לענגערע אנאליזן אויף נייע אלבום'ס.

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
מקווה איד
שר שבעת אלפים
תגובות: 7620
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 16, 2017 4:53 pm

Re: לענגערע אנאליזן אויף נייע אלבום'ס.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מקווה איד »

#איך-פארק-מענטשליך
נועם5
שר העשר
תגובות: 27
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 25, 2022 4:12 am

Re: לענגערע אנאליזן אויף נייע אלבום'ס.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נועם5 »

אגוטן, איינער ווייסט ווער איז ר' יואל בלום?
אטעטשמענטס
20221027_182505.jpg
20221027_182505.jpg (67.91 KiB) געזען 3624 מאל
אוועטאר
הארי פלארי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4441
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 23, 2022 1:23 pm

Re: לענגערע אנאליזן אויף נייע אלבום'ס.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הארי פלארי »

נועם5 האט געשריבן:
אגוטן, איינער ווייסט ווער איז ר' יואל בלום?
געהערט נישט דא.
נועם5
שר העשר
תגובות: 27
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 25, 2022 4:12 am

Re: לענגערע אנאליזן אויף נייע אלבום'ס.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נועם5 »

הארי פלארי האט געשריבן:
נועם5 האט געשריבן:
אגוטן, איינער ווייסט ווער איז ר' יואל בלום?
געהערט נישט דא.
אקעי, איך זוף פשוט איננפרמאציע אויף דעי אלבום, ס'איז א נייע אלבום, וואו איז יא די פלאץ?
פריצעל
שר מאה
תגובות: 162
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 27, 2013 7:34 pm

Re: לענגערע אנאליזן אויף נייע אלבום'ס.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פריצעל »

@כינור

האסט אן אנאליז אויף ''געוואלדיג'' פון ליפא

@נאר מיט שמחה

ווי איז חלק ב' פון בבאליפא ?
אוועטאר
איצל פיצל
שר האלף
תגובות: 1709
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 11, 2008 1:57 am

Re: לענגערע אנאליזן אויף נייע אלבום'ס.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איצל פיצל »

@כינור מיר ווארטן נאך אלץ אויף אן אנאליז אויף יקיר ברוין׳ס סידי.
בניהו
שר ששת אלפים
תגובות: 6205
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אפריל 16, 2021 1:09 am

Re: לענגערע אנאליזן אויף נייע אלבום'ס.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בניהו »

און אויך אויף מיכאל׳ס שבתון.

@כינור? דו הערסט?!
אני הוא הנער, נער המדבר
אוועטאר
כינור
שר חמש מאות
תגובות: 766
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש יולי 13, 2019 10:46 pm

Re: לענגערע אנאליזן אויף נייע אלבום'ס.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כינור »

ווי טרעפט מען צייט...
[email protected]

אמאל האט מען גענוצט ניגונים מעורר צו זיין די געפילן בשעת עבודת הבורא, מען האט נישט געניצט דעם בורא פאר עבודת הגעפילן - פרידן
טשאנסן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 309
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 31, 2022 1:53 pm

Re: לענגערע אנאליזן אויף נייע אלבום'ס.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טשאנסן »

כינור האט געשריבן:
ווי טרעפט מען צייט...
אה.. ב"ה די לעבסט!
אוועטאר
נאר מיט שמחה
שר שמונת אלפים
תגובות: 8010
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 08, 2017 10:04 am

Re: לענגערע אנאליזן אויף נייע אלבום'ס.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נאר מיט שמחה »

כינור האט געשריבן:
ווי טרעפט מען נמ"ש...
דא בינעך. שפירצעך גאנץ באקוועם אז דער קעניג זוכטמעך...

וויזוי גייט נאך דער ניגון? "איך בין ספעציעל אראפגעקומען דא אויפ'ן וועלט'ל, דיר צו מודיע זיין - זיין -זיין -זיין וכו'"

בקיצור, כ'האב געזען דיין שרעקליכע געלונגענע ארטיקל פונעם סיכום פון שנת תשפ"ב, כ'מוז זיך באדאנקען אויף די אויסערגעוונליכע ארבעט!

די ארטיקל איז א היסטארישע/היסטערישע דורכברוך בעולם הנגינה, דיין פארשטאנד איז אויסערגעווענליך, און דיין טאלאנט אין אראפשרייבן געפילן איז איבערמעכטיג!!!

(נאר געבליבן נייגעריג וואס איז די פלענער וואס גייען דיר אוועקרייסן פון אייוועלט, אבער שוין...)

ייש"כ פאר'ן מיך מחיה זיין!
דער רבי האט געהייסן פריילאך זיין! פריילאך זיין! פריילאך זאל מען זיין!!!
אוועטאר
כינור
שר חמש מאות
תגובות: 766
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש יולי 13, 2019 10:46 pm

Re: לענגערע אנאליזן אויף נייע אלבום'ס.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כינור »

בס״ד


מיטן אויבערשטן - יקיר ברוין



ווי א אתרוג נאך סוכות, ווי א שירעם נאך א רעגן, ווי טשולענט נאך שבת, ווי א עיר קאנדישען אום טבת, ווי צוגעברענטע אייערשפייז, נעם איך די פעדער אין האנט אריין צו באשרייבן ׳מיטן אויבערשטן׳. די סלאגאן ס׳איז קיינמאל צו שפעט איז דא נישט גילטיג, ווארום, אין היכל הנגינה איז א חודש א יאר.

אבער, על פי בקשת חברי וידידי דאהי, אין אישי, אין אימעיל, און אויפן טעלעפאן, וואס קענען באשטיין צו לעזן מיינע בויך וויי… קאטשעט מען ארויף די ארבל.

מחמת קוצר הזמן האב איך ניטאמאל געהאט צייט צו פולקאם אויסהערן קיין איינס פון די אויבערדערמאנטע סידיס. א רחמנות אויף מיינע אויערן. אזאנע הערליכע ווערק האבן נישט עספיעט צו גרייכן מיין וועזן ביז אינמיטן חשון?! פאר מיר איז דאס ווי פרישע פוטער ברויט. נייע געביגעלטע מוזיק. פאר אייך איז עס אבער ווי אן אלטן טעלעגראם. אלזא, אויב פילט איר אז איר האט קיין געדולד פאר די סידיס מער, באלמוטשעט נישט אייערע אויגן… פילט באקוועם צו נישטערן אין אנדערע אשכולות בעניני דיומא.


1. לויב געזאנג

די סידי הויבט זיך אן גאר געשמאק, מיט א הערליכע לעבעדיגע מעלאדיע אויפן אמאליגן שטייגער. די פזמון איז ספעציעל שיין. וואס קען זיין שענער ווי א איד דאנקט צום אויבערשטן. א מין פשטות און שמחה ליגט אין די ווערטער. זיי זיצן ווי שטיינער אין חושן. מיט א דייטשע פונקטליכקייט. די מוזיק מאכט אויך גאר א געלונגענע ארבעט.


2. פארווארט

די וואליום פון די טרעק איז העכער פון די פאריגע. ווייס איך נישט פאר וואס.

פשיהא! אזויפיל תוכן! נורא ואיום ווי שיין און מסודר ער לייגט אראפ די נושאים. אזוי זיס און ריין. אן אומזיסטע טערעפי סעשאן. ס׳שפירט זיך די דברים היוצאים מן הלב. און דאס איז די עיקר קונץ, נישט פארגליווערט צו ווערן צווישן די קאלטע סטודיא ווענט.


3. פארשטעלטע ליכט

א טיפע ערשטע פאל. רעדט גראד צום נשמה. איך פרוביר אריינצוגיין אין א מצב פון א איד אין אן עת צרה און איך ווער ממש עמאציאנאל. ׳עס קוקט אויס גאר פינסטער אויף די וועלט׳. (די קווייער וואס באגלייט אויף דעם ליין מאכט עס…)

איך גיי פאר די תוכן. אזוי הערליך און ווארעם. א שטיק חיזוק. די תוכן איז אזוי גוט אז איך האב ניטאמאל פאקוסירט אויף די מוזיק. און דאס איז נאך די גרעסטע קאמפלימענט פארן אררעינדזשער.


4. פארווארט

נאכאמאל האט ער מיר איבערראשט. יעדע שורה און ווארט געמאסטן ארויסצונעמען די מאקסימום תוכן פון די ווערטער. מורא׳דיג.


5. אנטפלעקט דעם סוד

ווער זינגט דא שלמה יעקב וועבער? אה זיין ברודער. ער זינגט פיין. די מוזיק און קווייער איז אויך זייער זייער גוט.


6. פארווארט


7. א געבעט

אן אינטערסאנטן ניגון. היפש עמאציאנאל די געמיש פון די ווערטער און די ניגון בינאזאם. אפאר שיינע קאורדס דא. די קווייער קומט אריין זייער קלאר. ביי 4:21 איז די קווייער אףף טון.


8. פארווארט

ביי 2:03 מאכט די פיאנא א מיסטעיק.


9. קרבת אלוקים

זייער אינטערסאנט ווי ער גייט אהין און צוריק פון מענטש צום בורא. די מוזיק טוישט ביעט ווען ער קען נאר. שיין און וואויל.


10. פארווארט

די סידי רעדט אויך גאר שטארק ארום וועגן תפילה. די נאמען פונעם סידי וואלט נישט געקענט זיין בעסער. ׳מיטן אויבערשטן׳. דאס איז די געדאנק און דאס איז די חיזוק.


11. וואו זענען די טרערן

אה. די אינטרא איז קענטליך. יאפ. ר׳משה׳ס לעגענדארן מלך שוכן. Wow…. דאס איז עפעס ספעציעל הערליך. די ליניעס זענען אזוי פשוט און שיין. די מוסר השכל אפגערעדט. איך קען מיר פארשטעלן אז ר׳ יקיר האט דא ספעציעל לאנג גע׳ארבעט ס׳איז זאל אויסקומען די פשוטס׳טע שייך. דאס איז די חכמה און חן. פשוטע ליניעס וואס שניידן. דזשאב וועל דאן.

די מוזיק באגלייט וואונדערבאר. ביי 5:18 איז ממש גאונות. די זינגער דא טוהן אויך גאר א גוטע ארבעט.


12. פארווארט

ווי אזוי זעהט הרב ר׳ יקיר אויס? כ׳קען אים באשטיין צו קאנען. לכאורה ענדלט ער צו דער חזן ר׳ מאיר ברוך קאהן. עפעס אזוי זעה איך זיין דמות…


13. נכספה

אה דא לייגט ער בלויז דעם אריגיניעלן ניגון. זייער אינטערסאנט. ער איז נישטא ארויסצושטעלן נאר זיינע געשריבענע לידער, נאר ער איז דא צו אריינברענגען די צוהערער צו א העכערע אטמאספערע, איז וואס קען זיין בעסער ווי זיך צו פארדביקות׳ן אינעם הייליגן זמר נכספה?

ר׳ יששכר לייגט אראפ א אייזענע ארבעט. ביי 2:01 הערט זיך זייער נישט גוט די ליליבי. ביי 3:49 דרייט ער ווי א מייסטער.

א היסטארישע רעקארדירונג! דער צדיק זינגט.


14. פארווארט

גלייך איך זייער ווי ער נעמט זיך זינגען אינמיטן דרשה ווי די גרויסע מגידים אין אלע דורות.


15. דעם בלאזובער׳ס שהחיינו

איך האב געהערט אן אנדערע ווערסיע, אז א איד האט אים איבערגעהאקט ווי אזוי גייט ער מאכן א שהחיינו, נישט אז דער בלאזובער אליין האט געקווענקעלט.

מיליאנען וואגאנען, דא איז שוין דא היפש סאפאסטיקירטע ליניעס. גאר גאר טאלאנטפול. די קאמפאזיציע איז זייער אן איידעלע. א הערליכע טרעק.


16. פארווארט

אה ענדליך עפעס לעבעדיג… צוקער׳דיגע פיאנא. זייער אסאך מעסעדזשעס אין דעם קאפיטעל. פון דעם בעל התניא ווי אזוי צו לויבן על הרעה, ביז זיך נישט אליין צו באשולדיגן. דער קריכט אריין אזוי טיף אינעם מח. מיר זייער געפאלן די ליניע ״און ווי מיר ווייסן טרעפט עס זיך גאנץ אפט״… די אלבום איז א הייליגע אלבום! ס׳וועט זיכער דינען ווי א רעטונגס ברעט צו ברענגען קלארקייט פאר אידן.


17. קיין פאראיבל

ר׳ משה זינגט מיט באקציין. פשיהא! טאלאנט! די קאמפאזיציע איז הערליך. די ווערטער זיצן מיט א שווייצער פונקטליכקייט. רייך שילדערנדע שורות. קאסטן באסטאן… געוואלדיג. די פזמון איז אזוי תוכנ׳דיג. עס קומט אן גענוי אין ציל. די מוזיק איז אויך ארויפגענייט אויף די ווערטער.


18. פארווארט.

זייער זייער שיין. קארלינער פארדינער.


19. איך גלייב בנאמנות

שיינע מוזיק! ווי שיין איז צו ענדיגן דעם סידי מיט א קאכעדיגע אמונה ניגון.

וואס מיינט ״איך בעט און איך בעט מיך אין איין צו״?

אזוינע ליכטיגע גראמען. פול מיט האפענונג. די סידי ענדיגט זיך מיט די הויפט מעסעדזש: ווארטן און האפן, און טאקע נאר אזוי וועט קומען די ישועה.


20. שלוס

ווען איינער הויבט אן הערן די אלבום פון די לעצטע טרעק וועט זיך אים דוכטן אז דאס איז א קינדער אלבום פאר טאטעס. אבער ניין מאמע ניין. דאס איז גארנישט וואס דו מיינסט. דאס איז אן אפענע הארץ אפאראציע. און טאקע דורכאויס דעם סידי וועלן מיר גלוסטן צו די צייט ווען מיר זענען געווען קינדער ווען די אמונה איז נאך ציכטיג און קלאר.

די תנועה לית אתר פנוי מיניה איז הערליך שיין! פון ווי קומט עס?

זייער זיסע גראמען ביים פזמון חזקו ואמצו.


עפילאג:

גאונות אין פשטות!
[email protected]

אמאל האט מען גענוצט ניגונים מעורר צו זיין די געפילן בשעת עבודת הבורא, מען האט נישט געניצט דעם בורא פאר עבודת הגעפילן - פרידן
טעמפל שירה
שר האלף
תגובות: 1817
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 03, 2022 6:44 pm

Re: לענגערע אנאליזן אויף נייע אלבום'ס.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טעמפל שירה »

כינור האט געשריבן:
זייער שיין ייש'כ, הנאה געהאט פונעם עפילאג "גאונות און פשטות" דעטס וואט איט איז
נון בוי נון בוי נון בוי נון בוי דיין טעמפל שירה
🎙🎤🎼🎶 🎷🎸🎹🎻🎺
אוועטאר
די רב פון ליאן
שר האלף
תגובות: 1762
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 07, 2022 12:04 pm

Re: לענגערע אנאליזן אויף נייע אלבום'ס.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך די רב פון ליאן »

כינור האט געשריבן:
בס״ד


מיטן אויבערשטן - יקיר ברוין


גאונות אין פשטות!
און איך האב געמיינט אז הגדה קוקיס נאך פסח האט ניט קיין טעם…
הערליך שיין!
ביטע זיי ממשיך מיט נאך, גאר אסאך אידן ווארטן.
אוועטאר
ממוצע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5451
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 20, 2020 11:07 pm

Re: לענגערע אנאליזן אויף נייע אלבום'ס.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממוצע »

אינמיטן ליינען האב איך שוין געפלאנט צו שרייבן אין מיין קאמפלימענט צו דיר, אז ס'איז געשריבן אזוי פשוט ווי דער אלבום זעלבסט... אבער כ'מיין טאקע אז דיין אויספיר גאונות אין פשטות זאגט שוין אלעס.
אוועטאר
Potus
שר האלפיים
תגובות: 2873
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 11, 2017 11:21 pm

Re: לענגערע אנאליזן אויף נייע אלבום'ס.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Potus »

כינור א גרויסן יישר כח כאטש מזעט ווי דו ארבעטסט אריין פאר פיינע פראיעקטן פאר כלל ישראל מיט גרויסע אראנדזשירער פון אויסלאנד געבסטו אוועק צייט פאר דא


יישר כח נאכאמאל
אז כקען העלפן פארוואס נישט...
אוועטאר
כינור
שר חמש מאות
תגובות: 766
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש יולי 13, 2019 10:46 pm

Re: לענגערע אנאליזן אויף נייע אלבום'ס.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כינור »

Potus האט געשריבן:
כינור א גרויסן יישר כח כאטש מזעט ווי דו ארבעטסט אריין פאר פיינע פראיעקטן פאר כלל ישראל מיט גרויסע אראנדזשירער פון אויסלאנד געבסטו אוועק צייט פאר דא


יישר כח נאכאמאל
:wink:
[email protected]

אמאל האט מען גענוצט ניגונים מעורר צו זיין די געפילן בשעת עבודת הבורא, מען האט נישט געניצט דעם בורא פאר עבודת הגעפילן - פרידן
אוועטאר
מתמודד
שר האלף
תגובות: 1655
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 14, 2020 5:15 pm
לאקאציע: בין כל הרעשים

Re: לענגערע אנאליזן אויף נייע אלבום'ס.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מתמודד »

שלום ליבער @כינור.............

הנאה געהאט פון דיין אנאליז, דארפסט נאך אויסקלארן פארן עולם איבער די רמזים וואס די האסט געווארפן פארן ציבור אין דיין תשפ"ב אנאליז.
אמאל בין איך געווען א מתמיד, היינט בין איך א מתמודד, איך האף איין טאג בעז"ה צו ווערן א מתבודד.

כי הטבע היא מלשון טובע, והכל בשביל המטבע.
אוועטאר
פה מפיק
שר חמישים ומאתים
תגובות: 470
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 01, 2022 9:15 am

Re: לענגערע אנאליזן אויף נייע אלבום'ס.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פה מפיק »

מתמודד האט געשריבן:
שלום ליבער @כינור.............

הנאה געהאט פון דיין אנאליז, דארפסט נאך אויסקלארן פארן עולם איבער די רמזים וואס די האסט געווארפן פארן ציבור אין דיין תשפ"ב אנאליז.
נישט סתם,
משלאפמיר נאך אלץ נישט רואיג, זייט די באמבע וואס די האסט געלאזט דארט פאלן.
אוועטאר
Masmid
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4852
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 12, 2019 1:53 pm
לאקאציע: בית המדרש

Re: לענגערע אנאליזן אויף נייע אלבום'ס.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Masmid »

מייסטערהאפטיג עז כינור איז אלוועיס!
קורץ אבער שארף צום פוינט!
מיר ווילן הערן אויף די איבריגע אלבומ'ס אויכעט... שבתון, תתחדש, א.א.וו...

וכיהודא ועוד לקרא בין איך זיך מצטרף צו מתמודד אז זאלסט אונז ביטע נישט האלטן נייגעריג פאר צו לאנג...
המאור שבה יחזירנו למוטב!
אוועטאר
שטייעף פאבלאפסקי
שר חמישים
תגובות: 79
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 09, 2022 2:46 pm

Re: לענגערע אנאליזן אויף נייע אלבום'ס.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטייעף פאבלאפסקי »

תודה פאר כינור, איך באלעק מיר מיט דיינע אנעליזן ווי מיט דאס זיסטע וואס פארהאן. דיינע אנעלזין זענען געהעריגע מוזיק טערי (music theory) אויף די אידישע שפראך...
קענעך קוים ווארטן אויף א אנעליז איבערן שבתון אלבום, איך האלט אז ער'ט עס געבן א גוטע רעיטינג...
אוועטאר
טישטוך
שר האלפיים
תגובות: 2608
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 28, 2017 4:13 am
לאקאציע: בין יום השביעי לששת ימי המעשה

Re: לענגערע אנאליזן אויף נייע אלבום'ס.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טישטוך »

שטייעף פאבלאפסקי האט געשריבן:
תודה פאר כינור, איך באלעק מיר מיט דיינע אנעליזן ווי מיט דאס זיסטע וואס פארהאן. דיינע אנעלזין זענען געהעריגע מוזיק טערי (music theory) אויף די אידישע שפראך...
קענעך קוים ווארטן אויף א אנעליז איבערן שבתון אלבום, איך האלט אז ער'ט עס געבן א גוטע רעיטינג...
מ׳שרייבט נישט מוזיק טערי, נאר מוזיק טעאריע. מכל מלמדי השכלתי וכו׳...

איך גיי פאר דיין נאמען הרב שטייעף...
אוועטאר
כינור
שר חמש מאות
תגובות: 766
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש יולי 13, 2019 10:46 pm

Re: לענגערע אנאליזן אויף נייע אלבום'ס.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כינור »

יישר כוח אלע באדאנקער!
[email protected]

אמאל האט מען גענוצט ניגונים מעורר צו זיין די געפילן בשעת עבודת הבורא, מען האט נישט געניצט דעם בורא פאר עבודת הגעפילן - פרידן
אוועטאר
כינור
שר חמש מאות
תגובות: 766
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש יולי 13, 2019 10:46 pm

Re: לענגערע אנאליזן אויף נייע אלבום'ס.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כינור »

בס״ד
תתחדש - ר׳ הערשל ראזענבערג
ער איז גאר א פיינער דראממער! ר׳ הערשל׳ס מוזשינקל. איך שעפ נחת באטראכטענדיג זיין באחנ׳טע פויקעריי. ער איז אפשר נישט זיין יונגסטע קינד, אבער אין מוזיק איז ער לכאורה זיין יורש. דאס עפל שיינט שוין א תקופה, אבער דער בוים איז נאך געווען פארשטעקט. הגיע הזמן, דער ראש המשפחה קומט אריין אינעם בילד. לאמיר טאפן דאס התתחדשות.


1. תתחדש

וואו זעמיר? אין א ווערהאוז? א פיינעם אינטרא. שמעקט רובי בנט. א געשמאקע אטמאספערע שוין גראד ביים אריינפיר. כל הכבוד. א גוטן מיקס.

די ביעט באגלייט מיט די ברעסס אין ערשטן פאל איז געוואלדיג.

די synth שרייט ווידער רובי בנט.

די ניגון איז וואויל! ס׳קראצט טאקע נישט די וואלקענעס אבער ס׳איז געשמאק פארן עיר דראם.

די מאדולעישען איז אייזן.

די ווערטער איז זיס… פיינע ארבעט הערשי. וואס מיינט ׳גבייט׳ שוין? געטוישט, מלשון לאמיר מאכן א בייט?

די קווייער איז גוט!


2. זכור

שוין, לאופער מיט זיין סעקסעפאון. נישט די נייעסטע אינטרא.

די ערשטע פאל איז זייער ווארעם. געלונגען. די צווייטע פאל איז אינטערסאנט געבויט אבער שניידט אריין. א הערליכע איידעלע מעלאדיע!

מ׳קען שוין די סטרינגס און פרענטשהארנס ליינס אויסעווייניג. קלאסיש לאופער.

ר׳ אייזיק ענדיגט מיט א קאפ שטימע? איז עס די ערשטע מאל?

דער בחור קען קאמפאזירן! שיינע שיינע ענינים.


3. אמת

שניצלער? געשמאק.

אן אינטערסאנטע ערשטע פאל, זייער זייער גוט. די מיטעלע פאל - ברידזש רעדט ווערטער. די מוזיק באגלייט פיין.

איז די מיטעלע א הויכע פאל? ס׳גייט ארויף גאר הויעך. ניין. אקעי. ס׳איז דא א דריטע פאל. ס׳הייבט זיך אן נידריגער.

ביי 3:08 הויבט גרשי אורי אן באווייזן זיינע וואונדער. ער זינגט פיין...

די מוזיק איז זייער צוגעפאסט. איך גלייך די אויספיר מיטן קווייער.

א שיינעם ניגון! איך קען עס זעהן גיין אויף חתונות.


4. הנעלבים

אה, דא זעה איך א כח הלחנה. א שיינע טיפע מעלאדיע! די ניגון איז עפעס מער.

ליפא׳ס ווערטער לייגט צו נייע דימענסיעס. האמיר פריערט געהאט א רשב״א פון שמילא, יעצט הערט מען א מאירי פון ליפא׳נען. ער זינגט דאך אזוי גוט.

די אינטערלוד... שווייגעניש גראדע נישט… עי פלאס.

א הערליכע געמיש פון אינסטרומענטן אין אינטרא. די עלעקטראנישע מוזיק איז בעטעמט און גוט אהערגעשטעלט. עס געבט די ריכטיגע אטמאספערע. גאר גוטע קאורדס.

די קווייער מאכט פיינע שטיקלעך.

זייער ליב געהאט די טרעק! פיין פראדוצירט.



5. איך גלייב

ווער זינגט דא דער גיטאריסט משה שווארץ? ניין. לכאורה דער בעל מחבר.

ערלעדיגט. די ניגון הייבט זיך אן מיט די צווייטע פאל. איידל און בעטעמט. וואס איז די ״איך גלייב״ פאל דערנאך? קוקט אויס ווי א דריטע - אויספיר - פאל. זייער הארציג! עמאציאנאל. איך האב זייער ליב די פשוטע מאמע לשון תנועה. א געשמאקע פאל. ספעציעל די ׳אלעמאל העלפן׳. די פראדוצירער האבן געמאכט די ריכטיגע החלטה אז ר׳ הערשל אליין זאל זינגן דעם פאל.

אה יעצט קומט די הויכע פאל. אינטערסאנט געבויט.

כ׳האב הנאה אז מען קייט נישט קיין אלטע שטרוי. ס׳איז דא סידיס ווי מען וואונדערט זיך וואס דער מלחין וויל פארציילן. מאלעווען מיט גענוצטע פארב קען איך אויך. אבער דער קאמפאזירט מיט רגש. ער לאדנט אראפ זיינע געפילן. ס׳טראפט הארץ.

די אינטערלוד איז גאר גוט! אייזן. די ברידזש ביי 4:11 איז אני מאמין גאר… פשיהא.

wow .wow .wow… די ניגון, די מוזיק, די וואקאלן, נישט געקענט זיין בעסער!

אנשטאט גיין צום זעקסטן ניגון, מיש איך צוריק צום התחלה גיימיר איבערהערן דעם ניגון. זעלטן וואס מען טוט אזאנס. אבער היוצאים מן הלב נכנסים אל הלב.

מאטי קומט אריין קלאר.


6. שבת קודש

ער קומט אריין מיטן קלארינעט. אה די סטרינגס און בעיס שרייען ר׳ משה.

וואס?? צבי בלומענפעלד האט דאס געמאכט? א טאטאלע איבערראשונג. ר׳ משה האט אים געלערנט זיינע רעצעפטן? דער טוט א פענאמענעל דזשאב. איך מיין כ׳האב נאך קיינער נישט געהערט איינער זאל אים אזוי אקוראט נאכמאכן.

א שיינעם ערשטן פאל. די ערשטע פאל איז אזאנס וואס יעדע אידל איז ביכולת זיך צו ברומן אהיימקומענדיג פון שוהל. נישט קיין גרויסע חידושים אבער א אמת׳דיגן שבת׳דיגע טעם. אה, דובי מייזעלס זינגט דא. דערמאנט פון חזקי ווייס׳ס שבת ניגון וואס ר׳ דובי לייגט הערליך אראפ. די הויעכע פאל האט ממש אלטע תנועות.

די קינדער קווייער איז הערליך שיין.

אוי וויי… ביי 2:34 האט א יונגל אריינשפאצירט אין סטודיא און זיך גענומען מיט זינגען מיט די קווייער.

די הארפ, אנדערשט ווי די אנדערע אינסטרומענטן, הערט מען צו קלאר אז ס׳איז א Vst - ווירטואלע אינסטרומענט.


7. גמור

קאללער? שפיר איך מיר ווי אין א קאפע הויז ווי די ברעסס און איידעלע דזשאז פיאנא הייבן די געמיטער און צינדען דעם אפעטיט. אין דעי דזשאנרע איז קאללער קעניג.

די סטרינגס איז נישט אביסל צו הויעך אין די מיקס? גאר א פיינעם אריינפיר. גלייך איך זייער די דיקע שיכטן ברעסס.

די ווערטער רעדן נישט צו מיר… איך פיל נישט קיין משמעות. ענדיג די מצוה, וואס זינגסטו? אבער ס׳איז מוזיקאלישע קענדי. לייג ארויף וועלכע ווערטער די וויסט. די מעשה מיט די דריי בערעלעך וועלן פונקט אזוי ארבעטן.

די תנועה איז גאר א פרישע. ס׳איז נישט דא קיין בארינג מינוט אינעם סידי!

איך כאפ נישט די הויכע פאל. די ווערטער זענען גוט פארן ערשטן פאל. וואס שרייט ער המתחיל במצוה?… לייג כאטש אידישע ווערטער פוילעץ נישט ארום וכו׳. אה שפעטער זינגט ער אידיש. די תנועה איז א פיינע. שטארק מוזיקאליש.

לוי ציט טענער!

די קווייער איז א מחיה.


8. מי האיש

וואס האט די אינטרא מיט די ניגון?

די ערשטע פאל איז ליטוויש. איך הער שלמה יהודה רעכניץ צו ברוך לעווין זאל אהערשטעלן דעם פאל.

די מיטעלע פאל איז שיין! די הויכע פאל איז נישט מורא׳דיג אבער קאמפלעמענטירט שיין דאס געביידע.

הערשי זינגט גאר פיין. (שיינע ארבעט ביי 3:40) די ווערטער זענען זייער זייער גוט!

זייער באחיינט די קינדער אינטערלוד… (נישט די לא לא שטיקל. די שטיקל מיט די ווערטער)

די מוזיק ברענגט זייער גוט ארויס דעם לידל.

ביי 1:20 קליפט די אודיא. סוף ניגון איז הערשי׳ס קול שטילער אין די מיקס.


9. הרחמן

הוהא. ניטאמאל קיין אינטרא. ער שיסט מיר גראד אין די ניגון אריין. בלויז צוויי אינסטרומענטן, א אקוסטיק און עלעקטריק גיטאר. געשמאק! די ערשטע פאל איז פיין. עפעס איז די קווייער נישט צו געשמאק. די מיטעלע פאל איז ווידער כדבעי.

א שאד. די ערשטע צוויי פעלער האבן געהאט אסאך פאטענשעל צו פארוואנדלט ווערן אין א היט, אבער די הויעכע פאל איז נישט עפעס ווער ווייסט וואס. ס׳איז שיין, אבער נישט אזוי ניי. אבער, איך מיין נאכאלץ אז ס׳וועט גיין אויף שמחות. ווייל די ענדע פון די הויעכע פאל איז זייער גוט. די ׳שבת ומנוחה לחיי העולמים׳.

פיינע איידעלע מוזיק. דזשאב וועל דאן. די לעצטע פאר סעקונדעס פונעם טרעק הערט מען א טראק אוועקפארן.


10. והשיב

א שיינעם אינטרא! (איך הער דא אפאר midi אינסטרומענטן.)

די ערשטע פאל איז ווארעם ביז גאר. ס׳פארט ווי די ניגון אמת. ארויף און אראפ. זייער א גוטע פאל. די צווייטע פאל קען איך פון ערגעץ. ס׳איז מעגליך ווען איך הער דעי ניגון בעפאר די אנדערע, וואלט עס מער גערעדט צו מיר.

אקעי. נישט קיין באמבע ניגון. ספעציעל פאר די לעצטע ניגון אין אלבום וואו מען ערווארט א מאונט ערווערעסט. אבער די ניגון איז א ווארימע מיט אסאך הארץ. ספעציעל די ערשטע פאל.

איך האב הנאה פון די הארמאניקע… הערליכע שיינע ארבעט געמאכט. שיינע ברעסס און סטרינג ליינס. די בעיס ביי 2:57 איז זייער אין פלאץ. און די ענדע איז אויך פול און רייך ווי עס פאסט פאר א לעצטע טרעק.

ער זינגט גוט דער ראזענבערג. ס׳בלענד פיין מיט ר׳ בערי׳ן.


……….
עפילאג

ר׳ הערשל איז גאר אן איידעלע איד. איך קען אים נישט, אבער אזוי הערט מען פון זיינע ניגונים.

איך בין באמת אימפרעסד! די תנועה ׳איך גלייב׳ איז גין גאלד. פון דעם תנועה האב איך אלעס געזען. דארט האט ער מיר אפגעקויפט. א סעמפל פון א קאמפאזיטער וואס זיין מח האט אן אפענע דיאלאג מיט זיין הארץ. הנעלבים, מי האיש, אזאנע סאלידע מעלאדיעס. נישטא וואס צו רעדן די חברה האבן דעליווערט א הערליכן אלבום. די מוזיק איז ווידער ווי ס׳ברויכט צו זיין. די מוזיק פון רובי, פון זאלצמאן, די אינטערלוד פון קליין און בערי, די אינטרא׳ס פון די שניצלער׳ס, געוואלדיג שבגעוואלדיג. און די קווייער קומען עפעס אריין אויסטערליש פיין.

יעדע ניגון איז מער ווי בלויז אפגעזינגען א פסוק, ס׳קומט באצירט מיט שיינע שורות געשריבן דורך ביידע הערשי׳ס און ליפא.

די פראדוקציע איז גאר געלונגען און מיר טוהן זיך אויס דאס היטל פאר ר׳ משה קרויס זז״ג. זייער אן אנגענעמע עקספעריענס געווען.

מ׳קעמיר קוין ווארטן אויף די נעקסטע. אבער ביטע מאכט׳ס די רייט טשויסעס…ווייל א צווייטע אלבום איז זייער זייער שווער ס׳זאל געלונגען. ס׳האט שוין נישט די התחדשות פאקטאר. איך ווינטש ענק הצלחה. (עטס קענטס מיר קאנטעקטן פאר איר פיינעלייזד די סאנג ליסטע פארן צווייטן אלבום פאר א ארימע דרויסענדיגע אפיניען)

די גראפיקס איז הוד שבהוד. די פאנט איז הערליך!

(איך ווייס נישט גענוי די באדייט פונעם בילד אינעם ערשטן טרעק ווי א אידל בעט מיט אויפגעהויבענע הענט… די ווערטער זענען נישט קל נא רפא נא לה…)

לכאורה די געווינער פונעם אלבום ׳איך גלייב׳ האט די קלענסטע פלאץ אין בוקלעט. ס׳קען זיך דאכטן אז דאס איז אזא פילער ניגון.

חזק ואמץ!
[email protected]

אמאל האט מען גענוצט ניגונים מעורר צו זיין די געפילן בשעת עבודת הבורא, מען האט נישט געניצט דעם בורא פאר עבודת הגעפילן - פרידן
אוועטאר
מקווה איד
שר שבעת אלפים
תגובות: 7620
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 16, 2017 4:53 pm

Re: לענגערע אנאליזן אויף נייע אלבום'ס.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מקווה איד »

כינור האט געשריבן:
מיר טוהן זיך אויס דאס היטל פאר ר׳ משה קרויס זז״ג. זייער אן אנגענעמע עקספעריענס געווען.
חזק ואמץ!
אויכט פאר די כינור טוה איך זיך עס אויס, די ביסט געוואלדיג!!!
#איך-פארק-מענטשליך
אוועטאר
unit 13
שר שלשת אלפים
תגובות: 3223
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 02, 2021 12:43 am
לאקאציע: Command Center

Re: לענגערע אנאליזן אויף נייע אלבום'ס.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך unit 13 »

בד''וו הערשל ראזענבערג איז די טאטע פון אלי ראזענבערג די דראמער פון יושיע קאלער בענד
UNIT 13 ALWAYS TO THE RESCUE
שרייב תגובה

צוריק צו “היכל הנגינה”