UNIVERSE איז די די גאנצע ספעיס מיט אלעם אין דערינען אינקלודינג דער כדור הארצ'לצו געזונט האט געשריבן:UNIVERSE - די גאנצע כדור הארץ אויף איין מאל
וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?
Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?
- יואל ווייס
- שר האלף
- תגובות: 1213
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 28, 2009 9:25 am
- לאקאציע: אין גוטע הענט, ב"ה
Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?
ריכטיג. אדער ווי דער ווערטערליכער איבערטייטש ארויסשטייענד.מרה דאבוה האט געשריבן:פילייכט ''ארויסשטארצענדיג''farshlufen האט געשריבן:ווענדט זיך ווי דער outstanding שטייט איין.
ווען ס'שטארט ארויס איז עס ווירקליך "אויסערגעווענליך", אבער שטייט ער נאך אינדרויסן איז עס א "ריקשטאנד".
דער פשוט'ער מכוון איז צ.ב.ש ווען א גרופע מענטשן, אלע אין דורכשניטליכער הייעך, שטייען צוזאמען און איינער איז א קאפ העכער ווי די איבריגע, איז ער 'אוטסטענדינג'.
איז ווען עמיצער שטייגט איבער אנדערע מיט צ.ב.ש. א גוטן קאפ, מידות, התמדה, צו סיי וואס, און דאס זעלבע לגנאי, א שוואכער קאפ, מידות מגונות וכו', איז ער 'אוטסטענדינג'.
נאך סינאנימען דערפאר זענען:
אויסערגעווענליך = Extraordinary
אויסגעצייכנט, ועוד.
ביי אוטסטענדינג בעלענס, דער ריכטיגער באלאנס צווישן א מוכר און לוקח איז 0. דער מוכר גיט סחורה און דער לוקח באצאלט.
אין פאל דער לוקח האט נאכנישט באצאלט, איז דער באלאנס אוטסטענדינג.
__________________________________
This signature was intentionally left blank
This signature was intentionally left blank
Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?
הערליך שיין און קלאריואל ווייס האט געשריבן:ריכטיג. אדער ווי דער ווערטערליכער איבערטייטש ארויסשטייענד.מרה דאבוה האט געשריבן:פילייכט ''ארויסשטארצענדיג''farshlufen האט געשריבן:ווענדט זיך ווי דער outstanding שטייט איין.
ווען ס'שטארט ארויס איז עס ווירקליך "אויסערגעווענליך", אבער שטייט ער נאך אינדרויסן איז עס א "ריקשטאנד".
דער פשוט'ער מכוון איז צ.ב.ש ווען א גרופע מענטשן, אלע אין דורכשניטליכער הייעך, שטייען צוזאמען און איינער איז א קאפ העכער ווי די איבריגע, איז ער 'אוטסטענדינג'.
איז ווען עמיצער שטייגט איבער אנדערע מיט צ.ב.ש. א גוטן קאפ, מידות, התמדה, צו סיי וואס, און דאס זעלבע לגנאי, א שוואכער קאפ, מידות מגונות וכו', איז ער 'אוטסטענדינג'.
נאך סינאנימען דערפאר זענען:
אויסערגעווענליך = Extraordinary
אויסגעצייכנט, ועוד.
ביי אוטסטענדינג בעלענס, דער ריכטיגער באלאנס צווישן א מוכר און לוקח איז 0. דער מוכר גיט סחורה און דער לוקח באצאלט.
אין פאל דער לוקח האט נאכנישט באצאלט, איז דער באלאנס אוטסטענדינג.
- זאג א גוטס
- שר שלשת אלפים
- תגובות: 3287
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 08, 2018 3:36 pm
Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?
מ'קען טאקע נוצן "כאטש".גרשון האט געשריבן:אינטערעסאנט טאקע.אנעים זמירות האט געשריבן:בעצם איז אלץ דער זעלבע שורש. טראץ זיין יונגען עלטער איז יוסף הצדיק געווארען קעניג, זאגט מען אין לשה"ק למרות. א סורר ומורה איז א ווידערשפעניגער און טראציגער.
ווער איז אויפגעקומען אז למרות גייט מיינען טראץ? ס'איז א היינטיגע זאך? ס'האט ממש געפעלט א ווארט אז מ'האט געמוזט קריכן אויף דער לבנה?
כאטש זיין יונגן עלטער איז יוסף געווארן קעניג.
----
זאגאר = איז וואו מ'נוצט 'אפילו' אין אן אנדערן אפטייטש, וואס איז אויך "גאר": ער האט מיר נישט נאר אויפגענומען, נאר אפילו געגעבן א באדייטנדע סכום אויך.
פון תפיסה איז ער זאגאר געווארן אויפגענומען אלס משנה למלך!
Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?
אין "דער איד" לויפט לעצטנס א פארזעצונג וועלכע איז אן איבערטייטשונג פון די באוואוסטע בוך למרות הכל
דאס קעפל פון "דער איד" איז 'פונדעסטוועגן".
לכאורה ריכטיג אפגעטייטשט.
דאס קעפל פון "דער איד" איז 'פונדעסטוועגן".
לכאורה ריכטיג אפגעטייטשט.
- זאג א גוטס
- שר שלשת אלפים
- תגובות: 3287
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 08, 2018 3:36 pm
Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?
'פונדעסטוועגן' איז די פועל-יוצא. די 'אפילו הכי'.
'כאטש' אזוי, 'פונדעסטוועגן' אזי.
למרות כל הקושיים, אפילו הכי וכו'.
'כאטש' אזוי, 'פונדעסטוועגן' אזי.
למרות כל הקושיים, אפילו הכי וכו'.
Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?
דער מונדליכער איבערזעצונג פון 'למרות הכל' איז 'טראץ אלעס'.פראקטיש האט געשריבן:אין "דער איד" לויפט לעצטנס א פארזעצונג וועלכע איז אן איבערטייטשונג פון די באוואוסטע בוך למרות הכל
דאס קעפל פון "דער איד" איז 'פונדעסטוועגן".
לכאורה ריכטיג אפגעטייטשט.
פאקטיש הערט זיך עס אבער נישט אזוי גוט אין אידיש ווי אינ'ם מקור.
Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?
צ״ק
Realized ?
Realized ?
Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?
http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.ph ... 8#p2599038פארפאסונג האט געשריבן:צ״ק
Realized ?
http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.ph ... 6#p2601276
Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?
רעאליזירט!בן איש חי האט געשריבן:http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.ph ... 8#p2599038פארפאסונג האט געשריבן:צ״ק
Realized ?
http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.ph ... 6#p2601276
די זעלבע איז מיט realization - רעאליזירונג?
Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?
צו געזונט האט געשריבן:יוני אדער געשריבן UNI איז איינס.
יוניק - UNIQUE - אייגנארטיג
UNICYCLE - איין רעדלדיקע בייק
UNITY - פאראייניגונג
UNION - פאראיין
UNIT - איינהייט
UNIVERSE - די גאנצע כדור הארץ אויף איין מאל
און נישט פארגעסן UNIVERSITY - לערער און שילער ביינאזאם
unilateral - איינזייטיג
Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?
ווי אזוי זאל מען טייטשן אין אידיש א claim וואס עמיצער גיבט איין פאר אינשורענס?
פאדערונג? קלאגע? פארלאנג? תביעה? אדער דארף מען טאקע שרייבן קלעים?
פאדערונג? קלאגע? פארלאנג? תביעה? אדער דארף מען טאקע שרייבן קלעים?
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?
אפשר מאנונג אדער איינקלאגונג???גרשון האט געשריבן:ווי אזוי זאל מען טייטשן אין אידיש א claim וואס עמיצער גיבט איין פאר אינשורענס?
פאדערונג? קלאגע? פארלאנג? תביעה? אדער דארף מען טאקע שרייבן קלעים?
Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?
קלאגט.גרשון האט געשריבן:ווי אזוי זאל מען טייטשן אין אידיש א claim וואס עמיצער גיבט איין פאר אינשורענס?
פאדערונג? קלאגע? פארלאנג? תביעה? אדער דארף מען טאקע שרייבן קלעים?
Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?
קלאגן/קלאגט איז דער ווערבאלער פארעם פון קלאגע.
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
- היסטאריש
- שר ארבעת האלפים
- תגובות: 4018
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 27, 2021 4:20 pm
- פארבינד זיך:
Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?
נו, האט ער איינגעגעבן א קלאגע…גרשון האט געשריבן:קלאגן/קלאגט איז דער ווערבאלער פארעם פון קלאגע.
די פאַרגאַנגענהייט איז פאַקטיש געשען, אָבער היסטאָריע איז בלויז וואָס עמיצער האָט אַראָפגעשריבן.
Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?
ס'יז למעשה גאנץ שווער צו נוצן דעם ווארט אין שריפט, ס'איז נישט אנגענומען.פארפאסונג האט געשריבן:רעאליזירט!בן איש חי האט געשריבן:http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.ph ... 8#p2599038פארפאסונג האט געשריבן:צ״ק
Realized ?
http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.ph ... 6#p2601276
די זעלבע איז מיט realization - רעאליזירונג?
קענסט פרובירן "אויפגעפאסט" אדער "דערגאנגען" וכדו'.
-
- שר מאה
- תגובות: 226
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 30, 2022 4:47 pm
- לאקאציע: פארשעמט אויף דר'ערד
Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?
איינגעזעןפארפאסונג האט געשריבן:צ״ק
Realized ?
Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?
צ״ק
וואס איז די חילוק צווישן: אומאפּהענגיגקייט / זעלבסשטענדיגקייט / אטאנאמיע ?
וואס איז די חילוק צווישן: אומאפּהענגיגקייט / זעלבסשטענדיגקייט / אטאנאמיע ?
Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?
אומאפּהענגיג און זעלבסטשטענדיג זענען נאנט פארבינדן.פארפאסונג האט געשריבן:צ״ק
וואס איז די חילוק צווישן: אומאפּהענגיגקייט / זעלבסשטענדיגקייט / אטאנאמיע ?
אומאפּהענגיג איז א כלליות'דיגע ווארט פאר עפעס וואס איז נישט פארבינדן מיט עפעס אנדערש.
זעלבסטשטענדיג מיינט איינער וואס קען טעכניש און זאגאר טוט זיך באגיין אן הילף פונדרויסן.
אטאנאמיע ווערט בלויז באנוצט פאר א פארטיי (רשות) וואס איז נישט אונטערגעווארפן אונטער די געזעצן פון א צווייטע פארטיי.
- אנעים זמירות
- שר ארבעת האלפים
- תגובות: 4693
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 05, 2012 10:32 am
- לאקאציע: ווען מען זאגט אמר ר' בנימין הכל בחזקת סומין וכו'
Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?
אומאפהענגיג (independent) נוצט מען מער לגבי די השפעה אדער קאנטראל פון א צווייטען. זעלבסט-שטענדיג (self-sufficient) צייגט אויף נישט דארפען צו קומען צו יענעם אין געלט ענינים וכדומה.
אטאנאמיע (autonomy) איז זייער ענליך צו אומאפהענגיג. דער עיקר אונטערשיד איז ווי פאלגענד:
אומאפהענגיג צייגט אויף פרייהייט פון א פרעמדע השפעה.
אטאנאמיע צייגט אויף דעם כח צו הערשען און רעגירען אויף זיך אליין.
ביידע מיינען פריי פון יענעמ'ס הערשאפט און השפעה, אבער אומאפהענגיגקייט איז מדגיש דעם פרייהייט, ווידעראום אטאנאמיע איז מדגיש דעם אייגענעם מאכט.
דוגמאות:
היינט איז שטארק אריין אין סטיל דעם ענין פון פאציענט אטאנאמיע, נעמליך דער פאציענט זאל האבען דעם רעכט איבער די באשלוסען וואס זענען איהם נוגע.
פלוני איז אן אומאפהענגיגע קאנדידאט, דאס מיינט ער איז נישט אונטערגעווארפען די השפעה און קאנטראל פון די גרויסע פארטייען אדער פירמעס.

א מענטש קען זיך טועה זיין.
ואולי אין דברי ההלכות (הרי"ף) בזה נכונים כי אין השלימות בלתי לה' לבדו יתברך ויתעלה ויתנשא שמו יתברך. (ספר הזכות להרמב"ן יבמות כד: מדפי הריף)
די סכנה פון באזוכען כפירה\ליצנות בלאגס
מיינע שיעורים
ואולי אין דברי ההלכות (הרי"ף) בזה נכונים כי אין השלימות בלתי לה' לבדו יתברך ויתעלה ויתנשא שמו יתברך. (ספר הזכות להרמב"ן יבמות כד: מדפי הריף)
די סכנה פון באזוכען כפירה\ליצנות בלאגס
מיינע שיעורים
Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?
א דאנק @תנא קמא @אנעים זמירות
- איל_משולש
- שר ארבעת האלפים
- תגובות: 4834
- זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש מארטש 12, 2022 8:29 pm
- לאקאציע: אמעריטשקע.
- פארבינד זיך:
Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?
קען זיין מען האט שוין גערעדט דערפון אמאל, וויאזוי זאגט מען אויף אידיש דיפאלט default?
דער אפטייטש דערפון ווייס איך, איך וויל וויסן אויב ס'איז דא א איינצעלנע אידישע ווארט וואס זאל עס אפטייטשן.
דער אפטייטש דערפון ווייס איך, איך וויל וויסן אויב ס'איז דא א איינצעלנע אידישע ווארט וואס זאל עס אפטייטשן.
איך קויף נישט ביי קיין רויבער-קאלער!
this massage is paid for by DontSupportRoboCallers super pac.
_______
- דיס ספעיס איז אוועילעבל פאר רענט, פאָר רעיטס קאנטעקט אין אישי.
this massage is paid for by DontSupportRoboCallers super pac.
_______
- דיס ספעיס איז אוועילעבל פאר רענט, פאָר רעיטס קאנטעקט אין אישי.
Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?
גוגל זאגט פעליקייַט. כ'שטעלמיך פאר האסט שוין געזען.איל משולש האט געשריבן:קען זיין מען האט שוין גערעדט דערפון אמאל, וויאזוי זאגט מען אויף אידיש דיפאלט default?
דער אפטייטש דערפון ווייס איך, איך וויל וויסן אויב ס'איז דא א איינצעלנע אידישע ווארט וואס זאל עס אפטייטשן.
ביי אונז וואלט מען אויסגעלייגט פעליגקייט.
- היסטאריש
- שר ארבעת האלפים
- תגובות: 4018
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 27, 2021 4:20 pm
- פארבינד זיך:
Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?
זע דא ווי די אמאליגע עקספערטן האבן זיך געבראכן קאפ אויפצוקומען מיט א ווארט…איל משולש האט געשריבן:קען זיין מען האט שוין גערעדט דערפון אמאל, וויאזוי זאגט מען אויף אידיש דיפאלט default?