באמבע:!!!! שוידערליכע אויפדעקונג!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!

אלעס איבער לאקאלע אייוועלט וואלן

די אחראים: יאנאש,אחראי

אוועטאר
פאטאקי08
שר עשרת אלפים
תגובות: 13865
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
פארבינד זיך:

באמבע:!!!! שוידערליכע אויפדעקונג!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאטאקי08 »

ארויסגענומען פונעם בוך "די כסליו ס"ח וואלען" וואס קומט ארויס אין די טעג

א נייער בוך - די כסליו ס"ח וואלען



אויפדעקונג: פונעם צוויי געהילפן אינערהאלב מאטשקע קאמפיין וואל סעזאן כסלו ס"ח.

קורצע נאטיצן ארויס געגעבן דורך: מאחרשאל: דעץ יאטנגער, מארשאל: טעדי סלאחוואטסקי.

ביידע פון זיי האבן געארבעט פאר די גרויסע פירמע "לידינג פאחרטי וואוטס, אינוועסטיגעשאטנס ענד מאטר".

אבער 'דעץ און טעדי' זענען געווען אפאר גרויסע שפעציעל געלערנטע פאטרשער אין וואס האבן פארשטאנען צו די סארט זאכן, ווי צ.ב.ש. וואלען, אינוועסטיגעשאנס.

ווי מיר וועלן דא ערקלערן איז וויאזוי מאשקע האט באויזן צו אטפרויבן א גוטע פאר שטימען אינעם פארמעסט ווי ער איז געווען האסטיג אייגעשפאנט מיט זיינע באנדידטן, אין דאס ברויך ווערן אויסגעפאקט בריש גלוי. אזוי אז אויף דאסמאל וועט מען שטעלן שטערנגע אינפאטרסמענט.


דאס זענען די נאטיצן וואס מעג ווערן ארויס געגעבן...

'די מאטשקע בלאחחרבלי קיו'

גענוי א וואך בעפאר די וואלן ווען מאשקע האט זיך דערזעהן אז עס איז צרות ווי א בארג סיני, אין ממש די אנקעטעס ווייזן אז ער איז שוואך ווי א שטיקל צוויבל אינעם פארמעסט, האט ער אפגעמאכט אז מען וועט מוזן הייערען די קאמפעני "לידינג פאחרטי וואוטס, אינוועסטיגעשאטנס ענד מאטר". אז זיי זאלן ארויס העלפן מיט די וואלען, אמת עס וועט טאקע קאסטן אסאך געלט, אבער עס איז נישט געווען קיין ברירה דערצו...

אין אזוי איז טאקע געווען מען האט צוזאם גערופן די שטרענגע מיטינג וואס האט זיך גערופן אונטערן קאוד 'באחרבי קיו' וואס ביי דער מיטינג האט געזאלט אטענדאן די צווויי גרויסע שטאב געהילפן 'דעץ יאטנגער אין טעדי סלאחוואטסקי' ביי די 'בלאחרבי קיו' האט מאשקע געהאט פארגעגרייט דעם עולם מיט א זעלבסזיכערע קאמפסגרייט. ער האט אראפ געווארפן א מורא'דיגער שרעק אויף די פארזאמעלטע דארט, אז אויב וועט מען נישט נעמען די שריט וואס ער וועט דא אויסרעכענען קען מען זיך געזעגענן פון פארברענגן אין קרעטשמע אויף די אויבנאן פאר די קומענדיגע סעזאן.

דא האט מאשקע אנגעהויבן צו אראפמאלן זיינע גייציגע פלענער וואס האט אונטער זיך געטראגן אונטער זיך א שטעקל מיט שרעק וואס זאל אנווייזן גענוי יעדן וואס זייער ארבעט איז אינעם טאג פון די וואלן. ווי מיר וועלן דא שפעטער אראפ ברענגן.

ווען מאשקע האט אנגעהויבן מיט פארלייגן זיינע פלענער האט דעץ יאטנגער זיך געוויצעלט מיט טעדי סלאחוואטסקי אז ווי עס שיינט וועט מען מוזן אראפ ברענגן פון די 'היי אינפאטרסמענט' וואס ווערט נישט גענוצט סתם אזוי ביי א וואלן...

דא האט 'טעדי' איבער גענומען די ווארט אין אנגעהויבן אראפ לייגן זיינע פלענער וואס ער האלט, וואס זאל ברויכן ווערן געטאן.

'די הויפט פלאן'

די פלאן אליין איז געווען איינגעטיילט אין פינעף סטעפס.

סטעפ נומבער איינס: אז נאך אינדרויסן ביים טיר ווי עס וועלן פארקומען די וואלן, זאלן שטיין גרויסע הויכע דיקע מענטשן מיט ריזיגע וועסטלעך, וואס אויף די וועסטלעך זאל שטיין אויפגעשריבן מיט ריזיגע ווערטער "DON’T EVEN THINK NOT TO VOTE FOR MOSHKE”וואס אזוי אויך פון די וועסטל זאל ארויסהענגן שווערע דיקע האנטוכער, אין מיט די האנטוכער זאלן זיי שטענדיג ווישן זייער שוויץ, וואס דאס זאל אנזייען א שרעק אויף די מענטשן וואס גייען אריין אינעם וואל בודקע.

אין א גאנצן צייט זאלן די מענטשן ארומגיין פון איין בודקע צום צווייטן, נישט שטיין אויף איין פלאץ, ווייל אויב וועלן זיי שטיין אויף איין פלאץ וועלן מענטשן זיך קענען צוגעוויינען צו די דאטזיגע פארשוינען, כדי דאס אויסצומיידן, האט אויסגעפעלט אז מען זאל נאר ארומוואטקן פון בודקע צו בודקע אזוי מיט די שווערע שטיוול מיט די הויכע הויזן, מיט די דיקע וועסטל מיט די ארויס געשטעקטע האנטוכער, דאס וועט אנזייען א פחד אויף די וואוטער'ס.

סטעפ נומבער צוויי: אזוי אויך דערנעבן פון די בודקעס זאלן זיך ארום דרייען מענטשן, אבער אינעווייניג. דארט זאלן זיך ארום דרייען מער טשאטבלי ראטלי פלאטאליס אויך שטרענג געקליידעט, די סיבה פארוואס מען האט געוואלט מענטשן נעבן די בודקעלעך זעלבסט, איז געווען אויך צו ווארפן א שרעק, אבער אינעווייניג האט מען געמוזט האבן אזעלעכע סארט מענטשן וואס זיי זאלן קענען אויך געבן א גוטער בליק אין א הויכער מענטש וואלט נאר דערשראקן, דערפאר האט מען גענומען מער נידריגע מענטשן וואס זיי זאלן אביסעלע אונטער קויפן די מענטשן, מען דארף גיין מיט ביידע וועגן. 'מיט ווארפן פחד – אין מיט געבן א גוטער בליק'.

סטעפ נומבער דריי: אזוי אויך אינעווייניג ממש האחרט פאר די שטים בודקעס, האט ער באשטעלט שיין געקליידעטע מענטשן, דאס איז געווען געמאכט פאר די מענטשן וואס פאסן נישט אויף אלעס וואס טוט זיך ארום זיי, אין זיי וועלן נישט באמערקן די הויכע דיקע געקליידעטע מענטשן, דאס איז געמאכט פאר די מענטשן וואס פון הערן ווערן זיי איבער גערעדט, האט מען באשטעלט מענטשן וואס האבן געברויכט א גאנצן צייט צווישן זיך רעדן נאר פון די זעלבע זאך: אהה מאטשקע... ווער מאטשקע... יעעעע מאטשקע... עניוועי מאטשקע האט עס... נאר מיט מאטשקע... אזוי וועט זיין! עניוועי מאטשקע...

אזוי האבן זיי זיך געברויכט ארום דרייען אין נאר רעדן פון מאשקע'ן. אזוי וועט יעדער זעהן אין אויפכאפן נאר אז מען רעדט פון מאשקע.

סטעפ נומבער פיר: אזוי ווי אז ביים אריינגיין אין בודקע הענגט דאך א פירהאנג, זאל הענגן א פירהאחנג וואס אויף דער פירהאנג זאל זיין אויפגעשריבן מאטשקע, (איי פון ווי וועט מען פארשאפן אזא סארט פירהאנג). איז טעדי אויפגעקומען מיט א מורא'דיגער פלאן, אזויווי עס איז פארהאן א קאמפעני וואס הייסט 'מאטשקעס עמברוידערי'. וועט מען באשטעלן פון די קאמפאני פירהענג, אין אויף די פירהאנג וואס מען לייגט ביי די בודקעס וועט שטיין אז די סחורה איז געמאכט געווארן דורך די 'מאטשקעס עמברוידערי' אבער די ווארט 'מאטשקע' וועט שטיין געשריבן זייער גרויס, אין מכלומר'שט וועט דאס זיין א מיסטעק פון די קאמפעני אז עס איז אזוי געשריבן געווארן. אין מען וועט דאס געבן א שמור ארויף די לעצטע רגע, אין מען וועט דאס שוין מוזן לאזן דארט, ווייל מען וועט זיכער מאכן צו באהאלטן די אנדערע סחורה פירהענג...

סטעפ נומבער פינעף: דאס איז שוין געווען אביסעלע טריקי אין אייגנעשטעלט אבער דאך האט דאס דעץ זייער געשטופט, דאס איז ווי פאלגענד: אז פשוט אין פראטסט מען וועט ארומשיקן מענטשן וואס זאלן גיין פון מענטש צו מענטש אין רעדן וועגן מאשקע וואס ער טוט אלס אויף אין וואס ער שטעלט אלס אהער. (איי אבער מען טאר דאך שוין נישט קאמפיינען אינעווייניג אינעם וואל סענטער).

האט אבער 'דעץ' געווינקען פאר 'טעדי' אז העעי... מיר האבן דאך אין אונזער ביורא 'לעקס פייזער מיט ענדרו קאחלב' וואס זיי זענען ערנסטע שוי שפילער וואס זיי וועלן מכלומר'שט געבן אינפארמאציע וויאזוי די וואלן גייען צו, אין אזוי וועלן זיי אבער העצן פאר מאשקע'ן... הוי עט דאס זיין גוט 'סלעפל פייוו שרייט דעץ פאר טעדי...'

אין אזוי האט מען ווייטער ארומגעהעצט ביי די מיטינג אז ווען עס וועט קומען די טאג פון גי וואלן וועלן זי מאכן א סופער דזשאב.

אין מיט דעם האט זיך די מיטינג אנגעהויבן שליסן, איין זאך האבן נאך די 'דעץ און טעדי' פארלאנגט, אז זיי ברויכן געלט פון פראנאויס, דא האט מאטשקע אליין ארויס גענומען פון טאש ס'געלט אין אראפ געלייגט אויפן טיש פאר די חברה אז 'יאאחללאח' צו די עבודה! מיטן שמייכל האט נאך מאטשקע געגעבן א לייג צו "גייס יו נאו דעט ביי מאטשקע איז מאטני נעווער עי פראחבלעם...' מען האט גערייכט די האנט אין דא הא זיך די מיטינג געשלאסן.


*

יעצט אבער פון ס'אנדערע זייט האבן די 'מאשקע קאמפיין' גארנישט אינאכט גענומען א די 'יענטאאש קאמפיין' האט אין דער צייט געהאקט שטיקער, אין ארום געגאנגען שלעפן וואוטער'ס.

אבער ניין! די 'מאשקע קאמפיין' האט געפילט ביי זיך אז זיי ברויכן נישט ארויף ארבעטן קיינעם, זיי וועלן מאכן א דזשאב אינעם טאג פון די וואוטס... גענוי וויאזוי 'טעדי און דעץ' פון די "לידינג פאחרטי וואוטס ענד מאטר" פירמע, האבן פראנאויס געזאגט, ביי די 'בלאחרבלי קיו מיטינג'.


פארזעצונג פון די טאג פון די וואלן אי"ה...
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

איך גלייב זייער זייער שווער אז פאטאקי08 האט אפגעטייפט דעם ארטיקל... עס איז העט ווייט פון זיין סטיל און זיין קורצע שריפט.

א קאנספיראציע בתוך קאנספיראציע!

אגב, דערמאנט עס מיר א טעקסט מעסעדזש וואס איך האב באקומען פון די זימבאבווער רעגירונג 4 וואכן נאך די פארלאפענע וואלן, ווען זיי האבן נאך אלץ נישט געהאט פארעפנטליכט די אפיציעלע וואל רעזולטאטן: "מיר אנטשולדיגן זיך אויפן שפעטיגונג, אבער די וואל פעלשונג האט גענומען לענגער ווי ערווארטעט".
אוועטאר
פאטאקי08
שר עשרת אלפים
תגובות: 13865
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאטאקי08 »

קרעמער איז שוין אויך מודה
אוועטאר
שמערי בערי
מ. ראש הקהל
תגובות: 9165
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 28, 2008 4:40 pm
לאקאציע: באַזאָטלט אינעם ראשעקאָלישן אפיס....
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמערי בערי »

פאטאקי08 האט געשריבן:קרעמער איז שוין אויך מודה
אז סקען נישט זיין אז פאטקאי האט עס געשריבן...
אוועטאר
פאטאקי08
שר עשרת אלפים
תגובות: 13865
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאטאקי08 »

שמערי בערי האט געשריבן:
פאטאקי08 האט געשריבן:קרעמער איז שוין אויך מודה
אז סקען נישט זיין אז פאטקאי האט עס געשריבן...



אז

אגב, דערמאנט עס מיר א טעקסט מעסעדזש וואס איך האב באקומען פון די זימבאבווער רעגירונג 4 וואכן נאך די פארלאפענע וואלן, ווען זיי האבן נאך אלץ נישט געהאט פארעפנטליכט די אפיציעלע וואל רעזולטאטן: "מיר אנטשולדיגן זיך אויפן שפעטיגונג, אבער די וואל פעלשונג האט גענומען לענגער ווי ערווארטעט".


און אז ער האט בטעות אויסגעמקעט די שטים בודקע אשכול....
אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18580
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איך_הער »

הו עווער, ס'האטעס געשריבן, האט געמאכט א נייס דזשאב.
אוועטאר
יאנאש
שר עשרת אלפים
תגובות: 15320
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 28, 2006 8:40 pm
לאקאציע: וואו בינעך טאקע?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאנאש »

וואנדערפול ווארק פאטאקי.
האמת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך האמת »

מען דארף קענען היסטאריע צו פארשטיין אלעס!.
אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18580
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איך_הער »

פרעגסט צו דו זאגסט? אויב פרעגסטע, איז דער תירוץ אוודאי. אויב זאגסטו, פרעג איך דיר, פשיטא, סידעך א זיכערע זאך, וואס ווילסטע מיך לאזן הערן דא?
אוועטאר
ובחרת קאמפיין
שר מאה
תגובות: 136
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יוני 06, 2008 12:58 pm
לאקאציע: קלאויני בעד "אלטע בחור"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ובחרת קאמפיין »

פאטאקי טייערער אין 'איין ווארט' לאמיר דיר נאר זאגן וואס דער ארטיקל איז.

[align=center]"א מעכטיגער ארטיקל" [/align]

איי וועסטו פרעגן דא איז דאך שוין געזאגט געווארן דריי ווערטער, זאלסטו וויסן אז מיר האבן זיך נישט געקענט איינהאלטן פון שרייבן נאר איין ווארט, אזוי גוט איז דאס.


נאר אזוי זאל ארויס קומען אין די עפענטליכקייט אלע וואס איז פארגעקומען.

אין אוודאי איז בעסער אזוי ארויסנאשן אלע אינפארמאציע נישט חלילה אזוי אטאקירן די מענטשהייט...

פאטאקי נאכאיינמאל, יו אר מעידזשער!!
נאט נאט, שטיי נישט אין וועג לאז מיך גיין וואוטען פאר אלטער08'
אוועטאר
ובחרת קאמפיין
שר מאה
תגובות: 136
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יוני 06, 2008 12:58 pm
לאקאציע: קלאויני בעד "אלטע בחור"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ובחרת קאמפיין »

נו פאטאקי! ווען קומט די רעשט?

דער עולם איז דורשטיג!!
נאט נאט, שטיי נישט אין וועג לאז מיך גיין וואוטען פאר אלטער08'
אוועטאר
ובחרת קאמפיין
שר מאה
תגובות: 136
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יוני 06, 2008 12:58 pm
לאקאציע: קלאויני בעד "אלטע בחור"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ובחרת קאמפיין »

ובחרת קאמפיין האט געשריבן:נו פאטאקי! ווען קומט די רעשט?

דער עולם איז דורשטיג!!
נאט נאט, שטיי נישט אין וועג לאז מיך גיין וואוטען פאר אלטער08'
אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18580
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איך_הער »

פאטאקי, אידעך נאר דער פאסט טרעגער, פרעג דעם בעל מחבר פון די בוק.
מטעמים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9182
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

Re: באמבע:!!!! שוידערליכע אויפדעקונג!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מטעמים »

אהא
האב שכל און גיב א שמייכעל!
אוועטאר
שיינער חלום
שר האלף
תגובות: 1877
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 02, 2019 11:29 am
לאקאציע: אין בעט

Re: באמבע:!!!! שוידערליכע אויפדעקונג!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שיינער חלום »

וואס פאשטייסטו שוין יעצט?
אבזערווירער האט געשריבן:
שטארקע מענטשן ברענגן גוטע צייטן, גוטע צייטן ברענגן שוואכע מענטשן, שוואכע מענטשן ברענגן שווערע צייטן, שווערע צייטן בויט שטארקע מענטשן...
שרייב תגובה

צוריק צו “שטים בודקע”