נישט עפעס אויסטערליש גאוניש אבער צו די שיינע זייט.

ואזכה

טיפיקעל משולם, די ערשטע מאל פילט מען עס אזוי שטומפיג, נאך א דריי פיר מאל הערן הייבט עס אן קלעבן, ביז עס גרודזשעט אין קאפ. ס׳נישט ממש עפעס ניי. די ארעידזשמענטס גלייך איך זייער.

ישראל נושע

א הערליכע קאמפאזיציע, הארציג און בענקעדיג, שיינע ווערטער צוזאמשטעל. גוטע מוזיק. נישט וואס צוצולייגן עכט חוץ אז עס איז פשוט, הערליך.

מי ימלל
איינציגסטע שטיקי ניגון אויף די סידי, מיט גוטע מוזיק פאר די וואס זוכן דאס. איך האב נישט געהעריג קאננעקטעד צו דעם.

להתענג

וואן אוו מיי פעיוואריטס. שיינע געשמאקע תנועות, קוקט אויס שוין געמאכט א שטיק צייט צוריק, צבי האט מיר סורפרייזד דא, זייער א קלאסישע זאך. סהאט געסאונד אן צופיל צולייגן קאפ ענליך צו לויפער. שיינע ווערטער, געדאנק, מער אביסל אזוי היינטיג, אידיש, באביש. סאיז א שיינע מעלאדיע!

מן השמים

א הערליכע יצירה פון רעב פינקין, סאיז לאנג און א טראפ נישט קאנעקטעד די שטיקלעך, אבער אין דעזשענעראל איז עס א הערליכע זאך, שיינע תנועות אינצווישן איך גלייך עס מוראדיג. די ׳מן השמים׳ תנועה האט מיר געכאפט, סזינגט זיך. זאנוויל שניידט אריין טענער אז עס גייט א רויעך… דא פילט מען אויך לויפערס קלאסישקייט אנטקעגן זאנווילס קולות. הערליך. כווייס נישט אויב לויפער איז צוגעפאסט פאר דעם.

-

אין דזשענערל: די מיקס איז בעסער ווי כהאב געמיינט סגייט זיין! די זינגער איז פיין אין פארנט פון די מוזיק אבער נאכאלס גענוג ווייט און נישט שטעכעדיג אין אויער אריין. ממש פערפעקט. אלעס הערט זיך הערליך שיין. אפשר די קווייערס איז אביסל שטיל, מוז נישט זיין. קודאס

מוזיק: כהאב געהאפט סגייט זיין אביסל מער ספייסי, נישט אז סנישט שיין, אבער אזא גוט שטיקל מונה וואלט גוט אריינגעקומען, אנשטאט לויפערס פיר. אבער אוועראלל איז עס באמת שיין, רייך, זייער צו די זאך.

ניגונים: אביסל מורא׳געהאט אז דאס גייט זיין, און עס איז טאקע, אז די ניגונים סעלעקציע איז ממש פערפעקט פאר זעקס יאר צוריק, ער אליינס וואלט היינט גענומען אנדערע זאכן לכאורה, אפילו אויב וואלט ער זיך געוואלט האלטן צו די אלטע סטייל וואלט ער לכאורה געהאט אנדערע פיק׳ס. עס נעמט גארנישט אוועק פון די דימאנטן וואס ליגן דא, באמת הערליכע געשמאקע זאכן. פעיוואריטס? יעצט אויף די רגע איז עס ותחזינה, להתענג, זוכרי זמירות, אפשר ישראל נושע נעקסט, אדער הללוהו.

ס׳איז באמת א הערליכע זאך, חסידיש און געשמאק, זאנוויל קומט אריין קלארער פון קלאר אין וואס ער איז שטארק. ס׳ווערד א עלעווער און אפילו מער. געצאלט און הנאה געהאט. א מחי׳!

כ'ווייס נישט צו כינור לאזט דיר אריין אין זיין מלוכה... (יא ער לאזט), אבער די ביזט גאר גוט!
ווען מען וויל אויפשפילן א ניגון, ברויך מען נוצן אויך די שווארצע.
וכן בכל ענין...
אוועטאר
כינור
שר חמש מאות
תגובות: 766
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש יולי 13, 2019 10:46 pm

Re: לענגערע אנאליזן אויף נייע אלבום'ס.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כינור »

איך מעג דא שרייבן? דאס איז אייוועלטס אשכול נישט כינורס. כ׳האב שוין אפאר מאל דערמאנט דא אז ווער עס האט די כח און מח צו אנאליזירן סידיס זאל ביטע זיך לאזן הערן להנאת כל.
איך האב נאכנישט געהערט דעם סידי, האלט איך מיך איין פון אריינגיין אין די מן השמים אשכול... איך וויל הערן דעם אלבום אן וויסן קיין שום קרעדיטס.
נאכן אויסהערן דעם אלבום וועל איך ליינען דיין אנאליז. מובטח אני אז כ׳וועל הנאה האבן פון ענדע צדיק׳ס מבינות.
[email protected]

אמאל האט מען גענוצט ניגונים מעורר צו זיין די געפילן בשעת עבודת הבורא, מען האט נישט געניצט דעם בורא פאר עבודת הגעפילן - פרידן
אוועטאר
גרויסע עם הארץ
שר עשרת אלפים
תגובות: 14528
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 24, 2018 9:17 pm

Re: לענגערע אנאליזן אויף נייע אלבום'ס.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרויסע עם הארץ »

@כינור.

קומענדיגע סידי אין די רייע איז... היכל הנגינה פון חב"ד? :lol: :lol:
אוועטאר
נאר מיט שמחה
שר שמונת אלפים
תגובות: 8010
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 08, 2017 10:04 am

Re: לענגערע אנאליזן אויף נייע אלבום'ס.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נאר מיט שמחה »

ווער ס'וויל שרייבן א ריוויו אויף זאנוויל'ס סידי זאל אריינכאפן און שרייבן ווי שנעלער, פאר ווען @כינור שרייבט, ווייל נאכדעם איז נישטא וואס צוצולייגן...!
דער רבי האט געהייסן פריילאך זיין! פריילאך זיין! פריילאך זאל מען זיין!!!
אוועטאר
Masmid
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4853
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 12, 2019 1:53 pm
לאקאציע: בית המדרש

Re: לענגערע אנאליזן אויף נייע אלבום'ס.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Masmid »

@כינור, אפשר הייבסטו אן שרייבן אנאליזן אויף די אייוועלט אלבומ'ס?
די אלע סינגעלס מעגן אויך אמאל ווערן אנאליזירט..
המאור שבה יחזירנו למוטב!
אוועטאר
כינור
שר חמש מאות
תגובות: 766
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש יולי 13, 2019 10:46 pm

Re: לענגערע אנאליזן אויף נייע אלבום'ס.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כינור »

נאר מיט שמחה האט געשריבן:ווער ס'וויל שרייבן א ריוויו אויף זאנוויל'ס סידי זאל אריינכאפן און שרייבן ווי שנעלער, פאר ווען @כינור שרייבט, ווייל נאכדעם איז נישטא וואס צוצולייגן...!

אזוי?...
נא, נמ״ש?
[email protected]

אמאל האט מען גענוצט ניגונים מעורר צו זיין די געפילן בשעת עבודת הבורא, מען האט נישט געניצט דעם בורא פאר עבודת הגעפילן - פרידן
אוועטאר
כינור
שר חמש מאות
תגובות: 766
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש יולי 13, 2019 10:46 pm

Re: לענגערע אנאליזן אויף נייע אלבום'ס.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כינור »

masmid האט געשריבן:@כינור, אפשר הייבסטו אן שרייבן אנאליזן אויף די אייוועלט אלבומ'ס?
די אלע סינגעלס מעגן אויך אמאל ווערן אנאליזירט..

קריינא דאגרתא
[email protected]

אמאל האט מען גענוצט ניגונים מעורר צו זיין די געפילן בשעת עבודת הבורא, מען האט נישט געניצט דעם בורא פאר עבודת הגעפילן - פרידן
אוועטאר
באסעלע
שר האלף
תגובות: 1992
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 09, 2021 4:25 pm

Re: לענגערע אנאליזן אויף נייע אלבום'ס.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך באסעלע »

.
אז איך בין א גלות יוד, מיינט נאכנישט אז איך דארף שטימען דעמעקראט,
(קרעדיט: יוסי געשטעטנער)
איידל און באחיינט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 405
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 27, 2021 6:47 pm

Re: לענגערע אנאליזן אויף נייע אלבום'ס.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איידל און באחיינט »

גרויסע עם הארץ האט געשריבן:@כינור.

קומענדיגע סידי אין די רייע איז... היכל הנגינה פון חב"ד? :lol: :lol:

איך פארשטיי נישט די ווערטל

וואלד האט געשריבן:לייק! פאר דיין זיסע שפראך!

עגרי 100%
בא שבת בא מנוחה
שר האלף
תגובות: 1124
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 20, 2016 7:18 pm

Re: לענגערע אנאליזן אויף נייע אלבום'ס.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בא שבת בא מנוחה »

ענדע טענקס ווערי מאטש.. א אייזערנע רעוויא מיט איך פואלי עגרי.
אוועטאר
גרויסע עם הארץ
שר עשרת אלפים
תגובות: 14528
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 24, 2018 9:17 pm

Re: לענגערע אנאליזן אויף נייע אלבום'ס.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרויסע עם הארץ »

איידל און באחיינט האט געשריבן:
גרויסע עם הארץ האט געשריבן:@כינור.

קומענדיגע סידי אין די רייע איז... היכל הנגינה פון חב"ד? :lol: :lol:

איך פארשטיי נישט די ווערטל

קען איינער מסביר זיין ס׳ווערטל?
אוועטאר
כינור
שר חמש מאות
תגובות: 766
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש יולי 13, 2019 10:46 pm

Re: לענגערע אנאליזן אויף נייע אלבום'ס.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כינור »

היינט באקומען די סידי אין פאסט דורך ניגון מוזיק. דריי טעג שפעט
איך האף אויף קומענדיגע וואך צו האבן אן אנאליז אי״ה
[email protected]

אמאל האט מען גענוצט ניגונים מעורר צו זיין די געפילן בשעת עבודת הבורא, מען האט נישט געניצט דעם בורא פאר עבודת הגעפילן - פרידן
קוק אויף דיך אליינס
ק.נ.א. דזשורנאליסט
תגובות: 14473
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 05, 2021 4:59 pm

Re: לענגערע אנאליזן אויף נייע אלבום'ס.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קוק אויף דיך אליינס »

כינור האט געשריבן:היינט באקומען די סידי אין פאסט דורך ניגון מוזיק. דריי טעג שפעט
איך האף אויף קומענדיגע וואך צו האבן אן אנאליז אי״ה

מען קען קוים ווארטן.

@כינור איז די קעניג פון אידישע נגינה.

איך בין זיכער אז מען רעדט דא פון איינע פון די שטערן'ס בעולם הנגינה אינטערן @כינור שלייער!
אוועטאר
כינור
שר חמש מאות
תגובות: 766
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש יולי 13, 2019 10:46 pm

Re: לענגערע אנאליזן אויף נייע אלבום'ס.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כינור »

קוק אויף דיך אליינס האט געשריבן:
כינור האט געשריבן:היינט באקומען די סידי אין פאסט דורך ניגון מוזיק. דריי טעג שפעט
איך האף אויף קומענדיגע וואך צו האבן אן אנאליז אי״ה

מען קען קוים ווארטן.

@כינור איז די קעניג פון אידישע נגינה.

איך בין זיכער אז מען רעדט דא פון איינע פון די שטערן'ס בעולם הנגינה אינטערן @כינור שלייער!

א קונקורענט צו מ.ב.ד?
[email protected]

אמאל האט מען גענוצט ניגונים מעורר צו זיין די געפילן בשעת עבודת הבורא, מען האט נישט געניצט דעם בורא פאר עבודת הגעפילן - פרידן
אוועטאר
ענדע צדיק!
שר שמונת אלפים
תגובות: 8100
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm
פארבינד זיך:

Re: לענגערע אנאליזן אויף נייע אלבום'ס.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ענדע צדיק! »

כינור האט געשריבן:היינט באקומען די סידי אין פאסט דורך ניגון מוזיק. דריי טעג שפעט
איך האף אויף קומענדיגע וואך צו האבן אן אנאליז אי״ה

נעם נישט פאר קיין פרעשור… סנישט דיין דזשאב… סכה״כ איז אייוועלט א פארברענג נישט קיין שיעבודים.
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא: (שבת קד.)
בלאג - מיינע ארכיוון
אוועטאר
נאר מיט שמחה
שר שמונת אלפים
תגובות: 8010
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 08, 2017 10:04 am

Re: לענגערע אנאליזן אויף נייע אלבום'ס.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נאר מיט שמחה »

כינור האט געשריבן:היינט באקומען די סידי אין פאסט דורך ניגון מוזיק. דריי טעג שפעט
איך האף אויף קומענדיגע וואך צו האבן אן אנאליז אי״ה

מיר ווארטן מיט א באנדזש שפאנונג.
כ'אף טאקע אויך צו שרייבן, עמיר זעהן צו כ'וועל קענען, אי"ה טאמער וועסטו שרייבן פארדעם וועליך זיך איינהאלטן עס צו ליינען אביסל, כ'זאל האבן וואס צו שרייבן.. (חוץ פון טאמער כ'וועל מיואש ווערן פון שרייבן עפעס...)
דער רבי האט געהייסן פריילאך זיין! פריילאך זיין! פריילאך זאל מען זיין!!!
אוועטאר
כינור
שר חמש מאות
תגובות: 766
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש יולי 13, 2019 10:46 pm

Re: לענגערע אנאליזן אויף נייע אלבום'ס.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כינור »

ענדע צדיק! האט געשריבן:
כינור האט געשריבן:היינט באקומען די סידי אין פאסט דורך ניגון מוזיק. דריי טעג שפעט
איך האף אויף קומענדיגע וואך צו האבן אן אנאליז אי״ה

נעם נישט פאר קיין פרעשור… סנישט דיין דזשאב… סכה״כ איז אייוועלט א פארברענג נישט קיין שיעבודים.

געוויסע אין אישי האבן זיך נאכגעפרעגט.
[email protected]

אמאל האט מען גענוצט ניגונים מעורר צו זיין די געפילן בשעת עבודת הבורא, מען האט נישט געניצט דעם בורא פאר עבודת הגעפילן - פרידן
אוועטאר
כינור
שר חמש מאות
תגובות: 766
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש יולי 13, 2019 10:46 pm

Re: לענגערע אנאליזן אויף נייע אלבום'ס.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כינור »

נאר מיט שמחה האט געשריבן:
כינור האט געשריבן:היינט באקומען די סידי אין פאסט דורך ניגון מוזיק. דריי טעג שפעט
איך האף אויף קומענדיגע וואך צו האבן אן אנאליז אי״ה

מיר ווארטן מיט א באנדזש שפאנונג.
כ'אף טאקע אויך צו שרייבן, עמיר זעהן צו כ'וועל קענען, אי"ה טאמער וועסטו שרייבן פארדעם וועליך זיך איינהאלטן עס צו ליינען אביסל, כ'זאל האבן וואס צו שרייבן.. (חוץ פון טאמער כ'וועל מיואש ווערן פון שרייבן עפעס...)

אה! נמש מיר אלע ווארטן.
[email protected]

אמאל האט מען גענוצט ניגונים מעורר צו זיין די געפילן בשעת עבודת הבורא, מען האט נישט געניצט דעם בורא פאר עבודת הגעפילן - פרידן
קוק אויף דיך אליינס
ק.נ.א. דזשורנאליסט
תגובות: 14473
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 05, 2021 4:59 pm

Re: לענגערע אנאליזן אויף נייע אלבום'ס.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קוק אויף דיך אליינס »

כינור האט געשריבן:
ענדע צדיק! האט געשריבן:
כינור האט געשריבן:היינט באקומען די סידי אין פאסט דורך ניגון מוזיק. דריי טעג שפעט
איך האף אויף קומענדיגע וואך צו האבן אן אנאליז אי״ה

נעם נישט פאר קיין פרעשור… סנישט דיין דזשאב… סכה״כ איז אייוועלט א פארברענג נישט קיין שיעבודים.

געוויסע אין אישי האבן זיך נאכגעפרעגט.

נישט קיין אישי און נישט קיין פישי.

יעדער ווייסט אז די אנאליז פון @כינור איז א "מאסט" און נישט קיין "אויב".

מיר ווארטן מיט שפאנונג!
אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 18792
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
פארבינד זיך:

Re: לענגערע אנאליזן אויף נייע אלבום'ס.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינס »

ענדע! פיינע נייעס ווי אייביג!

הנאה געהאט ביי די אויספיר
ענדע צדיק! האט געשריבן:פעיוואריטס? יעצט אויף די רגע איז עס ותחזינה, להתענג, זוכרי זמירות, אפשר ישראל נושע נעקסט, אדער הללוהו.

עי איין מינוט, ערטאך געהאט קריטיק אויף א חלק פון זיי!

לעטצנס זענען מיר עפעס געווארן צוגעוואינט אז קריטיק מיט אראפ רייסן גייען צוזאמען. קומט ראביי לאנגער און דערמאנט אונז אז קריטיק איז נישט פשט איך רייס אראפ, איך זאג וואס איך האב צו זאגן לטב ולמוטב און נאך אלס איז דאס פון מיין פעיווארטס.
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם!
אוועטאר
פרישע קוגל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3014
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 13, 2020 1:14 pm
לאקאציע: און עוד מלבדו - דענווער קאלאראדא

Re: לענגערע אנאליזן אויף נייע אלבום'ס.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרישע קוגל »

איינס האט געשריבן:ענדע! פיינע נייעס ווי אייביג!

הנאה געהאט ביי די אויספיר
ענדע צדיק! האט געשריבן:פעיוואריטס? יעצט אויף די רגע איז עס ותחזינה, להתענג, זוכרי זמירות, אפשר ישראל נושע נעקסט, אדער הללוהו.

עי איין מינוט, ערטאך געהאט קריטיק אויף א חלק פון זיי!

לעטצנס זענען מיר עפעס געווארן צוגעוואינט אז קריטיק מיט אראפ רייסן גייען צוזאמען. קומט ראביי לאנגער און דערמאנט אונז אז קריטיק איז נישט פשט איך רייס אראפ, איך זאג וואס איך האב צו זאגן לטב ולמוטב און נאך אלס איז דאס פון מיין פעיווארטס.

גוט געזאגט
אוועטאר
פיאנא
שר חמש מאות
תגובות: 703
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 30, 2021 10:28 pm

Re: לענגערע אנאליזן אויף נייע אלבום'ס.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פיאנא »

כ'האב געווארט און געווארט אויף כינור דא אין ווינקל

ער זאל אונז און זיין טיפן עולם געבן א טינקל

אן זיין אנאליז כ'קען קיין סידי נישט אויסהערן

נו! שלעפ אונז שוין אריין אין דיינע ספערן...!
ווען מען וויל אויפשפילן א ניגון, ברויך מען נוצן אויך די שווארצע.
וכן בכל ענין...
אוועטאר
פליגל
שר חמשת אלפים
תגובות: 5934
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג סעפטעמבער 04, 2009 1:27 pm
לאקאציע: ביים פענסטער

Re: לענגערע אנאליזן אויף נייע אלבום'ס.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פליגל »

ענדע, דו ביסט פיין! ווען א ווארט רעדט מער ווי טויזענט בילדער...

מין דעם הללהו האב'ך געהאט דעם זעלבן געפיל.. כ'האב געמישט דעם סידי צום אנהויב זיכער מאכן אז ס'יז נישט געווען די וואליום צו נידעריג די ערשטע צעקונדען...

די ניגון הערט זיך אנהויב אביסל אינטרעסאנטלעך, אבער ווערט בעסער מיט די צייט. כ'אב זיך געטראפן מיטברומען געוויסע תנועות דערפון שפעטער...

און טאקע אלס ערשטע אינעם סידי, אזוי צו גיבן דעם קבלת פנים?.. כ'ווייס נישט.. עפעס געווען אזוי מאדנע'לעך...

אין מוקדם ומאוחר..

דער ותחזינה איז פיין.

כ'געדענקניטש וועלכע נאך..

יא, דעם אתה נגלית האב'ך זייער געגליכן, כ'אב אנהויב געמיינט אז ס'האט אייזיק האניג'ס פינגערפרינטס.. למעשה קריכט שפעטער פינקע ארויס פון ערגעץ און זינגט עס איינמאל ארויס, און דער חרדו ממך האט שוין איינמאל געכאפט א ציטער...

מתחילה האב'ך נישט געוואוסט וואו דער השמעתם קוליך גייט זיך איינדרייען.. ס'מוז זיין פינקי'ס אן המצעה אזוי צו דרייען דעם קוליך...

בדרך כלל האב'ך זיך געשפירט זייער באקוועם מיט'ן אלבום, דער זינגער ר' זאנוויל איז גענוג שטארק אז זיין קול ווערט נישט פארלוירן פאר קיין רגע פון צווישן די שארפקייט פון די כלי שיר, אבער גענוג ווייעך אז עס גריצט נישט אין אויער.. און גענוג שארף אז עס שאפט א רואיגע אטמאספערע טראץ זיין הויכע ארויפקריכן ביי עטליכע פלעצער.

דער אלבום האב'ך ארום געשלעפט מיט מיר היינט, פון אפיס צום אויטא.. איבעראל האט עס געארבייט אויף חזרה.

ר' זאנוויל, כה לחי!
אוועטאר
ענדע צדיק!
שר שמונת אלפים
תגובות: 8100
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm
פארבינד זיך:

Re: לענגערע אנאליזן אויף נייע אלבום'ס.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ענדע צדיק! »

פליגל האט געשריבן:ענדע, דו ביסט פיין! ווען א ווארט רעדט מער ווי טויזענט בילדער...

:? טענקס. דיר שוין לאנג נישט דא געזעהן אויף די עק וועלט
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא: (שבת קד.)
בלאג - מיינע ארכיוון
שרייב תגובה

צוריק צו “היכל הנגינה”