אסד"ר קאמפיין – א'ייוועלט ס'עלעקטירט ד'רייסטער ר'אש הקהל

אלעס איבער לאקאלע אייוועלט וואלן

די אחראים: יאנאש,אחראי

אוועטאר
אסדר לסעודתא
שר עשרת אלפים
תגובות: 11191
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

אסד"ר קאמפיין – א'ייוועלט ס'עלעקטירט ד'רייסטער ר'אש הקהל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אסדר לסעודתא »

דער "אסד"ר קאמפיין" איז שוין אריין אין די העכערע פאזעס, ערשיינענדיג צווישן די העכסטע קאנדידאטן אויף א סעריע אנקעטעס, אינערליך און אויסערליך. ווי אויך איז צוגעקומען אסאך שטיצע פון א צאל לעגענדארע ניקס וואס ווי עס קוקט אויס שטייגט די אינטערעסע פון דעם עולם פאר מיינע פאליסיס.

דעריבער איז יעצט די בעסטע צייט ארויסשטעלן נאך עטליכע פון מיינע פאליסיס, וואס וועלן האפנטליך ארויסברענגען די מאקסימום צאל שטיצע פאר מיין קאמפיין וואס האט שוין באוויזן איבערצושטייגן די גרעסטע קאמפיינס און מיר זענען שוין אייגנטליך אויפן וועג צו א מאסיוון לענדסלייד!

דיפאנד!!

ווי שוין געשריבן אינעם ערשטן קאמפיין ליפלעט, וועלן מיר דיפאנדן אחראים. די אחראים באקומען צופיל געלט פאר גארנישט. יעדער אחראי וועט מוזן ארויסגעבן זיינע טעקס ריטוירנס פאר'ן ראש הקהל, און ער וועט דן זיין ווער עס מעג בלייבן מיט זיין פעי טשעק און ווער עס מוז זיך אפזאגן.

איי-קעיר!!

דאס געלט וואס וועט דיפאנדעד ווערן פון די אחראים וועט גיין פאר אן אומזיסטע "העלט קעיר" סיסטעם פאר אלע חולאים וואס מערן זיך דא אויפ'ן וועלטל. א גרויסע צאל ניקס נויטיגן זיך אין רפואות, און מיר וועלן צושטלען פסיכאלאגן בחינם וואס וועלן דיאגנאזירן די ניקס לויט זייערע תגובות. דערנאך וועט מען זיי צושטעלן די נויטיגע טראפן לויט זייערע דיאגנאזירונגען.

בוי א וואנט!!

איינער פון מיינע הויפט פאליסיס וועט זיין, צו בויען א וואנט צווישן פארברענגען און א פארמאכטע פארברענגען. די פארמאכטע פארברענגען וועט נאר זיין פאר ניקס פון 1000 תגובות און העכער, וואס האבן זיך מצטיין געווען אין די אפענע פארברענגען. און זיי וועלן מוזן דורכגיין א וואויט אין די פארמאכטע פארברענגען (וואס וועט באקומען א נייע נאמען ביים גרינדונג) און אויב ער וועט באשטעטיגט וועט ער עס קענען מיטהאלטן.

טויש די קעפלעך!!

פון ווען איך ווער ראש הקהל, וועלן די נעמען פון אלע קעפלעך פון אלע אשכולות מוזן דורכגיין א שטרענגע צענזור. מען וועט טוישן אלע קעפלעך פון די אשכולות צו נארמאלע קלאסישע נעמען וואס וועט זיך ליינען געשמאק און געשמירט. מיר וועלן האקן קעפ און טוישן נעמען רעכטס און לינקס, חוץ אויב די נאמען מאכט סענס, פארשטייט זיך.

סקרינונג!!

די קשיא ביים סקרינונג צו אייוועלט גייט אויך געטוישט ווערן, זינט א שיינע פאר ניקס ווייסן טאקע וואס מ'ענטפערט אויף א ברכה, אבער נישט וויאזוי מ'שרייבט א תגובה. מען וועט מוזן איבערטייטשן די ברכה פון אשר יצר אויף אידיש, זיכער צו מאכן אז זיי האבן א אידישע קיפעד און זיי קענען ספעלן אפאר ווערטער אויף אידיש.

צענזוס!!

יעדע צוויי יאר וועט פארקומען א ציילונג אויף אייוועלט, און יעדע ניק וועט מוזן צוריקשיקן דעם צענזוס בויגן צום סיסטעם, זיכער צו מאכן אז דער ניק איז נאך אקטיוו. מען וועט געבן א צייט פון צוויי חדשים צוריקצושיקן דעם בויגן, און ווער עס בלייבט שטיל וועט זיין ניק אוועקגעגעבן ווערן פאר נייע ניקס, וואס וועט העלפן לינדערן דעם זוכעריי פאר נייע ניק נעמען.

איינצוימען אונטערשריפט!!

די אונטערשריפט איז שוין ארויס פון אלע גבולים, געוויסע ניקס שרייבן דארט אפ גאנץ מגילת אסתר. מען וועט איינצוימען אונטערשריפט צו בלויז צוויי שורות, ביידע שורות מוזן זיין די זעלבע קאליר אותיות – לויטן אויסוואל פון דער ספעציפישער ניק, און מען וועט נישט קענען טוישן אונטערשריפטן מער פון 30 מאל יעדן טאג.

סעקאנד אמענדמענט!!

כדי זיך צו קענען באשיצן פון באוואפנטע ניקס וואס קומען מיט לאודס אטאקעס, וועט מען ערלויבט צו אטאקירן ניקס וואס האבן אנגעהויבן צו אטאקירן. נעבן דעם דווח קנעפל וועט מען צולייגן א "אטאקיר קנעפל" וואס וועט שיקן א שארפע באמבע מעסעדזש צום באטערפנדער ניק אין אישי. מען וועט אויך קענען זיין אין יעדע פראפייל די צאל "אטאקעס" וואס ער האט שוין געשיקט און געכאפט.

********

אין מיינע ערשטע 100 טעג אין אפיס וועל איך ארבעטן אויף די אלע אישוס און מיט די הילף פונעם ציבור וועט מען בעזרת ה' אויפטון א געוואלד!!

מיר האבן נאך אסאך פלענער אויפ'ן צוקונפט וואס מיר וועלן ארויסגעבן אין די קומענדיגע טעג און וואכן, אבער מיר דארפן שטיצע און הילף פונעם ציבור. ווער עס האט סיי וועלכע געדאנקן אדער קען ארויסהעלפן אויף סיי וואספארא אופן, ביטע זיך צומעלדן דא אדער אין אישי און מיר וועלן קענען אנגיין און פארגרעסערן אונזער מאסיוון קאמפיין.

אסדר – דער קאנדידאט פון די ניקס!! מיר וועלן קעמפן פאר אייך!! העלפט יעצט קעמפן פאר אונז!!
לעצט פארראכטן דורך אסדר לסעודתא אום מיטוואך יולי 15, 2020 11:38 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
דער קאמפייןאיז שוין פארריבער, אבער מיינע ארטיקלעןזענען נאך מעגליך אקטועל
אוועטאר
אסדר לסעודתא
שר עשרת אלפים
תגובות: 11191
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

Re: אסד"ר קאמפיין – א'ייוועלט ס'עלעקטירט ד'רייסטער ר'אש הקהל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אסדר לסעודתא »

מיר נויטיגן זיך אין א צאל סטעף מעמבער, ווער עס איז גרייט ארויסצוהעלפן דעם קאמפיין - ביטע זיך מעלדן אין אישי.

בעסטע בענעפיטן פאר די פאסיגסטע קאנדידאטן!!

אסדר, צוקונפטיגער ראש הקהל פק"ק אייוועלט
דער קאמפייןאיז שוין פארריבער, אבער מיינע ארטיקלעןזענען נאך מעגליך אקטועל
אוועטאר
אלטער
שר תשעת אלפים
תגובות: 9970
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 14, 2020 12:44 pm
לאקאציע: אין בהמ"ד ביים קאווע שטיבל

Re: אסד"ר קאמפיין – א'ייוועלט ס'עלעקטירט ד'רייסטער ר'אש הקהל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלטער »

נאכן מיטהאלטן די לעצטערע אנטוויקלונגען וויל איך דא ארויסגעבן מיין אינדראסירונג פאר אונזער קאנדידאט "אסדר".

ער איז דער קאנדידאט וואס מיר זוכן, ער וועט יעדעם איבערשטייגן און געווינען דעם פארמעסט.

יעדער שטיצט אסדר!!
ווייל איך בין א אידעלע, זינג איך מיר א לידעלע, ווייל איך בין א איד, זינג איך מיר א ליד
אוועטאר
אסדר לסעודתא
שר עשרת אלפים
תגובות: 11191
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

Re: אסד"ר קאמפיין – א'ייוועלט ס'עלעקטירט ד'רייסטער ר'אש הקהל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אסדר לסעודתא »

אלטער איז שוין אויף מיין זייט!!

ווער נאך??

חברה קומסט ארויס אין די מאסן. די סיילענט מעדזשאריטי איז נאך שטיל...
דער קאמפייןאיז שוין פארריבער, אבער מיינע ארטיקלעןזענען נאך מעגליך אקטועל
אוועטאר
אסדר לסעודתא
שר עשרת אלפים
תגובות: 11191
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

Re: אסד"ר קאמפיין – א'ייוועלט ס'עלעקטירט ד'רייסטער ר'אש הקהל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אסדר לסעודתא »

ברעקינג:

פרישע אינערליכע אנקעטע פון יעצט נאכמיטאג:

אסדר: 34
סטאוו: 32
כאניש: 19
מומחה: 14
פעיק: 9
קלאץ: 3
בלא: 0
דער קאמפייןאיז שוין פארריבער, אבער מיינע ארטיקלעןזענען נאך מעגליך אקטועל
אוועטאר
בלא בלא בלא
שר האלף
תגובות: 1756
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 18, 2019 11:34 pm

Re: אסד"ר קאמפיין – א'ייוועלט ס'עלעקטירט ד'רייסטער ר'אש הקהל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בלא בלא בלא »

אסדר לסעודתא האט געשריבן:ברעקינג:

פרישע אינערליכע בויכוויי אנקעטע פון יעצט נאכמיטאג:

בלא בלא בלא האט געשריבן:
אסדר לסעודתא האט געשריבן:ברעקינג:

פרישע אינערליכע בויכוויי אנקעטע פון יעצט נאכמיטאג:

אסדר: 34
סטאוו: 32
כאניש: 19
מומחה: 14
פעיק: 9
קלאץ: 3
בלא: 0

דער אפשאצונג גייט פון אויבן אויף ארויף
אוועטאר
אסדר לסעודתא
שר עשרת אלפים
תגובות: 11191
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

Re: אסד"ר קאמפיין – א'ייוועלט ס'עלעקטירט ד'רייסטער ר'אש הקהל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אסדר לסעודתא »

ער האט עס ארויס!! ס'איז ערווארטעט א מעכטיגן דרייוו אפ!
nemtudom האט געשריבן:בס"ד

מיר וועלן אצינד אויסשמועסן די היינטיגע אנקעטע, לויט ווי עס שטייט יעצט דאנערשטאג 3:00 נאכמיטאג.

נעכטן זענען מיר געגאנען מיט די אנקעטע פון @אחת, היינט וועלן מיר פאקוסירן אויף די בייגעלייגטע אנקעטע.

אנדערש ווי אנאליסטן האבן פאראויס געשאצט, איז בלא בלא היבש געשטיגן אין די אנקעטעס, שטייענדיג נעק טו נעק מיט פעיק, וועלכע האט שוין נעכטן נאכט אויסגעקוקט ווי ער רוקט זיך פאראויס.
ווי עס קוקט אויס פירט בלא בלא מער א פערזענליכע קאמפיין, אפעלירנדיג שטילערהייט ביי ניקס, וויבאלד אין פובליק איז די קאמפיין געווען גאנץ שטיל.

כאניש איז ביים צווייטן פלאץ נאך די צוויי, מיט 15% פון די שטימען, וואס יעצט צייגט דאס שוין יא מער א אויסקוק אויפן קאמפיין, וויבאלד די אנקעטע איז געווען אפן ביינאכט ווען פארברענגן איז שטארק אקטיוו.

מומחה האט זיך שטארק ארופגערוקט אין די אנקעטעס, וואס קען זיין אן אנדייטונג אויף א פרישע לעבהאפט אינעם קאמפיין, ספעציעל נאך די ארויסטריט פון זאגי, און זיין אנשליסונג אין די מומחה טיעם, מיטברענגנדיג מיט זיך אסאך יונגע שטימען, און פרישע ענערגיע אינעם קאמפיין.

די געדאנק פון סטאוו זיך צו צוזאמשטעלן מיט סטיטשינער און אוזי ארום אויסקרויזן די שטאטוטן איז געווען שטארק איבערראשנד, און אצינד איז בלויז ערווארטעט צו זען אויב די קאאליציע וועט קענען צוזאמברענגן מער שטימען ווי די אנדערע פראנט ראנערס.

קלאצי קומט אריין שוואכער ווי נעכטן, ווי עס קוקט אויס גלייכט דער ציבור יא מער א לעבהאפטע קאמפיין, בפרט ווען ער אפעלירט צו יונגע, אנדערש ווי מומחה וועלכע איז גאר שטארק ביי די עלטערע און קען זיך ערלויבן נישט צו מאכן צופיל גערודער.

אסדר'ס קאנדידאטור האט נאכנישט געהעריג געקליקט ביי די וויילער, וועלכע זענען נאך אומזיכער ווי ערנסט ער מיינט עס. אבער עס ווערט פארגעשאצט אז איינמאל ער קומט אריין מיט א פולשטענדיגע קאמפיין, וועט ער זיך שטארק הייבן אין די אנקעטעס.

אזוי גאר'ס קאמפיין איז דערווייל שלאפעדיג, מעגליך אן אנדייטונג אז ער פלאנט זיך ארויסצוציען אינגאנצן פונעם פארמעסט, אדער גאר די שטילקייט פארן שטורעם.

-----------------------------
נעמטודאם, קנ"א וואלן אפטיילונג
דער קאמפייןאיז שוין פארריבער, אבער מיינע ארטיקלעןזענען נאך מעגליך אקטועל
אוועטאר
אחת ואחת
שר שלשת אלפים
תגובות: 3665
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 09, 2018 12:01 pm
לאקאציע: אין קרעטשמע

Re: אסד"ר קאמפיין – א'ייוועלט ס'עלעקטירט ד'רייסטער ר'אש הקהל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אחת ואחת »

לויט די זאכן וואס מען פארשפרעכט דא קוקט אויס ווי מען לויפט פאר "קרעטשמער" נישט פאר ראה"ק.
פרוטה ופרוטה מצטרפת לחשבון גדול
אוועטאר
אחת ואחת
שר שלשת אלפים
תגובות: 3665
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 09, 2018 12:01 pm
לאקאציע: אין קרעטשמע

Re: אסד"ר קאמפיין – א'ייוועלט ס'עלעקטירט ד'רייסטער ר'אש הקהל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אחת ואחת »

בלא בלא בלא האט געשריבן:
בלא בלא בלא האט געשריבן:
אסדר לסעודתא האט געשריבן:ברעקינג:

פרישע אינערליכע בויכוויי אנקעטע פון יעצט נאכמיטאג:

אסדר: 34
סטאוו: 32
כאניש: 19
מומחה: 14
פעיק: 9
קלאץ: 3
בלא: 0

דער אפשאצונג גייט פון אויבן אויף ארויף

די נאמבערס טוישען זיך נישט ווען מען ליינט עס פון אונטען ארויף. (איך האב שוין פרובירט)
פרוטה ופרוטה מצטרפת לחשבון גדול
אוועטאר
אסדר לסעודתא
שר עשרת אלפים
תגובות: 11191
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

Re: אסד"ר קאמפיין – א'ייוועלט ס'עלעקטירט ד'רייסטער ר'אש הקהל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אסדר לסעודתא »

אחת ואחת האט געשריבן:לויט די זאכן וואס מען פארשפרעכט דא קוקט אויס ווי מען לויפט פאר "קרעטשמער" נישט פאר ראה"ק.

מ'גייט ארבעטן אויף אלע פראנטן. איינמאל מ'איז ראש הקהל וועט מען קענען זיך ארויפכאפן ביז ארויף.
דער קאמפייןאיז שוין פארריבער, אבער מיינע ארטיקלעןזענען נאך מעגליך אקטועל
אוועטאר
אסדר לסעודתא
שר עשרת אלפים
תגובות: 11191
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

Re: אסד"ר קאמפיין – א'ייוועלט ס'עלעקטירט ד'רייסטער ר'אש הקהל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אסדר לסעודתא »

ברעכנדע נייעס פון די "סאדי" קאמפיין

ווי דער עולם האט מיטגעהאלטן איז מיין קאמפיין געשטיגן גאר הויעך, און האט שוין איבערגעשטיגן גאר אסאך קאמפיינס אין די ערשטע טעג פונעם פארמעסט. קיינער האט זיך נישט געראכטן פאר אזא באזע פון אזויפיל מאמענטום, אבער ברוך ה' אז עס איז אנגעקומען ביז אהער.

אך דא עקא, אז אויף די פארלאנג פון געוויסע חשוב'ע ניקס האב איך געשפירט אז די ריכטיגסטע זאך וועט זיין זיך צוזאמצושטעלן מיט "פעיק" און אזוי וועט מען קענען אינאיינעם אויפטרייבן שטיצע פאר אונזער טיקעט.

איך בין געווען זיכער אז מיינע הייסע שטיצער וועלן אלע מיטקומען מיך צו שטיצן אין דעם קאמפיין, אבער ליידער האט נישט אזוי פאסירט. מיינע גאר נאנטע שטיצער זענען שטארק באליידיגט אויף מיר און ווילן אז איך זאל קלאר יא לויפן אליין.

אשר על כן, צוליב לעצטערע אנטוויקלונגען, איז דער "פעיק אסדר קאמפיין" אויף אן אפשטעל, ביז צו א קומענדיגער צומעלטונג.

מיין קאמפיין איז נישט פארשלאסן, עס בלייבט ווייטער אפן און מיינע שטיצער קענען ווייטער אויסדרוקן שטיצע, שטימע, פארשלאגן און קאמענטארן, אבער די "פעיק-אסדר קאמפיין" איז אויף צייטווייליגע פאזע. ואתכם הסריחה.

עס איז מיר געווען א פארגעניגן זיך צו באקענען מיט פעיק, יש בו, מטעמים, זייערע ניקס און אנדערע קאמפיין פארוואלטונג. די געשמאקע אינדראסירונגען זענען מיר געווען א כבוד, און עס איז צום האפן אז זיי וועלן מיר ווייטער באגלייטן אין די קומענדיגע טעג, נאכ'ן פאסן מיין ענדגילטיגן באשלוס.

מיט ליבשאפט און אנערקענונג, אסדר
דער קאמפייןאיז שוין פארריבער, אבער מיינע ארטיקלעןזענען נאך מעגליך אקטועל
וואס טוט זיך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7240
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 31, 2019 5:38 pm
לאקאציע: איינע פון די באהאלטענע סאב פארומס

Re: אסד"ר קאמפיין – א'ייוועלט ס'עלעקטירט ד'רייסטער ר'אש הקהל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואס טוט זיך »

שאאאאאר.

האסט געהאט א 'מעכטיגע' באזע...

איו די לעצטע אנקעטע פאר ענקער לצינות'דיגע צאמשטעל, האסטו געהאט 5 וואטס, הערסט??? 5!!
אני מאמין באמונה שלימה, שהבורא יתברך שמו, הוא בורא ומנהיג לכל הברואים, והוא לבדו עשה ועושה ויעשה לכל המעשים.
אוועטאר
קרעפלעך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 480
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 07, 2020 2:01 pm

Re: אסד"ר קאמפיין – א'ייוועלט ס'עלעקטירט ד'רייסטער ר'אש הקהל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעפלעך »

אסדר לסעודתא האט געשריבן:טויש די קרעפלעך!!

אופס! געב אכטונג! דאס איז שוין א רויטע ליניע.
אוועטאר
אסדר לסעודתא
שר עשרת אלפים
תגובות: 11191
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

Re: אסד"ר קאמפיין – א'ייוועלט ס'עלעקטירט ד'רייסטער ר'אש הקהל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אסדר לסעודתא »

דרינגנדע מעלדונג פאר אלע אסדר שטיצער!!!

היינט נאכט וועט פארקומען אן ערשטמאליגער

היסטארישע ווירטואלע מיטינג

פאר אלע אמטירנדע און צוקונפטיגע פארטיי שטיצער, וואו מען וועט דוסקוסירן ווייטערדיגע פלענער פאר אונזער קאמפיין!!

ווער עס וויל זיך באטייליגן ביים היסטארישן אסיפה, זאל שוין שיקן אן אישי, און וועט זיך קענען באטייליגן פריי פון אפצאל

ובשם ה' נעשה ונצליח!!!
דער קאמפייןאיז שוין פארריבער, אבער מיינע ארטיקלעןזענען נאך מעגליך אקטועל
אוועטאר
אוראייניקל
רב הצעיר תשפ"ד
תגובות: 17015
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 21, 2019 9:05 am

Re: אסד"ר קאמפיין – א'ייוועלט ס'עלעקטירט ד'רייסטער ר'אש הקהל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוראייניקל »

אסדר לסעודתא האט געשריבן:
דרינגנדע מעלדונג פאר אלע אסדר שטיצער!!!

היינט נאכט וועט פארקומען אן ערשטמאליגער

היסטארישע ווירטואלע מיטינג

פאר אלע אמטירנדע און צוקונפטיגע פארטיי שטיצער, וואו מען וועט דוסקוסירן ווייטערדיגע פלענער פאר אונזער קאמפיין!!

ווער עס וויל זיך באטייליגן ביים היסטארישן אסיפה, זאל שוין שיקן אן אישי, און וועט זיך קענען באטייליגן פריי פון אפצאל

ובשם ה' נעשה ונצליח!!!

כ'זעה אז די האסט געפאוסט גענוג איינלאדענונגען אויפו וועלטל ס'זאל זיין גענוג פאר אלע משתתפים, יעדע איינער זאל באקומען א פערזענליכע הזמנה, און ביסט נאך געבליבן מיט רעשט אויך...
חוח בין השושנים האט געשריבן:
אוועטאר
אסדר לסעודתא
שר עשרת אלפים
תגובות: 11191
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

Re: אסד"ר קאמפיין – א'ייוועלט ס'עלעקטירט ד'רייסטער ר'אש הקהל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אסדר לסעודתא »

מיין אישי קעסטל איז פארפלייצט!!! דער עולם לעכצט נאך א נארמאלע קאנדידאט, זיי געבן מיר א שאנס!

קענסט נאך קומען...
דער קאמפייןאיז שוין פארריבער, אבער מיינע ארטיקלעןזענען נאך מעגליך אקטועל
וואס טוט זיך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7240
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 31, 2019 5:38 pm
לאקאציע: איינע פון די באהאלטענע סאב פארומס

Re: אסד"ר קאמפיין – א'ייוועלט ס'עלעקטירט ד'רייסטער ר'אש הקהל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואס טוט זיך »

שוין, ער מאכט שוין גילוי אויכעט....

רבותי!! וויזוי קענט עטס שטיצן אזא קאנדידאט, וואס האט געטוען א דראסטישע שריט, און זיך צאמגעשטעלט מיט אן אנדערע קאנדידאט, אן פרעגן זיינע הייסטע שטיצער!!!
און נאכדעם וואס זיינע שטיצער האבן אים געזאגט אפן, "מיר ווילן דאס נישט!" האט ער זיך געמוזט אפטיילען מיט בושות...

#מ'דארף א קאנדידאט וואס רעכנט זיך מיט זיינע שטיצער!
אני מאמין באמונה שלימה, שהבורא יתברך שמו, הוא בורא ומנהיג לכל הברואים, והוא לבדו עשה ועושה ויעשה לכל המעשים.
מנחה מעריב'ל
שר חמש מאות
תגובות: 589
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 11, 2020 11:00 am
לאקאציע: אין בעק טאש פון דיין בר מצווה בחור'ל

Re: אסד"ר קאמפיין – א'ייוועלט ס'עלעקטירט ד'רייסטער ר'אש הקהל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מנחה מעריב'ל »

[align=center]אסדר קאמפיין גייט אריין אין די הייסע פאזע![/align]
[align=center]א קלארע זאכליכע "יא אסדר" באריכט איז אויפן וועג.
נעמט דאס נישט פאר לייכט![/align]
אוועטאר
הרבטייטעלבוים
שר ששת אלפים
תגובות: 6377
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 20, 2012 5:52 pm
לאקאציע: שתולים בבית ד'

Re: אסד"ר קאמפיין – א'ייוועלט ס'עלעקטירט ד'רייסטער ר'אש הקהל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הרבטייטעלבוים »

אסדר לסעודתא האט געשריבן:
דיפאנד!!

אויב עפעס, מאכען א פעידזש ווי מקען מנדב זיין פאר די אחראים, פארען ארבעטען אזוי געטריי, און טאקע פאר די אלע וואס לויפן פאר ראש הקהל.
איי-קעיר!!

שטעל שוין צו דענטל קעיר אויך. אפשר כאפט א שמועס מיט בערני ער האט פלאן וויאזוי מקען דעקען גאנץ אמעריקע אן געלט.

בוי א וואנט!!

וועט מאכען אז ביידע זאלען זיין פארשלאפען נד"נ

טויש די קרעפלעך!!

פארבינד אייך מיט נשמה ער האט עפעס א ווארט אויף די קעפלעך

סקרינונג!!

די איינציגסטע וועג זיך צו לערנען שרייבען איז, שרייבען.
צענזוס!!

א מורידיגע פלאן אבער אן א טראפ שכל, איר וועט מוזען אויסמעקען אלע תגובות פון דעם ניק אויכעט, כ'מיין אויסמעקען היסטאריע, אראפברעכען סטאטוען? ווי זענט איר און אמעריקע?.

איינצוימען אונטערשריפט!!

מסכים

סעקאנד אמענדמענט!!

.

********

אסדר – דער קאנדידאט ניקס!! מיר וועלן קעמפן !
אוועטאר
אסדר לסעודתא
שר עשרת אלפים
תגובות: 11191
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

Re: אסד"ר קאמפיין – א'ייוועלט ס'עלעקטירט ד'רייסטער ר'אש הקהל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אסדר לסעודתא »

הרב טייטלבוים, מיט וואס קען איך אייך העלפן?

אויב האב איך א טייטלבוים אויף מיין זייט וועל איך כאטש ארומפארן קאמפיינען מיט א קעדי מיט צוויי טייטלביימער אויף די לייסענס פלעיטס...
דער קאמפייןאיז שוין פארריבער, אבער מיינע ארטיקלעןזענען נאך מעגליך אקטועל
אוועטאר
הרבטייטעלבוים
שר ששת אלפים
תגובות: 6377
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 20, 2012 5:52 pm
לאקאציע: שתולים בבית ד'

Re: אסד"ר קאמפיין – א'ייוועלט ס'עלעקטירט ד'רייסטער ר'אש הקהל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הרבטייטעלבוים »

אסדר לסעודתא האט געשריבן:הרב טייטלבוים, מיט וואס קען איך אייך העלפן?

אויב האב איך א טייטלבוים אויף מיין זייט וועל איך כאטש ארומפארן קאמפיינען מיט א קעדי מיט צוויי טייטלביימער אויף די לייסענס פלעיטס...

ענפערען אויף מיינע קאנסערנ'ס
אוועטאר
אסדר לסעודתא
שר עשרת אלפים
תגובות: 11191
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

Re: אסד"ר קאמפיין – א'ייוועלט ס'עלעקטירט ד'רייסטער ר'אש הקהל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אסדר לסעודתא »

הרבטייטעלבוים האט געשריבן:
אסדר לסעודתא האט געשריבן:הרב טייטלבוים, מיט וואס קען איך אייך העלפן?

אויב האב איך א טייטלבוים אויף מיין זייט וועל איך כאטש ארומפארן קאמפיינען מיט א קעדי מיט צוויי טייטלביימער אויף די לייסענס פלעיטס...

ענפערען אויף מיינע קאנסערנ'ס

על ראשון ראשון

דיפאנד - א פעידזש מנדב צו זיין פאר די אחראים און מנהלים איז גאר א גוטע געדאנק - אויב זיי נויטיגן זיך אין געלט. אלס ראש הקהל וועל איך וויסן דעם אמת, און אויב ס'וועט זיך אויספעלן וועל איך דאס טון אי"ה!!! יישר כח פאר'ן געדאנק!

אייקעיר - דענטל קעיר איז שוין צופיל פאר מיר, איך גיי בקרוב ארויסקומען מיט נאך אן ענליכע פלאן וואס זאל בענעפיטירן די אייוועלט שרייבער, בנוסף צו א לייק קנעפל - סטעי טאונד!!

וואנט - בויען א וואנט וועט אויפלעבן אלעס, דאס בין איך איבערצייגט. יעדער וועט בלייבן אקטיוו איבעראל, ווייל 1000 איז א ריזיגער מספר תגובות, ודו"ק.

סקרינונג - אזוי ווי איר זאגט! סקריניג גייט נאר געבן דעם מוט צו שרייבן. אז מען מוז שוין עפעס שרייבן, וועט מען שוין שרייבן נאך. אמן איז נישט גענוג פאר א התחלה.

צענזוס - די צענזוס פלאן גייט נישט נעמען קיין ניקס מיט מער פון א געוויסע צאל זאכליכע תגובות. אבער אסאך ניקס זענען דא געווען פאר 15 תגובות צו זוכן א דענטיסט, און היידא, פארשווינדן...
דער קאמפייןאיז שוין פארריבער, אבער מיינע ארטיקלעןזענען נאך מעגליך אקטועל
אוועטאר
אסדר לסעודתא
שר עשרת אלפים
תגובות: 11191
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

Re: אסד"ר קאמפיין – א'ייוועלט ס'עלעקטירט ד'רייסטער ר'אש הקהל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אסדר לסעודתא »

קרעפלעך האט געשריבן:
אסדר לסעודתא האט געשריבן:טויש די קרעפלעך!!

אופס! געב אכטונג! דאס איז שוין א רויטע ליניע.

שוין געטוישט!!
טויש די קעפלעך!!

פון ווען איך ווער ראש הקהל, וועלן די נעמען פון אלע קעפלעך פון אלע אשכולות מוזן דורכגיין א שטרענגע צענזור. מען וועט טוישן אלע קעפלעך פון די אשכולות צו נארמאלע קלאסישע נעמען וואס וועט זיך ליינען געשמאק און געשמירט. מיר וועלן האקן קעפ און טוישן נעמען רעכטס און לינקס, חוץ אויב די נאמען מאכט סענס, פארשטייט זיך.
דער קאמפייןאיז שוין פארריבער, אבער מיינע ארטיקלעןזענען נאך מעגליך אקטועל
אוועטאר
אלטער
שר תשעת אלפים
תגובות: 9970
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 14, 2020 12:44 pm
לאקאציע: אין בהמ"ד ביים קאווע שטיבל

Re: אסד"ר קאמפיין – א'ייוועלט ס'עלעקטירט ד'רייסטער ר'אש הקהל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלטער »

צוליב די לעצטערע אנטוויקלונגען, ווען אסדר האט גענומען א שרעקליך אגרעסיווע מהלך, און מיר האבן שוין נישט די געפאר פון א פעיקע ראשעקאל, טוען מיר אפיציעל אינדארסירן דעם געשמאקן הומאריסטישן קאמפיין 'סטאווטשינער'!

סטיטשי פאר ראש הקהל, סטאוויא פאר הויפט סטראטאגיסט!
ווייל איך בין א אידעלע, זינג איך מיר א לידעלע, ווייל איך בין א איד, זינג איך מיר א ליד
שרייב תגובה

צוריק צו “שטים בודקע”