וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

די אחראים: יאנאש,אור המקיף,אחראי,געלעגער

פראקטיש
שר חמשת אלפים
תגובות: 5636
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2020 5:47 pm

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פראקטיש »

קנאפער ידען האט געשריבן:
farshlufen האט געשריבן:
קנאפער ידען האט געשריבן:
File איז טעקע, יא?
אבער ווי אזוי שרייבט מען Filed
צב"ש, "he filed all the documents about the project"

לכאורה וואלט מען געשריבן אריינגעלייגט אדער אריינגעשטעלט.

הא תינח ווען דו רעדסט פון אוועקשטעלן פיילס אין דיין אייגענע קאמפיוטער.

ווי וועסטו שרייבן ווען ער האט געפיילט די נויטיגע דאקומענטן אדער פערמיטן?

יענער filed (וואס מיינט submitted) איז א תולדה פון דער filed וואס ער פרעגט (וואס איז מער ווי placed) פשוט ווייל מען שיקט עס אריין צו די חברה צו אריינשטעלן אויפן רעקארד.

אבער אין דעם פאל קען מען פשוט שרייבן ער האט "אריינגעשיקט" די נויטיגע דאקומענטן.

איך מיין אז מ'קען אנפרעגן ביי די וואס אפגעמאכט אז מ'מעג נוצן דאס ווארט "פארקירט", צו זיי לאזן אויך נוצן "פיילירט" אויף געפיילט.

אבער דער אמת איז אז א פייל מיין איך הייסט אין אידיש "דאסיאר", מילא קען זיין בדרך אפשר אז מ'וואלט געקענט זאגן "ג'דאסיאר'ט".

וויאזוי מ'טוט איז דא על מי שיסמוך, ובלבד שיכון לבו לשם שמים. (ובעל נפש יעשה שאלת חכם)
פראקטיש
שר חמשת אלפים
תגובות: 5636
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2020 5:47 pm

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פראקטיש »

היכי תמצא האט געשריבן:
קאמעץ בארד האט געשריבן:
היכי תמצא האט געשריבן:
קאמעץ בארד האט געשריבן:צ'ק
consistent?

קאנסעקווענט (קרעדיט: גרשון)

ש'כח. וויאזוי וואלט מען עס געשריבן אין היינטיגן אידיש המדוברת? קאנסיסטענט?

'קאנסעקווענט' איז היינטיגע אידיש, עכ"פ לויט די שפראך עקספערטן. עס איז פשוט הויכע וואקאבולאר אדער א ווארט וואס דער אלגעמיינער עולם האט פארגעסן, אבער עס איז דא קיין סיבה פאר א שרייבער עס נישט צו ניצן. אדרבה מ'ברויך עס יא ניצן.

מ'ברויך פרעגן גרשון.

@גרשון נוצט עס
אוועטאר
קנאפער ידען
שר החסד
תגובות: 31271
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו ג-ט ב"ה וויל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קנאפער ידען »

היכי תמצא האט געשריבן:קנאפער, שכ'ח פאר די ערשטע צוויי ווערטער.

אבער פארשלאפן האט טאקע ארויסגעברענגט מיין פראבלעם.

לאמיר זאגן איך רעד פון פיילס אין אן ארכיוו אדער רעקארדס אפטיילונג. איז 'פיילס' כשר? אויב שרייב איך 'טעקעס', למשל אויב שרייב איך "ער איז אראפ צום ארכיוו אבער ער האט געטראפן קיין שום טעקעס וואס רעדט פון די אפעראציע. דאס איז ווייל זיי האבן פשוט נישט _______ (געפיילט) דאקומענטן איבער די אפעראציע".

אלזא, איז דא קיין ווארט פאר 'טעקע' איבער א פעולה בלשון עבר אזוי ווי עס איז דא מיט 'פייל'?

טעקעס איז כמובן ריכטיג אויף די files. פיילס מיין איך נישט מאכט סענס אין דעם קאָנטעקסט (לגבי "קאמפיוטער פיילס" וואלט איך יא געזאגט אז עס קומט אריין פיילס זינט מען רעדט טעכנאלאגיע שפראך.)

און ווי געזאגט זע איך נישט וואס איז שלעכט אין דיין פאל צו שרייבן "אריינשטעלט" אדער "אוועקגעלייגט."
"אייער צופרידנהייט, מיין הנאה." -מיך אליינס...

נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין פאר עפעס דא קען מען מיר צושיקן א לינק דערצו אין אימעיל [email protected]
פראקטיש
שר חמשת אלפים
תגובות: 5636
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2020 5:47 pm

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פראקטיש »

צ/ק
gender?

וואז איז די ריכטיגע ווארט אין אידיש?
וואס נוצט מען למעשה?

קנאפער ידען האט געשריבן:טעקעס איז כמובן ריכטיג אויף די files. פיילס מיין איך נישט מאכט סענס אין דעם קאָנטעקסט (לגבי "קאמפיוטער פיילס" וואלט איך יא געזאגט אז עס קומט אריין פיילס זינט מען רעדט טעכנאלאגיע שפראך.)

און ווי געזאגט זע איך נישט וואס איז שלעכט אין דיין פאל צו שרייבן "אריינשטעלט" אדער "אוועקגעלייגט."

אדער אפשר גאר "ארכיווירט."
"אייער צופרידנהייט, מיין הנאה." -מיך אליינס...

נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין פאר עפעס דא קען מען מיר צושיקן א לינק דערצו אין אימעיל [email protected]
אוועטאר
היכי תמצא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5922
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2020 4:23 pm

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היכי תמצא »

פראקטיש, די וואס שרייבן דעציזיע, פארקירט, פיילירט, ועוד פארדרייען, לדעתי, דעם אידישן שפראך. וואו שטעלט זיך עס אפ? גיימער נעמען די וועלכע ענגלישע ווערטער מיר גלייכן און עס האלב פאראידישן?! אויב אזוי, וואס איז די אויפטו פון אידיש?

אפשר הייבט מען אן שרייבן ענגליש אין אידישע אותיות... עס וועט שפארן די ארבעט פון פאראידישן און פטור אן עסק.

-----------

הרב פראקטיש, דאס איז אויסדרוקליך נישט אן אטאקע אויף דיר. איך ווייס אז דו ביסט א שפראך ליבער, און מ'פרובירט זיך פשוט צו ספראווען מיט די אלע 'מומחים' מיט קעגנגעזעצטע מהלכים.

איך רעד זיך פשוט אפ אויף א געוויסע פראקציע.

--------

לגבי 'דאסיער', לויט ווי איך ווייס איז דאסיער א ספעציפישע סארט פייל, עס איז א פראפייל אויף א א געוויסע מענטש. מ'קען עס נישט ניצן פאר סיי וועלכע פייל.
פראקטיש
שר חמשת אלפים
תגובות: 5636
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2020 5:47 pm

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פראקטיש »

היכי תמצא האט געשריבן:פראקטיש, די וואס שרייבן דעציזיע, פארקירט, פיילירט, ועוד פארדרייען, לדעתי, דעם אידישן שפראך. וואו שטעלט זיך עס אפ? גיימער נעמען די וועלכע ענגלישע ווערטער מיר גלייכן און עס האלב פאראידישן?! אויב אזוי, וואס איז די אויפטו פון אידיש?

אפשר הייבט מען אן שרייבן ענגליש אין אידישע אותיות... עס וועט שפארן די ארבעט פון פאראידישן און פטור אן עסק.

דו זאגסט מיר? איך דענק ווען און וועלכע אויסגאבע האט אריינגעברענט דעם "פארקיר" ביי אונזער ציבור. דאס בלוט מיינער זידט נאך זינט דאן, ס'האט מיך געהויבן אויגן ברעמען און סאיז נאך נישט אראפגעקומען אינגאנצן.
-----------

היכי תמצא האט געשריבן:הרב פראקטיש, דאס איז אויסדרוקליך נישט אן אטאקע אויף דיר. איך ווייס אז דו ביסט א שפראך ליבער, און מ'פרובירט זיך פשוט צו ספראווען מיט די אלע 'מומחים' מיט קעגנגעזעצטע מהלכים.

איך רעד זיך פשוט אפ אויף א געוויסע פראקציע.

איך בין מיט דיר

--------

היכי תמצא האט געשריבן:לגבי 'דאסיער', לויט ווי איך ווייס איז דאסיער א ספעציפישע סארט פייל, עס איז א פראפייל אויף א א געוויסע מענטש. מ'קען עס נישט ניצן פאר סיי וועלכע פייל.

יתכן, איך בין אליינס נישט קלאר וואס איז 'טעקע' און וואס איז 'דאסיאר'
אוועטאר
יצחק אייזיק
שר תשעת אלפים
תגובות: 9998
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 02, 2020 2:25 pm

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יצחק אייזיק »

היכי תמצא האט געשריבן:פראקטיש, די וואס שרייבן דעציזיע, פארקירט, פיילירט, ועוד פארדרייען, לדעתי, דעם אידישן שפראך. וואו שטעלט זיך עס אפ? גיימער נעמען די וועלכע ענגלישע ווערטער מיר גלייכן און עס האלב פאראידישן?! אויב אזוי, וואס איז די אויפטו פון אידיש?

אפשר הייבט מען אן שרייבן ענגליש אין אידישע אותיות... עס וועט שפארן די ארבעט פון פאראידישן און פטור אן עסק.
.

וויאזוי שרייבט מען עיר קאנדישאן? פרידזשעדעיר?.... פארקירן איז א ווארט וואס איז נישטא אין אידיש. קאר/אויטא האט נאך אנגעיאגט צו ווערן טראנסילירט פון דויטש, אבער נישט פארקן. חבל.

דעציזיע איז שוין אן אנדערע בחינה וואס איז טאקע א ווייטאג.
הנה תגובתי לפניך, קח ולייק
אוועטאר
יצחק אייזיק
שר תשעת אלפים
תגובות: 9998
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 02, 2020 2:25 pm

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יצחק אייזיק »

קנאפער ידען האט געשריבן:
היכי תמצא האט געשריבן:קנאפער, שכ'ח פאר די ערשטע צוויי ווערטער.

אבער פארשלאפן האט טאקע ארויסגעברענגט מיין פראבלעם.

לאמיר זאגן איך רעד פון פיילס אין אן ארכיוו אדער רעקארדס אפטיילונג. איז 'פיילס' כשר? אויב שרייב איך 'טעקעס', למשל אויב שרייב איך "ער איז אראפ צום ארכיוו אבער ער האט געטראפן קיין שום טעקעס וואס רעדט פון די אפעראציע. דאס איז ווייל זיי האבן פשוט נישט _______ (געפיילט) דאקומענטן איבער די אפעראציע".

אלזא, איז דא קיין ווארט פאר 'טעקע' איבער א פעולה בלשון עבר אזוי ווי עס איז דא מיט 'פייל'?

טעקעס איז כמובן ריכטיג אויף די files. פיילס מיין איך נישט מאכט סענס אין דעם קאָנטעקסט (לגבי "קאמפיוטער פיילס" וואלט איך יא געזאגט אז עס קומט אריין פיילס זינט מען רעדט טעכנאלאגיע שפראך.)

און ווי געזאגט זע איך נישט וואס איז שלעכט אין דיין פאל צו שרייבן "אריינשטעלט" אדער "אוועקגעלייגט."

ריכטיג. אדער "פארצייכנט" דאקומענטן, פארשריבן, איך גלייך אויך ארכיווירט.
הנה תגובתי לפניך, קח ולייק
אוועטאר
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5120
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרשון »

פראקטיש האט געשריבן:צ/ק
gender?

וואז איז די ריכטיגע ווארט אין אידיש?
וואס נוצט מען למעשה?

מין.
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
פראקטיש
שר חמשת אלפים
תגובות: 5636
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2020 5:47 pm

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פראקטיש »

יצחק אייזיק האט געשריבן:
היכי תמצא האט געשריבן:פראקטיש, די וואס שרייבן דעציזיע, פארקירט, פיילירט, ועוד פארדרייען, לדעתי, דעם אידישן שפראך. וואו שטעלט זיך עס אפ? גיימער נעמען די וועלכע ענגלישע ווערטער מיר גלייכן און עס האלב פאראידישן?! אויב אזוי, וואס איז די אויפטו פון אידיש?

אפשר הייבט מען אן שרייבן ענגליש אין אידישע אותיות... עס וועט שפארן די ארבעט פון פאראידישן און פטור אן עסק.
.

וויאזוי שרייבט מען עיר קאנדישאן? פרידזשעדעיר?.... פארקירן איז א ווארט וואס איז נישטא אין אידיש. קאר/אויטא האט נאך אנגעיאגט צו ווערן טראנסילירט פון דויטש, אבער נישט פארקן. חבל.

דעציזיע איז שוין אן אנדערע בחינה וואס איז טאקע א ווייטאג.

איך האב נישט קיין פראבלעם אז מ'נוצט דאס ווארט "פארק" ווילאנג מ'טרעפט נישט קיין בעסערס. אבער וואס איז שלעכט מיט גע'פארק'ט אדער גע'פייל'ט אזוי ווי מ'שרייבט גע'הרג'עט, גע'גנב'עט גע'רצח'עט וכהנה.
ווילאנג דו נוצט א ווארט פון אן אנדערע שפראך, זיי אזוי גוט און לאז עס אריגינעל.

אין העברעיש נוצט מען מיין איך חנייה, וואס דאס וואלט געדארפט טייטשן "רוען". ער האט "גערועט" דאס קאר.

מ'איז טאקע נישט צוגעוואוינט דערצו אבער אלץ בעסער ווי די נארישע "פארקירט".

רעדנדיג פון חנייה, ויחנו, טראגט מיך מיין קאפ צו מחנה. מחנה איז טייטש אין ענגליש 'קעמפ' און אין אידיש 'לאגער'. ווען נישט וואס מיר זענען טראומאטאזירט פונעם 'לאגער', וואלט מען ארויסגעפארן זומער צו די 'לאגערן', נישט צו די 'קעמפס'.

ווייס איך נאר נישט צו בא'לאגער'ט איז פונעם זעלבן שורש אדער גאר עפעס אנדערש.
פראקטיש
שר חמשת אלפים
תגובות: 5636
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2020 5:47 pm

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פראקטיש »

גרשון האט געשריבן:
פראקטיש האט געשריבן:צ/ק
gender?

וואז איז די ריכטיגע ווארט אין אידיש?
וואס נוצט מען למעשה?

מין.

אין העברעיש נוצט מין דאס, איך האב דאס נישט געזעהן ניצן ביינונז.

ווייסט אפשר וויאזוי מ'נוצט דאס אין דויטש?
אוועטאר
את פתח לו
שר עשרת אלפים
תגובות: 17527
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 07, 2021 8:42 pm

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך את פתח לו »

וואס מיינט Bobcat??
אנא מלך רחום וחנון, התמלא רחמים על כל אחינו בית ישראל, ובפרט על יושבי ארץ ישראל.

אויב מעקט מען דיינע תגובות, איז א סימן אז די שרייבסט.
אויב מעקט מען דיר אסאך, איז א סימן אז דו ביסט א גרויסע שרייבער.
דוק ותשכח
אוועטאר
יצחק אייזיק
שר תשעת אלפים
תגובות: 9998
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 02, 2020 2:25 pm

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יצחק אייזיק »

פראקטיש האט געשריבן:איך האב נישט קיין פראבלעם אז מ'נוצט דאס ווארט "פארק" ווילאנג מ'טרעפט נישט קיין בעסערס. אבער וואס איז שלעכט מיט גע'פארק'ט אדער גע'פייל'ט אזוי ווי מ'שרייבט גע'הרג'עט, גע'גנב'עט גע'רצח'עט וכהנה.
ווילאנג דו נוצט א ווארט פון אן אנדערע שפראך, זיי אזוי גוט און לאז עס אריגינעל.

אין העברעיש נוצט מען מיין איך חנייה, וואס דאס וואלט געדארפט טייטשן "רוען". ער האט "גערועט" דאס קאר.

מ'איז טאקע נישט צוגעוואוינט דערצו אבער אלץ בעסער ווי די נארישע "פארקירט".

רעדנדיג פון חנייה, ויחנו, טראגט מיך מיין קאפ צו מחנה. מחנה איז טייטש אין ענגליש 'קעמפ' און אין אידיש 'לאגער'. ווען נישט וואס מיר זענען טראומאטאזירט פונעם 'לאגער', וואלט מען ארויסגעפארן זומער צו די 'לאגערן', נישט צו די 'קעמפס'.

ווייס איך נאר נישט צו בא'לאגער'ט איז פונעם זעלבן שורש אדער גאר עפעס אנדערש.

דו ברענגסט ראיות פון לשון קודש ווערטער אויף ענגליש?!?! גע'גנב'ט איז לשון קודש, גע'הרג'ט אויך. גע'פייל'ט מאכט נישט קיין סענס ווייל אויף ענגליש ווערטער לייגט מען קיינמאל נישט קיין -'--'-

רוען אויף פארקן?! מאכט ווייטער נישט קיין סענס. רוען מיינט רוען און פארקן מיינט פארקן. אויב רוען קענסטו שוין נוצן אפשטעלן, אבער ס'איז ווייטער נישט די זעלבע זאך. פארקירט מאכט די מערסטע סענס. יעדער פארשטייט עס, ס'איז אידישליך, און ס'איז א ווארט.

באלאגערן איז מסתמא די זעלבע שורש. א מחנה ארומגענומען מיט א צוים איז א לאגער. באלאגערן מיינט ארומרינגלען.
לעצט פארראכטן דורך יצחק אייזיק אום דינסטאג יאנואר 18, 2022 12:52 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
הנה תגובתי לפניך, קח ולייק
אוועטאר
יצחק אייזיק
שר תשעת אלפים
תגובות: 9998
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 02, 2020 2:25 pm

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יצחק אייזיק »

גרשון האט געשריבן:
פראקטיש האט געשריבן:צ/ק
gender?

וואז איז די ריכטיגע ווארט אין אידיש?
וואס נוצט מען למעשה?

מין.

מ'נוצט עס נישט. ס'האט נישט קיין אידישער אפטייטש.
הנה תגובתי לפניך, קח ולייק
פראקטיש
שר חמשת אלפים
תגובות: 5636
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2020 5:47 pm

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פראקטיש »

את פתח לו האט געשריבן:וואס מיינט Bobcat??

די וויסט שוין םפון וועלכע איד מ'האט דאס גע'גנב'עט ? איך נישט...

'באבקעט' קען מיינען אדער א קליינע סארט טראקטאר אדער די פראנט שטיקל פון א טראקטאר טרעילאר.

ס'ווענט זיך ווי מ'נוצט עס.
אוועטאר
היסטאריש
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4023
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 27, 2021 4:20 pm
פארבינד זיך:

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היסטאריש »

קנאפער ידען האט געשריבן:
היכי תמצא האט געשריבן:צ/ק

Interview/interviewed

כ'מיין אז אינטערוויאו / אינטערוויאוד איז פיין.

נ"ל, אינטערוויואירט..
די פאַרגאַנגענהייט איז פאַקטיש געשען, אָבער היסטאָריע איז בלויז וואָס עמיצער האָט אַראָפגעשריבן.
אוועטאר
את פתח לו
שר עשרת אלפים
תגובות: 17527
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 07, 2021 8:42 pm

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך את פתח לו »

פראקטיש האט געשריבן:רעדנדיג פון חנייה, ויחנו, טראגט מיך מיין קאפ צו מחנה. מחנה איז טייטש אין ענגליש 'קעמפ' און אין אידיש 'לאגער'. ווען נישט וואס מיר זענען טראומאטאזירט פונעם 'לאגער', וואלט מען ארויסגעפארן זומער צו די 'לאגערן', נישט צו די 'קעמפס'.

ווייס איך נאר נישט צו בא'לאגער'ט איז פונעם זעלבן שורש אדער גאר עפעס אנדערש.

אין ענגליש זאגט מען טאקע "קאנסעטרישאן קעמפ".
פאר די ענגליש רעדענדע דארף עס זיין א שטארקע טראמע.
אנא מלך רחום וחנון, התמלא רחמים על כל אחינו בית ישראל, ובפרט על יושבי ארץ ישראל.

אויב מעקט מען דיינע תגובות, איז א סימן אז די שרייבסט.
אויב מעקט מען דיר אסאך, איז א סימן אז דו ביסט א גרויסע שרייבער.
דוק ותשכח
אוועטאר
את פתח לו
שר עשרת אלפים
תגובות: 17527
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 07, 2021 8:42 pm

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך את פתח לו »

פראקטיש האט געשריבן:
את פתח לו האט געשריבן:וואס מיינט Bobcat??

די וויסט שוין םפון וועלכע איד מ'האט דאס גע'גנב'עט ? איך נישט...

'באבקעט' קען מיינען אדער א קליינע סארט טראקטאר אדער די פראנט שטיקל פון א טראקטאר טרעילאר.

ס'ווענט זיך ווי מ'נוצט עס.

שכח.
בינך סתם(?) געווען נייגעריג .
לעצט פארראכטן דורך את פתח לו אום דינסטאג יאנואר 18, 2022 12:55 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אנא מלך רחום וחנון, התמלא רחמים על כל אחינו בית ישראל, ובפרט על יושבי ארץ ישראל.

אויב מעקט מען דיינע תגובות, איז א סימן אז די שרייבסט.
אויב מעקט מען דיר אסאך, איז א סימן אז דו ביסט א גרויסע שרייבער.
דוק ותשכח
פראקטיש
שר חמשת אלפים
תגובות: 5636
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2020 5:47 pm

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פראקטיש »

יצחק אייזיק האט געשריבן:
גרשון האט געשריבן:
פראקטיש האט געשריבן:צ/ק
gender?

וואז איז די ריכטיגע ווארט אין אידיש?
וואס נוצט מען למעשה?

מין.

מ'נוצט עס נישט. ס'האט נישט קיין אידישער אפטייטש.

אזוי לאנג ווי די 'פארקיר' עקספערטס טוען דאס נישט נארמאליזירן.

זאלן זיי נוצן די זעלבע גאט'ס און אנפאנגען צו שרייבן 'גענדער'.
אוועטאר
יצחק אייזיק
שר תשעת אלפים
תגובות: 9998
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 02, 2020 2:25 pm

Re: Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יצחק אייזיק »

היסטאריש האט געשריבן:
קנאפער ידען האט געשריבן:
היכי תמצא האט געשריבן:צ/ק

Interview/interviewed

כ'מיין אז אינטערוויאו / אינטערוויאוד איז פיין.

נ"ל, אינטערוויואירט..

יא, אזוי שרייבט מען טאקע.

-------

@פראקטיש, מסתא אין דעם פאל דארף מען אויך זאגן אינטערוויוד לויט דיר...
הנה תגובתי לפניך, קח ולייק
פראקטיש
שר חמשת אלפים
תגובות: 5636
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2020 5:47 pm

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פראקטיש »

את פתח לו האט געשריבן:
פראקטיש האט געשריבן:
את פתח לו האט געשריבן:וואס מיינט Bobcat??

די וויסט שוין םפון וועלכע איד מ'האט דאס גע'גנב'עט ? איך נישט...

'באבקעט' קען מיינען אדער א קליינע סארט טראקטאר אדער די פראנט שטיקל פון א טראקטאר טרעילאר.

ס'ווענט זיך ווי מ'נוצט עס.

שכח בינך סתם(?) געווען נייגעריג .

כ'האב געמיינט וועגן די נייעס וואס כ'האב ערהאלטן א מינוט איידער דו האסט מגיב געוועזן, איבער א גניבה נעכטן נאכט פון א אידישע ליסינג פירמע אין מאנסי.

מהאט גע'לקח'נט א באבקעט
אוועטאר
יצחק אייזיק
שר תשעת אלפים
תגובות: 9998
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 02, 2020 2:25 pm

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יצחק אייזיק »

פראקטיש האט געשריבן:
יצחק אייזיק האט געשריבן:
גרשון האט געשריבן:
פראקטיש האט געשריבן:צ/ק
gender?

וואז איז די ריכטיגע ווארט אין אידיש?
וואס נוצט מען למעשה?

מין.

מ'נוצט עס נישט. ס'האט נישט קיין אידישער אפטייטש.

אזוי לאנג ווי די 'פארקיר' עקספערטס טוען דאס נישט נארמאליזירן.

זאלן זיי נוצן די זעלבע גאט'ס און אנפאנגען צו שרייבן 'גענדער'.

ס'וועט מסתמא איין טאג אריינקומען אין לעקסיקאן, אבער ס'איז נישט אזא באנוצטע ווארט ווי פארקירט.

אגב, אין אידיש וואלט מען געשריבן דזשענדער נישט גענדער.
הנה תגובתי לפניך, קח ולייק
אוועטאר
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5120
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרשון »

פראקטיש האט געשריבן:
היכי תמצא האט געשריבן:פראקטיש, די וואס שרייבן דעציזיע, פארקירט, פיילירט, ועוד פארדרייען, לדעתי, דעם אידישן שפראך. וואו שטעלט זיך עס אפ? גיימער נעמען די וועלכע ענגלישע ווערטער מיר גלייכן און עס האלב פאראידישן?! אויב אזוי, וואס איז די אויפטו פון אידיש?

אפשר הייבט מען אן שרייבן ענגליש אין אידישע אותיות... עס וועט שפארן די ארבעט פון פאראידישן און פטור אן עסק.

דו זאגסט מיר? איך דענק ווען און וועלכע אויסגאבע האט אריינגעברענט דעם "פארקיר" ביי אונזער ציבור. דאס בלוט מיינער זידט נאך זינט דאן, ס'האט מיך געהויבן אויגן ברעמען און סאיז נאך נישט אראפגעקומען אינגאנצן.

וויינרייך שרייבט שוין פארקירט (תשכ"ח), און איך מיין מ'טרעפט עס לרוב שוין אפילו פריער.

ס'איז שווער צו מאכן מה מצינו'ס אין אזעלכע פעלער. קען זיין אז לינגוויסטיש קען מען האבן טענות פארוואס געוויסע ווערטער זענען אריין אין לעקסיקאן, אבער איינמאל ס'איז דארט איז עס דארט. מאכן נייע ווערטער איז שוין אן אנדערע מעשה, און מ'דארף עכ"פ א שטיקל סמכות דערצו, צב"ש כאטש זיין א רעדאקטאר אדער א גרויסער שרייבער. אזוי קלער איך.

בנוגע to file, אויב איז עס אין סינאנים צו submit, קען מען שרייבן אריינשיקן, אדער איינס פון די ווערטער וואס @קנאפער האט געשריבן. אויב קען מען זיך נישט קיין עצה געבן מיט אידיש, זאל מען שרייבן פיילן/געפיילט.
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35437
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

בעיני, די אלע וואס שרייבן "פארקירן" טוען פשוט "מיסטעיקירן".
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
שרייב תגובה

צוריק צו “שפראך, גראמאטיק און דקדוק”