וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?
די אחראים: יאנאש,אור המקיף,אחראי,געלעגער
Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?
*נאטירליכע. ווי אין אסאך ווערטער טוישט זיך דער ו' פון נאטור צו א י'.
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
- היסטאריש
- שר ארבעת האלפים
- תגובות: 4023
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 27, 2021 4:20 pm
- פארבינד זיך:
Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?
גרשון האט געשריבן:*נאטירליכע. ווי אין אסאך ווערטער טוישט זיך דער ו' פון נאטור צו א י'.
נו ווען?
די פאַרגאַנגענהייט איז פאַקטיש געשען, אָבער היסטאָריע איז בלויז וואָס עמיצער האָט אַראָפגעשריבן.
- יצחק אייזיק
- שר תשעת אלפים
- תגובות: 9998
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 02, 2020 2:25 pm
Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?
farshlufen האט געשריבן:טישן אויף בענק האט געשריבן:וויאזוי זאגט מען considerations [אדער שיקולים] אין אידיש?
צום ביישפיל: לאז אפ דיינע שיקולים, דיינע considerations און טראכט פאר די טובה פון אונזער קאמפאני.
קיינמאל געהערט די ווארט "שיקולים" אין אונזער אמעריקאנער אידיש.טישן אויף בענק האט געשריבן:אדער "איך בין שטארק שוקל וואס צו טאן".
גענוי אזוי זאגט מען עס אין אידיש.
איך קווענקל וואס צו טון, איך צווייפל
הנה תגובתי לפניך, קח ולייק
Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?
גרשון האט געשריבן:*נאטירליכע. ווי אין אסאך ווערטער טוישט זיך דער ו' פון נאטור צו א י'.
שכ'ח.
- farshlufen
- שר שלשים אלף
- תגובות: 35431
- זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
- לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק
Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?
יצחק אייזיק האט געשריבן:farshlufen האט געשריבן:טישן אויף בענק האט געשריבן:וויאזוי זאגט מען considerations [אדער שיקולים] אין אידיש?
צום ביישפיל: לאז אפ דיינע שיקולים, דיינע considerations און טראכט פאר די טובה פון אונזער קאמפאני.
קיינמאל געהערט די ווארט "שיקולים" אין אונזער אמעריקאנער אידיש.טישן אויף בענק האט געשריבן:אדער "איך בין שטארק שוקל וואס צו טאן".
גענוי אזוי זאגט מען עס אין אידיש.
איך קווענקל וואס צו טון, איך צווייפל
דאס ברענגט אפשר ארויס די זעלבע סוף פסוק, אבער ס'איז נישט קיין אפטייטש פון שוקל זיין.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
- קאמעץ בארד
- שר האלפיים
- תגובות: 2777
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 05, 2021 5:51 pm
Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?
farshlufen האט געשריבן:יצחק אייזיק האט געשריבן:farshlufen האט געשריבן:טישן אויף בענק האט געשריבן:וויאזוי זאגט מען considerations [אדער שיקולים] אין אידיש?
צום ביישפיל: לאז אפ דיינע שיקולים, דיינע considerations און טראכט פאר די טובה פון אונזער קאמפאני.
קיינמאל געהערט די ווארט "שיקולים" אין אונזער אמעריקאנער אידיש.טישן אויף בענק האט געשריבן:אדער "איך בין שטארק שוקל וואס צו טאן".
גענוי אזוי זאגט מען עס אין אידיש.
איך קווענקל וואס צו טון, איך צווייפל
דאס ברענגט אפשר ארויס די זעלבע סוף פסוק, אבער ס'איז נישט קיין אפטייטש פון שוקל זיין.
איך מיין אז אין אסאך פעלער קען מען נוצן די פשוט'ע אפטייטש "אפעוועגן".
"איך דארף אפוועגן מיינע אפציעס..."
Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?
farshlufen האט געשריבן:יצחק אייזיק האט געשריבן:farshlufen האט געשריבן:טישן אויף בענק האט געשריבן:וויאזוי זאגט מען considerations [אדער שיקולים] אין אידיש?
צום ביישפיל: לאז אפ דיינע שיקולים, דיינע considerations און טראכט פאר די טובה פון אונזער קאמפאני.
קיינמאל געהערט די ווארט "שיקולים" אין אונזער אמעריקאנער אידיש.טישן אויף בענק האט געשריבן:אדער "איך בין שטארק שוקל וואס צו טאן".
גענוי אזוי זאגט מען עס אין אידיש.
איך קווענקל וואס צו טון, איך צווייפל
דאס ברענגט אפשר ארויס די זעלבע סוף פסוק, אבער ס'איז נישט קיין אפטייטש פון שוקל זיין.
איך "ישוב" מיך צו ס'איז בכלל א "ספק" צו 'שוקל' זיין מיינט "קווענקלען", "צווייפלען".
שוקל זיין מיינט אפוועגן.
אין ענגליש: I'm weighing my options
- יצחק אייזיק
- שר תשעת אלפים
- תגובות: 9998
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 02, 2020 2:25 pm
Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?
ריכטיג. אבער די אשכול ווערט מייסטנס באנוצט דורך אידן וואס זוכן אלטערנאטיווע ווערטער צו נוצן הלכה למעשה. נישט יעדער זוכט די עכטע אפטייטש בפרט ווען ס'איז נישט קיין באנוצטע ווארט אין דעם פאל. למשל אפוועגן - שוקל זיין.
הנה תגובתי לפניך, קח ולייק
Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?
יצחק אייזיק האט געשריבן:ריכטיג. אבער די אשכול ווערט מייסטנס באנוצט דורך אידן וואס זוכן אלטערנאטיווע ווערטער צו נוצן הלכה למעשה. נישט יעדער זוכט די עכטע אפטייטש בפרט ווען ס'איז נישט קיין באנוצטע ווארט אין דעם פאל. למשל אפוועגן - שוקל זיין.
און וויאזוי זאגט מען זיך "ישוב'ן" אין אידיש?
- יצחק אייזיק
- שר תשעת אלפים
- תגובות: 9998
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 02, 2020 2:25 pm
Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?
פראקטיש האט געשריבן:יצחק אייזיק האט געשריבן:ריכטיג. אבער די אשכול ווערט מייסטנס באנוצט דורך אידן וואס זוכן אלטערנאטיווע ווערטער צו נוצן הלכה למעשה. נישט יעדער זוכט די עכטע אפטייטש בפרט ווען ס'איז נישט קיין באנוצטע ווארט אין דעם פאל. למשל אפוועגן - שוקל זיין.

די גענויע אפטייטש? ווייס איך נישט (אפשר זיך זעצן?...) אלטערנאטיוו? דאס ווענד זיך אויפן זאץ
הנה תגובתי לפניך, קח ולייק
- קלמן יאסעלע
- שר חמש מאות
- תגובות: 961
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 19, 2019 9:33 am
- לאקאציע: ערגעצוואו
Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?
פראקטיש האט געשריבן:יצחק אייזיק האט געשריבן:ריכטיג. אבער די אשכול ווערט מייסטנס באנוצט דורך אידן וואס זוכן אלטערנאטיווע ווערטער צו נוצן הלכה למעשה. נישט יעדער זוכט די עכטע אפטייטש בפרט ווען ס'איז נישט קיין באנוצטע ווארט אין דעם פאל. למשל אפוועגן - שוקל זיין.
און וויאזוי זאגט מען זיך "ישוב'ן" אין אידיש?
קווענקלען
!Vox Populi, Vox Dei

דא וואלט קנאפער געשריגן: "ישוב'ן" איז אידיש, און גערעכט וואלט ער געווען.
איך מיין אבער אז אפוועגן קען באניצט ווערן.
- קלמן יאסעלע
- שר חמש מאות
- תגובות: 961
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 19, 2019 9:33 am
- לאקאציע: ערגעצוואו
Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?
היכי תמצא האט געשריבן:פראקטיש האט געשריבן:יצחק אייזיק האט געשריבן:ריכטיג. אבער די אשכול ווערט מייסטנס באנוצט דורך אידן וואס זוכן אלטערנאטיווע ווערטער צו נוצן הלכה למעשה. נישט יעדער זוכט די עכטע אפטייטש בפרט ווען ס'איז נישט קיין באנוצטע ווארט אין דעם פאל. למשל אפוועגן - שוקל זיין.
און וויאזוי זאגט מען זיך "ישוב'ן" אין אידיש?
דא וואלט קנאפער געשריגן: "ישוב'ן" איז אידיש, און גערעכט וואלט ער געווען.
איך מיין אבער אז אפוועגן קען באניצט ווערן.
פ"וו נישט קווענקלען?
,,ער קווענקלט נאך,,
,,ער ישוב'ט זיך נאך,,
!Vox Populi, Vox Dei
- יצחק אייזיק
- שר תשעת אלפים
- תגובות: 9998
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 02, 2020 2:25 pm
Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?
קלמן יאסעלע האט געשריבן:היכי תמצא האט געשריבן:פראקטיש האט געשריבן:יצחק אייזיק האט געשריבן:ריכטיג. אבער די אשכול ווערט מייסטנס באנוצט דורך אידן וואס זוכן אלטערנאטיווע ווערטער צו נוצן הלכה למעשה. נישט יעדער זוכט די עכטע אפטייטש בפרט ווען ס'איז נישט קיין באנוצטע ווארט אין דעם פאל. למשל אפוועגן - שוקל זיין.
און וויאזוי זאגט מען זיך "ישוב'ן" אין אידיש?
דא וואלט קנאפער געשריגן: "ישוב'ן" איז אידיש, און גערעכט וואלט ער געווען.
איך מיין אבער אז אפוועגן קען באניצט ווערן.
פ"וו נישט קווענקלען?
,,ער קווענקלט נאך,,
,,ער ישוב'ט זיך נאך,,
זיכער אז מ'קען שרייבן קווענקלען, צווייפלען, און אויך ישוב'ן.
ישוב'ן איז זיכער מער באנוצט ווי שוקל זיין.
הנה תגובתי לפניך, קח ולייק
Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?
יצחק אייזיק האט געשריבן:קלמן יאסעלע האט געשריבן:היכי תמצא האט געשריבן:פראקטיש האט געשריבן:יצחק אייזיק האט געשריבן:ריכטיג. אבער די אשכול ווערט מייסטנס באנוצט דורך אידן וואס זוכן אלטערנאטיווע ווערטער צו נוצן הלכה למעשה. נישט יעדער זוכט די עכטע אפטייטש בפרט ווען ס'איז נישט קיין באנוצטע ווארט אין דעם פאל. למשל אפוועגן - שוקל זיין.
און וויאזוי זאגט מען זיך "ישוב'ן" אין אידיש?
דא וואלט קנאפער געשריגן: "ישוב'ן" איז אידיש, און גערעכט וואלט ער געווען.
איך מיין אבער אז אפוועגן קען באניצט ווערן.
פ"וו נישט קווענקלען?
,,ער קווענקלט נאך,,
,,ער ישוב'ט זיך נאך,,
זיכער אז מ'קען שרייבן קווענקלען, צווייפלען, און אויך ישוב'ן.
ישוב'ן איז זיכער מער באנוצט ווי שוקל זיין.
מ'קען ניצן אלע, איך האב נאר געזאגט אז אפוועגן איז אויך פאסיג.
- זאג א גוטס
- שר שלשת אלפים
- תגובות: 3289
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 08, 2018 3:36 pm
Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?
צווייפעל איז אנדערש/שטערקער ווי קווענקלען.
די מצב איז פארצווייפלט, ווי כאילו מ'זעט נישט א וועג ארויס.
איך באטראכט ביידע צדדים. (שוקל)
איך קווענקל וועלכע צד צו אננעמען.
איך צווייפעל אויב כ'האב געטון די ריכטיגע שריט.

- פאליטישע עקספערט
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 17814
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 15, 2021 8:23 pm
- פארבינד זיך:
Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?
זאג א גוטס האט געשריבן:צווייפעל איז אנדערש/שטערקער ווי קווענקלען.
די מצב איז פארצווייפלט, ווי כאילו מ'זעט נישט א וועג ארויס.
איך באטראכט ביידע צדדים. (שוקל)
איך קווענקל וועלכע צד צו אננעמען.
איך צווייפעל אויב כ'האב געטון די ריכטיגע שריט.
איך צווייפל נישט "אויב" , נאר איך צווייפל "אז" איך האב געטון די ריכטעיגע שריט
I DOUBT IT
Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?
פאליטישע עקספערט האט געשריבן:זאג א גוטס האט געשריבן:צווייפעל איז אנדערש/שטערקער ווי קווענקלען.
די מצב איז פארצווייפלט, ווי כאילו מ'זעט נישט א וועג ארויס.
איך באטראכט ביידע צדדים. (שוקל)
איך קווענקל וועלכע צד צו אננעמען.
איך צווייפעל אויב כ'האב געטון די ריכטיגע שריט.
איך צווייפל נישט "אויב" , נאר איך צווייפל "אז" איך האב געטון די ריכטעיגע שריט
I DOUBT IT
נישט אין דעם זאץ. I DOUBT IT = "איך צווייפל דאס"
איך צווייפל אז.... דייט אן אז ער צווייפלט אז ער האט טאקע געטון די ריכטיגע שריט, און נישט אז ער צווייפלט צי ער האט יא אדער נישט געטון.
- פאליטישע עקספערט
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 17814
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 15, 2021 8:23 pm
- פארבינד זיך:
Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?
היכי תמצא האט געשריבן:פאליטישע עקספערט האט געשריבן:זאג א גוטס האט געשריבן:צווייפעל איז אנדערש/שטערקער ווי קווענקלען.
די מצב איז פארצווייפלט, ווי כאילו מ'זעט נישט א וועג ארויס.
איך באטראכט ביידע צדדים. (שוקל)
איך קווענקל וועלכע צד צו אננעמען.
איך צווייפעל אויב כ'האב געטון די ריכטיגע שריט.
איך צווייפל נישט "אויב" , נאר איך צווייפל "אז" איך האב געטון די ריכטעיגע שריט
I DOUBT IT
נישט אין דעם זאץ. I DOUBT IT = "איך צווייפל דאס"
איך צווייפל אז.... דייט אן אז ער צווייפלט אז ער האט טאקע געטון די ריכטיגע שריט, און נישט אז ער צווייפלט צי ער האט יא אדער נישט געטון.
ער קווענקלט צי ער האט יא אדער נישט גוט געטון
צווייפלען איז ווען מען טוט צווייפלען......
- זאג א גוטס
- שר שלשת אלפים
- תגובות: 3289
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 08, 2018 3:36 pm
Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?
פאליטישע עקספערט האט געשריבן:ער קווענקלט צי ער האט יא אדער נישט גוט געטון
צווייפלען איז ווען מען טוט צווייפלען......
קווענקלען איז צווישן 2 צדדים, צווייפלען צווייפלט מען אויף 1 צד.
ער קווענקלט אויב ער האט אדער נישט גוט געטון.
נאכן מער אריינטראכטן איז ער אינגאנצן פארצווייפלט, ווער ווייסט וואס וועט געשען?...
Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?
וויאזוי זאגט מען outer) space) אויף אידיש?
דאס היימישע אידישע ווערטערבוך — https://www.heimishyiddish.com
Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?
ארגאן האט געשריבן:וויאזוי זאגט מען outer) space) אויף אידיש?
רוימען/העכערע רוימען, רוים.
Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?
היכי תמצא האט געשריבן:ארגאן האט געשריבן:וויאזוי זאגט מען outer) space) אויף אידיש?
רוימען/העכערע רוימען, רוים.
ש'כח!
דאס היימישע אידישע ווערטערבוך — https://www.heimishyiddish.com
- פאליטישע עקספערט
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 17814
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 15, 2021 8:23 pm
- פארבינד זיך:
Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?
היכי תמצא האט געשריבן:ארגאן האט געשריבן:וויאזוי זאגט מען outer) space) אויף אידיש?
רוימען/העכערע רוימען, רוים.
רוים?! רוים איז נישט אין ספעיס...
רוימען טוט די ערל'טע.
העכערע/לופט רוימען דאס יא
- צו געזונט
- שר שבעת אלפים
- תגובות: 7079
- זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש נאוועמבער 21, 2009 6:24 pm
- לאקאציע: חשש גילוי
Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?
Roam איז א ווארט פאר ציללאזע זאכען.
דאס מאכט רוימען א גוטע ווארט פאר די אויסערליכע אטמאספערע

לערנט אייך אויס סקול באס סעיפטי. דאן פראקטיצירט עס מיט אייערע קינדער.
צו קאנען בעיסיק ערשטע הילף איז נישט א אויסוואהל. עס איז א מוז פאר יעדע טאטע, מאמע און ערוואקסענער.