לענגערע אנאליזן אויף נייע אלבום'ס.

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

בא שבת בא מנוחה
שר האלף
תגובות: 1124
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 20, 2016 7:18 pm

Re: לענגערע אנאליזן אויף נייע אלבום'ס.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בא שבת בא מנוחה »

נמ׳ש ערענדשמענט אויף זוכרי זמירות איז זייער קריעטיוו.. זייער זייער ליב
אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 18800
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
פארבינד זיך:

Re: לענגערע אנאליזן אויף נייע אלבום'ס.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינס »

נמש״ל!!!
נעקסט לעוול אנאליז! ווען זאנוויל האט שכל נעמט ער דאס פאר א אדווערטייזמענט!

יעדע ניגון קומסטו אריין מיט א פרישקייט לעבעדיגקייט.... הערנדיג דעם סידי יעצט נאכן ליינען די אנאליז באקומט דאס א נייע טעם, עפעס מער, איי מיען הימליש... מן השמים...
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם!
אוועטאר
eller
שר עשרת אלפים
תגובות: 10695
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מארטש 25, 2016 11:41 am
לאקאציע: דאנקט השי"ת

Re: לענגערע אנאליזן אויף נייע אלבום'ס.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך eller »

נמ"ש (נד"ש יד"נ) יאו קומסטו אריין קלאר...
דיין שפראך, איז רייך, ווי קיינעם גלייך, אזוי צום זאך, מיט טאלאנטן אסאך, זאג כ'לשבח....
א טרוים פון א פאוים צו יעדע דעיט
שיין מיט גרעפיקס אויס ס'זעהט
קאלירט געפרינט און געלעמענהעיט ?
[email protected] מען בעיט
און אי"ה עס געשעהט.
-
לאמיר זאגן תפילת תודה - זעהט די חשיבות פון דאנקן השי"ת און קומט אריין דאנקן די גוטער באשעפער
אוועטאר
כינור
שר חמש מאות
תגובות: 768
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש יולי 13, 2019 10:46 pm

Re: לענגערע אנאליזן אויף נייע אלבום'ס.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כינור »

שוין, היינט זיך צוריקגעקערט פון וואקאציע
גיימיר זעהן וואס דער נמש׳ל האט דא אפגעקאכט
[email protected]

אמאל האט מען גענוצט ניגונים מעורר צו זיין די געפילן בשעת עבודת הבורא, מען האט נישט געניצט דעם בורא פאר עבודת הגעפילן - פרידן
אוועטאר
להחיות
שר שלשת אלפים
תגובות: 3559
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יאנואר 01, 2021 12:40 pm
לאקאציע: ביי די גמרא

Re: לענגערע אנאליזן אויף נייע אלבום'ס.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך להחיות »

גאר גאר גוט
ווייל מיר גלייבן אז ס'איז אלעס חסדים, ווייל מאתו לא תצא הרעות ,אבער מיר טוען צו דעם נישט טויגן ,מיר ווילן זעהן מיט די אייגענע אויגן ,דיינע חסדים וואס זענען אזוי גרויס
להחיות איז ראשי תיבות: הראנו ד' חסדך וישעך תתן לנו (קרעדיט: לכאורה)
אוועטאר
א שרייבערל
שר חמש מאות
תגובות: 994
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 20, 2020 9:43 pm
לאקאציע: נישט ממש דארט, אביסל אהינציר

Re: לענגערע אנאליזן אויף נייע אלבום'ס.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א שרייבערל »

כינור האט געשריבן:שוין, היינט זיך צוריקגעקערט פון וואקאציע
גיימיר זעהן וואס דער נמש׳ל האט דא אפגעקאכט

קוק נישט רעכטס און נישט לינקס, לייג שוין ארויס דיין אנאליז אויפן אלבום פאר ס'ווערט 'צוגעברענט'
כדי צו קענען מאכן געלט מוזן קריעטיוו מענטשן זיין קריעטיוו וויאזוי נישט צו זיין קריעטיוו. (קרעדיט: גרויזאמער)
אוועטאר
כינור
שר חמש מאות
תגובות: 768
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש יולי 13, 2019 10:46 pm

Re: לענגערע אנאליזן אויף נייע אלבום'ס.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כינור »

א שרייבערל האט געשריבן:
כינור האט געשריבן:שוין, היינט זיך צוריקגעקערט פון וואקאציע
גיימיר זעהן וואס דער נמש׳ל האט דא אפגעקאכט

קוק נישט רעכטס און נישט לינקס, לייג שוין ארויס דיין אנאליז אויפן אלבום פאר ס'ווערט 'צוגעברענט'


נאכנישט אנגעהויבן שרייבן…
ארויף מיט די ארבעל, בעסער שפעט ווי קיינמאל
כאטש נאך אזאנע אנאליזן איז די פאפיר מינימאל
[email protected]

אמאל האט מען גענוצט ניגונים מעורר צו זיין די געפילן בשעת עבודת הבורא, מען האט נישט געניצט דעם בורא פאר עבודת הגעפילן - פרידן
אוועטאר
ענדע צדיק!
שר שמונת אלפים
תגובות: 8100
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm
פארבינד זיך:

Re: לענגערע אנאליזן אויף נייע אלבום'ס.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ענדע צדיק! »

האלטסט איך האב אנלימיטעד ריפרעש׳ס?
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא: (שבת קד.)
בלאג - מיינע ארכיוון
אוועטאר
כינור
שר חמש מאות
תגובות: 768
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש יולי 13, 2019 10:46 pm

Re: לענגערע אנאליזן אויף נייע אלבום'ס.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כינור »

ענדע צדיק! האט געשריבן:כינור לאזט דא שרייבן?

דא איז מיין רויע אנאליז נאכן הערן די ערשטע פאר מאל די סידי פון זנוויל ״מן השמים״



הערליכע אנאליז ענדע! יעצט געענדיגט ליינען. דו בלייבסט מיט אונז אויף ווייטער אי״ה.
[email protected]

אמאל האט מען גענוצט ניגונים מעורר צו זיין די געפילן בשעת עבודת הבורא, מען האט נישט געניצט דעם בורא פאר עבודת הגעפילן - פרידן
אוועטאר
כינור
שר חמש מאות
תגובות: 768
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש יולי 13, 2019 10:46 pm

Re: לענגערע אנאליזן אויף נייע אלבום'ס.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כינור »

נאר מיט שמחה האט געשריבן:[align=center]זאנוויל וויינבערגער - מן השמים
[/align]




וואוווו.... יעצט געענדיגט ליינען. ווי ביסטו געווען ביז יעצט? ביסט א לייסענסד מבין! דיין שפראך איז צוקער. זייער הנאה געהאט.
[email protected]

אמאל האט מען גענוצט ניגונים מעורר צו זיין די געפילן בשעת עבודת הבורא, מען האט נישט געניצט דעם בורא פאר עבודת הגעפילן - פרידן
אוועטאר
זעקסער
שר מאה
תגובות: 156
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 07, 2017 1:15 am

Re: לענגערע אנאליזן אויף נייע אלבום'ס.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זעקסער »

דער לעצטער ניגון איז הערליך שיין און געשמאק, און ווען פינקי'ען קומט אריין ווערט עס נאר מער קאלירפאל
אוועטאר
כינור
שר חמש מאות
תגובות: 768
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש יולי 13, 2019 10:46 pm

Re: לענגערע אנאליזן אויף נייע אלבום'ס.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כינור »

נאך אזעלכע הערליכע אנאליזן איז נישטא מער וואס מאריך צו זיין.
כיהודה ועוד לקרא. מיינע צווי צענט.

זאנוויל - מן השמים


קיין עין הרע, לא אלמן ישראל. דער אלבום האט זיך נישט וואס צו שעמען נישט פון די נעכטן און כ״ש נישט פון היינט. זאנוויל און זיין טיעם האבן איבערראשט כלל ישראל מיט קוואליטי וואס מ׳האט שוין לאנג נישט געזען. וויפיל מ׳וועט שרייבן וועט נישט גענוג זיין. כ׳האב געהערט די אלבום אויף די וועגן און שטעגן ארויף און אראפ פון די קאנטרי אין די קאר במשך די לעצטע וואך, און כ׳מוז זאגן אז כ׳האב עס שוין געהערט א שיינע פאר מאל און כ׳קען עס נישט אויפהערן אויסהערן ס׳איז סאמטינג ספעשיל און ביוטיפול. וואו מען הייבט נאר אן קוקן סיי פון די ניגונים קאמפאזיציעס, די תוכן – די ווערטער פון זיי, די מוזיק, די אויסוואל, און אפגערעדט די זינגען אלעס קומט זיך צוזאם אין א הערליכן פאזל. כ׳ווייס נישט ווי אזוי ער האט באוויזן צו שאפן ניגונים פון די קאמפאזיטארס וואס זיי אליין האבן שוין לאנג נישט דעליווערט. די שלימות דערפון דערמאנט מיר די אייזיק האניג אלבומ׳ס. קען זיין ווייל ער איז אויך ארויסגעקומען זוממער... כ׳געדענק נישט. ס׳האט מיר דעפענענטלי דערמאנט די געשמאקע געפיל פון אויסהערן א קוואליטי אלבום פול מיט תוכן.


..........


הללוהו
לחן: הערשי ראטטענבערג

אזוי בעטעמט!

הערשל ראטענבערג איז א ברכה. ער האט זיך זיין ספעציפישע שניט אין קאמפאזיציע, לייכט און בעטעמט, אויפצועסן. ער שלעפט אונז אריין אין זיין רואיגקייט.

וכל ׳שופטי׳ ארץ מיט א צירי. פארוואס ווייסעכניש.
הללו את הד׳ ׳מן השמים׳, קען זיין די סידי טראגט די נאמען נאך די טרעק.
וואס איז די קרעכץ ביי הללוהו ׳במרומים׳?

כ׳קען מיר נישט דערמאנען פון ווי כ׳קען די סטרינגס אין די אינטרא. די פיאנא אין די אינטערלוד איז געוואלדיג. א געשמאקע לייכטע און אפענע אררעינדזשמענט.


ברכנו
לחן: יוסף משה כהנה

אין 2021? די ניגון און מוזיק דערמאנט פון די סידיס פון פאר 40 יאר צוריק... נישט צו חידוש׳דיג אבער געוואלדיג שיין געבויט. א געשמאק אויסצוהערן.


ותחזינה
לחן: פינקי וועבער

די ערשטע פאל איז אינטערסאנט געבויט. ביים צווייטן מאל גייט ער נישט איבער די פאל אינגאנצען. קוקט אויס ווי ער וויל נישט פארלירן די צוהערער.

פינקי, לאופער, וואס קען זיין ווארעמער? א הערליכע פארצייטישע מעלאדיע. דערמאנט פון די אלטע פינקי סחורה. די דעליווערי פון זאנוויל איז געוואלדיג. די קאפ שטים ביי ברחמים איז אוט אוו דיס ווארלד.

די געזינגעכץ נאך די הויעכע פאל איז דאך אזוי מין שיין און ווארעם. די אופן ווי זאנוויל קוועטשט דעם ״אוי״ ברחמים איז געוואלדיג.


זוכרי זמירות
לחן: פינקי וועבער

א שטיק חידוש דער ניגון. ניי פון אלע אספעקטן. לעבעדיג און ענערגעטיש. די וועג ווי די ווערטער איז געזעצט מאכט עס שפרינגעדיג און געשמאק. גאר א געלונגענע ניגון. פינקי האט שוין לאנג נישט דעליווערט אזא דיסקא.

ער קומט אריין מיט אזא זיסע טראמפעט...זייער גוט געמיקסט. ביי די ניגון ר׳ טרפון אויף יונגערליך האט ער אויך אנגעהויבן מיט א סאלא אינסטרומענט. גאר א געשמאקע עלעקטראנישע אררעינדזשמענט. די אינטרא לויפט אויך אין א פעטערן מיט׳ן ניגון. זייער אין פלאץ.


אנא הד׳
לחן: יוסי גרין

די ערשטע פאל איז מיר זייער געפאלן. איין תנועה קאמפלימענטירט די צווייטע און ס׳שלענגעלט זיך גאר געשמאק. שוין, יוסי גרינ׳ס פינגער אפדרוקן.
די הויעכע פאל איז שוין נישט אזוי ניי אבער גאר שיין. כ׳פארשטיי טאקע נישט פונקטליך ווי די חזנות אינמיטען קומט אריין, אבער די צוויי פעלער באקומט א פנים פון א יצירה דורכדעם.

וואס זאנוויל טוט צום סוף מיט די למוסרי האב איך נאכנישט געזען איינער זאל מאכן. טאלאנט!

די מוזיק איז עפעס אויסנאם שיין. דער גלילי איז א גאון. א פילהארמאנישע ארעינדזשמענט מיט דאבל בעיס און די גאנצע מעשה. די קווייער בלענדט זייער גוט אריין.


כלל ישראל
לחן: שמעון יואל וועבער

א שיינע און געלונגענע ניגון. אויב דאס איז די אריגיניעלע ווערסיע פונעם קאמפאזיציע דאן טוה איך אויס דעם היטל פאר שמעון יואל און ס׳קומט אים דעם סטעמפל אז ער טויגט צו די חכמה ואינו מלאכה.

די ווערטער פון די ניגון איז חידוש׳דיג און געלונגען.

נא, וואזשע דען? אוודאי יואלי. ס׳טוט זיך. אלץ פליט. כ׳האב רחמנות אויף די מוזיקאנטען... ספעציעל אויף די פידעל שפילער פון 3:02 ביז 3:13. אן ענערגישע אררעינדזשמענט.


יתומים היינו
לחן: הערשי וויינבערגער

יתומים היינו ואין ואין ואין אב. כ׳בין ארעם פון ווערטער. איין שטיק מוזיקאלישקייט און עמאציע. די ניגון נעמט אויף א רייד און ס׳וויל זיך נישט אראפגיין.

די תנועות זענען הערליך. קודאס הערשי.

א שלימות פון א אידישע ניגון. די תוכן און ווערטער – גראמען (פאעזיע..) איז אזאנס וואס נאר ליפא האט געקענט דעליווערן. ״פון ליכט בין איך דער צינדער – מיר און אלע קינדער״, ״וואס באדייט א יתום - נישטא דער נכסים, פולען דיין פלאץ״.


ואזכה
לחן: משולם גרינבערגער

די ערשטע פאל איז נישט צו ניי אבער קאמפלעמענירט שטארק די הויכע פאל. איך וואלט טעאריע׳זירט אז משולם האט קאמפאזירט די ערשטע פאל נאך די הויכע פאל.

די הויעכע פאל איז א שלימות. פשוט אבער גוט געבויט. דאס צו קענען אהערשטעלן דארף מען זיין א געלונגענע קאמפאזיטאר.

די אינטרא, מוזיק און קאורדס אויף דעם ניגון איז עפעס אויסנאם. קודאס גורארי.


ישראל נושע
לחן: מאיר בערמאן

ביים ערשטן מאל הערן האביך נישט געזען די חידוש דערין. למעשה נאכן איבערהערן האב איך אנדעקט די הויעכע פאל. גאר שיין און הארציג. נישט צופיל חידוש, אבער גוט געבויט. אוועראלל זייער הנאה געהאט דערפון.

די ״גם היום יא טאטע נאך היינט״ וואס זאנוויל רעדט אריין אינדערמיט האט נישט אויסגעפעלט. די ״אוייי״ ביי 4:04 ווי ער הייבט אן נאכאמאל די הויכע פאל איז גאר געלונגען.

די מוזיק איז שיין און פשוט. די אינטערלוד איז געוואלדיג.


מי ימלל
לחן: פינקי וועבער און הערשי וויינבערגער

די סטערינג וויהל האט א באנטש קלאפעס געכאפט ביי דעם ניגון.

רובי בנט פון ליפא׳ס סידיס, ניין?

צבי בלומענפעלד! פאנק ריטעם, דזשאז קאורדס, א נייע דערהער. ברענגט פרישקייט און קאליר צום סידי. די ברעסס סעקשען איז שרעקעדיג גוט. די פערקאשען אינעם ברידזש לייגט צו א באנטש טעם.

ביי 1:33 האט ער אריינגעלייגט אביסל ברעעס פון די בטחו אינטרא.

די קאורד ביים סוף אויף מי ימלל! א פשוטע קאורד אבער די פלאצירונג דערפון איז א געוואלדיגע חידוש.

די ערשטע פאל און ברידזש איז חידוש. די הויכע פאל איז לאו דוקא צו ניי אבער א שטיק ענערגיע. וועט לכאורה ווערן א היט.


להתענג
לחן: הערשי וויינבערגער

זייער דיפרענט. נישט היינטיג און נישט אמאליג, נישט גאלדמאן און נישט הערשי וויינבערגער... כ׳שפיר עפעס אז כ׳האב נישט פון ווי עס אנצוכאפן. ס׳איז אבער הערליך! א גוטע אויסגעהאלטענע קאמפאזיציע מיט שיינע קאורד טשעינדזשעס. איך האב זייער ליב דעם ניגון.

דאכט זיך מיר אז דוד לייפער׳ס קול בייט זיך שוין. ס׳בלענדט נישט אזוי גוט מיט זאנוויל.

הממממ... להתענג על השם. הנאה געהאט.

די סטרינגס און וואודווינדס אינעם אינטרא איז עפעס הערליך! שוין לאנג נישט געהערט אזא געשמאקן שטיקל. (דא קען מען דערקענען וואס מיינט אן ארעעינדזשמענט. קודם הערט מען גאנץ א פשוטע סאלא פיאנא שטיקל דערנאך חזרט זיך איבער גענוי דעם זעלבן שטיקל מיט אררעינדזשמענטס און עס באקומט א גענצליך נייע צורה)


מן השמים
לחן: פינקי וועבער

זאנוויל איז נישט פון די אויפגייענדע שטערן וואס ווערן פליענדע שטערנס ביז א קורצע צייט. דא רעדט מען פון ריינע טאלאנט. ער פארמאגט קע״ה וואקאלישע מעגליכקייטן וואס ווייניג קענען זיך פארמעסטן דערמיט. א פידעלע. א געשולטער מייסטער אויף זיינע וואקאל קארדס און קעריעט א טאן נאטורליך און געשמאק. דאס קומט אממערסטענס צום אויברפלאך ביי דעם ניגון.

מן השמים... מן השמים... ס׳רינט פינקי. נאר ער וואלט אזוי געזעצט די ווערטער. אזוי בעטעמט! די פאל איז מוראדיג סמוד, א מחיה. קומט זיך אויך קרעדיט פאר לאופער דערפאר. הערליכע בעיס.

די וועג ווי אזוי זאנוויל זינגט ללבות אש מיט די הארמאני איז ווערט א מעדאל.

תווווווווווווורההההההההה... (עשרת) ער מאכט א ראונד טריפ צו די ספערן און צוריק אין איין אטעם. דער איז פון הימל געבענטשט. גאנצע צוויי אקטאוועס ווי גארנישט.

דאכט זיך מיר אז ס׳איז די ערשטע יצירה וואס ווערט נישט קיין אומפאא צום סוף... ער קומט אריין אנשטאט מיט א שטאלצן ריטעם. אפשר צו רעפרעזענטירן דעם מעמד הר סיני. געוואלדיג שיין.

משה לאופער קליידעט אן די ניגון עפעס אזוי מין פערפעקט און שיין אבער נאכאלץ אזוי פשוט אז מ׳קען אויפכאפן ווי אזוי ער מאכט דאס. מען קען אים אבער נאכאלץ נישט נאכמאכן... מיסטעריע.

די קווייער אנהייב איז גאנץ פארשטופט. מ׳הערט זיי קנאפ ווען זיי באגלייטן. זיי מאכן הערליכע שטיקלעך.

א שלימות פון א ניגון. פינקי האט שוין לאנג נישט דעליווערט אזאנס. גייט אריין אין די ליסטע פון פעיוועריטס.

............


די סדר הניגונים איז היפש אינטערסאנט און דיפרענט.
ער האט דא געטשעקט אלע באקסעס... שטייט, לעבעדיג, קומזיץ, וואלס, דיסקא, פרייליך, ראק, יצירה, אידיש, עכט, עלעקטראניש, פילהארמאניש, קינדער קווייער, יונגל סאלא, חזנות אא״וו. גאר אסאך ארבעט אריין דא. זאל דער באשעפער באצאלן אלע אינעם פראיעקט פאר די ערליכע הנאה זיי האבן געבראכט צום ציבור.
[email protected]

אמאל האט מען גענוצט ניגונים מעורר צו זיין די געפילן בשעת עבודת הבורא, מען האט נישט געניצט דעם בורא פאר עבודת הגעפילן - פרידן
אוועטאר
Masmid
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4854
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 12, 2019 1:53 pm
לאקאציע: בית המדרש

Re: לענגערע אנאליזן אויף נייע אלבום'ס.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Masmid »

נאדיר @כינור ;l;p- ;l;p- ;l;p-
אן אנאליז איינס אין די וועלט אזאנס וואס נאר דו קענסט..
ביסט מעכטיג ש'במעכטיג!
המאור שבה יחזירנו למוטב!
אוועטאר
מה בכך
שר חמש מאות
תגובות: 628
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 30, 2020 2:28 am

Re: לענגערע אנאליזן אויף נייע אלבום'ס.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מה בכך »

כינור, אנבעליבעוועל, כהאב געוויסט אז די אין די ענד העסטע אונז נישט אנטוישן...
טענקס, קיפ איט אפ
וְיָדְעָה הַקֶּסֶת אֶת נַפְשִׁי
יוֹתֵר מֵאֲשֶׁר יְדַעְתִּיהָ
לִיבִּי לִיבִּי עַל מִלּוֹתֶיהָ
מֵעַי עַל שְׁתִיקוֹתֶיהָ
בְּנֶחָמָתָהּ אֲנֻחַם...
קוק אויף דיך אליינס
ק.נ.א. דזשורנאליסט
תגובות: 14473
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 05, 2021 4:59 pm

Re: לענגערע אנאליזן אויף נייע אלבום'ס.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קוק אויף דיך אליינס »

@כינור א פרישע שטערן!

א הערליכע אנאליז, האסט מיך געמאכט נאכאמאל איבערהערן די אלבום צום 80'טע מאל!
אוועטאר
ממוצע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5451
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 20, 2020 11:07 pm

Re: לענגערע אנאליזן אויף נייע אלבום'ס.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממוצע »

הערליך! @כינור.

יישר כח!
אוועטאר
ענדע צדיק!
שר שמונת אלפים
תגובות: 8100
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm
פארבינד זיך:

Re: לענגערע אנאליזן אויף נייע אלבום'ס.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ענדע צדיק! »

כינור, געוואלדיג! יישר כח פארן שרייבן. די פיצעלע דיטעילס מאכט אסאך אויס...
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא: (שבת קד.)
בלאג - מיינע ארכיוון
בא שבת בא מנוחה
שר האלף
תגובות: 1124
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 20, 2016 7:18 pm

Re: לענגערע אנאליזן אויף נייע אלבום'ס.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בא שבת בא מנוחה »

גאר גוט טנקס עי מיל..
אוועטאר
שלג כצמר
שר האלף
תגובות: 1466
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 15, 2020 2:43 pm

Re: לענגערע אנאליזן אויף נייע אלבום'ס.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלג כצמר »

כינור! געוואלדיג!
יישר כח.

כינור האט געשריבן:די סדר הניגונים איז היפש אינטערסאנט און דיפרענט.
ער האט דא געטשעקט אלע באקסעס... שטייט, לעבעדיג, קומזיץ, וואלס, דיסקא, פרייליך, ראק, יצירה, אידיש, עכט, עלעקטראניש, פילהארמאניש, קינדער קווייער, יונגל סאלא, חזנות אא״וו. גאר אסאך ארבעט אריין דא. זאל דער באשעפער באצאלן אלע אינעם פראיעקט פאר די ערליכע הנאה זיי האבן געבראכט צום ציבור.

גראדע מיט דעי חלק בין איך אביסל מחולק מיט דיר,
ווייל ווי שטארק איך האב ליב די סידי, און ווי שיין די ניגונים, מוזיק, מיקס, קוואליטי, אא"וו זענען, האלט איך אבער אז ס'איז היפש אויף איין געוויסע סטייל.
עס פעלט אביסעלע "קאליר"... און איז - אויב מ'מעג אזוינס זאגן אויף אזא היי-קוואליטי אלבום - א טראפעלע באָרינג.

צום ביישפיל, ער האט נישט קיין איין מעידזשאר ניגון, קיין איין "דיפרענט" ניגון, כמעט אלעס לויפט אויפן זעלבן גאנג.
עטליכע ניגונים האבן זאגאר דעם זעלבן סדר, די ערשטע פאל פרעיגיש, אריין צו מיינאר די צווייטע פאל. (ותחזינה, זוכרי זמירות, ישראל נושע)
איך האלט אז נאך אפילו איין ניגון אביסל דיפערענט וואלט עס געמאכט מער קאלארפול.

באט עניוועי...
ס'בלייבט נאך אלס א (כמעט) שלימות פון אן אלבום וואס איז שוין לאנג נישט געווען.
פארשטייסט נישט די שניי-מאפעס? דא איז א מאפע אנגעצייכנט וואו די היימישע געגנטער קומען אויס
פארשטייסט נישט קיין ווארט אינעם וועטער אשכול? דא האסטו די בעיסיקס פון די וועטער באגריפן
אוועטאר
קנאפער ידען
שר החסד
תגובות: 30746
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו ג-ט ב"ה וויל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קנאפער ידען »

אן אלבום רעוויאו וואס איז נישט קיין רעוויאו (שנעלער אריבערגיי) נאר יורד ביזן פיציניסקער דעטאל מיט א אויער פאר דעטאל ווי נאר כינור קאן!

טענקס פארן אונז מהנה זיין.
"אייער צופרידנהייט, מיין הנאה." -מיך אליינס...

נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין פאר עפעס דא קען מען מיר צושיקן א לינק דערצו אין אימעיל [email protected]
engineer
שר העשר
תגובות: 16
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 04, 2021 1:53 pm

Re: לענגערע אנאליזן אויף נייע אלבום'ס.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך engineer »

שלג כצמר האט געשריבן:כינור! געוואלדיג!
יישר כח.

כינור האט געשריבן:די סדר הניגונים איז היפש אינטערסאנט און דיפרענט.
ער האט דא געטשעקט אלע באקסעס... שטייט, לעבעדיג, קומזיץ, וואלס, דיסקא, פרייליך, ראק, יצירה, אידיש, עכט, עלעקטראניש, פילהארמאניש, קינדער קווייער, יונגל סאלא, חזנות אא״וו. גאר אסאך ארבעט אריין דא. זאל דער באשעפער באצאלן אלע אינעם פראיעקט פאר די ערליכע הנאה זיי האבן געבראכט צום ציבור.

גראדע מיט דעי חלק בין איך אביסל מחולק מיט דיר,
ווייל ווי שטארק איך האב ליב די סידי, און ווי שיין די ניגונים, מוזיק, מיקס, קוואליטי, אא"וו זענען, האלט איך אבער אז ס'איז היפש אויף איין געוויסע סטייל.
עס פעלט אביסעלע "קאליר"... און איז - אויב מ'מעג אזוינס זאגן אויף אזא היי-קוואליטי אלבום - א טראפעלע באָרינג.

צום ביישפיל, ער האט נישט קיין איין מעידזשאר ניגון, קיין איין "דיפרענט" ניגון, כמעט אלעס לויפט אויפן זעלבן גאנג.
עטליכע ניגונים האבן זאגאר דעם זעלבן סדר, די ערשטע פאל פרעיגיש, אריין צו מיינאר די צווייטע פאל. (ותחזינה, זוכרי זמירות, ישראל נושע)
איך האלט אז נאך אפילו איין ניגון אביסל דיפערענט וואלט עס געמאכט מער קאלארפול.

באט עניוועי...
ס'בלייבט נאך אלס א (כמעט) שלימות פון אן אלבום וואס איז שוין לאנג נישט געווען.

איך האב אויך געפילט די זעלבע
איידל און באחיינט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 406
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 27, 2021 6:47 pm

Re: לענגערע אנאליזן אויף נייע אלבום'ס.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איידל און באחיינט »

כינור האט געשריבן:מן השמים
לחן: פינקי וועבער
דאכט זיך מיר אז ס׳איז די ערשטע יצירה וואס ווערט נישט קיין אומפאא צום סוף... ער קומט אריין אנשטאט מיט א שטאלצן ריטעם. אפשר צו רעפרעזענטירן דעם מעמד הר סיני. געוואלדיג שיין.

אויך אזוי געטראכט
אוועטאר
כינור
שר חמש מאות
תגובות: 768
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש יולי 13, 2019 10:46 pm

Re: לענגערע אנאליזן אויף נייע אלבום'ס.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כינור »

שלג כצמר האט געשריבן:כינור! געוואלדיג!
יישר כח.

כינור האט געשריבן:די סדר הניגונים איז היפש אינטערסאנט און דיפרענט.
ער האט דא געטשעקט אלע באקסעס... שטייט, לעבעדיג, קומזיץ, וואלס, דיסקא, פרייליך, ראק, יצירה, אידיש, עכט, עלעקטראניש, פילהארמאניש, קינדער קווייער, יונגל סאלא, חזנות אא״וו. גאר אסאך ארבעט אריין דא. זאל דער באשעפער באצאלן אלע אינעם פראיעקט פאר די ערליכע הנאה זיי האבן געבראכט צום ציבור.

גראדע מיט דעי חלק בין איך אביסל מחולק מיט דיר,
ווייל ווי שטארק איך האב ליב די סידי, און ווי שיין די ניגונים, מוזיק, מיקס, קוואליטי, אא"וו זענען, האלט איך אבער אז ס'איז היפש אויף איין געוויסע סטייל.
עס פעלט אביסעלע "קאליר"... און איז - אויב מ'מעג אזוינס זאגן אויף אזא היי-קוואליטי אלבום - א טראפעלע באָרינג.

צום ביישפיל, ער האט נישט קיין איין מעידזשאר ניגון, קיין איין "דיפרענט" ניגון, כמעט אלעס לויפט אויפן זעלבן גאנג.
עטליכע ניגונים האבן זאגאר דעם זעלבן סדר, די ערשטע פאל פרעיגיש, אריין צו מיינאר די צווייטע פאל. (ותחזינה, זוכרי זמירות, ישראל נושע)
איך האלט אז נאך אפילו איין ניגון אביסל דיפערענט וואלט עס געמאכט מער קאלארפול.

באט עניוועי...
ס'בלייבט נאך אלס א (כמעט) שלימות פון אן אלבום וואס איז שוין לאנג נישט געווען.


האסט א פוינט. דאכט זיך מיר אז אייזיק האניג׳ס בהר המוריה האט אויך נישט קיין איין מעידזשער ניגון. למעשה האט ער דא צוויי דיפרענט ניגונים וואס פארמערן קאליר; להתענג, און די ערשטע פאל פון מי ימלל. די מוזיק איז אויך זייער קאלירפול דא.

........

ש׳כוח אלע באדאנקערס!
[email protected]

אמאל האט מען גענוצט ניגונים מעורר צו זיין די געפילן בשעת עבודת הבורא, מען האט נישט געניצט דעם בורא פאר עבודת הגעפילן - פרידן
אוועטאר
נאר מיט שמחה
שר שמונת אלפים
תגובות: 8010
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 08, 2017 10:04 am

Re: לענגערע אנאליזן אויף נייע אלבום'ס.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נאר מיט שמחה »

כינור האט געשריבן:

א ריזיגן יישר כוח פאר דיין רייכע אנאליז אויף זאנוויל'ס. אזוי ווי אייביג!

א אנאליז פון @כינור איז ווערד אסאך! יעדענס מאל פון פריש, מיר ווארטן שטייצעך אויף נאך און נאך!!

(געזעהן אז אפי' כ'שרייב פארדעם קומסטו אריין מיט אלע דעטאלן קלאר און פריש...)
דער רבי האט געהייסן פריילאך זיין! פריילאך זיין! פריילאך זאל מען זיין!!!
אוועטאר
כינור
שר חמש מאות
תגובות: 768
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש יולי 13, 2019 10:46 pm

Re: לענגערע אנאליזן אויף נייע אלבום'ס.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כינור »

בס״ד


עתיק יומין - מגן אבות


איך האב פריארדערד דעם אלבום פון אר״י און ס׳איז למעשה קיינמאל אנקומען. האב איך געצאלט כפל און עס ווידעראמאל געקויפט אויפן געוועב ביי ניגון מוזיק פאר 14.99 (די נייע נארמע פאר א דאונלאוד ווערסיע) און דערפאר שרייב איך דאס יעצט. כ׳האף אז דאס איז נישט קיין שירעם נאך א רעגן, כאטש עס רעגנ׳ט יעצט פרישע אלבומ׳ס און מ׳דארף זיך האלטן אפ טו דעיט. ליינט און האט הנאה.

......


די הארץ און נשמה זינגען מיט. עתיק יומין - מגן אבות. די וועלט בארוהמטער רגש טאלאנט מוטי שטיינמעץ מיט א אלבום חדש מלא ישן. א אוצר פון נגינה. נוסטאלגישע היימישע אלטע ניגונים. ארומגענומען מיט אידישע געפוהלן. צום ערשטן מאל אין היסטאריע.

אט אזוי ליינט זיך דעם אנאנס פארן סידי. עפעס האט מיר דעם נוסח דערמאנט פון די אמאליגע אנאנסן וואס מען קען נאך ליינען אין די פארשטויבטע צייטונגען אין באבען׳ס בוידעם. עפעס א מין לוסטיגקייט פארקויפט עס.

ערשטע מאל אין היסטאריע? לאמיר זען.


1. א שבת׳דיגע ריקוד (מושר אצל האמרי חיים זצוק״ל)
לחן: אינו ידוע

הו הא, געשמאק! א פיינער ניגונ׳דל מיטן אלטן טעם צו זינגען נאכן טשולענט. א ריכטיגע רומענישן ניגון אינעם רומענישן סקעיל. עס שפירט ווי אויף דעם ניגון האט מען זיך געפרייט אין די שענק הייזער ערגעץ דארט תרכ״ג. (אז מ׳ווייסט נישט ווער די קאמפאזיטאר איז קען מען זיך ערלויבן אזוי צו זאגן איבערהויפט ווען עס איז נישט די ערשטע ניגון אין וויזניץ גענומען פון שווארצע פאסטוכער)

רובי קומט אריין מיט א שיינע איידעלע אררעינדזשמענט און אפאר אייזענע קאורדס און חידושים כדרכו. (ספעציעל די קאורד D מיינער 7 ביי 56:, אוי ווי נעמט מען די יונגע יארן. אויסנאם שיין. מוטי זינגט אויף א G, איז עס א D מיינער 7/11!

(ווער איז די דראמער? גאר גאר גוט)

ר׳ הערשל בריסק איז מקפיד אז ביי א דראמאטישע קאורד טשעינזש זאל די קווייער ערגענצן און צוגעבן צו די קאורדס.

די קינדער קווייער קומט אריין זייער באחיינט און בלענדט גוט מיט די אדולט וואקאלן.

מוטי זינגט לעבעדיג גאר גאר פיין אפי׳ טאקע זיין ספעציעליטעט איז אין שטאטע. פון 1:00 ביז 1:06 זינגט ער עפעס געפערליך הארציג אז מען לייגט צו קאפ צו די נואנסן אין זיין שטימע.

דענק איך נישט א סידי זאל זיך אנהייבן מיט א דיסקא. לדעתי איז עס אביסל צו א פאסיווע לידל אנצוהייבן דערמיט א סידי.

שוין, א גוטע התחלה. גיימיר צום קומענדיגן.


2. מים רבים
לחן: הרב צבי הירש מהורודוק זצ״ל

אוי ונה….רות ונה...רות..., עס רייסט שטיקער. ס׳איז דאך אזא שיינער ניגון. ס׳פארדינט די וועלט זאל עס קענען און אנערקענען.

ס׳איז נישט סתם א הארציגע קאמפאזיציע נאר זייער גוט געבויט אויכעט. ׳את האהבה׳ אין די ערשטע פאל און ׳בוז יבוזו לו׳ אינעם צווייטן פאל זענען די זעלבע. דאס מיינט אז מען האט נישט סתם ארויפגערוקט א צווייטע פאל אויף א ערשטן פאל און שבת געמאכט. די צוויי פעלער האבן א שייכות.

(די ניגון איז גראדע גאנץ אינטערסאנט. ווייל די צווייטע פאל וואלט פונקט אזוי געקענט דינען אלס מיטעלע פאל צו א דריטע הויכע פאל. אויב יאך וואלט געמאכט דעם ניגון וואלטיך אראפגעגאנגען אנשטאט ארויפגיין נאכאמאל ביי בוז יבוזו לו (1:45), און עס גענוצט אלס שפרינג ברעט צו א דריטע פאל.)

ווער זאל דאס אראפזינגען אויב נישט מוטי. ביי ווארימע ניגונים איז ער אינדערהיים. די קאלעראטור אין די שטימע זיינע איז הערליך, אפגערעדט פון זיינע קוועטשעס וואס זענען עפעס מורא׳דיג. יאפ, אמן הרגש.

די רגע מען הערט די טשעלא (Cello) מיט די פידעלעך פון אויבן פינעף סעקונדעס אריין אינעם טרעק, ווייסט מען אז לאופער האלט די שטעקעלע אין האנט. גאר אן איידעלע אררעינדזשמענט. די אינטערלוד איז אויסנאם שיין.

די קווייער איז הערליך און באגלייט און אונטערבעט דעם ניגון ווי נאר ר׳ הערשל בריסק קען.

די סטאקס פונעם אלבום איז ארויף. לאמיר זען וואס ער ברענגט יעצט.


3. ונגדלך
לחן: הרה״ח קלמן שטעקל ע״ה

אן איידעלע געשמאקע וואלס פון ר׳ קלמנ׳נען ז״ל וואס האט אונז פארלאזט נישט לאנג. א הערליכע דריי פעלעריגן לידל געאייניגט צו זינגען ביים שבת מיטאג סעודה. א סאלידע רואיגע מעלאדיע, גאראנטירט צו ברענגען א הנאה פאר אירע (זיינע) צוהערער.

פון דריי סעקונדעס אריין אינעם טרעק שמעקט עס רובי. טאקע נישט די זיידענע איידלקייט פון לאופער אבער חידוש ביז איבערן קאפ. די הארפ און פידל וואס מאכן די הארמאני אין אנהייב ווען ער גייט איבער די ערשטע פאל איז צוקער… די אקקארדיען אינעם לינקן אויער וואלט געמעגט אביסל העכער זיין.

דער מוטי דעליווערט! א רייכער הערליכער סעלעקציע. לאמיר זען וואס די פערטע ניגון פארציילט.


4. מגן אבות
לחן: המגיד הק׳ מקוז׳ניץ זיע״א

ביים ערשטן מאל הערן: א ניגון וואס וועט רעדן צו איינער וואס איז אויפגעוואקסן דערויף אבער נישט אזוי ווייט פארן ברייטן ציבור וואס הערט עס יעצט צום ערשטן מאל. נישט ווייל עס איז נישט א גוטן ניגון נאר ווייל עס ענטהאלט אביסל באקאנטע תנועות. די ניגון לויפט אויפן פרעיגיש סקעיל מיט חבדסקע שטריכן און באוואוסטע קוועטשעס. עס ענדלט צום וויז׳ניצן מרן עביד בדיל קיימא.

למעשה נאכן איבערהערן און נאכן זעהן ווער די קאמפאזיטאר איז, שווייג איך מיט א הילכיגן שווייגעניש ווייל דאס איז גאר א שיינע און הייליגע ניגון.

נאכן דריטן מאל הערן: הערליך! א שטיק שבת. הארציגע און ווארעמע תנועות. ליבערשט א טיש און פארברענגען ניגון ווי א ניגון פארן סעודה. (יאפ, נאך דריי מאל הערן האב איך געזען די יוניקנעס פונעם ניגון און עס פונאנדערגעשיידט פון די הונדערטע אנדערע ניגונים אין דעם סקעיל.)

(די דריטע פאל איז ניי און טוישט סקעיל אינדערמיט (ווי ניגון באבוב).

נו אוודאי ר׳ משה לאופער זז״ג. ער קומט אריין מיט אן אויסגעצויגענע רייד צימבאל (Ride Cymbol) פונקט ווי טרעק נומער 2, פילייכט איז עס די זעלבע פערזאן.

די איידעלקייט וואס דער שנאפט ארויס פון די אינסטרומענטן איז צום באוואונדערן. די ציכטיג ריינע סאלא פידלעך אין ביידע אויערן וואס מאכן דעם הארמאניע אנהייב טרעק קען מאכן א שטיין צוגיין. אן איבערגענוצטע אויסדרוק אבער אקטועל. (א שטיקל בובו: ביי 2:08 איז די פיאנא מיאוס אראפ פון טאן.)

די מענער קווייער הערט זיך מאדנע. געמיקסט אזוי אינדערמיט. לכאורה איז די כוונה עס זאל זיך הערן ווי מען זינגט עס ביי א טיש.

הערטס מוטי׳ס קריסטאל קלארע שטימע ביי 4:03. דאס ווייזט אויף א גוטע מיקס און די נייטיגע EQ. גלייבטס מיר אין ריעל לייף וועט מוטי זיך נישט הערן אזוי קריסטאל ווי דעם.

אדערווייל זעהט די אלבום אויס צו זיין צוזאמגעשטעלט פון ניגוני (נאכצוזינגען) שבת. וואס ברענגט די פיפטע ניגון צום טיש?


5. ניגון וויזניץ
לחן חצר הקודש וויזניץ

גאר א גוטן ניגון! לעבעדיג געשמאק און הייליג. א דיסקא מיט טעם.

רובי קומט ווידעראמאל אריין מיט אן אייזענע אררעינדזשמענט. די אינטרא איז גאר שיין אבער כ׳זעה נישט ווי עס קלעבט צום ניגון. ביים אינטערלוד קומט די שטיקל יא אריין עפעס הערליך.

די קווייער דא הערט זיך ווי די לייכטע קווייער׳ס אויף מיכאל שניצלערס ניגון?? (דענק איך דעם נישט דעם נאמען יעצט).

קוואליטי ניגונים איינס ביי איינס. וועט דער זעקסטע ווייטער אנהאלטן די מאמענטום?


6. כאייל תערג
לחן: הרה״ח ר׳ יצחק אונגאר הי״ו

אוי איז דאס א ניגון. כ׳גלייב אז א גרויס עולם קען שוין דעם ניגון. אן אויסטערליש ווארימע קאמפאזיציע קאמפאזירט דורכ׳ן וויזניצן מלחין הרה״ח ר׳ יצחק אונגאר הי״ו. דער וואס קען עס נאכנישט זאל שנעל כאפן אפאר אויערן שטאפערס און זיך עס דערלערנען. עס לוינט. (די ניגון האב איך געזינגען סאלא ביי א חבר׳ס בר מצוה אין כיתה ח׳ (אין די תקופה נאך די צווייטע מלחמה, פאר קאוויד) ברענגט עס אויף נאסטאלגיע.)

מוטי קומט דאך אריין אזוי מין שיין. דער איז געבענטשט מיט א שטימע קע״ה פוי פוי פוי (מיט א פינטל אין די פ).

ווידער זעהט מען גראד אז דאס איז ר׳ משה׳ענען… ער הייבט אן מיטן זעלבן צימבעל ווי זיינע פריערדיגע צוויי ארראנדזשירונגען. פשיהא א הערליכע אינטרא! לאופער האט דא אהערגעשטעלט א הערליכע אררעינדזשמענט. (די אינסטרומענטן זענען אייניג איינס צום צווייטן אין זיינע ארראנדזשירונג אדערווייל. א דראם, בעיס, פידלעך, אקוסטיק און עלעקטריק גיטאר. פארוואס נישט אריינברענגען עפעס פריש א פרענטש הארן, א הארפ, צו וואס עס זאל נאר זיין, עפעס א חידוש פאר די לעכצענדע אויערן. אה, ביי די אינטערלוד הער איך א טראמפעט. א דאנק אייך.) די פידעלעך הערן זיך אזוי רייך אין די מיקס צום באוואונדערן.

די קינדער קווייער קומט אריין אינדערמיט מיט גאר שיינע שטיקלעך.

(ביי 1:05 און ביי 1:41 (און נאך פלעצער) קליפט די סאונד פון מוטי. דאס קומט ווייל די געין איז געווען אביסעלע צו הויעך. געווענטליך ווען אזא זאך פאסירט מאכט מען עס איבער. קוקט אויס אז דא האט די באערדע זיך מיישב געווען עס צו לאזן און נישט טוישן מיטן חשבון אז מען וועט עס נישט באמערקן און ווי עס שיינט איז עס זיי געלונגען. א ווערטעלע כמובן)

ניגונים איינס שענער פונעם צווייטן. אזאנע הערליכע קאמפאזיציעס, לאמיר האפן עס וועט אנהאלטן ביזן סוף.


7. מחרוזת - ״והוא ישמיענו״ קאסוב, ״הן גאלתי״ - נאך איין מאל

אן איידעלע הערליכע מעלאדיע. א חידוש דער שנית אינעם צווייטן פאל. באמת א שיינעם ליד. סאליד, און חידוש אין פשטות. אופס, איין מינוט, עפעס א נייע ניגון האט זיך אנגעפאנגען, הן גאלתי קומט אריין עפעס אויסטערליש קלאר. או הא, עס ווערט לעבעדיג אינדערמיט, הערליך! א בייפאל פון א געדאנק… צוזאמגעשמאלצן צוויי ניגונים אין איין יצירה. ער האט מיר סורפרייזד.

די ניגון וויל זיך הערן נאכאמאל און נאכאמאל. ווען מען זעהט דאס גאנצע בילד אנטפלעקט זיך א מעסטערפיעס.

מוטי זינגט דאך אזוי זיס. די קוועטש אויף נאך… (3:15)

די פידעלעך זענען לויפער פארשטייט זיך. עפעס שבחים געבליבן? אה ניין דאס איז רובי. א הערליכע ארבעט געמאכט! גאר שיינע קאורדס. די קאורד D מעידזשער 7 ביי 2:40 איז מיינדבאגעלינג. ווי פאלט אים דאס ביי? תיקו. זיין באנוץ מיט פרענטש הארנס איז קענטבאר און הערליך. רובי האט געמאכט אן אויסנאם דזשאב. מורא׳דיג.

די קווייער איז דאך אזוי רייך און שיין. די וועג ווי זיי ענדיגן דעם ניגון איז ווערד א מעדאל.

איך בין ווערטערלאז. ניגונים אויפצועסן. לאמיר זעהן וואס די קומענדיגע ניגון בראכט מיט זיך.


8. א רומענישער ניגון
לחן: מזמרת הארץ שהתקדש ע״י רבותינו לחצר הקודש ויז׳ניץ

וואס ברענגט די ניגון אויב נישט א שמייכל אויפן פנים. אזא געשמאקע און זארגלאזע מעלאדיע. א ברכה צו מאכן.

די רגע מען הייבט אן הערן די מוזיק שפירט מען ווי דא קומט א גוטס… איי איי ער דערמאנט דעם גלאררייכן מאל, מען דערזעהט צוויי אידן אין א לוסטיג שמחה׳דיג טענצל אינדרויסן פון שטאל נעבן די היי, ווען דערנעבן פאשן געמיטלעך די קוען און ציגן אינעם שויס פון נאטור אויפן ענדלאזן גרינעם פאשע… וואס איין קלארינעט קען באשאפן.

ער ברענגט דיר דאס געפיל. נישטא וואס צו רעדן. רובי ׳נעילד איט׳ ווי מען רופט עס ביינונז.

א רחמנות וואס רובי מאכט מיט די פידל שפילער דארט סוף ניגון. א מייסטער.

אומגלויבליך. מיטן פעדער אויסגעגאסן. לאמיר זען ניגון 9.


ניגון 9. אנא עבדא - ביה אנא רחיץ
לחן אנא עבדא: ר׳ וואלף שימשוביץ הי״ד
לחן ביה אנא רחיץ: ר׳ זיידל רובנר ז״ל

ווי הייבט מען אן. א יצירה פון העכערע פלעצער. אנא עבדא דקודשא ב״ה דסגידנא קמיה ומקמיה דיקר אורייתא.

אזהרה: ביז די שטיקל ביה אנא רחיץ ברויך מען שפירן א טעם אין פילהארמאניע און מ׳ברויך האבן די זיץ פלייש און געדולד צו הערן. אז נישט וועט דאס קריכן. די יונגערע ווייס איך נישט צו זיי וועלן אזוי הנאה האבן ווי די עלטערע באזעסענע ציבור. אבער פון ביה אנא רחיץ… אוי, א שטיין קען צורינען. נישטא וואס צו שרייבן. און די לעבעדיגע שטיקל דערנאך איז דאך אזוי איידל און הערליך.

ווער עס האט נאך נישט געהערט פון ר׳ זיידל און זיינע שטוינענדע ניגונים זאל זיך שנעל באקענען מיט די קאמפאזיטער וואס איז פון די מערסט גלעצענדע בקורות הדורות און די שענסטע יצירות אויפן כדור ציילן זיך צווישן זיינע.

מוטי דרייט פיין… מיט א וויבראטא (Vibrato), די ערשטע מאל איך הער אים דאס טון.

די טרעמעלא פון די טשעלאס און דעם צוקערדיגן פידל סאלא אנהייב ניגון קומען אן ביז אינעווייניג. (ווער שפילט דעם פידעלע? שוין יארן נישט געהערט אזא גוטן פערפארמענס) דייוויד טאוב קומט אריין מיט א סאלידע שיינע פילהארמאנישע אררעינדזשמענט און באגלייט דעם ניגון גאר געשמאק. (די הארפ ביי 4:49 הערט זיך פאלש.)

שוין, מוטי און רובי האבן מיר איבערראשט. זיי האבן דעליווערד אן אלבום אזאנס און אזעלכס. אזא הערליך שיינע ווארעמע רייכע אלבום. אין מילים. בעצם ענדיגט זיך דער אלבום דא. פון דא און ווייטער איז דא 3 ניגונים וואס זענען שוין ארויסגעקומען אלס סינגעלס.

לאמיר עס אריבערלויפן אין קורצן.


10. ואמר ביום ההוא
לחן: הר״ר יענקל טולכאנער ז״ל

גאר א געלונגענעם ניגון פון אלע אספעקטן. עס דערפרייט חתנים און כלות יעדע נאכט.

מוטי׳ס קול הערט זיך מער פארמאכט ווי די אנדערע ניגונים. ווארום עס איז געמיקסט דורך אן אנדערן אינדזשינער.

זייער א שיינע אררעינדזשמענט דורך אלי קליין און איצי ברי. קליידעט פערפעקט אן דעם ניגון.

די קינדער קווייער פון ר׳ יוסל קומט אריין געשמאק…


11. יהאי רעווא
לחן: הרה״ח ר׳ יצחק אונגר הי״ו

א הערליכן אלטן ניגון וואס ווארעמט שוין הערצער צענדליגע יארן. ווער עס קען עס נאכנישט איז ראקאמענדירט און ראטזאם זיך עס צו לערנען און זינגען מיט די קינדער.

א קלאסישע לאופער ארראנדזשירונג ווי אלעמאל. פיינע פיאנא שטיקלעך.


12. ניגון ויזניץ גירסת דאנס (באנוס טרעק)

די זעלבער ניגון ווי טרעק 5 נאר מיט עלעקטראנישע מוזיק.

………

די גרעפיקס און מאלערייען אויפן דעקל און אינעם בוקלעט פארציילן אסאך איבער דעם געפיל דער אלבום ברויך צו צייגן. זייער א שיינע פראפעסיאנאלע ארבעט אהערגעשטעלט. די יו״ד אינעם יומין אויפן קאווער איז פארקערט. א נייע טרענד אין אר״י? זאנוויל האט עס אויך געהאט.

עפילאג:
די געדאנק פונעם אלבום איז אז מוטי זינגט אפ פראפעסיאנאל די ניגונים אויף וואס ער איז אויפגעוואקסן. ער גיבט עטוואס צו שפירן א שבת אין ויזניץ. טאקע נישט אלע ניגונים זענען שבת׳דיגע אבער א באדייטענפולע טייל יא.

ווי איך פארשטיי איז דאס דער אנהייב פון א סעריע. די נאמען פונעם סעריע איז עתיק יומין, און די אלבום נעמען וועלן זיך בייטן פון אלבום צו אלבום. מוטי און רובי האבן געמאכט א מוראדיגע ארבעט. ס׳בלייבט מיר נישט איבער מער ווי צו באדאנקן און האפן אויפן קומענדיגן בעזר הויה.
[email protected]

אמאל האט מען גענוצט ניגונים מעורר צו זיין די געפילן בשעת עבודת הבורא, מען האט נישט געניצט דעם בורא פאר עבודת הגעפילן - פרידן
שרייב תגובה

צוריק צו “היכל הנגינה”