ענדיגן חומ''ר פר' חיי שרה

שיעורים וחבורות ללמוד וללמד

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

צייכן אויב די האסט שוין גענדיגט

די וואלן האבן זיך געשלאסן דינסטאג נאוועמבער 02, 2021 9:12 pm

גענדיגט כמעט די גאנצע
11
33%
גענדיגט די גאנצע, מזל טוב!
22
67%
 
סך הכל שטימען: 33

אסאך יודיש געלט
שר האלף
תגובות: 1392
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 28, 2021 10:33 am
לאקאציע: אין כולל - [email protected]

ענדיגן חומ''ר פר' חיי שרה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אסאך יודיש געלט »

ב''ה לעצטע וואך איז געווען כמעט 60 וואלן! געגאנגען ווייטער די וואך!
(אזוי ווי מ'קען נישט יעדן טאג עקסטער וואלן. לייג איך נאר פון סוף וואך אויב מ'האט גענדיגט)

===

פר' חיי שרה האט קה' פסוקים.
אז עס זאל זיין גרינגער קען מען לערנען יעדן טאג ראשון שני, שני שלישי, וכו'

אדער קען מען לערנען אלע קה' פסוקים צוטיילט און 6 (דאס מיינט 17 אהאלב פסוקים א טאג).

אדער וויפיל בלעטער א חומ''ר האט פון די גאנצע וואך צוטיילט און 6, (אזוי איז עס א פינקלעכע לימוד, די זעלבע יעדן טאג).
דאס מיינט:
זינטאג, פון א' ביז שני, יז'.
מאנטאג, פון שני, יז' ביז קאפיטאל כ''ד פסוק ט''ו.
דינסטאג,ט''ו ביז ל''ד.
מיוואך ל''ד ביז נ''ו.
דאנערשטאג נ''ו ביז קאפיטל כ''ה פסוק ז'.
פרייטאג פון ז' ביזן סוף.
די סדר מאכט אז ווען ס'דא לענגערע רשי''ס איז עס ווייניגער חומש, וכו'

(איינער קען מיר צו ווייזן ווי איך קען באקימען PDF פונעם סדרה, אזוי וועל איך קענען ארויף לייגן יעדע וואך)

===

שיעורים פון ר' שמעי גרינבוים אויף קול הלשון

גאגל דרייוו חלק א'

גאגל דרייוו חלק ב'

===

לקוטים וענינים על פרשת חיי שרה דא אויפן וועלטל.

הצלחה!
לעצט פארראכטן דורך אסאך יודיש געלט אום זונטאג אקטאבער 24, 2021 1:45 am, פארראכטן געווארן 2 מאל.
זייטיגע נאטיץ
איך האב שוין נישט קיין צייט צו זיין אזוי אפט אויף אייוועלט. אפשר וועל איך עס נאך אמאל באקומען.
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28117
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

Re: ענדיגן חומ''ר פר' חיי שרה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

דו ביסט א איד א צדיק! גיי אן מיט די עבודת הקודש!

חיי שרה איז א לייכטע סדרה, נישט צופיל רש"י צו לערנען. און די מעשה פון אליעזר מיט רבקה חזר'ט זיך איבער דאפלט.

(איך האב דעם פארלאפענעם פרשת וירא געהאלטן חשבון ווילאנג עס דויערט מיר צו לערנען חומש ורש"י, און עס איז אויסגעקומען הכל-בכל-מכל אונטער א שעה צייט! איך קען נישט גאראנטירן אז פאר אייך וועט עס אויך דויערן בלויז א שעה, ווייל איך לערן שוין צום גוטן חומש ורש"י א צירקע דרייסיג יאר בס"ד [שוין פארגעלערנט אויך ב"ה די גאנצע מעשה], אבער במשך השנים וועט עס אייך געדויערן ווייניגער און ווייניגער צייט)
אוועטאר
יצחק אייזיק
שר תשעת אלפים
תגובות: 9998
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 02, 2020 2:25 pm

Re: ענדיגן חומ''ר פר' חיי שרה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יצחק אייזיק »

לכאורה האט געשריבן:דו ביסט א איד א צדיק! גיי אן מיט די עבודת הקודש!

חיי שרה איז א לייכטע סדרה, נישט צופיל רש"י צו לערנען. און די מעשה פון אליעזר מיט רבקה חזר'ט זיך איבער דאפלט.

(איך האב דעם פארלאפענעם פרשת וירא געהאלטן חשבון ווילאנג עס דויערט מיר צו לערנען חומש ורש"י, און עס איז אויסגעקומען הכל-בכל-מכל אונטער א שעה צייט! איך קען נישט גאראנטירן אז פאר אייך וועט עס אויך דויערן בלויז א שעה, ווייל איך לערן שוין צום גוטן חומש ורש"י א צירקע דרייסיג יאר בס"ד [שוין פארגעלערנט אויך ב"ה די גאנצע מעשה], אבער במשך השנים וועט עס אייך געדויערן ווייניגער און ווייניגער צייט)

ווען איך לערן אינמיטן די וואך, נעמט מיר יעדע קאפיטל בערך א האלבע שעה. ס'איז מיר שווער אויסצולאזן א בליק צו טאן אין שפתי חכמים, די קשיות און תירוצים וואס ער איז מלקט זענען מייסטערהאפטיג.

וואס איך יאג נישט אן, טו איך שבת צופרי פארן דאווענען, בלויז חומש מיט רש"י, ס'נעמט טאקע בערך א האלבע שעה א האלבע סדרה.
הנה תגובתי לפניך, קח ולייק
אסאך יודיש געלט
שר האלף
תגובות: 1392
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 28, 2021 10:33 am
לאקאציע: אין כולל - [email protected]

Re: ענדיגן חומ''ר פר' חיי שרה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אסאך יודיש געלט »

לכאורה האט געשריבן:דו ביסט א איד א צדיק! גיי אן מיט די עבודת הקודש!

חיי שרה איז א לייכטע סדרה, נישט צופיל רש"י צו לערנען. און די מעשה פון אליעזר מיט רבקה חזר'ט זיך איבער דאפלט.

(איך האב דעם פארלאפענעם פרשת וירא געהאלטן חשבון ווילאנג עס דויערט מיר צו לערנען חומש ורש"י, און עס איז אויסגעקומען הכל-בכל-מכל אונטער א שעה צייט! איך קען נישט גאראנטירן אז פאר אייך וועט עס אויך דויערן בלויז א שעה, ווייל איך לערן שוין צום גוטן חומש ורש"י א צירקע דרייסיג יאר בס"ד [שוין פארגעלערנט אויך ב"ה די גאנצע מעשה], אבער במשך השנים וועט עס אייך געדויערן ווייניגער און ווייניגער צייט)

שכוח פארן קאמפלימענטן.

ב''ה אז יעצט האלט איך שוין ביי שלישי, אי''ה מארגען צופרי וועט מען לערנען נאך. זייט איך האב אנגעפאנגן צו ענדיגן חומ''ר יעדן וואך, איז מיין גאנצע וואך אנדערש, וועלכע ספר איך טרעף און איך גיב א בליק אריין, זעה איך אז ער רעדט דאך יעצט פינקט פון די זעלבע מעשה וואס איך האב געלערנט... ווען איך ליין גליונות דארף איך נישט גלייך אריבער מישן צו די מעשה... איך פארשטיי שוין אליין די תורות...

עס איז ממש א מורא'דיגע זאך צו ענדיגן. (איך טריי ווי פריער און וואך צו ענדיגן דעם סדרה, אזוי אז דוירכן וואך זאלעך האבן צייט צו לערנען מפרשים אויפן סדרה)
זייטיגע נאטיץ
איך האב שוין נישט קיין צייט צו זיין אזוי אפט אויף אייוועלט. אפשר וועל איך עס נאך אמאל באקומען.
אסאך יודיש געלט
שר האלף
תגובות: 1392
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 28, 2021 10:33 am
לאקאציע: אין כולל - [email protected]

Re: ענדיגן חומ''ר פר' חיי שרה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אסאך יודיש געלט »

אסאך יודיש געלט האט געשריבן:
לקוטים וענינים על פרשת חיי שרה דא אויפן וועלטל.


האבעך יעצט געטראפן
זייטיגע נאטיץ
איך האב שוין נישט קיין צייט צו זיין אזוי אפט אויף אייוועלט. אפשר וועל איך עס נאך אמאל באקומען.
קיינמאל אויפגעבן
שר חמש מאות
תגובות: 742
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 27, 2020 12:46 pm

Re: ענדיגן חומ''ר פר' חיי שרה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קיינמאל אויפגעבן »

לכאורה האט געשריבן:דו ביסט א איד א צדיק! גיי אן מיט די עבודת הקודש!


גם אני מצטרף, האסט א גרויסע זכיה.
אסאך יודיש געלט
שר האלף
תגובות: 1392
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 28, 2021 10:33 am
לאקאציע: אין כולל - [email protected]

שאלות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אסאך יודיש געלט »

.

וועל איך לייגן שיינע אינטרעסאנטע שאלות, וואס זענען תורה'ס - וואס די גאנצע תורה וועל איך לייגן און עקסטערע תגובה'ס.

1) ויבא אברהם לספוד לשרה ולבכותה, זאגט רש''י אז די עקידה האט געמאכט די מיתה. פרעגט דער דברי יחזקאל פארוואס שרייבט דאס רש''י נישט אויף די ווערטער ותמת שרה? (ועוד, פארוואס האט אברהם געוויינט? ער האט געדארפט גלייבן אז עס איז מן השמים?)

2) ויבא אברהם לספוד לשרה ולבכותה, זאגט רש''י אז די עקידה האט געמאכט די מיתה. לכאורה יפלה, שרה אמינו איז געווען א צדיקת, א נביאה, ווי אזוי קען זיין אז ווען זי הערט אז איר זון גייט זיין א קרבן עולה פארן באשעפער פרחה נשמתה? זי וואלט געדארפט זיין פרייליך? (ילקוט מאורי אור, סקווירא. בשם הרה''צ ר' יצחק מסקווירא זצוק''ל)

3) עס שטייט און מדרש די וואך אז ווען ר''ע האט געווילט אויפוועקן זיינע תלמידי ווען זיי האבן געשלאפן ביים שיעור, האט ער זיי געזאגט אז און די זכות פון שרה אמינו וואס האט געלעבט 127 יאר, האט אסתר המלכה געקעניגט אויף 127 לענדער. ולכאורה קשה, ווי אזוי וועקט דאס אויף תלמידים? (חת''ס. אלע מפרשים שטעלן זיך אויף דעם)

4) אברהם אבינו האט געזאגט פאר עפרון, און פאר די גאנצע שטאט, גר, ותושב אני עמכם. א גר, אדער א תושב? (חת''ס, ור' שמעון סופר השיר מעון. אלע מפרשים שטעלן זיך אויף דעם)

5) וירץ העבד לקראתה ויאמר הגמיאנו מעט מים וכו' איז רש''י מסביר, לפי שרעה שעלו המים לקראתה וועגן דעם האט ער געגאנגען צו איר. ולכאורה יש לתמוה, אז ער האט געזעהן אזא מופת ביי איר, פארוואס דארף ער צוקימען צו נאך ראיה'ס? דאס איז די גרעסטע ראיה וואס מ'קען טרעפן? (דברי ישראל פון מודזיץ)

.
זייטיגע נאטיץ
איך האב שוין נישט קיין צייט צו זיין אזוי אפט אויף אייוועלט. אפשר וועל איך עס נאך אמאל באקומען.
אסאך יודיש געלט
שר האלף
תגובות: 1392
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 28, 2021 10:33 am
לאקאציע: אין כולל - [email protected]

Re: שאלות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אסאך יודיש געלט »

1) ויבא אברהם לספוד לשרה ולבכותה, זאגט רש''י אז די עקידה האט געמאכט די מיתה. פרעגט דער דברי יחזקאל פארוואס שרייבט דאס רש''י נישט אויף די ווערטער ותמת שרה? (ועוד, פארוואס האט אברהם געוויינט? ער האט געדארפט גלייבן אז עס איז מן השמים?)

אך שמעתי ממורי חמי (בזיווג ראשון) זקני הגאון מה''ר משה טיילטלבוים אבד''ק אוהעל זלה''ה (ישמח משה), שהענין היא: ס'נישט דא קיין מיתה בלא חטא. וואס עס געשעט פאר א מענטש יתלה בסיבת החטא, און מיטן באוויינען איז עס א תשובה פארן נפטר'ס חטא.

קען מען ענפערן אז אברהם אבינו ע''ה איז געקימען באוויינען שרה ווייל ער האט דאס אנגעהאנגען און זיין חטא - דאס וואס דער שטן האט מקטרג געווען ווי רש''י זאגט אז ער האט נאר געברענגט קרבנות ווייל ער האט נישט געהאט קיין קינדער, אבער יעצט אז ער האט שוין יצחק ברענגט ער מער נישט, וועגן דעם האט אברהם געדארפט מאכן די עקידה.

וועגן דעם האט ער איר געקימען מספיד זיין צו מכפר זיין די חטא פון די קטרוג.
לעצט פארראכטן דורך אסאך יודיש געלט אום דינסטאג אקטאבער 26, 2021 10:23 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
זייטיגע נאטיץ
איך האב שוין נישט קיין צייט צו זיין אזוי אפט אויף אייוועלט. אפשר וועל איך עס נאך אמאל באקומען.
נעם אין אכט
שר האלפיים
תגובות: 2452
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 05, 2017 1:18 pm

Re: ענדיגן חומ''ר פר' חיי שרה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נעם אין אכט »

געזען די וואך עפעס א פארהער אויף חומש רש״י. איינער קענעס אפשר אהער ברענגען?
אסאך יודיש געלט
שר האלף
תגובות: 1392
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 28, 2021 10:33 am
לאקאציע: אין כולל - [email protected]

Re: שאלות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אסאך יודיש געלט »

2) ויבא אברהם לספוד לשרה ולבכותה, זאגט רש''י אז די עקידה האט געמאכט די מיתה. לכאורה יפלה, שרה אמינו איז געווען א צדיקת, א נביאה, ווי אזוי קען זיין אז ווען זי הערט אז איר זון גייט זיין א קרבן עולה פארן באשעפער פרחה נשמתה? זי וואלט געדארפט זיין פרייליך? (ילקוט מאורי אור, סקווירא. בשם הרה''צ ר' יצחק מסקווירא זצוק''ל)

וי''ל, השי''ת האט מצווה געווען צו שעכטן יצחק פאר אן עולה דאס מיינט שעכטן אינגאנצן כדין, דהיינו לשחוט שתי הסמנים כראי, כשיעור שחיטה בבת אחת, און אויב האט ער זיך אפגעשטעלט פארן גמר השחיטה איז די קרבן פסול.

והנה, דער ס''מ איז געווען דער מבשר פאר שרה, און ער האט איר געווילט הארגענען, האט ער איר געזאגט כלשון רש''י זאלסט וויסן אז דיין זון איז פסול געווארן ביים שעכטן, 'וכמעט שלא נשחט' דהיינו נישט אינגאנצון כדין, און ער איז אביסל פסול געווארן. ומחמת זה, פרחה נשמתה ווייל זו האט געהערט אז ער איז געשאכטן געווארן שלא לשם עולה.
זייטיגע נאטיץ
איך האב שוין נישט קיין צייט צו זיין אזוי אפט אויף אייוועלט. אפשר וועל איך עס נאך אמאל באקומען.
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28117
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

Re: ענדיגן חומ''ר פר' חיי שרה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

בין איך נעכטן געפארן צו א בר מצוה אין וומ"ס, און אויפ'ן וועג האב איך אנגעטון די אויער-פאונס און אנגערופן "תורה שבכתב" (718-705-7520)

וואס זאל איך אייך זאגן? אויפ'ן וועג אהין האב איך דורכגעלערנט רוב פון די סדרה מיט איין מגיד שיעור (הרב פאדווא), און אויפ'ן וועג צוריק מיט'ן צווייטן מגיד שיעור (הרב שפירא)

יעדער פון זיי לערנט הערליך פאר, יעדער האט אריינגעווארפן אנדערע מפרשים, אנדערע אינטערעסאנטע באמערקונגען, און איך האב אריינגעכאפט נאך א שעה-צוויי לימוד התורה - ובלכתך בדרך!

עס איז כדאי דער עולם זאל זיך אראפ'סעיוו'ן דעם נומער פון תורה שבכתב, עס קען פיין צוניצקומען
אסאך יודיש געלט
שר האלף
תגובות: 1392
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 28, 2021 10:33 am
לאקאציע: אין כולל - [email protected]

Re: ענדיגן חומ''ר פר' חיי שרה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אסאך יודיש געלט »

נעם אין אכט האט געשריבן:געזען די וואך עפעס א פארהער אויף חומש רש״י. איינער קענעס אפשר אהער ברענגען?

איך האב דאס געטראפן, אבער איך קען נישט עפענען מיט מיין פילטער, אינטרעסאנט?
זייטיגע נאטיץ
איך האב שוין נישט קיין צייט צו זיין אזוי אפט אויף אייוועלט. אפשר וועל איך עס נאך אמאל באקומען.
אסאך יודיש געלט
שר האלף
תגובות: 1392
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 28, 2021 10:33 am
לאקאציע: אין כולל - [email protected]

Re: שאלות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אסאך יודיש געלט »

3) עס שטייט און מדרש די וואך אז ווען ר''ע האט געווילט אויפוועקן זיינע תלמידי ווען זיי האבן געשלאפן ביים שיעור, האט ער זיי געזאגט אז און די זכות פון שרה אמינו וואס האט געלעבט 127 יאר, האט אסתר המלכה געקעניגט אויף 127 לענדער. ולכאורה קשה, ווי אזוי וועקט דאס אויף תלמידים? (חת''ס. אלע מפרשים שטעלן זיך אויף דעם)

נאך א מענטש ווערט נפטר דארף מען אראפ רעכענען אסאך יארן, ווען ער האט געשלאפן, און אזוי וויייטער צייטן ווען ער האט נישט געטון מצוות. אבער ביי צדיקים רעכנט מען עס יא, מ'רעכנט יא די שלאפן ווייל זייער גאנצע לעבן איז אויף עבודת ה'. ביי שרה שטייט 127 וכו' שני חיי שרה, אז שרה האט געהאט אלע 127, אויך די נעכט. אזוי ווי עס שטייט ביי איר ותקם בעוד לילה ותתן טרף לביתה וכו'.

וועגן דעם אז שרה האט געהאט אלע 127 ווייל זי איז געווען א צדיקת, און איר אלע נעכט האט זי געטון און עבודת ה', האט איר אייניקל אסתר געוועלטיגט אויף 127 מדינת.

"אינק בחורים, וואס ביינאכט שלאפן אינק, ווילן ענק אויך שלאפן ביים שיעור?!"... (חת''ס)
זייטיגע נאטיץ
איך האב שוין נישט קיין צייט צו זיין אזוי אפט אויף אייוועלט. אפשר וועל איך עס נאך אמאל באקומען.
אוועטאר
יצחק טובי'
שר האלף
תגובות: 1348
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 01, 2021 8:45 am

Re: ענדיגן חומ''ר פר' חיי שרה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יצחק טובי' »

לכאורה האט געשריבן:בין איך נעכטן געפארן צו א בר מצוה אין וומ"ס, און אויפ'ן וועג האב איך אנגעטון די אויער-פאונס און אנגערופן "תורה שבכתב" (718-705-7520)

וואס זאל איך אייך זאגן? אויפ'ן וועג אהין האב איך דורכגעלערנט רוב פון די סדרה מיט איין מגיד שיעור (הרב פאדווא), און אויפ'ן וועג צוריק מיט'ן צווייטן מגיד שיעור (הרב שפירא)

יעדער פון זיי לערנט הערליך פאר, יעדער האט אריינגעווארפן אנדערע מפרשים, אנדערע אינטערעסאנטע באמערקונגען, און איך האב אריינגעכאפט נאך א שעה-צוויי לימוד התורה - ובלכתך בדרך!

עס איז כדאי דער עולם זאל זיך אראפ'סעיוו'ן דעם נומער פון תורה שבכתב, עס קען פיין צוניצקומען

זיי פארמאגן אן איזרעילי נומער?

איך הער געווענדליך די חלק חו"ר פון די שיעורי חק לישראל פארגעלערנט דורך הרב מייזליש, נאר א שאד אז ס'איז נישט אויפן גאנצן סדרה.
אוועטאר
נו גוט נו שוין
שר עשרת אלפים
תגובות: 12231
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 12:33 pm

Re: ענדיגן חומ''ר פר' חיי שרה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נו גוט נו שוין »

יצחק טובי' האט געשריבן:
לכאורה האט געשריבן:בין איך נעכטן געפארן צו א בר מצוה אין וומ"ס, און אויפ'ן וועג האב איך אנגעטון די אויער-פאונס און אנגערופן "תורה שבכתב" (718-705-7520)

וואס זאל איך אייך זאגן? אויפ'ן וועג אהין האב איך דורכגעלערנט רוב פון די סדרה מיט איין מגיד שיעור (הרב פאדווא), און אויפ'ן וועג צוריק מיט'ן צווייטן מגיד שיעור (הרב שפירא)

יעדער פון זיי לערנט הערליך פאר, יעדער האט אריינגעווארפן אנדערע מפרשים, אנדערע אינטערעסאנטע באמערקונגען, און איך האב אריינגעכאפט נאך א שעה-צוויי לימוד התורה - ובלכתך בדרך!

עס איז כדאי דער עולם זאל זיך אראפ'סעיוו'ן דעם נומער פון תורה שבכתב, עס קען פיין צוניצקומען

זיי פארמאגן אן איזרעילי נומער?

איך הער געווענדליך די חלק חו"ר פון די שיעורי חק לישראל פארגעלערנט דורך הרב מייזליש, נאר א שאד אז ס'איז נישט אויפן גאנצן סדרה.


סאיז דא אויף גאנץ חו"ר אויך, ס’איז געווען דא ערגעץ א לינק אבער ס’ארבעט שוין נישט
הלוואי אויב איינער קען עס אהערברענגען
אוועטאר
יצחק טובי'
שר האלף
תגובות: 1348
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 01, 2021 8:45 am

Re: ענדיגן חומ''ר פר' חיי שרה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יצחק טובי' »

נו גוט נו שוין האט געשריבן:
יצחק טובי' האט געשריבן:
לכאורה האט געשריבן:בין איך נעכטן געפארן צו א בר מצוה אין וומ"ס, און אויפ'ן וועג האב איך אנגעטון די אויער-פאונס און אנגערופן "תורה שבכתב" (718-705-7520)

וואס זאל איך אייך זאגן? אויפ'ן וועג אהין האב איך דורכגעלערנט רוב פון די סדרה מיט איין מגיד שיעור (הרב פאדווא), און אויפ'ן וועג צוריק מיט'ן צווייטן מגיד שיעור (הרב שפירא)

יעדער פון זיי לערנט הערליך פאר, יעדער האט אריינגעווארפן אנדערע מפרשים, אנדערע אינטערעסאנטע באמערקונגען, און איך האב אריינגעכאפט נאך א שעה-צוויי לימוד התורה - ובלכתך בדרך!

עס איז כדאי דער עולם זאל זיך אראפ'סעיוו'ן דעם נומער פון תורה שבכתב, עס קען פיין צוניצקומען

זיי פארמאגן אן איזרעילי נומער?

איך הער געווענדליך די חלק חו"ר פון די שיעורי חק לישראל פארגעלערנט דורך הרב מייזליש, נאר א שאד אז ס'איז נישט אויפן גאנצן סדרה.


סאיז דא אויף גאנץ חו"ר אויך, ס’איז געווען דא ערגעץ א לינק אבער ס’ארבעט שוין נישט
הלוואי אויב איינער קען עס אהערברענגען

גא"מ להבקשה הנ"ל,

הק' יצחק טובי' פעדער
אוועטאר
פאר'מוח'ט
שר האלפיים
תגובות: 2025
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 03, 2017 6:57 am

Re: ענדיגן חומ''ר פר' חיי שרה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאר'מוח'ט »

וואס איז פשט אז ווען אברהם אבינו האט באשוואוירן אליעזר האט ער נאר געזאגט 'כי אל ארצי ואל מולדתי תלך ולקחת אשה לבני' דהיינו לכאורה לאפוקי בנות כנען, אבער שפעטער זאגט אליעזר 'ולקחת אשה לבני ממשפחתי ומבית אבי'?
די חכמה איז נישט וואס מען זאגט יא, נאר וואס מען זאגט נישט.
אסאך יודיש געלט
שר האלף
תגובות: 1392
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 28, 2021 10:33 am
לאקאציע: אין כולל - [email protected]

Re: ענדיגן חומ''ר פר' חיי שרה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אסאך יודיש געלט »

פאר'מוח'ט האט געשריבן:וואס איז פשט אז ווען אברהם אבינו האט באשוואוירן אליעזר האט ער נאר געזאגט 'כי אל ארצי ואל מולדתי תלך ולקחת אשה לבני' דהיינו לכאורה לאפוקי בנות כנען, אבער שפעטער זאגט אליעזר 'ולקחת אשה לבני ממשפחתי ומבית אבי'?

נא, דאס זאגט אליעזר איבער. וואס איז דיר שווער?
זייטיגע נאטיץ
איך האב שוין נישט קיין צייט צו זיין אזוי אפט אויף אייוועלט. אפשר וועל איך עס נאך אמאל באקומען.
אוועטאר
פאר'מוח'ט
שר האלפיים
תגובות: 2025
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 03, 2017 6:57 am

Re: ענדיגן חומ''ר פר' חיי שרה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאר'מוח'ט »

אסאך יודיש געלט האט געשריבן:
פאר'מוח'ט האט געשריבן:וואס איז פשט אז ווען אברהם אבינו האט באשוואוירן אליעזר האט ער נאר געזאגט 'כי אל ארצי ואל מולדתי תלך ולקחת אשה לבני' דהיינו לכאורה לאפוקי בנות כנען, אבער שפעטער זאגט אליעזר 'ולקחת אשה לבני ממשפחתי ומבית אבי'?

נא, דאס זאגט אליעזר איבער. וואס איז דיר שווער?

ווי אזוי ליגט איינס אינעם צווייטן?
די חכמה איז נישט וואס מען זאגט יא, נאר וואס מען זאגט נישט.
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28117
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

Re: ענדיגן חומ''ר פר' חיי שרה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

יצחק טובי' האט געשריבן:
לכאורה האט געשריבן:בין איך נעכטן געפארן צו א בר מצוה אין וומ"ס, און אויפ'ן וועג האב איך אנגעטון די אויער-פאונס און אנגערופן "תורה שבכתב" (718-705-7520)

וואס זאל איך אייך זאגן? אויפ'ן וועג אהין האב איך דורכגעלערנט רוב פון די סדרה מיט איין מגיד שיעור (הרב פאדווא), און אויפ'ן וועג צוריק מיט'ן צווייטן מגיד שיעור (הרב שפירא)

יעדער פון זיי לערנט הערליך פאר, יעדער האט אריינגעווארפן אנדערע מפרשים, אנדערע אינטערעסאנטע באמערקונגען, און איך האב אריינגעכאפט נאך א שעה-צוויי לימוד התורה - ובלכתך בדרך!

עס איז כדאי דער עולם זאל זיך אראפ'סעיוו'ן דעם נומער פון תורה שבכתב, עס קען פיין צוניצקומען

זיי פארמאגן אן איזרעילי נומער?

איך הער געווענדליך די חלק חו"ר פון די שיעורי חק לישראל פארגעלערנט דורך הרב מייזליש, נאר א שאד אז ס'איז נישט אויפן גאנצן סדרה.

וואס הייסט עס איז נישט אויף די גאנצע סדרה?
מיש אויף צו ליל ששי און יום ששי, וועסטו הערן ביז סוף סדרה
אסאך יודיש געלט
שר האלף
תגובות: 1392
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 28, 2021 10:33 am
לאקאציע: אין כולל - [email protected]

Re: שאלות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אסאך יודיש געלט »

3) עס שטייט און מדרש די וואך אז ווען ר''ע האט געווילט אויפוועקן זיינע תלמידי ווען זיי האבן געשלאפן ביים שיעור, האט ער זיי געזאגט אז און די זכות פון שרה אמינו וואס האט געלעבט 127 יאר, האט אסתר המלכה געקעניגט אויף 127 לענדער. ולכאורה קשה, ווי אזוי וועקט דאס אויף תלמידים? (חת''ס. אלע מפרשים שטעלן זיך אויף דעם)

דער חת''ס ענפערט דאס נאך א וועג, ווי אזוי זאגט רש''י אז אלע אירע יארן איז זי געווען גלייך און מצוות? און איר יונעגע יארן האט זי נישט געטן אזוי ווי און איר אלטע יארן?

נאר וואס דען, זי האט מתקן געווען אירע יונגע יארן, אז ותקם בעוד לילה, זי האט אויפגעשטאנען ביינאכט, ותתן טרף לביתה זי הא אויפגעטון פאר איר עולם הבה, וחוק לנערותיה, צו פארעכטן אירע יונגע יארן.

וועגן דעם ווען ר' עקיבה האט געזעהן אז מ'שלאפט ביים שיעור, האט ער געזאגט "נישט נאר ביינאכט לערן אינק נישט, נאר אינק שלאפן. בייטאג ווען מ'לערנט שלאפן אינק יא?!"...
זייטיגע נאטיץ
איך האב שוין נישט קיין צייט צו זיין אזוי אפט אויף אייוועלט. אפשר וועל איך עס נאך אמאל באקומען.
אסאך יודיש געלט
שר האלף
תגובות: 1392
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 28, 2021 10:33 am
לאקאציע: אין כולל - [email protected]

Re: שאלות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אסאך יודיש געלט »

4) אברהם אבינו האט געזאגט פאר עפרון, און פאר די גאנצע שטאט, גר, ותושב אני עמכם. א גר, אדער א תושב? (חת''ס, ור' שמעון סופר השיר מעון. אלע מפרשים שטעלן זיך אויף דעם)

ענפערט דער הייליגער חת''ס. די נשמה איז א גר אויף די וועלט, נאך 120 גייט עס צוריק צום עולם האמת, אבער די גוף איז א תושב, ער בלייבט דא, עס קימט פון ערד, און עס גייט צו ערד.

אברהם אבינו האט געמיינט אז ער גייט ארויף גיין מיט זיין גאנצע גוף אזוי ווי חנוך, און אליהו הנביא, און ער גייט נישט דארפן האבן קיין פלאץ צו באגראבן ווערן. אבער יעצט ווען ער האט געזעהן אז שרה האט נפטר געווארן, און ער דארף טרעפן ווי איר צו באגראבן. האט ער געקומען איר באוויינען, אז גר ותושב די נשמה גייט טאקע צוריק ארויף, אבער די גוף בלייבט דא, א תושב.
זייטיגע נאטיץ
איך האב שוין נישט קיין צייט צו זיין אזוי אפט אויף אייוועלט. אפשר וועל איך עס נאך אמאל באקומען.
אסאך יודיש געלט
שר האלף
תגובות: 1392
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 28, 2021 10:33 am
לאקאציע: אין כולל - [email protected]

Re: שאלות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אסאך יודיש געלט »

4) אברהם אבינו האט געזאגט פאר עפרון, און פאר די גאנצע שטאט, גר, ותושב אני עמכם. א גר, אדער א תושב? (חת''ס, ור' שמעון סופר השיר מעון. אלע מפרשים שטעלן זיך אויף דעם)

א''נ איז דער חת''ס מסביר, נאך וואס שרה האט אוועק, האט אוועק געגאנגען פון אברהם זיין נביאות. האט ער געזאגט פאר די בני חת, יעצט בין איך סתם א גר ותושב, א נערמאלע מענטש צווישן אינק, נישט קיין גרויסע רעבעלע.

אבער זיי האבן אים צוריק גענפערט, אז ניין, נשיא אתה בתוכנו, ביסט יא א גרויסע מענטש דא.
זייטיגע נאטיץ
איך האב שוין נישט קיין צייט צו זיין אזוי אפט אויף אייוועלט. אפשר וועל איך עס נאך אמאל באקומען.
אסאך יודיש געלט
שר האלף
תגובות: 1392
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 28, 2021 10:33 am
לאקאציע: אין כולל - [email protected]

Re: שאלות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אסאך יודיש געלט »

4) אברהם אבינו האט געזאגט פאר עפרון, און פאר די גאנצע שטאט, גר, ותושב אני עמכם. א גר, אדער א תושב? (חת''ס, ור' שמעון סופר השיר מעון. אלע מפרשים שטעלן זיך אויף דעם)

ר' שמעון סופר, דער שיר מעון איז מסביר, (נישט ממש אויף דעם קשיא, נאר אויף דעם פארוואס ס'שטטייט א קליינע כ' ביי ולבכותה) עס שטייט און גמ' אז אברהם האט געהאט א טאכטער בכל, און אין מדרש שטייט אז זי האט נפטר געווארן.

והנה, ווילאנג שרה האט געלעבט, האט ער נישט געפילט די צער אז זיין טאכטער האט אוועק. אבער יעצט נאך איר מיתה האט ער אנגעפאנגן פילן די צער פון זיין טאכטער. וועגן דעם, נאך איר פטירה, ויבא אברהם לספוד לשרה ולבכותה, ווייל אויב מ'נעמט ארויס די כ' ווערט עס לספוד לשרה ולביתה.
זייטיגע נאטיץ
איך האב שוין נישט קיין צייט צו זיין אזוי אפט אויף אייוועלט. אפשר וועל איך עס נאך אמאל באקומען.
אסאך יודיש געלט
שר האלף
תגובות: 1392
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 28, 2021 10:33 am
לאקאציע: אין כולל - [email protected]

Re: שאלות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אסאך יודיש געלט »

5) וירץ העבד לקראתה ויאמר הגמיאנו מעט מים וכו' איז רש''י מסביר, לפי שרעה שעלו המים לקראתה וועגן דעם האט ער געגאנגען צו איר. ולכאורה יש לתמוה, אז ער האט געזעהן אזא מופת ביי איר, פארוואס דארף ער צוקימען צו נאך ראיה'ס? דאס איז די גרעסטע ראיה וואס מ'קען טרעפן? (דברי ישראל פון מודזיץ)

נאר פון דא קימט אונז צו לערנען, אז ווען מ'קיקט פאר א שידוך, דארף מען קיקן אויף די מידות, נישט אויף קיין מופתים!
זייטיגע נאטיץ
איך האב שוין נישט קיין צייט צו זיין אזוי אפט אויף אייוועלט. אפשר וועל איך עס נאך אמאל באקומען.
שרייב תגובה

צוריק צו “שיעורי תורה”