וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

די אחראים: יאנאש,אור המקיף,אחראי,געלעגער

אוועטאר
פאליטישע עקספערט
שר עשרת אלפים
תגובות: 17780
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 15, 2021 8:23 pm
פארבינד זיך:

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאליטישע עקספערט »

יצחק אייזיק האט געשריבן:אמת. אבער א צייטונג לערנט מען נישט בעיון. דער ליינער מוז קענען כאפן די ערשטע מינוט פון וואס מ'רעדט. אויב נישט וועט מער נישט זיין פאר וועמען צו פארקויפן. (אגב, רעקאגנאציע ווערט ברייט באנוצט היינט. שששש זאג נישט אויס פאר פארשלאפן און היכי תמצא...)

מ'ליינט היינט יעדן טאג אויף וואטסעפפ א צוהאקטע אומקלארע ענגלישע אידיש. דאס זענען א מערהייט ציייטונג ליינער. מ'דארף זיך כאטש צושטעלן... געזיכט דערקענונג איז נישט גענוג קלאר פאר דאס מערהייט.

מאגאזין ליינער זענען עפי"ר יא אזעלכע וואס האבן ליב צו ליינען.

וואו ווערט רעקאגנאציע באנוצט יוזירט??

אפשר די זעלבע וואס נוצן יוזירן עדווייזער במקום ראטגעבער?
פראקטיש
שר חמשת אלפים
תגובות: 5517
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2020 5:47 pm

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פראקטיש »

צ/ק.
די פראגע איז בעיקר וויאזוי מ'זאגט אדער וויאזוי מ'שרייבט?

אונז זעמיר שוין כמה פעמים צומישט געווארן ווען טייל האבן זיך באצויגן צו שריפט אין אנדערע צו זאגן, רעדן, מי/ונדלי/עך, בעל פה, ארעל, ווארעווער.

גייענדיג ווייטער איז די פראגע בעיקר זאגן אדער שרייבן?

לאמיר זיך האלטן צו עפעס צו פארמיידן אומזיסטע בעק ענד פארטדס.
אוועטאר
צייט פארטרייבונג
שר האלף
תגובות: 1993
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 04, 2020 4:42 pm
לאקאציע: אויפן זייגער

תגובה דורך צייט פארטרייבונג »

גרשון האט געשריבן:
יצחק אייזיק האט געשריבן:

אויב מ'וויל זיך אראפלאזן צום ליינער'ס דרגא ווי איידער אויפהייבן זיין שפראך, זאל מען שרייבן "רעקאגנישאן", אזוי ווי מ'זאגט "עירקאנדישאן". רעקאגנאציע שטעכט אין די אויגן. (ששש... באלד וועט מען נאך שרייבן עירקאנדיציע.)

עירקאנדאציע...
אמר רבי אלעזר בר אבינא: אם ראית מלכיות מתגרות אלו באלו צפה לרגלו של משיח (בראשית רבה מב, ד).
וואס זאגט דאס פאר אונז?! מען זאל זיך גרייטן, און זיכער מאכן אים נישט מעכב זיין חלילה פון קומען.
ווען משיח וועט קומען וועט ער ווייזן מיט די פינגער...
אוועטאר
יצחק אייזיק
שר תשעת אלפים
תגובות: 9998
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 02, 2020 2:25 pm

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יצחק אייזיק »

פראקטיש האט געשריבן:צ/ק similar.
עינדליך?

ענליך
הנה תגובתי לפניך, קח ולייק
אוועטאר
דרייטצעך
שר ששת אלפים
תגובות: 6156
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 29, 2021 5:13 pm
לאקאציע: וואו דרייטצעך א איד?

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דרייטצעך »

פראקטיש האט געשריבן:צ/ק.
די פראגע איז בעיקר וויאזוי מ'זאגט אדער וויאזוי מ'שרייבט?

אונז זעמיר שוין כמה פעמים צומישט געווארן ווען טייל האבן זיך באצויגן צו שריפט אין אנדערע צו זאגן, רעדן, מי/ונדלי/עך, בעל פה, ארעל, ווארעווער.

גייענדיג ווייטער איז די פראגע בעיקר זאגן אדער שרייבן?

לאמיר זיך האלטן צו עפעס צו פארמיידן אומזיסטע בעק ענד פארטדס.

ע"פ רוב פרעגט דא די עולם לגבי שרייבן - מען קען כמעט אייביג זען לויט די שאלה - און ווען נישט קען מען טאקע ענטפערן אויף ביידע...
= שומר ישראל שמור שארית ישראל =
איך בין נישט קיין דעמאקראט, נישט קיין ריפובליקען און ניטאמאל קיין אינדיפעדענט, איך באנוץ זיך מיט מיין אייגענעם שכל...
אבער אנטקעגן דעת תורה פון מיינע רבי'ס בטלה דעתי!
אוועטאר
היכי תמצא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5922
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2020 4:23 pm

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היכי תמצא »

יצחק אייזיק האט געשריבן:
צו געזונט האט געשריבן:
פראקטיש האט געשריבן:על אף וואס איך גלייך ווען מ'רעדט פראקטיש צום עולם, נישט קיין הויך געשפריצטע ווערטער, איז פארט רעקאגנאציע קיין אפציע.

דערקענונג איט איז.

יעדער וועט גלייך וויסן וואס ס'מיינט, ווער נישט זאל זיך אינטערעסירן ביי גוטע פריינד.

רעקאגנישן וועט ליבערשט זיין אנערקענונג.
רעקאגנייז איז דערקענונג

רעקאגנישאן מיינט ביידע. דערקענען און אנערקענען.

רעקאגנייז איז נישט דער אפטייטש פון דערקענונג, נאר פון דערקענען.

ביידע נישט ריכטיג, אזוי איך האב שוין אויבן געברענגט 2 משלים פון ענגליש.
אוועטאר
היכי תמצא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5922
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2020 4:23 pm

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היכי תמצא »

היכי תמצא האט געשריבן:וועגן recognize ווענדט זיך טאקע אין די קאנטעקסט.

I don't recognize you
= איך דערקען דיר נישט

We don't recognize the country's new government
= מיר אנערקענען נישט די לאנד'ס נייע רעגירונג

אגב, איך גלייב אז אנערקענען קומט אן 'יי'
אוועטאר
יואל ווייס
שר האלף
תגובות: 1213
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 28, 2009 9:25 am
לאקאציע: אין גוטע הענט, ב"ה

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יואל ווייס »

גרשון האט געשריבן:
יצחק אייזיק האט געשריבן:

אויב מ'וויל זיך אראפלאזן צום ליינער'ס דרגא ווי איידער אויפהייבן זיין שפראך, זאל מען שרייבן "רעקאגנישאן", אזוי ווי מ'זאגט "עירקאנדישאן". רעקאגנאציע שטעכט אין די אויגן. (ששש... באלד וועט מען נאך שרייבן עירקאנדיציע.)

בעצם גלייך איך נישט די נחות דרגא צוגאנג פון די צייטונגען. עס איז מיין מיינונג אז זיי וואלטן יא געדארפט נוצן אידיש ווען אימער מעגליך.
אין דעם ספעציפישן פאל, 'פנים' ווערט איבערוויגנד מער גענוצט ווי 'געזיכט', און אלס טעכנישער טערמין איז דאס לדעתי מער פארגעצויגן.
__________________________________
This signature was intentionally left blank
אוועטאר
היכי תמצא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5922
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2020 4:23 pm

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היכי תמצא »

He slipped through the border without recognition
= דערקענען
He received no recognition for his work
= אנערקענונג

בקיצור, מיט די ווערטער פונעם זעלבן שורש ברויך מען נוצן דעם חמרא טבא
אוועטאר
קאמעץ בארד
שר האלפיים
תגובות: 2776
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 05, 2021 5:51 pm

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאמעץ בארד »

סאבאבא האט געשריבן:
די רוזשינער האט געשריבן:ווייסט איינער אפשר וויאזוי מ'זאגט א 'חלום' אין אידיש?

טרוים

נוצט מען נישט טרוים נאר פאר "וויזיע" (חזון)?
ווען איינער חלומ'ט זיך א חלום ביינאכט וועט מען עס נוצן?
אוועטאר
קאמעץ בארד
שר האלפיים
תגובות: 2776
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 05, 2021 5:51 pm

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאמעץ בארד »

יצחק אייזיק האט געשריבן:
יואל ווייס האט געשריבן:איך וואלט גענוצט פנים דערקענונג, טראץ וואס געזיכט איז דער אידישער טייטש.
ביי טעכנישע טערמינען דארף מען גיין ווי גרינגער.
כנלע“ד.

געטראכט די זעלבע.

געזיכט דערקענונג ליינט זיך ווי איינער זוכט אנערקענונג...

אז מ'לייגט אויבער שטרעכלן "געזיכט דערקענונג" וועט מען פארשטיין אז ס'איז א טערמין
אוועטאר
צייט פארטרייבונג
שר האלף
תגובות: 1993
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 04, 2020 4:42 pm
לאקאציע: אויפן זייגער

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צייט פארטרייבונג »

היכי תמצא האט געשריבן:He slipped through the border without recognition
= דערקענען
He received no recognition for his work
= אנערקענונג

בקיצור, מיט די ווערטער פונעם זעלבן שורש ברויך מען נוצן דעם חמרא טבא

היכי קומט אריין קלאר
אמר רבי אלעזר בר אבינא: אם ראית מלכיות מתגרות אלו באלו צפה לרגלו של משיח (בראשית רבה מב, ד).
וואס זאגט דאס פאר אונז?! מען זאל זיך גרייטן, און זיכער מאכן אים נישט מעכב זיין חלילה פון קומען.
ווען משיח וועט קומען וועט ער ווייזן מיט די פינגער...
פראקטיש
שר חמשת אלפים
תגובות: 5517
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2020 5:47 pm

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פראקטיש »

קאמעץ בארד האט געשריבן:
סאבאבא האט געשריבן:
די רוזשינער האט געשריבן:ווייסט איינער אפשר וויאזוי מ'זאגט א 'חלום' אין אידיש?

טרוים

נוצט מען נישט טרוים נאר פאר "וויזיע" (חזון)?
ווען איינער חלומ'ט זיך א חלום ביינאכט וועט מען עס נוצן?

אפילו אויב יא, סתם מענשטן וועלן דאס אויסטייטשן פאר א פאזיטיווע זאך, טרוים הערט ווי א וויזע, א ציל, א געוואונטשענע חלום.

איך קען נישט זעהן שרייבן/זאגן, איך האב געהאט א שרעקעדיג 'טרוים'.
אוועטאר
יצחק אייזיק
שר תשעת אלפים
תגובות: 9998
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 02, 2020 2:25 pm

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יצחק אייזיק »

פראקטיש האט געשריבן:

טרוים מיינט ביידע. נאר חלום אנשטאט טרוים ווערט מער באנוצט פונקט ווי פנים אנשטאט געזיכט.
הנה תגובתי לפניך, קח ולייק
אוועטאר
היכי תמצא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5922
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2020 4:23 pm

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היכי תמצא »

יצחק אייזיק האט געשריבן:
פראקטיש האט געשריבן:
קאמעץ בארד האט געשריבן:
סאבאבא האט געשריבן:
די רוזשינער האט געשריבן:ווייסט איינער אפשר וויאזוי מ'זאגט א 'חלום' אין אידיש?

טרוים

נוצט מען נישט טרוים נאר פאר "וויזיע" (חזון)?
ווען איינער חלומ'ט זיך א חלום ביינאכט וועט מען עס נוצן?

אפילו אויב יא, סתם מענשטן וועלן דאס אויסטייטשן פאר א פאזיטיווע זאך, טרוים הערט ווי א וויזע, א ציל, א געוואונטשענע חלום.

איך קען נישט זעהן שרייבן/זאגן, איך האב געהאט א שרעקעדיג 'טרוים'.

טרוים מיינט ביידע. נאר חלום אנשטאט טרוים ווערט מער באנוצט פונקט ווי פנים אנשטאט געזיכט.

גא"מ ליצחק
אוועטאר
סאבאבא
שר האלפיים
תגובות: 2489
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 14, 2021 8:35 am
לאקאציע: וואנזיניגאציע

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאבאבא »

צ/ק
איז פארהאן נאך א באדייט פאר די ווארט אויפפירונג וואס איז נישט 'התנהגות' ? (עס האט צוטון עפעס מיט א 'פארשטעלונג' ביי א קאנצערט)
לעצט פארראכטן דורך סאבאבא אום מוצ"ש יאנואר 22, 2022 9:28 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
.i'm not normal. i'm me

מיין טיר איז אפן פאר אייך [email protected]
אוועטאר
יצחק אייזיק
שר תשעת אלפים
תגובות: 9998
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 02, 2020 2:25 pm

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יצחק אייזיק »

סאבאבא האט געשריבן:צ/ק
איז פארהאן נאך א באדייט פאר די ווארט אויפפירונג וואס איז נישט 'התנהלות' ? (עס האט צוטון עפעס מיט א 'פארשטעלונג' ביי א קאנצערט)

אויפפירונג איז התנהגות נישט התנהלות
הנה תגובתי לפניך, קח ולייק
אוועטאר
סאבאבא
שר האלפיים
תגובות: 2489
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 14, 2021 8:35 am
לאקאציע: וואנזיניגאציע

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאבאבא »

יצחק אייזיק האט געשריבן:
סאבאבא האט געשריבן:צ/ק
איז פארהאן נאך א באדייט פאר די ווארט אויפפירונג וואס איז נישט 'התנהלות' ? (עס האט צוטון עפעס מיט א 'פארשטעלונג' ביי א קאנצערט)

אויפפירונג איז התנהגות נישט התנהלות

גערעכט, חוץ פון דעם איז דא נאך א באדייט?

מנהלות איז פירערשאפט, פון זעלבן שורש אין אידיש
הנה תגובתי לפניך, קח ולייק
אוועטאר
היכי תמצא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5922
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2020 4:23 pm

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היכי תמצא »

איז מעגליך אז זיי באציען זיך צו Acting ביי דעם פארשטעלונג און זיי רופן דאס אויפפירונג?

קאנטעקסט קען העלפן.
אוועטאר
סאבאבא
שר האלפיים
תגובות: 2489
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 14, 2021 8:35 am
לאקאציע: וואנזיניגאציע

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאבאבא »

היכי תמצא האט געשריבן:איז מעגליך אז זיי באציען זיך צו Acting ביי דעם פארשטעלונג און זיי רופן דאס אויפפירונג?

קאנטעקסט קען העלפן.

מעגליך. ער רעדט פון א קאנצערט און שרייבט צו איינעם 'פון דעם פראגראם וועסטן שוין מערקן דעם געוואלטיגן איינדרוק פון דעם אויפפירונג'
.i'm not normal. i'm me

מיין טיר איז אפן פאר אייך [email protected]
פראקטיש
שר חמשת אלפים
תגובות: 5517
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2020 5:47 pm

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פראקטיש »

אויב מ'קען ביטע אויסקלארן די חילוק פון:
הנהלה, מנהל, ניהול, התנהלות.
הנהגה, מנהיג, מנהג, התנהגות.

הנהלה נוצט מען בלויז אויף leadership אבער הנהגה אויך אויף behaviour.

קען מען אויסקלארן דעם צעמישעניש?
אוועטאר
צייט פארטרייבונג
שר האלף
תגובות: 1993
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 04, 2020 4:42 pm
לאקאציע: אויפן זייגער

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צייט פארטרייבונג »

פראקטיש האט געשריבן:אויב מ'קען ביטע אויסקלארן די חילוק פון:
הנהלה, מנהל, ניהול, התנהלות.
הנהגה, מנהיג, מנהג, התנהגות.

הנהלה נוצט מען בלויז אויף leadership אבער הנהגה אויך אויף behaviour.

קען מען אויסקלארן דעם צעמישעניש?

כ'בינישט קלאר אין וואס דיר שטערט, אבער כ'וועל פרובירן אראפלייגן כפי הנראה לי

הנהלה - די פירערשאפט
מנהל - פירער
ניהול - דאס פירן (פעולה)
התנהלות - א נייע ווארט נאכנישט געהערט/געזעהן

הנהגה - קען אויך גענוצט ווערן אלץ "פירערשאפט" (שוואך, עס שטימט נישט אזוי גוט..) און אויך אלץ "אויפפירעכץ" אויף די פעולה פון דעם מענטש וויאזוי מען ברענגט ארויס דער פועל ווען מען וויל ארויסברענגען אז יענער האט אזא סארט הנהגה. וואס ער האט זיך "איינגעפירט".
מנהיג - קען פונקט אזוי זיין איינער וואס פירט א חפץ למשל א קאר וכדומה, ווי איינער וואס פירט די מוחות פון מענטשן וכו'... משא"כ הנהלה איז בלויז אויף די צווייטע אפציע באנוצט.
מנהג - איז די איינפירעכץ זעלבסט, די שם דבר פון די געוויסע פעולה ביי איין בלויזע פאל.
התנהגות - איז די כלליות'דיגע אויפפירונג.
אמר רבי אלעזר בר אבינא: אם ראית מלכיות מתגרות אלו באלו צפה לרגלו של משיח (בראשית רבה מב, ד).
וואס זאגט דאס פאר אונז?! מען זאל זיך גרייטן, און זיכער מאכן אים נישט מעכב זיין חלילה פון קומען.
ווען משיח וועט קומען וועט ער ווייזן מיט די פינגער...
פראקטיש
שר חמשת אלפים
תגובות: 5517
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2020 5:47 pm

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פראקטיש »

צייט פארטרייבונג האט געשריבן:
פראקטיש האט געשריבן:אויב מ'קען ביטע אויסקלארן די חילוק פון:
הנהלה, מנהל, ניהול, התנהלות.
הנהגה, מנהיג, מנהג, התנהגות.

הנהלה נוצט מען בלויז אויף leadership אבער הנהגה אויך אויף behaviour.

קען מען אויסקלארן דעם צעמישעניש?

כ'בינישט קלאר אין וואס דיר שטערט, אבער כ'וועל פרובירן אראפלייגן כפי הנראה לי

הנהלה - די פירערשאפט
מנהל - פירער
ניהול - דאס פירן (פעולה)
התנהלות - א נייע ווארט נאכנישט געהערט/געזעהן

הנהגה - קען אויך גענוצט ווערן אלץ "פירערשאפט" (שוואך, עס שטימט נישט אזוי גוט..) און אויך אלץ "אויפפירעכץ" אויף די פעולה פון דעם מענטש וויאזוי מען ברענגט ארויס דער פועל ווען מען וויל ארויסברענגען אז יענער האט אזא סארט הנהגה. וואס ער האט זיך "איינגעפירט".
מנהיג - קען פונקט אזוי זיין איינער וואס פירט א חפץ למשל א קאר וכדומה, ווי איינער וואס פירט די מוחות פון מענטשן וכו'... משא"כ הנהלה איז בלויז אויף די צווייטע אפציע באנוצט.
מנהג - איז די איינפירעכץ זעלבסט, די שם דבר פון די געוויסע פעולה ביי איין בלויזע פאל.
התנהגות - איז די כלליות'דיגע אויפפירונג.

אויבנאויף איז הנהלה פירערשאפט leadership און התנהגות געפירעכטס behaviour.

די פראבלעם איז ביי מנהיג.
גערעכט?
שרייב תגובה

צוריק צו “שפראך, גראמאטיק און דקדוק”