אונזער פרעזידעט טראמפ (פון וועמען פעיק האלט זיך פאר א קנאפער חסיד) פירט שוין זיין מערכה מיט פעיק ניוז פאר עטליכע יאר. טראמפ רייסט אים אראפ ווען אימער, און פאר גוטע סיבות. אפילו דער פרעזידענט איז מודה אז פעיק איז א טראגעדיע פאר אייוועלט ווי דעבלאזיא פאר ניו יארק און פעלאסי צום פרעזידענט.
פעיק ברענגט שטענדיג נייעס באריכטן פון א נייעס אימעיל ויקרא שמו "דעילי איד" וואס איז ווי באוואוסט דער פאן טרעגער פון אומאפהעניגן פעיק ניוז אידנטום און שופר פון היימישע פאלשע נייעס באריכטן. אויסער דעם וואס די אלע א.ג. 'היימישע' מידיע באריכטער זענען שטרענג פארבאטן און גע'אסר'ט געווארן דורך צדיקים וקדושי עליון זי"ע. דער ראשי תיבות פון ד. א. ד. רעדט דאך פאר זיך אליין: "ד'ארף א'ייוועלט ד'ערנער", בלשון בתמיה, ודי.
והעולה על כולנו, עס קוקט אויס ווי דער עולם כאפט פשוט נישט וואס "פעיק נוז" מיינט, יא רבותי, עס מיינט א פעיקע נאָז!!!!!! פשוטו כביאורו. א פעיקע נאָז וויל דא ווערן אונזער ראש הקהל און מיר וועלן זיך נישט לאזן פון דעם. בנערנו ובנאָזירנו נלך, מיר וועלן מאכן אסאך נויז, ביז מיר וועלן נישט צולאזן דעם חרון אף פון איבערנעמען דאס פלאץ.
א פעיקע נאז איז נישט קיין לייכטע מעשה, ער וועט זיך אריינמישן איבעראל. אפילו דער ניק קומט אן אזוי בא'טעמ'ט און געשמאק, ער קאמפיינט אפילו "פעיק אייוועלט געשמאק אגעין" און ער לאזט גענצליך אויס דעם נאָז.... הלא דבר הוא!!! נישט אומזיסט באהאלט ער עס פון אונז....
און ער וויל נאך ווערן ראש הקהל, ער מיינט אז אזוי וועט ער אייננעמען גאנץ אייוועלט. ניין! מיר שטעלן אונזערע פרינציפן פאראויס בעפאר אונזערע אינטערעסן. מיר ווילן דאס נישט! מיר ווילן צייגן אונזערע פויסטן פאר דעם קאנדידאט אז ניין! דו גייסט נישט איבערטרעטן דעם שוועל פון אייוועלט אלס ראש הקהל!
כלנו למערכה!! למען רוח אפינו לא נחשה!! ואפילו בהסתרה!! ואף על פי שיתממה!!
נאר אסדר וועט זיין דער ראש הקהל וואס וועט באפרייען אייוועלט פון אלע שענדליכע קאנדידאטן!!