א גוטן רבי סטאוו יא פיטא,
א בעסערן פעטער זשריצי,
צים אלעם ערשט איידער מיר גייען אריין אין די שווערע שאלות וויל זיך דער עולם באקענען מיט אייער נאמען,
קענט איר ביטע שיינע ערקלערן פשט אז איר טראגט אזא מאדנעם נאמען?
פרעגסט מיר? דער נאמען האט מען מיר געגעבן אין טאג פון מיין געבורט, קנאפע 2 חדשים צוריק. פרעג דעם סנדק
וואס טייטשט סטאוו יא פיטא אויב איך מעג פרעגן?
זאגזשע כאלאפצי, וועלעכע מדינה האט איר לעצט באזיכט?
קאזאכסטאן, למאי נפק״מ?
אה סבלנות געב עס א מינוט און וועסט אלעס פארשטיין. און בעפאר קאזאכסטאן ווי האט איר באזוכט?
הממממממ... שוין א לאנגע צייט צוריק... אה איך דערמאן זיך, זימבאבוועי!
זייער אינטערסאנט, איך האב סתם געפרעגט ווייל איך האב געוואלט וויסן, און ס׳איז מיר א עהרע און כבוד אז מיין געטרייע ווארט זאגער האט שוין באזוכט אין די אלע קאנטינענטן! דאס ווייזט אז מיר האבן געמאכט א גוטן באשלוס מיטן אייך אויפנעמען אלס ווארט זאגער. איר זענט דער געאייגנטער צי דינען אלס ווארטזאגער פאר אלע אייוועלטער ארום דער גאנצער וועלט!
דשאלאפי קוויאסיא! אבער וואס האט דאס מיט סטאוו יא פיטא?
טיטיק ניו אדאניא וועזשארא?! (בלויז א וויץ...) שוין, זאגסט קאזאכסטאן? סטאוו יא פיטא אויף קאזאכסטאניש באדייט "אייער וועלטליכע פירער" (נדנ)
נדנ?
כ'מיין ציזאגן נישט דער נאמבער פיר, מ'זאגט דאך איך בין א זיבענער
אה! נישט געכאפט. אז מ'רעדט שוין וואס מאכט אייך פאר א זיבענער?
ס'הייסט וואס? כ'בין א זיבעלע. קיינמאל נישט געזעהן ווי איך וויין?
אקעי לאמיר ציגיין צים ענין, מיר האלטן אינמיטן א מאסיוון קאמפיין פארן העכסטן פאזיציע אין אייוועלט, געט אינז א שטיקל דורכבליק וויאזוי אייער קאנדידאטור האט זיך געשאפן און פארוואס איר האט איבערגעגבן אייער קאנדידאטורשאפט פאר ידידנו מר סטיטשינער המכונה סטיטשי בלשון חיבה?
מיין קאנדידאטור האט זיך געשאפן אום מאי 7 (ידנ) יארע צוואנציג צוואנציג, אקוראט דעם טאג וואס כ'האב געלאנדעט אויף אייוועלט. ס'איז יענעם טאג געבוירן געווארן א ניק וואס די שטערן זעהער האבן שוין יארן פריער פאראויסגעזאגט אז אין עפעס אן אומקלארן טאג אויף א אומבאשטימטן אינזל מיט א אומבאקאנטן נאמען גייט געבוירן ווערן דער ניק וואס גייט ראטעווען דעם עתיד פון אייוועלט... דער טאג איז אנגעקומען....!
האט זיך געמאכט א פראבלעם וואס די שטערן זעהער האבן נישט פאראויסגעזעהן און דאס איז די ווידערהאלט פון די שטאטאטען וואס ערלויבן נישט קיין בהמה פחות משלשה צי טראגן דעם טיטל ראשאקאאל... וואס טוט מען? מיר ווייסן דאך דעם אמת אז איך בין באשאפן געווארן פאר דעם ציל און כ'טראג אויף מיר א אומגעהויערע אחריות צי ראטעווען דעם וועלט פון א נוקלערע חורבן וואס דרויעט אויפן שוועל...! נו וואזשע טוט מען... איז דער לעזונג געקומען טאקע פון דעם חכם מכל אדם מר סטיטשי אז מיר וועלן לויפן אויף איין בילעט און ווען מיין ניק וועט באקומען פאות וועט ער מיר איבערגעבן דעם בענקל..
זייער אינטערסאנט. און ביז דעמאלטס?
ביז דעמאלטס גיי איך נאר ניצן מיין סטיטשי ניק
וואאאאאס?
ס׳שטייסטע נישט? זשימבאנאדא ווינדרא כעלעפע ניו קארזשא טא עטשעקאדי סטיטשי! מאנגאליאיש פארשטייסטו יא?
אהא איך הער. לאמיר הערן וואס איז די גרעסטע פראבלעם וואס פלאגט אייוועלט היינטיגע טעג?
היינטיגע טעג איז די דריי וואכן און די גרעסטע פראבלעם איז וויאזוי געוויסע ניקס דא טרעטן אויף א גראבע הלכה אין שלחן ערוך וואס פארבאט חתונוה צי האבן בימי בין הצרים, גייען די מענטשן בשאט נפש האבן זיי חתונה מיט זייערע ניקס .... שומו שמים א חורבן עולם!!! מען איז זיך מדבק אינעם ניק א שטייגער ווי אישטוי קעגיפוי פוי! א חתונה כדת וכדין און מען קען שוין נישט כאפן א קיצל נאכדעם, אלעס איז פערזענליך אלעס איז פליקעס נאדא וואדאא... ראכאמאנא לשייזוואנא!
איז דאס אלעס וואס פלאגט אייוועלט? און וואס איז נאך די דריי וואכן?
על ראשון כישען, אייוועלט פלאגט זיך נישט וואטסאעווער, ווען איך נעם איבער דעם שטיל גיי איך זיך פלאגן. ועל שייניס איז קיינמאל נישט ערלויבט אזא גאנג ווייל א ניק איז סתם אזוי א טריפה'ענע בעל חי טאקע מעלה גרה אבער ס'איז נישט מפרסת פרסה.. ווי אויך אפילו די וואס האבן דעם סנפיר האבן אבער נישט קיין קשקשת... איז במילא די סארט חיבור מיטן ניק שטרענג פארבאטן און אי"ה אינטער מיין ראשאקאקאל שאפט גייט מען עס שטרענג אינפארסירן געהעריג מיט סנהדרין של ע"א
וואס איז אייער ציל מיטן לויפן?
ווי שוין געזאגט בעפאר, אייער איז סטאוו אויף קאזאכסטאניש. און ווען אייער לויפט גייט דער איי פון אייוועלט קראכן און ס׳גייט ווערן א שפיגל איי וועלט. דאס נעמט אריין אייער שפייז, שקשוקה, לויזע אייער, אייער צוויבל, לאקשן קיגל און וואדקע!
וואדקע?! ווי קומט וואדקע אן צי אייער?
כאפסט נישט אויפן ווינק? האלטסט דארט דעם פלאש וואדקע שוין אזא 10 מינוט, שטעכסט מיר אויס די אויגן, און די גיסט מיר נישט אן קיין גלעזל. נאדא וואסיא!
אוי אנטשולדיגט, נאדיר דריי גלעזלעך...
לחיים לחיים. יעצט קענסטו אנהייבן פרעגן וואס דיין הארץ באגערט נאר!
רעב סטאווי מיר האלטן שוין לאנג נאכן פרעגן. אבער אז דו בעטסט שאלות לאמיר דיר פרעגן וואס איז אייער בליק אויף די קעגנער אייערע?
אויף אזאנס האב איך מיר נישט געראכטן! גיסזשע אן נאך א צוויי דריי גלעלעך אפשר דעמאלטס...
נאדיר דאס גאנצע פלאש!..
אה ווא ווא!
נעום פיטא בנו יא סטאוו!...
צים ערשט מיין שטיף פעטער דער לוי טשאדי, שטעלט אהער א קאמפיין ווי ס'פאסט פאר מיין באדי.
מיט סאדי ציגלייך א שמייכל גלייך.
כאניש וואס צי טוהן קאמפיינט ווי מיין ליבער האן
און דער מומחה יוחס מיט זיינע אלטע כוחות
איי בלא בלא בלא א קנאק איינס צוויי דריי לא לא לא..
האמיר זיי אלע באזינגען ווי ס'וועלט זיך ציקלינגען.
הצלחה רבה פאר אלע ראשי קהלה פון טשאבא.
דער עיקר מען איז פריילאך און מען עסט זיסע קניידלאך...
אנטשולדיגט אבער כ'האב א הענגאווער....
האוווא ייש"כ סטאווי אסאך הצלחה!
כ'בין שוין נישט דא....