וואס איז די מקור פון די ווארט.....

די אחראים: יאנאש,אור המקיף,אחראי,געלעגער

אוועטאר
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5120
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: וואס איז די מקור פון די ווארט.....

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרשון »

Mezofzef האט געשריבן:
ישרן האט געשריבן:
גרשון האט געשריבן:חד-גדיא פאר א תפיסה קומט פון מזרח אייראפע, און איז מסתמא א שפיל-ווארט פונעם פוילישן "קאָרדעגאַרדע" (Cordegardy) און רוסישן "קאָרדיגאַרדי" (Кордегарди), וואס באדייט א טורמע. דער מקור דערפון גייט צוריק צו פראנצויזיש, ווי "קאָר דע גאַרד" (Corps de Garde) טייטש "א געהיטענע הויז".

ואני שמעתי איש מפי איש עד ה"מעלות" בכבודם ובעצמם אז "קאזע" אויף פוליש איז א תפיסה, און אויף אידיש א ציג, און דאס איז דער חד גדיא.
חד גדיא חד גדיא

מעלות'נס השערות במח"כ איז מביא לידי גיחוך.
זיי האבן זיך לעצטענס גענומען א ציל אויפצוווייזן אז אלע שפראכן קומען פון לשון־קודש און זיי זענען זיך מגייר כמעיילא פילא במחטא צו טרעפן ענליכקייטן.

איך האלט אויך אזוי. וויפיל איך האב געזען איבער ווערטער אפשטאם, האב איך קיינעם נישט געזען מאכן אזעלכע קרעפל פשט'לעך. ס'איז אויך א סך מאל פשוט עם-הארצ'יש לפי כללי לשון-קודש.
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
אוועטאר
לעמאן סאדע
שר האלף
תגובות: 1647
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 13, 2018 5:39 pm
לאקאציע: חק"ס שטיבל

Re: וואס איז די מקור פון די ווארט.....

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לעמאן סאדע »

צ"ק

פון ווי קומט די ווארט משוגע "מעטארע"

העפפי ווי א באנדל
אוועטאר
עלטעפעטער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 341
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 11, 2021 10:31 am

Re: וואס איז די מקור פון די ווארט.....

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עלטעפעטער »

לעמאן סאדע האט געשריבן:צ"ק

פון ווי קומט די ווארט משוגע "מעטארע"

לכאורה א גלגול בן בנו של גלגול פון מטורף
למשל האט געשריבן:
א לייק קאסט נישט קיין געלט, געב וויפיל דו קענסט!
איך בין נישט דא צו זאגן מיין מיינונג, נאר צו הערן, פארשטיין, און אפשר אננעמען, דיינס. זאגן מיינס, איז א מיטל דיר צו מאכן זאגן דיינס.
אוועטאר
קנאפער ידען
שר החסד
תגובות: 31274
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו ג-ט ב"ה וויל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קנאפער ידען »

עלטעפעטער האט געשריבן:
לעמאן סאדע האט געשריבן:צ"ק

פון ווי קומט די ווארט משוגע "מעטארע"

לכאורה א גלגול בן בנו של גלגול פון מטורף

כך עלה גם בידי מורינו הרב אורי קליין, עיי"ש. ועי' גם שם שידידינו הגדול אמר רמז שהכוונה הינו על מי שהוא משוגע "עם מטרה"... ודו"ק...
"אייער צופרידנהייט, מיין הנאה." -מיך אליינס...

נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין פאר עפעס דא קען מען מיר צושיקן א לינק דערצו אין אימעיל [email protected]
אוועטאר
קנאפער ידען
שר החסד
תגובות: 31274
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו ג-ט ב"ה וויל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קנאפער ידען »

לעמאן סאדע האט געשריבן:העפפי ווי א באנדל

Happy as a Bean איז א סלענג/פראז גענוצט אין ענגליש.

איך ווייס נישט דער מקור דערצו, אבער אולי איז עס ע"ש דאס וואס איז דא א סארט פלענט (ענליך צו גרין ביענס) וואס הייסט Happy Beans.
"אייער צופרידנהייט, מיין הנאה." -מיך אליינס...

נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין פאר עפעס דא קען מען מיר צושיקן א לינק דערצו אין אימעיל [email protected]
אוועטאר
לעמאן סאדע
שר האלף
תגובות: 1647
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 13, 2018 5:39 pm
לאקאציע: חק"ס שטיבל

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לעמאן סאדע »

קנאפער ידען האט געשריבן:
לעמאן סאדע האט געשריבן:העפפי ווי א באנדל

Happy as a Bean איז א סלענג/פראז גענוצט אין ענגליש.

איך ווייס נישט דער מקור דערצו, אבער אולי איז עס ע"ש דאס וואס איז דא א סארט פלענט (ענליך צו גרין ביענס) וואס הייסט Happy Beans.

אויב סגייט ביז דא איז דאס ממש ניסלעך ( אפפס.. פון ווי קומט ... ניסלעך)
אוועטאר
קנאפער ידען
שר החסד
תגובות: 31274
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו ג-ט ב"ה וויל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קנאפער ידען »

לעמאן סאדע האט געשריבן:אויב סגייט ביז דא איז דאס ממש ניסלעך ( אפפס.. פון ווי קומט ... ניסלעך)

האט מען שוין גערעדט פאריגע בלאט.
"אייער צופרידנהייט, מיין הנאה." -מיך אליינס...

נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין פאר עפעס דא קען מען מיר צושיקן א לינק דערצו אין אימעיל [email protected]
אוועטאר
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5120
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: וואס איז די מקור פון די ווארט.....

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרשון »

אין ענגליש ווען עפעס איז פארדעכטיגט, זאגט מען, "something fishy." זינט מ'קען זאגן פאר א זאך וואס שיינט פארדעכטיגט "ס'שמעקט נישט גוט", איז פארשטענדליך פון וואו דער אידיאם שטאמט. אין א פיש געשעפט דארף מען בלויז א חוש הריח צו וויסן וועלכעס ס'איז פריש און וועלכעס נישט.

אין אידיש זאגט מען אויפ'ן זעלבן ארט, "ס'איז פויגלדיג." וואס האבן די פייגל זוכה געווען? (נ"ב, מעגליך אז מ'באציט זיך צו די כינעזער פלעדערמויזן.)
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
אוועטאר
זאג א גוטס
שר שלשת אלפים
תגובות: 3292
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 08, 2018 3:36 pm

Re: וואס איז די מקור פון די ווארט.....

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זאג א גוטס »

גרשון האט געשריבן:אין ענגליש ווען עפעס איז פארדעכטיגט, זאגט מען, "something fishy." זינט מ'קען זאגן פאר א זאך וואס שיינט פארדעכטיגט "ס'שמעקט נישט גוט", איז פארשטענדליך פון וואו דער אידיאם שטאמט. אין א פיש געשעפט דארף מען בלויז א חוש הריח צו וויסן וועלכעס ס'איז פריש און וועלכעס נישט.

אין אידיש זאגט מען אויפ'ן זעלבן ארט, "ס'איז פויגלדיג." וואס האבן די פייגל זוכה געווען? (נ"ב, מעגליך אז מ'באציט זיך צו די כינעזער פלעדערמויזן.)

אפשר עפעס בשייכות צו עוף השמים יוליך את הקול - אז די אמת וועט ארויפשווימען, אדער שמועות פורחות באויר?
אוועטאר
צייט פארטרייבונג
שר האלף
תגובות: 1993
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 04, 2020 4:42 pm
לאקאציע: אויפן זייגער

Re: וואס איז די מקור פון די ווארט.....

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צייט פארטרייבונג »

לעמאן סאדע האט געשריבן:העפפי ווי א באנדל

גראדע אויף אידיש האביך געהערט מען זאגט: ער פריידט זיך ווי א באנדל.
אמר רבי אלעזר בר אבינא: אם ראית מלכיות מתגרות אלו באלו צפה לרגלו של משיח (בראשית רבה מב, ד).
וואס זאגט דאס פאר אונז?! מען זאל זיך גרייטן, און זיכער מאכן אים נישט מעכב זיין חלילה פון קומען.
ווען משיח וועט קומען וועט ער ווייזן מיט די פינגער...
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35438
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

Re: Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

גרשון האט געשריבן:
קנאפער ידען האט געשריבן:קורצשלוס איז שוין אויף דויטש Kurzschluss. עס קומט ווי עס קוקט אויס קומט דער "קורצ" פון short circuit וואס קען זיין דער גורם פאר דער אפשלוס פון דער עלעקטערישע שטראם.

פארוואס עלעקטריע און נישט עלעקטער, וואס איז דער שורש צאמשטעל צו עלעקטעריע?

גוגל טייטש Kurzschluss אלס short circuit (איך בין נישט קיין גרויסער מבין אין עלעקטרי, אבער דאכט זיך אז דאס מיינט אז ס'איז נישט דא גענוג עלעקטרי אין צירקולאציע). בלעקאוט ווערט פארטייטשט אלס Stromausfall אדער ווי אין פשוט אידיש -- בלעקאוט.

איך כאפ נישט פינקטליך וואס דו פרעגסט צום סוף, אבער אזוי ווערט עס אנגערופן אין גוטן אידישן ליטעראטור און אין די ווערטערביכער.

https://en.wikipedia.org/wiki/Short_circuit

לענינינו, דער גורם צו א בלעק-אויט איז ע"פ רוב א short circuit ובכן איז עס היינו הך.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
רבותינו
שר האלפיים
תגובות: 2680
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 22, 2021 1:00 pm

Re: וואס איז די מקור פון די ווארט.....

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רבותינו »

די "נושא" (טאפיק) ווי איז די מקור פון "נושא" ?
להודות
שר האלפיים
תגובות: 2417
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 27, 2016 5:02 pm

Re: וואס איז די מקור פון די ווארט.....

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך להודות »

רבותינו האט געשריבן:"נושא" (טאפיק)

דאכט זיך עס קומט פון די תרגומים ממשפחת אבן תיבון אויף ספרי הרמב"ם וואס זענען געשריבן אין אראביש.
רבותינו
שר האלפיים
תגובות: 2680
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 22, 2021 1:00 pm

Re: וואס איז די מקור פון די ווארט.....

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רבותינו »

להודות האט געשריבן:

איז עס אראביש ?

רבותינו האט געשריבן:איז עס אראביש ?

עס איז אן איבערטייטש פון די רמב"ם'ס אראבישע ווארט (די ענין גופא קומט פון די פילוסופים).
אוועטאר
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5120
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: וואס איז די מקור פון די ווארט.....

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרשון »

רבותינו האט געשריבן:
להודות האט געשריבן:
רבותינו האט געשריבן:"נושא" (טאפיק)

דאכט זיך עס קומט פון די תרגומים ממשפחת אבן תיבון אויף ספרי הרמב"ם וואס זענען געשריבן אין אראביש.

איז עס אראביש ?

פירוש על דברי @להודות:

אבן תיבון האט געמאכט אסאך נייע לשון-קודש'דיגע ווערטער (אזוי שרייבט ער אליין), ווייל ער האט נישט אויף אלעם געהאט א ווארט. "נושא" מיינט "ער טראגט". זעט אויס אז אין אראביש זאגט מען אזוי פאר א טעמע, האט ער דאס אימפארטירט פון לשון-קודש.
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
רבותינו
שר האלפיים
תגובות: 2680
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 22, 2021 1:00 pm

Re: וואס איז די מקור פון די ווארט.....

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רבותינו »

גרשון האט געשריבן:
רבותינו האט געשריבן:
להודות האט געשריבן:
רבותינו האט געשריבן:"נושא" (טאפיק)

דאכט זיך עס קומט פון די תרגומים ממשפחת אבן תיבון אויף ספרי הרמב"ם וואס זענען געשריבן אין אראביש.

איז עס אראביש ?

פירוש על דברי @להודות:

אבן תיבון האט געמאכט אסאך נייע לשון-קודש'דיגע ווערטער (אזוי שרייבט ער אליין), ווייל ער האט נישט אויף אלעם געהאט א ווארט. "נושא" מיינט "ער טראגט". זעט אויס אז אין אראביש זאגט מען אזוי פאר א טעמע, האט ער דאס אימפארטירט פון לשון-קודש.

ייש"כ פאר מסביר זיין גאר אינטערסאנט
רבותינו
שר האלפיים
תגובות: 2680
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 22, 2021 1:00 pm

Re: וואס איז די מקור פון די ווארט.....

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רבותינו »

להודות האט געשריבן:
רבותינו האט געשריבן:איז עס אראביש ?

עס איז אן איבערטייטש פון די רמב"ם'ס אראבישע ווארט (די ענין גופא קומט פון די פילוסופים).

ייש"כ גדול
אוועטאר
מפוזר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 433
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 21, 2021 2:17 pm
לאקאציע: צווישן קאסוב און קיטוב

Re: וואס איז די מקור פון די ווארט.....

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מפוזר »

ווען א מענטש צוקלעמט זיין הענט אין ער איז נאכדעם פארקלעמט טוט ער צויי מאל די זעלבע זאך?
כ'בין דא צוריק!!!!!
ווערציך געגלייבט....
רבותינו
שר האלפיים
תגובות: 2680
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 22, 2021 1:00 pm

Re: וואס איז די מקור פון די ווארט.....

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רבותינו »

די ווארט "לאוואר" וואס מענוצט פאר נעגיל וואסער וואס איז עס אידיש צו לשה"ק צו וואס ?
אוועטאר
קנאפער ידען
שר החסד
תגובות: 31274
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו ג-ט ב"ה וויל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קנאפער ידען »

רבותינו האט געשריבן:די ווארט "לאוואר" וואס מענוצט פאר נעגיל וואסער וואס איז עס אידיש צו לשה"ק צו וואס ?

lavór איז דער אונגארישער ווארט פאר א וואש-שיסל (basin אויף ענגליש.)
"אייער צופרידנהייט, מיין הנאה." -מיך אליינס...

נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין פאר עפעס דא קען מען מיר צושיקן א לינק דערצו אין אימעיל [email protected]
רבותינו
שר האלפיים
תגובות: 2680
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 22, 2021 1:00 pm

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רבותינו »

קנאפער ידען האט געשריבן:
רבותינו האט געשריבן:די ווארט "לאוואר" וואס מענוצט פאר נעגיל וואסער וואס איז עס אידיש צו לשה"ק צו וואס ?

lavór איז דער אונגארישער ווארט פאר א וואש-שיסל (basin אויף ענגליש.)

א גרויסע ייש"כ
אנכי הרואה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 293
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 06, 2020 12:15 pm

Re: וואס איז די מקור פון די ווארט.....

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אנכי הרואה »

אוועטאר
קנאפער ידען
שר החסד
תגובות: 31274
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו ג-ט ב"ה וויל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קנאפער ידען »

אנכי הרואה האט געשריבן:קיסר (קייזער) שניט

אינטערסאנט. (כ'זע טאקע אז דאס איז אזוי אין אלע שפראכן. Cesarean/Caesar.)
"אייער צופרידנהייט, מיין הנאה." -מיך אליינס...

נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין פאר עפעס דא קען מען מיר צושיקן א לינק דערצו אין אימעיל [email protected]
שרייב תגובה

צוריק צו “שפראך, גראמאטיק און דקדוק”