אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

די אחראים: יאנאש,אור המקיף,אחראי,געלעגער

אוועטאר
פילאָזאָף
שר חמש מאות
תגובות: 867
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 13, 2022 2:36 pm

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פילאָזאָף »

היסטאריש האט געשריבן:
פילאָזאָף האט געשריבן:געוואוסט
עס איז אויך פארהאן א ווארט געוויסט? אדער עס איז אייביג מיט דריי ו'?

געוואוסט איז לשון עבר און איז אייביג מיט דריי ו'.
וויסן איז מיט א י'..

דאנקע!
יענער? ער ליגט אין גרוב!
וואטעווער, אין א גאָלד גרוב...
אוועטאר
פילאָזאָף
שר חמש מאות
תגובות: 867
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 13, 2022 2:36 pm

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פילאָזאָף »

פארהאן.
עס איז אויך דא א ווארט פאראן? אויב יא מיינט עס ס'זעלביגע?
יענער? ער ליגט אין גרוב!
וואטעווער, אין א גאָלד גרוב...
טאהש'ער אייניקעל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 287
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 31, 2021 5:02 pm

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טאהש'ער אייניקעל »

פילאָזאָף האט געשריבן:פארהאן.
עס איז אויך דא א ווארט פאראן? אויב יא מיינט עס ס'זעלביגע?

דאס איז דע זעלבע ווארט ס'דא אלאלעכע וואס שרייבן פאראן און ס'דא אזאלעכע וואס שרייבן פארהאן
אוועטאר
פילאָזאָף
שר חמש מאות
תגובות: 867
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 13, 2022 2:36 pm

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פילאָזאָף »

טאהש'ער אייניקעל האט געשריבן:
פילאָזאָף האט געשריבן:פארהאן.
עס איז אויך דא א ווארט פאראן? אויב יא מיינט עס ס'זעלביגע?

דאס איז דע זעלבע ווארט ס'דא אלאלעכע וואס שרייבן פאראן און ס'דא אזאלעכע וואס שרייבן פארהאן

שכוח
יענער? ער ליגט אין גרוב!
וואטעווער, אין א גאָלד גרוב...
אוועטאר
תנא-קמא
שר האלפיים
תגובות: 2260
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 19, 2019 1:52 am

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תנא-קמא »

פאליטישע עקספערט האט געשריבן:עס איז נישט פארהאן קיין פאראן

;l;p-

מייג'ור רוי אלכסנדר פאראן (באנגלית: Roy Alexander Farran‏; 2 בינואר 1921 - 2 ביוני 2006) היה איש הכוחות המיוחדים הבריטיים וגיבור מלחמה במלחמת העולם השנייה, שפעל בשלהי תקופת המנדט הבריטי בארץ ישראל בשירות משטרת המנדט ורצח את הנער אלכסנדר רובוביץ. לאחר מכן היה איש ציבור קנדי.

גראדע זע דא:
https://en.wiktionary.org/wiki/%D7%A4%D ... 6%B7%D7%9F
ער זאגט גאר אז דאס איז א "פארמאלער" ווארט.
אוועטאר
היסטאריש
שר שלשת אלפים
תגובות: 3985
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 27, 2021 4:20 pm
פארבינד זיך:

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היסטאריש »

פאליטישע עקספערט האט געשריבן:עס איז נישט פארהאן קיין פאראן

;l;p-
די פאַרגאַנגענהייט איז פאַקטיש געשען, אָבער היסטאָריע איז בלויז וואָס עמיצער האָט אַראָפגעשריבן.
אוועטאר
למדן וצדיק
שר האלף
תגובות: 1189
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2015 10:49 pm

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך למדן וצדיק »

די יידישסטן שרייבן פאַראַן. אזוי שטייט אין זייערע ווערטערביכער. ביי אונז, מיין איך, איז מער אנגענומען פארהאן.
-----
כ'מיין מהאט שוין גערעדט פון דעם דא. כ'קען עס נאר נישט טרעפן. פון אינדרויסן אדער פונדרויסן?
וצריך לאדם להיות לו אלו שני בחינות ברית, היינו שיהא ״צדיק״ ו״למדן״ (לקוטי מוהר״ן ח״א, ל״א, ה׳)
אוועטאר
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5072
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרשון »

פילאָזאָף האט געשריבן:פארהאן.
עס איז אויך דא א ווארט פאראן? אויב יא מיינט עס ס'זעלביגע?

https://ivelt.com/forum/viewtopic.php?p ... 4#p3637454
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
אוועטאר
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5072
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרשון »

למדן וצדיק האט געשריבן:פון אינדרויסן אדער פונדרויסן?

ביידע. איך האב מער ליב פונדרויסן, ווייל אזוי זאגט מען עס. פרעפאזיציעס לאזן זיך גרינג פארקירצן.
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
אוועטאר
היסטאריש
שר שלשת אלפים
תגובות: 3985
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 27, 2021 4:20 pm
פארבינד זיך:

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היסטאריש »

גרשון האט געשריבן:

גא"מ
די פאַרגאַנגענהייט איז פאַקטיש געשען, אָבער היסטאָריע איז בלויז וואָס עמיצער האָט אַראָפגעשריבן.
אוועטאר
למדן וצדיק
שר האלף
תגובות: 1189
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2015 10:49 pm

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך למדן וצדיק »

ייש"כ!
וצריך לאדם להיות לו אלו שני בחינות ברית, היינו שיהא ״צדיק״ ו״למדן״ (לקוטי מוהר״ן ח״א, ל״א, ה׳)
אוועטאר
רעגנדיג
שר שבעת אלפים
תגובות: 7203
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 30, 2022 9:15 pm

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רעגנדיג »

יונגערמאן/אינגערמאן?
יונגל/אינגל?

אזויווי/אזוי ווי?
באשיינפערליך האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 1:48 am
איין זאך ווייסעך יא, איך זעה ווער ס׳שטייט אויף וועמענס צד… דאס זאגט מיר פונקטליך וואו איך זאל שטיין…
אוועטאר
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5072
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרשון »

רעגענדיג האט געשריבן:יונגערמאן/אינגערמאן?
יונגל/אינגל?

אזויווי/אזוי ווי?

יונגערמאן
אינגל
אזוי ווי/אזויווי (ביידע זענען גוט)

הסבר: אין כלל-אידיש ווען מ'וויל שרייבן א חיריק י' וועט מען שרייבן יִי (יִיד, יִידיש, יִינגל). ביי אונז איז נישט דא אזוינס, נאר צוויי י' זענען אלעמאל א צירי. אנשטאט וועט מען שרייבן אי (איד, אידיש, אינגל). אבער ווען ס'קומט א מלאפום אויפ'ן י' וועט מען עס יא שרייבן געהעריג, יו (יונג, יוסטיץ, יוני).

דעריבער יונגערמאן, וואס איז יונגער+מאן, איז מיט יו, אבער אינגל, וואס איז א דימינוטיוו פון יונג, טוישט זיך צו א חיריק, און דעריבער ווערט עס אי. אין א קאמפאראטיוו ווערט אויך דער מלאפום א חיריק ("ראובן איז אינגער פון שמעון").
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
אוועטאר
למדן וצדיק
שר האלף
תגובות: 1189
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2015 10:49 pm

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך למדן וצדיק »

איז דא אזא ווארט פריערע? אדער ס'מוז זיין פריערדיגע
וצריך לאדם להיות לו אלו שני בחינות ברית, היינו שיהא ״צדיק״ ו״למדן״ (לקוטי מוהר״ן ח״א, ל״א, ה׳)
אוועטאר
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5072
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרשון »

פריערדיג = איינס פארדעם
פריער = קאמפאראטיוו פון פרי

די וואך איז א פריערער זמן ווי פריערדיגע וואך
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
אוועטאר
למדן וצדיק
שר האלף
תגובות: 1189
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2015 10:49 pm

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך למדן וצדיק »

יישר כח!

אין וויינרייכ'ס ווערטערבוך שטייט אז פרי און פריער זענען אדווערבן, ממילא איז נישט שייך נישט פריע, און נישט פריערע, נאר פריערדיגע.

פריע איז שוין היינט יא זייער אנגענומען (ווי פיל אנדערע אדווערבן וואס ווערן מיט דער צייט פארוואנדלט אויך צו אדיעקטיוון). פריערע האב איך אבער כמעט נישט געטראפן, אנדערש ווי למשל שפעטערע וואס מען טרעפט יא אין די טויזנטער.

אינעם נייעם אידישן ווערטערבוך שרייבן זיי שוין יא ביי פרי – אדיעקטיוו, אבער ביי פריער שרייבן זיי נאכאלץ אז דאס איז בלויז אן אדווערב.

מיין שאלה איז צי ביי אונז עכ"פ איז עס היינט שוין טאקע א געהעריגע אנגענומענע ווארט. גראמאטיש גערעדט שטימט עס אוודאי. אבער גראמאטיש איז א דאער, דארטער, אויבענער, אונטענער מענטש אויך לעגיטים, אבער קיינער נוצט עס נישט…
וצריך לאדם להיות לו אלו שני בחינות ברית, היינו שיהא ״צדיק״ ו״למדן״ (לקוטי מוהר״ן ח״א, ל״א, ה׳)
אוועטאר
היסטאריש
שר שלשת אלפים
תגובות: 3985
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 27, 2021 4:20 pm
פארבינד זיך:

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היסטאריש »

גרשון האט געשריבן:
רעגענדיג האט געשריבן:יונגערמאן/אינגערמאן?
יונגל/אינגל?

אזויווי/אזוי ווי?

יונגערמאן
אינגל
אזוי ווי/אזויווי (ביידע זענען גוט)

הסבר: אין כלל-אידיש ווען מ'וויל שרייבן א חיריק י' וועט מען שרייבן יִי (יִיד, יִידיש, יִינגל). ביי אונז איז נישט דא אזוינס, נאר צוויי י' זענען אלעמאל א צירי. אנשטאט וועט מען שרייבן אי (איד, אידיש, אינגל). אבער ווען ס'קומט א מלאפום אויפ'ן י' וועט מען עס יא שרייבן געהעריג, יו (יונג, יוסטיץ, יוני).

דעריבער יונגערמאן, וואס איז יונגער+מאן, איז מיט יו, אבער אינגל, וואס איז א דימינוטיוו פון יונג, טוישט זיך צו א חיריק, און דעריבער ווערט עס אי. אין א קאמפאראטיוו ווערט אויך דער מלאפום א חיריק ("ראובן איז אינגער פון שמעון").

ש'כח!
די פאַרגאַנגענהייט איז פאַקטיש געשען, אָבער היסטאָריע איז בלויז וואָס עמיצער האָט אַראָפגעשריבן.
אוועטאר
זאג א גוטס
שר שלשת אלפים
תגובות: 3279
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 08, 2018 3:36 pm

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זאג א גוטס »

וויאזוי שרייבט מען: דאקטאר אדער דאקטער?

אין די שפראך פארום איז דא 33/39 רעזולטאטן.
פארפאסונג
שר חמש מאות
תגובות: 518
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 06, 2022 11:42 pm

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארפאסונג »

זאג א גוטס האט געשריבן:
וויאזוי שרייבט מען: דאקטאר אדער דאקטער?

אין די שפראך פארום איז דא 33/39 רעזולטאטן.
דאקטער
אוועטאר
יצחק אייזיק
שר תשעת אלפים
תגובות: 9998
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 02, 2020 2:25 pm

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יצחק אייזיק »

פארפאסונג האט געשריבן:
זאג א גוטס האט געשריבן:
וויאזוי שרייבט מען: דאקטאר אדער דאקטער?

אין די שפראך פארום איז דא 33/39 רעזולטאטן.
דאקטער
ביידע זענען אמת, ווענד זיך פון וואס מ'רעדט. איינער וואס היילט איז א דאקטער, און איינער וואס איז א ספעציאליסט און באזיצט א דאקטאראט איז א דאקטאר.

פון דעם נעמט זיך לכאו' דער צעמישעניש.
הנה תגובתי לפניך, קח ולייק
אוועטאר
זאג א גוטס
שר שלשת אלפים
תגובות: 3279
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 08, 2018 3:36 pm

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זאג א גוטס »

יישר כח!
אוועטאר
היסטאריש
שר שלשת אלפים
תגובות: 3985
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 27, 2021 4:20 pm
פארבינד זיך:

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היסטאריש »

זאג א גוטס האט געשריבן:
וויאזוי שרייבט מען: דאקטאר אדער דאקטער?

אין די שפראך פארום איז דא 33/39 רעזולטאטן.
אינטערעסאנט. דא זעט אויס ווי דאקטאר איז די ריכטיגע, אבער דא זאגט @גרשון אז דאקטער איז ריכטיגער.

איינער קען אויסקלארן?
גרשון האט געשריבן:
—-
@יצחק אייזיק האקט
אבער איז עס נישט אייביג דער זעלבער מענטש?
די פאַרגאַנגענהייט איז פאַקטיש געשען, אָבער היסטאָריע איז בלויז וואָס עמיצער האָט אַראָפגעשריבן.
אוועטאר
יצחק אייזיק
שר תשעת אלפים
תגובות: 9998
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 02, 2020 2:25 pm

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יצחק אייזיק »

היסטאריש האט געשריבן:
אבער איז עס נישט אייביג דער זעלבער מענטש?
א דאקטאר איז שייך אין יעדן ספשעלטי, לאו דווקא דאקטעריי

אלע גראדואירטע פילאזאפן (און א.ג. רבנים) פלעגן זיך אונטער שרייבן 'דאקטאר', נישט נאר דאקטוירים...
הנה תגובתי לפניך, קח ולייק
אוועטאר
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5072
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרשון »

אזוי ווי יצחק אייזיק זאגט.

אינ'אמת'ן שטאמען ביידע פון איין מקור. דאקטאר קומט פון לאטייניש, וואו ס'האט מיט דער צייט אנגענומען דעם באדייט פון א שטודירטער מענטש, איינער וואס האט א דאקטוראט. דאס זעט מען ביי די דאקטאר-רבנים, ד"ה שטודירטע רבנים, און דער טיטל איז ברייט באניצט ביז היינט.

היות א physician/רופא דארף אסאך שטודירן אנצוקומען צו זיין שטאנד, איז דאס ווארט דאקטאר עווענטועל געווארן א סינאנים. אין ענגליש, דייטש, און אנדערע שפראכן שרייבט מען טאקע ביידע די זעלבע, אבער אין אידיש האט מען ערגעצוואו אנגעהויבן שרייבן דעם צוויייטן באדייט אזוי ווי מ'זאגט עס ארויס, דאקטער, בעת דאקטאר איז געבליבן מיט'ן אריגינעלן באדייט.

כאטש מ'מעג מחולק זיין מיט די יידישע ווערטערביכער, גלייך איך דא דווקא יא דעם חילוק, ווייל אייביג ווען מ'קען פונאנדערשיידן צוויי ווערטער מיט באזונדערע אויסלייגן הרי זה משובח.
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
שרייב תגובה

צוריק צו “שפראך, גראמאטיק און דקדוק”