וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

די אחראים: יאנאש,אור המקיף,אחראי,געלעגער

אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 15938
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am
לאקאציע: אדערע זייט שאך ברעט פון חמרא טבא

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קיקיון »

גם אני מצטרף לבקשתו של ידידני מבראונזוויל
ענגליש? נוצט דעם Left קנעפל

פראקטיש
שר חמשת אלפים
תגובות: 5517
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2020 5:47 pm

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פראקטיש »

טשעבינער האט געשריבן:
ארגאן האט געשריבן:וויאזוי זאגט מען "policy"?

פרינציפ
אפמאך
תנאי

פרינציפ principles
אפמאך agreement
תנאי condition

כמיין פאליסי גייט אריין אינעם "ברענג דעם פולן קאנטעקסט" פאלדער.
אוועטאר
היכי תמצא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5922
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2020 4:23 pm

תגובה דורך היכי תמצא »

דער אמת איז אז מען ניצט שוין פאליסי אין אידיש אזויפיל, ספעציעל אין פאליטיק. ס'שוין האלב פאראידישט
פראקטיש
שר חמשת אלפים
תגובות: 5517
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2020 5:47 pm

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פראקטיש »

טשעבינער האט געשריבן:
פראקטיש האט געשריבן:
טשעבינער האט געשריבן:
ארגאן האט געשריבן:וויאזוי זאגט מען "policy"?

פרינציפ
אפמאך
תנאי

פרינציפ principles
אפמאך agreement
תנאי condition

כמיין פאליסי גייט אריין אינעם "ברענג דעם פולן קאנטעקסט" פאלדער.

כ'האב נישט געשריבן דעם נייאיווער טייטש, נאר די מיינונג פונעם ווארט.
אוודאי האבן אלע דריי א איינפאכע טייטש, אבער פאליסי ''מיינט'' פרינציפ [לויט איין מיין, און לויט די אנדערע, איז עס אפמאך אדער תנאי-קאנדישאן]

פאליסי ווערט מיינסטנס גענוצט פאר תקנה

די סטאר האט א פאליסי אז....

דאזס איז נישט קיין אפמאך און נישט קיין פרינציפ, ס'איז א פאליסי!
פראקטיש
שר חמשת אלפים
תגובות: 5517
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2020 5:47 pm

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פראקטיש »

היכי תמצא האט געשריבן:דער אמת איז אז מען ניצט שוין פאליסי אין אידיש אזויפיל, ספעציעל אין פאליטיק. ס'שוין האלב פאראידישט

נאכן שרייבט אין אנדערע אשכולות טיפעע יסודות'דיגע ללענגערע תגובות וואס שאקלט אוף א מענטשן'ס קאפ קענסטו נאך אריינקומען דא פאר א ווארט ארויף/אראפ?

ביזט מורא'דיג, גיי אן, איך באלעק מיך.
פראקטיש
שר חמשת אלפים
תגובות: 5517
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2020 5:47 pm

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פראקטיש »

טשעבינער האט געשריבן:
פראקטיש האט געשריבן:
טשעבינער האט געשריבן:
פראקטיש האט געשריבן:
טשעבינער האט געשריבן:פרינציפ
אפמאך
תנאי

פרינציפ principles
אפמאך agreement
תנאי condition

כמיין פאליסי גייט אריין אינעם "ברענג דעם פולן קאנטעקסט" פאלדער.

כ'האב נישט געשריבן דעם נייאיווער טייטש, נאר די מיינונג פונעם ווארט.
אוודאי האבן אלע דריי א איינפאכע טייטש, אבער פאליסי ''מיינט'' פרינציפ [לויט איין מיין, און לויט די אנדערע, איז עס אפמאך אדער תנאי-קאנדישאן]

פאליסי ווערט מיינסטנס גענוצט פאר תקנה

די סטאר האט א פאליסי אז....

דאזס איז נישט קיין אפמאך און נישט קיין פרינציפ, ס'איז א פאליסי!

ס'קוקט אויס אז דו ווייסט ניטאמאל וואס מיינט פרינציפ.
יא, די געשעפט האט א פרינציפ, אז זיי פארקויפן נאר....
כ'האב געמאכט א אינשורענס אפמאך....
כ'האב אונטערגעשריבן א נייע [פאליסי] שטר מיט עטליכע תנאים. די פאליסי איז די עיקר תנאי, און נאך קלענערע דעטאלן.

אה הא. סאו פרינציפ מיינט זיכער פאליסי, די שאלה וואס פאליסי מיינט.

איך האב עס ארויס?
אוועטאר
היכי תמצא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5922
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2020 4:23 pm

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היכי תמצא »

פראקטיש האט געשריבן:
היכי תמצא האט געשריבן:דער אמת איז אז מען ניצט שוין פאליסי אין אידיש אזויפיל, ספעציעל אין פאליטיק. ס'שוין האלב פאראידישט

נאכן שרייבט אין אנדערע אשכולות טיפעע יסודות'דיגע ללענגערע תגובות וואס שאקלט אוף א מענטשן'ס קאפ קענסטו נאך אריינקומען דא פאר א ווארט ארויף/אראפ?

ביזט מורא'דיג, גיי אן, איך באלעק מיך.

א גרויסן שכ'ח.

איך בין נישט א פוסק אחרון, איך האב נאר אבזערווירט. מ'וועט ברויכן איינער פון די שפראך לייבן, א שטייגער ווי גרשון, צו אויסקלארן אויב עס איז שוין אידיש.

גרשון?
אוועטאר
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5070
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרשון »

היכי תמצא האט געשריבן:דער אמת איז אז מען ניצט שוין פאליסי אין אידיש אזויפיל, ספעציעל אין פאליטיק. ס'שוין האלב פאראידישט.

דער אמת איז גאר פארקערט. "פאליסי" איז מלשון פאליטיק, און אזוי זאגט מען עס טאקע אין דייטש און בעצם אין אידיש אויך ("די פאליטיק פון טראמפ איז געווען אמעריקע ערשט"). דער עיקר מכוון פון דעם ווארט איז ווען די רעגירונג אדער א צווייטע אויטאריטעט פירט עפעס איין, נאר מ'ניצט עס אויך אין אנדערע קאנטעקסטן.

מערקט אז די אותיות פון "פאליסי" און "פאליטיק" זענען כמעט די זעלבע. די ביידע שטאמען ענדגילטיג פונעם גריכישן פּאָליס, א שטאט, אזוי אויך נאך אסאך ווערטער וואס זענען היינט אין באנוץ, אריינגערעכנט פאליס/פאליציי און מעטראָפּאָליע (metropolis), וואס מ'טרעפט שוין אין חז"ל אלס מטרופולין.

קאָנסטאַנטינאָפּאָל[יס] = קאנסטאנטינ'ס שטאט. די ביזאנטישע קריסטן האבן אזוי גערופן זייער רעליגיעזע הויפשטאט נאכ'ן רוימישן קייזער קאנסטאנטינוס, ביז די מוסולמענער האבן עס געטוישט צו אינסטאמבול.

לענינינו, פרינציפ איז נישט פינקטליך געטייטשט פאליסי, ווי @פראקטיש שרייבט. פרינציפ איז principle. מ'קען עס טאקע ניצן אלס אן אויסוועג, אבער איך וואלט געשטימט אז פאליסי איז יא אידיש, ווי ס'איז מיין פאליסי ווען אידיש האט נישט טייטש אויף א ווארט. בפרט ווען מ'רעדט פון אן אינשורענס פאליסי (אדער "פארזיכערונגס אפמאך"), וואס ס'איז באמת נישט דא קיין צווייטע ווארט, אזש אפילו אין העברעאיש זאגט מען פוליסת ביטוח. (הגם גיי פארשטיי פארוואס טאקע ס'הייסט פאליסי אין ענגליש.)
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
פראקטיש
שר חמשת אלפים
תגובות: 5517
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2020 5:47 pm

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פראקטיש »

גרשון האט געשריבן:

אוואו בלויז גרשון קען, הערליך.

דו שרייבסט פאר די 'מעלות' אויסגאבע?

פשיהא, שכ'ח פאר'ן אריינקומען און אויסקלארן די נושא, און אויך איינוועגס געבן א שיעור איבער דעם אפשטאם פונעם ווארט.
אוועטאר
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5070
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרשון »

פראקטיש האט געשריבן:דו שרייבסט פאר די 'מעלות' אויסגאבע?

ניין. איך מיין אז דער מאמע-לשון רובריק שרייבט די רעדאקטארין, מרס. יונגרייז.

וואס טאקע וואלט איך געדארפט ענטפערן אויב איך ארבעט פאר זיי?
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
פראקטיש
שר חמשת אלפים
תגובות: 5517
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2020 5:47 pm

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פראקטיש »

גרשון האט געשריבן:
פראקטיש האט געשריבן:דו שרייבסט פאר די 'מעלות' אויסגאבע?

ניין. איך מיין אז דער מאמע-לשון רובריק שרייבט די רעדאקטארין, מרס. יונגרייז.

[size20]וואס טאקע וואלט איך געדארפט ענטפערן אויב איך ארבעט פאר זיי?[/size]

האסטו געזאלט שווייגן
אוועטאר
Mezofzef
שר שלשת אלפים
תגובות: 3100
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2020 11:16 am

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Mezofzef »

גרשון האט געשריבן:
פראקטיש האט געשריבן:דו שרייבסט פאר די 'מעלות' אויסגאבע?

ניין. איך מיין אז דער מאמע-לשון רובריק שרייבט די רעדאקטארין, מרס. יונגרייז.

וואס טאקע וואלט איך געדארפט ענטפערן אויב איך ארבעט פאר זיי?

ווען גרשון וואלט עס ווען געשריבן וואלט עס ווען געהאט א נארמאלע פנים.
פוצה פה ומצפצף
אוועטאר
היסטאריש
שר שלשת אלפים
תגובות: 3985
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 27, 2021 4:20 pm
פארבינד זיך:

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היסטאריש »

גרשון האט געשריבן:
היכי תמצא האט געשריבן:דער אמת איז אז מען ניצט שוין פאליסי אין אידיש אזויפיל, ספעציעל אין פאליטיק. ס'שוין האלב פאראידישט.

דער אמת איז גאר פארקערט. "פאליסי" איז מלשון פאליטיק, און אזוי זאגט מען עס טאקע אין דייטש און בעצם אין אידיש אויך ("די פאליטיק פון טראמפ איז געווען אמעריקע ערשט"). דער עיקר מכוון פון דעם ווארט איז ווען די רעגירונג אדער א צווייטע אויטאריטעט פירט עפעס איין, נאר מ'ניצט עס אויך אין אנדערע קאנטעקסטן.

מערקט אז די אותיות פון "פאליסי" און "פאליטיק" זענען כמעט די זעלבע. די ביידע שטאמען ענדגילטיג פונעם גריכישן פּאָליס, א שטאט, אזוי אויך נאך אסאך ווערטער וואס זענען היינט אין באנוץ, אריינגערעכנט פאליס/פאליציי און מעטראָפּאָליע (metropolis), וואס מ'טרעפט שוין אין חז"ל אלס מטרופולין.

קאָנסטאַנטינאָפּאָל[יס] = קאנסטאנטינ'ס שטאט. די ביזאנטישע קריסטן האבן אזוי גערופן זייער רעליגיעזע הויפשטאט נאכ'ן רוימישן קייזער קאנסטאנטינוס, ביז די מוסולמענער האבן עס געטוישט צו אינסטאמבול.

לענינינו, פרינציפ איז נישט פינקטליך געטייטשט פאליסי, ווי @פראקטיש שרייבט. פרינציפ איז principle. מ'קען עס טאקע ניצן אלס אן אויסוועג, אבער איך וואלט געשטימט אז פאליסי איז יא אידיש, ווי ס'איז מיין פאליסי ווען אידיש האט נישט טייטש אויף א ווארט. בפרט ווען מ'רעדט פון אן אינשורענס פאליסי (אדער "פארזיכערונגס אפמאך"), וואס ס'איז באמת נישט דא קיין צווייטע ווארט, אזש אפילו אין העברעאיש זאגט מען פוליסת ביטוח. (הגם גיי פארשטיי פארוואס טאקע ס'הייסט פאליסי אין ענגליש.)

ש'כח גרשון פאר'ן אויסקלארן..
די פאַרגאַנגענהייט איז פאַקטיש געשען, אָבער היסטאָריע איז בלויז וואָס עמיצער האָט אַראָפגעשריבן.
אוועטאר
יצחק אייזיק
שר תשעת אלפים
תגובות: 9998
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 02, 2020 2:25 pm

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יצחק אייזיק »

טשעבינער האט געשריבן:ס'קוקט אויס אז דו ווייסט ניטאמאל וואס מיינט פרינציפ.
יא, די געשעפט האט א פרינציפ, אז זיי פארקויפן נאר....
כ'האב געמאכט א אינשורענס אפמאך....
כ'האב אונטערגעשריבן א נייע [פאליסי] שטר מיט עטליכע תנאים. די פאליסי איז די עיקר תנאי, און נאך קלענערע דעטאלן.

לאו דווקא, איך מיין אז פרינציפ און תקנה איז טאקע היינו הך, נאר תקנה מאכט מער סענס פאר א מוסד און פרינציפ פאר א געשעפט.

גרשון, אויב פאליסי שטאמט פון שטאט, האט עס מעגליך שייכות מיט די 'שטאטוטן' וואס מ'נוצט פאר תקנות הקהילה.
הנה תגובתי לפניך, קח ולייק
פראקטיש
שר חמשת אלפים
תגובות: 5517
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2020 5:47 pm

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פראקטיש »

צ/ק
שכל

ושכל טוב לכל עושיהם. ונמצא חן ושכל טוב.

חכמה, איז קלוג. סמארט, וויסדאם וכדומה.

וויאזוי זאגט מען שכל אין אידיש און אין ענגליש?

דער האט דאך נישט קיין "שכל" נעבעך.

גוגל טרענסעלעיט זאגט מיר celebro וואס איז עפעס א ליחות המוח, ס'געפעלט מיר נישט.

נו?
אוועטאר
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5070
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרשון »

פראקטיש האט געשריבן:שכל

אינעם קאנטעקסט וואס מיר ניצן עס געווענליך וואלט מסתמא געווען די בעסטע טייטש לאָגיק ("דער שכל זאגט / דער לאגיק זאגט"), אדער common sense / פארשטאנד ("ער האט נישט קיין שכל / ער האט נישט קיין קאמאן סענס").

דא האסטו נאך טייטשטן פון א ווערטערבוך:

reason, understanding;
intelligence, brains;
common sense;
underlying principle, rationale, logic
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
אוועטאר
היכי תמצא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5922
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2020 4:23 pm

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היכי תמצא »

נישט אז גרשון דארף מיין הסכמה... אבער common sense איז טאקע גאר אסאך מאל די בעסטע אפטייטש.
אוועטאר
היכי תמצא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5922
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2020 4:23 pm

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היכי תמצא »

פראקטיש האט געשריבן:צ/ק
שכל

ושכל טוב לכל עושיהם. ונמצא חן ושכל טוב.

חכמה, איז קלוג. סמארט, וויסדאם וכדומה.

Wisdom און smart זענען נישט די זעלבע, און אויך נישט די זעלבע ווי חכמה.

די בעסטע צווישנשייד וואס איך האב אמאל געליינט אין ענגליש איבער וויסדאם ווס. סמארט:

סמארט - די שטריך/מידה פון ארויסהאבן א זאך שנעל, פארשטיין טיפע/שווערע זאכן, א גוטע לערנער, וכדו'. מער ווייניגער קלוג - חכמה.

וויסדאם - די שטריך/מידה פון נעמען די לעבנ'ס ערפארונג און עס פארוואנדלען אין אן אוצר פון קלוגשאפט אדער וויסן. יענער פארשטייט אויך ווי אזוי צו נעמען די פארשידענע ערפארונג צו פארשטיין אנדערע זאכן און מאכן קלוגע באשלוסן. אבער יענער האט נאכאלס נישט די שטריך/מידה פון סמארט (אוודאי קען מען האבן ביידע).

סמארט קען מען געבוירן ווערן מיט, אבער וויסדאם קומט מיט די יארן. עס מיינט נאכאלס נישט אז איינער וואס עלטערט זיך ווערט אויטאמאטיש Wise, מ'דארף נאכאלס האבן די שטריך עס צו דעוועלאפן.

איך מיין אז בינה איז wisdom. ס'איז דא פארשידענע פירושים איבער די חילוקים פון חכמה בינה ודעת, און חז"ל זאגן דאך אז ארבעים לבינה, קומט אויס אז בינה באקומט מען מיט די יארן, וואס דאס דייט אן אז עס איז wisdom. ווי אויך, פירן זיך אסאך נישט צו לערנען זוהר אונטער די פערציג, דאס שטימט מיט וויסדאם.

ווי אזוי זאגט מען wiadom אין אידיש?

איך האב זיך לעצטענס אנגעשטויסן אין א ווארט "וויסנהאפט" (נישט "וויסנשאפט" מיט א ש'). איך האב עס געטראפן אין 'דאס אידישע ווארט' פון תשס"ג, די אויסגאבע פארמאגט א געשמאקע ליטפישע אידיש מיט אסאך ווערטער וואס קען צוניץ קומען. לויט די קאנטעקסט זעט מיר אויס אז "וויסנהאפט" איז wise/wisdom.
אוועטאר
היסטאריש
שר שלשת אלפים
תגובות: 3985
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 27, 2021 4:20 pm
פארבינד זיך:

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היסטאריש »

היכי תמצא האט געשריבן:

ש'כח היכי..
די פאַרגאַנגענהייט איז פאַקטיש געשען, אָבער היסטאָריע איז בלויז וואָס עמיצער האָט אַראָפגעשריבן.
פראקטיש
שר חמשת אלפים
תגובות: 5517
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2020 5:47 pm

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פראקטיש »

גרשון האט געשריבן:
פראקטיש האט געשריבן:שכל

אינעם קאנטעקסט וואס מיר ניצן עס געווענליך וואלט מסתמא געווען די בעסטע טייטש לאָגיק ("דער שכל זאגט / דער לאגיק זאגט"), אדער common sense / פארשטאנד ("ער האט נישט קיין שכל / ער האט נישט קיין קאמאן סענס").

דא האסטו נאך טייטשטן פון א ווערטערבוך:

reason, understanding;
intelligence, brains;
common sense;
underlying principle, rationale, logic

מאכט סענס וואס דו שרייבסט.

נו וויאזוי וואלט מען געטייטשט ונמצא חן 'ושכל' טוב אין אידיש אדער ענגליש?
פראקטיש
שר חמשת אלפים
תגובות: 5517
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2020 5:47 pm

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פראקטיש »

היכי תמצא האט געשריבן:
פראקטיש האט געשריבן:צ/ק
שכל

ושכל טוב לכל עושיהם. ונמצא חן ושכל טוב.

חכמה, איז קלוג. סמארט, וויסדאם וכדומה.

Wisdom און smart זענען נישט די זעלבע, און אויך נישט די זעלבע ווי חכמה.

די בעסטע צווישנשייד וואס איך האב אמאל געליינט אין ענגליש איבער וויסדאם ווס. סמארט:

סמארט - די שטריך/מידה פון ארויסהאבן א זאך שנעל, פארשטיין טיפע/שווערע זאכן, א גוטע לערנער, וכדו'. מער ווייניגער קלוג - חכמה.

וויסדאם - די שטריך/מידה פון נעמען די לעבנ'ס ערפארונג און עס פארוואנדלען אין אן אוצר פון קלוגשאפט אדער וויסן. יענער פארשטייט אויך ווי אזוי צו נעמען די פארשידענע ערפארונג צו פארשטיין אנדערע זאכן און מאכן קלוגע באשלוסן. אבער יענער האט נאכאלס נישט די שטריך/מידה פון סמארט (אוודאי קען מען האבן ביידע).

סמארט קען מען געבוירן ווערן מיט, אבער וויסדאם קומט מיט די יארן. עס מיינט נאכאלס נישט אז איינער וואס עלטערט זיך ווערט אויטאמאטיש Wise, מ'דארף נאכאלס האבן די שטריך עס צו דעוועלאפן.

איך מיין אז בינה איז wisdom. ס'איז דא פארשידענע פירושים איבער די חילוקים פון חכמה בינה ודעת, און חז"ל זאגן דאך אז ארבעים לבינה, קומט אויס אז בינה באקומט מען מיט די יארן, וואס דאס דייט אן אז עס איז wisdom. ווי אויך, פירן זיך אסאך נישט צו לערנען זוהר אונטער די פערציג, דאס שטימט מיט וויסדאם.

ווי אזוי זאגט מען wiadom אין אידיש?

איך האב זיך לעצטענס אנגעשטויסן אין א ווארט "וויסנהאפט" (נישט "וויסנשאפט" מיט א ש'). איך האב עס געטראפן אין 'דאס אידישע ווארט' פון תשס"ג, די אויסגאבע פארמאגט א געשמאקע ליטפישע אידיש מיט אסאך ווערטער וואס קען צוניץ קומען. לויט די קאנטעקסט זעט מיר אויס אז "וויסנהאפט" איז wise/wisdom.

זייער שיין, ס'איז א פארצווייגטע נושא כשלעצמו. אויב ס'איז נאך נישטא קיין אשכול דערויף וואלטסטו געמעגט עפענען איינס, ס'פארדינט אזויפיל אויפמערקזאמקייט ווי "די גאן דעבאטע".

כ' האב בעיקר געוואלט וויסן די פשוטע טייטש דערויף.

וויאזוי סזאל נישט פארשטיי איך נישט וואס וואס מ'בעט. אז אונז זאל מיר געפונען קאמאן סענס אין מענטשנס אויגן? מה הפשט?

ווייס איך נישט אויב מ'מעג עס פרעגן אין דעם אשכול
אוועטאר
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5070
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרשון »

פראקטיש האט געשריבן:כ' האב בעיקר געוואלט וויסן די פשוטע טייטש דערויף.

וויאזוי סזאל נישט פארשטיי איך נישט וואס וואס מ'בעט. אז אונז זאל מיר געפונען קאמאן סענס אין מענטשנס אויגן? מה הפשט?

ווייס איך נישט אויב מ'מעג עס פרעגן אין דעם אשכול

די תפילה איז באזירט אויף א פסוק אין משלי (ג,ד), און דערפאר איז עס אביסל מליצה'דיג.

דער מצודות טייטשט דעם פסוק, "ובזה [ע"י התורה] תמצא חן ותהיה ידוע למשכיל בשכל טוב בעיני אלקים ואדם." זע דארט אין די מפרשים נאך טייטשן.
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
איך און מיך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 324
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 26, 2022 9:34 am

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איך און מיך »

ווער ס'מיינט אז איך מיין נישט איהם מיין איך אז איך מיין יא איהם
פראקטיש
שר חמשת אלפים
תגובות: 5517
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2020 5:47 pm

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פראקטיש »

גרשון האט געשריבן:
פראקטיש האט געשריבן:כ' האב בעיקר געוואלט וויסן די פשוטע טייטש דערויף.

וויאזוי סזאל נישט פארשטיי איך נישט וואס וואס מ'בעט. אז אונז זאל מיר געפונען קאמאן סענס אין מענטשנס אויגן? מה הפשט?

ווייס איך נישט אויב מ'מעג עס פרעגן אין דעם אשכול

די תפילה איז באזירט אויף א פסוק אין משלי (ג,ד), און דערפאר איז עס אביסל מליצה'דיג.

דער מצודות טייטשט דעם פסוק, "ובזה [ע"י התורה] תמצא חן ותהיה ידוע למשכיל בשכל טוב בעיני אלקים ואדם." זע דארט אין די מפרשים נאך טייטשן.

שקויעך שקויעך, העכסט פאסענד אין די טעג פון קבלת התורה.

החייתני
שרייב תגובה

צוריק צו “שפראך, גראמאטיק און דקדוק”