וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

די אחראים: יאנאש,אור המקיף,אחראי,געלעגער

גוט צו זיין גוט
שר חמש מאות
תגובות: 580
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 30, 2021 4:09 pm

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גוט צו זיין גוט »

למדן וצדיק האט געשריבן:
נישט שלאפן האט געשריבן:איז דא א אידישע אפטייטש ווארט פאר Camouflage?

והשתא דאתית להכי, אז איר ברענגט שוין יא פון דארט, און מען פארטייטשט 'פארמאסקירט', - און גוגל-טרעסלעישאן פארטייטשט עס אויף 'היברו' "להסוות", קען מען דאך רעדן גראד, און גיין צום "אידיש ווערטער אוצר", [א. ראטה], [און איך טרעף נישט דארט 'קאמופלאזש', אדער ענליך, עכ"פ די מהודרא וואס איך האב יעצט], און דארט זע איך אויפ'ן ווארט: פארשלייערט, בזה הלשון:
פארשלייערט, איינגעהילט, איינגעוויקלט, באהאלטן, פארשטעלט, פארדעקט, פארשטעקט, אומזעבאר, בצניעות.

לכאורה אויב שרייבן 'פארמאסקירט', איז דאך בעסער 'פארשלייערט'; אבער 'קאמופלאזש' ווי אויבן דערמאנט, איז לכאורה דער ענגלישער ווארט אין אידישע בוכשטאבן...

איז דאס א הילף?
אוועטאר
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5120
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרשון »

נעמטאָדאָם האט געשריבן:ווען איינער וועט פרעגן א שרייבער פון וואו ער נעמט א געוויסע ווארט, כגון "פאסצינירט..." וועט ער חלילה זאגן אז ער האט דאס געבארגט אדער גאר גע'גנב'עט במחתרת פון ענגליש... ער וועט ברענגען פילע ראיות פון 'אידישע ווערטער-ביכער' אז זיי זענען זאגאר אור-אלטע [גע'גנב'עטע] ווערטער. משא"כ לשה"ק וועלכע וועט שטענדיג בלייבן 'געבארגט'.

ס'איז א טעות וואס געוויסע האבן אז ס'טוט זיך א גנב'עריי פון ענגלישע ווערטער. אמת, טייל ווערטער מוז מען צוקומען צו ענגליש, א שטייגער ווי טעכנאלאגישע טערמינען (קאמפיוטער, אימעיל, סמארטפאן), אדער אנדערע נייע ווערטער. אבער נישט יעדע ווארט וואס מ'לערנט נישט אויס אין קינדערגארטן קומט פון ענגליש.

אידיש האט א לאנגע היסטאריע דורכאויס מזרח און מערב אייראפע, וואו איר ווערטער אוצר און פאנעטיק האט זיך אויפגעבויט. צום באדויערן מוז מען צוקומען צו יידישיסטישע ווערטערביכער פון יִיוואָ וואס קלאסיפיצירן ווערטער, וויבאלד דער פרומער עולם האט נישט ארויסגעגעבן קיין ממשות'דיגע ווערק אין דער נושא.
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
אוועטאר
נעמטאָדאָם
שר חמישים ומאתים
תגובות: 452
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 05, 2021 3:56 pm

תגובה דורך נעמטאָדאָם »

גרשון האט געשריבן:

נניח אז עס איז נישט דא קיין מאסן גנב'עריי, אבער צו דען האט יעדער וואס טוט מייסטערהאפטיג און געשליפן אפקלאפן זיינע מחשבות אויפן געדריקטן פאפיר, אפגעלערנט די אלע אור אלטע לעקסיקאנען? כמדומה לי אז נישט. מען שרייבט ארויס פון זכרון. אודאי קען מען נאכקוקן געוויסע ווערטער, אבער דאכצעך אז זינטן קריג זענען שוין צוגעקומען א היבש ביסל דזשארגאן ענגלישע ווערטער צום אידישן שפראך על אף דער איינציגער מקור זענען פון היינטיגע שרייבער.

און נאכאמאל: איך האב הישט קיין פראבלעם אז מען לייגט צו ווערטער, אדרבה אזוי קומט א שפראך, נעם צום ביישפיל ענגליש, עס קומען כסדר ארויס נייע ווערסיעס פון לעקסיקאנען. און להבדיל אלף אלפי הבדלות בין קודש לחול, זענען די דיאלעקטן אין לשה"ק אויך כסדר געטוישט געווארן פון תורה צו נביאים צו כתובים ביז צו די אחרוני זמנינו. די שאלה איז נאר אז פונקט אידיש לייקנט מען אז מען לייגט צו ווערטער, נאר אלעס האט א 'קלארע' מקור, און ממילא שטעלט זיך ארויס אז לשה"ק ווערטער קענען קיינמאל זיך איינגלידערן צווישן זייערע אידישע בלוט-קרובים.
ווייסעך נישט
אוועטאר
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5120
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרשון »

ווער לאזט נישט צולייגן לשון-קודש'דיגע ווערטער? יעדער שרייבער קען צולייגן, נאר דער אויסלייג וועט בלייבן ווי אריגינעל.

גראדע קוקט מיר אויס ווי די דער עולם גלייכט פשוט נישט צו שטארק לשון-קודש. קוק אין אלטע טעקסטן, וועסטו טרעפן אסאך לשון-קודש ווערטער וואס זענען נישט באניצט היינט.
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
אוועטאר
נעמטאָדאָם
שר חמישים ומאתים
תגובות: 452
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 05, 2021 3:56 pm

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נעמטאָדאָם »

גרשון האט געשריבן:ווער לאזט נישט צולייגן לשון-קודש'דיגע ווערטער? יעדער שרייבער קען צולייגן, נאר דער אויסלייג וועט בלייבן ווי אריגינעל.

גראדע קוקט מיר אויס ווי די דער עולם גלייכט פשוט נישט צו שטארק לשון-קודש. קוק אין אלטע טעקסטן, וועסטו טרעפן אסאך לשון-קודש ווערטער וואס זענען נישט באניצט היינט.

כ'העל נאך איין מאל פרעגן מיין פראגע אין אדערע ווערטער, ואולי וועט מען ארויסקומען מיט עפעס, און אויב נישט העמער ממשיך זיין ווי גוטע פריינט.

יעדער 'לאזט' צולייגן ווערטער. מיין תמיה איז, פארוואס וועט קיין שרייבער קיינמאל זאגן אז ער האט גע'גנב'עט א ווארט (מיט רעכט) פון ענגליש, נאר אנשטאט וועט ער דיר ברענגען ראיות ברורות פון אידישע ווערטער-ביכער אז דאס איז שוין אן אור-אלטער ווארט...

דאס הייסט אז לשה"ק וואקסט, להבדיל ענגליש וואקסט, און נאר אידיש לייגט קיינער נישט צו, והוא פלא.

און וואו מען קען דאס זעהן איז טאקע ביים נוצן לשה"ק ווערטער. היות מען קען קיינעם איינרעדן אז דאס איז אן אור-אלטער אידישער ווארט.

אבער לאמיר ממשיך זיין מיטן שיינעם אשכול.

קאמופלאזש, מה דינו....
ווייסעך נישט
אוועטאר
למדן וצדיק
שר האלף
תגובות: 1189
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2015 10:49 pm

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך למדן וצדיק »

נעמטאָדאָם האט געשריבן:יעדער 'לאזט' צולייגן ווערטער. מיין תמיה איז, פארוואס וועט קיין שרייבער קיינמאל זאגן אז ער האט גע'גנב'עט א ווארט (מיט רעכט) פון ענגליש, נאר אנשטאט וועט ער דיר ברענגען ראיות ברורות פון אידישע ווערטער-ביכער אז דאס איז שוין אן אור-אלטער ווארט...

כ'ווייס נישט פון וועלכן שרייבער דו רעדסט. יעדער שרייבער איז מסתם אנדערש, אבער איך קען דיר זאגן וואס איך טו. ווען איך ווייס נישט ווי אזוי מ'זאגט א ווארט אין אידיש, קוק איך אויף אין ווערטערבוך. אויב איז נישטא דארט קיין ווארט וואס איך זוך, גנב'ע איך פון ענגליש, און צומאל, אויב ס'פעלט זיך וויכטיג אויס, וועל איך אויך פאבריצירן א נייע ווארט.

ווען ס'איז דא א ווארט אין ווערטערבוך, וועל איך קיינמאל נישט נעמען פון ערגעץ אנדערש. ס'איז א שאד צו נוצן פרעמדע ווערטער ווען ס'זענען דא אייגענע.
וצריך לאדם להיות לו אלו שני בחינות ברית, היינו שיהא ״צדיק״ ו״למדן״ (לקוטי מוהר״ן ח״א, ל״א, ה׳)
אוועטאר
היכי תמצא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5922
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2020 4:23 pm

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היכי תמצא »

אוודאי זענען דא הונדערטער ענגליש-פאראידישטע ווערטער, נאר קיינער וויל קיינמאל מודה זיין אז ער איז דער ערשטער וואס האט עס גענוצט (א זאך וואס איז כמעט אומעגליך צו באשטעטיגן), דעריבער איז די כלל אז אויב נוצט שוין א גרויס חלק פונעם ציבור דעם פאראידישטע ווארט, דאן איז די ווארט אידיש!

די טענות איז געווענליך ווען א פאראידישטע ווארט האלט אינמיטן ווערן פאראידישט וואס צומאל רייסט זיך עס אריין, און צומאל פאלט עס צוריק ארויס, דעריבער איז דא א שקלא וטריא. למעשה אויב א שרייבער נוצט א פאראידישטע ווארט און מאכט זיך נישט צוטאן פון קריטיק, קען עס 5 יאר שפעטער זיין אן עמטליך פאראידישטע ווארט (אזוי ווערן ווערטער צומאל פאראידישט).

עס איז אזוי מיט אלע שפראכן. שפראכן האבן קיין שומרים וואס האלטן עס אין די ראמען, עס ווערט באשלאסן דורך די געזעלשאפט מיט צייט. אבער צו האלטן שפראך אויף א סטאנדארט טאג איין טאג אויס איז יא דא מומחים.
אוועטאר
Jewboy
מלך הייד פארק
תגובות: 419
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 26, 2006 5:30 am
לאקאציע: אונטער דער ערד

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Jewboy »

טחינה?
חומוס, געמאלענע ארבעס צו טינקען?
טאמעיטא דיפ?
א גוטן.
א גוטן, קען אלץ צו נוץ קומען
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35438
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

ווער?

פון וואנעט ביסטו ארויסגעוואקסן?

א מאכל ווערט גערופן געווענליך אזוי ווי מ'רופט עס דארט וואו ס'איז ערפינדן געווארן, ע"כ האבן די 3 דערמאנטע מאכלים קיין אפטייטש אין אידיש.

לויט דיין פראגע קענסטו פרעגן די זעלבע אויף פיצא פאלאפל סחוג וכו'. אדער וויאזוי מ'רופוט קישקע מיט געפילטע פיש אין ענגליש.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
יצחק טובי'
שר האלף
תגובות: 1348
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 01, 2021 8:45 am

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יצחק טובי' »

farshlufen האט געשריבן:ווער?

פון וואנעט ביסטו ארויסגעוואקסן?

א מאכל ווערט גערופן געווענליך אזוי ווי מ'רופט עס דארט וואו ס'איז ערפינדן געווארן, ע"כ האבן די 3 דערמאנטע מאכלים קיין אפטייטש אין אידיש.

לויט דיין פראגע קענסטו פרעגן די זעלבע אויף פיצא פאלאפל סחוג וכו'. אדער וויאזוי מ'רופט קישקע מיט געפילטע פיש אין ענגליש.

ער האט ענדליך מקיים געווען זיין אוועטאר'ס צוזאג...

אגב איז א"י זענען דא וואס רופן טאמעיטע דיפ אראבישע סאלאט, אבער דאס איז בלויז א כינו.
אוועטאר
קנאפער ידען
שר החסד
תגובות: 31274
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו ג-ט ב"ה וויל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קנאפער ידען »

יצחק טובי' האט געשריבן:
farshlufen האט געשריבן:ווער?

פון וואנעט ביסטו ארויסגעוואקסן?

א מאכל ווערט גערופן געווענליך אזוי ווי מ'רופט עס דארט וואו ס'איז ערפינדן געווארן, ע"כ האבן די 3 דערמאנטע מאכלים קיין אפטייטש אין אידיש.

לויט דיין פראגע קענסטו פרעגן די זעלבע אויף פיצא פאלאפל סחוג וכו'. אדער וויאזוי מ'רופט קישקע מיט געפילטע פיש אין ענגליש.

ער האט ענדליך מקיים געווען זיין אוועטאר'ס צוזאג...

אגב איז א"י זענען דא וואס רופן טאמעיטע דיפ אראבישע סאלאט, אבער דאס איז בלויז א כינו.

היינו הך? דאהי איז דא אראבישע סאלאט אויך, און עס איז אנדערש, מער שטיקלעך און אויליג און כ'מיין אז און קנאבל.
"אייער צופרידנהייט, מיין הנאה." -מיך אליינס...

נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין פאר עפעס דא קען מען מיר צושיקן א לינק דערצו אין אימעיל [email protected]
אוועטאר
יצחק טובי'
שר האלף
תגובות: 1348
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 01, 2021 8:45 am

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יצחק טובי' »

דאכט זיך אז דארט רופט מען אלע אזוי (אויסער רוטב פיצא).
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35438
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

קנאפער ידען האט געשריבן:היינו הך? דאהי איז דא אראבישע סאלאט אויך, און עס איז אנדערש, מער שטיקלעך און אויליג און כ'מיין אז און קנאבל.

כנ"ל, ס'איז אן אנדערער מאכל.

קען זיין אז די אר"י אידן האבן פשוט נישט פארמאגט קיין בלענדער אדער פוד-פראסעסאר, אבער ס'קומט אויס גאר אנדערש סיי אין טעקסטשור סיי אין טעם.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
Goodmorning
שר חמשת אלפים
תגובות: 5430
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 06, 2018 2:32 pm

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Goodmorning »

וויאזוי זאגט מען resentment? נישט פאראיבל אדער קעגנערשאפט, עפעס אזא שלעכטע געפיל

איז ווידערגעפיל א ווארט? עפעס ליגט עס מיר אין מח נישט זיכער אויב איך האב עס אליין אויסגעטראכט
שויתי ה' לנגדי תמיד
אוועטאר
צו געזונט
שר שבעת אלפים
תגובות: 7079
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש נאוועמבער 21, 2009 6:24 pm
לאקאציע: חשש גילוי

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צו געזונט »

עס שטימט מער מיט פאראיבל, אפשיי און עקל
לערנט אייך אויס סקול באס סעיפטי. דאן פראקטיצירט עס מיט אייערע קינדער.
צו קאנען בעיסיק ערשטע הילף איז נישט א אויסוואהל. עס איז א מוז פאר יעדע טאטע, מאמע און ערוואקסענער.
אוועטאר
צו געזונט
שר שבעת אלפים
תגובות: 7079
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש נאוועמבער 21, 2009 6:24 pm
לאקאציע: חשש גילוי

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צו געזונט »

קידוש לבנה איז אקוראט די ווארט...
יו"ט פסח הייסט נישט היפען אויף אידיש
יו"ט סוכות הייסט נישט ביידל/בודקע
א.א.וו.
לערנט אייך אויס סקול באס סעיפטי. דאן פראקטיצירט עס מיט אייערע קינדער.
צו קאנען בעיסיק ערשטע הילף איז נישט א אויסוואהל. עס איז א מוז פאר יעדע טאטע, מאמע און ערוואקסענער.
אוועטאר
קאמעץ בארד
שר האלפיים
תגובות: 2777
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 05, 2021 5:51 pm

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאמעץ בארד »

צו געזונט האט געשריבן:עס שטימט מער מיט פאראיבל, אפשיי און עקל

ווידערווילן איז אויך דאס?
אוועטאר
נעמטאָדאָם
שר חמישים ומאתים
תגובות: 452
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 05, 2021 3:56 pm

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נעמטאָדאָם »

קאמעץ בארד האט געשריבן:
צו געזונט האט געשריבן:עס שטימט מער מיט פאראיבל, אפשיי און עקל

ווידערווילן איז אויך דאס?

ווידערוויילן שטימט זיכער מיט עקל און אפשיי...
ווייסעך נישט
אוועטאר
נעמטאָדאָם
שר חמישים ומאתים
תגובות: 452
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 05, 2021 3:56 pm

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נעמטאָדאָם »

לכאורה איז גוגל טרענסלעיט דאס בעסטע - אין דעם פאל:

פאַרדראָס
ווייסעך נישט
אוועטאר
Jewboy
מלך הייד פארק
תגובות: 419
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 26, 2006 5:30 am
לאקאציע: אונטער דער ערד

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Jewboy »

קנאפער ידען האט געשריבן:
יצחק טובי' האט געשריבן:
farshlufen האט געשריבן:ווער?

פון וואנעט ביסטו ארויסגעוואקסן?

א מאכל ווערט גערופן געווענליך אזוי ווי מ'רופט עס דארט וואו ס'איז ערפינדן געווארן, ע"כ האבן די 3 דערמאנטע מאכלים קיין אפטייטש אין אידיש.

לויט דיין פראגע קענסטו פרעגן די זעלבע אויף פיצא פאלאפל סחוג וכו'. אדער וויאזוי מ'רופט קישקע מיט געפילטע פיש אין ענגליש.

ער האט ענדליך מקיים געווען זיין אוועטאר'ס צוזאג...

אגב איז א"י זענען דא וואס רופן טאמעיטע דיפ אראבישע סאלאט, אבער דאס איז בלויז א כינו.

היינו הך? דאהי איז דא אראבישע סאלאט אויך, און עס איז אנדערש, מער שטיקלעך און אויליג און כ'מיין אז און קנאבל.

טאמעיטא דיפ איז נישט ערפינדן אין אמעריקע, ס'איז ווי געשריבן אראבישע סלט און אזוי רופט מען דאס טאקע,
לגבי פיצה איז א וועלטס ווארט, פלאפל און סחוג האבן אנדערע נעמען אין געוויסע לענדער.

ווי באלד אז ס'איז שמיטה ביינונז איז בעסער ארויס צו וואקסן ווי פריער אז ס'זאל נישט זיין קיין שאלות :wink:
א גוטן.
א גוטן, קען אלץ צו נוץ קומען
אוועטאר
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5120
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרשון »

Goodmorning האט געשריבן:וויאזוי זאגט מען resentment? נישט פאראיבל אדער קעגנערשאפט, עפעס אזא שלעכטע געפיל

איז ווידערגעפיל א ווארט? עפעס ליגט עס מיר אין מח נישט זיכער אויב איך האב עס אליין אויסגעטראכט

פארדרוס (פארדראס), פאראיבל.
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
Goodmorning
שר חמשת אלפים
תגובות: 5430
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 06, 2018 2:32 pm

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Goodmorning »

גרשון האט געשריבן:
Goodmorning האט געשריבן:וויאזוי זאגט מען resentment? נישט פאראיבל אדער קעגנערשאפט, עפעס אזא שלעכטע געפיל

איז ווידערגעפיל א ווארט? עפעס ליגט עס מיר אין מח נישט זיכער אויב איך האב עס אליין אויסגעטראכט

פארדרוס (פארדראס), פאראיבל.

ווידערווילן? נישט א שווער הארץ ממש.

Goodmorning האט געשריבן:

ווידערווילן מיינט עפעס אנדערש.

(בעסער אויב דו קענסט שרייבן דעם זאץ וואס דו ווילסט בערך שרייבן.)

איינער האט מיר געפרעגט. איך ווייס טאקע נישט אויב איך האב זיך אויסגעדרוקט מיטן ריכטיגן ענגלישן ווארט

למשל, זיין נאמען האט אים ארויפגעברענגט א געפיל פון -----------------
שויתי ה' לנגדי תמיד
אוועטאר
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5120
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרשון »

פאראַכטונג? אָפּשיי?
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
שרייב תגובה

צוריק צו “שפראך, גראמאטיק און דקדוק”