וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

די אחראים: יאנאש,אור המקיף,אחראי,געלעגער

אוועטאר
קנאפער ידען
שר החסד
תגובות: 30709
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו ג-ט ב"ה וויל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קנאפער ידען »

נברא האט געשריבן:צ/ק
וויאזוי זאגט מען "עפארדעבל" אין אידש?
ביישפיל: מען גייט צושטעלן מער "עפארדעבל האוזינג"

אפשר "צוגענגליכע וואוינערטער/וואוינונג."
"אייער צופרידנהייט, מיין הנאה." -מיך אליינס...

נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין פאר עפעס דא קען מען מיר צושיקן א לינק דערצו אין אימעיל [email protected]
אוועטאר
דרייטצעך
שר ששת אלפים
תגובות: 6155
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 29, 2021 5:13 pm
לאקאציע: וואו דרייטצעך א איד?

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דרייטצעך »

קנאפער ידען האט געשריבן:
נברא האט געשריבן:צ/ק
וויאזוי זאגט מען "עפארדעבל" אין אידש?
ביישפיל: מען גייט צושטעלן מער "עפארדעבל האוזינג"

אפשר "צוגענגליכע וואוינערטער/וואוינונג."

אפשר פשוט'ער
צוגענגליכע הייזער
= שומר ישראל שמור שארית ישראל =
איך בין נישט קיין דעמאקראט, נישט קיין ריפובליקען און ניטאמאל קיין אינדיפעדענט, איך באנוץ זיך מיט מיין אייגענעם שכל...
אבער אנטקעגן דעת תורה פון מיינע רבי'ס בטלה דעתי!
אוועטאר
קנאפער ידען
שר החסד
תגובות: 30709
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו ג-ט ב"ה וויל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קנאפער ידען »

דרייטצעך האט געשריבן:אפשר פשוט'ער
צוגענגליכע הייזער

הייזער איז אבער נישט דער ריכטיגער אפטייטש אדער מיינונג פון האוזינג. הייזער וואלט געמיינט אפשר צו קויפן הייזער, בעת וואס אפארדעבעל האוזינג מיינט אויך (אדער גאר נאר) רענטעלס וכדו'.
"אייער צופרידנהייט, מיין הנאה." -מיך אליינס...

נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין פאר עפעס דא קען מען מיר צושיקן א לינק דערצו אין אימעיל [email protected]
אוועטאר
עירמאנט'ער
שר האלפיים
תגובות: 2295
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 16, 2014 11:51 pm

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

תגובה דורך עירמאנט'ער »

ישר כח פאר די וואס האבן מיר ארויסהאלפן.

דרייטזעך
קנאפער
היכי תמצא

האטס אסאך הצלחה
ימים ידברו - די טעג וועלן רעדן
מה נענה אנן אבתרייהו
אוועטאר
נברא
שר חמש מאות
תגובות: 743
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 16, 2017 3:02 pm
לאקאציע: קרית יואל

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נברא »

פאר "האוזינג" קען מען נוצן "דירות" (אדער "שטובער" אין פארשידענע דיאלעקטן)
אוועטאר
עירמאנט'ער
שר האלפיים
תגובות: 2295
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 16, 2014 11:51 pm

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עירמאנט'ער »

.

נעגעלי"ך

.
אטעטשמענטס
IMG_8960.jpg
IMG_8960.jpg (303.64 KiB) געזען 261 מאל
ימים ידברו - די טעג וועלן רעדן
מה נענה אנן אבתרייהו
אוועטאר
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5065
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרשון »

עירמאנט'ער האט געשריבן:.

נעגעלי"ך

.

מסתמא דער ציפורן פונעם קטורת. אין ענגליש clove.

330px-ClovesDried.jpg
330px-ClovesDried.jpg (23.9 KiB) געזען 368 מאל
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
אוועטאר
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5065
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרשון »

גובערנאַטאָר איז דאס פוילישע-רוסישע ווארט פאר גאָווערנאָר. ס'איז מערקווירדיג אז מיר וואלן ביידע באטראכט אלס אידיש, אבער קיינער וואלט נישט געשריבן "גובערנאַטאָרשע האָקול" אדער "גאָווערנאָר אַלעקסיי פון פּאַדאָליע". גובערנאטאר איז מיוחד פאר די מעשה ביכלעך פון מזרח-אייראפע און גאווערנאר פאר אמעריקע.
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
אוועטאר
קנאפער ידען
שר החסד
תגובות: 30709
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו ג-ט ב"ה וויל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קנאפער ידען »

גרשון האט געשריבן:
עירמאנט'ער האט געשריבן:.

נעגעלי"ך

.

מסתמא דער ציפורן פונעם קטורת. אין ענגליש clove.

330px-ClovesDried.jpg

זיכער אזוי. clove איז נאכאלץ באקאנט אלץ שטיקל פעינקילער און טאקע פאר צאן ווייטאג.
"אייער צופרידנהייט, מיין הנאה." -מיך אליינס...

נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין פאר עפעס דא קען מען מיר צושיקן א לינק דערצו אין אימעיל [email protected]
אוועטאר
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5065
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרשון »

א פראגע פון אייראפעאישע אייוועלטערס (אמעריקאנער מעגן אויך ענטפערן):
אוראייניקל האט געשריבן:

ווי אזוי שרייבט מען צווישן אונז די אייראפעאישע וואלוטע? אין ענגליש זאגט מען עס ארויס יורא, אזוי ווי מ'זאגט יוראפ. די אייראפעער זעלבסט (דייטשן, האלאנדער, בעלגיער, פראנצויזן) זאגן עס ווי זיי זאגן אייראפע -- איירא -- און אזוי שרייבט מען עס טאקע אפילו אין ענגליש: Euro.
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
אוועטאר
נברא
שר חמש מאות
תגובות: 743
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 16, 2017 3:02 pm
לאקאציע: קרית יואל

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נברא »

גרשון האט געשריבן:א פראגע פון אייראפעאישע אייוועלטערס (אמעריקאנער מעגן אויך ענטפערן):
אוראייניקל האט געשריבן:

ווי אזוי שרייבט מען צווישן אונז די אייראפעאישע וואלוטע? אין ענגליש זאגט מען עס ארויס יורא, אזוי ווי מ'זאגט יוראפ. די אייראפעער זעלבסט (דייטשן, האלאנדער, בעלגיער, פראנצויזן) זאגן עס ווי זיי זאגן אייראפע -- איירא -- און אזוי שרייבט מען עס טאקע אפילו אין ענגליש: Euro.

מען וואלט עס געדארפט שרייבן "איירא", אבער אזוי ווי דאס מערהייט פון אידיש רעדנדע וואוינען כהיום אין אמעריטשקע, וועלן רוב ליינער נישט פארשטיין ווען דו וועסט שרייבן "איירא", און וויבאלד דער עיקר ציל פון א שפראך איז "קאמוניקאציע" = מען זאל זיך פארשטיין איינע דאס אנדערע, איז מיין פסק אומצוויידייטיג "יורא".
אוועטאר
אוראייניקל
רב הצעיר תשפ"ד
תגובות: 17017
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 21, 2019 9:05 am

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוראייניקל »

גרשון האט געשריבן:א פראגע פון אייראפעאישע אייוועלטערס (אמעריקאנער מעגן אויך ענטפערן):
אוראייניקל האט געשריבן:

ווי אזוי שרייבט מען צווישן אונז די אייראפעאישע וואלוטע? אין ענגליש זאגט מען עס ארויס יורא, אזוי ווי מ'זאגט יוראפ. די אייראפעער זעלבסט (דייטשן, האלאנדער, בעלגיער, פראנצויזן) זאגן עס ווי זיי זאגן אייראפע -- איירא -- און אזוי שרייבט מען עס טאקע אפילו אין ענגליש: Euro.

הר"ר פנחס קארנפעלד מלפנים ראה"ק פון אנטווערפן, שרייבט אין זיין אויסגאבע 'למען תדע' "איירא".
למעשה אבער דאכט זיך מיר אז די אנטווערפענער זאגן עס ארויס ווי "עראו" (אדער ווי מ'ליינט עס ביי זיי, וואס איז נישט מעגליך אראפ צו שרייבן אין אידיש).
חוח בין השושנים האט געשריבן:
אוועטאר
יצחק אייזיק
שר תשעת אלפים
תגובות: 9998
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 02, 2020 2:25 pm

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יצחק אייזיק »

גרשון האט געשריבן:גובערנאַטאָר איז דאס פוילישע-רוסישע ווארט פאר גאָווערנאָר. ס'איז מערקווירדיג אז מיר וואלן ביידע באטראכט אלס אידיש, אבער קיינער וואלט נישט געשריבן "גובערנאַטאָרשע האָקול" אדער "גאָווערנאָר אַלעקסיי פון פּאַדאָליע". גובערנאטאר איז מיוחד פאר די מעשה ביכלעך פון מזרח-אייראפע און גאווערנאר פאר אמעריקע.

שוין אסאך געזען גובערנאטאר אויף אמעריקאנער גאווערנארס.
הנה תגובתי לפניך, קח ולייק
אוועטאר
יצחק אייזיק
שר תשעת אלפים
תגובות: 9998
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 02, 2020 2:25 pm

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יצחק אייזיק »

גרשון האט געשריבן:גובערנאַטאָר איז דאס פוילישע-רוסישע ווארט פאר גאָווערנאָר. ס'איז מערקווירדיג אז מיר וואלן ביידע באטראכט אלס אידיש, אבער קיינער וואלט נישט געשריבן "גובערנאַטאָרשע האָקול" אדער "גאָווערנאָר אַלעקסיי פון פּאַדאָליע". גובערנאטאר איז מיוחד פאר די מעשה ביכלעך פון מזרח-אייראפע און גאווערנאר פאר אמעריקע.

איינער וואגט זיך יא... אסאך שרייבן עמטליך אזוי.
אטעטשמענטס
20220201_151758.png
20220201_151758.png (75.3 KiB) געזען 255 מאל
הנה תגובתי לפניך, קח ולייק
אוועטאר
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5065
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרשון »

יצחק אייזיק האט געשריבן:
גרשון האט געשריבן:גובערנאַטאָר איז דאס פוילישע-רוסישע ווארט פאר גאָווערנאָר. ס'איז מערקווירדיג אז מיר וואלן ביידע באטראכט אלס אידיש, אבער קיינער וואלט נישט געשריבן "גובערנאַטאָרשע האָקול" אדער "גאָווערנאָר אַלעקסיי פון פּאַדאָליע". גובערנאטאר איז מיוחד פאר די מעשה ביכלעך פון מזרח-אייראפע און גאווערנאר פאר אמעריקע.

איינער וואגט זיך יא... אסאך שרייבן עמטליך אזוי.

ש'כח, נישט געוואוסט דערוועגן. דאכט זיך אבער אז דאס רוב שרייבט גאווערנאר.

(אגב, דער יעניגער קען נישט אויסלייגן. ס'קומט נישט קיין שטריכל אין גובערנאטאר'שע.)
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
אוועטאר
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5065
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרשון »

אוראייניקל האט געשריבן:
גרשון האט געשריבן:א פראגע פון אייראפעאישע אייוועלטערס (אמעריקאנער מעגן אויך ענטפערן):
אוראייניקל האט געשריבן:

ווי אזוי שרייבט מען צווישן אונז די אייראפעאישע וואלוטע? אין ענגליש זאגט מען עס ארויס יורא, אזוי ווי מ'זאגט יוראפ. די אייראפעער זעלבסט (דייטשן, האלאנדער, בעלגיער, פראנצויזן) זאגן עס ווי זיי זאגן אייראפע -- איירא -- און אזוי שרייבט מען עס טאקע אפילו אין ענגליש: Euro.

הר"ר פנחס קארנפעלד מלפנים ראה"ק פון אנטווערפן, שרייבט אין זיין אויסגאבע 'למען תדע' "איירא".
למעשה אבער דאכט זיך מיר אז די אנטווערפענער זאגן עס ארויס ווי "עראו" (אדער ווי מ'ליינט עס ביי זיי, וואס איז נישט מעגליך אראפ צו שרייבן אין אידיש).

אהא, ש'כח. למעשה אויב שרייבט מען שוין אויפ'ן אריגינעלן וועג, איז מסתמא איירא דער אויסוואל, אזוי ווי אייראפע.
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
אוועטאר
סאבאבא
שר האלפיים
תגובות: 2489
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 14, 2021 8:35 am
לאקאציע: וואנזיניגאציע

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאבאבא »

אוראייניקל האט געשריבן:
גרשון האט געשריבן:א פראגע פון אייראפעאישע אייוועלטערס (אמעריקאנער מעגן אויך ענטפערן):
אוראייניקל האט געשריבן:

ווי אזוי שרייבט מען צווישן אונז די אייראפעאישע וואלוטע? אין ענגליש זאגט מען עס ארויס יורא, אזוי ווי מ'זאגט יוראפ. די אייראפעער זעלבסט (דייטשן, האלאנדער, בעלגיער, פראנצויזן) זאגן עס ווי זיי זאגן אייראפע -- איירא -- און אזוי שרייבט מען עס טאקע אפילו אין ענגליש: Euro.

הר"ר פנחס קארנפעלד מלפנים ראה"ק פון אנטווערפן, שרייבט אין זיין אויסגאבע 'למען תדע' "איירא".
למעשה אבער דאכט זיך מיר אז די אנטווערפענער זאגן עס ארויס ווי "עראו" (אדער ווי מ'ליינט עס ביי זיי, וואס איז נישט מעגליך אראפ צו שרייבן אין אידיש).

כ'באלעק מיך די פינגערס צו ליינען זיין אלטע נאסטאלגישע אידיש וואס איז כמעט נישטא מער צו געפינען זיינס גלייכן
.i'm not normal. i'm me

מיין טיר איז אפן פאר אייך [email protected]
אוועטאר
צייט פארטרייבונג
שר האלף
תגובות: 1993
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 04, 2020 4:42 pm
לאקאציע: אויפן זייגער

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צייט פארטרייבונג »

קנאפער ידען האט געשריבן:
דרייטצעך האט געשריבן:אפשר פשוט'ער
צוגענגליכע הייזער

הייזער איז אבער נישט דער ריכטיגער אפטייטש אדער מיינונג פון האוזינג. הייזער וואלט געמיינט אפשר צו קויפן הייזער, בעת וואס אפארדעבעל האוזינג מיינט אויך (אדער גאר נאר) רענטעלס וכדו'.

נברא האט געשריבן:פאר "האוזינג" קען מען נוצן "דירות" (אדער "שטובער" אין פארשידענע דיאלעקטן)

איך מיין אז פאר דער געדאנק פון "עפארדעבל האוזינג" איז נישט דא אן אויסדרוק אויף אידיש אין צוויי ווערטער, לכאורה וועט מען דארפן שרייבן "פאר צוגענגליכע פרייזן פון דירות/וואוינונגען" וכדו'
אמר רבי אלעזר בר אבינא: אם ראית מלכיות מתגרות אלו באלו צפה לרגלו של משיח (בראשית רבה מב, ד).
וואס זאגט דאס פאר אונז?! מען זאל זיך גרייטן, און זיכער מאכן אים נישט מעכב זיין חלילה פון קומען.
ווען משיח וועט קומען וועט ער ווייזן מיט די פינגער...
אוועטאר
סאבאבא
שר האלפיים
תגובות: 2489
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 14, 2021 8:35 am
לאקאציע: וואנזיניגאציע

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאבאבא »

וואס די ריכטיגע טייטש פאר רילעשנשיפ (ארבעט רילעשנשיפ)
באציאונגען? פארבינדונגען?
.i'm not normal. i'm me

מיין טיר איז אפן פאר אייך [email protected]
אוועטאר
צייט פארטרייבונג
שר האלף
תגובות: 1993
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 04, 2020 4:42 pm
לאקאציע: אויפן זייגער

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צייט פארטרייבונג »

סאבאבא האט געשריבן:וואס די ריכטיגע טייטש פאר רילעשנשיפ (ארבעט רילעשנשיפ)
באציאונגען? פארבינדונגען?

אפאר עקזעמפלארן:
ער האט מיט אים גוטע באציאונגען שוין פאר לאנגע יארן צום גוטן.
איז דא צווישן זיי עפעס באציאונגען?
וואס איז זיין שייכות מיט אים?

אויב דו וועסט זאגן דיין גאנצע סטעיטמענט וועט מען אפשר בעסער קענען ארויסהעלפן
אמר רבי אלעזר בר אבינא: אם ראית מלכיות מתגרות אלו באלו צפה לרגלו של משיח (בראשית רבה מב, ד).
וואס זאגט דאס פאר אונז?! מען זאל זיך גרייטן, און זיכער מאכן אים נישט מעכב זיין חלילה פון קומען.
ווען משיח וועט קומען וועט ער ווייזן מיט די פינגער...
אוועטאר
קנאפער ידען
שר החסד
תגובות: 30709
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו ג-ט ב"ה וויל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קנאפער ידען »

פראקטיש האט געשריבן:צ/ק
אדרבה

אדרבה. ס'איז אידיש אויך (עס איז אויך געהעריג אין די ווערטערביכער, למשל פון וויינרייך און הארקאווי.)
"אייער צופרידנהייט, מיין הנאה." -מיך אליינס...

נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין פאר עפעס דא קען מען מיר צושיקן א לינק דערצו אין אימעיל [email protected]
פראקטיש
שר חמשת אלפים
תגובות: 5517
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2020 5:47 pm

תגובה דורך פראקטיש »

קנאפער ידען האט געשריבן:
פראקטיש האט געשריבן:צ/ק
אדרבה

אדרבה. ס'איז אידיש אויך (עס איז אויך געהעריג אין די ווערטערביכער, למשל פון וויינרייך און הארקאווי.)

מסכים, איצט וואס מיינט דאס? וויאזוי זאגט מען דאס אין ענגליש?

פארברייטער דיך איבער דעם ביטע.
אוועטאר
קנאפער ידען
שר החסד
תגובות: 30709
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו ג-ט ב"ה וויל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קנאפער ידען »

פראקטיש האט געשריבן:מסכים, איצט וואס מיינט דאס? וויאזוי זאגט מען דאס אין ענגליש?

פארברייטער דיך איבער דעם ביטע.

אדרבה (פון אראמיש) מיינט "פארקערט גאר"/on the contrary. ליטערלי איז עס "אויף דער גרעסערער", דאס הייסט דער ערשטער מציאות איז קליין אנקעגן דער היפך וואס מען זאגט יעצט.

-"דו מיינסט עס גייט מיר אן וואס דו האסט געטון? אדרבה איך פריי זיך גאר"
-"איך ווייס נישט. אדרבה זאל עמיצער אריינקומען מסביר זיין" (דא איז עס לשון מושאל, ווי מען זאגט נישט נאר עס גייט מיר נישט אן אויב איינער וועט זאגן זיין מיינונג, נאר עס וואלט געווען בעסער)
-"אדרבה ואדרבה" ווערט אויך גענוצט צו געבן צושטומינג צו עפעס (מיט דער מיינונג ווי דער פאריגער)
"אייער צופרידנהייט, מיין הנאה." -מיך אליינס...

נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין פאר עפעס דא קען מען מיר צושיקן א לינק דערצו אין אימעיל [email protected]
פראקטיש
שר חמשת אלפים
תגובות: 5517
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2020 5:47 pm

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פראקטיש »

הערליך, איצט וואס מיינט ווען מ'זאגט:

אדרבה, איפכא מסתברא. איז דאס נישט קיין טאפלט לשון?
שרייב תגובה

צוריק צו “שפראך, גראמאטיק און דקדוק”