משולם זינגט טאקע אויך זייער נידעריג. אמת. ס'איז נישט דוקא קיין חסרון. אבער אויב איינער קען עס יא, איז א שאד אז ער זאל עס נישט טוען.דרימעל האט געשריבן:אז די רעדסט פון משולםס טעיפ גיי זיי מוחל און הער עס אויס נאכאמאל זיינע אלע ניגונים זענען נישט אויף א העכערע סקעיל אויב עפעס נידריגערמתעלם האט געשריבן:אלעס גייט אויף א נידעריגע קי. חיים מרדכי זינגט זייער בא'טעמ'ט. זייער געשמאק און זיס. א יונגע שטימע. אבער ער קען דעפיניעטלי נוצן א גוטן מדריך צו מפתח זיין די רעינדזש. און בכלל עפענען די שטימע. זאל ער מיר א טובה טוהן און אביסל אינוועסטירן דערין.פייף דיך אן האט געשריבן:נאך איין זאך מיר זעהט אויס מה תשתוחחי אויף צו א נידריגע סקעיל. נאך איינער האט עס געבאדערט?
אוועראלל איז די קליפ זייער שיין. איך בין געזיצן אויף דעם ארגינעלן סידי זייער לאנג, סא ס'האט מיר אביסל געבאדערט דאס שחט'ן ניגונים. אבער דאס איז דער סטיל היינט. ס'איז אזא טעימה קלה. ווילסטו הערן די גאנצע ניגון? גיי קויף די אלבום...
און וועגן חיים מרדכי יא ער קען גיין העכער (ער האט א ריזיגע רעינדזש כידוע) אבער נאר ביי מה תשתוחחי און ביי מרחוק דעטס איט
און הער אויף אראפרייסן דעיס אז א מוראדיגע דורכברוך פאר חיים מרדכי
ער זינגט מיט א מתיקות און א ווארימקייט
ער האט בעצם א "ריזיגע" רעינדזש? יא? איך ווייס נישט.
און איך גיי יא אראפרייסן... כ'האב דיר פארפאקט... אבער וואס מיינט אראפרייסן? וויאזוי רייסט מען אראפ? וואס האקסטו אין קאפ אריין, איך האב אראפגעריסן? איך האב נישט געדזשאלעוועט קיין קאמפלימענטן. אביסעלע קאנסטראקטיוו קריטיסיזם מאכט פשוט די קאמפלימענטן מער מאסגעבנד. דאס הייסט נישט אראפגעריסן.